וארא - ס'קען נישט זיין ערגער

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
א שעפעלע
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 368
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 17, 2014 9:19 am
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 161 מאל

וארא - ס'קען נישט זיין ערגער

שליחה דורך א שעפעלע »

בס"ד

א גוטן טייערע חבירים וידידים..!

די תוה"ק אין די וואכעדיגע פרשה פאנגט אָן: וָאֵרָא אֶל אַבְרָהָם אֶל יִצְחָק וְאֶל יַעֲקֹב בְּאֵ-ל שַׁדָּ-י וּשְׁמִי ה' לֹא נוֹדַעְתִּי לָהֶם - ווי באקאנט איז די שאלה פון די מפרשים, אז בפשטות טרעפט מען יא אז הקב"ה האט זיך באוויזן צו אונזערע אבות הקדושים מיטן נאמען י-ה-ו-ה, נו אויב אזוי פרעגט זיך וואס ליגט אין די ווערטער ושמי ה' לא נודעתי להם. און בכלל דארף מען זיך פארטיפן, הקב"ה זאגט פאר משה רבינו "איך האב מיך באוויזן צו אברהם יצחק און יעקב מיטן נאמען א-ל ש-ד-י אבער מיט מיין נאמען פון י-ה-ו-ה בין איך נישט באקאנט געווארן פאר זיי" און אנדערע ווערטער עפעס א געוויסע התגלות, א געוויסע אנטפלעקונג גייט דא פארקומען וואס אונזערע עלטערן האבן נישט זוכה געווען דערצו, לאמיר זיך פארטיפן און פרובירן אויף אונזער מדריגה טרעפן כאטש עפעס א נקודה אין די פסוקים וואס זאל אונז ברענגן א טריט נענטער אז מיר זאלן אויך האבן עפעס א חלק און מרגיש זיין דעם התגלות וואס שפילט זיך אויס אין די וואכעדיגע פרשה.

נאך געפונען מיר סוף פרשת שמות וואו די תוה"ק דערציילט אונז אז הקב"ה זאגט פאר משה אז ער זאל גיין צו פרעה, און כאטש משה רבינו האט נישט געוואלט גיין מי אנכי כי אלך – ווער בין איך אז איך זאל גיין, דאך איז ער געגאנגען ווייל השי"ת האט אים געזאגט דעם כי אהיה עמך – איך וועל זיין מיט דיר, אבער ס'נעמט נישט לאנג און דער רשע פרעה טוט גאר פארשטייפערן אלע גזירות אויף די אידישע קינדער, די ארבעט ווערט אסאך שווערער און די מצב ווערט גאר אסאך ערגער ווי ביז יעצט, יעדער איינער דארף אליינס ארויסגיין אין פעלד צו קלויבן די שטרוי, אבער מ'טאר גארנישט נאכלאזן פון די אמאליגע סכום ארבעט, א זאך וואס איז כמעט אומדערטרעגליך פאר מענטשליכע כוחות, נו וואס טוט מען יעצט? וואו גייט מען פון דא? צובראכן און צוקלאפט זענען די אידישע קינדער געקומען צו משה און אהרן פיל מיט טענות אז זייט איר זענט געקומען איז גאר ערגער געווארן... בקיצור ס'איז ביטער... משה רבינו האט זיך געקערט צו בורא עולם און געפרעגט דעם לָמָה הֲרֵעֹתָה לָעָם הַזֶּה לָמָּה זֶּה שְׁלַחְתָּנִי? און השי"ת ענטפערט פאר משה יעצט וועסטו זעהן וואס איך וועל טוען צו פרעה, מיט א שטארקע האנט וועט דער פרעה ארויסטרייבן די אידישע קינדער פון זיין לאנד און דערמיט קומען מיר צו פרשת וארא.

ווי נאר מען לערנט די פסוקים פרעגט זיך, ווי מיר ווייסן איז איעדע אות אין די תוה"ק אונז דא צו לערנען יסודות אין אונזער עבודת ה', ס'איז אונזער וועג ווייזער אויף טריט און שריט, נו אויב אזוי לאמיר זיך פארטיפן און פראבירן פארשטיין וואס איז טאקע פשט אז דערנאך וואס משה רבינו גייט צו כלל ישראל ווערט גאר ערגער? און בכלל מיר טרעפן נישט אז הקב"ה האט געענטפערט פאר משה רבינו אויף די טענה פון למה זה שלחתני? און אט די זעלבע שאלה פרעגט זיך בעצם אין אונזער פרשה, נאכדעם וואס משה רבינו מאכט דעם קל וחומר פון הֵן בְּנֵי יִשְׂרָאֵל לֹא שָׁמְעוּ אֵלַי וְאֵיךְ יִשְׁמָעֵנִי פַרְעֹה? טרעפן מיר נישט אז הקב"ה זאל ענטפערן עפעס אויף די טענה אז לכאורה איז טאקע כמעט נישט מעגליך אז פרעה זאל דערהערן זיינע ווערטער, נאר פארקערט, הקב"ה באפעלט אים "גיי צו פרעה און זאג", דַבֵּר אֶל פַּרְעֹה מֶלֶךְ מִצְרַיִם אֵת כָּל אֲשֶׁר אֲנִי דֹּבֵר אֵלֶיךָ, און אזוי אויך ווייטער שטייט "אַתָּה תְדַבֵּר אֵת כָּל אֲשֶׁר אֲצַוֶּךָּ" אנדעם וואס השי"ת זאל אים געבן די מינדנסטע חיזוק אדער ערקלערונג וואס דא קומט פאָר און וויאזוי גייט זיך די זאַך ענדיגן, נאר עס איז געקומען ווי א 'חוק בלי טעם' אָן קיין שום הסבר, אז אפילו בדרך הטבע איז נישט מעגליך צו טראכטן אז פרעה וועט צולייגן אַן אויער צו זיינע רייד, דאָך זאל ער גיין און רעדן און טון דאס זייניגע... לאמיר זיך פארטיפן.

נאר איידער מיר זענען ממשיך, לאמיר זיך א מינוט אפשטעלן איבער די טענה פון משה רבינו ווען ער האט געזאגט צום אייבישטער לָמָה הֲרֵעֹתָה לָעָם הַזֶּה לָמָּה זֶּה שְׁלַחְתָּנִי. דער צדיק הרה"ק ר' העניך פון אלכסנדר האט געזאגט אויף דעם בדרך צחות: אמאל איז געווען א דארפ'ס איד וואס איז געווען א גרויסע עם הארץ, ער האט נישט געקענט קיין אידיש ווארט, און ווען ס'איז געקומען פסח ביינאכט, האט ער פארשטייט זיך נישט געוואוסט ווי אזוי מען מאכט א סדר, דעריבער האט ער געבעטן פון זיין פרוי "זיי אזוי גוט, גיי קוק ביים שכן אונטערן פענסטער ווי אזוי ער פראוועט א סדר, און דערנאך וועסטו מיר זאגן וואס דו האסט דארט געזען, און אזוי וועלן מיר נאָכמאכן, און מ'וועט פראווענען א סדר". די פרוי איז געווען אַן אשת חיל, האט זי געפאלגט, און זי גייט אהין צום שכן כדי צו כאפן א בליק אונטערן פענסטער.

נו, דער שכן זייענדיג דער זעלבער עם הארץ ווי יענעם, זאגט ער פונקט דעמאלטס פאר זיין ווייב "גיי צום שכן, זעה ווי אזוי ער פראוועט דעם סדר, און אזוי וועסטו מיר קומען זאגן און מיר וועלן וויסן ווי אזוי מען דארף זיך פירן", אבער דארט איז די רעביצין שוין נישט געווען אזא אשת חיל ווי די ערשטע פרוי, זי האט נישט געהאלטן ביים פאלגן, און זי זאגט פארן מאַן "אז דו ווייסט נישט ווי אזוי מען פירט א סדר, דאן זיי מוחל און גיי דו צום שכן", און אזוי ארום האבן זיך די מאן און ווייב אנגעפאנגן קריגן צווישן זיך, ביז ס'איז געקומען דערצו אז דער מאן האט געכאפט א שטעקן און אנגעפאנגן נאכלויפן דאס ווייב זיינע און ס'האט אנגעהויבן גיין מכות אין שטוב... די גאנצע צייט שטייט נעבעך די ערשטע פרוי אונטער די פענסטער, זי קען נישט מיטהאלטן די טענה'ריי וואס איז פארגעקומען צווישן מאן און ווייב, אבער דאס וואס זי האט צוגעזען מיט די אויגן איז געווען גענוג ביטער, און ס'איז איר שלעכט געווארן אויפן הארץ אויב דאס איז דער 'סדר' וואס מען דארף פירן.

קומט אהיים די ערשטע פרוי צו איר מאן, און ער פרעגט איר מיט א פרישקייט "נו, וואס האסטו געזען ביים שכן, ווי אזוי רעכט מען אפ דעם סדר?" אבער זי ציטערט איבערצוגעבן דעם סוד, זי וויל נישט דערציילן וואס זי האט נאר וואס מיטגעהאלטן ביים שכן, און דער מאן בעט שיינערהייט איין מאל און נאכאמאל, אבער זי שטייט און שווייגט. ענדליך האט אים שוין דאס געדולד געפלאצט, און ער נעמט א שטעקן און הייבט אָן צו סטראשענען זיין פרוי, זאגסטו מיר אויס ווי אזוי מ'מאכט א סדר איז גוט, און אז נישט... דא קען זיך די פרוי מער נישט איינהאלטן, און זי רופט זיך אָן "אה, אז דו ווייסט יא ווי אזוי מען מאכט א סדר, פארוואס האסטו מיר געדארפט הייסן גיין צום שכן"...

האט דער צדיק ר' העניך אויסגעפירט, משה רבינו האט חס ושלום נישט געהאט קיין שום שאלות אדער תרעומות אויפן בורא עולם ווען ער האט געפרעגט לָמָה הֲרֵעֹתָה, ער האט געוויסט מיט א קלארקייט אז אלעס פירט זיך מיט די גרעסטע מאָס השגחה פרטית און פונקטליכקייט, אויך איז געווען קלאר אז אלעס וואס השי"ת טוט איז לטובה און דערפון וועט גאר ארויסקומען די גאולה און די ישועה, זיין טענה איז נאר געווען "לָמָה זֶה שְׁלַחְתָּנִי - רבונו של עולם אויב דארף נאך ערגער ווערן פאר די אידישע קינדער, אויב גייט נאך קומען קלעפ, פארוואס דארף איך זיין פארמישט דערין, פארוואס האסטו מיר געדארפט שיקן".

טייערע ברידער ס'הערט זיך ווי א ווערטל, מיר דארפן וויסן אז אפילו א ווערטל פון צדיקים זענען הויעך און טיף, אבער לעניננו דארף מען זיך אפשטעלן און זיך אמת'דיג מתבונן זיין וואס
איז טאקע דער לימוד פון דער ענין אז הקב"ה שיקט שוין משה רבינו מיט ווערטער פון חיזוק צו כלל ישראל און אז ס'גייט שוין קומען די גאולה, און דערווייל ווערט נאך ערגער די מצב ביז צו די ישועה, וואס איז געווען די מטרה דערפון, און וואס איז משה רבינו'ס טייל אין די שליחות.

כדי ריכטיג צו פארשטיין און ארויסהאבן וואס דא איז פאָרגעקומען, דארפן מיר גוט פארשטיין די מציאות, זיך אריינלייגן אינעם מצב, און ריכטיג דערהערן די קושיא, וואס דאס וועט אונז פירן צום תירוץ און צו ארויסנעמען די ריכטיגע חיזוק און הדרכה פאר אונזער טאג טעגליכן לעבן.

אשר על כן לאמיר זיך טאקע פארטיפן און פראבירן זיך אריין צו לייגן אין די פלאץ פון כלל ישראל, די אידן זענען דעמאלטס געווען שווער אונטערדרוקט אונטער די מצריים, געליטן פונעם שרעקליכן רעזשים פון פרעה הרשע, וואס האט זיי געזוכט צו פייניגן מיט וואס מ'קען נאר, ווי מיר זאגן אין 'מעוז צור' פון חנוכה "רָעוֹת שָֹבְעָה נַפְשִׁי בְּיָגוֹן כֹּחִי כִּלָה חַיַּי מָרְרוּ בְּקוּשִׁי", פרעה האט געהאט זיינע וועגן צו דערביטערן די אידן און צו ענדיגן זייער כוח דורך זיינע פילע שלעכטע גזירות און רשעות, די אידן האבן געלעבט אין איין גרויסע שטיק פֵּיין און טרויער, די גאנצע גוף און נשמה וויינט און קרעכצט, דער מענטש איז ניטאמאל מסוגל צו טראכטן גראָד, ער קען זיך קוים כאפן דעם אטעם, מיר קענען עס נישט משיג זיין, אבער א שטיקל שייכות קען מען האבן דורך זעהן די בילדער און הערן די עדות פון נישט צו לאנג צוריק ווען אונזערע זיידעס זענען אריבער עפעס ענדליך דערצו אין די געטאס און טויט לאגערן ביים צווייטן וועלטס קריג רח"ל. זייענדיג אין אזא ביטערע מצב, אינגאנצן צוקלאפט און פארקלעמט אין די גרעסטע חושך פון וואו מ'זעהט נישט קיין וועג ארויס, קומט אונזער הייליגע רבי משה צו גיין, און פאנגט אָן אריין בלאזן עפעס א געפיל פון שטארקייט פון האפענונג, צוביסלעך גייט ארויס א קול צווישן די פארפייניגטע אידעלעך, די בשורה פארשפרייט זיך בליץ שנעל אז עפעס א איד משה איז דא אלץ א שליח ה' אונז איבער צו געבן אז אט גייט זיך אָנפאנגן די גרויסע ישועה ווען אלע וועלן זען און מיטהאלטן די יד הגדולה פונעם באשעפער... ס'איז שווער צו גלייבן, ס'זעט נישט אויס אזוי מעגליך במציאות, אבער ווי נישט כאפט זיך א איד צו צו די ווארעמע ווערטער פון האפענונג, עס הייבט אָן שפירן ווי קאלט וואסער אויף די צובראכענע און אפגעמוטשעטע הערצער, עס כאפט זיך אריין א שפאַלט פון טרייסט און א ברעקל פרישקייט אז אפשר איז יא פארהאן עפעס א וועג ארויס, אפשר דאך וועלן מיר זוכה זיין.

דערנאך קומט די גוטע נייעס אז משה גייט היינט אריין גיין צו פרעה און אים איבערגעבן דעם דבר ה', אין הארץ האפט זיך אז אפשר יעצט איז דער מינוט וואס דער רשע וועט זיך מכניע זיין, אפשר וועט ער כאפן עפעס א שרעק פון דעם גרויסן באשעפער פון די וועלט, מן הסתם וועט ער שוין עטוואס נאכלאזן פון די שרעקליכע גזירות, אבער ניין! ס'ווערט גאר ערגער, ס'קומען ארויס נייע גזירות, פרעה איז נאך האַרטער און ביטערער פון פריער. צוביסלעך פאָרן ארויס די שמועות צווישן די צובראכענע אידישע קינדער אין די ארבעט'ס לאגערן אז די מצב איז ווייט פון גוט, ס'ווערט גאר ערגער, נו, שטעלט זיך פאָר וואס פאר א שווערע בראָך האט אין יענע מינוטן ארויפגעטראסקעט אויף די אידישע הערצער, נאכן לייגן אלע האפענונג אויף משה, נאכן זיך לאזן רעדן אז די ישועה איז אויפן וועג, ווערן זיי געוואר אז דאס אויך נישט... זיי האלטן ביי א מצב פון ייאוש וואס איז אומבאשרייבליך, ס'איז נישטא דאס גלייכן אויף די וועלט, און לכאורה זענען זיי פארווייטאגט און צובראכן מיט רעכט, ווייל מיט די פשוטע אויגן איז גאר ערגער געווארן זייט משה רבינו איז פארמישט, ווי זיי האבן טאקע געהאט טענות צו משה פארוואס איז ער בכלל געקומען, וואס האט דאס אויסגעפעלט.

בשעת מיר לאזן די צובראכענע אידן אין מצרים שטיין און וויינען אויף זייער ביטערע גורל און זיי וואונדערן זיך אויב ס'איז נאך פארהאן עפעס א האפענונג? איז נאך דא עפעס א מעגליכקייט? איז נאך דא פון וואס צו רעדן אדער ארויסקוקן אויף?, לאמיר זיך נאר א מינוט מתבונן זיין, וויפיל מאל מאכט זיך ביי אונז דעם געפיל וואס דער אידעלע שפירט ביי זיך כאילו ס'איז שוין גארנישט פארהאן קיין וועג ארויס, ס'איז געענדיגט, ס'איז כָּלוּ כָּל הַקִיצִין, און איין טאג באמערקט ער עפעס א צעטל אין בית המדרש וואס ליינט זיך אז איינער האט געזאגט פערציג טעג נשמת און געהאלפן געווארן, נו, אה אפשר איך אויך, געבט ער זיך א כאפ צו צום געדאנק, און נעמט זיך זאגן נשמת, ער וויל לויבן השי"ת, ער וויל פועל'ן א ישועה, און אט שטייט ער ביים פערציגסטן טאג, און פלוצלינג ווערט אים גאר ערגער... ער ווערט געוואר אז דער מצב איז נאך מער ביטער ווי ער האט געמיינט ביז יעצט און די ישועה איז נאך ווייטער פון אייביג ח"ו, אדער צומאל נאך אזוי פיל תפילות און אזוי פיל השתדלות און פעולות אין רוחניות, ער האט זיך שוין שואל עצה געווען מיט גוטע אידן, גענומען ברכות און געפאלגט צדיקים, אבער גארנישט, ער שטייט און טאפט א וואנט, ס'טוט זיך גארנישט קיין שינוי לטובה, און מען פילט ביי זיך אז ס'איז דאך שוין גארנישט געבליבן וואס צוצולייגן, כ'האב דאך שוין אלעס געטון, איז יעצט שוין זיכער נישט דא א וועג ארויס, אט דא פאנגט זיך אָן א נייע וועלט, אט אין דעם מינוט ווען דער אידעלע געבט אינגאנצן אויף און פילט אז "דאס איז עס!" ס'איז עק וועלט, טאקע דארט, אין די מינוט וואס מיר זעהן שוין נישט קיין שום האפענונג, קומט דער בורא עולם און לייכט אונז אויף און לערנט אונז און פאר די וועלט אז ס'איז פארהאן א בורא עולם וואס באשאפט און העלפט יש מאין.

ווי ס'איז באקאנט די ווארט פון צדיקים, שִׁיר לַמַּעֲלוֹת אֶשָּׂא עֵינַי אֶל הֶהָרִים מֵאַיִן יָבֹא עֶזְרִי, עֶזְרִי מֵעִם ה' עֹשֵׂה שָׁמַיִם וָאָרֶץ, דווקא ווען דער איד הייבט אויף די אויגן און זאגט רבוש"ע 'מאין יבא עזרי' פון וואו וועט קומען מיין הילף? בדרך הטבע זעט נישט אויס ווי ס'איז דא א מציאות פון א ישועה? מיט די פשוטע אויגן זעה איך נישט א וועג ארויס, דווקא דעמאלטס אין דעם שווערן מינוט ווערט מקויים דעם עזרי מעם ה', ווייל זייער אסאך מאל ווילאנג מ'רעדט זיך איין אז מ'ווייסט און מ'פארשטייט, מ'האט אַן עצה און א פלאן פון וואו די ישועה וועט קומען, דעמאלטס קומט עס טאקע נאכנישט, דער איד דארף אויפגעבן פון זיין זייט, און וויסן אז 'ער' קען טאקע שוין נישט, אבער דא הייבט אָן די ישועת ה' די כוח פונעם בורא עולם דער עושה שמים וארץ וואס קען אלעס באווייזן אפילו חוץ לדרך הטבע.

אסאך מאל האבן מיר גוטע פלענער אפילו ברוחניות, מ'מאכט פארשידענע 'דיעלס' און געשעפטן כביכול מיט'ן רבוש"ע, איך וועל טוען אזוי און אזוי, און דעמאלטס וועט דער אייבישטער טון פאר מיר דאס און דאס, מ'טוט גוטע פעולות און מעשים טובים אלס א זכות פאר א געוויסע ישועה אדער הצלחה, און אמאל זענען מיר טאקע זוכה אז הקב"ה איז אונז מגלה אפענע נסים און דער אידעלע איז זוכה צו זעהן און שפירן דעם ישועה פארנט פון די אויגן, אבער צומאל איז ממש חושך ואפילה, און וויפיל דער מענטש טוט און טוט פון זיין זייט סיי ברוחניות און סיי בגשמיות רירט זיך ביי אים ליידער גארנישט, ס'ווערט נישט קיין טראפל בעסער און אפשר אפילו ערגער, דער מענטש ווערט אינגאנצן צובראכן, עס כאפט זיך אריין א הרגשה אין הארץ כ'האב דאך שוין אזוי פיל פראבירט און געטוען, כ'האב שוין געדאווענט ביי יעדן קבר, מקבל געווען אזוי פיל קבלת טובות, געטון אזוי סאך גוטע זאכן, און אזוי ווייטער... גענוי ווי די אידן האבן דעמאלטס געפילט ווען זיי האבן געהאט טענות צו משה רבינו פארן מאכן שווערער זייער מצב.

קומט די תורה הק' אין זאגט אונז, מיין קינד אין די מינוט וואס ס'זעט אויס טינקלער פון טינקל, אין די מינוט וואס אלעס איז ערגער געווארן, אט דארט זאגט דער בורא עולם קלאר 'עַתָּה' תִרְאֶה אֲשֶׁר אֶעֱשֶׂה לְפַרְעֹה כִּי בְיָד חֲזָקָה יְשַׁלְּחֵם וּבְיָד חֲזָקָה יְגָרֲשֵׁם מֵאַרְצוֹ יעצט וועסטו זעהן... 'יעצט' מיינט דווקא יעצט ווען כלל ישראל האט אינגאנצן אויפגעגעבן, דווקא ווען זיי שפירן פארלוירן און צובראכן אויף שברי שברים, זיי זעען שוין נישט קיין שום וועג ארויס, אט יעצט איז די צייט.

און דער הסבר דערפון איז גאנץ פשוט, בורא עולם וויל אונז לערנען אז נישט קיין חילוק ווי שווארץ און טינקל דער מצב זאל נאר אויסקוקן, איז בורא עולם אייביג מיט אונז, ס'איז פון איעדע מצב פארהאן א וועג ארויס, און כאטש על פי טבע זעט עס אויס ווי ס'איז נישט מעגליך אז ס'וועט נאך בעסער ווערן, דאך שטייט אונזער טאטע אין הימל מיט אויסגעשטרעקטע ארעמעס און העלפט זיינע קינדערלעך, עזרי מעם ה'. און ווי דער נביא זאגט "וְעֵת צָרָה הִיא לְיַעֲקֹב וּמִמֶּנָּה יִוָּשֵׁעַ", פון די גרעסטע עת צרה, 'מִמֶנָה' טאקע פון דארט ווערט מען געהאלפן
מיר ווייסן אלע די מעשה מיט נחום איש גם זו, ווי חכמינו ז"ל דערציילן אונז (תענית כ״א.) אמאל האבן די אידן געדארפט שיקן א מתנה צום קיסר, און מ'האט געזוכט א פאסיגע שליח ווער ס'זאל טראגן די מתנה צום קעניג, האט מען באשלאסן אז מען גייט מכבד זיין 'נחום איש גם זו' וועלכער איז געווען א צדיק און א געוואלדיגער בעל בטחון און ער פלעגט אויף יעדע זאך זאגן 'גם זו לטובה', און ער איז געווען געוואוינט אין ניסים וואס מ'פלעגט כסדר טוען מיט אים פון הימל. על כל פנים, נחום איש גם זו לאזט זיך ארויס אויפן וועג מיט'ן קעסטל פון די טייערע פערל און דיימאנט שטיינער וואס די אידן האבן מיטגעשיקט מיט אים, און איין נאכט נעכטיגט ער אין א אכסניא פון גויים, די חברה לייגן אַן אויג אויף זיין קאסטן, און ביינאכט ווען ער האט נישט געזען, האבן זיי אים בא'גנב'עט און אויסגעליידיגט דעם קעסטל פון אלע טייערע און ווערדפולע שטיינער, און כדי ער זאל נישט פילן אז די קעסטל איז ליידיג, האבן זיי עס אנגעפילט מיט פשוטע זאַמד פון זייער הויף.

ווען נחום איש גם זו איז אנגעקומען צום קעניג און איבערגעגעבן די מתנה פון די אידן, ביים עפענען האט מען תיכף געזען אז דאס איז נישט מער ווי זאמד מיט שטיינער, און דער קעניג איז געווארן גאר שטארק אויפגערעגט שרייענדיג אז די אידן מאכן חוזק פון אים און שיקן אים א קעסטל מיט זאמד, און ער האט תיכף געוואלט אויסהארגענען אלע אידן, אבער נחום פארלירט זיך נישט, נאר ער זאגט תיכף "גם זו לטובה". איז געקומען צו גיין אליהו הנביא פארשטעלט ווי איינס פון די שָׂרֵי המלך, און ער זאגט פארן קעניג אז אפשר איז דאס גארנישט קיין פשוט'ע זאמד, נאר ס'איז די סארט זאמד וואס זייער זיידע אברהם האט גענוצט ביי זיין מלחמה מיט די קעניגן, וואס דארט האט פאסירט א נס און ווען ער האט געווארפן זאמד איז עס געווארן פארוואנדלט אין שווערדן, און פשוט'ע שטרוי איז געווארן פיילן, וואס האבן אויסגעהארגעט זיינע פיינט. האט דער קיסר באשלאסן צו פרואוון די זאמד וואס די אידן האבן געשיקט, און היות ער האט געהאלטן אינמיטן א לאנג פארצויגענע מלחמה מיט עפעס א לאנד וואס ער האט נישט געקענט אייננעמען, האט ער געשיקט פון די זאמד אז מ'זאל זיך באנוצן דערמיט קעגן די שונאים, און וואונדער איבער וואונדער, דער נס האט פאסירט, און מיט די הילף פון די זאמד וואס נחום איש גם זו האט געברענגט האט מען געווינען די מלחמה און איינגענומען יענע לאנד. פארשטייט זיך אז דער קעניג האט זיער געשעצט די אומשאצבארע מתנה און ער האט עס געהייסן גוט באהאלטן אין זיינע שאַץ קאמערן, און אנשטאט דעם האט ער געלאזט אנפילן דעם קעסטל מיט טייערע דיימאנטן און פערל און דאס צוריק געשיקט פאר די אידן, און ער האט באגלייט נחום איש גם זו מיט גרויס כבוד.

ווען נחום איש גם זו איז צוריק געקומען אין יענע זעלבע אכסניא, און די גויים האבן געהערט זיין וואונדערליכע געשיכטע, האבן זיי פארשטאנען דערפון אז ווארשיינליך איז זייער הויז געבויט אויף אט די טייערע סארט זאמד, ווייל ס'איז דאך פון דא געקומען, און דעריבער האבן זיי שנעל צעווארפן זייער גאנצע הויז און געברענגט אסאך פון די זאמד פארן קעניג, און געזאגט אז דאס איז נאך פון די גוטע סחורה וואס נחום איש גם זו האט געברענגט, אבער ווען מ'האט אויספראבירט זייער זאמד האט עס פארשטייט זיך נישט געארבעט, און דער קעניג האט באפוילן זיי צו הארגענען פארן ברענגן פשוט'ע זאמד פארן מלך.

ווען מיר לערנען דעם מעשה פרעגט זיך עטליכע דיוקים: א. וואס עפעס איז אזוי געוואלדיג פון נחום איש גם זו אז ער איז דער וואס ווערט פאררופן עד סוף כל הדורות דער איד פון גם זו לטובה? ב. און בכלל, אז דער אייבישטער האט געמאכט א נס, וואלט דאָך לכאורה געווען פיל גרינגער צו מאכן א נס אז די קעסטל זאל ווערן צוריק אנגעפילט מיט דיימאנטן נאך איידער מ'ברענגט עס צום קיסר, און קיינער זאל בכלל נישט וויסן אז די גויים האבן עס פארטוישט (ווי באקאנט פון חז"ל אז השי"ת זוכט אלעמאל צו מאכן וואס קלענערע און וואס ווייניגער נסים) און פארוואס האט מען געלאזט פון הימל אז ס'זאל בלייבן זאמד, נאר ס'זאל געשען אזא אויסטערלישע נס חוץ לדרך הטבע און ס'זאל ווערן שווערדן און שפיזן?

ערקלערט אונז דער אָזשעראווער רבי - כ"ק אדמו"ר רבי משה יחיאל הלוי עפשטיין זי"ע (יארצייט א' שבט) א דבר נפלא, צומאל איז פארהאן א איד וואס איז זיך מחזק מיט בטחון און זאגט אין א שווערע מינוט, ס'וועט זיין גוט, ס'וועט ווערן בעסער, עס וועלן קומען גוטע זמנים אין די צוקונפט, יהיה טוב, וכדומה, דאס איז זייער חשוב צו גלייבן אז ס'וועט זיין גוט, אבער נחום איש גם זו האט געהאט א ספעציעלע כוח פון בטחון און ער האט שטענדיג געזאגט גם 'זו' לטובה, דאס אליין איז גוט, יא אין די גרעסטע חושך און אין די שווערסטע מצבים האט ער געגלייבט און געוואוסט מיט אַן אמת אז "גם זו לטובה" אויך 'די יעצטיגע' מצב און די שוועריגקייטן וואס איך גיי אדורך איז אויך פאר מיין טובה, השי"ת וועט פון דעם 'אליין' באשאפן די ישועה, און אזוי ווי ער האט טאקע געזאגט שטייענדיג דארט ביים אפענעם קעסטל פיל מיט זאמד פארן קיסר, גם זו לטובה, ער האט זיך נישט פארלוירן, נאר אזוי ווי אייביג האט ער געגלייבט אז אויך דאס איז גוט. דעריבער האט ער זוכה געווען אז טאקע די זאמד אליין איז געווארן זיין ישועה, ס'האט זיך נישט געטוישט אויף אנדערע זאכן, נאר די 'שלעכטס' אליין איז נתהפך געווארן לטובה און געברענגט די ישועה, וואס איז אגב געווען נאך פיל בעסער ווי דיימאנטן, ווייל דיימאנטן האט דער קעניג גענוג, אבער אזא גוטע געווער קעגן זיינע פיינט דאס האט ער אסאך מער מחשיב געווען.

דערמיט קומען מיר צוריק צו אונזער פרשה, ווי שוין פריער דערמאנט האט משה רבינו נישט געהאט קיין טענות אדער געמיינט צו פרעגן קושיות אויף די הנהגה פון השי"ת ח"ו ווען ער האט געזאגט לָמָה הֲרֵעֹתָה, ער האט נאר געוואלט וויסן פארוואס האט ער געדארפט זיין א חלק פון די צער און עגמת נפש וואס כלל ישראל גייט דא אדורך, פארוואס האט אים השי"ת געשיקט ווען ער האט געהאט אין פלאן צו ברענגן נאך שוועריקייטן און נאך צרות אויף כלל ישראל איידער די ישועה גייט קומען.

אבער השי"ת זאגט אים, משה דאס בין איך, אני ה' דער שם י-ה-ו-ה וואס איז דער שם הרחמים, איך בין דא צו העלפן כלל ישראל אין יעדן מצב און איך וועל זיי ברענגן די גאנצע ישועה און דעם סוף צו אלע זייערע צרות און פֵּיין, אבער דער אופן פון די ישועה זענען פיל מאל פארהוילן און די וועגן פון הקב"ה קען מען נישט פארשטיין ווי אזוי און פארוואס ס'דארף אזוי זיין, ווי דער פסוק זאגט אין פרשת שמות "זֶה שְּׁמִי לְעֹלָם" און חז"ל דַרש'ענען לעלם איז א לשון פון 'העלם' באהאלטן און פארהוילנקייט, ווייל דעם אייבישטער'ס דרכים קען מען טאקע נישט פארשטיין און עס האט נישט צו טון מיט וואס דער מענטשליכע אויג זעט, אדרבה אמאל זעט עס אויס ממש פונקט פארקערט, זאכן ווערן טינקעלער און שווערער, און דער וְעֵת צָרָה הִיא לְיַעֲקֹב ווערט נאך אסאך גרעסער און ערגער ווי פריער, אבער אלעס איז כדי די ישועה זאל קענען אנקומען ווי עס דארף צו זיין, אלעס איז א חלק פון די וּמִמֶנָה יִוָּשֵׁעַ...

און אויף דעם איז מרמז דער ענין פון וּשְׁמִי ה' לֹא נוֹדַעְתִּי לָהֶם אז דער אייבישטער האט זיך נישט באוויזן צו די אבות מיט'ן שמי ה', אודאי האט זיך השי"ת אנטפלעקט צו זיי, און ס'קען אויך זיין אז זיי האבן געקענט דעם שם ה' אזוי ווי די ראשונים זאגן, אבער אט די געוואלדיגע הנהגה פון ושמי י-ה-ו-ה, צו קענען זען און מיטהאלטן ווי אזוי עס אנטוויקלט זיך די פארהוילענע ישועה פון כלל ישראל, ווי אזוי עס ארבעט די מידת הרחמים פון השי"ת, דאס האבן די אבות הקדושים נישט צוגעזען. דער אייבישטער האט זיך באוויזן צו זיי, און זיי האבן געהאט א ריינע אמונה און קיינמאל נישט מהרר געווען אויף השי"ת און זיינע וועגן, אבער צו זען אזא מצב פון חשכות, אזא שרעקליכע ירידה און צרה וואס האט ממש נישט קיין וועג ארויס, אז כלל ישראל וועט דארפן אדורכגיין אזא מצב אלס א חלק פון זייער ישועה, דאס איז א זאך וואס דער רבוש"ע האט נאכנישט געוויזן פאר קיינעם ביז אהין, און דא גייט די ערשטע מאל פאָרקומען אזא התגלות, אזא קלארקייט פארנט פון די אויגן פון משה רבינו. אונזער הייליגע רבי דער געטרייע פאסטוך און מנהיג פון כלל ישראל איז אויסגעוועלט געווארן צו זיין דער שליח נאמן און גיין מבשר זיין די ישועה פאר כלל ישראל, און אז ס'גייט נישט ווי אזוי דו האסט זיך פארגעשטעלט, אז ס'איז נאר געווארן ערגער אנשטאט בעסער, זאלסטו וויסן אז אלעס איז טייל פון דיין שליחות, דאס איז אלעס אַן אדורכגאנג צו די ישועה און א חלק דערפון. דער איביישטער האט אים דערמיט געוואלט לערנען די הנהגה פון שמי י-ה-ו-ה, דאס איז די גרעסטע מידת הרחמים כאטש מ'זעט עס נישט מיט די אויגן, כאטש ס'זעט אויס פינסטער זאלסטו זיך אלעמאל האלטן שטארק און מחזק זיין כלל ישראל צו וויסן אז השי"ת האט זיי זיכער נישט פארלאזט, און אויב עפעס איז עס א מצב פון גם 'זו' לטובה, אויך דאס האט געמוזט געשען כדי די ישועה זאל זיין בשלימות.

און דעריבער קען זיין אז פארדעם געפונען מיר טאקע נישט קיין שום תשובה פון השי"ת צו משה רבינו, סיי אויף זיין טענה פון לָמָה הֲרֵעֹתָה לָעָם הַזֶּה לָמָּה זֶּה שְׁלַחְתָּנִי, און סיי אין אונזער פרשה ווען ער מאכט דעם קל וחומר פון הֵן בְּנֵי יִשְׂרָאֵל לֹא שָׁמְעוּ אֵלַי וְאֵיךְ יִשְׁמָעֵנִי פַרְעֹה?, ענטפערט אים נישט דער אייבישטער אויף די טענות, נאר ער הייסט אים באלד גיין צו פרעה און רעדן וועגן אויסלייזן די אידן, ווייל דאס אליינס איז די תשובה, וואס שווערער דער מצב ווערט, אלס מער ווערט דאס די פאסיגע געלעגנהייט צו ברענגן די ישועה פון כלל ישראל, אויב ס'איז חלילה שלעכט פאר כלל ישראל און ס'זעהט אויס ווי ס'איז אפילו נישט דא קיין מעגליכקייט אז פרעה זאל זיך בכלל צוהערן, אדרבה, דאס מיינט אז טאקע יעצט איז די צייט, "אַתָּה תְדַבֵּר אֵת כָּל אֲשֶׁר אֲצַוֶּךָּ" גיי שוין צו פרעה און הייב אָן צו רעדן וועגן די גאולה.

און אפשר קען מען זאגן בדרך רמז, אז ווען משה רבינו האט געזאגט זיין קל וחומר פון הֵן בְּנֵי יִשְׂרָאֵל לֹא שָׁמְעוּ אֵלַי וְאֵיךְ יִשְׁמָעֵנִי פַרְעֹה, האט ער גארנישט געמיינט קיין טענה אדער קטרוג ח"ו, אדרבה, ער האט דאס געזאגט בלשון תפילה, ער האט געוואלט מלמד זכות זיין אויף כלל ישראל און צואיילן די גאולה, און דעריבער זאגט ער, רבונו של עולם ס'איז שוין כָּלוּ כָּל הַקִיצִין, קיינער הערט שוין נישט, די אידן זענען שוין אזוי צובראכן אז מ'האלט שוין ביים שפיץ, עס איז שוין געקומען די צייט פון וְעֵת צָרָה הִיא לְיַעֲקֹב וּמִמֶּנָּה יִוָּשֵׁעַ, מ'האלט שוין ביי די נידריגסטע שטאפל וואו ס'קען שוין נישט ווערן ערגער פון דעם, און ממילא דארף מען שוין אויסלייזן כלל ישראל.

און דאס דארפן מיר מיטנעמען אין אונזער טאג טעגליכע לעבן, אט די התגלות וואס השי"ת האט באוויזן פאר משה רבינו דעם רועה נאמן אז ער זאל דאס האלטן שטענדיג פאר זיינע אויגן אז די חשכות און צרה זענען שוין א חלק פון די ישועה און פון די מידת הרחמים. מיר ווייסן וואס חז"ל זאגן אז "אתפשטותא דמשה בכל דרא ודרא" די כוח און פארפשרייטונג פון משה רבינו איז אין יעדן דור און אין יעדע איינציגסטע איד ווי עס שטייט אין ספרים הקדושים, און מיר אלע מוזן ממשיך זיין אט די התגלות וואס משה רבינו האט באקומען פון השי"ת אין מצרים, צו גלייבן און אנערקענען אין דעם שם י-ה-ו-ה וואס פארלאזט אונז קיינמאל נישט און ברענגט אונז די ישועה אין די שווערסטע מצבים, און דווקא דעמאלטס ווען מיר האבן שוין אלעס פראבירט און ס'זעט אויס ווי ס'גייט נישט, ווען ס'איז אֶשָּׂא עֵינַי אֶל הֶהָרִים מֵאַיִן יָבֹא עֶזְרִי, דעמאלטס וועט פלוצלינג אויפשיינען און לייכטן דעם עֶזְרִי מֵעִם ה' עֹשֵׂה שָׁמַיִם וָאָרֶץ.

לסיכום געדענק:
• אפילו ווען ס'איז טינקל פאר די אויגן גלייב דארפן מיר גלייבן און וויסן אז דאס איז א חלק פון די ישועה.
• גם 'זו' לטובה, די צרה און די חשכות אליינס דאס איז לטובה, ממש פון דעם אליין וועט נאך ארויסקומען די ישועה, 'וּמִמֶנָה' יִוָּשֵׁעַ.
• ווען א איד געבט אינגאנצן אויף, און ער ווייסט אז ער האט שוין אלעס געטון און מער קען ער נישט, דעמאלטס קומט הקב"ה צו הילף, און טוט ווייזן אז די ישועה איז פונעם אייבישטער דער כל יכול.

א לעכטיגע שבת קודש!

זיך איינצושרייבן צו באקומען די "מיט א טיפערן בליק"
דורך אי-מעיל בעז"ה tiferenblik@gmail.com

דער אשכול פארמאגט 1 תגובה

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר