וירא - וואס איז גרעסער פון א פארברענג מיט בורא עולם?

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
א שעפעלע
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 368
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 17, 2014 9:19 am
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 161 מאל

וירא - וואס איז גרעסער פון א פארברענג מיט בורא עולם?

שליחה דורך א שעפעלע »

בס"ד

א גוטן טייערע חבירים וידידים..!

אַה! די וואכעדיגע פרשה איז אזוי לעכטיג און געשמאק, די הערליכע קלאָרע בילד ווי אין די גרעסטע היצן לויפט אונזער טאטע אברהם נאך די דריי אראבער, ברענגט זיי צו זיך אין שטוב אריין, ווי ס'שטעלט זיך ארויס זענען זיי גאר הייליגע מלאכים וואס ברענגן די גוטע בשורה, דערנאך די גאנצע מעשה מיט סדום ווי אברהם בעט זיך ביי השי"ת, ווי ס'האט זיך איבערגעדרייט, לוט'ס ווייב ווערט א בארג זאלץ, די מעשה מיט שרה און אבימלך, עקידת יצחק וכו' וכו', אלעס ליגט ביי אונז אין מוח מיט א געוואלדיגע קלארקייט, ס'איז שיין פשוט און געשמאק!

אבער אז מען געבט נאר א קוק אביסל טיפער, באמערקט זיך פשוטע נקודות וואס מיר דארפן פארשטיין און ריכטיג אפלערנען: גלייך ביים אנפאנג פרשה וַיֵּרָא אֵלָיו ה' בְּאֵלֹנֵי מַמְרֵא וְהוּא יֹשֵׁב פֶּתַח הָאֹהֶל כְּחֹם הַיּוֹם – ווי וואונדערליך איז עס צו באמערקן אז דער באזוך פון בורא עולם ביי אברהם איז באשריבן עפעס אזוי קורץ און שארף, ניטאמאל פארמאגט עס א גאנצע פסוק, אויסער די ווערטער "וַיֵּרָא אֵלָיו ה' בְּאֵלֹנֵי מַמְרֵא", הערן מיר נישט קיין שום דעטאלן וואס דער אייבישטער האט גערעדט אדער געזאגט צו אברהם. בפשטות וואלט אונזער שֵׂכל געזאגט אז כאטש א פסוק אדער צוויי זאלן באשרייבן די אויסערגעווענליכע ערשיינונג פון קודשא בריך הוא אין די שטוב פון אברהם אבינו. אבער אנשטאט דעם גייט די תוה"ק גלייך אריבער צום באזוך פון די מלאכים אין די שטוב פון אברהם, און דארט געפונען מיר עפעס ממש פארקערט, די פסוק גייט אריין אין א זעלטענע אריכות איבער אלעס וואס האט זיך דארט אפגעשפילט, ממש יעדע פְּרַט און יעדע תנועה ווערט געדעקט: ..וַיִּשָּׂא עֵינָיו וַיַּרְא ..וַיָּרָץ לִקְרָאתָם ..וַיְמַהֵר אַבְרָהָם ..וְאֶל הַבָּקָר רָץ אַבְרָהָם ..וַיִּקַּח בֶּן בָּקָר רַךְ וָטוֹב ..וַיְמַהֵר לַעֲשׂוֹת אֹתוֹ וכו'. - שפעטער ביי די מעשה מיט סדום, באמערקט זיך נאכאמאל די זעלבע נקודה, אברהם אבינו בעט זיך ביי השי"ת ..הַאַף תִּסְפֶּה צַדִּיק עִם רָשָׁע ..אוּלַי יֵשׁ חֲמִשִּׁים צַדִּיקִם ..אוּלַי יִמָּצְאוּן שָׁם שְׁלשִׁים וכו', די פסוק ברענגט א גאנצע אריכות בפרטי פרטיות ווי אזוי אברהם דאווענט אָן אויפהער. לאמיר פארשטיין אונזער טאטע אברהם האט געלעבט און געטוען חסד, געדאווענט און איינגעריסן פאר די וועלט זיין גאנץ לעבן ביז אהער, פארוואס עפעס דוקא דא אין אונזער פרשה פארציילט עס אונז די תוה"ק מיט אלע פונקטליכע דעטאלן? און בכלל וואס לערנען מיר זיך פון די אלע פרטים?

ווי באקאנט איז דער מאמר חז"ל (שבת קכז.) אמר רב יהודה אמר רב: גדולה הכנסת אורחין מקבלת פני שכינה, דכתיב "ויאמר אד-ני אם נא מצאתי חן בעיניך אל נא תעבר" וגו' – אז די מצוה פון הכנסת אורחים איז נאך גרעסער און חשוב'ער פון קבלת פני השכינה, וְהָא ראיה אז אברהם אבינו האט געבעטן השי"ת אז ער זאל נישט אוועקגיין, נאר שטיין און ווארטן כביכול ביז ער וועט ענדיגן זיך אפגעבן מיט זיינע געסט. לערנענדיג דעם מאמר חז"ל פרעגט זיך גלייך וואס איז טאקע פשט דערפון, ווי פארשטייט מען אזא זאך אז הכנסת אורחים זאל זיין גרעסער פון מקבל זיין די שכינה, "קבלת פני השכינה?" בפשטות איז דאס די גרעסטע זאך אין די וועלט, צו זאל מען טאקע איבערלאזן די שכינה כדי צו העלפן פשוט'ע מענטשן?. באמת, האבן מיר נישט קיין שום השגה דערין, לאמיר אבער זיך פארטיפן און ריכטיג אפלערנען די פרשה, פארשטייט זיך אז איעדע אות און נקודה האט א אומגעהויערע טיפקייט וואס מיר קענען נישט קומען נאנט צו איר עומק און פארשטאנד, לאמיר פרובירן אויף אונזער מדריגה און בעזר ה' ארויסנעמען די ריכטיגע חיזוק און הדרכה פארן טאג טעגליכן לעבן.

כדי צו פארשטיין אונזער שמועס, לאמיר אייך דערציילן א קורצע מעשה וואס א חשוב'ע איד האט אונז פרעזענדליך דערציילט.

ר' עמרם דערציילט מיט א שמייכל: דאס יאר סוכות בין איך געגאנגען באזוכן מיין עלטסטע זוהן חיים, מיינע חתונה-געהאטע קינדער און זייערע משפחות האבן געמאכט ביי חיים אין שטוב א שמחת בית השואבה. אבער ווי נאר מיר האבן זיך אראפגעזעצט און באקוועם געמאכט אין זיין סוכה'לע, שטעלט זיך חיים פלוצלינג אויף און ווערט נעלם פון די סוכה, בערך צוויי שעה שפעטער איז ער צוריק געקומען, און ער האט מיר געטראפן מיט טרערן אין די אויגן... אבער איין מינוט, לאמיר נישט כאפן צו שנעל, הער א שטיקל הקדמה, און וואס עס ליגט אונטער די מעשה:

געווען איז עס מיט יארן צוריק ווען איך האב באקומען א רוף פון מיין זוהנ'ס מנהל אז מיין חיים טויג נישט, עפעס איז נישט מסודר מיט אים, דער אמת איז אז איך בין נישט געווען שאקירט, אלס א טאטע האב איך שוין געהאט באמערקט און געשפירט אז עפעס איז נישט אין ארדענונג מיט חיים, כ'האב עס נישט קלאר ארויסגעהאט, אבער אין הארץ האב איך עס זייער קלאר געוואוסט. נו, יעצט אז מען רופט שוין אפיציעל פון ישיבה, דאס איז דאָך שוין אַן אנדערע מעשה, האב איך זיך ערוועקט פון מיין 'שלאף' און געמאכט אַן החלטה אז איך וועל אנפאנגן טוען דערין.

נאך א קורצע שמועס מיט מיין חיים, דערנאך מיטן מנהל און מגידי שיעור איז שווארץ געווארן פאר די אויגן כאפנדיג אין וואספארא שווערע מצב דאס קינד איז, איך וויל נישט אריין גיין אין צופיל דעטאלן, אבער מיר האבן באמערקט אז דאס קינד פעלט די פשוטע יסודות פון קריאה - ליינען, לערנען, דאווענען און פיל נאך, גאנץ שנעל האט זיך ארויסגעשטעלט אז דאס קינד 'לעבט נישט', ער איז אייביג אליין, ער האט נישט און וויל נישט קיין חברים, מען קען כמעט נישט רעדן צו אים, און אלע 'פארשטייערס' האבן פאראויס געזאגט דאס ערגסטע וואס ווארט אים אפ אינעם עתיד ח"ו.

אט דעמאלטס האב איך מיט מיין טייערע אשת חיל מחליט געווען אז דאס איז אונזער מתנה טובה פון הקב"ה און מיר גייען ארויף שארן די ארבעל און טוען אלעס אין די וועלט פאר דעם קינד, מיר האבן זיך אריין געלייגט אין די לענג און אין די ברייט צו טוען אלעס וואס נאר שייך, צו בויען און דערהייבן זיין צובראכענע נשמה'לע, איך בין מיט אים געפלויגן די וועלט, פארברענגט, געשפילט, געלערנט און געדאווענט, באזוכט ספעצעליסטן און מחנכים, און געטוען גאר אסאך, און צוביסלעך האט זיך בעזר ה' אנגעפאנגען דערקענען עפעס א קליין ביסל פון די שווערע ארבעט, מען האט אנגעפאנגען זעהן עפעס א פינק פון חיות און לעבעדיגקייט.

אט דעמאלטס איז ער ליידער נישט געווען אין קיין ישיבה, אבער אזוי ווי מיר האבן שווער געארבעט אז ער זאל צוריק גיין אין די געהעריגע מסגרת, האב איך אים מייעץ געווען אז אפשר זאל ער מאכן "לייף גאַרד לייסענס" און אזוי ארום וועט ער גיין אין קעמפ און פארברענגן געשמאק, און אין די נאכמיטאג שעות זיין די לייף גאַרד ווען מ'גייט שווימען.

געזאגט און געטוען, ס'האט אים געגעבן א גוטע געפיל, און צוביסלעך איז ער געווארן דער בחור וואס ווען אנדערע האבן זיך נישט גוט געשפירט האט מען צו אים גערעדט, ער האט ארויסגעהאלפן, און פון איין זאך איז געווארן צוויי, דאס הארץ האט זיך אויפגעמאכט און ער איז גאר געווארן דער וואס האט זיך אפגעגעבן מיט אנדערע, ער האט ארויסגעהאלפן ווער ס'האט נאר געדארפט, פון דארט איז ער געשטיגן אלס העכער אויף זיין אייגענעם לייטער, "ער איז געווארן דער עסקן און לב טוב, און צוביסלעך האט ער אויפגעשיינט ווי א בלום וואס מאכט זיך אויף". פארשטייט זיך אז נאכן זוממער האט ער שוין ב"ה אליין געוואלט פארבלייבן אין ישיבה, ער האט אפילו מצליח געווען מיט חברותות און חברים, ער האט פיין געלערנט, אז ס'איז נישט צו באשרייבן.

יארן זענען אריבער ער האט ב"ה חתונה געהאט און אויפגעשטעלט א לעכטיגע שטוב, אבער דאס שענסטע וואס איז פארבליבן איז דאס איבערגעגעבנקייט פאר אנדערע, פון זיין קליינע עסקנות און טובות וואס ער האט געטוען אין ישיבה, איז זיך צעוואקסן ממש א גאנצע עמפעריע, ער האט זיך ארויסגעלאזט אויפן וועלט, און היינטיגע טעג איז ער פון די גרעסטע עסקנים בפרט אין די נושאי רפואה, ער פארשטייט זאכן אדורך אין אדורך.

סוכות ביינאכט ווען מיר זענען זיך צוזאם געקומען ביי אים אין סוכה, פלוצלינג האב איך באמערקט אז מ'רופט אים גאר וויכטיג פון איינע פון די גרויסע ארץ ישראל'דיגע רבי'ס שטוב, האב איך שוין פארשטאנען אז ס'רעדט זיך פון עפעס א פיקוח נפש פאַל, און פלוצלינג זענען ארויף געקומען אין מחשבה די יארן ווען מיר האבן געהאלטן אז דא וועט חלילה שוין גארנישט זיין, פון אים וועט שוין גארנישט אויסוואקסן, און יעצט האלט מען ביי דעם אז מ'רופט דעם זעלבן קינד פון אלע עקן וועלט פאר עצה ותושיה, איך האב געקוועלט פאר נחת, אשרינו שזכינו, איך האב נישט געקענט זיין מער שטאלץ. אבער ווען ער איז צוריק געקומען און זיך פארענטפערט "טאטי איך בעט דיר איבער, כ'האב געהאט עפעס וויכטיג" האב איך זיך צו-וויינט און געזאגט "חיים ס'איז גאָר געשמאק צו זיצן און פארברענגן מיט דיר, אבער ס'קומט נישט נאנט צו דאס וואס איך זעה דיך עוסק זיין אין דיין עבודת הקודש, ס'געבט מיר די גרעסטע הנאה און שמחה, אט אויף דעם האב איך אזוי שטארק מתפלל געווען".

ברידער די מעשה אליין לערנט אונז אסאך, אבער בעיקר וואס איז נוגע פאר אונזער שמועס, לעצטע וואך האבן מיר געשמועסט פון דער ענין פון ארויסגיין פון אונזער 'קאמפארט זאון' און זיין גענוג שטארק צו טוען וואס איז ריכטיג, לך לך מארצך, רייס דיך אוועק פון דיינע באקוועמליכקייטן און געוואוינהייטן... דערמיט קומען מיר צו פרשת וירא, און מיר זענען ממשיך מיט'ן זעלבן לימוד און מוסר השכל, אבער מיט א טריט טיפער, אסאך מאל זעצט זיך דער מענטש אריין אין א רוחניות'דיגע 'קאמפארט זאון' וואו ס'איז באקוועם און וואַרים, ער געפונט זיך אין גאר א גוטע 'הייליגע' פלאץ, ווי למשל (פארשטייט זיך אז ס'איז נאר לשבר את האוזן) די הייליגע טעג פון ראש השנה ויום כיפור, צומאל מיינט דער מענטש אט דאס איז הייליג און געוואלדיג, אט דאס זענען די באקוועמע טעג אין עבודת ה' ווען דער איד איז דבוק גאנצעטע טעג אין תשובה ותפלה, אבער ווען די 'פשוטע' ווינטער טעג קומען און מען דארף צוריק גיין צו די טעגליכע עבודה שפירט מען ווי ס'איז נישט עפעס אזוי געוואלדיג, ס'איז צוריק צו די "וואכעדיגע, פשוטע לאנגע קאלטע ווינטער טעג".

אבער באמת אויף דער מינוט וואס מיר באמערקן אז צו זיצן ביים קעניג אין פאלאץ איז טאקע זייער געשמאק און אפשר אפילו הייליג, אבער גיין אויפן פראנט, קעמפן פארן מלך איז נאך אסאך געשמאקער, הייליגער און חשוב'ער, ס'ברענגט אונז נענטער אויף אַן אופן וואס מיר קענען בכלל נישט באגרייפן, ווייל ווי איז דען פארהאן עפעס גרעסער פון זיין דער וואס איז גרייט ארויסצוגיין פון אלע באקוועמליכקייטן און תענוגים, און זיך ארויסלאזן טוען דעם רצון פונעם קעניג אויפן פראנט דארט וואו ס'איז קאלט און פארפרוירן, דארט וואו מען האט מורא אז ווער ווייסט צו מען קומט אהיים, דארט וואו מען איז אויסגעשטעלט צו אטאקירט ווערן, ס'נעמט דאך די גרעסטע געטריישאפט און העלדישקייט וואס נאר פארהאן.

אט דאס שפילט זיך אויס אנפאנג פון אונזער הייליגע פרשה, ווען דער אייבישטער קומט באזוכן אברהם אבינו, די שכינה הקדושה בכבודה ובעצמה קומט צו גיין צו אברהם אין געצעלט אריין, אבער נאך די ערשטע דריי ווערטער ווערט די גאנצע 'באזוך' איבערגעהאקט פלוצלינג, רבוש"ע איך האב באמערקט דריי מענטשן וואס מ'דארף זיי מקרב זיין און געבן צו עסן, ביטע גיי נישט אוועק, וואַרט ביז כ'וועל ענדיגן מיט זיי! וויפיל שטארקייט און אמת'ע געפיל צו טוהן רצון ה' דארף מען האבן אין זיך צו קענען טוען אזא זאך. וואס מער וואלט זיך א איד געקענט וואונטשן אויף די וועלט, דער אייבישטער אליינס קומט אים מבקר חולה זיין כביכול און זיך אפגעבן מיט אים, אבער ער איז מְוותּר אויף זיין רוחניות'דיגע זכיה און הנאה, און ער לויפט טוען וואס איז ריכטיג יעצט אויף די מינוט.

חכמינו ז"ל (סוטה דף יד.) לערנען אונז דעם באקאנטן כלל פון "הדבק במידותיו של הקב"ה", אז אונזער עבודה איז 'נאכצומאכן' און גיין אין די וועגן וואס הקב"ה גייט, ווי די גמרא זאגט דארט, וכי אפשר לו לאדם להלך אחר שכינה, והלא כבר נאמר כי ה' אלקיך אש אוכלה הוא, צו דען קען א מענטש זיך מְדַבֵּק זיין אין הקב"ה, דער אייבישטער איז דאך א פייער און ס'איז אוממעגליך צו קומען נאנט צו אים, נאר די כוונה איז, אלא להלך אחר מדותיו של הקב"ה, מה הוא מלביש ערומים... אף אתה הלבש ערומים, הקב"ה ביקר חולים דכתיב "וירא אליו ה' באלוני ממרא, אף אתה בקר חולים", הקב"ה ניחם אבלים דכתיב ויהי אחרי מות אברהם ויברך אלקים את יצחק בנו אף אתה נחם אבלים, הקב"ה קבר מתים דכתיב ויקבר אותו בגיא אף אתה קבור מתים. מיר דארפן טוען די זעלבע פעולות וואס מיר זעען אז אבינו שבשמים טוט, און דאס ברענגט אים די גרעסטע נחת רוח, אפילו ווען מיר לאזן אים איבער, און מיר לויפן העלפן א צווייטער איד.

ס'זאגט זיך גרינג, אבער ס'איז בכלל נישט אזוי לייכט אינעם טאג טעגליכן לעבן. וויפיל מאל קומט עס אָן גאר שווער איבערצוהאקן וואס מ'האלט אינמיטן טוען, אלעס כדי צו קענען העלפן א צווייטע איד, אדער צו טוען א געוויסע מצוה וואס יעצט איז 'דאס' דער רצון השי"ת. וויפיל מאל דארף מען אוועקגעבן פון זיך ברוחניות, מ'האלט זיך פונקט ביים שטעלן דאווענען, אדער מ'האט געוואלט אריינקוקן אין א ספר, און דא קומט אונטער א מצוה, א כיבוד אב ואם, א גמילות חסד, די ווייב האט עפעס געבעטן וויכטיג, און מ'האט גאנץ ווייניג חשק 'איבערצולאזן דעם אייבישטער' צו גיין טוען עפעס א קליינע גשמיות'דיגע טובה פאר יענעם. אבער אין אמת אריין, איז דאך דאס די גרעסטע דביקות בהשי"ת, ווען דער מענטש רייסט זיך יא אוועק און טוט וואס איז באמת ריכטיג און חשוב אין הימל, דער איז מקיים דעם "הדבק במידותיו" בשלימות.

און דאס האט אונזער טאטע אברהם אבינו געטוען דא, ער איז מוותר אויף זיין אייגענע השראת השכינה, און ער לויפט זיך מדבק זיין אין די מידות פונעם בורא עולם.

לאמיר באמערקן וועלכע צוויי זאכן גייט ער יעצט טוען? די ערשטע איז 'הכנסת אורחים' וואס ענהאלט אין זיך דעם גאנצן מענטש מיט זיין גאנצע פארמעגן, ווייל ווען מ'נעמט אריין א גאסט אין שטוב דארף מען אים צושטעלן אלעס, הַכֹּל בַּכֹּל מִכֹּל, מ'קען נישט מקיים זיין די מצוה בלויז מיט געלט, נאר מ'דארף אים פיזיש צושטעלן עסן, טרינקן, שלאפן, מ'מאכט אויף די טויערן פונעם שטוב ברייט, אסאך מאל קומט עס אויפן חשבון פון פארשידענע אייגענע באקוועמליכקייטן, די משפחה, די פריוואטקייט, די רואיגקייט, אבער איינער וואס וויל זיין דבוק בה' איז גרייט 'אלעס' אויפצוגעבן נאר כדי צו טוען וואס דער אייבישטער וויל, ער גיבט זיך אינגאנצן אוועק פאר די מצוה, ער שטייט און באדינט דעם גאסט, ער לויפט און ברענגט אים אלעס וואס ער דארף, ער שטייט גרייט מיט א שמייכל, ער איז יענעם מחזק און מאכט אים גוט פילן. דאס איז אונזער ערשטע טייל פונעם לימוד וואס מיר לערנען זיך אפ פון אברהם אבינו, אוועקצוגעבן אלעס בגשמיות, מ'גייט אינגאנצן ארויס פון יעדן סארט 'קאמפארט זאון' לשם שמים.

אבער נישט נאר בגשמיות, נאר גלייך נאכדעם געפונען מיר אברהם אבינו'ס עבודה אויך ברוחניות, ער זארגט זיך פאר די רשעים פון סדום, ער פרובירט צו מאכן א געשעפט מיט'ן בורא עולם זאל זיי ראטעווען, אפשר פופציג צדיקים, פערציג, דרייסיג, ער לייגט זיך אריין מיט אלע זיינע כוחות, נישט נאר טוען פאר יענעם בגשמיות, נאר אויך אין רוחניות'דיגע ענינים לעבן פאר יענעם, אוועקגעבן פון זיך וואס מ'קען צו העלפן יענעם.

ווי וואונדערליך איז ווען מיר וועלן זיך מתבונן זיין, אז דער אייבישטער האט טאקע געווארט פאר אברהם און איז געבליבן שטיין, ביז ער האט געענדיגט סיי מיט זיין הכנסת אורחים, און דערנאך מיט זיינע הייסע תפילות צו ראטעווען סדום, ווייל נאר נאך דעם אלעם שטייט אין פסוק צום סוף (י"ח ל"ג) וַיֵּלֶךְ ה' כַּאֲשֶׁר כִּלָּה לְדַבֵּר אֶל אַבְרָהָם - נאר יעצט איז השי"ת אוועקגעגאנגען פון דארט. דאס הייסט אז די 'באזוך' ביי אברהם אבינו האט זיך געצויגן ביז דא, כאטש אברהם איז טאקע נישט געבליבן זיצן ביים פתח האוהל און ער האט נישט פארברענגט מיט'ן אייבישטער, ער איז נישט געבליבן זיצן ווייטער און נהנה זיין מזיו השכינה, נאר אנשטאט דעם האט ער געהויבן פיס און אנטלאפן צו טוען וואס ער קען נאר בגשמיות וברוחניות פאר אנדערע מענטשן. "אבער דער אייבישטער איז דא, עס איז אלעס א טייל פונעם באזוך, דאס אלעס איז איין גרויסע שטיק דביקות בהשי"ת, נאך אסאך זיסער און גרעסער ווי זיצן אליין מיט די שכינה".

און דאס איז וואס מיר לערנען זיך אפ לדורות ביז'ן היינטיגן טאג, אז דביקות בה' מיינט אריין צו ברענגן הקב"ה אין איעדע פלאץ, ארויסגיין פון איעדע באקוועמליכקייט און זוכן צו טוען דעם רצון ה', זיין גרייט אויפצוגעבן אלעס אפילו זיצן מיט בורא עולם, נאר כדי צו קענען טוען ברוחניות און אפילו בגשמיות א קליינע טובה פאר א צווייטן.

ווי פאסיג איז מיטצוטיילן דא א קליינע עפיזאד וואס עס האט אונז דערציילט דער בעל המעשה: ר' הערשל איז א איד מיט א זעלטענע גוט הארץ, ער האט שטענדיג אַן אפענע שטוב, פילע געסט פון אלע סארטן זיצן ביי זיין שבת סעודה, יעדער טרעפט ביי אים א אוזן קשבת - אַן אפענעם אויער צו הערן וואס עס דרוקט אים, ער מאכט יעדן איינעם גוט פילן.

ויהי היום, איינמאל אין א ערב שבועות, האבן די קינדער פון ר' הערשל באשלאסן אז זיי ווילן דאסמאל פראַווענען צוזאמען א 'דערהויבענע' יום טוב, אנדערש ווי אייביג ווען ס'זיצן ארום זייער טיש אלע סארטן 'נשמות' און מ'קען קיינמאל נישט וויסן פון פריער אין וועלכע ריכטונג די סעודה וועט פאָרן. היינט האבן זיי געבעטן פונעם טאטן א טובה, אז אויף דעם יום טוב לאדענט מען נישט קיין געסט, מ'גייט זיך גרייטן צום יום טוב מיט א הכנה פון לערנען עטליכע שעה, אזוי אויך נישט אויסרעדן מיט קיין דברים בטלים שבועות ביינאכט ווי ס'ווערט געברענגט פונעם אריז"ל און דער בעש"ט הקדוש זי"ע, נאר מ'גייט מאכן א סעודה פיל מיט דברי תורה און שירות ותשבחות ווי עס פּאַסט פאר די נאכט פון קבלת התורה.

און כך הוה, מען האט זיך געגרייט צום יום טוב בדחילו ורחימו, זיי זענען געגאנגען פרי אין שול ערב יום טוב, געלערנט און געדאווענט. אלעס האט געקלאפט, ביז אויפן וועג אהיים האט זיי באגעגנט א בחור'ל וואס פלעגט פון צייט צו צייט קומען עסן ביי זיי, דער בחור טראכט נישט קיין סאך, נאר גייט גלייך צו צו ר' הערשל און פרעגט אים מיט א שמחה "נו, מ'קען קומען עסן די סעודה ביי דיר?", ר' הערשל שטייט אביסל פארלוירן און ער קוקט אויף זיינע קינדער מיט פארלעגנהייט, זייער גאנצע פלאן הייבט אָן צו צופאלן, איבערהויפט אז דער בחור האט אפילו נישט געוואַרט אויף אַן ענטפער, נאר ער האט זיך צוגעשארט צו זיי, און גייט צוזאמען אין ריכטונג פון זייער הויז. פארשטייט זיך אז מ'גייט נישט אפזאגן דעם גאסט, און זיי האבן פרובירט צו מאכן דאס בעסטע פון די סעודה. אבער דער בחור האט נישט געהאט קיין געשמאק אין וואס זיי האבן גערעדט, און האט כסדר געדרייט די שמועס צו רעדן פון פארשידענע בעלי-חיים אין וועלכע ער איז געווען זייער אריינגעטון. די קינדער האבן געמיינט אז זיי פלאַצן, נישט קיין דברי תורה, נישט קיין זמירות, נאר פארשידענע נארישקייטן איבער קעצעלעך און הונט, דער בחור האט נעבעך נישט געהאט קיין שום אנדערע סיפוק אין זיין לעבן אויסער די וועלט פון בהמות און חיות. וויפיל זיי האבן געוואלט ציען דעם שמועס אין זייער ריכטונג, האט אבער דער אורח נישט נאכגעלאזט.

ר' הערשל ווערט צוריסן אינעווייניג, פון איין זייט האט ער רחמנות אויף די צובראכענע נשמה וואס לעכצט נעבעך אז איינער זאל אויסהערן זיינע שטותים, אבער פון די צווייטע זייט האבן דאָך זיינע קינדער אויך א גוטע טענה. ביז ער האט באשלאסן ביי זיך אז דאס איז עס, ס'איז נישט דא קיין ברירה, דער בורא עולם האט אים מזכה געווען מיט די מצוה און אים געשיקט אזא גאסט, גייט מען טוען די מצוה בשלימות. ר' הערשל דרייט אויס זיין פנים צום גאסט און הייבט אָן צו ציען מיט אים א געשמאקע און לאנגע שמועס פונקטליך איבער אלעס וואס ער האט געוואלט רעדן. דער בחור האט זיך מחיה געווען און גערעדט און גערעדט ביז ער איז מיד געווארן, ענדליך האט מען געענדיגט די סעודה און געבענטש, און דער אורח האט פארלאזט זייער שטוב.

ר' הערשל דערציילט, מיינע אויערן האבן אויפגעכאפט במשך דעם יום טוב ווי מיינע קינדער רעדן צווישן זיך מיט התפעלות "דאס איז געווען א הכנסת אורחים אזאנס און אזעלעכס, קוק אויף טאטי, ער האט נישט געהאט קיין טראפ געדולד צו ציען דעם נארישן שמועס, ער האט עס אבער געטוען מיט מסירות נפש צו מאכן באקוועם א צווייטע איד", זיי האבן נישט געקענט צו זיך קומען איבער די מצוה בשלימות וואס מיר האבן מקיים געווען אין יענע נאכט. איך האב באמערקט אז עס האט באמת געמאכט גאר א שטארקע רוֹשֶׁם אויף זיי, און זיי האבן דערהערט נייע מוּשָׂגִים אין חסד און הכנסת אורחים. געב א קוק זאגט ר' הערשל- טאקע פון דעם אָרט וואו איך האב מורא געהאט אז אפשר מאך איך אלעס קאַליע און איך פארברענג אזא דערהויבענע נאכט מיט שטותים קעגן מיין רצון און קעגן די ווילן פון מיינע קינדער, דאס האט זיי געגעבן די בעסטע חינוך, א זאך וואס איך האב קיינמאל נישט געקענט אזוי גוט ערווארטן.

די מעשה מיט ר' הערשל דארף אונז דינען אלס א מוסר השכל, ווייל אסאך מאל כאפט אָן פארן מענטש א חשק צו טוען א געוויסע דבר טוב, א שיינע מנהג, א חשוב'ע זאך, אבער אויף דעם חשבון וועט ער נישט טוען זאכן וואס זענען די אמת'ע רצון און דביקות בה'. דער מענטש שפירט דערהויבן און ווארים מיט וואס ער טוט, ער איז באקוועם אין זיינע יעצטיגע ד' אמות און ער טראכט ניטאמאל פון ארויסקריכן פון דארט צו טוען וואס איז באמת חשוב אין הימל.

ווען מיר פאנגן אן באמערקן אז ס'איז כסדר פארהאן עפעס מער און טיפער פארענט פון אונזערע אויגן, דאס איז דער וַיִּשָּׂא עֵינָיו פון אברהם אבינו. יא ס'איז גרינג צו זיצן באקוועם ביי זיך אין שטוב טוען וואס איז ריכטיג, אבער צומאל פארלאנגט זיך פון אונז ארויסצוגיין פון דעם פלאץ און ווערן דבוק בה' אויף א טיפערע אופן און זיך מתדבק זיין אין די וועגן פון השי"ת, זיין א רחום און א חנון ווי דער אייבישטער וויל פון אונז באמת.

און נאך מער, דער אמת איז אז מ'דערלייגט נישט פון דעם, אז מ'טוט וואס איז ריכטיג וועט השי"ת באצאלן, פארן 'אויפגעבן' די גוטע זאכן, א זאך וואס איז באקאנט פון צדיקים און שטייט אין ספרים, אז פון טוען דעם רצון השי"ת האט מען נישט קיין שאָדן, די קינדער וועלן באקומען די ריכטיגע חינוך, וכדומה...

דערמיט איז געוואלדיג דער פשט פון "גדולה הכנסת אורחים יותר מקבלת פני השכינה", ווייל די שכינה הק' האט נישט קיין גרעסערע תענוג און נחת כביכול פון דאס וואס מיר פארשטייען אז צו לויפן טוען הכנסת אורחים, איבערגעבן אלע אונזערע חושים און כוחות צו טוען די רצון ה' דאס איז די אמת'ע קבלת פני השכינה און דביקות.

און טאקע פאר דעם איז די תורה מאריך אין יעדע פרט ווי אזוי אברהם אבינו הייבט אויף די אויגן, ער זעהט, ער לויפט, ער טראגט און ברענגט, ווייל דאס איז אלעס אסאך וויכטיגער און חשוב'ער ווי די באזוך פון הקב"ה ביי אים אינדערהיים. יעדע תנועה און יעדע ריר פון אברהם אבינו צו גיין טוען א מצוה, דאס איז אלעס עבודת השי"ת, שטיקער הדבק במידותיו, וואס לערנט אונז דעם וועג ווי אזוי מ'שטייגט אין רוחניות און מ'ווערט נאנט צום אייבישטער.

בדרך רמז קען מען אפשר צולייגן, פרשת וירא דערמאנט אונז שטארק פון ראש השנה, די קריאה וואס מען ליינט ביידע טעג פון ראש השנה איז פון אונזער פרשה, און די מעשה פון די עקידה וואס מיר דערמאנען אזויפיל ביים דאווענען אין די ימים נוראים, אלעס איז דא. ווייל טאקע דעמאלטס אין די הייליגע טעג ווען מ'געפונט זיך תחת כנפי השכינה, מען זיצט אין שול און מען דינט השי"ת, אלעס איז העכער און דערהויבן, עס איז א תענוג רוחני פאר די נשמה. אבער טאקע דא אין די פרשה שטייט אז אויף פון אזא פלאץ דארפן מיר קענען מאכן דעם "לך לך מארצך", הייב דיך אויף און לאז איבער די לעכטיגע טעג, קלעטער אריין אינעם קאלטע פראסטיגע און טונקעלע ווינטער, און דארט נעם זיך צו די עבודה פון הדבק במידותיו של הקב"ה.
נאך מער, אונזער פרשה ווערט נישט אנגערופן אויף די נאמען פון עקידת יצחק וואס שטייט אין איר, די גרויסע מסירות נפש, נאר "וירא" אט די באזוך פון השי"ת וואס איז געווארן איבערגעהאקט מיט א געטריישאפט צו לויפן טוען מצוות און מעשים טובים, דאס דארפן מיר געדענקן און ארויסנעמען פון דא.

ויה"ר אז מיר זאלן טאקע אנערקענען און איינזען די געוואלדיגע חשיבות פון לעבן א לעבן וואס מען וואקסט און שטייגט, א לעבן וואס מען פארשטייט אז מען שטעלט זיך נישט אפ נאר כסדר זיכט מען מער און העכער, און אט זאלן מיר שוין זוכה זיין צו דאס וואס מיר ווארטן שוין אזוי לאנג, כי מלאה הארץ דעה את ה׳ כמים לים מכסים, בביאת מלך המשיח בב"א.

לסיכום געדענק:

• די עבודה פון א איד איז ארויסצוקריכן פון די רוחניות'דיגע באקוועמליכקייטן, און זוכן דעם רצון ה' אין טאג טעגליכן לעבן.
• יא ס'איז גרינג צו זיצן באקוועם ביי זיך אין שטוב, אבער צומאל פארלאנגט זיך פון אונז ארויסצוגיין און זיך מתדבק זיין בהשי"ת.
• ווען א מענטש געבט אוועק פון זיך צו העלפן א צווייטן וכדומה, איז דאס די גרעסטע התקרבות און דביקות בה' - הדבק במידותיו.

א לעכטיגע שבת קודש!

זיך איינצושרייבן צו באקומען די "מיט א טיפערן בליק"
דורך אי-מעיל בעז"ה tiferenblik@gmail.com

דער אשכול פארמאגט 1 תגובה

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר