שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
- יוֹנָה מָצְאָה
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 4
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 14, 2023 1:09 am
- געפינט זיך: בֵּין הָאוֹר וּבֵין הַחֹשֶׁךְ
- האט שוין געלייקט: 11 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 86 מאל
- קאנטאקט:
פינף־הונדערט בעדפאָרד עוועניו, סינסינאַטי, אָהייאָ.
יוֹם שנכפּל בוֹ פּסח־שני וסינקאָ־דע־מייאָ, יוֹם שישי לסדר כִּי אִם לִשְׁאֵרוֹ הַקָּרֹב אֵלָיו, י"ד אייר תּשפּ"ג לפּ"ק:
שלוֹם וברכה,
מיר זענען די מָצְאָה שוועסטער, בְּנוֹת יוֹנָה. "וועקער" לייענער קענען אונזער טאַטן שוין מתּמוֹל שלשוֹם. ווי באַקאַנט איז אונזער טאַטע שטאָלץ צו רופן דעם "וועקער" זיין היים. ער אַנערקענט אַז דער "וועקער" איז דער איינציגער היימיש־אידישער לייכט־טורעם אַריינצושטראַלן ערשטקלאַסיגן לייען־מאַטעריאַל אין א נעפּל פון כמאַרעס; ער אַנערקענט אַז דער "וועקער" איז די לעצט־פאַרבליבענע פרוכפּערדיגע ערד צו פלאַנצן איכוֹת אין א מדבר שממה. ס'איז אַלזאָ נישט קיין חידוש אַז אונזער טאַטע האָט כּעת קיין שום פּלענער נישט צו גיין סאָלאָ אָדער זיך אַריבערקלייבן סיי וואו נאָר אַנדערש. ער וועט דאָס פאָרמעלע ווערק זיינס ווייטער פּובליקירן אויסשליסליך אין "וועקער."
יוֹנָה מָצְאָה, ווי פאַרשטענליך, מוז פאָרט קענען אויסשפּרייטן זיינע פליגלען אויך אויף "קאַווע־שטיבל." נישט כּדי אַרויפצושטעלן דאָ די דערציילונגען גופא — ווי געזאָגט, ער שרייבט די פאָרמעלע סחוֹרה אויסשליסליך צום "וועקער" — נאָר אין דער היינטיגער דיגיטאַלער וועלט דאַרף ער אַמאָל קענען ענטפערן אויף שאַלוֹת פון זיינע לייענער, אַדרעסירן קאָמענטאַרן, און שרייבן ביאורים אויף זאַכליכע הערוֹת. ווי אויך וויל ער אַמאָל אַרויסשיטן א גלאָסאַר, א פעליעטאָן, צי גלאַט אַזוי אַן אומפאָרמעל שטיקל וואָס פּאַסט נישט דעם הויכן ניוואָ און פּראָפעסיאָנעלע סטאַנדאַרטן פון "וועקער."
ס'איז נישט קיין סוֹד אַז אין דער פאַרגאַנגענהייט פלעגן מיר זיך באַניצן מיט טירט־פּאַרטי ניקס פאַר די אַלע דערמאַנטע צוועקן — מיר וועלן זיך אָפּהאַלטן פון אַרויסרופן זיי ביי די נעמען. ס'איז אונז אָבער קלאָר אַז פרעמדע ליעזאָנען פאַרמאָגן נישט דאָס זעלבע האַרץ, מחשבה, און איבערגעגעבנקייט וואָס מ'טרעפט בלויז ביי נאָנטער משפּחה. ממילא, אין ליכט פון מכשוֹלוֹת און מיספאַרשטענדענישן שאי אפשר לפרטם מפּני שהצנעה יפה להם, פּראָקלאַמירן מיר די פאָלגנדיגע החלטה: די רעכטן צו רעפּרעזענטירן יוֹנָה מָצְאָה'ן אויף דער "קאַווע־שטיבל" פּלאַטפאָרמע געהערן מהיוֹם ואילך אויסשליסליך צו יוֹנָה מָצְאָה ומשפּחתּוֹ.
דער דאָזיגער ניק וועט פון היינט און ווייטער רעפּרעזענטירן יוֹנָה'ן אין ערשטער פּערזאָן. ס'טייטשט, ווי יוֹנָה זעלבסט שרייבט און רעפּרעזענטירט זיך אַליין. דאָס שרייבן פון משפּחה'ס פּערספּעקטיוו הייבט זיך אָן און ענדיגט זיך מיט אָט דער איינער שלוֹם־עליכם תּגובה.
בברכת א גוטן מוֹעד,
משפּחת יוֹנָה מָצְאָה און די פאַרוואַלטונג.

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום יוֹנָה מָצְאָה, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
יוֹנָה מָצְאָה בוֹ מָנוֹחַ - Twitter: @JonahMatz
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 1
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 15, 2023 11:02 am
- האט שוין באקומען לייקס: 1 מאל
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 1
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 15, 2023 2:48 pm
- האט שוין באקומען לייקס: 1 מאל
I want to find good kosher reading material in Yiddish. I have always been searching for a kosher way to access quality reading materials. I also love hearing opinions from people around the globe, not just those in my immediate surroundings. I have heard excellent things about this site. I am a huge fan of acquiring knowledge through reading and understanding different cultures
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 18
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 15, 2023 9:32 pm
- האט שוין באקומען לייקס: 6 מאל
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 18
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 15, 2023 9:32 pm
- האט שוין באקומען לייקס: 6 מאל
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 5
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 16, 2023 3:55 pm
- האט שוין געלייקט: 12 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4 מאל
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 28
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 17, 2023 2:32 pm
- האט שוין געלייקט: 24 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 22 מאל
יארן לאנג וואס איך פלעג באזוכן די אלעמען באקאנטען קאווע שטיבל זייטל צו באקומען אינפארמאציע איבער דברים העומדים כל הפרק, איך האב אויסגעקליבן די זייטל ווייל דא טרעפט מען אלעס רוחניות אין גשמיות אנא צענזורירן די נושא. לעצטנס איז דא א פרישע תקנה דא מ'זאל זיין רעגיסטרירט, איך שטיץ עס אין וויל ווייטער הנאה האבן, איינמאל מ'וועט ווערן א אפיציעלע מעמבער וועט מען פרובירן אויך צולייגן מיינע פאר צענט צו די וויכטיגע נושאים עמיערצעהשעם.
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 4
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 17, 2023 10:09 pm
- האט שוין באקומען לייקס: 4 מאל
איך גלייך צו ליינען פארשידענע ענינים און אז איך מוז מיר רעגיסטרירן וועל איך דאס טוהן. באמת איז מיר א פלא פארוואס דא דארף מען יא רעגיסטרירן בשעת אז צום אייוועלט וועבסייט קען מען אלעס ליינען אן דעם. נו, כ'האב נישט וואס מיט צו טיילן אדער שרייבן ווייל איך בין בעיקר א ליינער נישט קיין שרייבער און איך האף אז דאס וועט נישט צוריקהאלטען מיין אנגענומען ווערן. נו, האב איך שוין די פערציג ווערטער? איך האף זעהר אז יא. יישר כחכם.
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 20
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 17, 2023 11:19 pm
- האט שוין געלייקט: 6 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 55 מאל
כ'בין נייגעריג צו ליינען וואס מ'שרייבט ממילא שרייבן איך מיר איין מיט א כוונה צו זיין אן עומד מן הצד און מיט האלטן מהנעשה והנשמע ביהדות החרדית און אין די אלגעמיינע וועלט. צו די נייעס איז פאזעטיוו נעגעטיוו אמת'דיג און פאלש סיי וואס נאר און אויב וועט אויספעלן וועט מען אריינרעדן כפי יד ה' הטובה עלי וחפץ ה' בידינו יצליח
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 1
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 18, 2023 1:39 am
- האט שוין באקומען לייקס: 1 מאל
פשוט איך וויל ליינען זאכן ארויס פון די באקס אביסל אן קיין איבערגטריבענע צענזור, איך בין א שטאלץ באבוב'ע חסיד מ'שטיינס צו זאגן, איך ארבעט שווער און אמאל מעג מען זיך אויסלופטערן דעם מח מיט ליינען עפעס א בע'טעמ'ט שטיקל מ'מוז נישט לאו דוקא צו רייכערן א לולקע ציבעך דאס צו עררייכן, שרייבן קען איך אויך אביסל במילא שעץ איך די וואס טויגן דערצו און לאזן ארויסרינען פון זייער פעדער גוטע זאכן ווי דער טשטאקלאד וואס רינט ארויס פון א פריש אפגעבאקענע קאקאש קעיק. זאכן וואס מפני הקהלות און פאליטיק ווערן צוריקגעהאלטן אויף אנדערע מקומות צו שרייבן דערפון איז גוט צו האבן א ווינקל וואס מ'קען די אינפארמאציע עררייכן און דעבאטירן כדרכו של בני אדם
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 1
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 18, 2023 1:49 am
- האט שוין באקומען לייקס: 1 מאל