שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

מאכט אייך היימיש און באקוועם...
רעאגיר
שמחה פנימיות
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 1
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 03, 2021 9:40 pm

שליחה דורך שמחה פנימיות »

איך בין דורך אינעם עבר פונקט ווי יעדעם איינעם איך גיי דורך אויפן טאג טעגליכן לעבן פארשידענע זאכן פונקט ווי יעדעם אבער דעס אלעס איז נאר ווען מען קוקט חיצוניות'דיג ווען מען טראכט אריין מיט א טיפערען בליק זעיט מען גלייך אז ס'איז נישט דא קיין צוויי מענטשן אין די גאנצע בריאה וואס ענדלן איינס צים צווייטן ביי יעדעם באדייט דאס ווארט גאט אנדערש (אוודאי די וואס זענען געווארן אויפגעצויגן אין זיי זענען קראנק בנפש אבער עם כל זאת נאכדעם וואס ער איז שוין געזינט איז עס אויך אנדערש ביי יעדעם עס ווענדט זיך ווי א נאטור וכו') איינער האט נישט ליב קיין מוזיק בכלל אין ביי זיין שכן אין שול גייט נישט דורך קיין שעה צייט אן דעם וואס ער הערט אויס ניגונים אין די ליסטע ענדיגט זיך נישט דא (עס האט זיך נאך קוים אנגעהויבן) לאמיר אביסל ציזאמען דורך טון ענינים וואס טוט זיך אויפן אייבערשטענס בריאה אין אריינגיין אביסל טיפער ווי אינזערע אויגן זעין!
להלכה
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 22
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יוני 04, 2021 12:53 am
האט שוין געלייקט: 2 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6 מאל

שליחה דורך להלכה »

וייל איך זוך אויס צושמיסן געוויסע הלכהדיגע טעמעס לידיעת הציבור יגדיל תורה ויאדיר ולפולפל חברים חשובים הבקיאים ויתרבה הדעת ורבים יהנו ומלאה הארץ דעה הרבה יודעים ושותקים דאין להם מקוםועל ידי זה ידעו מה עליהם לעשות לשמור ולעשות וקיים
ניינטער
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 9
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יוני 04, 2021 11:59 am
האט שוין געלייקט: 15 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2 מאל

שליחה דורך ניינטער »

יא, כ'בין א חסיד'ישער יונגערמאן, און יא, כ'בין א פרומער, און יא, גלייכצייטיג מער אפן ווי מיינע חברים. איך פאלג גאט'ס געבאטן ווי איך פארשטיי זיי, און דאוון מיט מנין ווען מיינע קינדער האלטן מיט
פשוטע איד
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 1
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יוני 04, 2021 12:08 pm

שליחה דורך פשוטע איד »

כהאב הנאה צו פארברענגען, איך בין און די מיטעלער צוואנציגערס, מיינע אינטערעסן זענען נייעס און ליבעראלע מיינונגען וכו,
נחמד
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 52
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יוני 07, 2021 6:49 pm
האט שוין געלייקט: 137 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 48 מאל

שליחה דורך נחמד »

איך בין א שטארקע דאבשינע חסיד, וואוינט אין לינדען, זוכט נישט פאליטיק האט ליב חומוס מיט פאפקארן. זוכט צו סאציאליזירן אונליין. איך שרייב גוט און קען גוט זינגן אויך
זיי אמת'דיג מיט זיך
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 1
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יוני 07, 2021 10:18 pm

שליחה דורך זיי אמת'דיג מיט זיך »

אויפגעוואקסן בין איך בערך אזוי ווי יעדעם איינעם אין חדר בין איך געווען געהעריג אין ישיבה האב איך זיך גיט געפינען און נאכן חתונה ספיציעל האב איך אנגעהויבן צי נעמען אין באטראכט וויפל זאכן מענטשן טון פשוט אן טראכטן נאר וועגן מען איז אזוי צו געוואוינט אין דאן האב איך אנגעהויבן לעבן אז יעדע זאך וואס די טוסט דארפסטי פארשטיין פארוואס די טוסט עס אין די תירוץ מעג קיינמאל נישט זיין יעדער ניץ דיין אייגענע שכל אין זיי מחליט וואס צי טון
יעל קגם
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 9
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יוני 07, 2021 11:09 pm
האט שוין געלייקט: 12 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3 מאל

שליחה דורך יעל קגם »

Im a Chasid that has interest in all topics and likes to understand the deeper meaning of what I'm doing here, Iv'e been reading Kave Shtibel for a while but saw a few Tegivos that I wanted to reply to so I decided to join
מילי מעלייתא
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 1
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 08, 2021 3:09 am
האט שוין געלייקט: 1 מאל

שליחה דורך מילי מעלייתא »

קאווע שטיבל איז מיר באקאנט אלץ אן אפענער פלאטפארמע צו ליינען און שרייבן געדאנקבארע און שרייבערליכע ארטיקלען פאר געלונגענע אידישע שרייבער. איך גלייך צו שרייבן און איך גלייך צו ליינען א גוטע הומעראסטישן ארטיקל, האב איך געטראכט אז פון ליינען ארטיקלען וועל איך אינספערירט ווערן צו שרייבן אזוי וועל איך קענען ארויסברענגען מיינע געדאנקען און קענען מהנה זיין אנדערע ליינער.
באניצער אוואטאר
נעקסט לעוועל
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 231
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 08, 2021 12:58 pm
האט שוין געלייקט: 375 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 398 מאל

שליחה דורך נעקסט לעוועל »

איך בין שוין א ליינער אויף קאווע שטיבל עטליכע חדשים. איך האב זייער הנאה פון די ענינים וואס ווערן דא אויסגעשמועסט, און איך האב שוין באקומען פילע נייע ידיעות און בארייכערט מיין פארשטאנד אין פארשידענע טעמעס פון אנדערע קוק ווינקלען. אזויווי איך האב עטליכע מאל וואס צו צולייגן האב איך ענדליך גענומען די צייט זיך איינצושרייבן.
גענוג ?
moody
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 62
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 09, 2021 5:58 pm
האט שוין געלייקט: 57 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 84 מאל

שליחה דורך moody »

שלום עליכם! איך בין א שטילר אינגרמאן, וואס באלאנגט צו אייער פון די מינאריטעט חסידי'ער אין וויליאמסבורג.
איך האב מחליט געווען צו ווערן א חבר אין קאווע שטיבל נאכן זיך דרייען דא א שטיק צייט אין גאר שטארק הנאה געהאט פון טייל פון די נושאים וואס מען שמיסט ארום אין שפירידיג טייל מאל אז איך האב עפעס צוציגעבן, פרעגן אדער קלארמאכן.
איך האב ליב כמעט אלע סארטן ידעות, (אין דאס איז אפשר איינער פון די סיבות פארוואס איך בין אזוי moody ווייל איך לויף פון איין ענין צום צווייטן).
דא שרייבען חברה וואס זענען קענטליך ערערנסטע יודע ספר. דענקער און פילאזאפן.
סדרן
מנהל
מנהל
הודעות: 396
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 08, 2015 7:54 pm
האט שוין געלייקט: 44 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 229 מאל

שליחה דורך סדרן »

שלשה עשר מי יודע...
אלע 13 נייע מעמבערס זענען מכובד זיך צו מאכן באקוועם און זיך צו לאזן הערן.

אלע אלטגעזעצענע מעמבערס זענען מכובד אויפצונעמען די נייע מעמבערס מיט פאזיטיווע ענערגיע...
צו באקומען צוטריט אין מאחורי הפרגוד דארף מען זיין אן אקטיווער מיטגליד מיט מינימום 50 זאכליכע תגובות. דערנאך דארף מען דורכגיין א שמועס מיט א מנהל.
moody
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 62
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 09, 2021 5:58 pm
האט שוין געלייקט: 57 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 84 מאל

שליחה דורך moody »

Wow!
13 פרישע חברה איך מיין אז דאס איז נאך אין די היטאריע פון ק"ש נאך נישט געווען. מן הסתם א פאסט-קעראנע סימטאם. בכלל איז קענבאר נאך אנדערע סימפטאמען למשל, א פשוט'ע איד, איז גאר דער דער וואס האט ליבעראלע מיינונגען אן אנדערנס פעווערעיט עסAאיז חומוס מיט פאפקארען. מ'דארף אויסטשעקן וואס דא קומט פאר.
תרמב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1282
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 29, 2020 9:28 am
האט שוין געלייקט: 10400 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2326 מאל

שליחה דורך תרמב »

אויף די אשכול קען מען זיך אויסדרוקן די מליצה אלף נכנסים אל בית מדרש ואחד יוצא להוראה, להבדיל, פון צעהן וואס שרייבן זיך איין איז קוים דא איינער וואס נעמט זיך שרייבן.
ABE GOOL
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 1
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 13, 2021 1:14 am

שליחה דורך ABE GOOL »

איך בין א אינגרמאן דאר נארמאלע הויךגגייט איך גיי מיט שיך און זאגען מיט א היט
איך גיי לייטדיג מיט די צייט איך זיך וואס צי טיון אוסער דעם זיך איך צי וועם צי רעדן און שמיסען סא דא בין איך וואס איז נייעס??? איך זיך אנצפילען די קעסטעל סא איך האב נישט וואס צי שרייבן
חספא בעלמא
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 1
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 13, 2021 6:50 pm

שליחה דורך חספא בעלמא »

יש המהלכים ושבע תועבות בלבם, ומחליקים על כרסם בכמה דפי גמרא.
המתפלל היום מפני שהתפלל אתמול - רשע טוב הימנו.
כל הדברים שבעולם אפשר לחקותם, חוץ מן האמת. שכן אמת מעושה - שוב אינה אמת"
(רבי מנחם מנדל מקוצק)
קידוש
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 216
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יוני 14, 2021 2:25 pm
האט שוין געלייקט: 203 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 368 מאל

שליחה דורך קידוש »

איך בין א חסידישער יונגערמאן, כ'באקום כסדר לינקס אהער, און כ'האב הנאה פון דעם שיינעם קרעמל, טראץ דעם וואס איך בין נישט איינשטומיג מיט אלע דעות דא.
כ'זוך דא צו קענען מיט-שמועסן מיט די חברים איבער די אקטועלע און אידישע נייעס, אזוי ווי אין קאווע שטיבל.
דיעה זאגער
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 1
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יוני 14, 2021 5:24 pm

שליחה דורך דיעה זאגער »

איך גלייך צי ליינען פין אינטרעסאנטע ארטיקלען אוודאי ווען אראפגעלייגט מיט אידיש זאפט, אין ווי מיין נאמען זאגט, בין איך בכלל נישט שעמעדיג צי צילייגן מיין אייגן דיעה...
שבעים לשון
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 49
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 20, 2021 10:47 pm
האט שוין געלייקט: 15 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 43 מאל

שליחה דורך שבעים לשון »

אלס אן איש המעש בכמה תחומים דארף מען זיין אינפארמירט, דער היינטיגער פוק חזי מה עמא דבר, איז קאווע שטיבל אן ארנטליכע פלאטפארמע ארויסצוגיסן אדער זאמלען אינפארמאציע פונעם ברייטן אידישן ציבור בכלל ובפרט.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 19503
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 24393 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 14829 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

נחמד האט געשריבן:איך בין א שטארקע דאבשינע חסיד, וואוינט אין לינדען, זוכט נישט פאליטיק האט ליב חומוס מיט פאפקארן. זוכט צו סאציאליזירן אונליין. איך שרייב גוט און קען גוט זינגן אויך

נחמד: אז דו קענסט (גוט) שרייבן זעה מיר שוין. יעצט לאמיר הערן עפעס א שיינעם, ווארעמען התעוררות'דיגן ניגון...!,
טענה
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 15
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 27, 2021 4:00 pm
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 16 מאל

שליחה דורך טענה »

איך טוה דא ליינען און איך האב געוויסע מיינונגען צו זאגן, און און איך וויל מיר אנרופן ווען איך האב עפעס צו זאגן, ביז יעצט צוז איך מיר האטן שטיל, נישט קענענ'דיג שרייבן
דערהויבענע איד
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 545
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 30, 2021 2:24 am
געפינט זיך: כשושנה בין החוחים
האט שוין געלייקט: 3783 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 945 מאל

שליחה דורך דערהויבענע איד »

כאהב שוין פון לאנג א הנאה פון די סייט האב איך באשלאסן צו ווערן א חלק דערפון, ווי איר וועט זוכה זיין צו הערן מיין געוואלדיגע דערהויבענע בויך תורות, האפנטליך וועל איך זיין אנשטענדיג און נישט צו שארף
מקוהאיד
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 1
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 30, 2021 3:39 am

שליחה דורך מקוהאיד »

איך בין א פרימע חסידישע באנק קוועטשער, אויך האב איך זייער ליב קאווע מיט ציקער איך גיי און מקוה יעדן טאג איך זיך ארבעט שוין גאר א לאנג צייט פארשטייט זיך א דזאב וואס פארלאנגט א גאר פארפרימטע שטיפער וד״ל אויפשטיין טו איך און די שפעטע נאכמיטאג שעה'ן און בקיצור...
אני-הק'
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 17
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 30, 2021 11:11 pm
האט שוין באקומען לייקס: 4 מאל

שליחה דורך אני-הק' »

איך בין נאך קליין, קליין מיין איך א קליינע מענטשעלע, וואס לאזט אן אנדערער זיין גרעסער פון מיר, איך פרוביר מקיים צו זיין ומכל מלמדי השכלתי, און איך פרוביר מיך צו האלטן זייער קליין,
און די זעלבע צייט טאנץ איך אויך "קדוש קדוש קדוש", קדושים תהיו הייליג דארף מען זיין, ממילא טאנץ איך אויף א פארהייליגטע בארג, מיטן שטענדיג נאכלויפן אלע געהייליגטע.
אני הק' - הקדוש שבקטנים, הקטן שבקדושים
אני הק' - איך בין איך, און איך הייס הק', הייליג אדער קליין? דאס קענסטו אליינס אויסוועלן
רעאגיר