ביקורת המקרא - 101

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
פארשטאנד
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 130
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 16, 2012 4:31 pm
האט שוין געלייקט: 52 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 157 מאל

ביקורת המקרא - 101

שליחה דורך פארשטאנד »

אזהרה: ביקורת המקרא איז א נושא וואס אפי' אויב דו דיסעגריעסט מיט איהרע הנחות, וועסטו טוישן דיין בליק און קוק אויף תנ"ך אויף אייביג, ועל זה נאמר (משלי ב' י"ט): כל באיה לא ישובון.

די געדאנק פון ביקורת המקרא דהיינו, לערנען פונעם מקרא אליין אויף די נאטור פונעם מקרא, האט איינגעזייעט שפינוזה, ברוך שפינוזה אן איטאליענער איד האט געשריבן א קונטרס 'מאמר תאולוגי מדיני' אין יאהר 1670, ווי ער טוט מערר זיין אויף די אנגענומענע מיינונוג - ביי אידן און קריסטן צוגלייך - ביז צו זיינער צייט, אויפן דרך חיבור ומסירת המקרא, און טוט אויספיהרן אז די תורה איז נתחבר געווארן דורך עזרא הסופר בימיו.

איבעריג צו זאגן אז די ראיות און הוכחת פון שפינוזה, זענען שוואך פאר די היינטיגע חוקרים, אבער זיין געוואגטע געדאנק פון חקר'נען אויפן עצם יצירת התנ"ך שלאגט נאך ווארצלען 'עד היום הזה'.

די טאטע פון ביקורת המקרא איז אן א ספק וועלהויזען, יוליאס וועלהויזען א פראטעסטאנטישע קריסט, האט צובראכן און צעטיילט דעם תנ"ך כאדם העושה בתוך שלו, ברצותו מרחיב וברצותו מקצר, לויט ווי ער האט געהאלטן די תורה און נביאים איז ארגיאנעל געווען. וועלהויזען האט מפרסם געווען זיין שיטה אין זיין ביכל 'אריינפיהר צום היסטאריע פון די אידן' (Prolegomena zur Geschichte Israels) אין יארע 1883.

איך וויל נישט דן זיין בפרטי פרטים יעצט בשיטת וועלהויזען, איך וויל אריינגיין אין די כלליות'דיגע ענינים פון ביקורת המקרא און עפענען די דיסקוסיע.

אלזא; ביקורת המקרא זוכט צו אידענטיפיצירן די כותבי המקרא, און באשליסן ווען - עכ"פ בערך - זיי זענען געשריבן געווארן, די 'ווער' איז שווערער צו אידענטיפיצירן ווי די 'ווען' לויט די בעלי ביקורת, במילא דארף מען קודם מבאר זיין די 'ווען'. די יסוד פון ווען איז עס געשריבן געווארן ליגט אויף די פאלגענדע יסודות.

א) ספר דברים איז די 'ספר התורה' וואס איז געטראפן געווארן בימי מלך יאשיהו ווי געשילדערט אין מלכים (ב' פרקים כ"ב-כ"ג), ווייל די רעפארמען וואס יאשיהו המלך האט דורכגעפיהט נאכן טרעפן די ספר הברית איז געבויעט אויף די נארוואס געטראפענע ציוויים פון ספר דברים.
ואלו הן:
• אוועקנעמען אלע במות, ובלשון הכתוב (שם כ"ג ח') וַיְטַמֵּ֣א אֶת־הַבָּמ֗וֹת אֲשֶׁ֤ר קִטְּרֽוּ־שָׁ֙מָּה֙ הַכֹּ֣הֲנִ֔ים מִגֶּ֖בַע עַד־בְּאֵ֣ר שָׁ֑בַע וכו'.
• ריכוז הפולחן, היינו מאכן ירושלים און די בית המקדש די איינציגסטע פלאץ ווי מ'איז מקריב קרבנות. ווי די פסוק אין דברים פארלאנגט (יב י"ג-י"ד) הִשָּׁ֣מֶר לְךָ֔ פֶּֽן־תַּעֲלֶ֖ה עֹלֹתֶ֑יךָ בְּכׇל־מָק֖וֹם אֲשֶׁ֥ר תִּרְאֶֽה׃ כִּ֣י אִם־בַּמָּק֞וֹם אֲשֶׁר־יִבְחַ֤ר יְהֹוָה֙ בְּאַחַ֣ד שְׁבָטֶ֔יךָ שָׁ֖ם תַּעֲלֶ֣ה עֹלֹתֶ֑יךָ וְשָׁ֣ם תַּעֲשֶׂ֔ה כֹּ֛ל אֲשֶׁ֥ר אָנֹכִ֖י מְצַוֶּֽךָּ:, דאס איז באמת א דירעקטע תוצאה פון צוברעכן און אסר'ן אלע אנדערע פארמען פון עבודת השם, ווייל די איינציגסטע אפציע וואס בלייבט איבער איז אין בית המקדש.
• הקרבת הפסח אין בית המקדש. כפשוטו, מקריב זיין דעם קרבן פסח אין בית המקדש. ד.ה. ביז דאן איז די קרבן פסח נישט געווען אין מקדש כלל, יעדער האט זיך מקריב געווען זיין קרבן אין זיין הויז און עס געגעסן, ווי עס איז פשטות אין שמות (פרק י"ב) און דארט שטייט וּשְׁמַרְתֶּ֞ם אֶת־הַיּ֥וֹם הַזֶּ֛ה לְדֹרֹתֵיכֶ֖ם חֻקַּ֥ת עוֹלָֽם, ע"פ פשטות איז דאס די וועג די פסח דארף זיין לדורות (ועיי' משנה פסחים ט, ה,). דאס איז פשטות פשט אין פסוק (מל"ב כ"א-כ"ב) וַיְצַ֤ו הַמֶּ֙לֶךְ֙ אֶת־כׇּל־הָעָ֣ם לֵאמֹ֔ר עֲשׂ֣וּ פֶ֔סַח לַיהֹוָ֖ה אֱלֹהֵיכֶ֑ם כַּכָּת֕וּב עַ֛ל סֵ֥פֶר הַבְּרִ֖ית הַזֶּֽה׃ כִּ֣י לֹ֤א נַֽעֲשָׂה֙ כַּפֶּ֣סַח הַזֶּ֔ה מִימֵי֙ הַשֹּׁ֣פְטִ֔ים אֲשֶׁ֥ר שָׁפְט֖וּ אֶת־יִשְׂרָאֵ֑ל וְכֹ֗ל יְמֵ֛י מַלְכֵ֥י יִשְׂרָאֵ֖ל וּמַלְכֵ֥י יְהוּדָֽה׃ דאס הייסט, די נייע מהלך פון קרבן פסח אין מקדש איז נאכנישט געווען ביז דאן.

ב) ספר דברים וואס איז געטראפן געווארן בימי יאשיהו איז נתחבר געווארן בימיו (מיטן ציהל עס צו ניצן פאר די 'רעפארמען' וואס יאשיהו המלך האט דורכגעפיהרט). די לאגיק דערפון איז, וויבאלט די דריי זאכן זענען חידושים אין ספר דברים, פארקערט ווי געשריבן אין די אנדערע ספרי התורה, איז א ראי' אז עס איז נתחבר געווארן בימיו, אדער עכ"פ היפש שפעטער ווי די אנדערע ספרי התורה.
דאס איז א וויכטיגע פונקט אין ביקורת המקרא, ווייל דאס גיט אונז א נקודה פון ווי אנצוהייבן צו דאטירן די אנדערע ספרי תנ"ך, ד.ה. אויב ספר פלוני האט קיין פראבלעם מיט במות מוז עס זיין בעפאר די צייטן פון חזקיהו.

פון דא נעמיר די געדאנק אביסל ווייטער, אונז קריכן אריין אין די מחשבה פונעם בעל ספר הברית, אונז קוקן צו וואס ער ציהלט, וואס זענען זיינע מאטיוון, און-ווי-נאר-אימער מיר וועלן טרעפן די זעלבע געדאנקען (און שרייבן-סטיל) אין אנדערע ספרי התורה ונביאים אינדרויסן פון ספר הברית (דברים), וועלמער זאגן אז דאס געהערט צו אים, ער איז דער שרייבער. (ובלשון החוקרים: Deuteronomist) אזוי אויך איז זעלבספארשטענדליך אויב ווייסמער אז ספר הברית איז נתחבר געווארן בימי יאשיהו המלך (אדער יחזקיהו) ווי אויבנדערמאנט, דאן וועלמער וויסן מער-ווייניגער די זמן ווען די אנדערע שטיקלעך וואס אונז האבן צוגעטיילט צום בעל ספר הברית זענען געשריבן געווארן.

ביז דא, אויפן שפיץ גאפל ממש, די יסודות פון דאטירן לויט די בעלי ביקורת המקרא.
די אמת מאכט נישט גליקלעך, און א גליקליכע מענטש מיינט נישט אז ער האט דעם אמת.

דער אשכול פארמאגט 124 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר