פרשת לך לך - ארויס פונעם קאמפערט זאון!

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
א שעפעלע
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 368
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 17, 2014 9:19 am
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 161 מאל

פרשת לך לך - ארויס פונעם קאמפערט זאון!

שליחה דורך א שעפעלע »

בס"ד

א גוטן טייערע חבירים וידידים!

אה! ווי לעכטיג און געשמאק איז עס ווען מיר פאנגן אָן לערנען איבער דאס הייליג לעבן פון אונזער טאטע אברהם. לאמיר זיך נישט פארזוימען נאר טאקע גלייך כאפן א בליק אין די וואכעדיגע פרשה: וַיֹּאמֶר ה' אֶל אַבְרָם לֶךְ לְךָ מֵאַרְצְךָ וּמִמּוֹלַדְתְּךָ וּמִבֵּית אָבִיךָ אֶל הָאָרֶץ אֲשֶׁר אַרְאֶךָּ וְאֶעֶשְׂךָ לְגוֹי גָּדוֹל וַאֲבָרֶכְךָ וַאֲגַדְּלָה שְׁמֶךָ וֶהְיֵה בְּרָכָה - הקב"ה זאגט צו אברם גיי אוועק לאָז איבער דיין טאטנס שטוב, דיין געבורטס פלאץ, דיין לאנד, און גיי צו די לאנד וואס איך וועל דיר שוין ווייזן, און איך וועל דיר מאכן פאר א גרויסע פאלק, און איך וועל דיך בענטשן און די וועסט זיין א מקור פון בענטשונג. ווי נאר מען לערנט די ווערטער באמערקט זיך דאס פשוטע, אויב דארף מען ארויסגיין פון א פלאץ איז דער מציאות אז צום ערשט גייט מען ארויס פונעם שטוב דערנאך פון דעם געבורטס פלאץ און ערשט דערנאך פונעם לאנד, אבער אין די פסוקים געפונט מען דעם לשון פארקערט?

ווי באקאנט זענען די ווערטער פון חז"ל וואס רש"י הקדוש ברענגט: לך לך, להנאתך ולטובתך. ושם אעשך לגוי גדול כאן אי אתה זוכה לבנים. – גיי פאַר דיינעטוועגן - פאר דיין הנאה און פאר דיין טובה וועגן, ווייל דא וועסטו נישט זוכה זיין אבער דורך דעם וואס די וועסט גיין וועסטו זוכה זיין.

די משנה אין אבות (פרק ה') זאגט אונז עשרה נסיונות נתנסה אברהם אבינו ועמד בכולן להודיע כמה חיבתו של אברהם אבינו, הקב"ה האט אויספרובירט אברהם מיט 10 נסיונות און ער איז זיי אלע בייגעשטאנען, איינע פון די צען איז דער נסיון וואס מיר טרעפן אט דא אנפאנג פרשה פון לך לך, אבער דערנאך וואס מען לערנט רש"י און די ווערטער פון חז"ל פרעגט זיך וואס איז געווען דער נסיון פון לך לך – ווען דער מלך העולם אליין זאגט גיי פאַר דיינעטוועגן, און ווען די וועסט גיין וועסטו זוכה זיין? ווער וואלט דען נישט געגאנגען? בכלל דער לשון פון להנאתך ולטובתך דארף ריכטיג ווערן אָפגעלערנט, וואס מיינט אז ס'איז לטובתך און אויך להנאתך וואס פעלט אויס ביידע? לאמיר זיך פארטיפן.

איידער מיר טרעטן צו צום שמועס לאמיר כאפן א בליק אין מדרש רבה (בראשית - פרשה ל"ט ח) וילך אברם כאשר דבר אליו ה' וילך אתו לוט אמר רבי לוי בשעה שהיה אברהם מהלך בארם נהרים ובארם נחור ראה אותן אוכלים ושותים ופוחזים אמר הלואי לא יהא לי חלק בארץ הזאת, וכיון שהגיע לסולמה של צור ראה אותן עסוקין בניכוש בשעת הניכוש בעידור בשעת העידור אמר הלואי יהא חלקי בארץ הזאת, אמר לו הקב"ה לזרעך אתן את הארץ הזאת – רבי לוי זאגט: בשעת ווען אברהם איז געגאנען אין ארם נהרים און ארם נחור און געזעהן ווי די מענטשן עסן, טרינקן און גייען ליידיג האט ער געזאגט הלואי זאל איך נישט האבן קיין חלק אין דעם לאנד (אין דעם פלאץ), אבער ווען ער איז אנגעקומען צו דער פלאץ סולמה של צור וואס דאס איז א פלאץ נעבן די גרעניץ פון ארץ ישראל, און געזעהן מענטשן וואס ארבעטן שווער מיט אויסרייסן די נישט גוטע געוויקסן פון די פעלדער און אין די ריכטיגע צייט טוען זיי גראָבן די פעלדער, האט אברהם געזאגט הלואי זאל איך האבן א חלק אין דעם פלאץ, האט הקב"ה געזאגט לזרעך אתן את הארץ הזאת – פאר דיינע קינדער וועל איך געבן אט דעם לאנד. – ווען מען לערנט די ווערטער פון די מדרש פרעגט זיך, וואס איז די עוולה פון עסן און טרינקן אז אברהם זאגט "הלואי לא יהא לי חלק בארץ הזאת – הלואי זאל איך נישט האבן א חלק אין דעם פלאץ"? און פון די אנדערע זייט טרעפן מיר נישט אז אברהם האט שפעטער געטראפן מענטשן וואס דינען הקב"ה וכדומה, ער האט סך-הכל געטראפן מענטשן וואס ארבעטן אין פעלד, נו אויב אזוי פרעגט זיך וואס איז אזוי געוואלדיג אז דאס איז דער פלאץ וואס אברהם אבינו בעט ביי הקב"ה צו זיין א חלק דערפון, און ער זאגט "הלואי יהא חלקי בארץ הזאת - הלואי זאל זיך זוכה זיין צו דעם פלאץ"?

ווי פארשטענדליך אז ווען ס'קומט צו די פרשיות פון אונזערע הייליגע אבות, דארפן מיר געדענקן אז מיר האבן נישט קיין שום השגה אין די גרויסע ענינים, איעדע ריר פון אונזערע עלטערן פארמאגן א אומגעהויערע טיפקייט וואס מיר קענען נישט קומען נאנט צו איר עומק און פארשטאנד, אלעס וואס מיר לערנען איז נאר אויף אונזער מדריגה מיטן ציל בעזר ה' ארויסצונעמען די ריכטיגע חיזוק און הדרכה פארן טאג טעגליכן לעבן.

אויב מיר זאלן זיך אפשטעלן מיט אַן אמת און זיך אליין באטראכטן וועלן מיר גאנץ שנעל באמערקן אז איעדע פון אונז פארמאגט אין זיך א פלאץ וואס זוכט צו זיין באקוועם און רואיג, און צוביסלעך במשך די יארן פון א מענטש'ס לעבן טוט דער ציל צו זיין באקוועם, דער ציל צו האבן א לעבן פון רואיגקייט פארמירן ארום אונז אזא סארט באקוועמע 'קאָמפאָרט זאון', ס'בויעט ארום אונז א קליין באַקסל וואס זאגט כסדר לאָז במנוחה ס'איז גוט די וועג ווי ס'איז, אט דארט זעצן מיר זיך אריין, און אזוי נישט כאפנדיג ווערט דער באקוועמע פלאץ אונזער גרעסטע צוריק האלט און שטער פון וואקסן און שטייגן, צוביסלעך ווערן מיר אזוי צוגעוואוינט צו זיין באקוועם און רואיג אז אפילו די אלע פלעצער ווי דער מענטש דארף גיין אדער טוען פאר אונזער אייגענע הצלחה און טובה ווערט שווער און מיר נעמען מער נישט אונטער קיין נסועות אין לעבן – וואס דאס מיינט מיר שטעלן אָפ דאס ווייטער פאָרן, שטייגן אדער וואקסן ווייל ס'איז פשוט צו-שווער, ס'פארנעמט ארבעט און ארבעטן איז נישט באקוועם.

אבער פון די צווייטע זייט איז גאנץ באקאנט אז ווען ס'קומט צו וואקסן און שטייגן, ווען ס'קומט צו סיי וועלכע פלאץ וואס מען בויעט מוז מען זיין גרייט ארויס צו גיין פון דעם באקוועמע באקסל, דער מענטש מוז זיין גרייט אָנצוטוען די שווערע ארבעטס קליידער, אויסשרייען אין מוח און אין הארץ דער מציאות אז 'כאן בונים' אט דא בויעט מען, אט גייט מען האָרעווען, שוויצן און ס'גייט זיין אומבאקוועם, אבער צום סוף וועט בעזר ה' שטיין א גרויסע בנין, דאס זעלבע טרעפן מיר ביי דעם פיזישע גוף ווען דער מענטש וויל מאכן סיי וועלכע סארט איבונגען, ווען א קינד וואַקסט אויף קומט עס כסדר מיט אומבאקוועמליכקייטן אזוי איז דער מציאות העולם.

ווי פארשטענדליך איז דאס נאר א קליין משל צו דער וועלט פון רוחניות, צו די וועלט פון התקרבות לה', וואו דארט איז עס ממש פשוט און קלאר אז אויב ווילן מיר בויען, וואקסן און שטייגן פארלאנגט זיך אנצוטוען די ארבעטס קליידער, אויסשרייען צו זיך אז מען גייט ארבעטן, מען גייט הארעווען, מען גייט בשום אופן נישט לאזן אז דער ציל און גליסטעניש פון רואיגקייט זאל פארטוישט ווערן צו עפעס א פאלשע קורץ-טערמיניגע שלווה וואס האלט פון אונז צוריק הצלחה און סייעתא דשמיא, ס'שטערט דעם מענטש פון טוען דאס ביסל ארבעט, דאס קליין ביסל השתדלות וואס ברענגט אונז אזוי פיל גרויסע רווחים און השפעות, און יא צומאל איז דאס קליין ביסל א מציאות פון אומבאקוועמליכקייט אבער ס'איז די שליסל און מקור צו אונזער הצלחה!
דערמיט איז געוואלדיג פשט אין מדרש, אברהם אבינו איז דער וואס דרייט זיך ארום אויף די וועלט, מיט הייליגע טיפע אויגן און זיכט און בענקט צו עפעס מער און טיפער, און אט זעט ער א געגנט וואס מענטשן עסן טרינקן און פארברענגן די צייט, יא אמת ס'איז דארט קיין גרויסע עוולות נישט פארהאן, אבער דער גאנצע פלאץ איז איין שטיק באקוועמליכקייט, איין שטיק קליינע באקסל וואס פון דאס ארום-זיצן און טוען גארנישט וועט דארט קיין סאך נישט וואקסן, בעט ער הלואי דא נישט, ווייל אין אזא סארט פלאץ וואקסט מען נישט, אין אזא סארט פלאץ שטייגט מען נישט. אבער ווען ער טרעפט דעם פלאץ נעבן די גרעניץ מיט ארץ ישראל וואו מענטשן ארבעטן שווער, גראָבן און אקערן אויף די פעלדער בעט ער הלואי זאל איך דא האבן א חלק, ווייל מיט מענטשן וואס פארשטייען אז כדי עפעס זאל וואקסן, "כדי אז פון דעם פלאץ זאל ארויסקומען שיינע פירות, פארלאנגט זיך אז מען זאל אריין האָרעווען און אריין לייגן כוחות עצומות”, מיט די סארט מענטשן וויל אברהם זיין, ווייל דאס זענען מענטשן וואס פארשטייען אז גארנישט וואקסט נישט ארויס פון זיך מען דארף אריין לייגן ארבעט און זוכן, מען דארף נעמען דעם שאָוועל און אַקער אייזן אין די האנט אריין און פלאַנצן, - די מענטשן פארשטייען בשורש אז ווען ס'קומט צו פארמאגן רייכקייט דארף מען אריין לייגן ארבעט און כוחות אנצוקומען אהין.

און אט דאס איז דער נסיון וואס הקב"ה פרובירט אויס אברהם לֶךְ לְךָ מֵאַרְצְךָ וּמִמּוֹלַדְתְּךָ וּמִבֵּית אָבִיךָ, גיי ארויס! און ווי ס'שטייט פון צדיקים אז דאס גאנצע ענין איז נאר א משל צו רוחניות, עבודת ה' און עבודת המידות, דער מענטש דארף כסדר זיין גרייט צו זיין ווי אברהם אבינו - א הולך גיין פון פלאץ צו פלאץ אָן אפשטעל, נישט זוכן זיך אריין צו זעצן מיט באקוועמליכקייטן אין עפעס א קליין ווינקל און זאגן אז ס'איז מיר גוט דא, דאס איז עס, אזא מין מענטש בין איך וכדומה, נאר פונקט פארקערט לעבן דעם לך לך איינמאל און נאכאמאל גיין פון פלאץ צו פלאץ אָן אפשטעל, פון מדריגה צו מדריגה...

דערמיט איז געוואלדיג דער לשון הפסוק ווייל ווען ס'קומט צו שטייגן דאס ערשטע טריט און אפשר דאס גרינגסטע איז ארויסצוגיין פון דעם מֵאַרְצְךָ די השפעה וואס דער 'לאנד' האט און לייגט אויף אונז ארויף, דערנאך קומט וּמִמּוֹלַדְתְּךָ דער עבודה ארויסצוגיין און איבערמאכן דעם השפעה פון דאס עצם 'פלאץ' וואו מיר וואוינען און פארברענגן וואס דאס נעמט אריין די אייגענע חבורה וכדומה, דערנאך קומט דאס שווערסטע ארויסצוגיין פון דעם וּמִבֵּית אָבִיךָ ארויסצוגיין פון די אלע אריינגעקריצטע געוואוינהייטן וואס לעבט אין אונז... אט דאס איז דער יסוד היסודות צו פארשטיין און זיין גרייט צו גיין, צו זיין גרייט צו ארבעטן. 'עובדי ה'' טראגן דעם טיטול פון קנעכט צוליב דעם מציאות אז מיר זענען כסדר גרייט צו ארבעטן פארן מלך העולם, מיר זענען כסדר גרייט צו גיין איין טריט נענטער צו דעם אֶל הָאָרֶץ אֲשֶׁר אַרְאֶךָּ.

נאך מער, הקב"ה זאגט אים קלאר "ושם אעשך לגוי גדול, כאן אי אתה זוכה לבנים" דא אויפן פלאץ וועסטו זיכער נישט מצליח זיין, אז דו וועסט זיך אוועקרייסן, אוועקגיין און הארעווען וועסטו ערגעץ אנקומען. און על פי רוב איז דאס די מציאות און פאקט אלעמאל אין יעדן דור און אין יעדן מצב, ווען א מענטש וויל באמת שטייגן, דארף ער שטארק ארויסקריכן פון פארשידענע געוואוינהייטן און אלטע באקוומעליכקייטן, זאכן וואס "הרגל נעשה טבע" פון געוואוינהייט ווערט עס ממש ווי די נאטור פונעם מענטש און ממש א חלק פון זיין מציאות, און אויב וועט ער וועלן בלייבן "כאן" דא אויפן אלטן פלאץ, "אי אתה זוכה"...

ברידער אז מיר דערהערן דעם יסוד ביז אהער איז כדי צו גיין א טריט טיפער.
מיר קענען זיך מיט א אינגערמאן, ר' יצחק וועלן מיר אים רופן, וואס האט זיך די לעצטע פאָר יאר גאר שטארק צוזאם גענומען און אנגעפאנגען שטייגן און וואקסן אויף א אויסטערלישע פארנעם. אויף א געלעגנהייט האבן מיר אים אויף א ברידערליכע אופן געפרעגט, ר' יצחק וואס האט געברענגט דעם טויש אין לעבן, ווי אזוי האסטו זיך אזוי שטארק ערוועקט?
ר' יצחק דערציילט: איך בין אייביג געווען גאר א שוואַכע אינגל, איך האב זיך זייער געמוטשעט מיטן לערנען, כ'האב נישט גוט געקענט עברי, און איבריג צוזאגן אז דאס האט געברענגט אז מיינע חדר יארן דערנאך מיינע ישיבה יארן זענען געווען גאר שווערע, יעדן טאג איז געווען א ביטערע אָפקומעניש אבער זייענדיג א שעמעוודיגער מענטש האב איך כסדר געמאכט זיכער אז קיינער באמערקט נישט אז עפעס פעלט מיר, און אזוי זענען די יארן אריבער געלאפן, כ'האב ב"ה חתונה געהאט און בליע"ה אויפגעשטעלט א שיינע שטוב, אבער די אמת איז אז אינעווייניג האט מיר עס געריסן ביים הארץ וויסענדיג אז איך קען נישט אויפהייבן א ספר און לערנען אפאר שורות אליין, אז איך קען נישט לערנען מיט די קינדער, אבער כ'האב ווייטער ממשיך געווען מיטן מאכן זיכער אז קיינער באמערקט נישט און דאס איז עס, די לעבן פאָרט.

ויהי היום, צווישן מיינע פארצווייגטע געשעפטן בין איך באקאנט געווארן מיט א אידישע עורך דין (לאויער) מיכאל, דעמאלטס איז ער געווען ביי די ערשטע טריט צו תשובה און התקרבות לה', ער האט כמעט גארנישט געוואוסט אבער האט פארמאגט א געוואלדיגע תשוקה און בענקשאפט צו אידישקייט, איך האב דערפון דערציילט אינדערהיים און מיר האבן מחליט געווען אז מען וועט אים איינלאדענען צו א שבת'דיגע סעודה און אים געבן טועם צו זיין דאס זיסקייט פון שבת קודש, אזוי איז טאקע געווען, ער איז צו אונז געקומען און ס'איז געווען הערליך שיין, איך האב אים דערציילט מעשיות פון צדיקים און געשמאק פארברענגט.

פון איין וואך איז געווארן צוויי און צוביסלעך איז ער געווארן אונזער וועכענטליכע שבת גאסט, ער פלעגט ממש באשיינען אונזערע שבתים, ס'איז געווען גאר קענטיג צו באמערקן ווי פון וואך צו וואך איז ער געוואסקן און געשטיגן, ער האט אנגעפאנגען זאגן דברי תורה, פסוקים, רש"י'ס אז כ'האב זיך פשוט אנגעפאנגען שעמען, מיינע מחשבות האבן געשריגן געב א קוק, ער לערנט, ער קען און ווי בין איך, פארוואס קען איך נישט? כ'האב זיך געוואונדערט ווי אזוי מאכט ער עס? ווי קען עס זיין, אזוי שנעל?

אויף א געלעגנהייט האב איך מיט אים געכאפט א שמועס, און צווישן די שורות האב איך אים געזאגט, מיכאל ס'איז אומגלויבליך, אזא לאנגע וועג אין אזא קורצע צייט, און דערנאך האב איך געפרעגט ס'איז נישט 'צו' שווער? ווי אזוי מאכסטו עס? זיין ענטפער האט געטוישט מיין לעבן.

ר' מיכאל זאגט: ס'איז יא שווער, ס'איז זייער שווער, אין מיין לערנען ליגט אסאך טרערן און יסורים אבער ווען איך האב אנגעפאנגן האט מיר א איד געזאגט אז תורה הקדושה און רוחניות איז נישט ווי אנדערע זאכן וואס אויף דאס עצם פלאָגן באקומען מיר גארנישט, דאס עצם וועג אהין ברענגט גארנישט, ווי למשל מאכן געלט די ארבעט צו געלט איז נאר א היכי תימצי אנצוקומען אהין. אנדערש איז רוחניות, דאס עצם געגועים, דאס עצם פרובירן, דאס פלאגן און ארבעטן שווער, איעדע טריט, יעדע קרעכץ און דורכפאל, איז א חלק פון דאס התקרבות אליין, ווען א איד מוטשעט זיך אט דארט ליגט באהאלטן דאס אינערליכע התקרבות "רבש"ע איך וויל זיין נאנט, איך וויל זיך באקענען מיט דיין הייליגע תורה" און דערפאר ווער איך נישט אפגעשוואכט, דערפאר געב איך נישט אויף, ווייל איך ווייס אז די שעות פון פראבירן, די שעות פון זיך פלאגן דאס גאנצע וועג אהין איז א חלק פון מיין עבודה אט דאס ברענגט אז דער גאנצע וועג זאל זיין געשמאק און זיס.

"אט די הייליגע ווערטער האבן געטוישט מיין לעבן" האט ר' יצחק אויסגעפירט, איך האב דעמאלטס גענומען א מלמד און זיך אנגעפאנגן מוטשענען ווארט נאך ווארט, אות נאך אות, אבער במשך מיין פרובירן האב איך כסדר געדענקט און זיך געהאלטן אין איין דערמאנען אז ס'איז נישט מיין 'קענען' וואס ברענגט מיין הצלחה, נאר די גאנצע וועג אהין איז זיס, דאס גאנצע וועג אהין איז א שטיק התקרבות לה', און דאס האט איבערגעדרייט מיין לעבן און ב"ה ס'האט נישט גענומען לאנג און איך האב אנגעפאנגען לערנען משניות און אזוי ווייטער.

ברידער די מעשה זאגט אונז אזוי פיל, לאמיר זיך אבער אפשטעלן און ריכטיג אפלערנען צוויי נקודות, דאס ערשטע איז דער געדאנק ווי געשמועסט אז צו וואקסן און שטייגן מוז מען הארעווען און אריין לייגן כוחות, דאס צווייטע אז דאס וועג אהין, "דאס גאנצע עבודה פון הארעווען און וואקסן איז בעצם א זיסע געשמאקע פלאץ". ווען דער איד געבט זיך א זיי מתבונן, ווען מיר שטעלן זיך אָפ און טראכטן אריין וועלן מיר באמערקן גאנץ שנעל אז ס'איז דער יצר וואס פרובירט אונז כסדר צו פארדרייען און טוט כסדר צוטיילן דעם מענטש'ס מוח ווי כאילו ס'איז פארהאן צוויי מהלכים, איינס איז געשמאק און זיס אויף דער מינוט, כאַפ דעם קאר ווייל ס'איז באקוועם, עס דעם מאכל ווייל ס'איז גוט און געשמאק, און ער מאכט זיכער אז דער מענטש טראכט נישט קיין מינוט פון וואס וועט זיין שפעטער, דער מענטש פרעגט זיך נישט איז דאס אויך לטובה – איז עס גוט פאר מיר?. דאס צווייטע איז עפעס וואס איז טאקע יא לטובה, ס'איז עפעס גוט אבער דאס עצם וועג אהין איז לאנג און דער יצר מאכט אונז שפירן דעם הרגשה פון "גייסט ארבעטן ביטער שווער און לאנג אנצוקומען אהין", און צומאל געבן מיר אויף, און דער מענטש לויפט שנעל צוריק צום אלטן באקוועמען פלאץ...

אט דאס שטייט דא אין רש"י הקדוש להנאתך ולטובתך! די צוויי גייען צוזאמען האנט ביי האנט, ווען עס ליגט פאר אונז א תאווה, עפעס אַן הנאה, פרעגט זיך דער איד כסדר איז דאס אויך לטובתי, איז דאס גוט פאר מיר? אדער איז עס נאר א צייטוויליגע הנאה וואס אט באלד וועל איך ביטער חרטה האבן?. און פון די צווייטע צייט ווען מיר ווייסן אז עפעס איז אונזער טובה דארפן מיר זיך פרעגן ווי אזוי מאך איך זיכער אז דער וועג אהין איז מיט הנאה און געשמאק.

אברהם אבינו לאזט זיך ארויס אויפן וועג להנאתך ולטובתך, ס'פארמאגט ביידע, ער ווייסט אז צום סוף וועט ער אנקומען צום טובה. אבער דער עבודה פון א איד איז צו פארשטיין אז די גאנצע נסיעה, דאס גאנצע ארבעט פון וואקסן און שטייגן, איעדע טריט און איעדע ברעקל מסירת נפש, דאס גאנצע וועג אהין איז איין שטיק עבודת ה', ס'איז איין שטיק התקרבות און תענוג אמיתי, און כאטש צומאל קומט עס מיט שוועריגקייטן און יסורים, נישט אנדערש ווי מיר געפינען אט דא אין די פרשה ווי אברהם אבינו איז אריבער דאס אומבאשרייבליכע, אבער דאך האט ער פארמאגט דעם אינערליכע הנאה אז איך גיי אויף די וועג קיין ארץ ישראל, און ווען מיר גייען אינעם ריכטיגע ריכטונג, כאטש אויפן וועג באגעגענען מיר זיך מיט שוועריגקייטן פארשטייט דער מענטש אז ס'איז דער ריכטיגע וועג און דאס געבט א אינערליכע הייליגע הנאה אז מיר טוען וואס איז ריכטיג!

לאמיר געדענקן דעם עבודה פון גיין, לך לך כסדר זיין גרייט צו גיין, ארויסגיין פון אונזערע 'באקוועמע זאנעס' וואס מיר זעצן זיך אריין און אזא סארט נערישע באקוועמליכקייט און מיר פארשפילן טיייערע צייט, טעג און וואכן, מיר פארשפילן אזוי פיל געלעגנהייטן פון הצלחה און סוקסעס אין פילע ענינים פשוט ווייל מיר האבן אביסל א פחד פון טויש, א פחד פון אנהייבן פריש און ווערן רייך און געבענטשט.

לאמיר געדענקן דעם לשון פון מדרש (בראשית - פרשה ל"ט א') אויפן פסוק ויאמר ה' אל אברם לך לך מארצך וגו' אמר רבי יצחק משל לאחד שהיה עובר ממקום למקום וראה בירה אחת דולקת אמר תאמר שהבירה זו בלא מנהיג, הציץ עליו בעל הבירה אמר לו אני הוא בעל הבירה. - א משל צו א מענטש וואס גייט אונטערוועגנס פון איין פלאץ צום צווייטן, און ער באמערקט ווי א הערליכע שיינע פאלאץ איז איינגעהילט אין פלאמען, עס ברענט און פלאקערט. ער מאכט זיך שנעל א חשבון ס'קען דאך נישט זיין אז דער פאלאץ האט נישט קיין בעל הבית, איינער האט דאך דאס געמוזט בויען און אריינלייגן אזויפיל כוח און פלאָג אהערצושטלען אזא שיינעם בנין, און ער האט דאס אוודאי נישט געמאכט אז ס'זאל גיין לאיבוד אין א פייער. דאס איז א משל אויף אברהם אבינו וועלכער האט זיך מתבונן געווען און פארשטאנען אז די הערליכע און גרויסע וועלט וואס דער בורא עולם האט באשאפן, האט ער דאָך נישט געמאכט אז די מענטשן וואס פירן זיך נישט ריכטיג זאלן עס חרוב מאכן מיט זייערע שלעכטע מעשים, ס'איז דאך זיכער דא עפעס א ציל און תכלית וואס דער 'בעל הבירה' דער בעה"ב פונעם פאלאץ וויל פון אונז. ווען דער רבונו של עולם האט געזעהן אז אברהם אבינו לעבט מיט א חשבון הנפש, ער אנערקענט אז ס'איז דא עפעס העכער'ס און ער איז משתוקק זיך צו באקענען מיט זיין באשעפער און אים דינען, דעמאלטס האט זיך דער אייבישטער מגלה געווען צו איהם און זיך באוויזן צו אברהם אבינו.

לעניננו, קענען מיר קלאר באמערקן אינעם לשון המדרש, משל לאחד "שהיה עובר ממקום למקום" ווען מ'רעדט פון אברהם אבינו גלייכט מען איהם צו צו א מענטש וואס גייט פון איין פלאץ צום צווייטן. יא! ווייל אונזער זיידע אברהם, נאך אפילו פאַר הקב"ה האט אים געהייסן גיין איז ער שוין געגאנגען פון פלאץ צו פלאץ, ער האט זיך נישט באקוועם געמאכט אין זיין לעכל און געבליבן זיצן דארט מיט פארלייגטע הענט. דער טאטע פון כלל ישראל ווייסט אז מ'דארף שטענדיג גיין פון פלאץ צו פלאץ, מ'דארף זיין א 'הולך' וואס וואקסט און שטייגט און שטעלט זיך נישט אָפ. און דעריבער ווען דער גרויסע נסיון פון לך לך קומט צו גיין, פארשטייט ער אז ס'איז דער נסיון פון ווייטער ממשיך זיין צו גיין, ווייטער שטייגן און ארבעטן אויף זיך און אויף די מידות.

א קליינע רמז, די ראשי תיבות פון די ווערטער ע'ובר מ'מקום ל'מקום, איז 'עמל' וואס באדייט פלאָג און יגיעה, ווייל דאס איז די מהות פון אברהם אבינו, עמילות, הארעווען און פלאָגן אפילו ווען ס'איז נישט גרינג. אבער ווי געזאגט, אין די זעלבע צייט מאכן זיכער אז ס'איז מיט אַן הנאה אז ס'איז געשמאק און זיס ווייל ס'איז דער רצון ה', יא אמת אז ס'איז שווער, יא אמת אז ס'קומט אָן מיט יסורים אבער ס'איז דער רצון פון אונזער באליבטע טאטע אין הימל וואס פירט, טראגט און ברענגט אונז אל הארץ אשר אראך.

נו ברידער אז מיר זאלן זיך באמת מתבונן זיין און אריינקלערן אין זיך, וועלן מיר גלייך באמערקן אז מיר אלע האבן אזויפיל נקודות אינעם טאג טעגליכן לעבן וואס שרייט ארויס "כאן אי אתה זוכה", מיר אלע האבן מינוטן, פלעצער, מחשבות און געדאנקן וואס מיר ווייסן גאנץ גוט אז ווילאנג די זאכן זענען מיט אונז, איז עס א קלארע שטער צו אונזער הצלחה אנצוקומען צו א העכערן ציל. אבער כאטש מיר ווייסן עס מיט א קלארקייט, כאטש מיר הערן דעם אינערליכע קול ה' בכוח וואס רעדט און בעט זיך צו אונז, דאך טוען מיר זיך ליידער נישט רירן פון פלאץ, און אפילו ווען יא, דער מענטש איז שוין מחליט אז ער גייט זיך נעמען אין די הענט אריין און אפלאזן זיינע באקוועמליכקייטן, צומאל מאכן מיר נישט אז דער וועג אהין זאל זיין געשמאק און פילן א טעם און א חיות דקדושה אין וואס מיר טוען, און ממילא איז דאס א שטארקע גורם אז מיר זאלן דערנאך גאנץ שנעל אויפגעבן, ווייל אז מ'האט נישט קיין הנאה און סיפוק אויף יעדן טריט גייענדיג, מ'פילט נישט אז דאס אליין איז א חלק פונעם ציל, ווערט מען זייער שנעל אויסגעברענט און פארלאשן.

אונזער תפקיד איז זיך צו דערהייבן הויעך און באמערקן אז כאטש בורא עולם האט קלאר געזאגט דעם כאן אי אתה זוכה, ליגט אויף אברהם צו מאכן דעם וועג, און נישט סתם גיין, נאר מיט א געשמאק און מיט א ברען, אז ס'זאל באמת זיין להנאתך ולטובתך! ער מאכט די ריכטיגע החלטה און אויסוואל, ווייל ער זוכט נישט בלויז צייטווייליגע און ביליגע תענוגים און הנאות, ער זוכט א הנאה וואס ברענגט מיט זיך די אמת'ע טובה. און אויך געדענקט ער די גאנצע צייט אז צום סוף וועלן מיר אנקומען, און ממילא איז עס להנאתך אויך, ס'איז געשמאק און זיס, ווייל אינערליך ווייסן מיר אז מיר טריט ביי טריט נענטער צו אבינו שבשמים.

ויה"ר אז מיר זאלן טאקע אנערקענען און איינזען די געוואלדיגע חשיבות פון לעבן א לעבן וואס מען וואקסט און שטייגט, א לעבן וואס מען פארשטייט אז מען שטעלט זיך נישט אפ נאר כסדר זיכט מען מער און העכער, און אט זאלן מיר שוין זוכה זיין צו דאס וואס מיר ווארטן שוין אזוי לאנג, כי מלאה הארץ דעה את ה׳ כמים לים מכסים, בביאת מלך המשיח בב"א.

לסיכום געדענק:
• צו קענען וואקסן און שטייגן, מוז מען זיין גרייט צו נעמען אויף זיך יגיעה און הארעוואניע, מאכן א לך לך.
• יעדע הנאה דארף מען גוט באטראכטן, איז עס סתם א צייטווייליגע הנאה, אדער איז עס אויך 'לטובה'?
• אמתע געשמאק און הנאה קומט פון דעם וואס דער מענטש טוט דאס וואס איז לטובה און ריכטיג!

א לעכטיגע שבת קודש!

זיך איינצושרייבן צו באקומען די "מיט א טיפערן בליק"
דורך אי-מעיל בעז"ה tiferenblik@gmail.com

דער אשכול פארמאגט 1 תגובה

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר