ויצא - דאס געטשעפעט קינד!

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
א שעפעלע
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 368
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 17, 2014 9:19 am
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 161 מאל

ויצא - דאס געטשעפעט קינד!

שליחה דורך א שעפעלע »

בס"ד

א גוטן טייערע חבירים וידידים..!

די שטאט באר שבע איז אינגאנצן אראפ געלאזט, דער גרויסע צדיק יעקב אבינו זייענדיג 63 יאר אלט, אויף די עצה פון זיין מאמע, באגלייט מיט די ברכה פון זיין טאטע, פארלאזט ער דעם שטאט אויפן וועג קיין חרן, מ'איז אויפן וועג צום שטוב פון פעטער לבן. - אונטערוועגנס פארציילט אונז די תוה"ק ווי יעקב טרעפט זיך ביים מקום המקדש - הר המוריה, ס'ווערט נאכט און יעקב לייגט זיך שלאפן אויף עטליכע שטיינער, אין זיין חלום זעט ער, א פייערדיגע לייטער וואס שטייט אויף דער ערד, און די שפיץ דערגרייכט די הימל, און אויף איר גייען מלאכים ארויף און אראפ, פלוצלינג זעט ער ווי הקב"ה שטייט נעבן אים און געבט אים געוואלדיגע ברכות און הבטחות "וְהִנֵּה אָנֹכִי עִמָּךְ וּשְׁמַרְתִּיךָ בְּכֹל אֲשֶׁר תֵּלֵךְ וַהֲשִׁבֹתִיךָ אֶל הָאֲדָמָה הַזֹּאת", יעקב ערוועקט זיך אינגאנצן איבער גענומען און שאקירט, און טוט אויסרופן אָכֵן יֵשׁ ה' בַּמָּקוֹם הַזֶּה וְאָנֹכִי לֹא יָדָעְתִּי.

לאמיר זיך געבן א שנעלע שטעל אָפ. - בפשטות איז יעקב אבינו מרמז אויפן מקום המקדש, לאמיר אבער גיין א טריט טיפער און ריכטיג אפלערנען דעם 'אכן יש ה' במקום הזה ואנכי לא ידעתי' – וואס ווערט יעקב אבינו געוואר אט אין די מינוטן וואס ער האט נישט געוואוסט פון פריער? און אז די תוה"ק דערציילט אונז עס איז דאך זיכער אז די התגלות איז עפעס וואס איעדע פון אונז דארף וויסן מיט א קלארקייט.

דערנאך איז יעקב ממשיך אין זיין וועג, קומט אָן קיין חרן ביי די שטאטס ברונע, זעהנדיג דארט די לאקאלע פאסטוכער פרעגט ער ..ברידער, איר קענט אפשר דעם לבן, נחר'ס זוהן? יא זיכער, אבער איר דארפט אונז קיין סאך פראגעס נישט פרעגן, ווייל געב נאר א קוק, זיין טאכטער רחל קומט צו גיין, ווי נאר יעקב זעט רחל מיט איר סטאַדע שעפעלעך, גייט ער צו צום ברונע קוילערט אראפ די שטיין וואס ליגט אויף איר עפענונג און טרונקט זיי אָן, יעקב צו-וויינט זיך און דערציילט איר ווער ער איז, לבן דערוואוסט זיך אז יעקב איז אין די געגנט, מן הסתם קען מען מאכן אפאר דאללער לויפט ער גלייך זיך טרעפן מיט יעקב, בקיצור נאכן זיין ביי לבן פאר א חודש שליסן זיי דעם געשעפט אז יעקב וועט ארבעטן זיבן גאנצע יאר צו באקומען רחל, לבנ'ס יונגערע טאכטער... דער גרויסע חתונה איז אנגעקומען און ווי יעקב ערוועקט זיך שטעלט זיך ארויס אז לבן האט אים אויסגעפאפט, יעקב האט גאר חתונה געהאט מיט לאה, יעקב פרעגט לבן ..וואס האסטו געטוען צו מיר?! אבער לבן פארענטפערט זיך מיט כל מיני געפאפטע תירוצים, דערנאך געבט לבן אויך רחל פאר יעקב, אבער נישט אומזיסט, נאר נאך א זיבן יאר דארף ער ארבעטן דערפאר, די ליבשאפט וואס יעקב האט צו רחל איז מער פון לאה.

ס'איז געווען קורצלך נאך די חתונה מיט לאה אין די פסוק זאגט וַיַּרְא ה' כִּי שְׂנוּאָה לֵאָה וַיִּפְתַּח אֶת רַחְמָהּ וְרָחֵל עֲקָרָה, השי"ת זעט אז לאה איז געהאסט, מאכט הקב"ה אויף אירע כוחות צו געבוירן, ווען אין די זעלבע צייט בלייבט רחל א פרוי וואס קען קיין קינדער נישט האבן, די שמחה איז ביי לאה גרויס, זי איז זוכה צו זיין די מאמע פון ראובן, שמעון, לוי, יהודה, ווען אין די זעלבע צייט קוקט זיך איר שוועסטער רחל צו מיט ווייטאג און האט ליידער נישט קיין קינדער.

לאמיר זיך ווידער געבן א שטעל אפ אבער דאס מאל מיט אביסל מער מחשבה. א. וַיַּרְא ה' כִּי שְׂנוּאָה לֵאָה - השי"ת זעט אז לאה איז געהאסט, לכאורה אז מען קוקט אריין אין די פסוקים, געפינט מען גאר די פארקערטע, די פסוק זאגט אז יעקב האט מער ליב געהאט רחל, וואס דאס מיינט אז ער האט אויך ליב געהאט לאה? ב. ווען לאה געבוירט איר צווייטע קינד, זאגט זי כִּי שָׁמַע ה' כִּי שְׂנוּאָה אָנֹכִי, השי"ת האט געהערט מיין געבעט אז איך בין געהאסט, און הקב"ה האט מיך געגעבן אויך דעם קינד, און זי געבט אים א נאמען שמעון, לכאורה דארף מען פארשטיין פארוואס ביים געבוירן דאס ערשטע קינד האט זי עס נאכנישט געזאגט, וואס איינערקענט זי יעצט ביים צווייטן מער ווי פריער? און אזוי פרעגט זיך פיל נאך, לאמיר זיך פארטיפן.

איידער מיר טרעטן צו צום שמועס, לאמיר באמערקן נאך איין נקודה, עטליכע פסוקים שפעטער טרעפן מיר ווי אונזער הייליגע מאמע רחל מאכט אויף איר צובראכן הארץ צו יעקב אבינו און זי זאגט וַתֹּאמֶר אֶל יַעֲקֹב הָבָה לִּי בָנִים וְאִם אַיִן מֵתָה אָנֹכִי - געב מיר קינדער ווייל אויב נישט בין איך א טויטער, און די פסוק איז ממשיך וַיִּחַר אַף יַעֲקֹב בְּרָחֵל וַיֹּאמֶר הֲתַחַת אֱלֹקִים אָנֹכִי אֲשֶׁר מָנַע מִמֵּךְ פְּרִי בָטֶן יעקב האט זיך אויפגערעגט אויף רחל און געזאגט בין איך אנשטאט השי"ת וואס האלט דיר צוריק פון האבן קינדער?! –ברידער, ווי פארשטייט מען די הייליגע פסוקים, ווי איז דען שייך אז אונזער הייליגע טאטע יעקב אבינו זאל זיך אויפרעגן אויף זיי צובראכענע ווייב וואס בעט זיך פאר קינדער'לעך?!

אלץ אַן הקדמה צום שמועס דארפן מיר קלאר מאכן אז מיר האבן נישט קיין שום השגה אין אונזערע הייליגע אבות הקדושים, וואס מיר שמועסן איז ממש נאר לשבר את האוזן, מיר זאלן קענען פארשטיין און זוכה זיין אויף אונזער מדריגה ארויסצונעמען די ריכטיגע חיזוק און הדרכה פארן טאג טעגליכן לעבן.

אויפצומאכן דעם שמועס איז כדי צו כאפן א בליק אין די ווערטער פון חז"ל (בבא מציעא דף פ"ה.) - די גמרא דערציילט אז די הייליגע תנא רבי האט ליידער געליטן יארן פון שווערע יסורי הגוף, און דאס אלעס איז געקומען צוליב א פאסירונג מיט א קליין קעלבעלע. ס'איז געווען א קעלבל וואס מען האט געדארפט שחט'ן, דער קעלבל האט זיך דערשראקן און זיך געגעבן א באהאלט אונטער די קלייד פון רבי און געוויינט, האט רבי געזאגט: 'לכך נצרת' - דערפאר ביסטו באשאפן געווארן, אין אנדערע ווערטער שרעק זיך נישט, די ביסט באשאפן געווארן אז מען זאל דיר שחטן, האט מען פון הימל געזאגט וויבאלד רבי האט נישט רחמנות געהאט וועט קומען אויף אים יסורים. – די מפרשים פרעגן, וואס האט רבי נישט גוט געטוען, בפשטות איז דאָך דאס די אמת אז דערפאר ווערט דער קעלבל באשאפן אז אין די ריכטיגע צייט זאל מען מקיים זיין דער מצוה פון שחיטה און דערנאך מאכן ברכות אויף אים, פארוואס איז זיך געקומען יסורים?

נאר אין די הייליגע ווערטער פון חז"ל ליגט א יסוד עצום אין אונזער עבודת ה', צומאל מאכט זיך א פאסירונג וואס איז די אמת, אבער בשעת די מעשה האט פאסירט איז די אויגן פונעם קעלבל געווען געוואנדן מיט רחמנות צום מענטש, ס'בעט און שרייט ארויס העלף מיר, ווי די גמרא זאגט ס'האט געוויינט, און כאטש די אמת איז 'לכך נצרת' אבער אויב טוען מיר נישט אויפמאכן די הארץ, אויב האבן מיר נישט רחמנות פארפאסן מיר א געלעגנהייט, מיר זענען גורם צער פארן קעלבל און מיר וועלן צאלן א פרייז דעראויף ה"י. נו ברידער אויב ביי א קעלבל דערהערן מיר דעם יסוד קל וחומר ווען ס'קומט צו אַן אדם, א בשר ודם, צומאל זענען מיר מרגיש יענעם'ס אויגן, צומאל באמערקן מיר יענעם'ס געוויין – ווי אפגעהיטן דארפן מיר זיין זיכער צו מאכן אז מיר מאכן אויף די הארץ און געפיל און טוען דערהערן און מרגיש זיין דעם רוף צו אונז און חלילה וחלילה נישט זאגן דעם 'וואס זאל איך טוען לכך נצרת', ס'איז א סכנה גדולה, א שפיל מיט פייער...

טייערע ברידער און שוועסטער, ס'טוט וויי אז מיר דארפן בכלל פון דעם שמועסן, אבער ליידער איז דאס עפעס וואס דארף ארויסגעברענגט ווערן. ס'מאכט זיך אסאך צופיל אז איינער צווישן אונז ווערט א נרדף, איינער צווישן אונז ווערט א קרבן, אמאל א קרבן ציבור און אמאל א קרבן יחיד, מען נעמט זיך צו זיינע/אירע ביינער, און יענער ווערט צובראכן און צוקלאפט, יא אמת אסאך מאל מיינט מען עס נישט, מען וויל נישט יענעם וויי טון, אבער צוביסלעך ווערט מען אריין געשלעפט, ס'פאנגט זיך אָן מיט איין קליינע זאך וואס פירט צום צווייטן, און פלוצלינג איז מען שוין אינמיטן א העפטיגע מערכה מיט געוואלדיגע תירוצים און סיבות, און נישט באמערקנדיג ווערן מיר די רודף ר"ל, און אונזער חבר/חבר'טע ווערט די נרדף, אמאל איז עס א חבר וואס נערווירט, אמאל איז עס א קינד אין קלאס, אמאל א רבי/טיטשער, אמאל א שכן/שכנה, א מיטארבעטער וכדומה. מיר דארפן זיין מורה'דיג אפגעהיטן און געדענקן אז הקב"ה איז א יבקש את הנרדף, דער מלך העולם נעמט זיך אָן, ס'איז א שפיל מיט פייער, ווי די מדרש (ויקרא כז ה) זאגט אפילו ווען ס'איז א צדיק וואס רודפ'ט א רשע, "מכל מקום והאלקים יבקש את נרדף", השי"ת זעט ווייטאג אפילו ווען פון אינדרויסן קען עס נישט געזעהן ווערן, און ער נעמט זיך אָן פארן נרדף...

אבער צו דיר טייערע ברידער אדער שוועסטער וואס ווערט געטשעפעט און גערודפט, שרעק זיך נישט, ה' אתך! דער מלך העולם איז מיט דיר אויף טריט און שריט, השי"ת קוקט זיך צו און זעט איעדע טראפל פון דיין צער, ווען די וויינסט וויינט כביכול אונזער באליבטע טאטע מיט, איין זאך דארפסטו אבער וויסן און געדענקן, אז אלעס ווערט געפירט מיט א פונקטליכע חשבון, און קיינער קען דיך נישט וויי טון, קיינער קען דיר נישט ארויס/אריין ווארפן, השי"ת ער איז דער וואס שטייט אונטער אלעס, צו אים ווענד זיך, בעט זיך ביי אים, ער וועט דיר זיכער העלפן, און פון די גרעסטע צער דיינע וועט ארויסוואקסן דיין ישועה, יא אמת אז יעצט אויף די מינוט זעט די בילד אויס אנדערש, ס'זעט אויס ווי די רדיפות קומען פון איינער וואס האט נישט וואס צוטון מיט די צייט, אדער איינער וואס וויל זיך האלטן פאר א העלד, און דאס איינציגסטע וועג זיינע איז מיטן דיר אראפקוועטשן, אבער וויסן זאלסטו אז דאס איז נישט די אמת, ס'איז בורא עולם וואס שטייט אונטער דעם, ווענד זיך גלייך צום שולח הקב"ה אליין, און פארשטיי אז ס'איז זיכער דא עפעס גרויס און גוט באגראבן אונטער די אלע צער און פיין, ברעך נישט אונטער נאר שטארק זיך, ווייל צום סוף ווארט דיר געוואלדיגע גליק... פארגעס נישט אז בורא עולם זעט און שפירט און האלט אלעס מיט. נאכמער אז מיר זענען מדייק דעם לשון הפסוק באמערקט זיך אז נישט נאר איז בורא עולם דארט, הקב"ה איז א 'יבקש' את נרדף, בורא עולם זיכט אפיר, לויפט נאך דעם מענשט וואס גייט אריבער א מצב פון ווערן געטשעפעט אדער געדריקט און הקב"ה נעמט זיך אָן.

דערמיט קומען מיר צוריק צו אונזער פרשה, לאמיר זיך אויפמאכן דאס הארץ און פרובירן אביסל פארשטעלן וואס ס'שפילט זיך אויס, יעקב אבינו לאזט זיך אין וועג אריין, ווי באקאנט לויפט ער אוועק פון דעם ברידער עשיו, יעקב דער איש תם יושב אהלים, וואס קומט פון יצחק אבינו'ס שטוב און דערנאך פון פערצן יאר אין בית המדרש טרעפט זיך איינער אליין, דערשראקן, צובראכן און צוקלאפט, ווי רש"י זאגט פנה הודה, פנה זיווה, פנה הדרה, און ווען נאכט פאלט צו נעמט ער צוזאם עטליכע שטיינער און לייגט זיך אראפ אין די וויסטעניש... אז מען באטראכט דעם סצענע איז זעלבספארשטענדליך אז מיר קענען זיך נישט פארשטעלן וואס יעקב אבינו איז אריבער אין יענע שווערע מינוטן אבער אין די חושך, אין די מצב פון זיין א נרדף פונעם ברידער טרעפן מיר גלייך אז ער איז זוכה צו דעם אלקים יבקש און פלוצלינג באקומט ער די גרעסטע התגלות, בורא עולם באווייזט זיך און געבט אים די געוואלדיגע ברכות און הבטחות, אנדערש ווי ביי די פריעדיגע אבות טרעפן מיר דא אז יעקב האט נישט געטוען קיין גרויסע פעולות, בפשטות האט ער זיך נאר געלייגט שלאפן, אבער ווי מיר שמועסן איז די מצב גארנישט אזוי פשוט - ער איז אין א מצב פון ווערן נאכגעלאפן, ער איז א מצב פון א נרדף און ווען א איד איז אין דעם מצב דארף מען גארנישט, דאס עצם מציאות איז די גרעסטע זאך וואס נאר פארהאן, אין דעם שווערן מצב איז ער מתקן דעם תפלה פון מעריב וואס ווערט געזאגט ווען ס'איז קלאַט אין טינקל, אבער מען דערהערט אז הקב"ה אתך!

אכן יש ה' במקום הזה - ביז איצט האבן אונזערע עלטערן זיך טאקע באגעגנט מיט בורא עולם, אבער דער ענין פון זיין א נרדף, דער ענין פון טרעפן הקב"ה מתוך טינקלקייט דאס איז ניי, צו דערהערן אז אין דעם וויסטן פלאץ געפינט זיך הקב"ה, אין דעם וויסטן פלאץ גייט איין טאג געבויעט ווערן דעם בית המקדש דאס האט יעקב נישט געוויסט און אט דערהערן מיר א יסוד אז "ווען א איד איז צוקלאפט און צובראכן איז הקב"ה מיט אים, דער איד איז קיינמאל נישט אליין נאר פארקערט ווי מער פארלוירן און צובראכן, ווי מער נרדף, אלץ שטערקער איז דער הקב"ה יבקש".

דערמיט זענען מיר ממשיך לערנען די פרשה, טאקע מיט דעם גרויסן יסוד, הקב"ה איז יבקש את הנרדף, און אפילו אויב איינער איז נישט אמת'דיג א נרדף, נאר ער אדער זי 'שפירט' זיך ווי א נרדף וועט זיך שוין השי"ת גלייך אָננעמען, יעקב אבינו אונזער גרויסע פאטער האט זיכער נישט געהאַסט אדער חלילה פיינט געהאט לאה, אבער פון דעם וואס יעקב האט מער ליב געהאט רחל האט לאה 'געשפירט' אז זי איז געהאסט, און כאטש ס'איז נישט געווען דאס אמת, ווייל אין אמת'ן האט ער איר גאר ליב געהאט, זעט השי"ת לאה'ס צובראכן הארץ און נעמט זיך פאר איר אָן, ווי די פסוק זאגט וַיַּרְא ה' כִּי שְׂנוּאָה לֵאָה וַיִּפְתַּח אֶת רַחְמָהּ, ווייל ווען ס'קומט צו די געפילן פון א צווייטן, ווען ס'קומט צו א צובראכן הארץ, איז מען אין הימל גאר אויסטערליש סענסעטיוו און מקפיד, ווייל השי"ת איז אונזער טאטע, און א טאטע שפירט די געפילן פון א קינד, אפילו ווען דאס קינד רעדט נישט, אדער ווייזט עס נישט ארויס...

בדרך רמז קען מען זאגן אז ביים ערשטן קינד האט לאה נאכנישט באמערקט אז ס'איז בורא עולם וואס באגלייט איר מיט א ספעציעלע השגחה ווייל זי שפירט זיך אינגאנצן צובראכן און צוקלאפט, געמיינט האט זי ..כ'האב דאך חתונה געהאט פריער, האב איך געהאט א קינד פריער, אבער ווי נאר לאה באמערקט אז מען האלט שוין ביים צווייטן קינד און איר שוועסטער האט נאך ליידער נישט, האט זי פארשטאנען אז ס'איז די ספעציעלע יד ה' וואס וויל איר דערהייבן, ס'איז די השגחה וואס באגלייט איר טאקע ווייל זי איז אזוי צוקלאפט און אראפגעלאזט, און טאקע דאס זאגט זי ווען שמעון ווערט געבוירן כִּי שָׁמַע ה' כִּי שְׂנוּאָה אָנֹכִי, ערשט יעצט באמערק איך אז השי"ת זעט און שפירט מיין צובראכנקייט, הקב"ה נעמט זיך פאַר מיר אָן, און פון מיין צער וואקסט ארויס די ישועה.

ס'איז כדי צו באמערקן דעם לשון פון 'וירא' ה', און דערנאך דעם כי 'שמע' ה' – א טאטע זעט און הערט דאס צובראכן הארץ פון א קינד!

דערמיט גייען מיר אריבער צו אונזער הייליגע מאמע - רחל אמנו! זייענדיג א אינג מיידל האבן אלע געזאגט און געוויסט, רחל גייט חתונה האבן מיט יעקב, פון איר וועלן ארויס קומען די שבטים, און זי וועט זיין די מאמע פון כלל ישראל, וכך הוה די פלאן גייט פאראויס רחל טרעפט זיך מיט יעקב אבינו און וויסנדיג אז לבן איז נישט קיין באגלייבטער, שמועסן זיי זיך אָפ סמנים, אבער ווען דער יום החופה קומט אָן, און רחל זעט אז לאה גייט פארשעמט ווערן געבט זי איבער די סמנים פאר איר שוועסטער, און דערמיט פארלירט זי די כח פון זיין די מאמע פון כלל ישראל, וואס מיר האבן נישט קיין שום השגה וואס דאס מיינט, רחל האט אויפגעגעבן איר גאנצע לעבן'ס חלום און פלאן, זי געבט אוועק דאס זיין די מאמע פון די כהנים און לויים, פון אלע שבטים עד סוף כל הדורות, און כאטש רחל האט געהאט פילע סיבות צו טראכטן אז תורה'דיג מעג זי עס נישט טון ..ווי קען איך אויספאפן יעקב אבינו ..יעקב איז מיין באשערטע, די אלע הייליגע דורות וואס דארף פון אונז ארויסקומען, אבער דאך טוט זי עס, אָן קיין שום חשבונות און מחשבות, ווייל רחל אמנו ווייסט אז דארט ווי ס'איז פארהאן א צובראכן הארץ, דארט ווי ס'איז פארהאן א חשש פון געקלאפט אדער פארשעמט ווערן, שטעלט זיך איעדע פלאן און חשבון אפ, מען געבט אלעס אויף צו קענען דערהייבן און מחזק זיין א צווייטן.

דערמיט דערהערט זיך געוואלדיג די המשך הפסוקים, רחל אמנו בעט זיך וַתֹּאמֶר אֶל יַעֲקֹב הָבָה לִּי בָנִים וְאִם אַיִן מֵתָה אָנֹכִי - געב מיר קינדער ווייל אויב נישט בין איך א טויטער, און די פסוק איז ממשיך וַיִּחַר אַף יַעֲקֹב בְּרָחֵל וַיֹּאמֶר הֲתַחַת אֱלֹקִים אָנֹכִי אֲשֶׁר מָנַע מִמֵּךְ פְּרִי בָטֶן יעקב האט זיך אויפגערעגט אויף רחל און געזאגט בין איך אנשטאט השי"ת וואס האלט דיר צוריק פון האבן קינדער. האבן מיר געפרעגט ווי קען זיין אזא מציאות אז אונזער הייליגע טאטע יעקב אבינו זאל זיך אויפרעגן אויף זיי צובראכענע ווייב וואס בעט זיך פאר קינדער'לעך? נאר ווי מיר שמועסן איז לעכטיג!

אז מיר זאלן מדייק זיין דעם לשון הפסוק וועלן מיר באמערקן אז ס'שטייט נישט אין פסוק ויחר אף יעקב 'על' רחל – וואס דאס וואלט געטייטשט אז יעקב האט זיך אויפגערעגט 'אויף' רחל, ס'שטייט 'ברחל' וואס דאס מיינט 'אין' רחל – אין אנדערע ווערטער יעקב אבינו האט געברענט אין דעם יסוד פון רחל אמנו, ער האט זיך חלילה נישט גערעגט אויף רחל נאר טאקע מיט רחל אמנו צוזאמען און געשריגן, "הייליגע מאמע די ביסט דאך דער וואס ווייסט אין לעבט דעם יסוד פון הקב"ה יבקש – די ביסט דאך נאכגעלאפן דיין שוועסטער מיט די סמנים און געטוען דעם גרעסטן אקט פון מסירת נפש אלעס אז דיין שוועסטער זאל חלילה נישט פארשעמט ווערן און אז איר צובראכן הארץ זאל אויפשיינען, די ביסט דאך דער וואס פארשטייט דער פליכט פון א איד זיך צו פירן אזוי ווי בורא עולם און זיך אננעמען פארן געקלאפטן, נו אויב אזוי יעצט אין די מינוטן ווען די ביסט דער צוקלאפטן, ווען די ביסט געווארן דער נרדף, די האסט דער צובראכן הארץ ביסטו דער וואס פארשטייט אז הקב"ה איז נאנט צו דיר, די ביסט דער וואס דערהערט אז הקב"ה איז יבקש, הקב"ה איז דער וירא ה', כי שמע ה', בעט נישט פון מיר די ביסט דאך נענטער צו בורא עולם ווי סיי ווער אויף די וועלט..." ויאמר – יעקב אבינו זאגט מיט ליבשאפט התחת 'אלקים' אנכי – די פארטוישסט דעם 'אלקים' יבקש מיט מיר??!! די ביסט דאך אזוי נאנט, דער אלקים יבקש איז גאר מיט דיר, אט דאס איז די הייליגע ויחר אף וואס ברענט אין יעקב אבינו!!

טייערע ברידער, מיר טוען מיט אייך מיטטיילן א מעשה וואס מיר האבן פרעזענדליך מיטגעלעבט.

ירושלים עיר הקודש - אין א קליין בחורים-דירה אויף רחוב אשלג, ליגט זיך זעליג אין בעט אינגאנצן צובראכן און צוקלאפט ..רבש"ע וואס גייט דא זיין, קוים א דריי חדשים צוריק בין איך קיין ירושלים אנגעקומען, מיטן ציל צו לערנען דאווענען און שטייגן אין עבודת ה', אין אנהייב איז אלעס טאקע געפארן רואיג און שיין, בסבר פנים יפות האבן מיך מיינע חברים אויפגענומען, ס'האט אויסגעזעהן ווי דער זמן וועט זיין א געלונגענע, אבער פלוצלינג האט זיך די רעדל א שארפע דריי געגעבן... מיינע 'גוטע' חברים האבן זיך גענומען איבער מיינע ביינער, און וואס איך טו איז נישט גוט, איעדע ריר מיינע ווערט נאכגעקוקט מיט א פארגרעסערונג גלאז, ס'איז ממש נישט אויסצוהאלטן, רבש"ע די רדיפות ווערן ערגער פון טאג צו טאג, די חברה מאכן פון מיר ליצנות טאג און נאכט, טאטע אין הימל פארוואס? פארוואס קען זיך איעדער פארטראגן מיט זייערע חברים און איך דארף זיך אזוי מוטשענען??!! אזוי איז ער געליגן פאר א לענגערע צייט און פרובירט מאכן עפעס א חשבון, עפעס א פלאן וואס ער קען טון אז די מצב זאל זיך פארבעסערן, און די רדיפות זאלן נאכלאזן.

דעם נעקסטן טאג נאכן ענדיגן סדר א', שפאצירט זעליג צו זיין דירה, און פלוצלינג ווערט ער פארגליווערט ..כ'זעה גוט? פרעגט ער זיך, ער גייט נענטער און ס'ווערט אים שווארץ פאר די אויגן, אלע זיינע פריוואטע חפצים ליגן אויסגעווארפן ביים טיר פונעם דירה, זיין וועש און בעט געוואנד אינגאנצן שמוציג אויף דער ערד, "ער איז פון די דירה ארויסגעווארפן"... כאטש אז בעצם איז זעליג גאר א שטארקע און שטאלצע כאראקטער וואס טוט זיך נישט פארלירן, אבער דאס מאל האט ער זיך נישט געקענט איינהאלטן און זיך הויעך צווויינט בפני קהל ועדה, ..פארוואס? פארוואס טוט עטץ דאס צו מיר? כ'האב איינעם אמאל וויי געטוען, זאגט מיר פשט, פארוואס? פארוואס? אזוי האט ער געוויינט פאר עטליכע מינוט, אבער צו טויבע אוירען איז זיין געוויין און געבעט געגאנגען, און מיט א קאלטע שמייכל האבן די בחורים פונעם דירה אים געהייסן פארלאזן די פלאץ, (פארשטייט זיך אז ס'איז געקומען מיט א גאנצע ליסטע פון געוואלדיגע גוטע תירוצים).

זעליג איז חרוב ונחרב, ער שפירט זיך ווי א שמאטע, ווי א שטיק גארנישט, ער ווייסט נישט וואס צו טראכטן ..ווי גיי איך יעצט אינמיטן זמן, וועלכע דירה וועט מיך יעצט אריין נעמען, די חברה הערן דאך נישט אויף העצן און שמוצן אויף מיר, וואס טו איך?! נאך עטליכע מינוט האט ער זיך צוזאם גענומען און זיך אנגעפאנגען ווענדן און בעטן ביי אלטע חברים אפשר דאך וועט אים איינער אריין נעמען, אבער צו זיין מזל האט קיינער אים נישט געקענט (אדער געוואלט) העלפן... ווי נאר ס'האט אנגעפאנגען ווערן נאכט, נישט האבנדיג קיין צוויי ברירות האט ער זיך צוזאם גענומען זיינע לעצטע כוחות, און צושפאצירט צו א פרעמדע בחור'ל וועם ער האט בכלל נישט געקענט פון בעפאר, די בחור איז געווען פון גאנץ אַן אנדערע סביבה, נאך א קורצע שמועס צווישן די צוויי, פרעגט זעליג ..כ'בין געבליבן אָן א דירה, אפשר ווייסטו פון א דירה וואס האט א ליידיגע בעט, כאטש אויף היינט נאכט? מאיר א בחור מיט א גאלדענע הארץ זאגט גלייך מיט ווארעמקייט, מיר האבן טאקע נישט קיין איבריגע בעט, אבער היינט נאכט קומסטו צו אונזער דירה, זארג נישט מ'וועט זיך שוין א עצה געבן, ווי די וועלט זאגט אז ס'איז דא פלאץ אין הארץ... אפשר א מאטראץ אויף דער ערד, אדער אפשר קען מען נאך שאפן עפעס א צוזאמלייג בעטל, מ'וועט שוין זעהן, קום לאמיר גיין!

פון איין נאכט איז געווארן צוויי און דערנאך דריי, צוביסלעך האט ער זיך מיט די נייע בחורים באקאנט געמאכט, זיי האבן זיך מיט אים גאר שיין באנומען, אבער זעליג'ס צובראכן הארץ האט זיך נישט אזוי שנעל פארהיילט, ער האט זיך ארום געדרייט אינגאנצן צוקלאפט און פארשעמט, זיינע מחשבות האבן נישט אויפגעהערט לויפן אז אפשר איז ער גאר שולדיג, אפשר איז עפעס נישט אין ארדענונג מיט אים, און ועל כולם האט ער נישט אויפגעהערט זארגן אז די גאנצע מעשה וועט אים זיכער שאטן פאר שידוכים ..כ'האב אפילו נישט איין פארבליבענע חבר וואס וועט געבן נערמאלע אינפערמאציא אויף מיר, ווען מ'וועט הערן די אלע שמוץ וואס זיי פארקויפן אויף מיר, וועט איעדער פון מיר אוועקשטיין?!

דריי וואכן שפעטער – "מזל טוב" זעליג איז א חתן בשעטו"מ, א הערליכע שידוך, אויף אזאנס האט ער זיך נישט געחולמט, און ווער מיינט איר איז געווען דער שדכן, נישט קיין צווייטער ווי זיין נייער חבר 'מאיר', א בחור וואס פאר קוים א דריי וואכן צוריק האבן זיי זיך ניטאמאל געקענט, פון דא און ווייטער האט זיך אנגעפאנגען פלעכטן א שטארקער קשר צווישן זעליג און מאיר, זיי זענען געווארן גאר נאנטע אמתע חברים, און היינט צוועלעף יאר שפעטער וואוינען ביידע מיט זייערע לעכטיגע משפחות בלע"ה איינער נעבן דעם אנדערן, זיי זענען חברים ידידים שכנים חברותות און בדרך אגב זענען זיי אויך גאר סוקסעפולע שותפים אין פרנסה, ב"ה!

אמת אז נישט אלעמאל זעט מען עס גלייך, אבער מיר דארפן גלייבן און זיין פארזיכערט אז ס'וועט קומען, זעליג איז געווען ביים נידריגסטן מצב זיינע, פרוביר זיך פארשטעלן ווי אזוי ס'שפירט אנצוקומען צו א דירה און טרעפן אלע זאכן אויסגעווארפן אויף די ערד, און דערנאך פשוט גיין אין גאס און זיך בעטן ביי פרעמדע פאר א בעט, אבער יא זעליג האט עס געטון, ער איז דעם מצב אדורך און פון דארט איז ארויסגעוואקסן זיין ישועה, און נישט סתם, נאר דארט האט ער באקומען א לעבנס מתנה א חבר א שכן א חברותה א שיתוף... הקב"ה איז יבקש את הנרדף, אמאל דארף מען ארויסגעווארפן און דערנידערט ווערן בכדי אנצוקומען צו די ריכטיגע פלאץ, אבער מיר דארפן געדענקן אז יענער קען אמאל ארויסווארפן און אריינווארפן,
אבער א קינד פון השי"ת בלייבן מיר פאר אייביג און דערפאר קענען מיר זיין רואיג און פארזיכערט!

לאמיר גיין א טריט ווייטער, אז מען זאל באטראכטן די לעבן פון אונזער מאמע רחל מיט פשוטע אויגן, זעט עס אויס אז זי האט נישט אזוי מצליח געווען, נאר איר שוועסטער לאה איז דער וואס האט געהאט א לעבן פון סוקסעס און הצלחה, ווי למשל, רוב פון די הייליגע שבטים זענען געבוירן געווארן פון לאה, בשעת ווען רחל מוטשעט זיך צו האבן קינדער, ווען לאה ווערט נפטר איז זי זוכה באגראבן צו ווערן אין מערת המכפלה מיט אלע אנדערע אבות און אמהות, וואודעראום רחל פארלאזט די וועלט אזוי טראגיש און פלוצלינג, זייענדיג אונטערוועגנס אין בית לחם, און דארט באגראבט מען איר, בקיצור אויבן אויף זעט עס אויס ווי זי האט נישט אזוי מצליח געווען, כאטש זי איז געווען דער צדיקות וואס האט מוותר געווען און אלעס אוועק געגעבן פאר איר שוועסטער, זי איז דער וואס האט זיך אינגאנצן אוועק געגעבן פאר א צווייטן... וואס דאס לאזט אונז איבער פארוואונדערט ווי קען דאס טאקע זיין, אז רחל וואס איז געווען דער גרויסע וותרן זאל נישט זוכה זיין צו לעבן פון כל מיני ברכות און ישועות?!

דער אמת איז אבער ממש דאס פארקערטע, ווי די מדרש אין איכה פארציילט אונז, אין די צייט פונעם חורבן בית המקדש ווען כלל ישראל איז אדורך דאס ערגסטע ר"ל, מיט קייטן זענען מיר אין גלות פארטריבן געווארן, האבן אונזער הייליגע אבות און אמהות זיך געשטעלט פארן רבש"ע, און איינגעריסן אז די אידישע קינדער זאלן זיך קיין ירושלים צוריק קערן, השי"ת האט געהערט די אלע תפילות אבער דאך איז עס נישט געווען גענוג, די גזירה איז געווען צו שטארק... אבער צווישן די אלע וואס זענען געקומען האט זיך אונזער מאמע באוויזן, יא ברידער פון צווישן אלע אונזערע אבות, פון צווישן אונזערע נביאים און רבי'ס, איז עס געווען אונזער טייערע באליבטע מאמע רחל וואס האט פאר אונז געוויינט איינגעריסן און געפוילט, "קול ברמה נשמע נהי בכי תמרורים רחל מבכה על בניה מאנה להנחם על בניה כי איננו", חז"ל דערציילן אונז אז זי האט דערמאנט פארן רבש"ע דעם יום החופה, דער טאג וואס זי האט די סמנים אוועק געגעבן, רחל האט דערמאנט ווי שטארק זי האט געשפירט די ווייטאג פון איר שוועסטער, און דערמיט זוכה געווען כביכול מעורר צו זיין רחמים ביי השי"ת, אז פון הימל זאל מען אראפקוקן אויף די צובראכענע אידישע קינדער וואס וואנדערן ארום אין דעם ביטערן גלות... השי"ת האט דערהערט איר געבעט און איר מבטיח זיין אז די אידישע קינדער וועלן זיך קיין ירושלים צוריק קערן, ווי די פסוק זאגט מנעי קולך מבכי ועיניך מדמעה כי יש שכר לפעלתך נאם ה' ושבו מארץ אויב.

טייערע ברידער אפשר בשעת רחל אמנו האט געלעבט, זעט מען נאך נישט די פירות פון אירע געוואלדיגע מעשים טובים, אבער יעצט מיט יארן שפעטער ווען כלל ישראל וואנדערט ארום פון איין גלות צום צווייטן, און מיר זיכן א בעטער, מיר זיכן איינער וואס זאל אונז הערן און פאר אונז איינרייסן, מיר זיכן א מאמע, איז עס "מאמע רחל" ווי מיר גייען, ס'איז מאמע רחל וואס הערט אונז, ס'איז מאמע רחל וואס בעט און רייסט איין פאר אונז! ס'איז מאמע רחל וואס פויעלט פאר אונז, ווי די ספרים הקדושים זאגן אונז אז מיט יענעם הבטחה וואס השי"ת האט איר געגעבן האט זי שוין געפויעלט פאר אלע שפעטערדיגע גלות'ן, אין בזכותה וועלן מיר זוכה זיין אויסגעלייזט צו ווערן בב"א.

צום שלוס פון אונזער שמועס איז גאר ליכטיג און קלאר וואס מיר דארפן פון די וואכעדיגע פרשה ארויסנעמען, לאה – געבט אונז דעם געוואלדיגע חיזוק, אז כאטש יארן דרייט מען זיך ארום מיט מחשבות אז ..כ'האב נישט קיין טשאנס, איך וועל שוין יעקב נישט באקומען, נאר מיט דעם עשו וועל איך פארבלייבן, יארן דרייט מען זיך ארום שפירנדיג צובראכן און צוקלאפט, וויסן זאלסטו אבער אז ס'איז נישט דאס אמת, ס'איז פונקט פארקערט דוקא פון די געקלאפטקייט קומט ארויס די ישועה, והאלקים יבקש את נרדף, הקב"ה באגלייט און נעמט זיך אָן פארן געקלאפטן, אסאך מאל דארף מען די צער און שוועריגקייטן אדורך גיין כדי די ישועה זאל קענען ריכטיג און הערליך ארויסוואקסן! געדענק אז "ס'איז נישט פארהאן אזא גאנצע הארץ ווי דער צובראכענע"! (זעלבס פארשטענדליך ווי אפגעהיטן מען דארף זיין נישט צו זיין דער רודף וד"ל).

פון די אנדערע זייט האבן מיר אונזער באליבטע מאמע רחל, וואס לערנט אונז ווי ווייט מען דארף זיין גרייט אויפצוגעבן אלעס אין די וועלט ווען ס'קומט צו א צווייטן, ווען ס'איז פארהאן א חשש אז איינער וועט פארשעמט ווערן, כאטש מען קען האבן כל מיני טענות און תירוצים, אבער אויב איז פארהאן א חשש אז איינער וועט געטשעפעט ווערן געבט מען אלעס אויף... ס'קען זיין אז דער מוותר זעט נישט די פירות גלייך, מען געבט אוועק פון זיך, און מיר ערווארטן צו באקומען באצאלט, מיר ווארטן צו זעהן הצלחה, אבער ס'איז בלי ספק א כח וואס בלייבט אויף אייביג, ס'איז דער זכות וואס וועט באגלייטן נישט נאר זיך, נאר דאס גאנצע אידישע פאלק עד סוף כל הדורות, ווי מיר זעהן אז עד היום ווען א איד איז אין א צרה גייט מען צום קבר רחל, דער מקום קבורה פון אונזער הייליגע מאמע, דארט גיסט מען זיך אויס דאס הארץ... מאמע! מאמע! נאר די ווייסט וואס דאס מיינט זיין געקלאפט און האבן א צובראכן הארץ, נאר די ווייסט וואס דאס מיינט נישט זוכה זיין צו קינדער'לעך, מאמע רייס איין פאר דיינע קינדער וואס מוטשענען זיך דא ארום, פאר דיינע קינדער וואס זענען נעבעך אזוי פארשעמט אין דעם ביטערן גלות, און יא זי ענטפערט ווי נאר א מאמע, זי פויעלט פאר אונז ישועות און רפואות ווי נאר א מאמע! ויה"ר אז מיר זאלן טאקע אנערקענען און איינזען די געוואלדיגע חשיבות פון א לעבן וואס דרייט זיך ארום אוועק געבן פון זיך פאר אנדערע, שפירן א צווייטן, מחזק זיין דעם געקלאפטן, ס'וועט דאך זיכער ברענגן דעם גאולה, און אט זאלן מיר שוין זוכה זיין צו דאס וואס מיר ווארטן שוין אזוי לאנג, כי מלאה הארץ דעה את ה' כמים לים מכסים, בביאת מלך המשיח בב"א.

לסיכום געדענק:
• והאלקים יבקש את נרדף, הקב"ה זיכט, באגלייט און נעמט זיך אָן פארן געקלאפטן און צובראכן הארץ.
• ס'איז נישט דא אזא גאנצע זאך ווי דער צובראכן הארץ – וירא ה' כי שנואה, כי שמע ה' כי שנואה – הקב"ה זעט און הערט.
• לאמיר מוותר זיין, לאמיר מחזק זיין, אוועק געבן און שפירן א צווייטן, און אט וועלן מיר זוכה זיין צום גאולה שלימה.

א לעכטיגע שבת קודש!

זיך איינצושרייבן צו באקומען די "מיט א טיפערן בליק"
דורך אי-מעיל בעז"ה tiferenblik@gmail.com

דער אשכול פארמאגט 1 תגובה

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר