סוכות - שמיני עצרת - שׁוֹפְכִים לְךָ לֵב כַּמַיִם!

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
א שעפעלע
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 368
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 17, 2014 9:19 am
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 161 מאל

סוכות - שמיני עצרת - שׁוֹפְכִים לְךָ לֵב כַּמַיִם!

שליחה דורך א שעפעלע »

בס"ד

א גוטן טייערע חבירים וידידים!

אה! די שמחה איז גרויס, און די הארץ גיסט פאר פרייד, שטייענדיג אין די שאטן פון די הייליגע טעג שעברו עלינו לטובה שפירן מיר אלע די געוואלדיגע הרגשה אז זיכער האבן מיר אויסגעפועלט א זיס לעכטיג יאר מיט אלע ברכות, ויה"ר שימלא ה' כל משאלות לבנו לטובה!

דער הערליכע אידישע קאלענדער (לוח) געבט אונז נישט קיין איבריגע מינוט נאר טראגט אונז פון איין לעכטיגע טאג צום צווייטן, און איצט שטייען מיר אין די געבענטשטע יו"ט סוכות טעג, דער זמן שמחתינו – טעג וואס מען שעפט ברכה און שמחה פאר די קומעדיגע ווינטער חדשים, אבער טייערע ברידער צווישן די גאנצע יאגעניש, לאמיר כאפן א מינוט'קעלע זיך אפשטעלן און אריין טראכטן וואס איז אונזער עבודה אין די יעצטיגע טעג, און אזוי אויך אין די קומעדיגע טעג הבאים עלינו לטובה.

יו"ט סוכות טראגט מיט זיך דעם הערליכן טיטול פון "זמן שמחתינו", יא אמת אז ביי די פילע שמחת בית השואבה'ס זינגן מיר מיט מוזיק און מ'טאנצט מיט פאקלען, אבער ווי פארשטענדליך אז ווען די תוה"ק געבט א טיטל איז עס נישט א צייטווייליגע טיטל וואס וועפט אויס די מינוט וואס די מוזיק שטעלט זיך אפ, דערפאר לאמיר אריין קוקן און דערגיין וואס איז דער אמתע "זמן שמחתינו" און טאקע זוכה זיין אז די שמחה זאל מיט אונז בלייבן. דער יו"ט סוכות ווערט אויך אָנגערופן "חג האסיף", אוודאי טראגט עס א פשוטע פשט, ס'איז דער צייט וואס מען זאמלט איין די תבואה, אבער ווי פארשטענדליך ליגט אין איר אויך א טיפערן פשט וואס מיר דארפן ריכטיג אפלערנען.

ווי געווענדליך וועלן מיר כאפן א בליק אין די יעצטיגע פרשיות און אט דארט אפירזיכן אונזער חיזוק און הדרכה פאר די יעצטיגע טעג בעזר ה'. ווי נאר מען פאנגט אָן פרשת האזינו (וואס די פרשה ליינט מען אייביג אין חודש תשרי) טרעפן מיר דעם פסוק זאגט יַעֲרֹף כַּמָּטָר לִקְחִי תִּזַּל כַּטַּל אִמְרָתִי - ס'זאל רינען ווי רעגן מיין לערנען, ס'זאל טראָפן ווי טל מיינע רייד. אין די הפטורה פון שבת שובה טרעפן מיר די פסוק זאגט אֶהְיֶה כַטַּל לְיִשְׂרָאֵל יִפְרַח כַּשּׁוֹשַׁנָּה וְיַךְ שָׁרָשָׁיו כַּלְּבָנוֹן – איך וועל זיין אזוי ווי טל צו כלל ישראל וכו', דאס זעלבע טרעפן מיר אין פרשת וזאת הברכה די פסוק זאגט: וּלְיוֹסֵף אָמַר מְבֹרֶכֶת ה' אַרְצוֹ מִמֶּגֶד שָׁמַיִם מִטָּל וּמִתְּהוֹם רֹבֶצֶת תָּחַת – די ברכה וואס משה רבינו האט געזאגט צו שבט יוסף, געבענטשט פונעם אייבישטער זאל דיין לאנד זיין, פון די גוטע השפעות און טוי וואס קומען פון הימל, און פון די וואסער וואס קומט פון די אפגרונד וואס הויערט אונטן. לערענדיג די שורות באמערקט זיך קלאר אז ס'איז פארהאן עפעס א צוגלייך צווישן אונזער עבודה און גשם-רעגן און טל-טוי, לאמיר עס פארשטיין און ריכטיג אפלערנען?

בפרט שטייענדיג נאך יום כיפור ווען מיר אלע האבן מתפלל געווען אין איבער געזאגט דעם תפילה פונעם כהן גדול ווי ער האט געבעטן אין די הייליגסטע מינוטן פון יאר יהי רצון מלפניך ה' אלוקינו ואלוקי אבותינו, שתהא שנה זו הבאה עלינו ועל על עמך בית ישראל בכל מקום שהם, אם שחונה גשומה, ואל יכנס לפניך תפילת עוברי דרכים לעניין הגשם בשעה שהעולם צריך לו וכו' – די תפילות פון די וואס זענען אונטער וועגנס און בעטן אז רעגן זאל זיך אפשטעלן זאל נישט אָנגענומען ווערן וכו', ווי נאר מען זאגט די ווערטער פרעגט זיך, פון אלע צרות, שוועריגקייטן און פראבלעמען וואס איז ליידער פארהאן פארוואס האט די כהן פונקט געבעטן אז די תפילה פון די מענטשן וואס זענען אונטערוועגנס זאל נישט אנגענומען ווערן, ווי פארשטענדליך ליגט עפעס אסאך טיפער, און דער מציאות פון רעגן מיינט עפעס אסאך מער, לאמיר זיך פארטיפן אין דעם ענין. פארשטייט זיך אז מיר האבן נישט קיין השגות אין די טיפע ענינים מיר שמועסן נאר אויף אונזער מדריגה אלעס מיטן ציל זוכה צו זיין בעזר ה' ארויסצונעמען די ריכטיגע חיזוק און הדרכה פארן טאג טעגליכן לעבן.

ווען מיר שמועסן איבער גשם-רעגן און טל-טוי איז כדי זיך צו פארטיפן און אביסל אויסשמועסן וואס איז די חילוק צווישן די צוויי. - ווי באקאנט איז טל א מציאות פון א סאָרט וואַסער אדער אפילו בלויז א פייכטקייט וואס ליגט אין די לופט דורכ'ן טאג, און אין געוויסע שעות ווען די טעמפעטור פאַלט טוט זיך אנזאמלען א הויכע מאס פייכטקייט און אט דאס איז די טל וואס מיר זעהן אין געוויסע פלעצער, אבער באמת איז טל א מציאות אין די לופט כסדר, און אפילו אין די פלעצער וואס דער אויג זעט עס נישט עקזעסטירט עס אין די לופט. אגב אין די לעצטערע יארן איז פארהאן א מאַשין וואס האט די מעגליכקייט צו פאברעצירן טרינקן וואסער בלויז פון די לופט וואס מיר אטעמען, מען שטעלט עס אוועק און ס'טוט ארייננעמען די 'פשוטע' לופט און מאכט דערפון וואסער, וואס דאס מיינט אז בעצם עקזעסטירט דארט די נאַסע וואסערדיגע פייכטקייט נאר ס'איז פשוט נישט זעהבאר און מען קען עס כמעט נישט שפירן.
אנדערש איז רעגן וואס קומט פון די הימלען, ס'רעגנט אראפ א פרישע מציאות פון רעגן וואסער, און דאס זעלבע איז מיט א קוואַל וואס קומט פון אונטן ס'געבט אונז ארויס א מציאות פון קוואַל וואסער, ס'איז עפעס וואס האט נישט עקזעסטירט פארדעם און ווי נאר ס'פאנגט אָן רעגענען אדער קוואַלן קומט די וואסערן אראפ אויף אונז אדער צו אונז, ס'איז אבער נישט דא געווען די גאנצע צייט ס'איז א מציאות וואס טוט זיך פארמירן.

רעגן און טוי זענען ביידע אַן השפעה און ברכה וואס הקב"ה שיקט פאר די וועלט, זיי טוען אָפשווענקן, דערפרישן און מאכן וואקסן אלעס אויף די וועלט.
'אבער' ווען ס'קומט צו השפעות איז פארהאן צוויי סארטן, צומאל איז עס 'מצד חסד עליון לבד' וואס דאס מיינט אז הקב"ה מרוב רחמיו וחסדיו איז מעורר א אִיתְעַרוּתָא דִלְעֵילָא [השפעות וואס קומען אראפ פון אויבן] אַן השפעה פאר די וועלט ס'האט גארנישט מיט אונז קיין שייכות, ס'איז נישט געבינדן ווי מיר פירן זיך, וואס מיר טוען 'יא' אדער 'נישט'. פון דער צווייטע זייט איז פארהאן א מציאות פון שפע קודש וואס איז דירעקט פארבינדן ווי אזוי מיר פירן זיך, ס'פארלאנגט אַן אִיתְעַרוּתָא דִלְתַתָּא [א התעוררות פון אונטן, וואס דארף קומען פון אונזער זייט אויף די וועלט] ווען מיר לעבן דעם רצון ה' באקומען מיר השפעות און ווען חלילה נישט דערמאנט מען אונז ה"י.

טל-טוי איז ווי געשמועסט א מציאות וואס איז אייביג פארהאן, ס'איז א ריינע אתערותא דלעילא ס'האט נישט קיין שייכות ווי מיר פירן זיך ס'איז א מתנה פון בורא עולם וואס ליגט אין די לופט, און אט די טל זאגט אונז אז הקב"ה טוט אונז כסדר שיקן השפעות, און ווי חז"ל זאגן אונז אין מסכת תענית (ג, א) "טל לא מיעצר", טל האט א ספעציעלע הבטחה אז ס'שטעלט זיך קיינמאל נישט אפ נאר ס'וועט אייביג זיין, יא צומאל איז עס באהאלטן, צומאל קען מען עס ניטאמאל באמערקן אדער אָנטאַפן אבער באמת איז עס אייביג מיט אונז, ס'איז אייביג פארהאן א מציאות אין די לופט וואס פארמאגט דער כוח און השפעה פון טל. גשם-רעגן איז עפעס וואס איז שטארק פארבינדן אין דעם וועג ווי מיר פירן זיך, ווי ס'שטייט אין די תורה אז אויב מ'טוט נישט רצון ה' קען ח"ו קומען א עצירת גשמים, ווי מיר געפונען אין מסכת תענית אז חלילה אויב רעגנט נישט פאר א שטיקל צייט דארפן מיר פאַסטן און תשובה טוען, וואס דאס מיינט אז ס'איז דירעקט פארבינדן אין די וועג ווי מיר פירן זיך ס'פארלאנגט א אִיתְעַרוּתָא דִלְתַתָּא א התעוררות פון אונטן, וואס דארף קומען פון אונזער זייט אויף די וועלט, ס'פארלאנגט אז מיר זאלן מעורר רחמים זיין און לעבן דעם רצון ה'.

אז מיר דערהערן דעם חילוק לאמיר עס אריבער ברענגן צו די וועלט פון עבודת ה', ס'איז פארהאן אַן עבודה פון א איד וואס ליגט אין אונז, ס'איז פארהאן אַן עבודת ה' וואס איז א געוויסע בחינה פון חסד עליון, ס'איז א ריינע אתערותא דלעילא ס'איז א מתנה פון בורא עולם, ס'איז א געוויסע טל-טוי, פייכטקייט וואס ליגט אין איעדע אידיש קינד, צומאל קען מען עס ניטאמאל באמערקן אבער אין די לופט איז פארהאן א געוויסע טוי און פייכטקייט וואס מיט אביסל א טויש אין דער טעמפעטור ווערט פלוצלינג קענטיג אויף די גראָז'לעך א נאַסקייט, וואס דאס מיינט אז אויף דער מינוט וואס ס'קומען געוויסע דערהויבענע זמנים, זמנים וואס טעמפעטור פון א איד טוישט זיך באמערקט מען פלוצלינג די פייכקייט ארויסקומען, פלוצלינג באמערקט זיך געוויסע הרגשים און טרערן ארויסרינען פון די אויגעלעך, כאטש דער אידעלע ווייסט ניטאמאל פארוואס ער שפירט אזוי, אבער דאך איז דער פייכטקייט פארהאן... צומאל ליידער זענען פארהאן אידישע קינדער וואס זענען גאר ווייט פון תורה ומצוות און פלוצלינג ביי עפעס א געלעגנהייט געבט זיך א כאַפ ארויס דער פינק דער הייליגע טל וואס ליגט אין אונז און געבט א וואַש אויס דעם נשמה – ס'ברענגט אונז צוריק אהיים, ס'איז דער ריינע הייליגע פייכטקייט וואס ליגט טיף אינעווייניג און כאטש צומאל באמערקן מיר עס נישט, אדער צומאל שפירן מיר עס נישט, ליגט עס אין די לופט וואס א אידיש קינד אטעמט, ס'איז דער אינערליכע אידישע הארץ און געפיל!

אט דאס איז די יעצטיגע הייליגע טעג, אנגעפאנגן פון ראש חודש אלול, ראש השנה און יום כיפור, ס'איז טעג וואס דער אידעלע טרעפט זיך מיט דער אינערליכע פייכקייט אונזערע, במשך די דערהויבענע טעג איז ביי א יעדען פון אונז פארהאן דער מינוט וואס ס'לויפן די מחשבות און דער אידעלעס הארץ געבט זיך א מאַך אויף און ס'שפירט זיך א פייכקייט, אט דאס איז דער אינערליכע מתנה, דער אתערותא דלעילא וואס הקב"ה האט אין אונז אריינגעלייגט, דער גאנצע מציאות פון יום כיפור איז איין גרויסע טל-טוי וואס קומט אראפ אויף כלל ישראל אין א בחינה פון מתנת חנם, ווי די פסוק זאגט וְזָרַקְתִּי עֲלֵיכֶם מַיִם טְהוֹרִים וּטְהַרְתֶּם ס'איז א מתנה פון בורא עולם, א טאג וואס דער עצם היום איז מכפר און וואַשט אונז אויס, ס'האט נישט אזוי ווייט מיט אונזער השתדלות דאס עצם טאג קומט און ברענגט אויף אונז א טעמפעטור וואס טוט אויסוואשן כלל ישראל, ס'ברענגט ארויס דעם הייליגן פלאם וואס ברענט אין אונז. און צומאל אויב ס'מאכט זיך אז דער אידעלע איז אריבער די טעג און האט נישט געהאט דעם הרגשה דארפן מיר געדענקן אז ס'איז ווי דער טל – צומאל באמערקט מען עס נישט אבער ס'איז בעצם דארט ווייל טל איז לא מיעצר – דער נקודה הפנימית פון א איד שטעלט זיך קיינמאל אָפ.

אבער טייערע ברידער טל אליין איז נישט גענוג, ס'פארלאנגט זיך פון אונז ממשיך צו זיין דעם השפעה וואס פאנגט זיך אָן פון די בחינה פון טל – די הייליגע פייכקייט און עס איבערדרייען צו א קוואַל, מאכן דערפון א בחינה פון גשם ווי ס'גיסט זיך... און אט דאס פארלאנג א אתערותא דלתתא, מיר דארפן אנפאנגן טוען, מיר דארפן נעמען אונזערע אינערליכע כוחות און ממשיך זיין דערפון א געוויסע השפעה פון פיזישע פעולות און קבלות טובות און דאס טוט נעמען דעם פייכקייט און מאכט עס ווערן א שטראם פון וואסער... הרה"ק רבי לייב'לע איגר פון לובלין זי"ע איז מסביר אז עס איז פארהאן א חילוק צווישן די עשרת ימי תשובה, און סוכות. וויבאלד אין די טעג פון ראש השנה און יו"כ און עשי"ת זענען מיר צוגעגליכן צו קינדער וואס זיצן ביים טאטן'ס טיש, מען דארף נישט טוען קיין סאך און דער טאטע גיבט זיי אלע זייערע געברויכן, און אזוי טוט טאקע השי"ת אין די טעג, ער איז משפיע אויף אונז השפעות טובות און אלעם גוטן. אבער דערנאך קומען די טעג פון סוכות וואס דא קומען שוין נישט די השפעות פון זיך אליינס, נאר עס פאדערט שוין אַן 'עבודה' פון אונז, אז מיר זאלן טוהן די מצוות און מעשים טובים און דינען דעם אייבישטער, און נאר דורך דעם וואס מיר 'ארבעטן' און טוען פעולות, דעמאלטס קומען צו גיין אויף אונז די גוטע השפעות.

דאס איז מרומז אינעם פסוק "חַג הַסֻכֹּת תַּעֲשֶׂה לְךָ" ווייל סוכות דארף א איד מקיים זיין "תעשה לך" מיר דארפן טוען אייגענע מעשים. און חז"ל לערנען ארויס פון דעם פסוק "תעשה ולא מן העשוי - מ'דארף אליינס מאכן, נישט אז ס'זאל געמאכט ווערן פון זיך אליינס" (דאס מיינט צו זאגן אז ס'איז דא פארשידענע אופנים ווי עס ווערט גערעכנט ווי די סוכה איז כשר געווארן פון זיך אליינס, און דעמאלטס בלייבט די סוכה פסול) און דאס איז א רמז אז סוכות מוזן מיר אליינס טוהן מיט אונזער אייגענע עבודה, נישט אז עס זאל קומען פון זיך אליינס די השפעות פון אויבן.

ווען מיר דערהערן אז אט איז סוכות דער יו"ט וואס מיר נעמען זיך צו דער ארבעט, ווי מיר גייען נעמען דעם גרויסן כח וואס מיר פארמאגן וואס רופט זיך דער כח פון אִיתְעַרוּתָא דִלְתַתָּא 'יא' מיר פשוטע אידעלעך גייען אנפאנגן טוען פעולות וואס וועט אונז בעזר ה' ברענגן השפעות טובות ס'וועט ברענגן גשם-רעגן אויף די וועלט, וואס דאס מיינט בדרך רמז אז מיר וועלן ברענגן השפעות וואס וועלן אויפהאלטן, דערפרישן און מאכן וואקסן די וועלט, ס'וועט ברענגן פירות און חיות אויף די וועלט איז דאך פשוט אז די טעג ווערן גערופן זמן שמחתינו, און חג האסיף, טעג וואס דער אידעלע ווערט אנגעפולט מיט שמחה ווייל ווי איז דען פארהאן מער שמחה ווי ווען מיר כאפן זיך אז יא דער עבודת היום אין די טעג איז אז 'מיר' זאלן ממשיך זיין די השפעות טובות, 'מיר' זאלן טוען פעולות וואס וועט בעזר ה' מאכן די וועלט קוועלן מיט שפע, ס'וועט זיך גיסן, מיר טוען איינזאמלן השפעות, יא מיר פארמאגן די כוחות צו נעמען די קליינע טראפענעס טל און עס אריבער ברענגן צו א בחינה פון גשם...

דערמיט איז געוואלדיג וואס חז"ל זאגן אונז אין די משנה מסכת ראש השנה ובחג נידונין על המים – סוכות צייט טוט מען דן זיין די וועלט אויף דער ענין פון וואסער, ווי מיר שמועסן איז געוואלדיג לעכטיג פשט, סוכות איז דער צייט וואס מיר טוען פעולות, מיר זענען מעורר דעם אִיתְעַרוּתָא דִלְתַתָּא און אט אונזערע פעולות און עבודות טוט ברענגן די אלע השפעות טובות וואס וועט זיך גיסן אויף כלל ישראל בעזרת ה', אויך געבט דאס אונז לעכטיגקייט צו דער ענין וואס מען טרעפט במשך דעם יו"ט פילע רמזים צו דער ענין פון וואסער, צום אלעס ערשט פאנגן מיר אט אָן צו זאגן דעם משיב הרוח ומוריד הגשם, סוכות איז דער יו"ט וואס מיר פרייען זיך מיט דעם הייליגע ענין פון שמחת בית השואבה וואס דרייט זיך ארום דער מצווה פון ניסוך המים אנדערש ווי א גאנץ יאר וואס דער כהן האט געגאסן אויפן מזבח נאר יין-וויין האט מען אין די טעג אויך געגאסן וואסער. און ווי חז"ל זאגן אונז אין תוספתא: "אמר רבי עקיבא: אמרה תורה: הבא ניסוך המים בחג כדי שיתברכו עליך גשמים".

אויך טרעפן מיר דעם יסוד פון וואסער ביי דעם דעם הייליגע אתרוג. חז"ל זאגן אונז אז דער פרי עץ הדר באדייט אז עס איז "גדל על כל מים" דער אתרוג וואַקסט און טרינקט גאר אסאך וואסער. – די אלע הייליגע רמזים צו דער ענין פון וואסער איז אונז מרמז אז אט זענען מיר אין די טעג פון השפעות טובות, אין טעג ווי ס'גיסט זיך, אין טעג וואס מיר טוען קליינע פעולות און מיר באקומען השפעות... אבער ס'פארלאנגט זיך פון אונז צו טוען, ס'פארלאנגט זיך אז מיר זאלן זיך צוזאם נעמען און מאכן דעם אמתע חשבון הנפש וואס גייט מען טוען, נעמען די טל-טוי די אלע אינערליכע התעוררות'ן וואס מיר האבן געהאט במשך די אלע טעג פון ראש אלול ביז איצט אין עס אריין לייגן אין א כלי מאכן דערפון וואסער, מאכן דערפון אַן השפעה פאר זיך, פאר די שטוב און פאר די וועלט!

דערמיט איז געוואלדיג פשט אין פסוק אין פרשת האזינו, יַעֲרֹף כַּמָּטָר לִקְחִי תִּזַּל כַּטַּל אִמְרָתִי – הקב"ה זאגט אונז נעם די טל וואס איך געב דיר און לערן עס אז ס'זאל גיסן ווי רעגן, ווי מיר שמועסן אז אונזער עבודה איז צונעמען די מתנת וואס זענען צוגעגליכן צו טל און מאכן דערפון גשם אז ס'זאל זיך גיסן, אֶהְיֶה כַטַּל לְיִשְׂרָאֵל יִפְרַח כַּשּׁוֹשַׁנָּה וְיַךְ שָׁרָשָׁיו כַּלְּבָנוֹן הקב"ה איז צו אונז ווי טל און אונזער ארבעט איז צומאכן דערפון גשם, און אויב מען טראכט א אביסל טיפער באמערקט זיך אז אונזערע פעולות זענען בעצם אויך נאר א קליין טראָפ'עלע וואס מיר טוען און הקב"ה שיקט אונז צוריק השפעות ווי רעגן וואס איז דער מקור החיות פאר די גאנצע וועלט, לאמיר זיך פארשטעלן ווען רעגן זאל האבן א פרייז וויפיל געלט, גאלד, זילבער אדער פעולות וואלטן מיר געדארפט באצאלן אדער טוען צו קענען באקומען אביסל רעגן, אבער אונזער באליבטע טאטע בעט דאס קליין ביסל פון 'טוען', טו פעולות, פארנעם זיך מיט מצוות און מעשים טובים און אט דאס וועט באוואסערן די וועלט...

דאס איז די המשך אין פרשת וזאת הברכה ביי יוסף הצדיק וּלְיוֹסֵף אָמַר מְבֹרֶכֶת ה' אַרְצוֹ מִמֶּגֶד שָׁמַיִם מִטָּל וּמִתְּהוֹם רֹבֶצֶת תָּחַת – און פאר שבט יוסף האט ער געזאגט, געבענטשט פון די אייבישטער זאל דיין לאנד זיין, פון די אלע געשמאקע זאכן וואס קומען פון הימל, פון טוי און פון וואסער וואס קומט פון די אפגרונד וואס הויערט אונטן. – יא ברידער לאמיר זיך דערמאנען ווי יוסף הצדיק איז געווארן אוועק געשיקט איינער אליין אין די שווערסטע אומשטענדן און וואס האט ער געטוען ער האט זיך געהאלטן פעסט, זיך געשטארקט איינמאל און נאכאמאל, גענומען דער מינוט פון טל און איבער געדרייט צו גשם, אריין געגאסן כוחות עצומות פון התגברות און געבענטשט איז ער געווארן צו זיין דער וואס האט פשוט אנגעפלאַנצן פאר יעקב אבינו און די הייליגע ברידער, אז זיי זאלן האבן צו עסן אין די שפעטערדיגע יארן, יוסף איז דער וואס לערנט אונז אז יעדע פעולה, קבלה טובה און התגברות אונזערע ברענגט מיט זיך גשם – ס'ברענגט מיט זיך אַן השפעה פאר די וועלט, כאטש צומאל זעט מען עס נישט גלייך ליגט עס פשוט אין די לופט. ס'איז דארט!

און ווי געוואלדיג איז צו באמערקן אז איינע פון די מקורות פון דעם הייליגן מצוות ניסוך המים איז דער פסוק וואס שטייט טאקע ביי דעם זעקסטן טאג וּבַיּוֹם
הַשִּׁשִּׁי פָּרִים שְׁמֹנָה וכו' מִנְחָתָהּ "וּנְסָכֶיהָ" - וואס איז דער טאג פון דעם הייליגן אושפיזין פון יוסף – יוסף הצדיק וואס האט ממשיך געווען אז פון די טל וואס ער האט געהאט אין זיך האט ער געקענט דערמיט ארויסגיין אין א ווייטע וויסטע לאנד און דארט באגיסן די ערד און צוגרייטן די נידריגסטע פלאץ אין די וועלט פאר די בני יעקב אז מען זאל דארט קענען וויילן במשך די גלות טעג און זיך האלטן בעזר ה', אט דאס איז די כח וואס יוסף הצדיק געבט אונז, אט דאס איז די כח פון גשם, אט דאס איז אונזער עבודה אין די יעצטיגע הייליגע טעג נעמען די טל, דער אינערליכע פייכטקייט וואס ליגט אינעווייניג און עס איבער דרייען צו גשם-רעגן, נעמען די אלע גוטע מחשבות און עס מאכן גיסן, און מיר שמועסן נישט פון קיין גרויסע זאכן אבער דאס ביסל פון אנפאנגן צוזאם נעמען די פייכטקייט אז ס'זאל ווערן א קוואל פון השפעות טובות!

אין איינע פון די ירושלים'ע געסלעך געפינט זיך א קליינע פאַרלאַפל געשעפט, דער בעל הבית רוני איז איינער וואס האט שייכות מיט אידישקייט אבער ליידער האט ער נאך נישט זוכה געווען צו שמירת תורה ומצוות ווי עס דארף צו זיין, קומט פון א שטוב וואס מען האט אים קיין סאך יהדות נישט געלערנט, אבער זייענדיג אין א געגנט וואס ס'וואוינען פילע פרומע אידן האט ער גענומען א גוטן אָנגענומענע הכשר כדי אז ער זאל קענען פארדינען פון די פילע היימישע קאסטומערס, רוני זייענדיג א גוטע און צוגעלאזענע מענטש פלעגט דער משגיח כשרות בדרך כלל האבן א גרינגע ארבעט, רוני האט זיך צוגעשטעלט צו אלע חומרות וואס מען האט פון אים פארלאנגט, אלעס איז געפארן מסודר...

ויהי היום - דער משגיח האט ווי געווענדליך פלוצלינג אריין שפאצירט אין געשעפט און באמערקט ווי רוני געבט עפעס א לייג אראפ דעם טעלעפאון און ער ווערט שרעקליך אנגעצויגן, לויפט אהער און אהין... פארן משגיח האט עס זייער נישט גוט אויסגעזעהן "וואס איז ער עפעס אזוי דערשראקן? כ'האב דאָך אים ניטאמאל עפעס געפרעגט"? שפירנדיג אז עפעס טויג נישט האט דער משגיח זיך פארבינדן מיטן רב המכשיר און אים מודיע געווען אז ער האט באמערקט אז ווי נאר ער האט דארט אריינשפאצירט איז רוני געווארן זייער אנגעצויגן, אפשר איז כדי אז דער רב אליין זאל אריבער קומען און איבער קוקן צו אלעס איז מסודר.

איינצעלע מינוטן שפעטער איז דער רב שוין דארט געווען און גענומען דעם רוני אויף א שטרענגע פארהער, איבער געקוקט דעם גאנצע געשעפט פון קאפ ביז פיס און געטוען אלעס אויף די וועלט צו מאכן זיכער אז אלעס איז על צד היותר טוב, און ווי ס'האט זיך ארויסגעשטעלט איז אלעס טאקע געווען מסודר, אלעס האט אויסגעזעהן ווי ס'דארף צו זיין, נו אז ס'איז גוט איז גוט – דער רב מיטן משגיח האבן זיך געגרייט צו פארלאזן דעם געשעפט ווען רוני האט א שריי געגעבן "כבוד הרב – געב מיר א רגע".

די גאנצע געשעפט וואס האט מיטגעהאלטן וואס ס'שפילט זיך אפ מיט זייטיגע אויגן - זענען שטיל געווארן און פלוצלינג האבן זיי געהערט דאס אומגלויבליכע:

רוני זאגט: יעצט אז אלעס איז ברוך ה' גוט – וויל איך אז איר זאלט מיר מודה זיין אז דער סיבה פארוואס איר האט אזוי שטארק איבער געקוקט דעם געשעפט איז ווייל איך האב אויסגעזעהן נערוועז און דערשראקן, ריכטיג? דער רב און משגיח האבן געזאגט 'יא', רוני האט זיך גענומען וויינען און אויסגערופן "רבי בענטש מיר"! קיינער האט נישט פארשטאנען וואס ער מיינט... און רוני זאגט ווייטער: ס'איז שוין יארן לאנג וואס ליידער האב איך נישט קיין קינדער, איך האב שוין אלעס פרובירט אבער אונזער שטוב איז ליידיג, מיר האבן געלייגט האפענונג אויף א געוויסע דאקטער און אט האט ער אונז צוריק גערופן אז צוליב דעם וואס אונזער מצב איז אזוי שמאָל וויל ער אונז נישט אָננעמען, רבי דאס איז געווען די דערשראקענע נערוועזע פנים וואס איך האב געהאט... רבי, איך קען קיין סאך נישט לערנען, אבער איין זאך געדענק איך הערן פון איינע פון די קאסטומערס "אז ווען איינער איז איינעם חושד בכשרים דארף מען אים בענטשן, איר האט מיר חושד געווען געבט מיר א ברכה, בענטשט מיר מיט א קינד"... ווי א דינער אין מיטן העלן טאג האבן זיך די צובראכענע הארציגע ווערטער געהערט, ס'האט געהערשט א שטילקייט אין די גאנצע געשעפט, אלע האבן געווישט די טרערן... נאך עטליכע מינוט ווען דער רב המכשיר איז געקומען צו זיך האט ער געזאגט: אמת רוני ביסט גערעכט אין א געוויסע דקות'דיגע פלאץ האבן מיר דיר חושד געווען, ויה"ר אז די און דיין בני בית זאלן בקרוב געהאלפן ווערן, און אזוי האט דער רב אים געבענטשט מיט א ווארעמע ברכה צו די אויגן פון די ארומיגע...

א יאר שפעטער איז די מעשה גאר פארשפרייט געווארן אין ירושלים ווען ס'איז נתפרסם געווארן אז דער רב המכשיר איז מכובד געווארן מיט סנדקאות ביי דעם נייעם געבוירן אינגעלע בשעה טובה ומצלחת!

טייערע ברידער און שוועסטער! דער מעשה זאגט אונז אסאך, די השגחה פרטית, דער דן זיין לכף זכות און פיל נאך, אבער צו אונזער שמועס ליגט עפעס אסאך טיפער, צומאל מאכן זיך מינוטן אין אונזער לעבן וואס מיר שפירן אז פון דעם מינוט איז נישט פארהאן עפעס גוטס ארויסצונעמען, אין דעם מינוט איז נישט פארהאן עפעס באהאלטן פאר מיר, עפעס אַן השפעה, ביי וויפיל פון אונז מאכט צומאל אומבאקוועמע מצבים וואס מיר טראכטן נאר פון די חלק הצער ועגמת נפש, און מיר פארפאסן דעם געלעגנהייט מיטן זאגן צו זיך און צו די ארומיגע ווי נישט ריכטיג יענער פירט זיך, קוק ווי יענער זעט נישט מיין צער, ער איז מיר חושד בכשרים וזה הוא, מיר פארגעסן צו בעטן דעם ברכה וכדומה, און די מינוטן גייען אריבער און דאס איז עס – מען פארפאסט, אנדערש איז אבער דער איד וואס פארשטייט און לעבט דעם מציאות אז יעדע סעקונדע פון אונזער לעבן איז א געלעגנהייט, נישט קיין חילוק ווי שווער עס איז אדער קוקט אויס ליגט דארט עפעס א מציאות פון טל וואס דארף ווערן איבער געדרייט צו גשם, ווי יוסף'ל אין מצרים, ער האט אין זיין וויסטן חלום נישט געטראכט אז זיין אהין גיין איז עפעס וואס טוט אנגרייטן די באדן פאר כלל ישראל, אבער דאס איז דער עבודה פון א איד בשעת מיר גייען אריבער אומבאקוועמע שווערע מינוטן ווייסן מיר אז אט ליגט דארט עפעס א טל משמים, כאטש צומאל קען מען עס נישט באמערקן, כאטש צומאל איז עס שווער צוגלייבן איז דאס אונזער עבודה, צו מאכן פון די טל גשם, צו מאכן פון די פייכקייט וואסער, פון די צובראכן הארץ א שלימות עפעס גאנץ, עפעס השפעות טובות!

דערמיט דערהערן מיר דער תפילה פונעם כהן גדול אין די הייליגסטע מינוטן פון יאר, ער האט געבעטן: רבש"ע דער וואס איז אונטערוועגנס און ער בעט אז די רעגן זאל זיך אפשטעלן – נעם עס נישט אָן, ווי מיר שמועסן איז געוואלדיג דער כהן גדול האט פארשטאנען אז אין איעדע אומבאקוועמליכקייט ליגט אויסטערלישע ברכה פאר יעדן איד, בפרט אין דער מציאות פון 'גשם-רעגן'. צומאל בעטן מיר תפילות אז די רעגן – די השפעות אונזערע זאל זיך אפשטעלן ווייל ס'איז אומבאקוועם אויף דער מינוט, אבער מיר כאפן זיך נישט אז די רעגן איז עפעס וואס מיר אליין דארפן, יא מיר אליין דארפן פרוכט און פירות, מיר אליין דארפן פרישע ביימער און גראז ס'איז א טובה פאר די וועלט, אבער וויבאלד אויפן מינוט איז עס אומבאקוועם בעטן מיר אז ס'זאל זיך אפשטעלן חלילה. און ווי געשמועסט איז גשם א סימן פאר די אלע אנדערע השפעות טובות וואס מיר דארפן וויכטיג אבער צומאל קומט עס און א וועג וואס שפירט אביסל אומבאקוועם און מיר בעטן אז ס'זאל זיך אפשטעלן, האט דער כהן געגעבטן השי"ת זאל נישט מקבל זיין די תפילות בשעה שהעולם צריך לו - בשעת ווען די וועלט דארף עס, אפשר בדרך רמז קען מען זאגן 'צריך לו' די וועלט דארף אים דער איד'עלע מיט דער מציאות פון זיין שוועריגקייט, יוסף הצדיק מיט זיינע שוועריגקייטן האט אונז געברענגט די גרעסטע השפעות.

אט דאס איז די עבודת היום אין די טעג וואס מיר וועלן בעזר ה' אנפאנגן זאגן דעם משיב הרוח ומוריד הגשם – בעטן רבש"ע ברענגט אונז השפעות אבער אונז פון אונזער זייט וועלן בעזר ה' טוען אונזער חלק מאכן דעם אִיתְעַרוּתָא דִלְתַתָּא טוען פעולות, מצוות ומעשים טובים, קבלות טובות און נעמען די אלע גוטע מחשבות פון די גאנצע חודש איז עס אריין לייגן אין א כלי און מאכן דערפון א מציאות פון א קוואל, אריינגיין אין אונזער חלק הפנימי און טרעפן די טל, די פייכטקייט און מאכן דערפון א קוואל אז ס'זאל זיך גיסן. ויה"ר אז מיר זאלן טאקע אנערקענען און איינזען די געוואלדיגע חשיבות פון לעבן און זיך פירן מיט אמת, און אט זאלן מיר שוין זוכה זיין צו דאס וואס מיר ווארטן שוין אזוי לאנג, כי מלאה הארץ דעה את ה׳ כמים לים מכסים, בביאת מלך המשיח בב"א.

לסיכום געדענק:
• מיר דארפן אנערקענען די געוואלדיגע מתנה פון טל, די פייכקייט וואס ליגט אין אונז, די הייליגע נקודה הפנימית וואס איז אייביג דארט!
• אונזער ארבעט איז צומאכן פון די טל-טוי – גשם-רעגן, מיר דארפן מאכן פון די פייכטקייט א קוואל פון השפעות!
• יעדע סעקונדע פון אונזער לעבן איז א געלעגנהייט, לאמיר חלילה נישט פארפאסן, נאר פארקערט - ברענגן השפעות פאר די וועלט!

א לעכטיגע יו"ט און א גוט קוויטל!

זיך איינצושרייבן צו באקומען די "מיט א טיפערן בליק"
דורך אי-מעיל בעז"ה tiferenblik@gmail.com

דער אשכול פארמאגט 1 תגובה

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר