צו פארמערן דעות און דעת וויסנשאפט חכמה. הערן מערהייט פון מיינונגען זענען די געבוי פון א מענטשן. אן זיין א אינגעשריבן אין קאווע שטיבל פעלט אייך א שטיק בארא פארקער אידישקייט
א גוטן ערב יום טוב איך שרייב מיך איין אינעם הייליגן קאווע שטיבל צו קענען רעדן און שמועסן מיט טייערע אידישע ברידער אחים לדעה איבער כל מיני ענינים ברוחניות ובגשמיות. דער אויבערשטער זאל געבן פאר יעדן פון אייך ברכות לרוב.
יצחק'ל האט געשריבן:צו פארמערן דעות און דעת וויסנשאפט חכמה. הערן מערהייט פון מיינונגען זענען די געבוי פון א מענטשן. אן זיין א אינגעשריבן אין קאווע שטיבל פעלט אייך א שטיק בארא פארקער אידישקייט
שלום רב אין הגיטן טאג פאר ענק אלע טיירע חברים פין דעם היימישע פלאץ ואס נעמט צאם אלע גוטע זאכן וואס איז נאר דא
איך ויל זיין מחובר צי דעם פלאץ וועגן די נושא פין חסידות אין די וערטלעך אין נאך פיל אנדערע זאכן וואס איז דא אין דעם פלאץ איך בין התושב ארץ ישראל אין די שטאט אשדוד
איך האב ליב מיצוהאלטן כל מיני נייעס און אלע סארטן ענינים, איך האב ליב צו זאגן מיין מיינונג און אלע הינזיכטן, און פארברענגן אינאיינעם, אבער איך בין מכבד יענעם'ס דעה אויך!
איך בין א ערליכע יוד וואס קאכט זיך אין חסידשע ספרים וואס זיכט די אמת וחפשתי ומצאתי דא און און קאווע שטיבעל איז פון די איינציגסטע פלעצער ווי מען קען נאך רעדן די אמת אן ווערן אראפגריסען עד לעפר האב איך מיר תיכף איינגעשריבען
איך ווילן לייענען פּאָליטיק וואָס איך וויל נישט רעדן אין ציבור
איך בין שטאָלץ צו זיין א סאטמארער חסיד
איך וואוין אין מאנסי, שיק מיינע קינדער קיין סאטמאר
איך האָב משומר, עס איז מיין האָפענונג צו נישט זיין דאָ צו פיל
געהערט האב איך פון אייער פארום אזוי בדרך אגב אז עס איז דא אידישע נייעס מיט א ברייטערע בליק ברויך מען עס דאך אויסטשעקן אבער למעשה זעה איך אז מען מיז זיין איינגעשריבן צו קענען ליינען
אבער דערווייל די אשכולות זעהן אויס אינטערסאנט
jacobgreen האט געשריבן:איך ווילן לייענען פּאָליטיק וואָס איך וויל נישט רעדן אין ציבור
איך בין שטאָלץ צו זיין א סאטמארער חסיד
איך וואוין אין מאנסי, שיק מיינע קינדער קיין סאטמאר
איך האָב משומר, עס איז מיין האָפענונג צו נישט זיין דאָ צו פיל
מורי ורבותיי! עס א פארגעניגן זיך צו פארשטעלן פאר אייך מיינע חשובע חברים די בכל אתר ואתר. איך גלייך צו ליינען און שרייבען אין פארשידענע טעמעס און האף צו פיין פארברענגען מיט אייך אלע אויף לאנגכ געזונטע יארן.
Just to see what’s going on
See and smile,
וואס טוט זיך אויף דער וועלט
נישט געפריווט ווערן
איך וועל אפשרייבן און איבערגעבן אין אפיס(קרערעדיט: זלמן לייב אינדיג)
א נייגעריגער יוד וואס וויל וויסן נייעס פון א ערליכע קוואל
מלא תוכן יראת שמים וחסידות
מוסר והדרכה ישרה מלא מדע וחכמה
מיט רייכע תוכן אין אינטרעסאנטע ידיעות
פאר היימישע אידן אחינו בני ישראל
וואס זיצן ליידער נאך אין גלות אמעריקא עד ביאת גואל המהרה בימינו אמן
שלום עליכם איך בין דא צו באקומען נייעס. אין מעגליך ארויסהעלפן א איד אויב עס איז שייך.
איך טו אין אקאונטינג גרייט ארויסצוהעלפן אויב איינער דארף הילף. יישר כח האף מיר זיך צו באקענען.