משפטים - וואס טוט מען, איך בין נישט אין די כוחות?!

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
א שעפעלע
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 368
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 17, 2014 9:19 am
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 161 מאל

משפטים - וואס טוט מען, איך בין נישט אין די כוחות?!

שליחה דורך א שעפעלע »

בס"ד

א גוטן טייערע חבירים וידידים..!

שטייענדיג נאך דעם גרויסן מעמד פון קבלת התורה, שטייען די אידישע קינדער גרייט מיט חשק צו טון דעם רצון ה' און מקיים צו זיין אונזער הבטחה פון "נעשה ונשמע", טון די מצוות און שפירן אז מיר זענען נאָנט צו השי"ת. צום ערשטן מאל האבן מיר זוכה געווען צו שפירן די השראת השכינה צווישן אונז, און מיר אלע ווילן אז דער באשעפער זאל רוען צווישן אונז. די סברא זאגט אז ביים ערשטן שיעור פון אונזער הייליגער רבי, משה רבינו, וועט ער אונז לערנען פרשת תרומה, די גאנצע קאפיטל פון 'ועשו לי מקדש ושכנתי בתוכם', אבער דערווייל לערנען מיר גאר אין פרשת משפטים די דקות'דיגע דינים פון עבדים, רוצח-ערי מקלט, מזיקים, גנבים, ד' שומרים און פיל נאך. דאס לאזט אונז איבער אביסל פארטראכט מיט די פראגע, פארוואס עפעס דווקא די דקות'דיגע הלכות מער פון אלע אנדערע אין די תורה?

שוין אָפגערעדט אז משפטים פארמאגט שווערע דינים און קאמפליצירטע הלכות. ווי באקאנט פון די חדר יארן אז ווי נאר מען פאַנגט אָן לערנען פרשת משפטים ווערן מיר איבערגענומען מיט א שווערע געפיל "ס'איז משפטים אויף די וועלט", פארשטייט זיך אז די סיבה איז ווייל ס'איז אביסל א שווערערע פרשה און דער מלמד האט זיך געדארפט אביסל צוזאמנעמען די לייצעס, אבער למעשה איז אביסל שווער פארוואס משה רבינו האט באלד אנגעהויבן מיט די שווערע הלכות. לאמיר זיך פראבירן צו פארטיפן און זען צו עס איז פארהאן עפעס א געדאנק אין דער פרשה וואס איז א חלק פון דעם הרגשה ווי ס'איז צייט איינצושפאַנען די לייצעס.

דער ערשטער ענין אין פרשת משפטים איז דער ענין פון עבד עברי. דאס איז א איד וואס ווערט פארקויפט וויבאלד ער האט ליידער גע'גנב'עט און ער קען נישט באצאלן דעם חוב. די תורה זאגט אז ער זאל ארבעטן זעקס יאר און דערנאך ארויסגיין פריי, אבער טאמער וויל ער בלייבן אַן עבד, זאל מען אים בויערן א לאָך אין די אויערן און אזוי בלייבט ער א קנעכט ביז יובל.
רש"י הקדוש ברענגט דעם באקאנטן מדרש, פארוואס לעכערט מען דווקא די אויערן? און רש"י איז מסביר, רבי יוחנן בן זכאי ערקלערט, דער אויער וואס האט געהערט פון בארג סיני אז מען טאָר נישט גנב'ענען, דארף מען בויערן. דער אויער וואס האט געהערט 'כי לי בני ישראל עבדים', השי"ת זאגט אז מיר זענען זיינע קנעכט, און ער גייט און מאַכט זיך א קנעכט פאר צווייטן, דערפאר טוט מען אויסבאָרן די אויערן. לאמיר זיך פארטיפן, פארוואס איז די פרשה פון עבד עברי צום ערשט אין דער פרשה פון משפטים, און בכלל וואס איז דער עומק הענין פון בּאָרן די אוירן?

פארשטייט זיך אז מיר האבן נישט קיין שום השגה אין די אלע טיפע ענינים, מיר לערנען אויף אונזער מדריגה אלעס מיט'ן תכלית און ציל ארויסצונעמען די ריכטיגע חיזוק און הדרכה פארן טאג טעגליכן לעבן.

מען דערציילט אז א איד איז אמאל אריין געקומען צו זיין רבי'ן און געזאגט "רבי איך דארף חיזוק אין לימוד התורה, איך האב עפעס נישט קיין חשק, עפעס בין איך נישט אין די כלים"? האט אים דער רבי מיט א ווארעמע שמייכל געזאגט: "מיין קינד איך האב פאר אייך אַן עצה, גייט אהיים נעמט ארויס א בבא קמא גמרא און נעמט זיך לערנען"... "אבער רבי! האט דער איד א קרעכטץ געגעבן, איך שפיר אז דאס וועט נישט זיין גענוג איך דארף דאך אסאך חיזוק צו האבן כח צו לערנען בבא קמא", "דעמאלטס מאכט זיכער צולערנען פלייסיג בלי הפסק באגלייט מיט רש"י און תוספות", "אבער רבי איך דארף האבן די ריכטיגע כלים דערצו", זאגט אים דער רבי "דעמאלטס מאכט זיכער צו לערנען דעם גאנצן סוגיא מיטן הייליגן מהרש"א".

פארשטייט זיך אז דערנאך האבן זיי געהאט א לענגערע שמועס פיל מיט חיזוק און התעוררות, אבער בעיקר האט דער איד דערהערט דעם יסוד גדול אז די גרעסטע חיזוק פארן מענטש איז ווען מען נעמט זיך טוען אין א מצב וואס ס'וויל זיך נישט טוען, ווען מען טוט כאטש מען שפירט נישט, ווען מען לעבט דעם נעשה פארן נשמע – איך טו כאטש איך דערהער נאך נישט, אט דאס איז די גרעסטע חיזוק און שטארקייט וואס נאר פארהאן, ווען א מענטש האט נישט קיין חשק און געשמאק און דאך טרעפט ער זיך ביים סוף טאג אז טראץ מיין נישט-חשק און טראץ מיינע שוועריגקייטן בין איך אנגעגאנען מיט מיין סדר היום אט דאס געבט אונז גאר אסאך סיפוק און געשמאק, דער מענטש ווערט דערמיט קלאר אז מיר האבן און פארמאגן געוואלדיגע שטארקע כוחות.

לאמיר זיך אביסל פארטיפן און אויסשמועסן דעם מחשבה. ס'איז פארהאן עפעס אזא סארט געדאנק אז 'רצון קומט פאַרן טוען', אז דער ריכטיגע געשמאק און חשק דארף שוין קומען אדער דארט זיין פארן אנפאנגן, אז די זיסקייט און סיפוק שפירט מען שוין פאַרן אריינטאנצן, און דערפאר מאכט זיך טאקע אז מיר זאגן צו זיך אז אויב 'שפיר' איך נישט, אויב 'פיל' איך נישט, אויב ציעט עס מיך נישט פאנג איך ניטאמאל אָן, און דער מענטש מאכט א חשבון אז ס'איז פשוט נישט ווערט זיך אריין צו לייגן ווייל מען שפירט נישט, און צומאל הערט מען דעם נוסח "ס'איז זיכער נישט פאר מיר", פארוואס נישט? ווייל איך האב עפעס נישט קיין חשק, ס'וויל זיך נישט. איך האלט נישט ביים ארבעטן דעראויף ווייל איך 'פיל' נישט, איך האלט מיך נישט ביים מיטשענען ווייל ס'קאַנעֶקט נישט מיט מיר און אזוי ווייטער... ס'איז א פשוטע שקר, ס'איז איינע פון די פאַלשע זאכן וואס ווערן פארקויפט אויף די וועלט בפרט היינטיגע צייטן וואס די גאס שרייט אויס אז מען דארף שפירן/פילן געשמאק 'איידער' מען פאנגט אָן, מען דארף האבן עפעס א שטארקע קשר און נאר דעמאלטס לוינט זיך צו בויען, מען דארף הנאה האבן און 'ענדזשויען' דעמאלטס לוינט זיך צו פרובירן... אמת אז ס'איז פארהאן א געדאנק פון זיך אריינלייגן אין עפעס וואס דער מענטש שפירט אז ס'האט א 'עתיד' פון זיין געשמאק, דער מענטש שפירט אז מיין מהות קען הנאה האבן פון אזא סארט זאך, אויך איז אמת אז ס'איז פארהאן א מציאות אז רצון ברענגט אז מען זאל טוען אבער דער מחשבה אז אויב איז רצון נישט פארהאן אדער אויב שפיר איך נישט געשמאק פארדעם פאנגט מען נישט אָן, אדער לוינט זיך נישט צו פראבירן איז ממש נישט ריכטיג.

דער אמת איז פונקט פארקערט, ווי מער א מענטש טוט ערשט דעמאלטס ערוועקט זיך א חשק און א געשמאק, ווי מער א מענטש פלאָגט זיך אלץ מער ווערט ער מקושר, ווי מער א מענטש געבט פון זיך אוועק אלץ מער שמחה, געשמאק און סיפוק טוט ער שפירן, דער זיסע טעם פון משפיע זיין קומט ארויס נאכן זיך איבעררייסן און אוועק געבן פון זיך 'איידער' מען האט געשפירט, און צוביסלעך בויעט זיך עס, צוביסלעך פאַנגט דער מענטש אָן צו שפירן, צוביסלעך בויעט זיך א קשר און ס'ווערט זיס און געשמאק.

לאמיר עס מסביר זיין מיט א משל, חיים און דוד צוויי חשובע בחורים שפאצירן אריין דעם ערשטן טאג פון זמן אין ישיבה, חיים איז איבערגעפילט מיט רצונות אז אט גייט עס זיין, ס'קומט א זמן אזאנס וואס די וועלט האט נאך נישט געזעהן, מען גייט זיך קונה שם זיין, ער איז פיל מיט רצון און חשק אז ס'לאזט זיך נישט דערציילן, אבער ווי א טאג גייט אריבער ווערן די רצונות און התחדשות נעלם, זאכן ווערן שוואכער און די חשק ווערט קעלטער אז אזוי ארום אדר צייט איז זיך שוין שווער פארצושטעלן אז דער חיים האט אמאל פארמאגט גרויסע פלענער...

פון די צווייטע זייט שטייט זיין חבר דוד אָן קיין גרויסע רצונות און אָן קיין גרויסע פלענער, אבער ער פארמאגט 'איין' זאך אין זיין באזיץ, ס'רופט זיך 'נעשה ונשמע' איך גיי טוען כאטש איך דערהער נישט, איך גיי זיך מוטשענען כאטש איך פארשטיי נישט, איך גיי לערנען כאטש איך שפיר נישט, און אזוי ארום פאנגט ער אָן דעם זמן, ער האלט זיך שטארק און פעסט און מיט די גרעסטע התבטלות שטייט ער אויף צופרי און לייגט אראפ א טאג ווי ס'דארף צו זיין, ארבעט אריין, און אמת אז אין אנפאנג איז עס ביטער שווער, אין אנפאנג שפירט ער ווי ער האלט עס נישט אויס, אבער אזוי צוביסלעך ווי מער צייט ס'גייט אריבער פאנגט עס אָן ווערן עטוואס גרינגער און צוביסלעך איז ער טועם עפעס א זיסער טעם, עפעס א געשמאקע געפיל, ביז עס קומט אדר צייט און ער געבט זיך א קוק צוריק, און פלוצלינג באמערקט ער אז ס'איז אריבער א לעכטיגע זמן און ער איז אויף גאנץ א צווייטע פלאץ, פלוצלינג שפירט ער עפעס א טעם פון זיסקייט און געשמאק, ער ווייסט און שפירט קלאר אין זיין הארץ אז ער האט געהאט א הצלחה'דיגע זמן און כאטש אז צומאל קען ער עס נישט מסביר זיין, דאך שפירט ער עס.

וואס דאס מיינט אז די אָנגענומענע מיינונג ביי מענטשן אז אָן רצון איז גארנישט דא, אָן עפעס א חשק קען מען נישט בויען, איז פשוט א שקר, יא אמת אז ס'פארלאנגט זיך עפעס א קליינע שאיפה און ציל אלץ אַן התחלה אבער איינמאל מען נעמט זיך טוען דארף מען דאס וויכטיגסטע און דאס איז דער 'נעשה ונשמע' - דער יסוד היסודות וואס רופט אויס צום מענטש אז איך דארף טוען וואס איז ריכטיג איידער איך שפיר, דערהער און פארשטיי.

נו, קען דאך אמאל א מענטש פרעגן, וואס איז טאקע דער הסבר אז מיר דארפן טוען כאטש מיר פארשטייען נישט? פארוואס פעלט זיך אויס דעם נעשה קודם לנשמע? נאר פשט איז, בורא עולם אבינו שבשמים האט אין אונז אריין געלייגט א ליכטיגקייט וואס רופט זיך "כי לי בני ישראל עבדים – מיר אלע זענען קנעכט צו השי"ת" מיר אלע האבן עס דערהערט אין א טיפע פארנעם, וואס דאס מיינט אז איעדע מענטש אויב זענען מיר אמת'דיג מיט זיך, אויב זענען מיר אביסל פארבינדן מיטן הארץ און נשמה ווייסן מיר קלאר אז דער מענטש איז דא אויפן וועלט אויפצוטוען, מיר זענען דא משפיע צו זיין, און ס'איז נישט פארהאן א לעבן וואס האט מער סיפוק און געשמאק ווי ווען דער מענטש איז 'משפיע', ווען דער מענטש בויעט און איז עוסק אין תיקון העולם, און ווי שווערער דאס בויען איז אלץ מער סיפוק און געשמאק ברענגט עס פארן מענטש, ס'רופט און דערמאנט דעם מענטש איך בין א עבד ה', איך בין דא מיט א תכלית און ציל, און טאקע דווקא ווען דער מענטש טוט עס איידער ער פארשטייט און שפירט, ווייל אט דאס ברענגט אין אים אריין דאס אמתע קשר און התבטלות צו בורא עולם, ס'רופט אויס דעם געטריישאפט און איבערגעגעבנקייט וואס א איד האט, און דאס אליין ברענגט אין אונז אריין א אמתע שמחה און שלוה אז מיר זענען עבדים צו הקב"ה און א בעל הבית פארזאגרט זיינע קנעכט ווי די תוה"ק לערנט אונז אט דא אין אונזער פרשה.

דער יצר פון זיין זייט פראבירט אונז צו צושטערן מיטן אויסרייד אז 'איך שפיר/פיל נישט', 'איך ענדזשוי עס נישט' אבער ווי געשמועסט איז עס ממש פארקערט ווען דער מענטש נעמט זיך בויען בדרך כלל שפירט מען גארנישט, למשל ווען מען נעמט זיך גראָבן צו בויען א בנין דאס טעגליכע גראָב ארבעט איז גאר ווייט פון געשמאק אבער ווי א טאג גייט פארביי און מען ארבעט און הארעוועט אריין ערוועקט זיך דער אינערליכע געפיל, מען בויעט, ס'רוקט זיך און אזוי ווייטער, אט דאס זעלבע איז אין אונזער לעבן ווי מער מיר גראָבן און ארבעטן שווער ערוועקט זיך דער געפיל וואס רופט אויס "רבש"ע איך טו, איך ארבעט, איך בין עוסק אין תיקון העולם און אט דאס אליין איז שוין א געשמאקע רואיגע געפיל", כאטש אלע שוועריגקייטן דאך פראביר איך, דאך טו איך דעם רצון ה', 'איך טו מיין תפקיד', און דערנאך אז בורא עולם געבט אונז דעם זכות און מען איז זוכה און מען קוקט צוריק און מען זעט אז דאס גאנצע ארבעט וואס מיר האבן אריין געלייגט האט זיך שיין אויסגעארבעט ווערט דאס שוין גאר געשמאק און זיס, אבער אפילו אויב חלילה ס'זעט אונז אויס אז ס'האט זיך נישט אויסגעארבעט פונקטליך, דאך ווייסט דער מענטש אז וויבאלד איך האב געטוען מיין תפקיד, איך האב געטוען וואס איז ריכטיג, איך האב ממשיך געווען כאטש ס'איז שווער געווען בין איך שוין אויפן ריכטיגן פלאץ, איך בין בטל צום מלך העולם, דאס איבריגע ליגט ביי אים אין די הענט דאס אליין געבט פארן מענטש א געוואלדיגע געשמאק און שמחה.

דערמיט איז געוואלדיג לעכטיג דער אנפאנג פון אונזער פרשה, דערנאך וואס כלל ישראל האט אויסגערופן דעם נעשה ונשמע האבן מיר זוכה געווען צו באקומען דאס אומבאשרייבליכע מתנה די הייליגע תורה הקדושה, און אט דארט ביי דעם גרויסן מעמד האט הקב"ה אריינגעקריצט אין דעם איד'ס הארץ דעם 'כי לי בני ישראל עבדים' דארט האבן מיר דערהערט מיט דאס גרעסטע קלארקייט אז דער איד איז דא אויף די וועלט צו פארשפרייטן הקב"ה'ס כבוד, מיר האבן דארט דערהערט די אמת, אז דער איד פארמאגט א תכלית און א ציל, און אויב חלילה טוט מען נישט וואס איז ריכטיג שפירט דער מענטש אויסגעליידיגט און אפגעשוואכט, ווידעראום ווען מיר טוען דעם רצון ה', ווען דער איד'עלע טוט וואס איז ריכטיג כאטש צומאל פארשטייט ער נישט אבער ווען ער ערפילט זיין ציל און תכלית ווערט דאס הארץ זיינע אנגעפילט מיט שמחה און פרייליכקייט.

נו אויב דערהערן מיר אז דער ציל און תכלית איז דער נעשה קודם לנשמע קומען מיר צו פרשת משפטים און די פסוק זאגט: וְאֵלֶּה הַמִּשְׁפָּטִים אֲשֶׁר תָּשִׂים לִפְנֵיהֶם שטייט פון צדיקים (שפת אמת ועוד) אז דער 'לפניהם' דאס ענין פון לייגן 'פאַר' זיי איז מרמז אויף דעם נעשה ונשמע - טוען 'פאַרן' הערן, וואס דאס מיינט הקב"ה געבט אונז די אלע פילע פאַרצווייגטע דקות'דיגע הלכות מיטן תכלית און ציל ארויסצוברענגן במציאות דער געדאנק אז "א איד טוט כאטש מען דערהערט נישט, א איד טוט כאטש מען פארשטייט נישט", און טאקע אין משפטים טרעפן מיר גאר אסאך הלכות וואס איז שווער צו פארשטיין דער טעם און הסבר דערפון אבער טאקע פון די דקות'דיגע הלכות ווייזן מיר אונזער געוואלדיגע התבטלות און נאנטשאפט צו בורא עולם, דערמיט לעבן מיר במציאות דעם נעשה קודם לנשמע, דערמיט נעמען מיר אויף זיך דאס אמתע עול ה', דער אמתע געטריישאפט צו בורא עולם, יא ס'איז עול ה' אבער ס'איז דער עול וואס ברענגט מיט זיך אלע השפעות טובות, ס'איז דער עול וואס איז א שטיק פרייהייט און געשמאק!

דערמיט איז לעכטיג צו פארשטיין פארוואס מיר פאנגן אָן מיט די הלכות פון עבדים, ווייל אט דאס איז דער מציאות פון א עבד ער דינט און טוט דעם רצון פונעם הער אָן קיין חכמות, ער איז בטול ומבוטל, און פון די צווייטע זייט איז דאך באקאנט די פילע הלכות ווי דער בעל הבית דארף אים פארזארגן, און דערמיט דערהערן מיר דעם געדאנק אז דער אידעלע איז כסדר פארזארגט דורך אונזער ליבע טאטע אין הימל, און ווען דער עבד וויל נישט ארויסגיין בּאָרט מען אים טאקע די אויערן און דער הסבר איז גאנץ געשמאק, דער אויער וואס האט געהערט 'כי לי בני ישראל עבדים', השי"ת זאגט אז מיר זענען זיינע קנעכט, און ער גייט און מאַכט זיך א קנעכט פאר צווייטן, דערפאר טוט מען אויסבאָרן די אויערן – וואס דאס מיינט אין אנדערע ווערטער, "אידעלע דו ווייסט דאך וואס איז ריכטיג, אידעלע דו ווייסט דאך וואס דו האסט צו טוען, דו האסט דאך געהערט, ביי דיר אין הארץ איז עס גאר קלאר..." אמת אז ס'איז שווער ארויסצוגיין און טוען וואס איז ריכטיג, אמת אז די שרייסט אז דא שפירסטו עפעס א ליבשאפט, עפעס א אהבתי, אבער א איד טוט וואס איז ריכטיג כאטש ער שפירט נישט, א איד דינט הקב"ה מיט התבטלות און געטריישאפט, און דער עיקר טענה איז אז דו ווייסט עס - דו האסט דאך עס געהערט און געשפירט.

ס'איז באקאנט די הייליגע ווערטער פון חז"ל אין מסכת שבת (דף פ"ח) אמר רבי אלעזר: בשעה שהקדימו ישראל נעשה לנשמע יצתה בת קול ואמרה מי גילה רז זה לבני. – ווען די אידישע קינדער האבן אויסגעשריגן אז זיי וועלן טוען פארן דערהערן איז ארויס א בת קול וואס האט געזאגט ווער האט אנטדעקט דעם סוד פאר מיינע קינדער. – לפי וואס מיר שמועסן איז ממש געשמאק די ווערטער פון חז"ל. דער ענין אז טוען איידער מיר פארשטייען איז א סוד און ס'איז טאקע א סוד, ווי מיר האבן פריער ארויסגעברענגט אויף דעם וועלט איז דער ווינט ממש פארקערט מען טוט דארט ווי מען שפירט און פארשטייט אבער אין דעם 'עולם האמת' אין דער וועלט פון זיין אמת'ע עבדי ה' טוט מען איידער מען שפירט, מען ארבעט פאר מען איז טועם, מען פאלגט כאטש מען פארשטייט נישט. – אט דאס האט דער בת קול אויסגערופן ווער האט מגלה געווען דעם געוואלדיגן סוד פאר מיינע קינדער?!

ברידער דאס איז א יסוד וואס מיר דארפן אריין קריצן אין אונזער טעגליכע לעבן, א איד טוט, ארבעט, פראבירט, בויעט, האַקט שטיקער איידער מען פארשטייט און שפירט, איידער מיר האבן הרגישים און זיסקייט, איידער ס'איז אונז קלאר דער תכלית און ציל, מיר לעבן מיט התבטלות צו בורא עולם ווי געטרייע קנעכט, וויפיל מאל מאכט זיך אז מיר ווארטן אויף עפעס אַן הרגשה און מיר פראבירן זיך איינצורעדן אז ווען איך וועל שפירן אט דעמאלטס וועל איך טוען, ווען איך וועל מרגיש זיין א זיסקייט אין לערנען דעמאלטס וועל איך... ווען איך וועל פארשטיין תפילה דעמאלטס וועל איך... ווען איך וועל שפירן עפעס א נאנטשאפט אין שטוב דעמאלטס וועל איך ארבעטן אויף די שלום בית און אזוי ווייטער, וויפיל אידישע שטיבער זענען צוריסן און צופליקט פשוט וייל מען ווארט צו שפירן און 'פילן' עפעס אַן הרגשה, אבער די אמת איז פארקערט א איד טוט כאטש ער שפירט נישט, 'נעשה קודם לנשמע' א איד הארעוועט כאטש ער פארשטייט נישט און אזוי ווייטער און צוביסלעך העלפט בורא עולם און זאכן ווערן זיס ווי רש"י ברענגט "ועתה" - אם עתה תקבלו עליכם יערב לכם מכאן ואילך שכל התחלות קשות
(מכילתא שבת פז), דער אנפאנג איז שווער און דערנאך ווערט עס זיס און געשמאק.

צו דער גרויסע צדיק הרה"ק רבי אברהם פון סלאנים - דער יסוד העבודה זי"ע איז א חסיד געקומען און זיך צו-וויינט "רבי הלוואי וואלט איך זוכה געווען צו האבן מער צייט און רואיגקייט פאַר עבודת ה', רבי ווען נישט די אלע גשמיות'דיגע געברויכן וואלט איך געקענט דינען השי"ת מיט אסאך מער מנוחה און רואיגקייט"...

מיט ליבשאפט האט דער צדיק געענטפערט: אז אין די משנה אין מסכת אבות שטייט אַל תֹּאמַר לִכְשֶׁאֶפָּנֶה אֶשְׁנֶה - א מענטש זאל נישט זאגן הלוואי וואלט איך פארמאגט פרייע צייט צו זיין רואיג פאר עבודת ה', "שֶׁמָא" ווייל אפשר וויל מען פון הימל דַוְקָא אז "לֹא תִפָּנֶה" דו זאלסט נישט האבן קיין צייט און רואיגקייט, דו זאלסט זיין פאריאָגט און פאַרְפְּלאָגט און ארבעטן שווער, און דוקא אזוי, תוך דעם חושך זאל א איד דינען דעם אייבישטער און דאס ברענגט גאר די גרעסטע נחת רוח פאר השי"ת – יא דער אידעלע וואס איז פאריאגט, פארפלאגט און ווייסט ניטאמאל ווי מען כאַפט זיך דאס אָטעֶם, ער איז צומישט און שפירט גאנץ ווייניג מיט דעם אלעם פרובירט ער מיט זיינע לעצטע כוחות נאנט צו ווערן צו אבינו שבשמים אט דאס ברענגט די גרעסטע נחת רוח פאר השי"ת", אט דאס מאכט אונז פאר געטרייע אמתע עבדי ה'.

און דער יסוד העבודה האט איהם דערציילט: אז דער הייליגע חוזה פון לובלין זי"ע האט אמאל נאך די הייליגע טעג פון חודש תשרי געזאגט פאר זיינע תלמידים, אז ער וועט זיי דערציילן וואס זיי האבן מתפלל געווען אין די הייליגע טעג און וואס מ'האט אין הימל אָנגעשריבן און געענטפערט אויף זייערע בקשות. - דערנאך האט די הייליגע חוזה זי"ע געזאגט פאר איינע פון די תלמידים אז ביים דאווענען האסטו אינזין געהאט אז וויבאלד דיין פרנסה נעמט אוועק פון דיין צייט צו דינען השי"ת, ביסטו גרייט אפילו מוותר צו זיין אז פון הימל זאל מען דיר געבן צוויי גילדן ווייניגער יעדע וואָך, אַבִּי דו זאלסט פארדינען דאס איבריגע שנעל און געשווינד אָנהייב וואָך, אזוי זאלסטו קענען דינען הקב"ה א גאנצע וואך רואיגערהייט... אבער אין הימל האט מען זיך צושמייכלט פון דיין בקשה, "ווייל ווער זאגט אז מ'וויל בכלל אז ס'זאל דיר אנקומען גרינג און דו זאלסט קענען דינען דעם אייבישטער רואיג און געשמאק, אפשר וויל מען דוקא יא די לעכטיגע עבודת ה' וואס קומט ארויס מתוך צומישעניש און מסירת נפש אָן קיין געפיל און סיפוק".

טייערע ברידער און שוועסטער, שטייענדיג אין די פרייליכע טעג פון חודש אדר ווען מיר לעבן דעם "משנכנס אדר מרבין בשמחה" ליגט טאקע דא אין פרשת 'משפטים' דער שליסל צו שמחה, ווייל ווי איז דען פארהאן מער שמחה און פרייליכקייט ווי דאס לעבן פון א איד וואס איז דבוק בה', וואס לעבט מיט התבטלות און פרעגט נישט קיין שאלות, ווארט נישט צו שפירן און פילן נאר טוט כסדר דאס ריכטיגע, טוט כאטש ס'איז שווער, ארבעט כאטש ס'קומט אָן מיט מסירת נפש, און שטעלט זיך נישט אפ, ווען ס'קומט א מינוט וואס דער מענטש שפירט אפגעשוואכט, צומישט און פארלוירן איז מען מקיים דעם נעשה קודם לנשמע מען טוט און טוט, מען קעמפט דעם הייליגן קאמף פון ווערן נאנט צו אבינו שבשמים און בעזר ה' איז מען זוכה צו שפירן די זיסקייט, ס'ווערט מקיום דעם מכאן ואילך יערב עליכם!

לסיכום געדענק:
• א איד טוט, ארבעט, פראבירט, בויעט, האקט שטיקער איידער מען פארשטייט און שפירט, נעשה קודם לנשמע!
• ווי מער א מענטש טוט ערוועקט זיך א חשק און א געשמאק, ווי מער א מענטש פלאָגט זיך אלץ מער ווערט ער מקושר.
• כי לי בני ישראל עבדים – מיר זענען עבדי ה', מיר דינען און טוען דעם רצון ה' מיט די גרעסטע התבטלות.
א לעכטיגע שבת קודש!
זיך איינצושרייבן צו באקומען די "מיט א טיפערן בליק"
דורך אי-מעיל בעז"ה tiferenblik@gmail.com

דער אשכול פארמאגט 2 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר