פארוואס האט דער רוגוטשובער נישט אויסגע'הרג'ט די עמי הארצים?

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 291 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3331 מאל

פארוואס האט דער רוגוטשובער נישט אויסגע'הרג'ט די עמי הארצים?

שליחה דורך קאך_לעפל »

[justify]דער גאון הפלא רבי יאשע רוזין פון דווינסק, וועלכער איז באוואוסט אין די ברייט אידישע וועלט אלס דער רוגוטשוב'ער גאון, איז געווען איין שטיק תורה. ער האט אלעס געוואויגן און געמאסטן מיט די תורה טערמינאָלאָגיע. אפילו זיין פערזענליכע געזונט האט ער אפגעשאצט לויט די תורה. ער האט זיך נישט געוואלט לאזן אפערירן צוליב דעם וואס ער האט געהאלטן אז לויט א געוויסע ירושלמי איז עס א לעבנס-געפאר. צום ענדע ווען ער האט זיך שוין יא ענדליך געלאזט אפערירן, און איז אייגענטליך געשטארבן אין רעזולטאט פון די אפעראציע, האט דער גאון זיכער געטראכט ביי זיך אז דער ירושלמי איז פארט גערעכט געווען...

ער איז אמאל געשטאנען שבת מיטאג מיט א זייגער אין די האנט און געציילט די סעקונדן, און מיטאמאל רופט ער זיך אן, אויס! ער האט געזאגט אז די ווירקליכע מציאות האט זיך אין דעם דאזיגע ליאדע סעקונדע ספאנטאן געטוישט, ביז איצט אויב איינער האט געטאן א מלאכה איז ער געווען חייב כרת, און פון איצט און ווייטער שוין נישט, א אנדערע מציאות... די תורה הק' איז געווען זיין מציאות אין יעדע הינזיכט, אפילו אין זיין טאג טעגליכע לעבן. יעדע זאך וואס מ'האט אים נאר געפרעגט איז געווען א דייטליכער ירושלמי אין נזיר, אדער א בבלי אין ערכין. ווען זיין פרוי האט אים געפרעגט וועלכע קלייד אנצוטאן האט ער זיך געוואונדערט ווי אזוי עס קען גאר געמאלט זיין אז זי ווייסט גארנישט אז ס'איז א מפורש'ע גמרא, און נישט בלויז אויף איין ארט נאר אויף עטליכע ערטער אין ש''ס בבלי און ירושלמי, וואו עס שטייט דייטליך אז די גרינע מיט די שטרייפן...

דער גאון האט פיינט געהאט עם הארצים מיט א אומבאגרייפבארע פיינטשאפט, ער האט זיי געהאסט צום טויט, ממש ווי דער רבי דער ברך משה האט געהאסט די בני יואל און די נאציס. אמת, ער פרעגט יעדן צו רופן עם הארץ, אפילו דעם גאון עצום רבי מאיר שמחה, דער אור שמח, האט ער אויך גערופן עם הארץ. ער פרעגט זיך שטענדיג ווערטלען מיט רבי מאיר שמחה: מיין צפנת פענח און דיין אור שמח, האבן נישט קיין טעם וריח. אמאל איז געקומען א מפגר און פראבירט צו רעדן מיטן גאון אין לערנען. זאגט אים דער גאון: רבי איד איר זענט אן עם הארץ. און ער האט באלד צוגעלייגט, נישט אזא עם הארץ ווי רבי מאיר שמחה איז, נאר א ווירקליכער עם הארץ. דער גאון פלעגט א גאנצן טאג ברויזן און זיך קאכן אין לערנען, אויב האט מען אים געשטערט פלעגט ער זיך בייזערן און זאגן: אז כ'וועל נישט לערנען וועל איך נאך חלילה אויסשטייגן אן עם הארץ. דאס האט אים נאכאנאנד געאנגסט...

וואס באדייט אן עם הארץ? וואס פאר א קוואליפעקאציעס זענען נויטיג זיך צו אינדענטיפיצירן אלס לעגעטימע עם הארץ?

לאמיר אפיר נעמען די גמרא אין ברכות וואו די חכמי התלמוד דעבאטירן וואס עס איז די באדייט פון אן עם הארץ.

רבי מאיר זאגט אז איינער וואס עסט נישט חולין בטהרה איז אן ע''ה. די חכמים זאגן, ניין! נאר אויב עמיצער מעשר'ט נישט זיינע פירות איז אן ע''ה. דאן ברענגט די גמרא א ברייתא: ווער איז אן ע''ה? ווער עס לייענט נישט קיין קר''ש צופרי און ביינאכט זאגט רבי אליעזר. און רבי יושע זאגט ניין! נאר דער וואס לייגט נישט קיין תפילין. און בן עזאי זאגט ניין! נאר דער וואס טראגט נישט קיין ציצית. רבי נתן זאגט ווער עס לייגט נישט קיין מזוזה. רבי נתן בן ר' יוסף זאגט אז דער וואס ערציעט נישט זיינע קינדער צו תורה. און אחרים זאגט, אז אפילו איינער לערנט און חזר'ט, נאר ער באדינט נישט קיין ת''ח איז רעכטפארטיגער עם הארץ. רב הונא זאגט אז די הלכה איז ווי אחרים!

קומט אויס פון די גמרא אז אפילו איינער קען לערנען און לערנט, נאר ער באדינט נישט קיין תלמידי חכמים, ווערט אינדענטיפיצירט אלס לעגעטימע עם הארץ!

אט איז וואס די גמרא זאגט אונז איבער עמי הארצים:
מ'זאל נישט חתונה האבן מיט זיי, וויל זעע פירן זיך מיט א ברייטקייט דורכאויס געשלעכטישע באציאונגען.
מ'מעג זיי לעכערן דאס גענאק יום כיפור וואס געפאלט אין שבת.

ביי אלגעמיינע מענטשן וואס ווערטער מיינען נישט קיין סאך, קען מען זאגן אז ביי זיי מיינט נישט קיין עם הארץ קיין ווירקליכע עם הארץ לויט די תורה טערמינאָלאָגיע. אבער ביים רוגוטשוב'ער גאון וואס האט אלעס אינדענטיפיצירט לויט די תלמידישע טערמינאָלאָגיע האט דאך אן ע''ה זיכער געמיינט דאס וואס די גמרא זאגט, דאן פארוואס האט ער נישט געלעכערט דאס גענאק פון יעדע עם הארץ אין דווינסק יום כיפור שחל בשבת? האבן דען אלע איינוואוינער פון דווינסק משמש געווען תלמידי חכמים? א פייג! א הארבער צפנת פענח....[/justify]

דער אשכול פארמאגט 26 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר