צענזור - א דורכפאל (ויחי)

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
אמת45
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 49
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש יולי 09, 2016 7:24 pm
האט שוין געלייקט: 49 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 333 מאל

צענזור - א דורכפאל (ויחי)

שליחה דורך אמת45 »

לערנענדיג די פרשה איצטערט, איז מיר דעם פאלגנדן קלער אפירגעקומען.

א היבשע צאל סדרות דרייט זיך ארום יוסף'ס געשיכטע.

פון די חלומות ביזן פארקויף, און א לענגערע ביאגראפיע, ביז סרח בת אשר'ס ליד, דעם ענדגילטיגן מהפכה.

טרעפט מען זיך ביי ויחי, נאכן גאנצן פיל-גוד דראמא, און ווידער דרייט זיך אלעס ארום יוסף.
יוסף רעדט צום טאטן, יוסף בענטש די קינדער, יוסף וויינט, יוסף קושט, יוסף'ס געביין. הכלל, אלס איז יוסף יוסף יוסף.

און איך טראכט צו מיר, זענען דאך די ברודער'ס ריין גערעכט געווען מיט זייער אפשאצונג אויפן פאסטוך יוסף.

איך פלעג וואונדערן אמאל פשט אין מכירת יוסף, ווי אזוי דערקייקלט מען זיך דערצו - פארקויפן א ברודער, דערביטערן דעם פאטער אזוי.

איצטערט זעה איך די צווייטע זייט געשיכטע. אשר יגורו אכן באה, דער יוסף נעמט פשוט און פראסט איבער די זאך. ווי א איין איינציג קינד.

פארוואס איז יוסף דער איינציגסטער וואס קריגט אזא שמאלציגע ברכה, אינדערצייט וואס אפילו בנימין בן רחל האט בלויז דעם קארגן זאץ באקריגן "זאב יטרף בבקר יאכל עד ולערב יחלק שלל".

ווען איינער נעמט איין דעם ארום אויף אזא פרעצעדענטלאזע פארנעם, איז שנאה די נאטורליכע רעאקציע, ניין? ס'טייטש יוסף'ס שטאנדפונקט זעהט אויס אומבארעכטיגט גאר.

איז למעשה, וואס טאקע פשט אין דעם מאדנעם ערשיינוג, איז עס יוסף'ס אקט, יעקב'ס שולד, איז עס בארעכטיגט?

בזה אחר זה איז מיר באלד בייגעפאלן דאס פארקערטע.

אחרי ככלות הכל, נאך דעם גאנצן פיינפולען געשיכטע, וואס מ'האט טאקע פרובירט יוסף אפלאכן, אומברענגן, פארמעקן, שטיי מיר פארט דא אין ויחי, נישט נאר צוריק ביי אלף, נאר ממש ווי ביי די פראש אין מצרים.
דער מאדנער כאריזמאטישער פאסטוך'ל זיצט אויפן כסא המלכות, נישט נאר ראש המשפחה איז ער, נאר א מלך אין מצרים, און די גאנצע משפחה איז ממש בעל כרחם אנגעוואנדן אין זיין גענאדע. יא, אפילו דער געלונגענער יהודה.
ס'איז פיל ווייטער ווי זיי האבן געטראכט אז ער וועט אנקומען אפילו אויב וואלטן זיי ווען יא צוגעלאזט דאס פארווירקליכונג פון זיינע טרוימונגען.

אלזא, דער אמת איז אז יוסף איז טאקע אט דער מנהיג וואס ער האט פאראויסגעזאגט, ער איז ווירקליך 'די זאך' אין די פאמיליע. ס'איז נישט יעקב'ס שולד, ס'איז נישט יוסף'ס, נאר גאט'ס שולד.
אזוי האט אים גאט באשאפן.
דאס איז יוסף'ס Destiny.

ס'איז פארשטענדליך און נאטורליך אז אזאנס שמעקט נישט פונקט די ארומיגע, און די ברודערס צארן איבער א יונגערע ברודער'ס מאדנע וויזיע'ס איז פולקאם בארעכטיגט. זיי זענען טאקע גערעכט געווען מיטן פאראויסזעהן דעם צוקונמפט, דעם "יוסף פראבלעם".

די טעות וואס זיי זענען אבער באגאנגען איז אז זיי האבן פרובירט דאס אפצושטעלן.
זיי האבן געמיינט אז ס'איז יוסף'ס פראבלעם, יעקב'ס שיגעון, און מיט די צייט וועט עס אוועקגיין.
זייער פלאן דאס צו פארמיידן איז געווען די דורכפאל.

מ'קען נישט שטיל מאכן קיין קול, מ'קען נישט פארמיידן Destiny, און מ'קען נישט בייקומען די אמת.
דער שטימע וועט זיך דורכשטופן ווי א טפה צום רחם.

דער אמת איז אז יוסף איז טאקע דער בינטל, דער שטערן, דער מושל, און מיט דעם וואלט מען געדארפט שלום מאכן א לאנגע צייט צוריק.
אנשטאט, האבן זיי אינצווישן פארפייניגט דעם ברודער, דערביטערט דעם פאטער, און זיך שווער געמאכט דאס לעבן, ביזן ענדגילטיג צוריקקומען צום זעלבן סך הכל - יוסף איז גערעכט.

מ'קען פון דעם לערנען אסאך. די נקודה וואס האט מיר דא געכאפט איז די דורכפאל פון צענזור בכלל, און איר לעצטיגע דעמאקראטישע פאפולאריטעט בפרט.
אפגעזעהן פאליטיק, איז צענזור א גאנג וואס פשוט און פראסט ארבעט נישט, און ברענגט שטענדיג נאר איבעריג צער.

אונז אידן זעמיר געוואוינט דערצו. אונזער ביכער, קליידונג, גאדאנקען, און אידענטיטעט איבערהויפט, זענען שוין פילצאליגע מאל צענזורירט געווארן, און נישט נאר קיין רעזולטאטן נישט געברענגט, נאר גאר פארשטערקערט דעם מאראל.

עס דארף באטאנט ווערן אז נישט יעדענס אנשיקעניש איז אן "אמת" וואס טאר נישט פארשריגן ווערן. ווען איינער שרייבט "פארקויפט נישט דיין נשמה צום שטן" אויפן בית כסא וואנט וועט עס ווארשיינליך יא effectively צענזורירט ווערן..

די הגדרה פון ווען און וואס מ'ברויך און קען צענזורירן איז פילייכט נישט קלאר,
ס'איז אבער גענוג אט דעם קלארקייט, אז יענעם'ס ריכטיגע בליק וועט קיינמאל נישט פארמעקט ווערן, נאר די פארקערטע.

(די טעמע איז ווירקליך פשוט און באקאנט, און אזוי קלאר ווי גאלילייאו'ס געשיכטע, אבער אין די וואכעדיגע סדרה האב איך דאס מיט א פרישן קנייטש אנדעקט.)
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום אמת45, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.

דער אשכול פארמאגט 4 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר