דרשות ואגדות חז"ל

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות

הודעהדורך קהל'ס נער » מיטוואך מערץ 09, 2022 10:22 pm

כרם זית האט געשריבן:עס איז מיר היינט איינגעפאלן א פשט אין די גמרא מגילה כה ע''ב. אמר רב הונא בר מנוח משמיה דרב אחא בריה דרב איקא שרי ליה לבר ישראל למימר ליה לעובד כוכבים שקליה לעבודת כוכבים ואנחיה בשין תיו שלו. ווי דער ערוך איז מסביר (הובא במהרש''א) אז שי''ן גייט ארויף אויף די מקום השתן, און תי''ו גייט ארויף אויף מקום הרעי (דלמא מלשון תורף). לכאורה וואס איז די שטעך פון די לצנות?

ווי באקאנט איז ביי די נוצרים פארהאן די מושג פון הייליגע ברויט וואס לויט ווי זיי גלייבן טוט זיך יהושע מתלבש זיין אין דעם, און ער גייט אריין אין די עסער'ס גופים. וואס געשעט אבער ווען די עסער'ס דארפן גיין פאר זייער באדערפענישן? דאן גייט יהושע אראפ די בית הרעי אריין אין די דרעין.

דאס זאגט מען פאר די נוצרים: פארוואס עסן און דורכדעם דורכגיין בית הרעי?, לייג'ס עס לכתחילה אהין...

און אפשר דאס איז אויך פשט פארוואס יהושע ווערט נידון ב'צואה' רותחות....

נאר צי קלאר מאכן ער האט נישט געהייסן יהושע, ער האט געהייסן ישו, נאר די מיסיאנערן האבן רעטראעקטיוולי געטוישט זיין נאמען צו יהושע פאר מארקעטינג פורפעסעס
Ironically, there is no scientific proof that the scientific method of proof is the most valid method of proof.
@זאל_זיין
באניצער אוואטאר
קהל'ס נער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 1442
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 12:25 am
געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
האט שוין געלייקט: 4061 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2858 מאל

Re: דרשות ואגדות חז"ל

הודעהדורך כרם זית » מיטוואך מערץ 09, 2022 10:32 pm

אין גמרא ווערט ער דערמאנט אלס יהושע בן פרחיה (כאטש עס מוז נישט זיין אז דאס איז יאשקע), אזוי אויך דער חת''ס אין זיין הגהות אויף מגילת ניתל ריפט אים יהושע.
וידוע מאמר החכם: כשם שאי אפשר לתבן בלי בר, כך אי אפשר לכרם בלי קוצים.
באניצער אוואטאר
כרם זית
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 579
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 06, 2020 5:41 pm
געפינט זיך: צווישן האמער און נאגל
האט שוין געלייקט: 1452 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 742 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » מיטוואך מערץ 09, 2022 10:48 pm

כרם זית: אזוי צי אזוי. יאשקע האט נישט געהייסן יהושע בן פרחיה. ער איז געווען א תלמיד פון ר' יהושע בן פרחיה...! די גמ' אין (סוף) מסכת סוטה ברענגט די אינטרעסאנטע מעשה מיט די באציאונגען פון ר' יהושע בן פרחיה און זיין תלמיד יש"ו הנוצרי...! און דעם לימוד וואס די גמרא נעמט ארויס פון די גאנצע געשיכטע...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 17515
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 11:57 am
האט שוין געלייקט: 21371 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 12447 מאל

הודעהדורך מי אני » מיטוואך יולי 06, 2022 12:01 pm

זשאַן-פּאָל סארטרע האט געשריבן לגבי מגדיר זיין ״ליטעראטור״:
On the one hand, the literary object has no substance but the reader's subjectivity ... But, on the other hand, the words are there like traps to arouse our feelings and to reflect them towards us ... Thus, the writer appeals to the reader's freedom to collaborate in the production of the work
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 4008
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 3:32 pm
האט שוין געלייקט: 11613 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3746 מאל

הודעהדורך מי אני » דינסטאג אוגוסט 16, 2022 9:48 pm

דר. טעי-יעאוּן קוּם שרייבט לגבי דאס וואס אפלטון האט זיך באנוצט מיט מיתוסן אין זיינע דייאלאגס:
Plato often turned to myth in ways that were complementary, rather than antithetical, to the kind of critical reasoning exhibited in the more argumentative parts of his writing. Plato’s myths end up being a distinct form of philosophical discourse in their own right, exploring aspects of our worldviews that are so deeply ingrained that they are difficult to pick apart solely through critical reason. The Myth of Metals [for instance] does not just make sweeping claims about what individuals are and are not naturally suited for. It also prompts a philosophical reimagination of the very concept of nature

In borrowing from the conventions of Greek mythology to create his own philosophical myths, Plato was attesting to the power of myth to reach, and to reshape, the stories we take for granted about our natural and social world. Such stories, in turn, can provide a stable imaginative framework of values and expectations for organising political experiences in meaningful ways, and can be vital to framing the way we think about our environment and our places in it

Plato’s myths, read without the baggage of the Enlightenment narratives told about him, serve as a reminder that myth did not always stand for the opposite of philosophy. Plato was himself well aware of the dangers of myth. But this awareness was part of a broader appreciation of its power and its possibilities, one that recognised the full range of myth’s potential to be both harmful and constructive for philosophy and politics. Above all, Plato’s understanding of myth stemmed from the position that our worldviews are underpinned by deeper, more elusive narratives that may be more easily accessed and shaped by the mechanisms of myth than those of rational argument. This insight was something that Plato applied to philosophers themselves. As Socrates suggests to his interlocutors in the Republic, the long process of educating the philosopher-guardians of their ideal city must be approached ‘as if we were at leisure and telling myths’

Plato’s own philosophical reinvention of myth also suggests that myths can be reworked in creative ways. Myths are not monoliths impervious to change, but dynamic stories open to reinterpretation every time they are retold
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 4008
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 3:32 pm
האט שוין געלייקט: 11613 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3746 מאל

הודעהדורך מי אני » פרייטאג סעפטעמבער 23, 2022 5:15 pm

דר. העראלד בלום שרייבט:
Poetic Influence–when it involves two strong, authentic poets–always proceeds by a misreading of the prior poet, an act of creative correction that is actually and necessarily a misinterpretation. The history of fruitful poetic influence, which is to say the main traditions of Western poetry since the Renaissance, is a history of anxiety and self-saving caricature of distortion, of perverse, willful revisionism without which modern poetry as such could not exist

(עס דערמאנט פונעם געדאנק פונעם שב שמעתתא בהקדמתו (אות ו).)

ואגב, דר. דזשעימס דיימאנד טענה'ט אז דאס איז ממש די געדאנק פון די געוואלדיגע influence וואס דער רמב"ם האט געהאט אויף מחשבת יהדות, אזש אז זיינע ספרים זענען בערך אזוי קענאניקעל בספרי יהדות ווי תנ"ך, משנה, תלמוד, מדרש, והזוהר. ער ברענגט צו פון דר. יצחק הוסיק אז פונקט ווי דר. אלפרעד נאָרט ווייטהעד האט געזאגט אויף אפלטון אז אלע נאכפאלגענדע מערב פילאזאפיע זענען פשוט ״פוּטנוֺיטס״ צו זיינע ווערק, איז דאס זעלבע מיט אלע מחשבות וספרי יהדות בהלכה וטעאלאגיע נאכ'ן רמב"ם ״פוּטנוֺיטס״ צום רמב"ם'ס ווערק.
56.jpeg
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 4008
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 3:32 pm
האט שוין געלייקט: 11613 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3746 מאל

הודעהדורך היסטאריע » זונטאג אקטאבער 02, 2022 10:47 am

מי אני האט געשריבן:דר. העראלד בלום שרייבט:

האלסט אז דאס איז אמת? נישט אביסל מוגזם?

אויב מען רעדט פין משנה תורה, קען מען עס הערן, כאטש מען קען פונקט אזוי זאגען דער זעלבע לגבי דער רי"ף. און דער טור האט מן הסתם געמאכט א גרעסערע מארק ווי דער רמב"ם.

לגבי דער חלק המחשבה, איז אמת אז כל זמן דער אר"י איז נישט געקומען, און מהפך געוועהן אידישקייט מן הקצה אל הקצה, זענען די ספרים געוועהן געבויט אויף דער רמב"ם, אבער פין נאך דער רמ"ק און אר"י, האבען זיי איבערגענומען די לייצעס, און אלעס פאלגט זיי נאך.
בערל דער בעל עגלה'ס הסכמה אויף מיר דא

ווען אזא לאו-לייף (טאקע, אויך מיר א שריפטשעלטער) ווי דו (שאינו יודע להבחין בין..."דו" ל' "די"... קומען אויף מיין באס, ווארף איך זיי אראפ נאך איידער זיי האבן א טשענס צו טון זייערע מעשים תעתועים
היסטאריע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 1308
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 01, 2021 4:58 pm
האט שוין געלייקט: 40 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1170 מאל

הודעהדורך חדשים » זונטאג אקטאבער 02, 2022 10:50 am

ער מיינט מסתם מחשבה ולאגיק לאפוקי מיסטיזם.
חדשים
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 205
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 29, 2022 9:46 pm
האט שוין געלייקט: 264 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 314 מאל

הודעהדורך מי אני » זונטאג אקטאבער 02, 2022 11:04 am

דר. דיימאנד זאגט אז דאס איז אפילו לגבי מיסטיסיזם. אין יענע אינטערוויו:
In your view, what is the dialectic between philosophy and kabbalah?

I don’t believe there can be a neat bifurcation between kabbalah and philosophy and the Maimonidean impetus for the development of kabbalistic theology is a critical focal point to demonstrate this. Scholars of Jewish mysticism have already argued for the Maimonidean influence on kabbalah - and not simply as an antagonist but as a positive catalyst for kabbalah’s formation. Maimonides’ influence on the Zohar is still a scholarly desideratum but I deal with one particular example where the Zohar’s mystical/sefirotic exegesis of a key verse in Maimonidean hermeneutics is fueled by Maimonides’ own pragmatic, rationalist reading of it

וכידוע האט ר' אברהם אבולעפיה (וועלכע איז געבוירן בערך 35 יאר נאכ'ן רמב"ם'ס פטירה) מחבר געווען זיין סתרי תורה לפרש המורה נבוכים עפ"י קבלה. (דער יש"ר מקנדיה האט דאס טאקע אוועקגעמאכט אין זיין מצרף לחכמה.)

אגב, דער טור אליינס איז אפטמאל אין דייעלעקטיק מיט'ן רמב"ם און זיינע שיטות.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 4008
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 3:32 pm
האט שוין געלייקט: 11613 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3746 מאל

הודעהדורך היסטאריע » זונטאג אקטאבער 02, 2022 10:02 pm

וכידוע האט ר' אברהם אבולעפיה (וועלכע איז געבוירן בערך 35 יאר נאכ'ן רמב"ם'ס פטירה) מחבר געווען זיין סתרי תורה לפרש המורה נבוכים עפ"י קבלה. (דער יש"ר מקנדיה האט דאס טאקע אוועקגעמאכט אין זיין מצרף לחכמה.)

און דו מאכסט עס נישט אוועק? איך האב קיינמאל נישט געזעהן זיין ספר, אבער דער רעיון אליין איז מרפסן איגרי.

דער יש"ר איז גראדע געוועהן א הייבריד, א פיליסוף און א מקובל. בכלל האט דער יש"ר און זיינע ספרים נישט זוכה געוועהן צו דער הערכה וואס עס קומט אים. ער טענה'ט אז דער עמק המלך האט געגנב'ט פין אים.

אגב, דער טור אליינס איז אפטמאל אין דייעלעקטיק מיט'ן רמב"ם און זיינע שיטות.

אמת, אבער נישט מער ווי אנדערע ראשונים. דער טור איז א חסיד פין זיין טאטע.

א אינטרעסאנטע פאקט וועגען דער טור, אז ער איז נישט געוועהן א רב דיין אדער סיי וועלכע משפיע. ער האט נאר געשריבען ספרים.
בערל דער בעל עגלה'ס הסכמה אויף מיר דא

ווען אזא לאו-לייף (טאקע, אויך מיר א שריפטשעלטער) ווי דו (שאינו יודע להבחין בין..."דו" ל' "די"... קומען אויף מיין באס, ווארף איך זיי אראפ נאך איידער זיי האבן א טשענס צו טון זייערע מעשים תעתועים
היסטאריע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 1308
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 01, 2021 4:58 pm
האט שוין געלייקט: 40 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1170 מאל

פריערדיגע

גיי צוריק תורה און מחשבה

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט