כ'גיי נאמאר מאכן נאס

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
מנחם ציון
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 755
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 10, 2020 5:47 pm
האט שוין געלייקט: 512 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 687 מאל

כ'גיי נאמאר מאכן נאס

שליחה דורך מנחם ציון »

רחל'ע פארוואס האסטו געמאכט נאס אויף די פלאר?!!?! פארוואס?!?
וויפיל מאל דארף מען דיך זאגן אז מען מאכט נאס נאר אין א טוילעט, און נישט אויף די פלאר?!?

מיינע יעלות גייען אן אזוי ערב יום כיפור נאנט צום זמן, נאכן דורך שפרייזן מיין לאקאלע בית כסא, ווי איך האב אנדעקט אן אומבא'טעמ'טע סצענע, ווי מיין 3 יעריגע טאכטער'ל, אקארשט טרענירט, זיצט אין אן אגם מים…
נאר דאס פעלט מיר אויס יעצט א האלבע שעה צום זמן.

מיין האנט הייבט זיך מיט א ווייטקייט, גרייט צו מאכן א קראך לאנדונג אויף א דערנעבנדיגע באק, ווען צוויי ליכטיגע בלויע אויגעלעך, ברייט צועפענט גרויס ווי א טענדזשערין קוקן אויף מיר מיט אומשולדיגקייט.

איר פארלוירנקייט און ריינקייט האט צעלאזט מיין אויפברויז, מיין האנט האט אינה חוזרת רקם'דיג געלאנדעט אויף איר בעקעלע מיט א גלעט פון ליבשאפט.

-קום לאמיך דיר טשעינדזשן

נישטא קיין צייט פאר געשלעפעכץ, איך יאג מיר צו בעת זי קוקט אויף מיר מיט א חרטה בליק.

- "כ'גיי נאמאר מאכן נאס"

דער סטעיטמענט האט מיר באנומען…
כ'גלעט איר:
- רחל'ע די ווייסט ווי מאכט מען נאס? נאר אין א….
-טוילעט….
-זייער גוט

אפגעטוישט, גיימער אויפווישן דאס געמויזעכטס..
אזוי מיט די יום טוב בגדים זיץ איך איבערגעבויגן און מ'איז מקנח צואת בתה, אה וואס פארא גרעסערע זכות איז פארהאן פארן יום הדין, זייענדיג אינמיטן זיך מטפל בנבילות זיין קלינגט מיר אפ דאס ריינע תמימות'דיגע סטעיטמענט,

" כ'גיי נאמאר מאכן נאס"

אוי... ווי נעמט מען א בארדיטשובער צו מאכן מטעמים מיט אט דער מימרא…..

זענען מיר דען בעסער??

אידעלע פארוואס האסטו געמאכט נאס?!!?! פארוואס?!?
וויפיל מאל האט מען אונז געזאגט נישט צו מאכן נאס?!? וויפיל מאל?!?

וואס זאלן מיר ענטפערן…. עיננו נשואות עליך למרום, אונזערע ריינע אויגעלעך קוקן ארויף צו דיר, יא מיר ווייסען אז מיר האבן נישט גוט געטוהן, און מיר האבן ביטער חרטה.

"כ'גיי נאמאר מאכן נאס"

און יא, ער ווערט אויך איבערגענומען פון אט די ריינע תמימות'דיגע סטעיטמענט אונזערע,
און מיט ליבשאפט גלעט ער אונז, און ער בעט אונז, "שובו שובו מדרכיכם הרעים".

וְזָרַקְתִּי עֲלֵיכֶם מַיִם טְהוֹרִים וּטְהַרְתֶּם מִכֹּל טֻמְאוֹתֵיכֶם וּמִכָּל "גִּלּוּלֵיכֶם" אֲטַהֵר אֶתְכֶם
(מעשה שהיה)

דער אשכול פארמאגט 10 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר