א גרוס פונעם לויתן... (פרי עט הדר).

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות

הודעהדורך שש משזר » פרייטאג יאנואר 01, 2016 12:51 pm

בנוגע דאס אז מ'קען מפרש זיין כוונת הסוגיות בענין הלויתן באופן מליצה, אז ס'מיינט געוויסע ענינים מושכליים און נישט כפשוטו, קוק דא וואו כ'האב געברענגט אזא מהלך המחשבה בשם ר"א בן הרמב"ם.

אבער איך האב אלס געוואוסט אז דאס שרייבט דער רמב"ם זעלבסט, און טאקע בנוגע די לויתן אליינס. ידידי החשוב הרב @גראדעמעכעלע האט מיר צוגעצייכנט די מקור אינעם רמב"ם [ותשוחח"ל], אין מורה נבוכים ח"ג פכ"ג, וואו ער שרייבט אז דאס וואס אין איוב ווערט געברענגט באריכות די מושג פון א לויתן, מיינט נישט כפשוטו, נאר ער האט דארט צאמגענומען אלע כוחות פון בהמות חיות ועופות ודגים, און דאס גענוצט דרך מליצה ארויסצוברענגען אז מיר פארשטייען נישט און מיר קענען נישט משיג זיין די סיבה ותכלית ואופן בריאת כל הדברים הגשמיים וכו', עיישב"ד.
באניצער אוואטאר
שש משזר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 3334
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 30, 2015 11:55 pm
געפינט זיך: צווישן די הרי חושך און הר ההר.
האט שוין געלייקט: 6774 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15842 מאל

הודעהדורך שש משזר » דינסטאג אקטאבער 18, 2016 8:57 pm

הרחמן הוא יזכנו לישב בסוכת עורו של לויתן...

שוין א גאנצע יאר אדורך זינט איך האב אפגעשריבן דעם לענגערן מאמר מקיף, לרגל חג הסוכות.


ליינט מיט הנאה.
באניצער אוואטאר
שש משזר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 3334
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 30, 2015 11:55 pm
געפינט זיך: צווישן די הרי חושך און הר ההר.
האט שוין געלייקט: 6774 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15842 מאל

הודעהדורך מי אני » דינסטאג אקטאבער 20, 2020 4:56 pm

שש משזר האט געשריבן:בנוגע דאס אז מ'קען מפרש זיין כוונת הסוגיות בענין הלויתן באופן מליצה, אז ס'מיינט געוויסע ענינים מושכליים און נישט כפשוטו, קוק דא וואו כ'האב געברענגט אזא מהלך המחשבה בשם ר"א בן הרמב"ם.

https://www.hebrewbooks.org/pdfpager.as ... 21&hilite=

viewtopic.php?p=446055#p446055
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז"... - יאיר דא
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 2231
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 8271 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1659 מאל

הודעהדורך מי אני » דאנערשטאג מאי 13, 2021 12:25 pm

דער אפודי אין מו״נ (ח״ג סופכ״ג) זאגט בנוגע תארי הלויתן בספר איוב אז ״אין המכוון ממנו שיהיה שום בריה״ ע״ש.

דר. ראבּערט אייזען ברענגט אראפ פונעם פירוש אויף ספר איוב פון ר׳ זרחיה בן ר׳ שאלתיאל בן ר׳ יצחק הלוי [פונעם כתב יד] אז אין פרק מ זענען איינע פון זיינע ראיות אז ספר איוב משל היה (אזוי ווי דער רמב״ם האלט אינעם מורה ח״ג פכ״ב) פון דעם אז עס ווערן אין דעם אראפגעברענגט פיקטיווע באשעפענישן ווי דער לויתן. וז״ל בפרק מ, ״ולא יאמין בעל שכל שאלו הסיפורים יהיו נמצאים בשום בע״ח שכבר נברא או עתיד להבראות אבל רוב המשלים יסדרו בהם לעולם ענינים מבהילים ומפחידים להטות לב השומע אל כונת הדבר הנמשל.״
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז"... - יאיר דא
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 2231
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 8271 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1659 מאל

פריערדיגע

גיי צוריק תורה און מחשבה

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 2 געסט

cron