תמיה על כוונת הפרשנים שפירשו ע"פ פשוטו של מקרא

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
נהורא נפישא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 1947 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2320 מאל

תמיה על כוונת הפרשנים שפירשו ע"פ פשוטו של מקרא

שליחה דורך נהורא נפישא »

שוין יארן לאנג וואס די קשיא קוועטשט מיר, און כ'האב נאך נישט געהערט א תשובה מספיקה דערויף, ס'איז ידוע אז אין חז"ל איז דא פשט ודרש, וואס איז נוגע דרש זענען פארהאן דרשות וואס ווערן אין חז"ל בעצם נישט פאררעכענט ווי דרשות לצד הפשט נאר די דרשות זענען בעצם מגלה די פשט הפשוט אזוי איז דאס מיט די אלע מדרשי הלכה וואס זענען מברר די פשט הפשוט לאור די י"ג מדות שהתורה נדרשת, אין די פאל פון מדרשי הלכה איז א דבר פשוט אז ס'איז טאקע נישט שייך די כלל פון אין מקרא יוצא מידי פשוטו, ווייל די פשט וועט סותר זיין די דינים און הלכות וואס די תורה לערנט, און אט דאס איז געווען מיט די צדוקים וואס זיי האבן חולק געווען אויף די קבלה און דרכי הדרש און דערפאר האבן זיי געלערנט דוקא לפי פשוטו של מקרא און דערפאר האבן זיי חולק געווען אויף די דיני המצוות וואס חז"ל האבן אוועקגעשטעלט.

ווען ס'קומט אבער צו מדרשי אגדה (ובאמת שייך לפעמים גם לגבי מדרשי הלכה) דאן איז שייך צו זאגן דעם חילוק פון "זהו פשוטו של מקרא ורבותינו דרשו וכו'" ווייל יא מ'קען לערנען יעדען פסוק בשבעים פנים און מ'קען דאך פון יעדן פשט ארויסלערנען עפעס א לימוד אדער הוראה אין מחשבה און פנימיות, און דאן איז פארשטייט זיך גילטיג דער כלל פון אין מקרא יוצא מידי פשוטו.

טייל פרשני התורה פון די גאונים און ווייטער האבן -ווייזט אויס בהשפעת הקראים- אנגעהויבן עוסק זיין און מפתח זיין דעם דקדוק המקראי וואס איז ביז דאן נישט געווען פורמאליזירט און האבן למעשה אויך אנגעהויבן מפרש זיין לפי פשוטו של מקרא אויף א ראדיקאלן אופן.

די אבן עזרא איז מפורסם אז מערערע מאל איז ער מפרש שלא על פי הקבלה, טייל מאל פארשלייערט מיט רמזים און סודות, ווידעראום טייל מאל קערט ער וועלטן דוקא זיך מבטל זיין לדעת המעתיקים באגלייט מיט שטעך ווערטער קעגן די מפרשים שלא על פי הקבלה.

ס'איז דא עטליכע המלצות אויפן אבן עזרא צובש"פ דאס וואס די חיד"א איז מוכיח אז פון דעם וואס די רמב"ן איז דוקא נישט משיג אויף זיין גאר קאנטראווערסיאלע שטיקלעך איז מוכח שלא היה למראה עיני הרמב"ן וידי זרים שלטו בה, למעשה איז די טענה אן אינטערסאנט טענה, אבער זעט נישט אויס אז ס'זאל דוקא נתקבל ווערן, והא ראיה ס'איז קיינעם נישט בייגעפאלן דורכצוזיפן דעם פירוש פון אבן עזרא.

ס'איז דא נאך א מהלך וואס מ'נעמט, און דאס איז וואס די מהרש"ל ברענגט אז דער אבן עזרא איז טאקע געווען אן ענק רוח א גדול בשירה ופיוט און מדקדק, אבער איז דאך נישט געווען קיין "תלמודי" ס'הייסט ער איז פשוט נישט געווען קיין ת"ח (דרך אגב, א שפראך וואס איז פרעמד אין די אכשר דרא'דיגע חרדישע וועלט)

די קשיא איז אבער אזא איינער ווי די רשב"ם (ובאמת יש עוד דוגמאות) וואס איז לכל הדעות יא געווען א תלמודי, ער איז דאך פון די בעלי תוספות און פרשנים אין מערערע מסכתות בש"ס, און ווי ווייט איך ווייס איז נישטא וואס טענה'ן אז ידי זרים שלטו בה (נאר אין די אנפאנג סדרות) וויאזוי קען ער מפרש פסוקים זיין נגד הלכה, מילא אז ער איז מפרש וקשרתם לאות על ידיך והיו לטוטפת בין עינך בדרך אלגוריה, נישט געפערליך ווייל די פשט הפשוט איז נישט סותר די מצווה פון תפילין, לכל היותר טוט עס נישט שטיצן די מצווה, און אזוי איז דא אנדערע דוגמאות.

איך וויל זיך אבער באציען צו עטליכע פסוקים אין די פארגאנגענע וואך פרשה, שטייט אין פסוק ויאמר השם אל משה אמר אל הכהנים בני אהרן ואמרת אלהם לנפש לא יטמא בעמיו, כי אם לשארו הקרב אליו לאמו ולאביו ולבנו ולבתו ולאחיו ולאחתו הבתולה הקרובה אליו אשר לא היתה לאיש לה יטמא, לא יטמא בעל בעמיו.

לויט די פשט פון חז"ל וואס רש"י ברענגט טאקע מעג א כהן זיך מטמא זיין לאשתו, און זיי לערנען אז שארו זו אשתו, און דאס וואס ס'שטייט לא יטמא בעל בעמיו, באציט זיך דוקא באשתו פסולה, די פשט איז זיכער נישט לפי פשוטו של מקרא, (אויך אין יחזקאל ווערט נישט אויסגערעכנט אשתו צעווישן די וואס מ'מעג זיך מטמא זיין)

דער אבן עזרא שרייבט כי אם לשארו הקרוב אליו. היה נראה לנו כי פירושו כמו איש איש אל כל שאר בשרו שם כלל ואחר כן פרט לאמו ולאביו: וטעם בעל בעמיו. שלא יטמא הבעל באשתו וכאשר ראינו שהעתיקו רבותינו כי יטמא לאשתו ושמו לשארו כדרך אסמכתא כאשר פירשתי במלת לעם נכרי ואמרו כי פירוש בעל גדול שהעם ברשותו כמו בעליו אין עמו בטל הפירוש הראשון.
זעט מען ווי דער אבן עזרא ברענגט טאקע קודם די פשוטו של מקרא אבער ווארפט אים אפ וויבאלד ס'איז סותר די פירוש המקובל פון חז"ל.

ווידעראום די רשב"ם שרייבט לא יטמא בעל בעמיו. שום בעל בעם הכהנים לא יטמא לאשתו: להחלו. שהרי מתחלל מכהונתו, ולפי דברי חכמים. לא מטמא לאשתו פסולה וחללה אבל מטמא לאשתו כשירה.
דאס הייסט אז ער ברענגט פשוט צוויי פירושים, איינס די פשוטע פשט וואס בלייבט ביי אים לעגעטים, און דערנאך ברענגט ער וויאזוי חז"ל לערנען פשט.
מיין שאלה איז יעצט אויף וואספארא צוועק גיט די רשב"ם לעגיטימיטעט צום ערשטן פשט וואס האט נישט קיין שום לימוד סיידן דאס זיך קלאר סותר זיין צו די פשט המקובל ?
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום נהורא נפישא, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
למה נקרא שמו רבי נהוראי, שמנהיר עיני חכמים (עירובין:)

דער אשכול פארמאגט 114 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר