א מוסר השכל פון wrestling

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3049
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3303 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8348 מאל

א מוסר השכל פון wrestling

שליחה דורך שמן למאור »

די תניא פרק כ''ו (אגב, אין גור הייבט מען אן צו לערנען די תניא ביי דעם פרק, און מען לערנט נאר ביז דאכצעך פרק ל''ו, ווייל דאס איז מער די למעשה'דיגע חלק פון תניא) נאכדעם וואס דער אלטער רבי ענדיגט מיט אלע פרקים ביז אהין, מבאר צו זיין היטב דעם פסוק כי קרוב אליך הדבר מאוד בפיך ובלבבך לעשותו, שרייבט אזוי בזה''ל:

ברם כגון דא צריך לאודעי כלל גדול, כי כמו שנצחון לנצח דבר גשמי, 'כגון שני אנשים המתאבקים זה עם זה', להפיל זה את זה, הנה אם האחד הוא בעצלות וכבדות, ינוצח בקל ויפול גם אם הוא גבור יותר מחבירו, ככה ממש בנצחון היצר וכו', עכ''ל.

לערנענדיג דאס מיט יארן צוריק, האב איך נישט געהאט קיין געהעריגן פירוש חי דערויף, איך האב זיך געמיזט אויס'משל'ן ווי צוויי בחורים צופראסקענען זיך אביסל, און דער פלינקער בחור ווארפט אראפ אויפן ערד די צווייטער כבדות'דיגע בחור.

איך האב שוין לאנג געהערט פון די מושג פון רעסלינג, אבער איך האב נישט געטראכט אז עס וועט מיר זיין אינטערסאנט, אדרבה איך האב געטראכט אז ס'וועט זיין שווער פאר מיך צו קוקן ווי צוויי גבורים צע'מזיק'ען זיך און ס'רינט זיי בלוט פון די קאפ וכדו'.

למעשה האב איך מיך לעצטנס אנגעשטויסן אין אזא ווידיא, און וואס זאל איך זאגן, עס איז היבש אינטערסאנט, עס רינט כמעט נישט קיין בלוט, און ס'נישטא אויף וועמען צו רחמנות האבן, זיי זענען געלערנטע מאנסטערס וואס קענען פארנעמען מעכטיגע קלעפ, און ס'האט מיר זייער אינטערסירט, און איך האב שוין געזען by now היבש אפאר אזעלכע פארמעסטן.

פאר איך גיי ווייטער, וועל איך דא ארויפשטעלן א לינק צו איין אזא פארמעסט. עס פארמעסט זיך דארטן איינער וואס רופט זיך 'די אנדערטעיקער', א מעכטיגע לעגענדארן שלעגער, מיט א צווייטער ריז, ממש א חיה רעה און א מאנסטער וואס רופט זיך 'בראק לעסנער',
ווארענונג: עס איז נישט געמאכט פאר יעדעם, און אויב ווייסטו אז דו האסט א שוואכקייט פאר די זאכן, דאן קוק עס טאקע נישט.

https://youtu.be/sBBFSuHATmw

ווי מען זעט, זענען די הלכות גאנץ פשוטע, מען גיבט זיך גוטע פעטש, מען צעפראסקעט זיך עד כלות הנפש, ביז איינער הייבט אויף די פיס פונעם צווייטען, און דנר מענטש אין די זייט האקט אויפן ערד, אויב ביז דריי האקעס האט זיך די צווייטער נישט ארויסגעשטויסן, איז די אנדערער די געווינער, נאך א וועג צו געווינען, איז ווען איינער קלאפט אויפן ערד, ער טעפט זיין וועג ארויס, ווי צו זאגן, 'איך גיב אויף', ביי אונזער פאל דא, האט 'בראק' פארלוירן זיין באוואוסטזיין און האט נישט געקענט קלאפן, און די 'אנדערטעיקער' האט געוואונען, נאכדעם וואס מאמענטן פריער האט אויסגעזען ווי ער האט גאר פארלוירן.

יעצט חוץ פון די אינטערטעינמענט און געשמאק עס צו וואטשן, האב איך ארויסגענומען א שטארקע מוסר השכל פון דעם, עס איז קודם כל די ווערטער פונעם תניא, וואס שרייבט טאקע, די כלל אז מען דארף חוץ פון גבורה, האבן א רצון און א געשמאק צו פייטן, און אנדעם וועט עס נישט גיין, אבער נאכמער פון דעם,

איך ווייס נישט צו מען באמערקט גלייך, אבער די פעטש וואס זיי טיילן דארט זענען נישט סתם א פעטשעלע וואס דיין טאטע פלעגט געבן (נ.ב. אמאליגע צייטן פלעגן טאטעס שלאגן) איין אזא זעץ וואלט מיר אריינגעלייגט אין בעט פאר א וואך, אויב איך וואלט געכאפט האלב אזויפיל ווי זיי כאפן דארטן, וואלט איך פארבליבן א קריפל לעולם ועד, אויב וואלט איך עס בכלל איבערגעלעבט,
נעם למשל ווען ער ווארפט זיך ארויף אויפן צווייטען, מען דארף פארשטיין אז זיי ביידע וועגן קרוב אדער מער ווי דריי הונדערט פונט, און שטעל דיר פאר אזא זאך פאלט ארויף אויף דיר...

און מיט דעם אלעם זענען די צוויי דא זיך צו שלאגן, כאפן מכות רצח, אבער גיבן נישט אויף, זיי פארן ווייטער, שטעלן זיך אויף מיט די לעצטע כוחות, און בריקעווען ווייטער, ממש כלשון חז''ל 'שבע יפול צדיק, וקם', זיי זענען טאקע מאנסטערס מיט ריזיגע גופים, וואס קענען פארנעמען פיל מער ווי א געווענליכער מענטש, אבער די זעצעס זענען אויך נישט קיין געווענליכע, און עס איז ממש א וואונדער צו זען וויאזוי זיי גייען ווייטער אן, און שטעלן זיך כסדר אויף מיט די לעצטע פארבליבענע ענערדזי, צו גיין ווייטער.

און למעשה געווינט גאר דעם 'אנדערטעיקער' וואס זעט נישט אויס ווי ער האט אלעמאל די אויבערהאנט, אדרבה, אסאך מאל זעט גאר אויס ווי 'לעסנער' האט די אויבערהאנט און ער לאכט זיך אזוי אינטער, מיט א זיגרייכן שמייכל, אבער מיט די ריכטיגע עקשנות געווינט די 'אנדערטעיקער'.

איך בין מוסיף דא נאך א גאר אינטערסאנטער פארמעסט צעווישן די 'אנדערטעיקער' און די באקאנטע עקטער 'דער ראק', און דעם פאל געווינט די ראק, נאכדעם וואס די מצב זעט אויס גאנץ שמאל פאר אים,

https://youtu.be/eSNhFNF3m9s

וויפיל מאל אין לעבן איז מען אין א מצב אזוי ווי דער מאכטלאזער צעשלאגענעם רעסלער, מען איז פארזעצט פון אלע זייטן, דא האט מען צעטון מיט די שלום בית, דא מיט געזונט, דא מיט די קינדער, דא מיט פרנסה, און מען פילט ווי דאס איז עס, איך בין געענדיגט, איך גיב אויף, דארף מען זיך אבער געבן א הייב אויף מיט די לעצטע כוחות, און זאגן צו זיך, אזוי ווי ר' נחמן מברסלב פלעגט צו זאגן, 'אין שום יאוש בעולם כלל', מען גייט זיך שטארקן און איבערקומען וואס מען מאכט מיט, און מיט א ריכטיגע עקשנות און רצון וועט מען טאקע בעזהשי''ת אלעס איבערקומען און יעדעם באזיגן,
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!

דער אשכול פארמאגט 21 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר