א מאדנע בירור אין מאמענט איבער די אייז קריעם טראקס

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3068
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3325 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8394 מאל

א מאדנע בירור אין מאמענט איבער די אייז קריעם טראקס

שליחה דורך שמן למאור »

אונעם לבלר אפטיילונג פונעם מאמענט, איז די וואך ערשינען א מאדנע שאלה ותשובה, ביים "פרעג דעם משגיח" אפטיילונג אויף עמוד 25.

די שואל פרעגט זייער א פשוטע שאלה, וואס מאכט זיך זייער אסאך אין די זומער טעג. עס קומט צו פארן א אייז קריעם טראק, מיט א היימישע השגחה (פארשטייט זיך אז די מוכר איז א איד) צו מעג מען קויפן פונעם אייז קריעם און זיך סומך זיין דערויף?

דער משגיח הייבט אהן צו דרייען מיטן גראבן פינגער, און הייבט אהן אויסצורעכענען כל מיני מכשולות וואס קען נאר ארויסקומען דערפון. און פראבלעמען וואס האבן שוין פאקטיש פאסירט!

1) קודם כל האט זיך שוין אסאך מאל אויסגעשטעלט אז די כשרות סטעמפל איז פשוט געווען מזיוף.

2) אזוי אויך האט זיך שוין געמאכט אז אפילו די טראק האט באמת געהאט א גוטע פארלעסליכע הכשר, האט אבער די בעל הבית שפעטער שטילערהייט געגאנגען און איינגעקויפט נישט כשר'ע אייז קריעם און דאס פארקויפט אלטס כשר.

3) ובפרט אז די טראק איז נכסי דניידי, עס פארט ארום פון פלאץ צו פלאץ, איז אפילו מיט א טרעקינג דעווייס שווער צו וויסן צו די בעל הבית קויפט נישט קיין טריפענע אייז קריעם.

4) אזוי אויך קען זיין אז די אייז קריעם אליין איז טאקע כשר, אבער געוויסע קאונס מיט פלעיווערס קענען פארקויפט ווערן אהן קיין השגחה בכלל.

ביז אהער קען זיך דאכטן אז עס איז ממש נישט שייך צו קויפן קיין אייז קריעם פון א טראק, מען קען ממש נישט טרעפן קיין היתר על פי הלכה...

פירט אבער די משגיח אויס אזוי... אבער למעשה קען מען "יא" קויפן אייז קריעם פון די טראקס, מען דארף נאר פעסטשטעלן צוויי זאכן, און דאן איז בכלל נישט דא קיין פראבלעם!!!

1. די טראק דארף טאקע האבן א עקסטערע השגחה אויף זיך, אפילו אויב אויפן טראק שטייט אז די אייז קריעם קומט פון כשר'ע פירמעס.

2. די השגחה מוז זיין "וואליד" די דאטום טאר נישט זיין אפגעלאפן.

אויב האט עס די צוויי תנאים ביסטו מסודר!!! און ער פירט נאך אויס...יאכלו ענוים וישבעו!!!

איך רייב מיך די אויגן.. וואס??? וויאזוי פליען אוועק אלע חששות ווען עס האט די סטעמפלעך? איך האב געמיינט אז מען קען זיי פעלטשן? און בכלל קען די בעל הבית קויפן נישט כשר'ע אייז קריעם אפילו מיט א סטעמפל?

און אויב זענען די אלע חששות נישט קיין פראבלעם, ווייל א איד האט א חזקות כשרות און מען דארף נישט טראכטן אז ער איז א ליגענער און איז מכשיל אידן מיט נישט כשר'ס, דאן פארוואס ברענגסטו די אלע מעשיות מיט חששות פריער??
סתם אנצושרעקן די עולם? מען פרעגט דא א הלכה שאלה פארן המון עם, וואס הייבסטו אהן די פארקויפן באבקעס מיט איבערגעטריבענע חששות?

אויב עפעס קענסטו זיין קלארער און שרייבן אז יש מקום למנוע בכלל וועגן די חששות, אבער להלכה מעג מען יא קויפן, ווייל יעדע איד האט א חזקות כשרות. וואס פארדרייט ער א קאפ מיט חששות, און פירט דערנאך אויס אז ווען עס האט א וואלידע הכשר איז די זאך גענצליך מסודר? כאילו די השגחה סטעמפל נעמט קער פון די פריערדיגע חששות.

עס שטייט דארטן אז "דער דאזיגער ווינקל ווערט איבערגעקוקט דורך רבנים און מומחים לעניני כשרות". אינטערסאנט אז קיינער פון די רבנים האט נישט באמערקט די מאדנע קיען אפפאל וואס די שרייבער פארקויפט דא.

גיבט א קוק אויפן בירור, קען איינער דא זאגן פשט?
בייגעלייגטע פיילס
Screenshot_20220807-230202_Gallery.jpg
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום שמן למאור, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!

דער אשכול פארמאגט 15 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר