שלח - דיין חסרון איז דיין גרעסטע מעלה!

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
א שעפעלע
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 372
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 17, 2014 9:19 am
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 162 מאל

שלח - דיין חסרון איז דיין גרעסטע מעלה!

שליחה דורך א שעפעלע »

בס"ד

אין די וואכעדיגע פרשה שפילט זיך אָפ א דראמאטישע און טרויעריגע געשעעניש אין די היסטאריע פון כלל ישראל. די אידן שיקן מרגלים זאלן אויסשפיאנירן ארץ ישראל, נאכדעם וואס דער באשעפער האט זיי געגעבן ערלויבעניש. די שפיאנען קומען צוריק אז ארץ כנען איז א גוט לאנד מיט געשמאקע גרויסע פירות, אבער ס'איז זייער א שרעקעדיגע פאָלק צו באזיגן. כלל ישראל האט אָנגעהויבן צו וויינען אז זיי ווילן נישט אריינגיין אין ארץ ישראל, און די ענדע פון די מעשה האט זיך ווי באקאנט ליידער נישט גוט אויסגעלאזט.

רש"י זאגט אונז אויפ'ן פסוק כֻּלָּם אֲנָשִׁים רָאשֵׁי בְנֵי יִשְׂרָאֵל הֵמָּה (פרק יג פסוק ג): כלם אנשים - כל אנשים שבמקרא לשון חשיבות ואותה שעה כשרים היו – דער פסוק און חז"ל זענען מעיד אז מען רעדט דא פון די חשוב'סטע אידן, וועלכע זענען באמת געווען ערליך ביים ארויסגיין אויף זייער שליחות. דארף מען זיך פארטיפן מיט די פשוט'ע פראגע: וואס האט דא פאסירט? בפרט ווי מיר ווייסן אז דאס עצם גיין איז נישט געווען קעגן דעם רצון ה', דעמאלט פארוואס און ווי אזוי איז ארויסגעקומען די שרעקליכע טעות וואס די מרגלים האבן געמאכט?!

בכלל דארף מען פארשטיין דעם זינד פון די מרגלים. די אלע שלעכטס וואס זיי האבן גערעדט אויפ'ן לאנד ווען זיי זענען צוריק געקומען פון ארץ ישראל זענען דאך געווען אמת'ע זאַכן. מיר געפינען ווען משה רבינו זאגט פאר כלל ישראל אז זיי וועלן ארויף גיין קיין ארץ ישראל זאגט ער זיי אויך (דברים ט): שְׁמַע יִשְׂרָאֵל אַתָה עֹבֵר הַיּוֹם אֶת הַיַרְדֵן לָבֹא לָרֶשֶׁת גּוֹיִם גְּדֹלִים וַעֲצֻמִים מִמֶךָ עָרִים גְּדֹלֹת וּבְצֻרֹת בַשָמָיִם - "הערט צו אידן, איר גייט יעצט אריבער דעם ירדן צו פארטרייבן פעלקער וואס זענען גרעסער און שטערקער ווי אייך, גרויסע באפעסטיגטע שטעט ביז'ן הימל." זעט מען דאך אז משה רבינו האט אויך געזאגט די זעלבע זאכן, פארוואס דווקא ביי די מרגלים איז געווען די בכיה לדורות?

אוודאי האבן מיר נישט קיין שום השגה אין די טיפע ענינים, בפרט אז מען רעדט פון די הייליגע דור דעה, נאר לאמיר זיך אויסשמועסן אויף אונזער מדריגה, אלעס מיטן ציל בעזר ה' ארויסצונעמען די ריכטיגע חיזוק און הדרכה פאר'ן טאג טעגליכן לעבן.

צווישן די הייליגע געסלעך פון ירושלים עיה"ק וואוינט דער באקאנטער ר' זושא. ר' זושא איז געווען א אינגערמאן וואס איז ליידער געבוירן מיט א דיסעבילעטי, ער האט זיך נישט געקענט געהעריג באוועגן אליינס, און אזוי פלעגט ער יארן ארומגיין צובראכן און צוקלאפט. ויהי היום, ר' זושא שפאצירט, אדער בעסער געזאגט, ער שלעפט זיך אויפ'ן גאס, ווען פלוצלינג שפאצירן צו צו אים א חברה בחורים וואס לערנען אין א ישיבה אנטקעגן איבער זיין שטוב און זאגן, "א גוטן טאג, ר' זושא, אפשר קומט איר זאגן אפאר ווערטער ביי אונז אין ישיבה?"

"וואס? איך?" וואונדערט זיך ר' זושא. "איך זאל האלטן א דרשה?" "יא, מיר ווילן פון אייך הערן," האבן די בחורים געענטפערט. ר' זושא איז פארוואונדערט ביז גאָר און ער פרובירט זיך ארויסצודרייען."וואס זאל איך אייך זאגן, איך בין נישט קיין בעל דרשן, ניטאמאל האב איך דער ריכטיגע שפראַך." אבער די בחורים האבן זיך גע'עקשנ'ט, "ר' זושא, דווקא דאס ווילן מיר, מיר ווילן פון אייך הערן אייער פשוטע טעגליכע לעבן." ר' זושא האט נישט פונקטליך געוואוסט וואס זיי ווילן אבער ער האט מסכים געווען אריבער צו קומען און כאַפן א שמועס מיט די בחורים.

ר' זושא האט זיך געטראפן דערציילן זיין ביאגראפיע פאר די בחורים, און פון מינוט צו מינוט איז געווארן שטילער און שטילער. אלע זענען געווען ווי צוגענאָגלט צו זייערע ערטער, הערנדיג זיין 'פשוטע' לעבנס געשיכטע, ווי שווער ס'איז געווען אלץ קינד און דערנאך אלץ בחור'ל, וויפיל מסירת נפש ס'איז געווען צו לעבן מיט אלע זיינע שוועריגקייטן און זיך נישט אפשטעלן נאר ממשיך זיין און וואַקסן. טרערן האט זיך דערקענט אויף די אויגן פון די בחורים, הערנדיג ווי שווער ס'איז אים געווען אלץ יונג בחור'ל ווען איינער פון די חברים אין זיין כיתה, זייענדיג יונג און נאריש האט מחליט געווען צו מאכן א ליצנות פון זיין חסרון, דערנאך ווען ער איז געווען אין שידוכים יארן און ער האט באקומען איין 'ניין' נאכן צווייטן…

אבער צו די זעלבע צייט וואס ר' זושא האט דערציילט זיינע צרות, האט ער אריינגעגאסן בתמימות הויפענעס פון חיזוק, אמונה און בטחון. ער האט אליין נישט געכאפט ווי ער דערמאנט צווישן זיינע שורות ווי אזוי ער האט זיך געשטארקט און אנגעגאנגען ווייטער, ער האט געגאסן שמחה און האַרץ, הייליגע פשוט'ע ווערטער וואס ער האט אליינס נישט געוואוסט אז ער האט אין זיך האבן יעצט ארויסגעפלאסן פון זיין הארץ.

ווי נאר די דרשה האט זיך געענדיגט האט זיך פלוצלינג געפארעמט א שורה ארום ר' זושא, און אלע האבן אים געבעטן א ברכה. אלע האבן זיך נישט געקענט איבערקומען פון וואס זיי האבן געהערט, און פלוצלינג האט זיך אויפגעמאכט פאר ר' זושא א נייע וועלט. פון איין מינוט אויפ'ן צווייטן האט ער איבער געדרייט זיינע באהאלטענע יסורים צו א מקור פאר הונדערטער אדער גאר טויזענטער אידן וואס הערן זיך צו - צו דעם אומבאשרייבליכע יסורים וואס ער איז אריבער. ר' זושא איז געווארן א מקור פון חיזוק, שטארקייט און אמונה ובטחון פאר אסאך, פילע באשרייבונגען איבער זיין לעבן האבן געהאלפן טויזנטער אידן.

לאמיר זיך אפשטעלן און באמערקן. ביי ר' זושא פערזענליך האט זיך גארנישט געטוישט, אלעס איז געבליבן די זעלבע – זיינע שוועריגקייטן, זיינע יסורים און עגמת נפש איז ליידער דאס זעלבע. אבער צו די זעלבע צייט האט זיך זיין בליק געטוישט. דער וועג ווי ר' זושא קוקט זיך זעלבסט אָן, און דער אופן ווי אזוי אנדערע האבן אנגעהויבן קוקן אויף ר' זושא, האט זיך געטוישט. ער האט געהאלטן אז ער איז א צובראכענע רחמנות וואס האט גארנישט צו פארקויפן, ער פלעגט זיך שטארקן בינו לבין עצמו אבער דא האט זיך עס אפגעשטעלט. און פלוצלינג זייענדיג א אינגערמאן נאנט צו די פערציג, איז ער געקומען צו די הכרה אז: יא, ליידער האב איך א דיסעביליטי און ס'איז נישט גרינג, אבער צו די זעלבע צייט איז דאס די נקודה וואס ברענגט ארויס מיינע שטארקייטן און מיין חשובות.

מיין אייגענע שווערע לעבן בין איך פערזענליך אדורך, אבער א דאנק דעם בין איך א מקור פון חיזוק פאר טויזנטער מענטשן. מיינע יסורים איז מיין ליכטיגקייט און מיין ספעציעלע תפקיד מיוחד וואס איך דארף פארשפרייטן אויף דער וועלט... יא, ס'איז מיין חסרון וואס מאכט מיר ווער איך בין, ס'איז מיין חסרון וואס מאכט מיר שיינען און לייכטן. פלוצלינג האט ער באמערקט אז די זעלבע שוועריגקייט איז אויך הערליך שיין, אט די זעלבע נסיון איז די גרעסטע חיזוק און ליכטיגקייט פאר אסאך! פון זיין שווערסטע חסרון איז געווארן זיין גרעסטע מעלה, אבער פארשטייט זיך אז ס'איז געקומען מיט יסורים און שוועריגקייטן און זיך מתגבר זיין איינמאל און נאכאמאל ווען ער איז געווען איינער אליינס.

די מעשה ברענגט אונז ארויס א גרויסער יסוד אין לעבן. איעדע מציאות פון טונקלקייט, שוועריגקייט, אדער סיי וועלכע חסרון אונזערע קען אויך זיין צו די זעלבע צייט א מקור פון חיות און ליכטיגקייט. מיר זענען כסדר פארנומען אריינצוטראכטן אין אונזערע חסרונות, אלעס וואס עס פעלט אונז, און מיר גלוסטן צו האבן נאך מעלות. דעריבער דארפן מיר געדענקען א יסוד נפלא: 'ווען מיר זוכן אונזערע מעלות דארף מען קוקן דארט וואו מיר שפירן אז ס'דרוקט אונז דאס מערסטע'. ווייל אונזערע חסרונות מאכן אונז באמת שיינען, ס'איז די נקודה וואו אונזער הצלחה ליגט באהאלטן.

ס'הערט זיך אביסל אינטערעסאנט, אבער ס'איז א מציאות. ווען מיר זאלן באטראכטן אונזערע חסרונות איינציגווייז וועלן מיר באמערקן אז אט דער חסרון איז באמת א הערליכע טאלאנט און מעלה. פארשטייט זיך אז מיר האבן אַן עבודה פון עס נוצן ריכטיג, פון עס לייגן אויף די ריכטיגע פלאץ, אבער ס'איז עפעס וואס מיר דארפן האבן. ס'איז עפעס וואס מיר טאָרן חלילה נישט אוועקמאכן און פטור ווערן דערפון ווייל מיר דארפן עס האבן. ווי באקאנט זענען די הייליגע ווערטער פון די בעל חובת התלמידים: אין מדה וטבע רע בהחלט בילד ישראל – הורונו קדושי ישראל הבעל שם טוב ותלמידיו אחריו זצ"ל, רק שצריכים לדעת איך לשמש בהם ולגדלם. - "עס איז נישטא קיין שלעכטע מידות אדער א שלעכטע טבע ביי א אידיש קינד - אזוי האט דער הייליגער בעל שם טוב און זיינע תלמידים אונז געלערנט, נאר מען דארף וויסן ווי אזוי עס אויסצונוצן צום שטייגן."

דער חובת התלמידים איז ווייטער מסביר אז אויב א קינד איז אַן עקשן, און ער לאָזט זיך נישט בייגן, זאל מען אריינטראכטן ווי ער וועט זיין א פעסטער און שטאַרקער עובד ה' ווען ער וואקסט אויף. ווייל וויפיל הייליגע עקשנות פארלאַנגט זיך פון א אידיש קינד זיך צו קענען האלטן שטארק און ערליך?! אזוי אויך אויב א קינד איז א כעסן, ער רעגט זיך כסדר און איז ווילד, זאל מען אריינטראכטן ווי מען קען דאס אויסנוצן צום גוטן, ווי ער פארמאגט אזא פייער אין זיך וואס ווען ער וועט אויפוואקסן וועט ער עס אריינלייגן אין אידישקייט און דאווענען און לערנען מיט א קאָך און א ברען.

יעדע כח אונזערע איז א מתנה פון הקב"ה. פונקט ווי מיר ווייסן אז אלעס וואס דער אויבערשטער האט באשאפן איז גוט, אזוי אויך יעדע אייגנשאפט פון דעם מענטש וואס דער אויבערשטער האט אריינגעגעבן אין אים איז געמאכט מיט א גוטע כוונה און קען ווערן אויסגענוצט אויף א דערהויבענע ציל. עס איז נישטא אזא זאַך אז דער מענטש פאַרמאָגט אַן אייגנשאפט וואס ער קען נישט נוצן אויף אויפצוטון גדולות ונצורות. די עבודה איז צו האבן די ריכטיגע בליק, די ריכטיגע אויגן און עס לייגן אויף די ריכטיגע פלאץ באמערקן די ליכטיקייט און שיינקייט וואס ליגט באהאלטן אין יעדע מידה און נאטור אונזערע.

איינע פון די חברים האט דערציילט, פסח ווען ער איז געזעצן מיטן משפחה און געשמועסט איבער דער געדאנק פון גאולה פרטית ביי יעדן איד, האט מען געשמועסט ווי אזוי דער מענטש ווערט באַפרייט פון אייגענע גלות'ן, און צווישן די שמועס האבן זיי אפגעמאכט אז יעדער וועט אויפברענגען איין חסרון וואס ער פארמאגט און די אנדערע וועלן אויפווייזן אז ס'איז גאָר א מעלה. איין קינד האט געזאגט אז ער איז א פוילער, האט אים א ברודער געזאגט: "אמת, אבער צו דער זעלבע צייט ביסטו פיל מיט געדילט און סבלנות די קענסט זיצן אזוי רואיג אויפן קאוטש און ליינען וואס דאס איז עפעס וואס איך און אסאך אנדערע קענען נישט, און אנדערע ווערטער מיט דיין פוילקייט קומט א הערליכע מעלה פון סבלנות און געדילדיגקייט נוץ עס!
דער צווייטער האט געזאגט אז ער איז אביסל שוואַך אין נאטור און ער ווערט שנעל איבערגענומען. דער ברודער איז אויפגעשפרינגען און זיך אנגערופן, "טאקע דערפאר ווערסטו שנעל אָנגעוואַרעמט, ווי נאר דו הערסט א שיינע דרשה אדער עפעס א גוטע געדאנק נעמט עס דיר גלייך איבער און דו שטייגסט דערפון…"

אויב מיר וועלן גיין א טריט ווייטער און טיפער וועלן מיר גלייך באמערקן אז אונטער יעדער חסרון אונזערער ליגט באהאלטן אונזערע גרעסטע און שענסטע מעלות. מיר דארפן האבן די גוטע און ריכטיגע אויגן און באמערקן אז אונזערע שוועריגקייטן זענען אונזערע וועגווייזערס וואס מאכט אז אונז זאלן זיין ווער מיר זענען, ס'איז דער ליכטיגקייט און גאולה פון אונזער לעבן. צדיקים האבן געזאגט אז דאס ווארט מידות טראָגט מיט זיך דער אפטייטש פון א מאָס. אלעס דארף מען וויסן וויפיל איז דער גבול און שיעור. א מאכל וואס איז נישט געזאלצן איז נישט בא'טעמ'ט, אבער צופיל זאַלץ איז נישט קיין עסק. דאס מיינט אבער נישט אז זאַלץ איז נישט קיין גוטע זאַך, אדרבה ס'איז גאר א גוטע און לעבנסוויכטיגע באשטאנדטייל. חס ושלום מען זאל זיך אוועקמאכן אדער זיך אראפרייסן אדער אראפהאקן א צווייטן צוליב א חסרון, ווייל אט אין דעם חסרון ליגט מעגליך באהאלטן אונזערע גרעסטע כוחות און מעלות.

מיר זענען באקאנט מיט א מעשה פון א בחור וואס איז געווען אביסל צו לעבעדיג, און דער משגיח האט אים נישט געוואלט מיטנעמען אין קעמפ, דער בחור, זייענדיג גאר א גוטהארציגער, האט זיך געבעטן ביי זיין ראש ישיבה אז ער קען בשום אופן נישט מצער זיין זיינע עלטערן, און אז ער איז מסכים צו טוען אלעס אויף דער וועלט אבי נישט צו דארפן בלייבן אין שטאט און וויי טוען זיינע עלטערן.

דער ראש ישיבה האט אים געזאגט: "קוק אהער, איך זעה נישט קיין שום וועג דו זאלסט קענען איינזיצן די אלע לאנגע שעות און לערנען, און איך זעה נישט ווי אזוי דער זומער וועט אזוי קענען אנגיין." דער בחור האט זיך אָנגעטראָגן אז אפשר זאל ער ארבעטן אפאר שעה אין קאָך און ארויסהעלפן צוגרייטן די עסן, אזוי ארום זאל דער טאג נישט זיין אזוי לאַנגווייליג, דער ראש ישיבה האט מסכים געווען, וכך הוה. ער איז געפאָרן אין קעמפ, און א חלק טאג האט ער ארויסגעהאלפן. היינט איז שוין פופצן יאר שפעטער, און דער אינגערמאן איז אצינד דער אדמיניסטראטאר פון אלע מוסדות פון דער קהילה, אריינגערעכנט די חדר, ישיבה און מיידל סקול. דער זעלבער חסרון וואס האט אים נישט געלאזט איינזיצן דעם גאנצן טאג אין ישיבה, איז געווארן זיין גרעסטע מעלה, ווען ער נוצט זיין ענערגיע און פרישקייט אנצופירן א גאנצן טאג מיט גרויסע אינסטיטוציעס.

די זעלבע נאטור, אין דעם פלאץ איז עס א פראבלעם אבער אט דעם זעלבן מציאות און דעם ריכטיגן פלאץ איז עס א ליכטיגקייט. אזוי איז עס מיט אלע מידות אונזערע. אזעלכע מידות ווי עקשנות, כעס, קנאה און גאוה זענען אלע אונזערע גרעסטע מעלות, מיר דארפן עס ניצן אויף די ריכטיגע פלאץ. מיר דארפן זיין שטארק און ברענען פאר עבודת ה', וויפיל גאווה דקדושה פעלט זיך אויס צו זיין א ערליכע אפגעהיטענע איד, מיר דארפן פרובירן נאכצומאכן אנדערע וואס זענען מצליח. מיר אלע האבן ליב אונזערע מעלות, לאמיר באטראכטן דאס וואס מיר רופן אונזערע שוועריגקייטן און חסרונות און אט וועלן מיר עס טרעפן.

מען קען זיך פארשטעלן וואספארא עוולה דער איד טוט צו זיך אליין, ווען ער נעמט זיין אייגנשאפט, זיין נאַטור וואס דער באשעפער האט אים אזוי באשאפן, זיין חלק אלוק ממעל וואס מען האט אים באשאנקען, און ער קוקט עס אָן מיט א שלעכט אויג, ער האט זיך פיינט ווייל ער טראַכט אדער שפירט אדער טוט אזוי און אזוי. דאס איז אזוי ווי איינער זאל נעמען א הערליכע מתנה וואס ער האט באקומען, און אנשטאט עס צו שעצן און עס נוצן זאל ער עס אריינווארפן אין מיסטקאסטן און זאגן, "קוקטס אזא שלעכטע מתנה האב איך באקומען, ס'איז דאָך אינגאנצן שמוציג."

דערמיט לאמיר צוריקקומען און באמערקן וואס האט ליידער פאסירט מיט די מרגלים, וועלכע זענען געגאנגען באטראכטן ארץ ישראל אבער אונטערוועגנס האבן זיי פארלוירן זייער אמונה און בטחון, און דערפון איז ארויסגעקומען א שרעקליכע זאַך. די אנשים חשובים וואס מ'האט געגעבן די וויכטיגע אויפגאבע האבן פארלוירן זייער הייליגע אמונה'דיגע בליק פון א איד, די ליכטיגע אויגן פון א איד וואס זעט אלעס מיט א העכערקייט און פנימיות איז נעלם געווארן און לאמיר באמערקן וואס פאסירט.

זיי קומען צוריק און זאגן: וְשָׁם רָאִינוּ אֶת הַנְּפִילִים בְּנֵי עֲנָק מִן הַנְּפִלִים וַנְּהִי בְעֵינֵינוּ כַּחֲגָבִים וְכֵן הָיִינוּ בְּעֵינֵיהֶם. – מיר האבן געזעהן די אלע גרויסע ריזן און מיר זענען קליין ווי היישעריקן. די מרגלים זענען געווארן אזוי איבערגענומען פון די מאכטפולע ריזן און פעלקער, זיי האבן פלוצלינג פארגעסן אז די שענסטע און גרעסטע מעלה וואס כלל ישראל פארמאגט איז אז מיר זענען קליין. 'כי אתם המעט', מיר זענען די קליינע פאלק. ווי חז"ל זאגן אונז: שלשה סימנים יש באומה זו הרחמנים והביישנין וגומלי חסדים, אונזער איידלקייט און באשיידנקייט און גוטע מידות איז אונזער שענסטע נקודה.

די ריזן זענען גרויס און שטארק אבער זיי זענען פארקערט ווי די אידן, און טאקע דערפאר גייט השי"ת אונז געבן די לאנד. מיר אידן האבן באקומען די תורה הקדושה אויף דעם 'קליינעם' בארג סיני, מיר קומען טאקע פון א 'גרויסע' לאנד מצרים, ווי מיר זענען געווען פארשקלאפטע עבדים און הקב"ה האט אונז דערהויבן, און אונז אויסגעקליבן אז מיר זאלן זיין דער עם הנבחר. און מיט די גרעסטע התבטלות זענען מיר געגאנגען נאך השי"ת, און טאקע דערפאר האלט אונז הקב"ה ווי א טאטע וואס טראגט א קינד. אבער ווען די אויגן פארלירן די תורה'דיגע בליק ווערט דער מעלה אונזערער אנגעקוקט ווי א חסרון ה"י. פלוצלינג זעהן מיר זיך אלס 'קליין' און נעבעכדיג, און דער צווייטער ווערט עפעס גאר 'גרויס'.

און ווען די אויגן ווערן פארטונקלט שטעלט זיך עס ליידער נישט אָפ, און די שענסטע און גרעסטע מתנות און מעלות ווערן אָנגעקוקט ווי חסרונות. ווי באקאנט זענען פירות ארץ ישראל מרמז אויף אלע השפעות וואס ארץ ישראל ברענגט מיט זיך. הקב"ה האט געבענטשט ארץ ישראל מיט פירות וואס איז נישט צו געפינען אין די גאנצע וועלט, און אט מיט די געוואלדיגע מתנה קומען זיי צוריק און מאכן דערפון א ליצנות און דערמיט ברענגען זיי אריין א פחד און שרעק אויף די אידישע קינדער, ווי רש"י ברענגט (פרק יג פסוק כג) אז די פירות זענען געווען גאר גרויס און אומגעווענליך, און דאס האט דערשראקן די אידן אז דאס פאלק איז אויך גאר גרויס און שטארק און מעכטיג.

טייערע ברידער און שוועסטער, ארץ ישראל האט זיך נישט געטוישט צוליב די מרגלים, נאר די וועג ווי אזוי מיר קוקן אויף איר האט זיך געטוישט. ווען מיר האבן די ריכטיגע אויסגעהאלטענע בליק זעט דער איד קלאר אז זיינע חסרונות און שוועריגקייטן זענען מיט א תכלית און ציל, און דערפון וואקסט ארויס מעלות און הצלחות. אבער חלילה אויב ווערן די אויגן פארנעפלט, אויב פארלירט מען די אמונה, זעט מען בלויז חסרונות און מען טרעפט נישט דעם בורא עולם אפילו אין די גרעסטע מתנות אונזערע.

אט דאס זאגט הקב"ה פאר משה רבינו: עַד אָנָה יְנַאֲצֻנִי הָעָם הַזֶּה וְעַד אָנָה לֹא יַאֲמִינוּ בִי בְּכֹל הָאֹתוֹת אֲשֶׁר עָשִׂיתִי בְּקִרְבּוֹ – ווי לאַנג וועט דאס פאלק נישט גלייבן, נאך אלע ניסים וואס איך האב געטון פאר זיי. כ'האב דאָך שוין אזוי סאַך געוויזן פאר כלל ישראל, ס'איז צייט אז מיר מאכן אויף די אויגן און באמערקן אז די גאנצע בריאה איז אנגעפילט מיט ניסים ונפלאות, וואונדערליכע גוטע זאכן וואס דער אויבערשטער וויל מיר זאלן הנאה האבן דערפון. ער האט באשאפן הערליכע גרויסע און זאפטיגע פירות פאר די אידישע קינדער, לאמיר עס אָנקוקן גוט און שיין, אנשטאט צו זען דווקא די זייטיגע חסרון וואס דאכט זיך אין קאפ. געדענקן אז: מיט די ריכטיגע אויגן זענען אונזערע גרעסטע חסרונות מעלות און מיט די נישט ריכטיגע אויגן זענען אונזערע גרעסטע מעלות חסרונות...

א גרויסער נישט אידישע רייכער מאַן האט דערציילט: ווען ער איז אויפגעוואַקסן האט ער געוואוינט אין גאָר א נאָכגעלאָזטע געגנט וואו ס'איז געווען פילע פארברעכן און היימלאָזע. א נערמאלע שטוב האט ער אויך נישט געהאט האבנדיג א טאטע וואס איז געווען א שיכור, דער מאמע איז געבליבן אליין מיטן שווערן ארבעט אים צו ערציען. זי האט ממש נישט געהאט קיין פרוטה, פלעגט זי גיין רייניגן הייזער און פארדינען אפאר דאלער, און נישט האבנדיג ווי אים איבערצולאָזן פלעגט זי זיך מיט אים ארום שלעפן און אים מיטנעמען ביים גיין ארבעטן.

דערציילט דער ביזנעס מאַן: "מיין מאמע פלעגט גיין צו גרויסע שיינע הייזער פון עלטערע רייכע מענטשן, און ס'איז דארט פאר א יונג קינד ווי מיר נישט געווען וואס צו טון, זיי האבן נישט געהאט קיין שום שפילצייג אדער קינדער מיט וועמען צו פארברענגען. בלית ברירה פלעג איך מיך זעצן ביי די פענסטער און געזיכט עפעס צו טוען, פלוצלינג האב איך באמערקט אז איעדע פאָר טעג פלעגט קומען איינער און דעליווערן א צייטונג. מען קען זיך פאָרשטעלן ווי ס'האט בימים ההם אויסגעקוקט, ס'האט כמעט נישט געהאט קיין בילדער, נאר בלויז נייעס. די צייטונג האט באריכטעט אסאך ביזנעס נייעס, גאזאלין/אויל פרייזן און וואו די מארקעטס האלטן און אזוי ווייטער. אזוי ווי איך בין געווען לאנגווייליג האב איך אנגעהויבן דורכליינען דעם צייטונג און מיטגעהאלטן די עקאנאמישע נייעס וכדו'. צוביסלעך האט עס אין מיר ערוועקט א געשמאק און א נייגער, עטליכע יאר שפעטער איז ארויסגעקומען א פראגראם אז קינדער וואס קומען פון שטיבער און ווערן ערצויגן מיט איינצלנע עלטערן געבט די רעגירונג אסאך געלט פאר זייער ערציאונג. ווילנדיג שטודירן דעם עקענאמיא בין איך זיך געגאנגען איינשרייבן, און אזוי ווי איך בין טאקע געווען פאסיג פאר דעם פראגראם, און מ'האט געזען אז איך פארמאג ברייטע ידיעות, האט מען מיך געזאגט אז איך וועל קענען אריינגיין אין סיי וועלכע שולע אין גאנץ אמעריקע. אזוי בין איך אריין אין סקול און איך האב שטודירט ביז איך בין אויפגעוואקסן א גרויסער מוצלח אין דער ביזנעס וועלט."

האט דער ביזנעסמאן אויסגעפירט, שטעלט אייך פאָר ווען מיין טאטע וואָלט נישט געווען א שיכור, אדער ווען מיין מאמע וואלט געהאט ווי מיר צו שיקן, אדער ווען איך וואָלט געטראָפן עפעס שפילצייג צו פאַרטרייבן די צייט, וואלט איך דאָך נישט געקענט אויסוואַקסן א מוצלח, במילא יעדע שוועריגקייט איז געווען פאר מיין טובה, און מיר געברענגט איין טריט נענטער צו מיין סוקסעס.

יעצט אוודאי ביי א אידיש קינד איז דא אנדערע השגות פון הצלחה, אבער וויפיל מאל זעהן מיר אז א קינד וואַקסט אויף און אלע רודפ'ן אים פאר א געוויסע פראבלעם, און למעשה שטעלט זיך ארויס אז ער וואקסט אויף און די פראבלעם העלפט אים ערפילן א וויכטיגע תפקיד. וויפיל קינדער זענען פארהאן וואס קענען נישט זיצן רואיג אין קלאס, און זיי גלייבן ביי זיך אין הארץ אז "אויב קען איך נישט פונקטליך מיטהאלטן, אויב קען איך נישט איינזיצן פאר 'גאנץ' סדר, מיינט עס אז איך בין פערטיג, איך וועל שוין קיינמאל נישט מצליח זיין." אבער ווי די יארן גייען אריבער איז דאס די גרעסטע מעלה זייערע, און זיי קענען אויפטון און בויען און אנדרייען. אדער אמאל דער שטילער בחור און מיידל, וואס האט עפעס נישט אזוי קיין חברים, ער אדער זי וואקסט אויף און מען ווערט דער סימבאל פון שלום און איידלקייט אין די גאנצע משפחה, מיטאמאל זעט מען אז דער צוריקגעצויגענער שוואָגער איז דער איינציגסטער וואס איז נישט פארמישט אין דער משפחה פאליטיק. דער ברודער דער קריטיקירער, ווערט א גוטער מגיה פון ספרים... און דער פונקטליכער וואס אלעס מוז שטימען אויפ'ן פלאץ טוט אויסוואַקסן א געניטער בוכהאַלטער און אקאונטענט און אזוי ווייטער.

טייערע ברידער און שוועסטער, מיר דארפן נישט טוישן 'וואס' מיר זעען, נאר 'ווי אזוי' מיר זעען עס. - מיר דארפן נישט טוישן וואס מיר 'זענען', נאר וואס מיר 'טוען'. די זעלבע תכונות הנפש וואס שטייט אונז אין וועג, קען מיט די ריכטיגע אויגן און מיט די פאַסיגע הדרכה ווערן אונזערע שענסטע חלקים. און די זעלבע זאַך פארקערט חלילה, אויב קוקט מען מיט אַן אומריכטיגע בליק קען זיך דאַכטן ווי די גרעסטע און חשוב'סטע מעלות זענען א פראבלעם און א שטער. לאמיר אלע זיך פאָרנעמען צו זען מעלות דארט וואו מיר זעען חסרונות, צו זען נקודות טובות דארט וואו ס'דאכט זיך אז ס'איז אַן אומגינסטיגע אייגנשאפט, ווייל אט די זעלבע שוועריגקייטן זענען אונזערע שענסטע נקודות!

ויה"ר אז אט זאלן מיר שוין זוכה זיין צו דאס וואס מיר ווארטן שוין אזוי לאנג, מיר זאלן אלע זוכה זיין כי מלאה הארץ דעה את ה' כמים לים מכסים בביאת מלך המשיח בב"א.

לסיכום געדענק:
• טיף באהאלטן אין אונזערע חסרונות ליגט אונזערע גרעסטע מעלות און ליכטיגקייט.
• אויב א מענטש טוישט דעם בליק קען מען פארוואנדלען א שווערע אייגנשאפט צו א לעכטיגע מידה און טאלאנט.
• לאמיר נישט פארפאסן אונזערע אייגענע נקודות טובות!

א לעכטיגע שבת קודש!

דער אשכול פארמאגט 1 תגובה

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר