ראש השנה - לאמיר זיין אמת'דיג

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
א שעפעלע
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 368
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 17, 2014 9:19 am
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 161 מאל

ראש השנה - לאמיר זיין אמת'דיג

שליחה דורך א שעפעלע »

בס"ד

א גוטן טייערע חבירים וידידים!

לאמיר אנפאנגן אונזער שמועס מיט א מעשה: געווען איז אמאל אין די מלחמה יארן א חברה פארטיזאנער וואס האבן געוואוינט אין די וועלדער און זיך אויסבאהאלטן צווישן די היילן און ביימער, זיי פלעגן גאר שטארק קעמפן אקעגן די נאַציס ימ"ש, און פראבירט אונטערצושטעלן פיסלעך וואו זיי האבן נאר געקענט. זיי זענען געווען א גרויסע גרופע, און ס'האבן זיך אנגעשלאסן דארט אסאך מענטשן, פון אלע סארטן, אלע יארגענג, מענטשן וואס האבן זיך נישט פון פריער געקענט, אבער אלע האבן געהאט די זעלבע מטרה, אונטערצוברענגן דעם שונא און זיך נוקם זיין. פארשטייט זיך אז זיי האבן אלע איינגעשטעלט זייערע לעבנס, זייענדיג די הויפט שונא פאר די דייטשן וואס האבן געליטן פון די פארטיזאנער, און האבן שטענדיג געזוכט זיי צו כאפן.

ויהי היום, ס'איז געקומען די בשורה אז די נאַציס קומען מיט א שטארקע מאכט אין זייער ריכטונג, א זאך וואס האט געמיינט א זיכערע געפאר פאר זיי אלע, אויב זיי ווערן חלילה אנדעקט. אין געציילטע מינוטן האט זיך די גאנצע חבורה גענומען ארגענעזירן צו קענען פארלאזן זייער באהעלטעניש, און אנטלויפן שטילערהייט צו א מער זיכערע פלאץ. די בהלה וואס האט דארט געהערשט אין יענע שווערע מינוטן קען מען נישט באשרייבן, יעדער איז געווען אָנגעצויגן און נערוועז, מ'פאַקט זיך צוזאם, מ'לויפט און מ'שלעפט. אבער דא האט א קבוצה יונגע בחורים וואס זענען אויך געווען אנגעשלאסן אין די גרופע באמערקט א גאר אינטרעסאנטע זאַך, ס'זענען דארט געווען צוויי אידן וואס האבן זיך בכלל נישט דערשראקן, די גאנצע צייט זענען זיי געבליבן רואיג און געמיטלעך, מיט א קענטליכע יישוב הדעת און רואיגקייט האבן זיי צונויפגעקליבן זייערע זאכן, און נאכגעגאנגען צום סוף פון די גאנצע חברה, אָן קיין ברעקל פחד און מורא. די בחורים האבן געמאכט א החלטה ביי זיך אז ווען ס'וועט זיך מאכן א געלעגנהייט וועט מען גיין אויסשמעקן די צוויי אידן, וואס איז זייער סוד? וואו שטעקט זייער זיכערקייט און רואיגקייט אין אזעלכע שווערע אומשטענדן.

כך הוה, א שטיק צייט שפעטער ווען זאכן זענען געווארן רואיגער, האבן די בחורים אָנגעקניפט א שמועס מיט איינער פון די צוויי, און ס'האט זיך ארויס געשטעלט אז דער איד איז באמת א דערהויבענער איד, א זעלטן שטארקע בעל בטחון און דבוק בה', אויסגעהארעוועט אין שער הבטחון פון חובת הלבבות, טוט וואס ער האט צו טוהן, אבער ער ווערט בכלל נישט מבולבל אין שווערע מצבים, וויסענדיג אז בורא עולם איז מיט אונז אויף טריט און שריט. ווען זיין האבן געענדיגט הערן די קלארע תשובה פונעם ערשטן, האבן זיי באמערקט אויפן צווייטן איד, אז ער שאָקלט נישט מיט מיט'ן קאָפ, ער זיצט ווייטער פארטראכט און אריינגעטוהן אין זיך, די קנייטשן אויף זיין שטערן האבן געזאגט אז ער האט עפעס א צווייטע סיבה פארוואס ער איז אזוי רואיג. נו, אפשר וועט מען הערן פון אים אנדערע סודות וויאזוי מ'קען זיך באהערשן אין די שווערע צייטן. אבער ווי שאקירט זענען זיי געווארן ווען זיי האבן אנגעפאנגן רעדן צו אים, און געזעהן אז... ער ענטפערט נישט... ס'איז נתברר געווארן אז דער איד איז ליידער טויב, ער הערט נישט וואס טוט זיך ארום אים. מיט דעם איז אלעס פארענטפערט געווארן אין איין מינוט, ס'איז נישט קיין בטחון און אויך נישט קיין מדריגות, די סיבה פארוואס ער שפרינגט נישט פון פחד איז פשוט ווייל ער איז טויב. ליידער הערט ער נישט, און ער האלט בכלל נישט מיט וואס ס'טוט זיך ארום אים, און דערפאר האט ער סתם נישט געוואוסט וואס דא גייט פאָר, ער האט געזעהן אז יעדער פאַקט די פעק און גייט, איז ער אויך מיטגעגאנגען.

טאקע א שיינע מעשה, אבער טייערע ברידער, ווען די גרויסע און הייליגע טעג קומען צו גיין, אזעלכע דערהויבענע ימי הרחמים ורצון, קענען מיר באמערקן ווי ס'זענען פארהאן מענטשן וואס זענען גאר רואיג, זיי גייען צו צום ראש השנה מיט אזא רואיגקייט, שטיל און געלאסן, עס קוקט אויס ווי גארנישט גייט פאָר. יעצט, לאמיר זיין אמת'דיג מיט זיך און קלאר מאכן די זאַך, יא ב"ה ס'איז פארהאן אזעלכע וואס זענען זוכה צו דערהערן די עומק און טיפקייט פון די לעכטיגע טעג, ער איז פרייליך ווייל ער גייט צו צום יום טוב מיט די ריכטיגע הכנה, און מיט א שלימות'דיגע בטחון. אבער צו די זעלבע צייט זענען פארהאן די וואס זענען ליידער אין א פלאץ ווי יענער טויבע מענטש, מען הערט נישט, מען פארשטייט נישט, די מוח איז צו פארנומען מיט כל מיני מחשבות און טרדות, די טעגליכע געלויף לאזט אונז נישט אפשטעלן אביסל און אריינקלערן מיט אַן אמת וואס קומט דא פאָר.

לאמיר אבער יא אביסל אויפמאכן דאס הארץ אין די מינוטן, און מאכן זיכער אז די סיבה פארוואס מיר זענען רואיג און בשמחה איז דייקא ווייל מיר וועלן יא גוט דערהערן און פארשטיין די גרויסקייט פון דעם הייליגן טאג בעזר ה', און צוגיין צום יום טוב ווי יענער בעל בטחון, און נישט פארקערט.

שטייענדיג אין די מינוטן פאַר דעם גרויסן יום טוב, פאר דעם געוואלדיגן געהויבענעם זמן ווען מיר גייען צוטרעטן צום יום הדין הגדול והנורא ראש השנה תשפ"א, לאמיר זיך אליינס פרעגן וואס מיינט דאס ראש השנה?. וועט איר דאך אודאי פרעגן ווער ווייסט דען נישט וואס ראש השנה מיינט, יעדע חדר יונגל ווייסט, מען דאווענט לאנג, מען וואונטשט לשנה טובה - א גוט געבענטשט יאר, די נשים צדקניות גרייטן אָן די אלע גוטע סימנים און רמזים, די זיסע מייערן, עפל אין האניג, א קאָפ פון פיש, און נאך אסאך מנהגי ישראל קדושים!. יא, אלעס פיין און וואויל, אבער זעלבסט פארשטענדליך אז צו די זייט הערשט ביי אונז א געוויסע מאָס אנגעצויגענקייט, עפעס אזא אטמאספער פון פחד. יעדער איינער וויל טאקע אויסנוצן די הייליגע טעג ווי עס דארף צו זיין, בפרט אז אין די טעג פארשרייבט מען יעדן איינעם אין הימל וואס וועט זיין מיט אים אין די קומענדיגע יאר, מיר ווילן דאך האבן א גוט יאר, ממילא ווילן מיר אריינכאפן זכותים און טוהן וואס ס'איז ריכטיג, אבער טיף אין הארץ ליגט אזא סארט געדאנק וואס האָפט אז מיר זאלן שוין האלטן דערנאך ס'זאל שוין פארביי גיין. ס'איז אפשר נישט געשמאק צו רעדן דערפון, אבער אז מ'וועט זיין אמת'דיג וועלן זייער אסאך מענטשן מודה זיין אז ס'איז פארהאן א געפיל אז מען דארף פועלן א גוט יאר און ווייטער געגאנגען, "איך וויל שוין האלטן פרשת לך לך ווען אלעס איז צוריק צו נארמאל", אדורך מיט די אנגעצויגענקייט. אבער ברידער אויב טראכט מען זענען אזעלכע מחשבות אונז אלס מער מחייב, יא צו טראכטן און מאכן א חשבון הנפש, וויאזוי גרייט איך מיך צו די הייליגע טעג, וויאזוי גייען מיר פראווען א ראש השנה ריכטיג און אויסנוצן דעם טאג כדבעי, און נישט לאזן די אלע מחשבות אונז אוועקשלעפן פונעם אמת'ע תכלית און ציל פון אזעלכע גרויסע און לעכטיגע זמנים.

בכלל דארף מען מאכן סדר אין די מחשבות, די ראש השנה'דיגע געפילן זענען על פי רוב צומישט ביי אונז. א מענטש טראכט פון איין זייט דארף מען קומען צו גיין מיט הכנעה און ביטול, מיר קליינע מענטשן מיט וואס קומען מיר צו גיין פארן מלך מלכי המלכים, אָבִינוּ מַלְכֵּנוּ חָנֵנוּ וַעֲנֵנוּ כִּי אֵין בָּנוּ מַעֲשִֹים, אָדָם יְסוֹדוֹ מֵעָפָר וְסוֹפוֹ לֶעָפָר... מָשׁוּל כְּחֶרֶס הַנִּשְׁבָּר, א מענטש איז גארנישט, ואנכי עפר ואפר. פון די צווייטע זייט געפונען מיר די עבודת היום אז מיר דארפן ממליך זיין דעם אייבישטער? יא הקב"ה בכבודו ובעצמו ווארט אויף אונזער עבודה און האט א נחת רוח ווען מיר אידן קומען אין בית המדרש און שרייען אויס דעם 'המלך', מיר זענען חשוב, מיר זענען הייליג און טייער ביי השי"ת.

די זעלבע מיט די עצם מהות פונעם טאג, פון איין זייט איז ראש השנה א יום טוב מיט אלע הלכות, מיר זענען מחוייב מיט שמחת יום טוב, מ'פראוועט סעודות און מ'זינגט שירות ותשבחות, אבער פון די צווייטע זייט דארף מען שטיין באימה וביראה, מ'זאגט נישט קיין הלל ווייל ס'איז א יום הדין און ספרי חיים וספרי מתים פתוחים לפניו... איז וואס גייט דא פאָר? וועלכע מחשבה איז ריכטיג, וואס איז טאקע די הסבר פון א טאג וואס האט צו זיך אזויפיל אנדערע און קעגנזייטיגע נקודות?

און צום לעצט, לאמיר זיך מתבונן זיין אין איינס פון די מערסט באקאנטע שטיקלעך וואס מיר זאגן ביים דאווענען צענדליגע מאל במשך די קומעדיגע הייליגע טעג,
דאס איז די באקאנטע שלש עשרה מידות של רחמים, ה' ה' קֵל רַחוּם וְחַנוּן וכו' ווען צווישן אנדערע זאגט מען אויך אז השי"ת איז דער רַב חֶסֶד וֶאֱמֶת, וואס אז מ'טראכט אריין, ממילא די מידות פון רַחוּם, וְחַנוּן, רַב חֶסֶד, דאס אלעס דערמאנען מיר און מיר ווילן ערוועקן די אלע גוטע מידות, אבער "וֶאֱמֶת"? בפשטות וואלט אונזער קליינע שכל געזאגט אז דער אמת אין אזא טאג איז אביסל שרעקעדיג, ווער וויל דען גע'משפט ווערן לויט זיינע מעשים הונדערט פראצענט אמת'דיג, מיר וואלטן אלע געוואלט אז בורא עולם זאל זיך פירן מיט רחמים און נישט אזוי ווייט מיט'ן אמת, אויב אזוי וואס באדייט די מידה צווישן די י"ג מידות של רחמים? און ענדליך צו דעם פרעגט זיך ביי די ברכה פון זכרונות וואו מיר זאגן כִּי זוֹכֵר כָּל הַנִּשְׁכָּחוֹת אַתָּה הוּא מֵעוֹלָם, וְאֵין שִׁכְחָה לִפְנֵי כִסֵּא כְבוֹדֶךָ, אז מ'זאגט אזעלכע ווערטער ווערט מען איבערגענומען מיט פחד און שרעק אז דער אייבישטער פארגעסט נישט גארנישט, מיר וואלטן אלע געהאפט אז אפשר זאלן יא געוויסע נקודות פון אונזערע מעשים פארגעסן ווערן און נישט ווערן ארויפגעברענגט ביים יום הדין? לאמיר זיך פארטיפן און באמערקן אז אט אין די הייליגע ווערטער ליגט ממש די גרעסטע רחמים וחסדים, אין די ווערטער ליגט באהאלטן די טיפסטע ליבשאפט צווישן כלל ישראל מיט אונזער הייליגע טאטע אין הימל.

נאר כדי צו פארשטיין דעם שמועס, וועלן מיר אנפאנגן מיט די ווערטער וואס ווערט געברענגט אין מהרש"א (חידושי אגדות סנהדרין דף צ"ב. ד"ה כל המחליף) בשם דער בעל העיקרים, אז ס'איז אמאל געווען א איד א גזלן און א בעל עבירה וואס האט געוואלט תשובה טוהן אויף זיינע שלעכטע מעשים, איז ער געגאנגען פרעגן א חכם וואס קען ער טוהן צו פארבעסערן זיינע וועגן, אבער ער האט צוגעלייגט אז ס'איז נישט מעגליך פאר אים אנצונעמען אויף זיך אלע מצוות ווייל ס'איז צו שווער פאר אים איינצוהאלטן די גאנצע תורה, דעראיבער זאל ער אים געבן עפעס וואס ער וועט קענען איינהאלטן. דער חכם האט אים געזאגט אז ער זאל מקבל זיין בלויז איין איינציגסטע זאַך, "די מידה פון אמת, אז ער זאל שטענדיג זאגן אמת, און נישט זאגן קיין איין ווארט ליגנט”. דער בעל עבירה האט מסכים געווען, אזא קלייניקייט, נאר צו זאגן דעם אמת, אויף דעם איז ער גרייט. אבער ווען ס'איז אים אנגעקומען א קורצע צייט שפעטער א נסיון צו גיין גנב'ענען אזויווי ער איז געווען צוגעוואוינט, פלוצלינג האט אים זיין חבר באגעגנט און געפרעגט וואו גייסטו? היות ער האט דאָך געמוזט זאגן אמת, האט ער אים דערציילט וואס ער פלאַנט צו טון, ער גייט אביסל ווייטער און נאך איינער פרעגט אים וואו ער גייט, דא האט שוין דער עסק אנגעהויבן צו ווערן אומבא'טעמ'ט, אז יעדער וועט וויסן וואס ער טוט וועט נישט דויערן לאנג ביז די פאליציי וועט אים כאפן, האט ער זיך צוריקגעהאלטן פון גיין גנב'ענען, און אזוי האט אים די מידה פון אמת
צוריקגעהאלטן פון טון סיי וועלכע שלעכטע זאך, וויבאלד ער האט געוואוסט אז ער האט נישט קיין ברירה, ער וועט דאך מוזן זאגן די אמת... און דורך די איינע גוטע מידה איז ער געווארן גענצליך געטוישט צו א בעל תשובה און א ערליכע מענטש.

ענדליך צו דעם שטייט שוין אין די ראשונים, פשט אין די נוסח וואס מיר זאגן ביי אשמנו 'טָפַלְנוּ שֶׁקֶר', פארוואס זאגט מען נישט א לשון פון אמרנו שקר, דיברנו שקר, וכדומה, וואס באדייט די ווארט טפלנו?, נאר די ווארט טפלנו איז פונעם שורש 'טפל - צולייגן' ווייל דער ליגענער דארף זאגן אסאך ליגענט צו באדעקן דעם ערשטן ליגענט, איינמאל מ'הייבט אָן צו זאגן ליגנט קריכט מען נישט ארויס דערפון, ווייל מארגן אויב איינער וועט עפעס פרעגן דעראויף וועט מען מוזן צולייגן נאך און נאך שקרים אז אלעס זאל שטימען, און די שקר בלייבט נישט שטיין.

און לאמיר קלאר מאכן, ווען מיר שמועסן פון ליגנט מיינען מיר צומאל אז מען רעדט פון עפעס א ווייטע נידריגע מענטש, א באקאנטע שקרן און גראבע יונג. אבער דער אמת איז אז צומאל, און אפשר גאר אפט, זאגן מיר ליגנט צו זיך, דער מענטש טוט זיך כסדר נאַרן מיט כל מיני תירוצים און דמיונות כאילו דאס טוט מען פארדעם און דאס פאר יענעם, דאס איז נישט פאר כבוד און דאס איז נישט פאר געלט, מיר ווערן נישט פארטיג מיט שקרים צו זיך אליין, מיר קענען זיך איינרעדן גאנצע פשעטלעך און דרשות זיך גערעכט צו מאכן פארוואס מיר טוען געוויסע נארישקייטן. נישט אומזיסט הייסט אונזער וועלט א 'עולם השקר' מיר לעבן מיט די שקר יעדן טאג. און אז מ'שטעלט זיך נישט אפ טראכטן און מאכן א חשבון הנפש, קען מען אפלעבן זיבעציג יאר פון פאלשקייט און איינרעדענישן, אָן אפילו וויסן ווי ווייט מ'איז נישט אמת'דיג מיט זיך אליין.

אבער, עס האט א פרייז, אז מ'טראכט אריין וועלן מיר באמערקן אז ס'איז א ביטער שווערע פלאץ צו זיין! ווען א מענטש לעבט אינעם שקר איז עס פשוט יסורים, דער מענטש נאַרט זיך איינמאל און נאכאמאל, דאס לעבן ווערט אומבא'טעמ'ט און פאלש פון קאפ ביז פיס, מען האלט דאך נישט ביי האלב פון די זאכן וואס מען טוט, מען טוט דאס נאר צו געפעלן אדער צו מאכן א געוויסע רושם אויף יענעם, און אז מ'לעבט א לעבן וואס איז נאר א שפיל, ווי ווייטאגליך קען עס ווערן, די יסורי הנפש ווערן שטערקער און גרעסער ווי א טאג ס'גייט אדורך, און דער מענטש אליין ווייסט אפילו נישט פארוואס און פארווען, אבער עפעס דרוקט אים אינעווייניג, מען פילט ליידיג און אומצופרידן, ווייל מען לעבט אין דמיון און שקר און מען הערט נישט אויף קיין איין מינוט, מען לעבט אינעם מציאות פונעם טָפַלְנוּ שֶׁקֶר, מען איז מוסיף והולך און פראבירט איינרעדן יעדעם איינעם און אויך זיך אליין.

אט דאס אלעס עקזעסטירט נאר ווילאנג מיר לעבן אין א פחד אז די וועלט טאר נישט געוואר ווערן דעם אמת, ווילאנג דער מענטש לעבט אין א איינרעדעניש אז "וואלט די וועלט ווען געוואוסט ווער איך בין באמת, ווי ביטער וואלט געווען" וכדומה, אונטער די מחשבה ליגן באהאלטן אזעלכע געדאנקן וואס בוזשעווען ארום אין מוח און טוען איינרעדן דעם מענטש כאילו אז ווען ער זאל ווען יא זיין אמת'דיג מיט זיך, ווען ער זאל ווען יא זיין אמת'דיג מיט די ארומיגע, טאטע מאמע, ברידער, שוועסטער, חברים, וואלט די וועלט טונקל געווארן, וויפיל מאל הערט מען דעם ארויסדרוק "ווען דו וואלסט ווען געוואוסט ווער איך בין..." דער מענטש לעבט אין אזא אומבאקוועמע אנגעלייגטע פלאץ וואס איז פיל מיט פחד אז קיינער טאָר נישט וויסן זיינע שוואַכקייטן, און מען מוז ארבעטן שווער צו באהאלטן. עס זענען ליידער פארהאן אזוי פיל קינדערלעך וואס פלאגן זיך מיטן לערנען אדער אנדערע זאכן, אבער זיי מאכן א החלטה אז ס'איז גרינגער איבער צו דעקן דעם פראבלעם און לעבן דערמיט, בחורים וואס מוטשענען זיך אין כל מיני ענינים וד"ל און מען מאכט זיכער אז קיינער באמערקט נישט אלעס ווייל אָך און וויי אויב איינער וועט חלילה וויסן. [פארשטייט זיך אז דאס מיינט נישט אז מען דארף ארום גיין דערציילן און מאכן גרויסע פלאקאטן פון איעדע שוואכקייט אדער שוועריגקייט אין לעבן] אבער וואס אונזער אמת'ע עבודה איז, פשוט לעבן מיט אַן אמת, זיין גענוג שטארק מודה צו זיין אז יא איך בין נישט פערפעקט, יא איך דארף ארבעטן אויף זיך, יא אין געוויסע נקודות אין לעבן דארפן איך א תיקון גדול, זיין גענוג שטארק און אמת'דיג צו בעטן הילף פון א חבר, א משפיע, אדער סיי ווער ס'זאל נאר זיין... אין די מינוט וואס א מענטש ווערט אויסגעלייזט פון זיין פריוואטע 'עולם השקר' אין וואס ער לעבט, ער הייבט אָן צו מאנען פון זיך אליין, זוכן תכלית, ער וויל פירן א אמת'ע לעבן, א אמת'ע שטוב, טון וואס איז ריכטיג, ווערט ער אַן אנדערע מענטש, ער גייט ארויס 'מעבדות לחירות' ממש.

א אינגערמאן האט דערציילט: זייענדיג א קינד האב איך זיך גאר שטארק געמוטשעט אין אסאך ענינים, גיין אין חדר איז געווען א אפקומעניש, כ'האב אבער מורא געהאט אז אויב וועט איינער געוואר ווערן, וועט זיין... כ'ווייס נישט פונקטליך וואס, אבער קיינער טאר בשום אופן נישט וויסן! כ'האב באהאלטן אלע מיינע פראבלעמען און מיטמאכענישן, און געמאכט זיכער אז קיינער באמערקט נישט, אזוי זענען די יארן אריבער איך האב זיך געשעמט פון זיך אליין, ליינען האב איך נישט געקענט, לערנען זיכער נישט, אבער איך האב מצליח געווען אריבער צו שטופן יאר נאך יאר אנדעם וואס דער סוד זאל אויפגעדעקט ווערן.
ווען ס'איז געקומען צו מיינע ישיבה יארן בין איך ב"ה אנגענומען געווארן דארט וואו מיינע עלטערע ברידער האבן געלערנט, אין א ישיבה למצויינים, אבער ווי פארשטענדליך האט נישט לאנג גענומען און איך בין געבליבן אָן חברותות, און אזוי האט עס אנגעפאנגען פאָרן בארג אראפ, צוביסלעך האב איך זיך געטראפן אינגאנצן אויסגעשפילט. די צער און ווייטאג האט אנגעפאנגן האבן א גרויסע השפעה אויף מיר און כ'בין געווארן שוואכער און שוואכער ה"י.

ויהי היום, מיין טאטע האט מיר אפגעווארט פארנט פון אונזער שטוב, און מיר געזאגט מיט ליבשאפט "קום לאמיר כאפן א שפאציר". אזוי שפאצירנדיג און רעדנדיג צו מיר, זאגט מיר מיין טאטע די ווערטער, "קינד מיינס, וויסן זאלסטו אז איך אלס טאטע באמערק אז די גייסט אריבער שוועריגקייטן, ס'איז דיר שווער, אבער דו ביסט נישט אליין ווייל איך בין מיט דיר, איך וועל דיר העלפן מיט וואס און וויפיל איך קען, דארפסט זיך נישט שעמען, נישט קיין חילוק וואס איך וועל נאר געוואר ווערן וואס דו האסט אלס אפגעטון, בין איך דיין טאטע און איך האב און וועל דיר אייביג ליב האבן מיט א ליבשאפט וואס איז אסאך מער פון דאס וואס דו זעסט פאר די אויגן, איך בין און וועל אייביג זיין דא פאר דיר מיט די זעלבע ליבשאפט"...

איך קוק אויף מיין טאטע און באמערק טרערן אין זיינע אויגן, איך האב געזעהן און געשפירט ריינע אמת'ע ווערטער וואס האבן איבערגענומען מיין הארץ אויף אַן אופן וואס איז אומבאשרייבליך. און אט דעמאלטס האב איך געשפירט גענוג באקוועם זיך אויפצומאכן דעם באהאלטענעם סוד ווי שווער ס'גייט מיר, וויפיל יסורים איך גיי אריבער טעגליך זיצנדיג אין ישיבה בשעת ווען איך קען נישט ליינען/לערנען. די מציאות אז איך האב געקענט זיין אמת'דיג מיט מיין טאטע האט מיר געברענגט א נאנטשאפט וואס מ'קען נישט ארויסגעבן מיט ווערטער, ס'האט ארויסגעברענגט הארץ און געפיל וואס עקזעסטירט פון דעמאלטס ביזן היינטיגן טאג,
"ס'איז נישט פארהאן א וואך אין מיין לעבן וואס זאל אריבערגיין און יענע ווערטער קלינגן מיר נישט אין די אויערן"...

ברידער ווען מיר דערהערן דעם מציאות אז צומאל לויפן מיר אוועק פון דעם אמת, ווייל דער מענטש טראכט אז זיין אמת'דיג איז צו שווער, אדער צו קאמפלעצירט. אבער ווען מיר דערהערן אז מיר האבן א זיסע הייליגע טאטע אבינו שבשמים וואס ווארט צו הערן פון אונז, וואס האט אונז ליב מיט אַן אהבה וואס מיר קענען נישט משיג זיין. מ'דארף נאר אויפמאכן דאס הארץ און אויסגיסן פאר אבינו שבשמים "טאטע מיר גייען אריבער שוועריגקייטן, נסיונות על גבי נסיונות, מיר ווילן זיין מער און בעסער", מען לייקענט נישט, מען באהאלט נישט, נאר מען ווייסט אז פאר אזא ליבליכע טאטע איז נישט פארהאן א מציאות פון דארפן אוועק לויפן אדער פארהוילן. נישטא נאך אזא מתיקות ווי דעם, אדרבה ואדרבה, ווען מ'עפנט זיך אינגאנצן און מ'אנערקענט די אמת'ע מציאות אזויווי ס'שטייט און גייט, און מ'בעט הילף פון הקב"ה, וועלן די שוועריגקייטן אונז ברענגן נענטער און נענטער.

אט דאס טרעפן מיר אין חז"ל ווי די גמרא זאגט (ר"ה דף י"ז:) אז דער אייבישטער כביכול האט זיך מתעטף געווען מיט א טלית אזויווי א שליח ציבור, און ער האט געוויזן פאר משה רבינו די סדר וואס אידישע קינדער זאלן טון אויב זיי זינדיגן ח"ו, אז זיי זאלן זאגן די שלש עשרה מידות של רחמים און דער אייבישטער וועט זיי מוחל זיין. "כל זמן שישראל חוטאין יעשו לפני כסדר הזה ואני מוחל להם, - ה' ה' אני הוא קודם שיחטא האדם ואני הוא לאחר שיחטא האדם ויעשה תשובה", די גמרא דרש'ענט וואס באדייט די צוויי מאל ה' ה', ווייל דער אייבישטער איז דא מיט די זעלבע ליבשאפט און די זעלבע רחמים, שם הוי"ה איז מרמז אויף מידת הרחמים, סיי איידער מ'האט געזינדיגט און סיי נאך מ'האט געזינדיגט! דער זעלבער באשעפער האט אונז ווייטער ליב, מיט אונזערע עבירות און חסרונות, ער ווארט אויף אונזער תשובה, און ער איז דער זעלבער השי"ת מיט די געוואלדיגע אהבה און ליבשאפט צו אונז. און אז מ'דערהערט דאס קלאר, איז דאך אודאי פארשטענדליך די מידה פון "ואמת", ווייל פאר א טאטע דארף מען גארנישט באהאלטן, השי"ת איז א זוכר כל הנשכחות, און ער וויל אז מיר זאלן אויך נישט פארגעסן אדער זיך נישט וויסענדיג מאכן, אדרבה, קום צו גיין מיט'ן גאנצן אמת, זיי זייער אמת'דיג מיט דיר אליין, ווייל ס'איז "אני הוא לאחר שיחטא האדם ויעשה תשובה" און ס'ווערט גארנישט שוואכער אויב מ'קומט מיט'ן גאנצן פעקל און מיט אלע חסרונות אינאיינעם.

און אז א איד גייט צו ריכטיג צום גרויסן טאג ראש השנה, און ער ווייסט אז השי"ת ווארט אויף אים מיט זיין גאנצע מהות און זיין גאנצע מציאות, דער טאטע אין הימל וויל אז ער זאל קומען נאנט און ממליך זיין דעם אייבישטער. אודאי קומט עס מיט די הרגשה פון ביטול און צובראכנקייט, ווער בין איך, וואס בין איך, כ'האב דאך נישט קיין זכותים, און מ'שפירט א לב נשבר און קליין. אבער מצד שני קומט עס מיט די גרעסטע שמחה און התחזקות, דאס אליין אז דער גרויסער באשעפער דער אבינו מלכינו ווארט אויף מיין עבודה, דער מלך מלכי המלכים הקדוש ברוך הוא וויל אז איך קליינע מענטש זאל אים ממליך זיין און מיין עבודה איז חשוב ביי אים, איז דאס די גרעסטע יום טוב און שמחה וואס קען נאר זיין.

משל למה הדבר דומה, נאר א קליינע ווייטע דוגמא וואס מיר קענען אלע פילן די הרגשה, איך געדענק נאך אלס בחור אין ישיבה אין די מרחקים, ווען מיין טאטע
זאל זיין געזונט האט מיר פון צייט צו צייט געשיקט א פעקל, און צוגעלייגט א בריוול מיט אפאר ווערטער, און תוך הדברים האט ער געשריבן מיט ליבשאפט "איך בין זיכער אז דו לערנסט פלייסיג", אוי האבן די ווערטער געשניטן שטיקער... עס האט אזויפיל געפאדערט און געלייגט אַן עול, מיינע עלטערן ערווארטן פון מיר אז איך זאל שטייגן העכער און ברענגן נחת. אבער אין די זעלבע צייט איז דאס געווען א געפיל פון נאנטקייט, אזא מתיקות, גיב א קוק, מיינע עלטערן האבן זיך מטריח געווען פאר מיר, געשיקט גוטע זאכן און מתנות, און זיי קוקן ארויס אויף מיין הצלחה און ערווארטן אז איך וועל זיין פאר זיי א שטאלץ און א נחת. די צוויי הרגשים זענען גארנישט קיין סתירה, יא ס'איז טאקע א עול און ס'פארלאנגט ארבעט, אבער ווי געשמאק איז צו טון די ארבעט ווען מ'מאכט פרייליך די עלטערן וואס האבן דיר אזוי ליב.

דאס גיבט אונז אביסל צו פארשטיין וויאזוי מיר דארפן צוגיין צום ראש השנה, פון איין זייט איז עס טאקע א יום הדין, א זמן פון פחד און ערנסטקייט, מ'דארף זיך אויסבעטן און תשובה טון, אבער מצד שני אז מ'טראכט גוט אריין, ווי גליקליך זענען מיר אז הקב"ה שטייט און רופט אונז און ערווארט פון אונז התקרבות און אז מיר זאלן אים ממליך זיין אויף זיך.

דער חתם סופר זי"ע אין זיינע דרשות (דף שס"ח) ערקלערט מיט א משל: ס'איז אמאל געווען א קעניג וואס האט געהאט א גוטער פריינט און דער קעניג האט
אים געוואלט געבן א מתנה. דער קעניג האט געלזאט רופן זיין פריינד און געזאגט "איך לאז דיר אריינגיין צווישן מיינע אוצרות, קענסט פארברענגן דארט און נעמען וואס דו ווילסט און וויפיל דו ווילסט פון די פילע טויזנטע טייערע שטיינער און דיימאנטן וואס ליגן דארט, ביז איך וועל דיר רופן". דער פריינט איז געגאנגען מיט פרייד און האט שפאצירט צווישן די אוצרות פונעם קעניג, א קלייניגקייט? אלעס וואס זיין הארץ באגערט נאר קען ער יעצט נעמען, ער שטייט און קלויבט זיך און ער נעמט אביסל פון דא און אביסל פון דארט, ער האט גענומען, אבער נישט גענוג בזריזות, ביז עס איז געקומען דער באפעל פונעם קעניג אז מ'זאל אים ארויסרופן פון דארט... א שׁאָד - האט ער געקלערט ביי זיך- מיט אביסל מער זריזות און געשיקטקייט וואלט איך דאָך געקענט זיין אסאך אסאך רייכער ווי דאס ביסל וואס איך האב אריינגעכאפט.

דער פריינט פונעם קעניג אינעם דעמאלטסדיגן מצב געפונט זיך צווישן פרייד און קלעם, פון איין זייט פרייט ער זיך אויף וואס ער האט געכאפט און רייך געווארן, און פון די צווייטע זייט טוט אים וויי אויף וואס ער וואלט נאך געקענט האבן. אבער דער וואס האט שכל שטארקט זיך, און ער גייט צו צום קעניג זיך באדאנקן און ארויסווייזן א פרייליך פנים אויף די געוואלדיגע מתנה וואס ער האט יא באקומען.

דאס איז דער ענין פון אונזערע תקיעות ראש השנה - זאגט דער חתם סופר- מצד אחד איז די תרועה א געוויין פון שמחה און שטאלץ אז מיר האבן זוכה געווען צו זיין דער עם הנבחר וואס איז נאנט און דבוק צו השי"ת, און ווי מיר זאגן טאקע אין די ימים נוראים ביים דאווענען "עלינו לשבח לאדון הכל... שלא עשנו כגויי הארצות", עס איז א זמן וואס מיר באלאנגן צום אייבישטער אונזער קעניג. און מצד שני זענען די תקיעות ווי א קרעכץ 'גנוחי גניח' ווי חז"ל זאגן, עס טוט אונז לייד אויף וויאזוי די פארגאנגענע יאר האט אויסגעזעהן און אז מיר האבן זיך נישט געפירט ווי עס דארף צו זיין. אבער דאס לערנט אונז עזרא הסופר אינעם פסוק "וְאַל תֵּעָצֵבוּ" זייטס נישט טרויערדיג און צובראכן, "כִּי חֶדְוַת ה' הִיא מָעֻזְכֶם" די שמחה וואס מיר האבן פון השי"ת אז מיר האבן זוכה געווען צו זיין זיין פאלק, דאס דארף זיך שטארקן און גוֹבֵר זיין אויף אונזער פערזענליכע צער, און מיר דארפן זיך פרייען מיט'ן שמחת המלך.

טייערע ברידער, לאמיר זיין אמת'דיג מיט זיך, מיט אונזערע בני בית, קינדער, און ארומיגע, און ווען מיר גייען אריין אין די טיפקייט אין די אמת פון די וועלט אט דארט דערהערט זיך הויעך און קלאר אז ס'איז ה' הוא האלוקים ואין עוד מלבדו, ווען מיר נעמען אוועק די אלע שווערע מחיצות וואס צומישן דעם איד טעגליך, ווען מיר נעמען אוועק די שטערונגען און שוועריגקייטן, אט דארט זענען מיר א שטיק דביקות בה', דארט איז אלעס פיל מיט ליבשאפט און עבודת ה' איז די זיסטע זאַך אויף די וועלט, דארט איז נישט פארהאן א מציאות פון מחלוקת, קנאה און שנאה, ס'איז די אלע פאלשקייטן וואס באגלייטן אונז טעגליך וואס טראגן אונז אוועק פון דער פלאץ ווי מיר דארפן זיין, ס'צומישט דעם מוח פון א איד און ברענגט אונז צער און יסורים, לאמיר אויסרופן צו זיך אין הארץ אריין "געונג איז גענוג" איך וועל מער נישט שפילן דעם 'כאילו' נאר מיט אַן אמת איינמאל פאר אלעמאל 'זיין זיך' און אפירזוכן דעם נקודת האמת, דאס באהאלטענע אמת וואס ליגט אונטער אלעס וואס שרייט ארויס אז די וועלט פארמאגט א בעל הבית, א איד איז קיינמאל נישט אליין יא דער מלך העולם איז מיין זיסע לעכטיגע טאטע און מיט אים האב איך א אפענע שפראך, אט דארט איז די פלאץ ווי איך קום מיט מיין גאנצע קאפ מוח און הארץ... און איך בין זוכה צו דעם זיסן טעם פון שמחת יום טוב!

ויה"ר אז מיר זאלן טאקע אנערקענען און איינזען די געוואלדיגע חשיבות פון לעבן און זיך פירן מיט אמת, און אט זאלן מיר שוין זוכה זיין צו דאס וואס מיר ווארטן שוין אזוי לאנג, כי מלאה הארץ דעה את ה׳ כמים לים מכסים, בביאת מלך המשיח בב"א.

לסיכום געדענק:
• א איד דארף זיין אמת'דיג מיט זיך אליין, נישט באהאלטן זיינע שוואכקייטן פון זיך, נישט פון יענעם, און אודאי נישט פון השי"ת.
• השי"ת האט אונז די זעלבע ליב אפילו נאכן זינדיגן און ס'איז נישטא קיין סיבה צו וועלן אנטלויפן.
• ראש השנה ברענגט מיט זיך אַן עול און א עבודה, אבער די זיסקייט און שמחה וואס ס'ברענגט מיט איז שטערקער פון אלעם.

א כתיבה וחתימה טובה!!

זיך איינצושרייבן צו באקומען די "מיט א טיפערן בליק"
דורך אי-מעיל בעז"ה tiferenblik@gmail.com

דער אשכול פארמאגט 1 תגובה

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר