ווער זענען די געהיימע בני רכב, און וואו געפונען זיי זיך?

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2366
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 291 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3328 מאל

ווער זענען די געהיימע בני רכב, און וואו געפונען זיי זיך?

שליחה דורך קאך_לעפל »

[justify]אָט איז אַ פּרק אין ירמיהו וואָס שילדערט אַן אינטערעסאַנטן עפּיזאָד וואָס איז פאָרגעקומען מיט די בני-רכב, אין דער תקופה הארט פאַרן חורבן פון יהודה און ירושלים דורך נבוכאדנצר דעם גרויזאמען אין יאר ג''א של''ט.

אין די סאמע לעצטע טעג פונעם מעכטיגער קעניג פון יהודה, קעניג יהויקים, האט ירמיהו פּלוצלינג באקומען א זענדונג פון ג-ט: גיי צום הויזגעזונד פון די רכבים, און רעדט זיי אריין צו דערשיינען אין הויז פון ג-ט אין איינע פון די צימערן און טרינק זיי דארט אן מיט וויין. און ירמיהו האט געזאגט: כ'האב גענומען יאזניה דער זון פון ירמיהו, דער זון פון חבצניה, אינאיינעם מיט זיינע ברודער און אלע זיינע זון, און די גאנצע הויזגעזונד פון די רכבים, און כ'האב זיי געברענגט אין גאטס הויז, צום צימער פון די קינדער פון חנן דער זון פון יגדליהו דער געטליכער מאן, וואס געפונט זיך לעבן דעם צימער פון די באהערדע וואס איז הארט העכער דעם קאנצעליי פון מעשיהו בן שַׁלֻּם דער זיכערהייטס אויפזעער. כ'האב זיי דארט סערווירט בעכערס אנגעפילט מיט פיינע וויין און כ'האב זיי געבעטן עס צו טרינקן. זיי האבן זיך אבער קאטאגאריש אפגעזאגט! אונזער פאטער יונדב בן רכב האט אונז אנגעזאגט: איר זאלט נישט טרינקן קיין וויין, נישט ענק און נישט ענקער קינדער אויף שטענדיג. הייזער זאלט איר נישט בויען, און פלאנצט נישט קיין תבואה און בויעט נישט אן קיין וויינגארטן, און אויך נישט באזיצן. בלויז אין פרימעטיווע געצעלטן זאלט איר זיצן. אזוי וועט איר לעבן פילע טעג אויף די פנים פון די ערד וואו איר וואוינט דארט. און מיר האבן אים טאקע אלעמאל ערליך אויסגעהארכט. זאגאר אצינד איז נבוכדראצר ארויף פון בבל צום לאנד, האבן מיר באשלאסן זיך צו באזעצן אין ירושלים אויס שרעק פון די אנגרייפנדע אַרמייען פון כשדים און ארם.

דאן האט ירמיהו הנביא אנגעהויבן ביטערליך צו שרייען:
אזוי זאגט דער אויבישטער איבער אלע הערשאפטן, דער באשעפער פון די אידן: גיי זאג פאר די לייט פון יהודה און פאר די איינוואוינער פון ירושלים ווי פאלגענד: פארוואס לערנט איר זיך נישט אפ קיין מוסר אויסצוהערן מיינע רייד? זאגט דער אויבישטער: די קינדער פון יהונדב האבן געהארכט זיינע רייד, און זיי האבן נישט געטרינקן קיין וויין ביז צום היינטיגן טאג, ווארים זיי האבן אויסגעפאלגט דאס באפעל פון זייער פאטער. און איך רעדט צו אייך טאג און נאכט און עטץ הארכט מיך נישט אויס. איך שיק צו אייך נאכאנאנד אלע מיינע קנעכט די נבאים צופרי און ביינאכט, אז זיי זאלן ענק זאגן: קערט אייך שוין צוריק איטליכער פון אייך פון זיין שלעכטער וועג, און פארבעסערט אייערע טאהטן, און גייט נישט נאך פרעמדע געצן זיי צו דינען. און באזיצט דאס לאנד וואס כ'האבן געגעבן פאר אייער עלטערן און פאר אייך. זאגאר איר נייגט נישט צו קיין אויער און איר טוהט מיך נישט הארכן.

ירמיהו זעצט פאר מיט זיינע שארפע רייד: ווייל די קינדער פון יהונדב בן רכב האבן זיך צוגעהערט צו זייער פאטער אלץ וואס ער האט זיי באפוילן, און דער דאזיגער פאלק (די אידן) נישט, דערפאר זאגט דאס דער אויבישטער איבער אלע הערשאפטן דער באשעפער פון די אידן: איך גיי ברענגן אויף יהודה און אויף אלע איינוואוינער פון ירושלים, די אלע שלעכטס וואס כ'האב גערעדט וועגן זיי, ווארים כ'האב גערעדט צו זיי און זיי האבן נישט געהארכט כ'האב גערופן צו זיי און זיי האבן מיך נישט גענטפערט.
דאקעגן אויף די הויזגעזונד פון רכב זאגט ירמיהו: אזוי זאגט דער אויבישטער איבער אלע הערשאפטן דער באשעפער פון די אידן: ווייל איר האט זיך געטריי צוגעהערט צו די באפעלן פון אייער פאטער יהונדב, און איר האט אפגעהיטן אלע זיינע באפעלן און איינגעהאלטן אלעס וואס ער האט אייך באפוילן, זאגט דער אויבישטער איבער אלע הערשאפטן דער באשעפער פון די אידן: אז ס'וועט נישט פארשניטן ווערן א מאן צו יהונדב בן רכב וואס וועט שטיין פאר מיר אלע טעג.

ביז אהער איז די געטליכער נבואה פון ירמיהו.

דער מהר"י קרא לערנט אפ די באלוינונג פון השי''ת פאר בני רכב ווי פאלגענד: נבוכדנצר איז געקומען און ער האט זיי נישט פארוואגלט, טיטוס איז געקומען און ער האט זיי נישט פארוויסט. און ער לייגט נאך צו, אז ביז צום היינטיגן טאג געפונען זיך נאך די בני רכב קאנצעטרירט אויף אן ארט אין ארץ ישראל, און קיינער קאנפראנטירט זיי נישט, צוליב די פארצוקענדע חיות וואס נעמען זיי ארום. ער שרייבט אז ער האט דאס געהערט פון זיין פעטער רבי מנחם ברבי חלבו... וואס מיר לערנען פון דעם איז, אז די בני רכב געפונען זיך נאך ביז היינט צוטאגס אין ארץ ישראל!

אין פסוק אין שופטים געפונען מיר: ובני קיני חתן משה עלו מעיר התמרים. דאס באדייט אז די קינים שטאמען פון יתרו דער שווער פון משה. ווידער געפונען מיר א פסוק אין דברי הימים: המה הקינים הבאים מחמת אבי בית רכב, וואס דאס זאגט אונז אז די קינים שטאמען פון וואנעט רכב שטאמט, דאס באדייט אז די רכבים שטאמען אויך פון יתרו.

דער באוויסטער רייזנדער בנימין פון טודעלאַ שרייבט אין זיין מייסטערווערק מסעות בינימין, אז ווען ער האט באזוכט די שטאט צידון – די היינטיגע לבנון. האט ער דארט באגעגנט א סעקטע וואס רופן זיך "דרוזיאן". אט איז וואס ער שילדערט איבער די דרוזיאן סעקטע: זיי האבן נישט קיין אלגעמיינע אנגענומענע גלויבן, און זיי וואוינען אויף די בערג און אין שפאלטענס פון פעלזן שטיינער, און קיין שום קעניג און געוועלטיגער געוועלטיגן נישט אויף זיי. און זייער גרעניץ איז ביז אריינציר פון בארג חרמון. זיי גלויבן טיף אין גלגול נשמות, זיי גלייכן אידן, און קיין שום פאלק קען נישט מלחמה האלטן מיט זיי.
אין ארץ ישראל איז פארהאן די דרוזים געמיינדע. זיי וואוינען מערסטייל אויף די פּאַנאָראַמישע גולן בערג אין צפון-מזרח ארץ ישראל. זיי האבן זיך זייער אייגענעם גלויבן, אבער די ריכטיגע סודות פון זייער גלויבן איז נישט באקאנט פאר אלעמען, בלויז די עלצטע פון די געמיינדע זענען באהאווענט אין די פארבארגענע סודות פון זייער רעליגיע. וואס מיר ווייסן יא איז, אז זיי האלטן זיך אלס אייניקלעך פון יתרו. דאס ברענגט אונז צום אויספיר אז ס'קען שטארק מעגליך זיין אז די דרוזים זענען טאקע די מיסטיריעזע בית רכב. דאס איז עטוואס אין איינקלאנג מיט די טעאריע פון בנימין פון טודעלאַ וואס רופט זיי דרוזיאן. דער גולן בערג שטייען הארט לעבן דעם חרמון און זיי האבן א געהיימע גלויבן, דאס ווארשיינליך די גלגול נשמות גלויבן פון וואס בנימין פון טודעלא רעדט. מיר האבן אבער נאך אלס צווייפלנישן.

ירמיהו הנביא רעדט פון דריי איינפירעכצער פון די בני רכב: זיי טרינקן נישט קיין וויין, זיי וואוינען אין געצעלטן, און זיי געבן זיך נישט אפ פלאנצן און זייען. דאס איז מער גלייך צו די בעדואינער וועלכע וואוינען אין געצעלטן אין מדבר אינעם נגב – דאס איז אין מדבר וואס געפונט זיך דרום ארץ ישראל, ווייט אוועק פונעם חרמון בארג וואס געפונט זיך מער צפון. זיי וואוינען טאקע אין פרימעטיווע געצעלטן און נישט אין קיין פערמאנענטע הייזער ווי די דרוזים, און זיי פלאנצן נישט און זייען נישט זיי פארנעמען זיך בלויז מיט פאשע, און קיינער געוועלטיגט נישט איבער זיי. (בנימין פון טודעלא שרייבט אז די דרוזים לעבן אויך פרימעטיוו ווי די בעדואינער, דערפאר לויט אים קען טאקע זיין אז די דרוזים זענען די בני רכב) די בעדואינער טרינקן טאקע נישט קיין וויין, אבער דאס קען זיין צוליב דעם וואס זיי זענען מסולמענער, און נישט ווייל זייער זיידע יהונדב האט זיי באפוילן. און ווי אויך ארגומענטירן דאך די בעדואינער אז זיי שטאמען פון ישמאל דער זון פון אברהם אבינו. אלזא ווער זענען די געהיימע בני רכב? די בעדואינער צי די דרוזים? אדער קיין איינע נישט פון ביידע?[/justify]

דער אשכול פארמאגט 2 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר