א גרוס פונעם לויתן... (פרי עט הדר).

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
אדנירם
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3334
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 30, 2015 11:55 pm
געפינט זיך: צווישן די הרי חושך און הר ההר.
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15246 מאל

א גרוס פונעם לויתן... (פרי עט הדר).

שליחה דורך אדנירם »

[center]איך ברענג דא אראפ מיין לענגערער מאמר איבערן לויתן, וואס איז נתפרסם געווארן אינעם הערליכן קונטרס 'פרי עט הדר'.
און איך וויל עס צוטיילן לויט די דברים הנידונים, ודו"ק.
א ספעציעלן דאנק פאר מושב זקנים, נישט נאר פארן ארויסגעבן דעם קונטרס, נאר אויך פארן מגיה זיין מיין מאמר, תשוחח"ל.

געוויסע שטיקלעך וואס זענען נישט אריין אינעם קונטרס, האב איך דא צוגעלייגט.[/center]


[center]א.[/center]

[center]הקדמה.[/center]
"יְהִי רָצוֹן מִלְּפָנֶיךָ ה' אלקינו ואלקי אֲבוֹתֵינוּ, כְּשֵׁם שֶׁקִיַּמְתִּי וְיָשַׁבְתִּי בְּסוּכָּה זוּ, כֵּן אֶזְכֶּה לְשָׁנָה הַבָּאָה לֵישֵׁב בְּסוּכָּה שֶׁל לִוְיָתָן".

[justify]דער יהי רצון איז געבויט אויף די ווערטער פונעם פסיקתא: "כל מי שמקיים מצות סוכה בעוה"ז, הקב"ה מושיבו בסוכתו של לויתן לעתיד לבוא". - ווער עס איז מקיים מצוות סוכה אויף די וועלט, וועט אים דער אייבישטער זעצן אינעם סוכה פונעם לויתן אויף יענער וועלט. דאס איז ווארשיינליך אלס א שכר בגדר 'מידה כנגד מידה'.

סוכות איז אבער נישט די איינציגסטע מאל וואס מיר באגעגענען זיך מיטן אגדת הלויתן. עס איז פאר יעדן באקאנט דער דראמאטישער שילדערונג אין די שבועות'דיגע אקדמות, איבער'ן מלחמת הלויתן עם השור הבור. און ווער קען דען נישט דעם ניגון וואס שילדערט דעם גרויסארטיגן סעודה לעתיד לבוא: "דעם שור הבור מיטן לויתן וועלן מיר עסן אויף דער סעודה'יו"?! אויך ווייסט יעדער אז דער לויתן איז מוגזם'דיג גרויס, אזש די גרויסע ערד ציטערנישן ווערן פאררופן אויפן לויתן'ס טרייסלונגען.

[center]א בילד פונעם לויתן, געמאלן דורכן בארימטן פראנצויזישן מעלער גוסטאוו דורא:
הלויתן.png
הלויתן.png (105.04 KiB) געזען געווארן 5190 מאל
[אגב, דא קענט איר זען אלע זיינע מאלונגען אויף תנ"ך].[/center]


[center]דא קענט איר זען א בילד וואס צייכנט אפ די דריי שטערקסטע ברואים אויפן וועלט.
דער שור הבר אויפן יבשה, דער לויתן אין ים, און דער עוף 'זיז שד-י' אין הימל:
הלויתן עם השור הבור וזיז שד-י.jpg
הלויתן עם השור הבור וזיז שד-י.jpg (30.56 KiB) געזען געווארן 5190 מאל
[/center]


אבער וויפיל מאל האט איר זיך אפגעשטעלט אריינטראכטן: מי הוא זה ואיזה הוא. וואספארא באשעפעניש איז דאס דער לויתן? איז דאס א פאקט אדער א משל? געפונען מיר סיי וועלעכע התייחסות צום לויתן אין תנ"ך אדער חז"ל? איז דא א זכר ונקבה פונעם לויתן? און וואס אייגנטליך איז דער גליק פון זיצן אין א סוכה געמאכט פון פישן הויט?

סך הכל, מיר האבן נישט קיין אנונג פון וואס עס האנדלט זיך דא, והגיע הזמן להסיר את הלוט מעל פני הלויתן זכור לטוב. דער לויתן ווערט דערמאנט - אויסער אין די ספרי הראשונים - אויך אין חז"ל און אין פילצאליגע פסוקי התנ"ך, בשמו הידוע און ווי אויך מיט אנדערע כינויים, און לויט זייערע ווערטער וועלן מיר אדורכגיין דאס לעבן פונעם לויתן, זיינע פירונגען און זיין ציל א.א.וו.[/justify]
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום אדנירם, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.

דער אשכול פארמאגט 56 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר