שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

מאכט אייך היימיש און באקוועם...
רעאגיר
איינזאמערנשמה
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 1
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יולי 02, 2021 1:36 am
האט שוין באקומען לייקס: 1 מאל

שליחה דורך איינזאמערנשמה »

איך בין א יונגערמאן וואס ליינט שוין קאווע שטיבל שיין שטיקל צייט און איך האב גרויס הנאה דערפון קיינמאל נישט עכט געטראכט פון וואס איך קען צוגעבן פאר די קאווע פאמיליע אבער למעשה טראכט איך שוין לעצט שטיקל צייט פון א געוויסע טאפיק וואס פונקט היינט זעה איך אז איינער געעפנט א פרישע אשכול דערוועגן און איך שפיר אז איך קען דארט צוגעבן מיינע צוויי סענט
העכערקייט
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 2
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 07, 2021 3:54 pm
האט שוין געלייקט: 2 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1 מאל

שליחה דורך העכערקייט »

א גוט יאר צו אייך קאווע שטיבל פארברענגער!
איך האב זייער ליעב וויסנשאפט אין איך מיין אז קאווע שטיבל איז די ריכטיגע פלאטפארמע פאר דעים אויף מאמע לשון
אזוי אויך גלייך איך שטארק מחשבה מיט ברייטקייט וואס מען טרעפט נאר דא
האף איך אז איך וועל קענען עפעס צוגעבן דא.
מעגסט ציטערן
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 1
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יולי 09, 2021 3:00 pm
האט שוין באקומען לייקס: 1 מאל

שליחה דורך מעגסט ציטערן »

עס איז אינטערעסאנט. אינהאלטספול .איך גלייך זייער די נושאים וואס ווערן ארויפגעברענגט
איך האף צו מיטטיילען מיטן עולם געדאנקען, וואס קען זיין אז ס’וועט זיין לתועלת
אזוי אויך צו באקימען תשובות אויף ענינים שונים וואס קענען מיר ציניץ קימען אין טאג טעגליכען
אברהם קאלמאנאוויטש
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 14
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש יולי 10, 2021 5:36 pm
האט שוין באקומען לייקס: 5 מאל

שליחה דורך אברהם קאלמאנאוויטש »

איך פלעג שרייבן אין די העברעישע פארומס אבער איך וויל יעצט שרייבן אינעם מאמע לשון. איך בין אינטרעסאנט אין ספרים, ביכער, יידישע היסטאריע, וכדומה. איך בין אויך אינטרעסאנט אין אקטואליע, נייעס, אבער בעיקר אין עניינים פון יידישע היסטאריע און ספרים.
Nanach
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 375
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 11, 2021 9:31 pm
האט שוין געלייקט: 1075 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 403 מאל

שליחה דורך Nanach »

איך בין א אינגערמאן פרום אבער אפען, מען דארף נישט אפלאזן אידישקייט צו זיין אפען. מען דארף נישט אפשערן די בארד ווייל זאכען פון די חינוך שמעקן מיר נישט.
אונז האבן א תורה פון אויבערשטן וואס מען דארף האלטן, און פרומקייט/עניינים איז זייער גוט ווען מען געדענקט אז עס איז נישט די תורה
יודל טריקען
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 14
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 12, 2021 6:07 pm
האט שוין געלייקט: 11 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 43 מאל

שליחה דורך יודל טריקען »

פארוואס וויל איך ווערען א חבר? איך זיץ רוב טאג אויף מיין בענקעל (שטייטזעך צורעך פערנאָסע) שוין ארומגעשווימען דא פיל צענדליגע שעות אלץ א פרעמדער, יאך ווייס? איך וויל ווערען היימיש! העב איך זיך אנרופען כ׳האף אז יא אבער גיי ווייס.
איך האף אז דעס איז נישט מיין לעצטע פערציג ווערטער,
Olm
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 1
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 13, 2021 12:41 pm
האט שוין באקומען לייקס: 3 מאל

שליחה דורך Olm »

I am very interested in the have shtiebel.i am very interested in Jewish news and also politics.and I want to have more friend's I live in a quiet area and I want to have social life.i want to share my ideas and opportunities
סדרן
מנהל
מנהל
הודעות: 396
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 08, 2015 7:54 pm
האט שוין געלייקט: 44 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 229 מאל

שליחה דורך סדרן »

אלע פרישע מעמבערס זענען מכובד זיך אנצוגיסן א גלעזעל קאווע, זיך מאכן באקוועם, און זיך לאזן הערן. שעמטס ענק נישט!
צו באקומען צוטריט אין מאחורי הפרגוד דארף מען זיין אן אקטיווער מיטגליד מיט מינימום 50 זאכליכע תגובות. דערנאך דארף מען דורכגיין א שמועס מיט א מנהל.
כהן שבימיך
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 1
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 15, 2021 4:35 pm
האט שוין באקומען לייקס: 1 מאל

שליחה דורך כהן שבימיך »

איך בין א מיטעל עידזש אנגעזענע איד. א שווערע ארבייטער בייטאג מיט א שיעור קביעה ביינאכט. איך בין גיקימען זיך מזכיר זיין ביי די רבי שליטא

And please don’t make it so hard to join. I don’t want to tel my life story here
דערהויבענע איד
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 545
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 30, 2021 2:24 am
געפינט זיך: כשושנה בין החוחים
האט שוין געלייקט: 3783 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 945 מאל

שליחה דורך דערהויבענע איד »

כהן שבימיך האט געשריבן:איך בין א מיטעל עידזש אנגעזענע איד. א שווערע ארבייטער בייטאג מיט א שיעור קביעה ביינאכט. איך בין גיקימען זיך מזכיר זיין ביי די רבי שליטא

And please don’t make it so hard to join. I don’t want to tel my life story here

באט איף יו טשוס טו טעלל, זעמיר אלע גרייט צו הערן און מיטפילן....
החוקר
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1065
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 25, 2016 3:53 pm
האט שוין געלייקט: 670 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 904 מאל

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

שליחה דורך החוקר »

berlbalaguleh האט געשריבן:פאליטיקאנט: איך קען נישט אזוי גוט רעכענען. אבער איך ווילל וויסן וויפיהל מאל דו ביסט שוין אריבער דייין 17'טן געבורטסטאג...!

דאס דערמאנט מיך א מעשה. איינער האט געזאגט פאר זיין חבר אז ער געט איהם 100 דאללער אויב ער קען זאגן א ליגנט אומגעטראכט. רופטציך אן דער חבר..."דו האסט דאך געזאגט אז דו געסט מיר דאללער 200...!
בערל, ווען דער חבר האט ווען שכל געט ער אים 200 דאלער, איז סופו מוכיח על תחילתו אז עס איז נישט געווען קיין ליגענט, קען ער צוריק נעמען דאס געלט.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 19503
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 24393 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 14829 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

החוקר: איך הייסט טאקע נישט חוקר. און איך בין נישט אזוי איבערגעשפיצט.

נאר איך האב במסורה פון מיין רעבי'ן דער הייליגער יארמער רב שליט"א. אז מ'פרעגט נישט קיין קשיות אויף א מעשה...!
מאן
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 49
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 20, 2021 1:35 pm
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 24 מאל

שליחה דורך מאן »

איך בין מוסלים אין קאַשמיר איך ווי צו רעדן מיט פרעמדע פון ​​אַלע פרעמד רעליגיאָנס, איך בין אַוועק פון דער סביבה דאָרט. עס איז זייער שפּאַס און טשיקאַווע.

איך האָב באַשלאָסן צו קומען צו דעם פּלאַץ און רעדן פרילי. איך נוץ Google Translate. איך האב געשריבן און איך שרייב. אפֿשר שפּעטער איך לערנען צו שרייבן אין דיין שפּראַך ...

איך האָפֿן איך הנאה עס דאָ, און אַז איר אויך הנאה עס.
באניצער אוואטאר
פאלאצ'ינטא
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 501
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 21, 2021 10:00 am
האט שוין געלייקט: 410 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1664 מאל

שליחה דורך פאלאצ'ינטא »

איך האב שוין לאנג געהערט פון דאס פלאץ און אויך געלייענט געויסע זאכען און געהאט אסאך וואס צו ענטפערען איך האב שוין לאנג געואלט ווערן א מעמבער\חבר דא אבער עס איז פשוט נישט אויסגעקומען ווי אויך זוך איך שוין לאנג א פלאץ וואו איך זאהל זיך קאנען אוסרעדן און זאגען מיינע מיינונגען און בלייבען בעילום שם
אוי באשעפער! טאטע זיסע! עד מתי?

צו זיין נארמאל... דארף מען זיין גוט משוגע!
בן נון
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 206
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 21, 2021 8:12 pm
געפינט זיך: פארלוירן אויפן וועלט!
האט שוין געלייקט: 45 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 245 מאל

שליחה דורך בן נון »

א אינגערמאן פון א שטילע געגנט וואס זיכט זיך צו לאזן הערן איך גלייך צו קענן ליפטערן מיינע דיעות אהן סאוציעלע ענגזייעטי אביסל אויסשארפן מיין לשון לימודים איך האב נישט עכט וואס מיטצוטיילן אבער איך האף אז דאס איז געניג
נעם מיך נישט ערנסט ווייל וואס איך זאג האלט איך נישט און וואס איך האלט זאג איך נישט
זאבװאָלףסאָק
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 1
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 22, 2021 9:59 pm

שליחה דורך זאבװאָלףסאָק »

איך בין אַ װעלטלעכער ייִד װעלכער האָט זיך געלערנט ייִדיש איבער די לעצטע פּאָר יאָר דורך פּראָגראַמען אוּן אַ סך שמועסן מיט מײַן באָבע. איך בין גוט פֿאַרינטערעסירט אין פּאָליטיק, קלי־זמר, און אונדזער סבֿיבֿה.
סדרן
מנהל
מנהל
הודעות: 396
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 08, 2015 7:54 pm
האט שוין געלייקט: 44 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 229 מאל

שליחה דורך סדרן »

שלום עליכם אלע נייע חברים!
צו באקומען צוטריט אין מאחורי הפרגוד דארף מען זיין אן אקטיווער מיטגליד מיט מינימום 50 זאכליכע תגובות. דערנאך דארף מען דורכגיין א שמועס מיט א מנהל.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 19503
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 24393 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 14829 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

מאן האט געשריבן:איך בין מוסלים אין קאַשמיר איך ווי צו רעדן מיט פרעמדע פון ​​אַלע פרעמד רעליגיאָנס, איך בין אַוועק פון דער סביבה דאָרט. עס איז זייער שפּאַס און טשיקאַווע.

איך האָב באַשלאָסן צו קומען צו דעם פּלאַץ און רעדן פרילי. איך נוץ Google Translate. איך האב געשריבן און איך שרייב. אפֿשר שפּעטער איך לערנען צו שרייבן אין דיין שפּראַך ...

איך האָפֿן איך הנאה עס דאָ, און אַז איר אויך הנאה עס.

מאן: עס זיך קענט אז האסט דו געשרייבט דארעך גאאגל טרענס לעיט. אונז אין עמא ריקא (נישט פארטא ריקא) זיין שטארק צו פרידן אז דו טון ליינען שטיבל קאווא. אויך ביט ברענג נייס ואס אונזער ברידער (אין שוועסטער) טין אין דיין מעדינעה..! שקוי עך...! בירל בעללא אגאאל עה...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 19503
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 24393 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 14829 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

פאלאצ'ינטא האט געשריבן:איך האב שוין לאנג געהערט פון דאס פלאץ און אויך געלייענט געויסע זאכען און געהאט אסאך וואס צו ענטפערען איך האב שוין לאנג געואלט ווערן א מעמבער\חבר דא אבער עס איז פשוט נישט אויסגעקומען ווי אויך זוך איך שוין לאנג א פלאץ וואו איך זאהל זיך קאנען אוסרעדן און זאגען מיינע מיינונגען און בלייבען בעילום שם

פאלאצ'ינטא: ייש"כ. איך האף אז דו ביסט מיט קעז. ווייל דאס האביך זייער שטארק ליעב. נישט נאר אום שבועות. נאר א גאנץ יאר.

איין בקשה. ביטע מאך עס מיט ספלענדא אדער זייליטאל. נישט מיט צוקער. יישר כח...!
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6279
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8956 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2855 מאל

שליחה דורך איך אויך »

איך שמעק דא אפאר טראללס, אשאד דיין/ענקער מיה.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
אין א נאמען
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 1
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 29, 2021 4:45 pm
האט שוין געלייקט: 2 מאל

שליחה דורך אין א נאמען »

איך לעב פארן מאמענט אבער איך טרטכט פינעם צינקופט. איך בין א חסוד פין די באשעפער נישט פין די געזעלשאפט. מיינע אינטערעסן לויפט ארום אלעס וואס איז נישט טריקן און אובערגעקייט, ספיציעל אינטעריסרט מיר מוזיק, ארט, פיסכולאגקייט און גאט/ריליגיע.
משה יענקעלע
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 1
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אוגוסט 03, 2021 1:21 am

שליחה דורך משה יענקעלע »

אלס א ראוי שטיבל ליינער וואלט איך געוואלט אטייל נעמען מיט אזעלעכע באלערענטע מענטשן מלא תוכן און פילע ידיעות. איך וואלט געקענט צוהעלפן מיט אסאך פון מיינע ידיעות די עולם זאת קענען הנאה האבן אזוי אויך אין די ענינים וואס ווער טרום גערעט און מאחורי על אחת כמ״ו יישר כח.
מאנדרא
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 1
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 05, 2021 4:33 pm
האט שוין באקומען לייקס: 1 מאל

שליחה דורך מאנדרא »

איך גלייך שוין א לענגערע צייט דא צו ליינען און כ'האב אסאך מאל שוין געוואלט מאיר און מעיר זיין נו יעצט איז געקומען די צייט זיך איין צו שרייבן און קענען מיט האלטן לעבעדיג וואס דא טוט זיך
רעאגיר