שניידט דאס שטירן אפפאל!

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 291 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3331 מאל

שניידט דאס שטירן אפפאל!

שליחה דורך קאך_לעפל »

[justify]יארן לאנג וואונדער איך זיך פארוואס מ'לערענט נישט מיט אונזער קינדער קיין תנ''ך. מ'לערנט בלויז די היסטאריע-טיילן פון תנ''ך. זאגאר די פלאם-פייערדיגע מוסר רייד פון די הייליגע געטליכע נביאים, דאס געפונען מיר נישט פאר וויכטיג צו לערנען מיט אונזער קינדער, מיטן אויסרייד אז די משכילים האבן אנגעבליך צופול געפילעוועט אינעם תנ''ך... דאס דאזיגער קאפיטל אין ישעיהו אנטפלעקט אונז די ריכטיגער אורזאך פארוואס ס'הערשט אזא פארבאט צו לערנען תנ''ך...

כֹּה, אָמַר השם, הַשָּׁמַיִם כִּסְאִי, וְהָאָרֶץ הֲדֹם רַגְלָי; אֵי-זֶה בַיִת אֲשֶׁר תִּבְנוּ-לִי, וְאֵי-זֶה מָקוֹם מְנוּחָתִי. ב וְאֶת-כָּל-אֵלֶּה יָדִי עָשָׂתָה, וַיִּהְיוּ כָל-אֵלֶּה נְאֻם-השם; וְאֶל-זֶה אַבִּיט--אֶל-עָנִי וּנְכֵה-רוּחַ, וְחָרֵד עַל-דְּבָרִי. ג שׁוֹחֵט הַשּׁוֹר מַכֵּה-אִישׁ, זוֹבֵחַ הַשֶּׂה עֹרֵף כֶּלֶב, מַעֲלֵה מִנְחָה דַּם-חֲזִיר, מַזְכִּיר לְבֹנָה מְבָרֵךְ אָוֶן--גַּם-הֵמָּה, בָּחֲרוּ בְּדַרְכֵיהֶם, וּבְשִׁקּוּצֵיהֶם, נַפְשָׁם חָפֵצָה. ד גַּם-אֲנִי אֶבְחַר בְּתַעֲלֻלֵיהֶם, וּמְגוּרֹתָם אָבִיא לָהֶם-יַעַן קָרָאתִי וְאֵין עוֹנֶה, דִּבַּרְתִּי וְלֹא שָׁמֵעוּ; וַיַּעֲשׂוּ הָרַע בְּעֵינַי, וּבַאֲשֶׁר לֹא-חָפַצְתִּי בָּחָרוּ.
ה שִׁמְעוּ, דְּבַר-השם, הַחֲרֵדִים, אֶל-דְּבָרוֹ; אָמְרוּ אֲחֵיכֶם שֹׂנְאֵיכֶם מְנַדֵּיכֶם, לְמַעַן שְׁמִי יִכְבַּד השם--וְנִרְאֶה בְשִׂמְחַתְכֶם, וְהֵם יֵבֹשׁוּ.

אונטערלאגע:
ישעיהו הנביא זאגט נביאה איבער אחרית הימים. און אינדערמיט האקט אריין איבער די איבלן וועלכע האבן געבושעוועט אין זיין צייט. אידן האבן געלעבט אין שוואוילטאג, מ'האט זיך געפלעגט דאס גוף מיט אלערליי סארט פארגעניגנס, דאן איז מען געקומען אין בית המקדש אלס שיינע אידן און געדעמפ שטירן אויפן מזבח. און מ'האט געמיינט דערביי אז אלעס איז וואויל און פיין... מ'האט זיך מוחל געווען די עבירות... אוי אוי האט דער נביא געשריגן....

הערט וואס דער נביא זאגט:
אזוי זאגט דער אויברשטער, די הימל איז מיין שטיל און דאס ערד איז מיין פוס בענקל. וואס פאר א הויז קענט איר בויען פאר מיר? און וואו קען איך געפונען רוה? ווארום אלעס האט מיין הענט געמאכט זאגט ג-ט. איך דארף אינגאנצן נישט אנקומען צו ענקער בית המקדש און צו ענקערע קרבנות... אויף וואס קוק איך יא? איך קוק אויף א ארימאן, אויף א צוקלאפטע זעהל, וואס פורכט מיינע רייד.
עמיצער שחט אן אקס, צי ער הרג'ער א מענטש. ער שחט א שעפסל, צי ער קעפעט א הונט. ער ברענגט א מנחה, צי ער שפרענגט בלוט פון א חזיר. ער דעמפט ווארך, צי ער בענטש זיין געטשיק. זיי האבן זיך אויסגעקליבן זייער אייגענעם וועג, און איר קלויבט זיך אויך אייער אייגענעם וועג. איר זענט גארנישט אנדערש ווי זיי... זיי האבן זיך זייער אויסגעבאקענע גלויבן, און איר וואס איר זינדיגט אין גרויסן, און איר ברענגט דאן קרבנות אן קיין צובראכן הארץ פארן אויבערשטן, בלויז זיך צו ווייזן אלס א שיינע איד. איר זענט גארנישט אנדערש פון זיי...
גענוי מיט די זעלבע בלאף ווי איר שפילט מיט מיר, וועל איך שפילן מיט אייך. ווארום איך האב גערופן צו אייך און איר האט מיר איגנאירט, איר האב גערעדט מיט אייך און איר האט נישט גענטפערט. איר טיט די שלעכטס אין מיינע אויגן, און אין וואס איך וויל נישט האט איר זיך אויסגעקליבן...
הערט אויס די רייד פון ג-ט די וואס פורכטן ווירקליך זיינע רייד, נישט בלויז מיטן ברענגן קרבנות צו הייסן שיינע אידן. ענקערע ברודער וואס טוען אויבערפלעליך די זעלבע ווי אייך, ברענגן קרבנות, אבער זיי האסן אייך און פארשטויסן אייך צוליב ענקער אויטענטישע פארכט צו ג-ט. פאר מיין נאמען וועגן וועל איך אייך מכבד זיין, און איך וועל זען אין ענקער פרייד. און זיי וועלן ליידן חרפות...

אוי פראקט דער הייליגער נביא אריין אין אונז.
ער קומט אין שול איינגעהילט מיט א טערקישער טלית און ריזן זילבענע עטרה. מיטן דיקסטן גארטל וואס ס'איז נאר צו געפינען. מיט א דיקער עמדין סידור מיט אויסגעגעלטע בלעטער. מיט א האריגער תפילן בייטל אן קיין פלאסטישער האלטער. ס'שרייט פון אים ארויס שיינער איד... גענוי ווי דער גראביאן וואס איז געקומן אין בית המקדש מיט זיין גרויסער שטיר, צו הייסן שיינע איד... זאגט ג-ט מוחל טובות... איך זיך הארץ, איך זיך צובראכנקייט, איך זיך אמת. כ'בין דיר גערן מוחל דיינע אייגענע מצות וואס דו האסט דיך פאבראצירט צו הייסן שיינע איד...[/justify]

דער אשכול פארמאגט 3 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר