פארוואס בענטשן מיר מיט מנשה ואפרים?

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
א שעפעלע
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 368
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 17, 2014 9:19 am
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 161 מאל

פארוואס בענטשן מיר מיט מנשה ואפרים?

שליחה דורך א שעפעלע »

בס"ד

א גוטן טייערע חבירים וידידים..!

ס'איז שבת אויפדערנאכט: די טאטע מיט זיינע טייערע קינדער קומען אהיים פון שוהל, זיי רופן אלע אויס א הערליכן גוט שבת! אינדערהיים הערשט א רואיגקייט, די לעכטעלעך באלייכטן דעם הויז מיט זייערע הייליגע פלאמען, א אויסטערלישע ווארעמע געפיל נעמט אלע ארום ווען דער טאטע לייגט ארויף זיינע צוויי הענט און מיט די גאנצע הארץ בענטשט ער קינד ביי קינד מיט דעם הערליכן ברכה פון יְשִׂמְךָ אֱלֹקִים כְּאֶפְרַיִם וְכִמְנַשֶּה... ווי באקאנט איז דער מקור פון דעם מנהג אין אונזער וואכעדיגע פרשה, די פסוק דערציילט אונז מיט אלע דעטאלן ווי יוסף הצדיק האט אויסגעשטעלט מנשה און אפרים פאָרנט פון יעקב אבינו אז ער זאל זיי בענטשן און טאקע אויף אזא וועג אז דער עלטערע מנשה זאל באקומען די רעכטע האנט און די יונגערע אפרים זאל באקומען די לינקע האנט, אבער יעקב אבינו פארטוישט די הענט און לייגט דער רעכטע אויף אפרים און דער לינקע אויף מנשה און געבט זיי דעם געוואלדיגן ברכה פון הָאֱלֹקִים אֲשֶׁר הִתְהַלְּכוּ אֲבֹתַי לְפָנָיו אַבְרָהָם וְיִצְחָק הָאֱלֹקִים הָרֹעֶה אֹתִי מֵעוֹדִי עַד הַיּוֹם הַזֶּה, הַמַּלְאָךְ הַגֹּאֵל אֹתִי מִכָּל רָע יְבָרֵךְ אֶת הַנְּעָרִים וְיִקָּרֵא בָהֶם שְׁמִי וְשֵׁם אֲבֹתַי אַבְרָהָם וְיִצְחָק וְיִדְגּוּ לָרֹב בְּקֶרֶב הָאָרֶץ...

יוסף הצדיק זעענדיג אז יעקב האלט דעם רעכטן האנט אויפן יונגערע אפרים האט ער אביסל אונטערגעהויבן דעם הייליגן האנט פון זיין גרויסע פאטער ווילנדיג דערמיט מרמז זיין אז די רעכטע האנט באלאנגט אויף מנשה וואס איז דער בכור, אבער יעקב האט זיך נישט געלאזט, נאר זאגט פאר יוסף יָדַעְתִּי בְנִי יָדַעְתִּי גַּם הוּא יִהְיֶה לְּעָם וְגַם הוּא יִגְדָּל וְאוּלָם אָחִיו הַקָּטֹן יִגְדַּל מִמֶּנּוּ וְזַרְעוֹ יִהְיֶה מְלֹא הַגּוֹיִם – איך ווייס מיין זוהן איך ווייס אז ער איז דער בכור, און ס'איז אויך ריכטיג אז פון מנשה וועט אויך זיין א גרויסע און חשובע פאלק, אבער זיין ברודער דער קליינער אפרים וועט זיין חשוב'ער און גרעסער פון אים, דער נאמען פון זיינע קינדער וועט זיין גאר באקאנט און באוויסט ביי אלע פעלקער איבער די וועלט. און יעקב אבינו בענטשט זיי נאכאמאל מיטן ברכה פון בְּךָ יְבָרֵךְ יִשְׂרָאֵל לֵאמֹר יְשִׂמְךָ אֱלֹקִים כְּאֶפְרַיִם וְכִמְנַשֶּׁה – מיט דיר וועט איעדער איד בענטשן זיינע קינדער זאגנדיג "ישמך אלקים כאפרים וכמנשה".

לאמיר זיך פארטיפן, א. וואס איז געווען אזוי ספעציעל מיט מנשה און אפרים אז איעדע טאטע עד סוף הדורות בענטשט זיינע קינדער ..מיין טייער קינד זאלסט אויפוואקסן ווי מנשה און אפרים, פארוואס וואונטשט מען נישט ישמך אלקים כאברהם יצחק ויעקב וכו' אדער גאר ווי משה רבינו? (ביי די טעכטער טרעפן מיר טאקע אז מען ווינטשט מיט די הייליגע אימהות ישימך אלקים כשרה רבקה רחל ולאה)? ב. פארוואס האט יעקב אבינו פארטוישט די הענט און געלייגט די רעכטע אויפן יונגערע, ס'איז דאך פארהאן אין דעם א חשש פון גורם זיין א קנאה און שנאה צווישן די צוויי? און אזוי פרעגט זיך נאך פילע דִיוּקים אין דעם ענין, אשר על כן לאמיר זיך פארטיפן אין די געוואלדיגע ברכה וואס יעקב אבינו געבט אונז.

שפעטער אין די פרשה געפונען מיר וַיִּקְרָא יַעֲקֹב אֶל בָּנָיו וַיֹּאמֶר הֵאָסְפוּ וְאַגִּידָה לָכֶם אֵת אֲשֶׁר יִקְרָא אֶתְכֶם בְּאַחֲרִית הַיָּמִים, יעקב אבינו האט צוזאם גערופן זיינע זוהן און ער זאגט צו זיי: זאמלט אייך איין און איך וועל אייך דערציילן וואס ס'וועט אייך טרעפן ווען משיח וועט קומען. זאגט די גמרא אין מסכת פסחים (דף נו.) דאמר רבי שמעון בן לקיש ביקש יעקב לגלות לבניו קץ הימין ונסתלקה ממנו שכינה. אמר: שמא חס ושלום יש במטתי פסול כאברהם שיצא ממנו ישמעאל ואבי יצחק שיצא ממנו עשו? אמרו לו בניו 'שמע ישראל ה' אלקינו ה' אחד' אמרו - כשם שאין בלבך אלא אחד, כך אין בלבנו אלא אחד. באותה שעה פתח יעקב אבינו ואמר 'ברוך שם כבוד מלכותו לעולם ועד'. – יעקב אבינו האט געוואלט מגלה זיין דעם 'קץ הימין' האט אים די שכינה הקדושה פארלאזט און ער האט עס נישט געקענט אנטפלעקן צו זיי, האט יעקב זיך אנגערופן: אפשר איז פארהאן צווישן די קינדער עפעס א פסול וואס דערפאר לאזט מען מיר נישט מגלה זיין דעם קץ, די שבטים שפירנדיג די הרגשה פון זייער פאטער האבן זיי אלע צוזאמען אויסגערופן 'שמע ישראל ה' אלקינו ה' אחד' ס'איז פארהאן נאר איין איינציגע קעניג אויף די וועלט, אין יענעם מינוט האט יעקב געזאגט 'ברוך שם כבוד מלכותו לעולם ועד'. לאמיר זיך פארטיפן און ריכטיג אפלערנען די הייליגע ווערטער פון חז"ל.

פארשטייט זיך אליין אז אין די אלע פרשיות איז פארהאן א אומגעהויערע טיפקייט וואס מיר האבן נישט קיין שום השגה דערין, דאס וואס מיר שמועסן איז נאר מה שנוגע צו אונזער עבודת ה', וואס מיר קענען בסייעתא דשמיא ארויסנעמען פאר אונזער טאג טעגליכע לעבן.

אין אַן אלטע שטעטל וואוינט א אידעלע חצקל, דער חצקל איז א אמתע פארצייטישע דאָרפסמאן, פון אלץ קינד ארבעט ער שווער און הארעוועט אריין אין זיין קליינע פיצקל פעלד און דאס איז עס. פארמאגט א קליין הייזקעלע און א ביציקל, כאטש די וואס קענען אים זאגן אז ער איז אייביג גאר צופרידן איז אבער אין חצקל'ס הארץ פארהאן עפעס אזא גליסטעניש צו זיין עפעס מער בעל בתיש, ער חלומ'ט פון דעם טאג וואס ער וועט 'אויך' זיין פון די וואס שטייען אויף צופרי מיט דעם אויסגעביגעלטן אַנצוג און זעצן זיך ארויף אויפן גרויסן באַן און פארן צום הויפט שטאט פאר געשעפטן...
ו
יהי היום חצקל האט מחליט געווען אז דאס איז עס, זאל זיין וואס זאל זיין איך גיי מיך נעמען טוען אלע השתדלות אָנצוקומען אויפן גרויסן באַן, נו מען דארף דאך אפאר רובעל, נישט קיין פראבלעם, מען גייט זיך נעמען גיין נאך געלט, פרוטה פרוטה מצטרפת, און אט גייט מען אויך זוכה זיין צו פארן מיטן באַן.

דער טאג איז אנגעקומען חצקל האט צוזאם געקראצט איעדע לעצטע פרוטה און געקויפט א בילעט (טיקעט) פאַרן באַן און דעם נעקסטן צופרי שטייט ער ביים באן סטאנציע, אין הארץ איז ער דערשראקן און פארלוירן, ער איז נאך אין זיין לעבן נישט געווען אויף קיין באן ער ווייסט נישט ווי אזוי ס'קוקט אויס און וואס מען טוט דארט, צו מען שטייט אדער זיצט, ווי און פארוועם געבט מען די טיקעטס, ווען גייט מען ארויף און ווען גייט מען אראפ, און אזוי ווייטער, טרעפט ער דארט אַן אלטע חבר און זאגט אים זיינע פארצווייפלטע מחשבות, און דער חבר זאגט, לאָז אָפ, ביסט גארנישט אנדערש פון די אלע חברה דא אינעם סטאנציע, די באן וועט זיך אפשטעלן, און דו גיי מיט מיטן שטראם, גענוי דאס וואס דער מענטש נעבן דיר טוט אט די זעלבע זאלסטו טוען און וועסט זיכער אנקומען וואו מען דארף... חצקל דערהערט די אויפריכטיגע רייד פון זיין חבר, ער רעדט דאך צום זאך, ס'נישטא וואס מורא צו האבן, מ'קען נאכטוען וואס יעדער טוט.

פלוצלינג הערט זיך דער הויעכע פייף און דער באן קומט אריין צו פארן אין סטאנציע מיט א שנעלקייט און שטעלט זיך אפ, חצקל פאנגט אָן קוקן וואס די חברה ארום אים טוען, און פלוצלינג באמערקט ער ווי זיי שפרינגן ארויף אויפן באן, תיכף ומיד לויפן זיי צו צו די בענק, און זיי הייבן אויף עפעס אזא סארט קישן וואס דעקט איבער די הארטע בענק, זיי קריכן אריין איינעווייניג אין באהאלטן זיך דארט, חצקל טוט אט ממש די זעלבע, ער קוועטשט זיך אריין, ער קען קוים אטעמען אבער דאס איז עס. ענדליך איז ער שוין זוכה צום גרויסן און זעלטענעם זכות, זיין ענדלאזן חלום פון זיין אויפן באַן.

אזוי זיצט ער דארט פארקוועטש ער ווייסט נישט צו לאכן אדער וויינען, דאס איז דער גרויסע גליק פון די רייכע לייט?! ביי מיר אין פעלד איז שוין אסאך געשמאקער און לופטיגער?! וואס האט זיך געלוינט דאס גאנצע געשעפט, פלוצלינג הערט ער ווי פילע פאליציי אפיצירן קומען ארויף אויפן באן און שרייען אויס "צו אייך פארברעכער וואס כאפן זיך מיט אומבאצאלט מיטן באן, קומט אלע ארויס מיט די הענט אין די הייעך"?! חצקל טראכט צו זיך נאך א מזל איך האב יא באצאלט, איך בין ב"ה מסודר, פלוצלינג געבט א פאליצאנט א מאך אויף זיין באקסל וואו ער ליגט אזוי צודריקט און שרייט קום זאפארט ארויס, און חצקל קוקט מיט וואונדער וואס וויל ער פון מיר, איך האב באצאלט, און ווייזט זיי גלייך זיין טיקעט, און די ארומיגע הייבן אָן צו לאכן מיט וואונדער, אז די האסט באצאלט פאר א ערשטע קלאס זיץ פארוואס האסטו זיך אריין געקוועטש אין באהעלטעניש אויפן באן,
פארוואס זעצסטו זיך נישט ווי די דארפסט און פארסט ווי א גביר, פונקט דא האסטו אויסגעוועלט צו פארברענגן דיין רייזע?!?!

טייערע ברידער, איעדע מענטש פון אונז האט א פלאץ, איעדע מענטש האט זיין ווינקל וואו ער באלאנגט, איינער פון אונז באלאנגט אין ערשטע קלאס, דער צווייטער אין צווייטע קלאס, און ליידער זענען פארהאן די וואס כאפן זיך מיט אין זיצן פארקוועטשט אויפן באן, אבער ווי ווייטאגליך איז עס ווען מען האט א קינד וואס האט אַן אויסגעצאלטן באקוועמע זיץ אין ערשטע קלאס, אבער אנשטאט אנערקענען דעם ערשטן קלאס זיץ וואס ער פארמאגט, לערנט מען אים אויס "כאַפ דיך מיט מיטן שטראם, קוק ארום דיר און טו דאס זעלבע ווי דיין שכן"... און דאס ברענגט אים צו זיצן פון אונטן פארקוועטשט אויף א פלאץ וואס ער באלנגט אינגאנצן נישט.

עס הערט זיך אזוי ווערטל'דיג אבער איז דאס נישט די שרעקליכע אמת? איז דאס נישט א שטארקע חלק פון אונזער מהלך טאג טעגליך, מיר פארלאנגן ראובן צו זיין ווי שמעון, און דערנאך שמעון צו זיין ווי ראובן, כאילו עס האנדלט זיך פון איין נשמה, מען פארגלייכט איין ברודער צום אנדערן, און מען פאדערט אז 'דער' זאל נאכמאכן 'יענער' און גיין גענוי אין זיינע פיסטריט, און אויב גייט ער/זי נישט אין שפאן האט מען נאך טענות צו אים/זי. זענען מיר נישט באקאנט מיטן לשון: דוד איז 'יונגער' פון דיר, און אויב 'ער' קען פארוואס דו נישט? פארוואס קען 'יעדער' כאפן די באס און 'דו' דארפסט אייביג זיין שפעט? דיין 'ברודער' אין די יארן האט זיך פארהערט גאנץ ששה סדרי משנה און דו האלטס נאך אין ערגעץ נישט, וכדומה... און צומאל טוט מען דערמיט אריין קוועטשן א קינד אין באהעלטעניש, מען זאגט אים גיי מיטן שטראם און פערטיג, מ'גיבט אים נישט די ריכטיגע אנערקענונג פאר 'זיינע' כשרונות און פאר 'זיינע' כוחות הנפש, און זיין הערליכע זיץ ביים ערשטע קלאס ביים ליידיג.

לאמיר גיין א טריט טיפער, און זיך פרעגן וויפיל מאל מאכט זיך אז 'מיר אליין' ווערן אויך געשטרויכלט אין דעם חסרון, אסאך מאל האלטן מיר זיך אליין פאָר און האבן טענות צו זיך, דורכ'ן זיך מְדַמֶה זיין און צוגלייכן צום ברודער אדער חבר, מ'קלאפט זיך אליין אינעווייניג, ער האט פרנסה, געזונט און נחת פארוואס איך נישט? ער באקומט פון טאטי און וואו בין איך? ער האט א גוטע קאָפ און איך? (פארשטייט זיך אז מיר רעדן נישט איבער די געבענטשטע קנאה פון קנאת סופרים תרבה חכמה). אזויפיל מאל לעבן מיר אונטערן איינדרוק כאילו מיר אלע זענען באשאפן געווארן צו זיין גלייך, און מיר מוזן אנקומען צו אט דעם תכלית פון זיין אינגאנצן גלייך צו יענעם, מיר מיינען אז יעדער פון אונז און פון אונזערע קינדער מוזן זיין פונקט די זעלבע, זיך אויפפירן דאס זעלבע, ליב האבן דאס זעלבע, און אלע דארפן זיצן דאס זעלבע רואיג ביים טיש, און מיר פארגעסן און פארלירן דעם געדאנק אז איעדע פון אונז און פון אונזערע קינדער פארמאגן אונזער אייגנארטיגע תכונת הנפש, מזל, און טאלאנטן, איעדע פון אונז איז א וועלט פאר זיך, א עולם מלא ו
וואס האט איר אייגענעם דרך און אייגענעם מהלך צו שיינען און לייכטן.

דאס ארבעט אונזערע איז אפיר צו זאכן דאס אייגנארטיגקייט פון איעדע נשמה אויף די וועלט, סיי ביי זיך און סיי ביי אונזערע קינדער, טרעפן אונזער אייגענע ווינקל וואו מיר קענען ארויסברענגן דאס מערסטע ליכטיגקייט איבער די וועלט, ס'איז אונזער חוב צו לערנען זיך און די קינדער צו זיין דאס מערסטע 'זיך' וואס נאר שייך, און טאקע העלפן סיי זיך אליין ווי אויך די קינדער צו טרעפן דעם אור דעם ווינקל פון ליכטיגקייט וואו מיר קענען באשיינען די וועלט אויף אַן אופן וואס קיינער קען נישט טאקע נאר אונז, עפעס וואס איז אינגאנצן נישט דומה צו יענעם נאר צו אונז!

דערמיט קומען מיר צוריק צו אונזער פרשה. לאמיר זיך פארשטעלן בדרך משל ווי דער רייכע זיידע הנגיד ר' וואלף לאזט רופן זיינע צוויי באליבטע אייניקלעך און זאגט זיי ..קינדערלעך כ'שפיר אז די יארן ריקן זיך און ווער ווייסט וואס דער מארגן וועט ברענגן, נאכן אדורך טראכטן דעם ענין האב איך באשלאסן אז ס'איז צייט צו צוטיילן דאס פארמעגן, ר' וואלף לאזט זיך נישט ווארטן און נעמט גלייך ארויס דעם טשעק ביכל און פאנגט אָן שרייבן, צוויי מיליאן פארן אינגערע, הונדערט טויזענט פארן עלטערע... "זיידי איך בין עלטער?!" שרייט אויס דער עלטערער מיט ווייטאג, אבער דער זיידע פארלירט זיך נישט און זאגט: מיין טייערע כ'ווייס דו ביסט עלטער אבער דיין יונגערע ברידער וועט זיין דער איש מוצלח דערפאר שפיר איך אז ס'איז וויכטיג אז ער זאל פארמאגן מער געלט אין זיין אקונט... דער המשך פונעם מעשה וויל זיך נישט טראכטן וואס דארט גייט פאסירן פון יענע רגע און ווייטער עד סוף כל הדורות, מיט כל מיני טענות אז דער יונגערע האט פארדרייט און איינגענאַרט דעם זיידן, אדער אז זיידי איז נעבעך צומישט, ער האט זיך נישט געכאפט וכו' וכו'?!?!

אבער דא אין אונזער פרשה שטייען צוויי ברידער מנשה און אפרים און כאטש אז דער רעכטע האנט פון זייער הייליגע זיידע יעקב אבינו איז ביי זיי חשוב און ווערד אסאך מער ווי צוויי מיליאן, לייגט עס יעקב אויף די קאפ פונעם יונגערע ברידער אפרים, און מנשה דער בכור זאגט נישט קיין ווארט נאר מיט די גרעסטע מאס פארשטאנד שטייט ער דארט און הערט ווי יעקב זאגט פאר יוסף יָדַעְתִּי בְנִי יָדַעְתִּי אז מנשה איז דער בכור און אז ער וועט זיין גרויס און חשוב אבער דער קליינער אפרים וועט זיין חשוב'ער און גרעסער פון אים... מנשה הערט די הייליגע ווערטער פון זיין זיידע און איז עס מקבל בלב שלם אָן קיין שום שוועריגקייטן.

דער ראש ישיבה הגאון הגדול רבי יצחק דוב קאפעלמאן זצ"ל, האט ערקלערט אז די פרשה לערנט אונז א יסוד עצום, מנשה שטייט מיט די פילסטע רואיגקייט און נעמט אָן דעם זיידע'נס רייד אָן קיין תרעומות, ווייל ער דערהערט אז איעדע קינד און איעדע מענטש האט זיין פינקטליכע באשערטן חלק און מהלך, וואס די חשבונות דערפון איז נישט מעגליך פארן פשוטן בשר ודם צו פארשטיין, אבער ס'איז א פאקט, פאר איינעם איז באשערט א גרינג לעבן וואס איז באגלייט מיט פרנסה געזונט נחת וכדומה, און פארן צווייטן ליידער נישט, דער מענטש מוז אבער פארשטיין אז מיין חלק איז מיין חלק און ס'האט אויף קיין שום וועג נישט קיין שייכות מיט א צווייטנס חלק, אפילו אויב דער צווייטער איז מיין אייגענע ברידער און כאטש אז איך בין דער עלטערע און כאטש אז מיר זענען אלע יארן געווען צוזאמען אויף טריט און שריט, מיינט עס אבער נישט אז אונזער אויסשטעל אין לעבן איז די זעלבע, פאר איעדן איז באשערט און אנגעגרייט א באזונדערע שליחות און תפקיד מיוחד, דער מענטש דארף טוען דאס בעסטע און מיט אלע כוחות פרובירן צו ערפילן 'זיין אייגענעם' פריוואטע שליחות צום מאקסימום...

און דערפאר יעצט ווען מנשה הערט אז דער יונגערע ברידער אפרים דארף האבן א רעכטע האנט אויף זיין קאפ, נעמט ער דאס אָן פאר א פשוטע מציאות "דאס איז עס, פארן ברודער איז באשערט א מצב וואס פארלאנגט א רעכטע האנט" נו וואס האט עס מיט מיר?! ב"ה אז איך האב מיינס און איך פריי זיך אז ער האט זיינס, אבער אפשאצן מיין מצב לפי זיינס, מיין חלק אקעגן זיין איז זיכער נישט קיין אפציע - ווייל יעדער האט א תפקיד מיוחד..!

און אויך יעקב אבינו האט טאקע פארטוישט די הענט אט צוליב דעם אליין, ווייל ער האט אונז דאס געוואלט לערנען, אז קיינער האט נישט קיין שייכות מיט יענעם, 'דו' ביסט דו אליין, און קוק נישט וואס טוט זיך ביי יענעם. יעקב אבינו שטעלט אונז אוועק דעם יסוד, מיין טייער קינד ווען דיין טאטע געבט דיר ווייניגער ווי דו האלטסט אז ס'קומט דיר, ווייניגער ווי דיין ברודער, חבר, שכן, האט באקומען, און כאטש אז לפי דיינע חשבונות קומט דיר מער, דו ביסט עלטער, מער געלונגען, טאלאנטפול, וכו' זאלסטו חס ושלום נישט אפשטעלן דיין לעבן און אנפאנגן פארפירן מיט כל מיני טענות און גליסטענישן, קוק ער האט באקומען מער פון מיר וד"ל, געדענק און זאג כסדר צו זיך אז דאס וואס איז מיינס איז מיינס און דאס וואס איז זיינס איז זיינס, קיינער קען פון מיר גארנישט אוועקנעמען - דאס וואס קומט מיר וועט בסייעתא דשמיא אנקומען צו מיר...

טייערע ברידער, דער מוסר השכל שטעלט זיך נישט אפ דא, און ווען א 'טאטע' גיבט פאר זיינע קינדער, מיינט מען נישט בלויז א פיזישע טאטע, מיר דארפן געדענקן אז בורא עולם איז אונזער גרויסע טאטע, וויפיל מאל דרייען מיר זיך ארום מיט א שווער הארץ און די אויגן גייען אויס צוקוקנדיג ווי א יונגערע ברידער איז מער מצליח, דער חבר פון ישיבה ווערט א גאון, יענער האט נחת פון די קינדער, און פון די צווייטע זייט גייט מען אריבער צרות יגון ואנחה, און דאס הארץ האט א געפיל פון טענות, א געפיל פון פארוואס איך נישט וכדומה, לערנט אונז יעקב אבינו אז איעדער באקומט א באזונדערע האנט, איינער א רעכטע און איינער א לינקע, ווייל איעדער האט זיין פונקטליכע תפקיד מיוחד און זיין פונקטליכע באשערטן חלק, און זיך מעסטן איינער צום צווייטן איז בכלל נישט קיין אפציע, זיך אריין קוועטשן אונטערן באנק אינעם אונטערשטן חלק פונעם באן ווייל יענער טוט עס, איז נישט קיין מהלך בכלל!

דערמיט פארשטייען מיר שוין גוט פארוואס ווען א טאטע בענטשט זיינע קינדער - בענטשט ער מיט מנשה און אפרים דוקא, און נישט מיט משה רבינו, ווייל ווען א טאטע זאל וואונטשן ישמך אלקים כמשה וואלטן אלע קינדער געוואלט זיין אייניג ווי משה רבינו, און דאס איז נישט ריכטיג, ווייל ווי געשמועסט האט איעדער זיין אייגענעם פונקטליכע תפקיד, יעדער דארף זוכן צו לייכטן דארט וואו ער דארף, און טאקע דערפאר וואונטשט א טאטע ישמך אלקים כמנשה ואפרים, קינד מיינס זאלסט אויסוואקסן ווי מנשה און אפרים זאלסט אייביג פארשטיין און געבענטשט ווערן מיט 'דיין' בעסטע, פונקט ווי מנשה בשעתו האט פארשטאנען און דערהערט אז דאס וואס אפרים באקומט און האט, האט אינגאנצן נישט צו טוען מיט אים, ער איז נישט מקנא, ער זוכט נישט אוועקצונעמען פון אים, ער זוכט נישט צו טוישן די סיטואציע. דאס זעלבע בענטשט יעדער אידישע טאטע זיין קינד, ס'זאל פון דיר אויסוואקסן דאס מערסטע וואס דו קענסט זיין, הקב"ה זאל דיר העלפן ערפילן דיין אייגענע פולן פאטענציאל וואס ס'דארף פון דיר אויסוואקסן, קינד מיינס זאלסט דיך ח"ו קיינמאל נישט פארגלייכן אדער מעסטן מיט א צווייטנס חלק, געדענק אז איעדער האט א חלק און א תפקיד מיוחד! און דאס איז די בעסטע ברכה וואס מיר קענען געבן פאר אונזערע קינדער, צו ווילן ערפילן זייער אייגענעם תפקיד און זייער אייגענעם שליחות אויף די וועלט, און נישט זוכן נאכצוטוען דעם און יענעם.

אבער עס שטעלט זיך נישט אפ ביי די קינדער, די וואס זענען 'מקבל' די ברכה אז זיי זאלן זוכה זיין צו זיין ווי מנשה און אפרים, נאר יעקב אבינו לערנט אונז אויך עפעס שטארק יסודות'דיג פארן טאטן, טאטע געטרייע ווען דו בענטשט דיינע זיסע לעכטיגע קינדערלעך, געדענקן זאלסטו אז נישט איעדער קינד איז די זעלבע, בענטש זיי נישט אלע גלייך, "איין קינד דארף א רעכטע האנט און א צווייטער דארף א לינקע"! מ'קען נישט בענטשן אלע אייניג, און מ'קען נישט פאָדערן פון יעדעם די זעלבע, נישט אייביג איז גרינג דאס צו אנערקענען און מקיים זיין למעשה, אבער דערפאר בענטשן מיר "כאפרים וכמנשה", ווייל אסאך מאל אפילו אויב ס'איז שווער און ס'קומט נישט אָן גרינג צו מאכן א חילוק צווישן איין קינד און דעם אנדערן, אבער ס'איז נישט דא קיין ברירה, מען דארף אויסלערנען סיי זיך און סיי די קינדער איינמאל און נאכמאל אז איעדער האט זיך זיין תפקיד מיוחד - נישט אלע קינדער זענען גלייך! איינער איז געלונגען, ליב צו לערנען, אויפשטיין פרי, בעל מידות טובות וכו' און דער צווייטער נישט - ס'גייט אים נישט, ער שלאפט שפעט, ער האט שווערערע תכונות הנפש וכו'... און פונקט ווי יעקב אבינו האט מְגַלֶה געווען דעם אמת ווען ס'האט זיך אויסגעפעלט, און קלאר געזאגט די חילוקים פון מנשה און אפרים, דאס זעלבע דארפן מיר זאגן פאר זיך.

אודאי איז פארהאן א געדאנק פון קנאת סופרים תרבה חכמה, און עלטערן דארפן אסאך מאל מזרז זיין די קינדער אויסצונוצן זייערע כוחות און כשרונות ווי עס דארף צו זיין, און מ'קען ווייזן א דוגמא, קוק, מוישי האט שוין אין די צייט געטוען אזוי און אזוי, זלמי האט באוויזן אנצוקומען אזוי ווייט, אבער דאס איז נאר אויף אַן אופן פון ארויסברענגן דעם קינד'ס פאטענציאל און אים אריינגעבן א געוויסע רצון און חשק אנצוקומען דארט וואו ער קען. אבער מיר דארפן קודם כל אריין טראכטן אויב דער קינד האט באמת די מעגליכקייט וואס דער צווייטער האט, נישט אייביג איז עס בכלל שייך פאר דעם קינד צו באווייזן, און דעריבער ווען מען בענטשט די קינדערלעך דארף עס זיין מיט הארץ און מחשבה, און אנערקענען אז אמאל איז דא א מנשה און אמאל א אפרים, אלעס געוואנדן לפי דעם פינקטליכע מצב פונעם קינד!

אויב מיר מעגן צולייגן בדרך רמז, געפונען מיר אין תרגום יונתן אויפן פלאץ יְבָרְכוּן בֵּית יִשְׂרָאֵל יַת יְנוּקָא בְּיוֹמָא דִמְהוּלְתָּא לְמֵימָר יְשַׁוִינָךְ ה' כְּאֶפְרַיִם וְכִמְנַשֶׁה, אז אידישע קינדער וועלן נוצן די ברכה פון ישימך אלקים צו בענטשן דערמיט די קינדער 'בְּיוֹמָא דִמְהוּלְתָּא - אינעם טאג פון זייער ברית מילה'. אפשר איז די כוונה צו די עלטערן, אז שוין פונעם ערשטן רגע אָן, תיכף ביי די ערשטע מצוה וואס איז מקיים מיט'ן קינד, נאך איידער מ'טרעט אריין אינעם שוועל פון חינוך, דארף מען האלטן פאר די אויגן אט דעם יסוד פון מנשה און אפרים, און געדענקן ביי זיך אז יעדע קינד איז אייגענארטיג און האט זיך זיין דרך און מהלך אויף די וועלט.

דערמיט קומען מיר צוריק צו די ווערטער פון יעקב אבינו ווי ער זאגט צו זיינע קינדער די הייליגע שבטים, הֵאָסְפוּ וְאַגִּידָה לָכֶם אֵת אֲשֶׁר יִקְרָא אֶתְכֶם בְּאַחֲרִית הַיָּמִים, ער הייסט זיי זיך צוזאם קומען, און ווי די ספרים הקדושים טייטשן אז יעקב אבינו האט זיי געוואלט געבן אַן עצה און א סגולה פאר זיינע קינדער וואס וועט צואיילן די גאולה און ענדיגן דעם גלות, און דעריבער האט ער זיי אויסגעלערנט הֵאָסְפוּ אז זיי זאלן זיך האלטן צוזאמען פיל מיט ליבשאפט און אחדות און דאס וועט זיי אויסלייזן פון גלות. אבער גלייך נאכדעם געפונען מיר ווי יעקב אבינו הייבט אָן צו אפצוטיילן און מאכן א צווישנשייד צווישן זיי, ער בענטשט זיי מיט די ברכות יעקב, אבער ביי יעדעם איינער דערמאנט ער עפעס אנדערש, פאר טייל זאגט ער גאר דברי מוסר, און אפילו די שבטים פאר וועמען ער גיבט גוטע זאכן, טיילט ער אפ און מאכט א חילוק צווישן איינער און דעם אנדערן, פאר יששכר זאגט ער אז ער וועט עוסק זיין אין תורה, זבולון וועט זיין דער סוחר און דער תומך תורה וואס וועט שטיצן יששכר, און אזוי ווייטער, יעדער פון די י"ב שבטים האט באקומען אן אנדערע ברכה און גאנץ אנדערע מעלות, ווי אזוי גייט דאס צוזאמען מיט הֵאָסְפוּ און אחדות?.

אלא מאי, מוז מען זאגן ווי מיר שמועסן, אז די מערסט אמת'דיגע אחדות און די ריכטיגסטע ברידערשאפט איז נאר פארהאן ווען יעדער אנערקענט און ווייסט קלאר וואו פונקטליך ער שטייט אויפן וועלט, וואס איז זיין תפקיד, וואס פארלאנגט זיך פון אים, אפגעזען וואס יענער האט און פארמאגט, ווייל יעדער פון אונז איז אייגנארטיג, און מיר קומען זיך צוזאמען יעדער מיט זיין מעלה און זיין אייגענע ברכה, אט דאס איז אחדות און די שענסטע הֵאָסְפוּ צו קענען אנגיין מיט מיין אייגענע דרך און אייגענע עבודה אָן זיך צו מעסטן מיט די אנדערע.

און ווי די תורה זאגט טאקע עדות צום סוף, נאך די אלע באזונדערע ברכות וואס יעקב אבינו בענטשט זיינע הייליגע קינדער, כָּל אֵלֶה שִׁבְטֵי יִשְׂרָאֵל שְׁנֵים עָשָׂר וגו' "אִישׁ אֲשֶׁר כְּבִרְכָתוֹ בֵּרַךְ אֹתָם", יעקב אבינו ווייסט און פארשטייט אז ער האט צוועלף באזונדערע שבטים, צוועלף קינדער מיט צוועלף אנדערע דרכים און שליחות'ן אויף די וועלט, און ער בענטשט זיי "אִישׁ אֲשֶׁר כְּבִרְכָתוֹ" יעדער איינער מיט זיין אייגענע און אייגנארטיגע ברכה געוואנדן לויט זיין תפקיד און שליחות. (אודאי האט ער זיי אלע געבענטשט און געגעבן פון אלעם גוטן ווי רש"י זאגט, אבער גערעדט האט ער צו יעדן זיין שפראך און דאס וואס 'ער' דארף הערן, אִישׁ אֲשֶׁר כְּבִרְכָתוֹ).

און דאס איז דער ענין וואס די שבטים האבן דעמאלטס אויסגערופן 'שמע ישראל ה' אלקינו ה' אחד' און יעקב האט געזאגט 'ברוך שם כבוד מלכותו לעולם ועד' ווי חז"ל זאגן אונז, ווייל כדי ממליך צו זיין און מייחד צו זיין דעם אייבישטער און אויסשרייען אז השי"ת איז אונזער באשעפער, האבן זיי געדארפט אלע זיין באחדות און אינגאנצן איינס באמת, איעדער דארף ארויסברענגן כבוד שמים פון זיין פלאץ און ווינקל און צוזאמען איז מען ממליך בורא עולם, און דאס האבן זיי דעמאלטס זוכה געווען, בשעת יעקב אבינו ברענגט ארויס פארן יעדן קינד זיינע כוחות, זיין דרך אין עבודה, זיין מהלך אין לעבן, און זיי האבן עס ריכטיג מקבל געווען מיט די גאנצע הארץ, אט דאס מאכט אז זיי זאלן קענען זאגן כאיש אחד בלב אחד דעם 'שמע ישראל ה' אלקינו ה' אחד'.

און ווען מיר קומען אָן צום הויכפונקט, צום שלוס פון ספר בראשית, דא שרייען מיר אויס אלע אינאיינעם מיט א התלהבות "חזק חזק ונתחזק", טאקע נאך די אלע פרשיות וואו מיר
האבן דערהערט אז יעדער איד האט שטענדיג א תפקיד און א שליחות, מיר דארפן אלעמאל זוכן און זיך פרעגן מה תבקש, אלעמאל זיין ריכטיג שטארק און נעמען אחריות אויף 'אונזערע' מעשים, נישט אויף יענעמ'ס, און ווען מיר ווייסן אז מיין עבודה איז נאר 'מיינס' און איך האב נישט קיין שייכות מיט וואס יענער טוט אדער האט, מיין פלאץ אויפן באן קען קיינער נישט טוישן אדער צונעמען פון מיר, דאס איז פאר אונז די גרעסטע "חזק חזק ונתחזק" צו קענען שטייגן און ריכטיג אנקומען צו אונזער ציל, און פארשפרייטן די ליכטיגקייט וואס מיר דארפן פארשפרייטן בעזהשי"ת.

לסיכום געדענק: ווען א טאטע בענטשט זיינע קינדער מיטן ישמך אלקים כאפרים וכמנשה ליגט דארט צוויי לעבנס וויכטיגע יסודות:

א. פונקט ווי מנשה און אפרים האבן זיך נישט געקריגט אדער מקנא געווען איינער דעם צווייטן, נאר מיט די גרעסטע מאס אהבה בלב שלם האט מנשה צוגעקוקט ווי יעקב אבינו לייגט דעם רעכטן האנט אויף זיין יונגערע ברודער - ווייל ער האט פארשטאנען אז איעדע אידיש קינד איז א עולם מלא, א וועלט פאר זיך, יעדער האט זיין תפקיד און ס'האט נישט קיין שום שייכות מיט מיר, און אויב דער ברודער דארף א 'רעכטע האנט' זאל ער עס באקומען!

ב. פונקט ווי ביי מנשה און אפרים האט יעקב אבינו געלייגט די רעכטע דארט וואו מען דארף א רעכטע און א לינקע דארט וואו מען דארף א לינקע - איעדע טאטע ווען ער בענטשט זיינע קינדער דארף ער געדענקן אז קיינער איז נישט די זעלבע, איעדע קינד דארף באקומען זיינס, איינער א רעכטע און איינער א לינקע, מען טאר חלילה נישט פארגלייכן איינער צום צווייטן, געדענק אז איעדע קינד איז א אייגענע עולם מלא!

א לעכטיגע שבת קודש!

זיך איינצושרייבן צו באקומען די "מיט א טיפערן בליק"
tiferenblik@gmail.com דורך אי-מעיל בעז"ה

דער אשכול פארמאגט 1 תגובה

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר