למען תספר - דער מעשה וואס מיר דערציילן

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
א שעפעלע
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 368
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 17, 2014 9:19 am
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 161 מאל

למען תספר - דער מעשה וואס מיר דערציילן

שליחה דורך א שעפעלע »

בס"ד

א גוטן טייערע חבירים וידידים..!

וַיֹּאמֶר ה' אֶל משֶׁה בֹּא אֶל פַּרְעֹה כִּי אֲנִי הִכְבַּדְתִּי אֶת לִבּוֹ וכו' וּלְמַעַן תְּסַפֵּר בְּאָזְנֵי בִנְךָ וּבֶן בִּנְךָ אֵת אֲשֶׁר הִתְעַלַלְתִּי בְּמִצְרַיִם וְאֶת אֹתֹתַי אֲשֶׁר שַׂמְתִּי בָם וִידַעְתֶּם כִּי אֲנִי ה' - השי"ת זאָגט פאר משה רבינו: קום צו פרעה ווייל איך האב שווער געמאכט זיין הארץ וכו' כדי דו זאלסט דערציילן אין די אויערן פון דיין קינד און קינד'ס קינד, אלעס וואס איך האב באוויזן אין מצרים און די וואונדער וואס איך האב מיט זיי געטון - און איר זאלט וויסן אז איך בין השי"ת. ווי נאר מען פאַנגט אָן לערנען די פרשה באמערקט זיך גאר קלאר אז פרשת בא און די אלע וואונדערליכע נסים דרייט זיך ארום אונזערע הייליגע קינדערלעך, שוין באלד אין אָנהייב פרשה זאגט אונז השי"ת אז די תכלית פון די מכות מיט וואס די מצריים ווערן געשלאגן איז כדי מיר זאָלן דערציילן פאר אונזערע קינדער און אייניקלעך און די קומענדיגע דורות די אלע גרויסע וואונדער וואס הקב"ה האט געוויזן. וואס אגב, איז דאס לכאורה פון די איינציגסטע פלעצער וואס מען טרעפט בכלל דעם ענין פון 'דערציילן' א סיפור, ווי די תורה הק' דרוקט זיך אויס דא מיט'ן לשון פון למען 'תספר' אז מען זאל דערציילן די מעשה פאר די קינדער.

אזוי אויך זעט מען ווייטער במשך די גאנצע פרשה, איבעראל טרעפט מען אז די קינדער שפילן א הויפט ראלע דערין. ווען פרעה זאגט פאר משה: (שמות י ח) לְכוּ עִבְדוּ אֶת ה' אֱלֹקֵיכֶם מִי וָמִי הַהֹלְכִים - ווער גייט ארויסגיין דינען דעם באשעפער, זעען מיר אין פסוק: וַיֹּאמֶר משֶׁה בִּנְעָרֵינוּ וּבִזְקֵנֵינוּ נֵלֵךְ בְּבָנֵינוּ וּבִבְנוֹתֵנוּ בְּצֹאנֵנוּ וּבִבְקָרֵנוּ נֵלֵךְ כִּי חַג ה' לָנוּ. וַיֹּאמֶר אֲלֵהֶם יְהִי כֵן ה' עִמָּכֶם כַּאֲשֶׁר אֲשַׁלַּח אֶתְכֶם וְאֶת טַפְּכֶם… לֹא כֵן לְכוּ נָא הַגְּבָרִים וְעִבְדוּ אֶת ה' כִּי אֹתָהּ אַתֶּם מְבַקְשִׁים וַיְגָרֶשׁ אֹתָם מֵאֵת פְּנֵי פַרְעֹה - משה רבינו פארלאנגט דווקא דעם בִּנְעָרֵינוּ וּבִזְקֵנֵינוּ, עס איז אים וויכטיג מיט צו נעמען די קינדער ארויס פון מצרים, אבער פרעה שטעלט זיך קעגן, וואס דארפט איר די קינדער? זאלן נאר די מענער גיין און שעכטן קרבנות פאר'ן באשעפער.

שפעטער אין די פרשה טרעפט מען דער ענין פון קרבן פסח, וואס די גאנצע מצוה איז א 'שטוב מצוה', ווי דער פסוק זאגט: וְיִקְחוּ לָהֶם אִישׁ שֶׂה לְבֵית אָבֹת שֶׂה לַבָּיִת – יעדער מענטש זאל זיך נעמען איין שעפעלע פאר יעדן שטוב, און ווי די תורה הק' זאגט שפעטער מִשְׁכוּ וּקְחוּ לָכֶם צֹאן לְמִשְׁפְּחֹתֵיכֶם וְשַׁחֲטוּ הַפָּסַח, דאס מיינט אז די עלטערן מיט די קינדער, די גאנצע משפחה צוזאמען, אלע ווערן איינגעשפאנט מקיים צו זיין די מצוה אינאיינעם. און ווי דער הייליגער רמב"ם אין הלכות קרבן פסח פסק'נט: וכן קטן שהגדיל בין שני פסחים חייבין לעשות פסח שני ואם שחטו עליו בראשון פטור - אויב א קינד האט בר מצוה געהאט און איז געווארן א גדול צווישן פסח ראשון און פסח שני, דארף ער מאכן א קרבן פסח שני וויבאלד ער האט נאכנישט מקיים געווען די מצוה אלס קטן, אויסער אויב מען האט אים שוין געציילט ביים ערשטן פסח און ער האט דעמאלטס געגעסן א כזית האט ער שוין דערמיט יוצא געווען און ער דארף נישט מאכן א פסח שני. און דאס איז באמת אַן ענין וואס מען טרעפט נישט ביי קיין שום אנדערע מצוה אז מען זאל האבן יוצא געווען עפעס אלס קטן, נאר ווי צדיקים האבן מבאר געווען, אז אויך דא געפונען מיר אט דעם יסוד אז די מצוות פון פסח און יציאת מצרים אלעס דרייט זיך ארום דעם ענין פון אונזערע קינדער און זיי זענען א טייל דערפון, און דעריבער קען אפילו א קטן אויך מקיים זיין די מצוה און יוצא זיין דערמיט.

און אזוי פירט טאקע די פסוק אויס (שמות יב כו): וְהָיָה כִּי יֹאמְרוּ אֲלֵיכֶם בְּנֵיכֶם מָה הָעֲבֹדָה הַזֹּאת לָכֶם: וַאֲמַרְתֶּם זֶבַח פֶּסַח הוּא לַה' אֲשֶׁר פָּסַח עַל בָּתֵּי בְנֵי יִשְׂרָאֵל בְּמִצְרַיִם בְּנָגְפּוֹ אֶת מִצְרַיִם וְאֶת בָּתֵּינוּ הִצִיל וַיִקֹד הָעָם וַיִשְׁתַּחֲווּ – ווען די קינדער וועלן פרעגן וואס איז די עבודה? זאל מען זאגן אז דאס איז א קרבן פסח פאר'ן באשעפער, וועלכער האט איבערגעהיפט די אידישע הייזער. און אזוי אויך ביים סוף פרשה, ביי יציאת מצרים, זאגט דער באשעפער אז מיר זאלן אָנהאַלטן די אלע מצוות פון עסן מצה און פדיון הבן, ווייל - וְהָיָה כִּי יִשְׁאָלְךָ בִנְךָ מָחָר לֵאמֹר מַה זֹּאת וְאָמַרְתָּ אֵלָיו בְּחֹזֶק יָד הוֹצִיאָנוּ ה' מִמִּצְרַיִם מִבֵּית עֲבָדִים - אז דיין קינד וועט דיך פרעגן וואס איז דאס, זאלסטו ענטפערן אז דער באשעפער האט אונז ארויסגעצויגן פון קנעכטשאפט. און אזוי טרעפט מען אין אונזער פרשה פיל נאך. עס איז דעריבער כדאי אז מיר זאלן זיך ריכטיג מתבונן זיין אין דעם ענין פון אונזערע 'קינדערלעך' און בעזר ה' ארויסנעמען די ריכטיגע חיזוק און הדרכה פארן טאג טעגליכע לעבן.

לאמיר אויפמאכן אונזער שמועס מיט א מעשה וואס מיר האבן געהערט פון א איד וואס ער האט דאס פרעזענדליך געהערט פון א טייערע איד ר' דוד א ערליכער בעל תשובה וואס וואוינט היינטיגע טעג אין הר נוף ארץ ישראל, ווען ער האט אים געפרעגט וואס האט אייך געברענגט צו תורה ומצוות?

ר' דוד דערציילט: געווען בין איך א קינד וואס איז געבוירן צו א משפחה וואס איז געבענטשט געווארן מיט א געוואלדיגע עשירות, אלס קינד האבן מיר געוואוינט אין סאן-פראנסיסקו קאליפארניע אין א הויז וואס איך קען אייך נישט באשרייבן, א אמתע קעניגליכע פאלאץ, צענדליגע צימערן און פילע באדינער, בקיצור, וואס איר קענט נאר טראכטן האט זיך דארט געגאסן, מיר האבן געהאט פון אלע ערליי תענוגי עולם הזה.

אין מיינע אינגע יארן האט נישט עקזעסטירט אזא סארט מציאות ווי איך זאל עפעס דארפן און מיינע עלטערן זאלן דאס נישט צושטעלן, וואס איך האב נאר געבעטן אויב האט מען דאס געקענט קויפן האב איך עס תיכף באקומען. ווען איך בין עלטער געווארן האב איך געבעטן מיינע עלטערן אז איך וויל פאָרן שטודירן איבער די וועלט, וכך הוה, איך בין געווען אין עטליכע יוניווערסיטעטן לענגאויס די וועלט און אלעס האט אויסגעזעהן פיין און וואויל...

מיין טאטע מאמע האבן זיך ליידער נישט געפירט ערליך און ווי עס דארף צו זיין, אבער זייענדיג א קליין אינגל האט מיין טאטע געלערנט אין א מאדערנע סקול/ישיבה
און פון דארט איז אין אים פארבליבן עפעס א שטיקל געפיל צו אידישקייט כאטש אז אין אונזער טעגליכע לעבן האט מען גארנישט דערקענט דערפון.

ויהי היום, האט זיך מיין טאטע עפעס באקאנט געמאכט מיט א געוויסע איד וואס האט שייכות מיט פילע צדקה ארגענעזאציעס אין ארץ ישראל, און ערגעץ ווי האט מען אים אריינגעשלעפט צו זיין א חלק פון א נייע גרויסע פראיעקט וואס וועט געבויעט ווערן אלץ א קירוב צענטער אין ירושלים, נו געוואלדיג, מיין טאטע איז געווארן ווארעם דערצו כאטש מיר קינדער האבן נישט געהאט דעם מינדנסטע השגה וואס דאס מיינט און וואס דאס איז.

עטליכע יאר זענען אריבער און מיין מאמע דערציילט מיר אז דער בנין איז פערטיג און מען גייט פאָרן קיין ירושלים צום גרויסן "גרענד עפענונג אווענט". ביי מיר איז פארן פון איין עק וועלט צום אנדערן געווען א שאקל מיטן קאפ, כ'האב געזאגט פיין איך בין מסכים, און מ'גייט פארן.

צוויי וואכן שפעטער זענען מיר אין ירושלים עיר הקודש און די מסיבה איז געווען עפעס אויסטערליש שיין, צום ערשטן מאל אין מיין לעבן האב איך זיך באגעגנט מיט רבנים און תורה'דיגע אידן ס'האט געהאט אויף מיר עפעס א אינטערעסאנטע רושם, אבער נישט עפעס וואס זאל מיר איבערנעמען.

ווען דער מעמד האט זיך געענדיגט איז געווען דארט א פשוטע ירושלימ'ע איד און ער פרעגט אונז צו מיר וואלטן געוואלט אביסל ארום גיין באזוכן ירושלים? מיינע עלטערן זענען נישט געווען אין די גיסטע זיי האבן געוואלט צוריק גיין אין האטעל, אבער מיין טאטע האט מיר געזאגט אויב ווילסטו גיין אביסל זעהן, גיי געזונטערהייט. און איך בין געגאנען...

מיר פארן פון איין געגנט צום צווייטן, פון איין הייליג פלאץ צום צווייטן, ס'איז עפעס געוואלדיג און פלוצלינג קומט דער קאַר אָן צו עפעס א געגנט וואס די גאנצע גאס איז שמאָל, ס'איז כמעט נישט פארהאן קיין סייד-וואק, און איך קוק מיט וואונדער וואס איז דא, א מאַרק? זאגט מיר דער דרייווער אט דער געגענט הייסט מאה שערים און ער דערציילט מיר אביסל די היסטאריע דערפון, דערנאך שטעלט ער זיך אפ און פרעגט מיר צו איך וואלט געוואלט כאפן א שפאציר אין די געסלעך, פארוואס נישט?!

מיר גייען פון איין געסל צום צווייטן און פלוצלינג טרעפן מיר זיך אין די אונגארישע הייזער, און פלוצלינג זעה איך א בילד וואס איך האב נאך אין מיין לעבן נישט געזעהן, קליינע פיצקעלע דירה'לעך די גאנצע 'דירה' איז בערך אזוי גרויס ווי האלב פון מיין שלאף צימער אינדערהיים, אבער וואס האט מיר גאר שטארק איבער גענומען איז דער אומבאשרייבליכע שמחת החיים, וואס האט געהערשט דארט צווישן די ארימע ווענט און די ארימע געסלעך, איעדע קינד שמייכלט, איעדע קינד האט עפעס א חן אויפן פנים וואס איך קען נישט פארגעסן, אויף די (מרפסת) פאָרטשעס הענגן וועש, וואס פון איין זייט זעט עס אויס נעבעכדיג, אבער צו דער זעלבע צייט איז עפעס אלעס אזוי בא'חֵנ'ט, איך קען עס נישט מסביר זיין. און אזוי שפאצירן מיר ארום ווען מיר קומען צו דער בנין פון די ישיבה קטנה פון כולל שומרי החומות און דער דרייווער מיינע פירט מיר אריין, דארט האב איך פשוט פארפאסט אַן אטעם, און פארגעסט נישט, איך האב שוין פאר פילע יארן שטודירט אין גאר אסאך אנדערע פלעצער איבער די וועלט, אבער אזא בילד האב איך נאך מיט מיינע אויגן נישט געזעהן, עפעס א אויסטערלישע סצענע, דער עולם שרייט איינער אויפן אנדערן, די טענות פליען אין די לופטן מיט העפטיגע הענט-באוועגונגען, עס הערשט עפעס א קאָך און א ברען, ווען בשעת מעשה שפירט זיך א געוואלדיגע שמחה און פרייליכקייט אין די לופט, עפעס וואס כ'האב נישט געקענט מסביר זיין, דערנאך שטעלט מען זיך דאווענען מנחה און איך זעה ווי קליינע בחור'לעך שאקלען זיך מיט הארץ, "זיי רעדן צו דער באשעפער פון די וועלט". די איידלקייט, די הארץ און געפיל, די שמחת החיים איז געווען טאפעדיג אין די לופט.

דערנאך בין איך ארויסגעקומען צוריק אין די חצר אין געזעהן ווי די קינדער פון תלמוד תורה גייען אהיים מיט עפעס א געפיל פון צופרינדקייט, העכערקייט, זיסקייט און חן, א זאך וואס איך האב נאך אין מיין לעבן נישט געזעהן, ס'איז מיר גאר קלאר געווארן אז עפעס פעלט מיר, יא אמת אז כ'האב אלעס אויף די וועלט, אבער אין די זעלבע צייט פעלד מיר עפעס טיפער, עפעס וואס געלט קען נישט קויפן, עפעס אן 'אינגרידיענט' וואס מ'קען נישט ערקלערן מיט ווערטער, אבער אויב איז מען טוֹעֵם דערפון קען מען זיך נישט אוועקרייסן.

דערנאך זענען מיר געפארן צו קבר רחל, און דארט האט פאסירט דער מכה בפטיש! איך האב באמערקט ווי עס שטייט נעבן מיר א קליין אינגל וואס גיסט זיך אויס דאס הארץ צו בורא עולם, כ'האב נישט געקענט אראפ נעמען די אויגן פון אים, האב איך געבעטן דעם דרייווער אז ער זאל אויסטוישן מיט אים א שמועס און מיר איבער זאגן וואס דער יונגל זאגט: און דער קינד האט דערציילט "איך בין א קינד וואס האט פארלוירן מיין מאמע אין א טעראר אטאקע רח"ל, אבער איך בין נישט צובראכן, ווייל איך קום דא דאווענען ביים זעלבן פלאץ וואו מיין מאמע פלעגט צו קומען, און דאס איז דא ביי די מאמע פון אונז ביידע - אונזער הייליגע מאמע רחל"... זיינע ריינע און תמימות'דיגע ווערטער האבן מיך צוריסן אויף שטיקער און געלעכערט מיין הארץ ווי א באמבע, ווייל ס'איז מיר פלוצלינג קלאר געווארן די זאך, איך האב אנגעהויבן צו אנערקענען אז איך האב טאקע אלעס אין די וועלט, וואס עס גלוסט מיר נאר האב איך אין מיין באזיץ, אבער אין אמת'ן שפיר איך אינגאנצן ליידיג, גארנישט אין מיין לעבן האט א געפיל אדער עפעס א טיפערע אפטייטש, און דא שטייט א קינד פון צען יאר אלט, אבער ער האט אסאך מער פון מיר, ער האט א טאטע אין הימל, ער האט א תכלית און ציל, ער ווייסט וואס ער וויל פון לעבן, ער איז גענוג נאנט צו זיינע געפילן אז א הייסע תפילה ברענגט אים טרערן, ער שפירט א געטליכקייט און א קרבת אלוקים, און נישט נאר דאס, נאר ער איז א טייל פון א גרעסערן בילד, ער באלאנגט ערגעץ, ער גייט צו די פלאץ וואו זיין מאמע פלעגט גיין, ער איז ממשיך וואס זי האט אנגעהויבן, ער דאווענט די זעלבע פלאץ וואו זיין מאמע האט געדאווענט, ווארשיינליך ציעט ער ווייטער עפעס א אור וואס זיין מאמע האט אויפגעשטעלט, ואני אנה אני בא... ווער בין איך בכלל און וואס בין איך, איך גיי נישט אין קיינעמ'ס פיסטריט, קיינער קימערט מיך נישט און איך קימער זיך נישט אין קיינעם. די שטורמישע הרגשים האבן מיר נישט אפגעלאזט, נאר זיי האבן למעשה געטוישט מיין לעבן אויף אייביג, איך בין שוין קיינמאל נישט געווען די זעלבע ווי פריער. איך בין צוריק אהיים געקומען און אנגעפאנגן זוכן עפעס מער און טיפער, עפעס מער דערהויבן און לעכטיג, איך האב זיך פשוט נישט געקענט ארויסזעהן פון דעם בילד ווי דער קינד דאווענט אין רעדט צו דער באשעפער פון די וועלט... אט דאס האט מיר צוביסלעך געברענגט לערנען אין א ישיבה אין ארץ ישראל, און ב"ה היינט וואוין איך דא מיט מיין משפחה, דער באשעפער זאל העלפן ווייטער.

ברידער טייערע, די מעשה האט אסאך געוואלדיגע נקודות, אבער איין גרויסע יסוד פאר אונז צו באמערקן. לאמיר א מינוט באטראכטן א לעבן וואס איז געבויעט נאר אויף גשמיות, א לעבן פון חיצוניות, ס'זעט טאקע אויס אזוי גוט און געשמאק (און צומאל זענען פארהאן געוויסע נקודות דערפון וואס איז אפשר טאקע גוט) אבער... ס'איז כסדר פארהאן דער 'אבער' וואס מ'דארף גלייך צולייגן, איך האב שוין געהאט דאס אויך, כ'בין שוין דא אויך געווען, נו יעצט האב איך שוין דאס געטון, און וואס יעצט, מען האט שוין דעם מסיבה/אווענט/פארטי אויך געהאט, ס'איז אלעס איינצעלענע באזונדערע נקודות, איין שטיק גשמי איז נישט פארבינדן מיטן צווייטן, און וויפיל מען האט איז כסדר צו-וויייניג (בפרט אויב דער שכן האט שוין דאס אויך געהאט) איין וואקאציע איז נישט פארבינדן מיטן נעקסטן, און נאכן דארט זיין -אויסער אפאר שיינע בילדער- בלייבט ממש גארנישט, מען גייט פון איין שטיק גשמי צום צווייטן, מ'זאמלט אָן נאך און נאך זאכן אויף די רשימה, און נאך אלעם שפירט מען נאך אלס איינזאם, ליידיג, און אומבאקוועם.
ו
וי אנדערש איז אבער א לעבן פון פנימיות, א לעבן וואו אלעס איז 'פארבינדן' און איז א טייל פון איין גרויסע ריזיגע קייט, דער היינטיגע עבודת ה' איז פארבינדן מיטן מארגן, דער וועלט איז פארבינדן מיט נאך א וועלט, איעדע פעולה מאכט מיך שטייגן העכער און ברענגט מיך נענטער צו מיין ציל, און יעדע קליינע זאך וואס איך טו אין רוחניות בלייבט אויף אייביג, איך לייג צו שטיקער היסטאריע אין מיין 'עולם מלא' מיט איעדע ברעקל מסירות נפש און מעשים טובים. דער לעבן פון פנימיות איז א לעבן וואס איז אנגעפילט מיט פילע טויזנטע קליינע פעולות אבער אלעס איז מיט איין איינציגע ציל און דאס איז דינען דעם גרויסע בורא עולם, ממשיך זיין דעם אור ה' אויף די וועלט, און אלעס איז פארבינדן צוזאמען.

און אפילו די גשמיות ווערט אויך א טייל דערפון, ווי מיר ווייסן אלע אז א איד עסט און טרינקט און שלאפט ווייל ס'איז א חלק פון זיין עקזיסטענץ אויף דער וועלט צו קענען לעבן אט דעם לעבן וואס האט אין זיך א ציל, ער איז דאך דא צו קענען טון רצון ה' און מוסיף זיין נאך און נאך מצוות און מעשים טובים שטענדיג, און דעריבער לעבט ער און ער טוט זיינע צרכי הגוף ווייל ער האט דאך א תכלית אויף די וועלט. און יא, אפילו צומאל ווען מען פארט זיך אפרוען איז עס אויך א חלק פון דעם, מ'גייט צו זיין מער פארבינדן מיט זיך, צו האבן מער קלארקייט אין אונזער תכלית אין ציל אין לעבן, ס'איז צו ווערן נענטער צו בורא עולם, איז דאס אויך א חלק פון די גרויסע מטרה.

און ממילא איז עס א ריזיגע חילוק, ווען איינער לעבט א לעבן פון פוסטקייט און ליידיגקייט, זיינע תענוגים זענען אָן א צוועק און פירן אים נישט אין ערגעץ, נאָך פינעף מינוט טראכט ער שוין פון די נעקסטע גוטע זאך וואס ער קען אריינכאפן, און ער ווערט קיינמאל נישט צופרידן, ווייל ווי געזאגט זענען דאס בלויז קליינע אפגעזונדערטע תאוות און תענוגי עולם הזה וואס זענען נישט א חלק פון קיין שום העכערקייט און האבן נישט סיי וועלכע משמעות און אינערליכע סיפוק פארן מענטש. גאנץ אנדערש איז אבער ווען אלעס ווערט א טייל פון א גרעסערן 'פלאן' און ווען אלעס ווערט געטון מיט א כוונה און מיט א תכלית וואו אהין מ'וויל אנקומען און דערגרייכן, און איעדע פעולה ברענגט אונז טאקע א טריט נענטער, ווי זיס און געשמאק איז דער טעם דערפון.

און דאס איז א פאקט וועלכע מיר קענען זיך אליין בודק זיין, ווען מ'ענדיגט א געשמאקע מסיבה אדער מ'האט פארברענגט, שטעל זיך אפ און פרעג זיך אליין, צו שפיר איך מער דערהויבן? צו שפיר איך נענטער צו דער אמתע זיך? בין איך באמת אנגעפילט מיט סיפוק און תענוג, אדער ממש דאס פארקערטע, איך דריי זיך ארום מיט אַן הרגשה פון מער ליידיג און מער הונגעריג ווי פריער, ודי למבין...

לעניננו, אין אנדערע ווערטער קומט אויס, אידישקייט איז נישט בלויז א ליסטע פון תרי"ג מצוות וואס מ'דארף איינהאלטן, אדער עטליכע בענדער רמב"ם מיט שולחן ערוך פון הלכות און מנהגים וואס מען 'טוט' מיט די הענט, אידישקייט איז א זאך וואס מ'לעבט! עס נעמט ארום דעם איד אין יעדן איינציגסטן פרט פון זיין לעבן. א איד דארף אלעמאל וויסן איך בין א איד און א עובד ה' וואס איז אויף דער וועלט פאר א תכלית און א ציל, איך לעב א לעבן פון פנימיות וואס נעמט אריין אין זיך אלעס וואס איך טו בכל עת ובכל שעה. אנדערש ווי אין גשמיות וואס מ'טוט דאס און מ'טוט יענץ אבער די זאכן האבן נישט קיין שייכות איינע מיט די אנדערע און זענען גארנישט פארבינדן.

איינע פון די פלעצער וואס דער יסוד שטעלט זיך גאר שטארק ארויס, איז ווען ס'קומט צו אונזערע קינדערלעך, אין א וועלט פון גשמיות זענען קינדער גאר א געשמאקע זאך, אבער זיי זענען בכלל נישט געבינדן צו עפעס אַן המשכה, זיי זענען נישט ממשיך גארנישט פון די עלטערן, און דערפאר קען א גוי באשטיין אז איעדע קינד זאל זיך וועלן וועלכע מהלך ער וויל גיין, אין וועלכע פאַך ער וויל זיך באשעפטיגן, ווייל דאס קינד איז נאך א אייגענע זאך פאר זיך, נאך א גשמיות'דיגע בריאה ערגעץ אינמיטן א גרויסע וועלט, נו זאל ער זיך אומגיין אין די וועלט ווי אזוי ער וויל און מיט וואס ער וויל... גאנץ אנדערש איז עס ביי אונז אידן וואס לעבן פנימיות, אונזערע קינדער זענען א חלק פון דעם המשכה, גאנץ כלל ישראל ובתוכם איעדע אידיש קינד איז א חלק אין דעם הערליכן מעשה וואס האט זיך אנגעהויבן פון אברהם אבינו און טוט זיך דורך ציען דורכאויס אלע דורות מיט די גרעסטע מסירת נפש, און אט די קייט האלט זיך נאך אינמיטן ווייטער ציען, אונזערע קינדער לעבן און זענען א חלק פון דעם גרויסן מיסיע צו פארשפרייטן כבוד שמים אויף דער וועלט, צו לעבן און מקדש זיין די וועלט יעדער איינער מיט זיינע מצוות און מעשים טובים, און יעדער איינער פעלט אויס פאר אט די המשכה, איעדע טאטע איז מחנך זיין קינד און ברענגט אים אריין אין אט דעם גרויסן אור ווייל מיר זענען אלע א חלק דערפון, און עס זענען דא תפקידים און חלקים אינעם גרויסן בילד וואס קיינער קען נישט ערפילן נאר דו מיין קינד.

דערמיט איז געוואלדיג דער ענין פון א 'אידישע שטוב' וואס מיר געפונען טאקע ביים מצות קרבן פסח וואס דארף געגעסן ווערן אינעם שטוב און מיט די גאנצע משפחה. ווייל אין א וועלט פון גשמיות איז פארהאן א מוּשָׂג פון א שטוב, אבער מיט אסאך יחידים אינעווייניג, וואס איעדער פון זיי איז אויף עפעס א צווייטע מיסיע אין לעבן, איעדער פארמאגט אנדערע צילן און אנדערע שאיפות, זיי קומען גראדע פון איין משפחה און זיי שטייען איין אין די זעלבע אכסניא, אבער ס'איז נישט דא קיין שום זאך וואס טוט זיי באמת פאראייניגן. אבער אנדערש איז א אידישע שטוב וואס אלע זענען אויף איין ציל, איין חיות, איין געשמאק, און איין זיסקייט, פארשטייט זיך אז יעדעס קינד האט זיין אור, זיין אייגנארטיגע וועג, זיין עבודה, זיין שיין און ליכטיגקייט, אבער דער ציל, דער תכלית החיים איז אין דעם גאנצן שטוב, אלע זענען איינגעשפאנט אין די זעלבע תורת חיים, אלע האבן דעם זעלבן ציל און תפקיד צו פארמערן כבוד שמים אויף די גרעסטע און שענסטע פארנעם, און דאס ווערט געטון דורך די פילע פעולות וואס די משפחה טוט טאקע, כשרות, שבת, תורה, דרך ארץ און פיל נאך, אבער דער יסוד פון דעם שטוב איז אז אט דא טוט מען דעם רצון ה', אט דא לעבט מען פאר א תכלית און א צוועק, אט דא זענען מיר פארנומען כסדר מרבה צו זיין כבוד שמים און זיין עובדי השי"ת. דאס איז די אפטייטש פון די ווארט "אידישע שטוב", א שטוב וואס איז באמת פאראייניגט און איעדע נפש וואס געפונט זיך דארט פון גרויס ביז קליין אלע האבן עפעס אין פארבינדונג, און אלע זענען דא מיט איין תפקיד – מיר זענען ממשיך די יסודות פון אונזערע עלטערן און טראגן עס ווייטער דור נאך דור.

מענין לענין איז פאסיג צו דערמאנען א שיינע מעשה וואס ווערט דערציילט אויף הגאון רבי יעקב קאמינעצקי זצ"ל ווען ער איז אמאל געפארן אונטערוועגנס אויף א פליגער, און א אייניקל האט אים באגלייט, פארשטייט זיך אז דורכאויס די נסיעה איז דער אייניקל כסדר געקומען זיך אומקוקן אויפן זיידן און די גאנצע צייט געפרעגט
אויב ער קען אים עפעס ברענגן אדער באדינען, וכדומה.

דערנעבן איז געזעצן א גוי און ער האט זיך אנגערופן צו רבי יעקב מיט התפעלות אז ער האט אזא וואוילער אייניקל, "ביי אייך אידן איז מען מכבד די עלטערע די קינדער און אייניקלעך געבן זיך אזוי שיין אפ מיט די עלטערן, ביי אונז איז ממש פארקערט, נישט דא אזא זאך ווי מכבד זיין עלטערן, אויב עפעס דארפן מיר זיך צושטלען צו אונזערע קינדער און זיי נאכגעבן אלעס וואס זיי דארפן, מיר באדינען זיי, נישט זיי באדינען אונז" האט דער גוי געזאגט, און ער האט געוואלט פארשטיין פארוואס ס'איז טאקע אזוי. רבי יעקב האט אים מיט זיין חכמה געענטפערט א זיסע תירוץ, וויבאלד מיר אידן גלייבן אז אדם הראשון איז א יציר כפיו של הקב"ה, דער רבוש"ע אליינס האט אים באשאפן, און דעריבער ווי א דור פריער איז מען נענטער צו געטליכקייט און צו העכערס, און ממילא איז יעדער קינד מכבד זיינע עלטערן און זיידעס וואס זענען נאך א דור העכער און נענטער צום אייבישטער מער פון אים, דאגעגן איר גויים גלייבט דאך אז מענטשן שטאמען פון 'מאלפעס' (מאנקי'ס) איז דאס גארנישט קיין יחוס צו זיין פונעם פריערדיגן דור, אדרבה די עלטערן מיט די זיידעס האבן גאר א חסרון ווייל זיי זענען נאך נענטער צו די מאלפע און טראגן ווייניג חשיבות, אדרבה עטס דארפט מכבד זיין די אייניקלעך וואס זענען שוין א דור ווייטער און זענען מער 'מענטש' ווי מאלפע, זיי פארמאגן א שענערע יחוס ווי אייך...
פארשטייט זיך אז דאס איז א גוטע מילתא דבדיחותא, אבער ווי מיר שמועסן איז באמת פארהאן א טיפע קשר צווישן יעדעס קינד און זיינע עלטערן, זיי זענען די וואס ברענגן אים אריין אין די הייליגע מסורה, זיי שטעלן אים אוועק אויפן דרך התורה, און זיי זענען אים מחנך צום גרויסן תכלית און ציל אין לעבן, און דורך זיי איז ער א חלק פון די גאלדענע קייט פון דורות און איז פארבינדן מיט א קשר של קיימא ביז צו מתן תורה, יציאת מצרים, משה רבינו, די אבות הקדושים, און נאך. אבער דער גוי האט גארנישט באמת מיט זיינע עלטערן און אודאי נישט מיט זיין זיידע, עס איז נישט דא קיין שום 'מְאַחֵד' און זאך וואס זאל זיי באמת פארבינדן מיט עפעס א טיפע און אמת'ע באדייט.

און דערפאר טאקע שרייט פרעה לֹא כֵן לְכוּ נָא הַגְּבָרִים וְעִבְדוּ אֶת ה' כִּי אֹתָהּ אַתֶּם מְבַקְשִׁים, איר ווילט דינען דעם אייבישטער, נישט קיין פראבלעם, יעדער קען דאס אבער טון אליין מ'דארף נישט די קינדער פאר דעם, די קינדער קענט עטס לאזן דא און זיי וועלן שוין אליין באשליסן וואס זיי ווילן טון אין לעבן, ס'ברענט נישט אז זיי זאלן מיטגיין בשעת איר גייט אין מדבר פייערן ענקער יום טוב און מקריב זיין קרבנות. ווייל פרעה פארשטייט נישט וואס דאס איז די דערהער פון א 'אידישע שטוב' וואס דאס באדייט א טאטע איז מחנך זיינע קינדער פון גאר יונג צו שפאנען אין דעם זעלבן ריכטונג וואס אונזערע אבות און אבות-אבותינו זענען געגאנגען במשך אזויפיל דורות, ווייל מיר אלע האבן דאָך דעם זעלבן ציל און זעלבן תכלית און מיר זענען אלע א חלק דערפון בלי שום יוצא מן הכלל.

אבער משה רבינו נעמט דאס אפילו נישט אין באטראכט, זיכער נישט! וַיֹּאמֶר משֶׁה בִּנְעָרֵינוּ וּבִזְקֵנֵינוּ נֵלֵךְ בְּבָנֵינוּ וּבִבְנוֹתֵנוּ, דינען דעם אייבישטער איז נישט עפעס א פרטיות'דיגע זאך וואס דער טאטע טוט פאר זיך, דאס איז דאך אונזער לעבן, אונזער גאנצע מהות און מציאות, און ס'איז קיין שום ספק נישט אז מיר מוזן מיטנעמען אונזערע קינדער, זיי זענען פונקט אזא חלק ווי אונז, און זיי וועלן שפעטער ממשיך זיין מיט דעם חינוך און מיט די עבודה וואס מיר לערנען זיי אויס, ואם לא עכשיו אימתי?! די קינדער, יא טאקע די גאר קליינע יונגלעך און מיידלעך, זיי זענען דאך אונזער גאנצע עתיד און המשכה אויף די וועלט, זיי וועלן ווייטער שיינען און לייכטן און פארמערן כבוד שמים אויף די וועלט לויט ווי מיר לערנען זיי אויס, און זיי וועלן דאס אלעס איבערגעבן פאר זייערע קינדער און קינדס קינדער.

בדרך רמז איז דער ענין קלאר, אז דערפאר קומט טאקע הקב"ה און שטראפט פרעה מיט די לעצטע און שווערסטע מכה - מכת בכורות ווען אלע בכורים פון מצרים זענען געשטארבן, א 'בכור' סימבאליזירט די קינדער פון א מענטש, כוחו וראשית אונו, דער בכור איז דער וואס מאכט דעם טאטן פאר א טאטע און איז דער אנהייב פון זיין המשכת הדורות אויף די וועלט. פרעה איז דאך אבער נישט מחשיב די המשכה, ער זעהט נישט די חשיבות פון די קינדער און זייער וויכטיגע אויפגאבע אין ממשיך זיין וואס די עלטערן האבן געטון, און דערפאר שטראפט אים הקב"ה מיט די בכורים, און ווי חז"ל זאגן איז דאס געווען מדה כנגד מדה ווייל ער האט געטשעפעט דעם "בְּנִי בְכֹרִי יִשְׂרָאֵל" כלל ישראל וואס ווערט דווקא יא אנגערופן אויפן נאמען פונעם בכור, אויפן נאמען פון המשכת הדורות, ווייל כל ישראל זוכט טאקע דאס, איבערצוגעבן ווייטער און ווייטער די הייליגע מסורה און עבדות השי"ת פון טאטע צו קינד.

ווי זיס ווערט דערמיט די אנהייב פון אונזער פרשה וּלְמַעַן תְּסַפֵּר בְּאָזְנֵי בִנְךָ וּבֶן בִּנְךָ אֵת אֲשֶׁר הִתְעַלַלְתִּי בְּמִצְרַיִם, אונזערע קינדער זיי זענען דאך אונזער המשכה, מיר דארפן זיי פון גאר יונג ארייננעמען אינעם גרויסן בילד, זיי מחנך זיין און אויסלערנען דעם וִידַעְתֶּם כִּי אֲנִי ה', ווייל אידישקייט האט נישט בלויז מיט אונז אליין אדער מיט געוויסע יחידים, אידישקייט איז די גאנצע השתלשלות הדורות פון די אבות הקדושים און פון יציאת מצרים ביז'ן היינטיגן טאג, און דאס איז אונזער אויפגאבע דאס איבערצוגעבן ווייטער פאר די קינדער און קינד'ס קינדער אז מיר זענען אלע א גלייכע חלק פון דעם גרויסן ריזיגן און הערליכן בילד וואס ציט זיך שוין אזויפיל טויזנטע יארן, מיר דינען אלע איין באשעפער, און אלעס וואס מיר טוען אויף די וועלט איז פארבינדן מיט'ן זעלבן תכלית, און דעריבער זענען די קינדער נישט סתם א 'טפל' אין אידישקייט ח"ו, זיי זענען גאר דער עיקר, מיר דארפן אריינלייגן כוחות אין זיי, מיר דארפן משקיע זיין אין זיי און זיי מחנך זיין ווי עס דארף צו זיין, מיר דארפן געבן פאר יעדן קינד צו שפירן אז ער איז א חשוב'ע טייל פונעם גרויסן בילד, ער איז א טייל פון די שלימות פון כלל ישראל, ווי עס איז מרומז אינעם לשון יחיד פון בְּאָזְנֵי 'בִנְךָ' וּבֶן 'בִּנְךָ' ווייל איעדע קינד האט א חלק אין כלל ישראל און האט חלקים וואס קיינער קען נישט טון אויסער ער אליין.

און די תורה הק' באפעלט אונז וּלְמַעַן 'תְּסַפֵּר' בְּאָזְנֵי בִנְךָ, דערצייל פאר דיינע קינדער די הערליכע סיפור, אז מיר כלל ישראל זענען נישט קיין יחידים, מיר זענען אלע א חלק פון די גרויסע און לאנגע מעשה וואס ציט זיך שוין פאר טויזנטע יארן אן אויפהער, און איז איין לאנגע קייט פון זיין דער עם הנבחר און בנים למקום וואס טוט
דער רצון אבינו שבשמים אין יעדן דור, און לייגט עס גוט אריין אין דיינע קינדער וויבאלד זיי זענען דער צוקונפט פון אט די הערליכע מעשה.

און מיר דארפן דאס מקיים זיין אין יעדן דור, צו דערהערן דעם רוף פון משה רבינו בִּנְעָרֵינוּ וּבִזְקֵנֵינוּ נֵלֵךְ בְּבָנֵינוּ וּבִבְנוֹתֵנוּ, נישט חלילה איבערצולאזן די קינדער ערגעץ וואו און זיין פארנומען מיט זיך, אדרבה אין אידישקייט איז אלעס פארבינדן, און מיר מוזן שטענדיג כולל זיין די גאנצע שטוב און די גאנצע משפחה אין יעדע מצה און אין יעדן שבת ויום טוב, כִּי חַג ה' לָנוּ.

לסיכום געדענק:
• אין רוחניות איז אלעס פארבינדן, וואס מיר טוען איז אלעס מיט'ן ציל צו דינען השי"ת און מרבה זיין כבוד שמים.
• אין אידישקייט זענען די קינדער גאר חשוב און אפילו דער עיקר, מיר דארפן זיי מיטנעמען אין יעדע מצוה און אין יעדן זמן.
• אונזערע קינדער ווארטן צו הערן דעם הערליכן מעשה, דעם למען תספר, דער גליקליכע מעשה פון זיין א איד!

א לעכטיגע שבת קודש!

זיך איינצושרייבן צו באקומען די "מיט א טיפערן בליק"
דורך אי-מעיל בעז"ה tiferenblik@gmail.com

דער אשכול פארמאגט 1 תגובה

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר