פשוטו של מקרא

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
באניצער אוואטאר
כרם זית
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 877
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 06, 2020 6:41 pm
געפינט זיך: צווישן האמער און נאגל
האט שוין געלייקט: 2606 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1584 מאל

פשוטו של מקרא

שליחה דורך כרם זית »

איך האב געזיכט אן אשכול של יינה של תורה וואו קאווע שטיבל מיטגלידער קענען ארויפשטעלן אייגענע אדער אומבאקאנטע פשטים בכ''ד כתבי הקודש, על פי פשיטו של מקרא. אזוי ווי איך האב נישט געטראפן אזא אשכול האב איך אליין געפענט לזיכוי הרבים. אט וועל איך אראפשרייבן א פשט וואס איז לפע''ד לאמיתו של תורה, אויף אן אומפארשטענדליכן פסוק אין מגילת רות וועלכע מיר האבן אלע געליינט בחג השבועות העעל''ט:
ותבוא אל חמותה ותאמר מי את בתי. ותגד לה את כל אשר עשה לה האיש (ג. טז.)
איך בין זיכער אז אסאך פון אייך ווען איר האט געלערנט די פסוק האט איר זיך גלייך געוואונדערט וואס איז פשט אין נעמי'ס שאלה צו רות ''מי את בתי''. וואס הייסט ווער איך בין. איך בין דאך רות וואס האט זיך אפגעריסן פון מיין פארגאנגנהייט נאר מיטצוגיין מיט דיר?! וואס איז פשט אין די שאלה (ועיין בא''ע ובמלבי''ם מה דנדחקו בזה).
די תירץ ליגט לפע''ד אין בלויז איין פסוק פארדעם. אט ליינען מיר אז נאכדעם וואס רות האט זיך באקאנט געמאכט מיט בועז האט איר בועז געזאגט:
ויאמר הבו המטפחת אשר עליך ואחזי בה. ותאחז בה. וימד שש שערים וישת עליה ויבא העיר (שם טו)
אז בועז האט איר פארבעטן אויסצוטון איר טיכל כדי אריינצולייגן אין דעם שערים. אויב אזוי קען מען פארשטיין פארוואס איר שוויגער נעמי האט איר נישט דערקענט וויבאלד זי איז נישט צוגעוואוינט געווען צו זען רות אן קיין טיכל און דא איז זי אהיימגעקומען אן דעם האט זיך גאנץ אן אנדערע צורה באוויזן פאר איר.
(מקען נאך צולייגן אז רות האט אויסגעזען גאר משונה אויב גייט מען מיטן שיטת הרי''ף אז א גיורות פאר איר טבילה דארף זיך שערן די גאנצע האר, עיין יו''ד סימן רסח. וק''ל.)
לויט די מהלך שטימט אויך עטליכע אנדערע דיוקים:
וואס דארף די תורה פארציילן (פסוק טו) וישת עליה, נאר עס קומט פארציילן רות'עס צניעות ווי זי האט צוריק ארויפגעלייגט איר טיכל אויף איר קאפ אינאיינעם מיט די שעורים.
פארוואס ענטפערט רות אויף די שאלה מי את בתי, את כל אשר עשה לה האיש. נאר כמביאור האט זי מסביר געווען פארוואס זי זעט אויס אנדערש ווייל זי האט נישט קיין טיכל ווייל עשה לה האיש.
בפסוק שלאחר זה (יז) שש השערים האלה, וואס איז די ה הידוע וואו איז שוין די שעורים דערמאנט געווארן.
אין מקרא יוצא מידי פשוטו.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום כרם זית, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
וידוע מאמר החכם: כשם שאי אפשר לתבן בלי בר, כך אי אפשר לכרם בלי קוצים.

דער אשכול פארמאגט 47 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר