פסח - ולמען תספר, ווי אזוי ווער איך א דערציילער?!

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
א שעפעלע
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 368
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 17, 2014 9:19 am
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 161 מאל

פסח - ולמען תספר, ווי אזוי ווער איך א דערציילער?!

שליחה דורך א שעפעלע »

בס"ד

א גוטן טייערע חבירים וידידים..!

ס'גלייבט זיך נישט אבער פסח איז שוין דא! די "לאנגע ווינטער" איז אדורך געלאפן אין אַן אויגן בליק, קוים וואס מ'כאפט זיך דעם אטעם, די טעג, די וואכן פליען... און יעצט שטייען מיר שוין געציילטע טעג פארן הייליגן יום טוב פסח, די הכנות גייען אָן מיטן פולסטן ברען, פון הימל קוקט מען אראפ מיט שטאלץ, ווי טייער זענען די אידישע קינדער, די אידישע טאטעס און מאמעס, וויפיל הארץ, ארבעט, קאפ און מח ווערט אריין געלייגט אין דעם הייליגן יו"ט?! וויפיל צדקה וחסד ווערט פארטיילט צווישן אונז ברידערלעך 'משפחת כלל ישראל', און מיר האפן און בעטן אז שוין דאס יאר זאלן מיר זוכה זיין אויף דאס וואס מיר ווארטן שוין אזוי לאנג צו קענען שחטן דעם קרבן פסח ונאכל שם מן הזבחים ומן הפסחים.

טייערע ברידער, די צייט איז קורץ לאמיר זיך נישט טוען פארזוימען נאר תיכף אריינשפרינגן אין די ענינים און זיך צוזאמען פרובירן גרייטן אויף די גרויסע טעג הבעל"ט, ווי באקאנט איז איינע פון די גרויסע מצוות פון פסח דער ענין פון סיפור יציאת מצרים, ווי די פסוק זאגט וּלְמַעַן תְּסַפֵּר בְּאָזְנֵי בִנְךָ וּבֶן בִּנְךָ אֵת אֲשֶׁר הִתְעַלַּלְתִּי בְּמִצְרַיִם וְאֶת אֹתֹתַי אֲשֶׁר שַׂמְתִּי בָם וִידַעְתֶּם כִּי אֲנִי ה' – מיר האבן א חיוב צו דערציילן פאר אונזערע קינדער, און ווי די פסוק זאגט נישט סתם דערציילן נאר 'באזני בנך ובן בנך'. בפשטות הערט זיך עס גאנץ פשוט, ס'ליגט אויף אונז א חיוב איבערצוגעבן די אלע גרויסע וואונדער וואס האט פאסירט אין מצרים וכו'. אבער אז מען שטעלט זיך אפ טראכטן באמערקט זיך א נקודה, מיר האבן כל מיני מצוות וואס א איד טוט אדער טוט נישט, אבער דא ביי פסח טרעפן מיר דעם זעלטענעם אינטערעסאנטע מצוה וואס האט נישט מיטן 'טוען' נאר מיטן 'דערציילן', און דאס ברענגט דעם מענטש זיך צו פרעגן וואס איז בכלל דער טיפע אפטייטש פון דעם געדאנק פון 'דערציילן', אויב וועלן מיר טראכטן אז ס'איז סתם דערציילן אזוי ווי מיר זענען געוואוינט צוהערן "אמאל מיט לאנגע יארן צוריק האט א מעשה פאסירט" פרעגט זיך ווי גייט עס צוזאמען מיט דעם חייב אדם לראות את עצמו כאילו הוא יצא ממצרים דער איד האט א חיוב צו דערציילן אויף אַן אופן אז דער מענטש זאל זיך אליין זעהן ווי ער גייט ארויס פון מצרים? בפרט אז ווען מען פארטיפט זיך אין די לשון הפסוק פון 'למען תספר באזני בנך ובן בנך' - זאלסט דערציילן אין די 'אויערן' פון דיין קינד און קינדס קינד, בפשטות וואלט געדארפט שטיין אז מיר זאלן דערציילן פאר אונזערע קינדער וואס איז די גאנצע אריכות הלשון, וואס ליגט אין די הייליגע ווערטער פון באזני – אין די אויערן? בנך – א לשון יחיד? און אזוי פרעגט זיך פיל נאך, לאמיר זיך פארטיפן.

נאכמער, אין הלכה טרעפט מען אז איינע פון די טעמים פארוואס מען מאכט נישט קיין ברכה אויף סיפור יציאת מצרים איז ווייל ווען מיר דערציילן א מעשה טוען מיר נאר איין חלק פון דער מציאות פון דערציילן, דער צווייטע חלק ליגט ביים אויסהערער, ביים מקבל אין די הענט, דערפאר קען מען נישט מאכן א ברכה ווייל ס'איז נישט אינגאנצן אונזער עבודה, נו אויב אזוי פרעגט זיך וואס איז אונזער חלק און ווי אזוי קענען מיר מאכן זיכער אז מיר זענען מקיים אונזער חלק בשלימות, בפרט, ווי דער פסוק זאגט אונז ליגט דאך אין דעם למען תספר דעם געוואלדיגע גליקליכע ברכה פון וִידַעְתֶּם כִּי אֲנִי ה' דורך דעם דערציילן זענען מיר זוכה צו דערהערן און וויסן מיט א קלארקייט דעם כי אני ה', עס עקזעסטירט נישט עפעס מער אדער גרעסער, איז דאך פשוט אז מיר דארפן זיך דערין אריין טוען און אפלערנען דעם פסוק בעיון גדול.

ברידער, די הייליגע יו"ט איז א שפאן אוועק, די הייליגע סדר נאכט קומט, די נאכט וואס איז געקריצט ביי אונז אין נשמה, ווי מיר ווייסן אז פילע טויזענטע אידן אפילו די וואס זענען א גאנץ יאר ווייט אוועק פון שמירת תורה ומצות, אבער די סדר טוען זיי מיט אונז צוזאמען אפרעכטן, ס'איז די נאכט וואס כלל ישראל איז געבוירן געווארן, ווי די פסוק זאגט לֵיל שִׁמֻּרִים הוּא לה', און ענדיגט לְכָל בְּנֵי יִשְׂרָאֵל לְדֹרֹתָם, עס איז פאר אלע דורות די נאכט ווי מיר גייען ארויס פון אונזערע גלותן, די אלע אותות ומופתים וואס הקב"ה האט אונז געוויזן אין מצרים קומט אריין אין מחשבה און רופט אויס מיט א קלארקייט "ה' הוא אלוקים", אין עוד מלבדו, לאמיר נישט זיין נאריש און לאזן די טעג אומזיסט אדורך גיין, עס איז א צייט וואס מען טיילט, מ'קען אָן פילן די טאַשן, ס'איז א צייט וואס אונזערע זיסע קינדערלעך און בני משפחה זיצן מיט אפענע הערצער און ווארטן צו הערן פון אונז אמונה, בטחון, חיזוק, און "אידישקייט", דאס איז אונזער ארבעט במשך די אכט טעג, צו באגיסן זיך און די בני משפחה מיט אמונה בה', בטחון שמחה און ישועה. לאמיר זיך אויסשמועסן עטליכע נקודות וואס איז כדי ארויס צו נעמען פון אזא גרויסע יו"ט וכל המרבה לספר הרי זה משובח.

איידער מיר פאנגן אָן אונזער שמועס דארף ארויסגעברענגט ווערן אז מיר האבן נישט קיין שום השגה אין די טיפע ענינים פונעם גרויסן יו"ט, אלעס וואס מיר שמועסן איז נאר אין א בחינה וואס מיר טרעפן אין רש"י הקדוש גלייך ביים אנפאנג פרשה, צו את אהרן - אין צו אלא לשון זירוז מיד ולדורות - הקב"ה זאגט פאר משה רבינו מזרז צו זיין די שבט כהונה, וואס דאס מיינט פאר אונז אז צומאל ווייסן מיר וואס מיר האבן צו טוען דאך שמועסט מען עס נאכאמאל אויס און מיר זענען זיך מזרז און מחזק איינער דעם אנדערן. לאמיר זיך אויפמאכן דאס הארץ און האבן אַן אפענע ערב פסח שמועס און בעזר ה' פרובירן זוכה זיין אז דער פסח תשפ"א זאל מיט אונז פארבלייבן אין איבערלאזן א אמתע השפעה פון חירות, פרייהייט און השפעות טובות.

חזקי א לעכטיגע כיתה ג' אינגל קומט אהיים פון חדר, און ווי נאר ער קומט אריין אין שטוב זעט ער דעם באקאנטע טעגליכע בילד, זיין באליבטע טאטע שטייט און טוט אים באגריסן מיט א שמייכל ווען צו דער זעלבע צייט האלט ער אינמיטן אויפמאכן די פאָסט, די קאפ זיינע איז געבויגן אויפן רעכטן פלייצע האלטנדיג א סעלפאון ביים אויער, און מיט די אנדערע אויער ווארט ער אז דער צווייטע טעלעפאון זיינע זאל געענטפערט ווערן דורך דער עלעקטריק קאמפאני, (ער ווארט שוין גאנצע פערציג מינוט, ס'איז נישט אויסצוהאלטן) און אזוי אינמיטן פון דעם אלעם שרייט ער ארויס א גוטע טאג חזקי'עלע...

מיט רואיגקייט טוט חזקי אויס זיין מאנטל און קומט צו טאטי און ווייזט אים אז ער וויל אים עפעס דערציילן, זיין טאטע ר' הערשל ווייזט אים מיט ליבשאפט אז ער קען רואיג רעדן, ווען בשעת מעשה רעדט ער צום אגענט פונעם טעלעפאון קאמפעני, און טוט מיט די אויגן ליינען די נארוואס אנגעקומענע פרישע בילל'ס, חזקי זאגט "טאטי איך וויל דיך עפעס זאגן" און דערנאך לייגט ער צו "טאטי א קורצע זאך, נאר א מינוט", "שעפעלע איך הער, איך בין מיט דיר, אינגאנצן", "ניין טאטי הער מיך עכט", "חזקי זארג נישט, טאטי הערט דיך, הויעך און קלאר"...

"מיין רבי'ס טאטע איז נפטר געווארן און ער זיצט שבעה", "געוואלדיג ברוך ה', איך בין אמת'דיג פרייליך צו הערן פרייליכע נייעס פון חדר", "טאטי מארגן גייט מיין כיתה פאָרן", "אָה האַ א טריפ מען גייט פאָרן", "ניין, אונז גייען מנחם אבל זיין מיין רבי", אבער ר' הערשל הערט בכלל נישט וואס זיין לעכטיגע צדיק זאגט, און כאטש ער טוט עטליכע מאל אויסרופן דעם שעפעלע טאטי הערט דיר און טוט צולייגן דעם 'יעדעס ווארט' איז עס נישט די אמת... נאך עטליכע מינוט שפאצירט חזקי אוועק און זעצט זיך שפילן.

א קנאפע צוויי וואכן שפעטער קומט ר' הערשל אהיים און זאגט "חזקי פארוואס האסטו מיר נישט דערציילט אז דיין רבי זיצט שבעה, כ'וואלט זיכער אריבער געגאנגען מנחם אבל זיין"... נעבעך זיין טאטע ער איז דאך אזא וואוילער מענטש געווען, ממש א שאָד האסט מיר נישט דערציילט.

לאמיר זיך אפשטעלן און אמת'דיג אריין טראכטן וואס פאסירט אין די מוח פון דעם קליינעם חזקי' אין אט די מינוטן, פארשטייט זיך אז ס'איז פארהאן גאר אסאך נקודות וואס שפילן זיך אויס אין חזקי'ס איידעלע מוח און הארץ, ווי למשל חזקי' שפירט אז ער ווערט נישט דערהערט, ער באקומט דעם הרגשה אז וואס ער זאגט איז נישט וויכטיג, ער באמערקט קלאר אז זיין טאטע הערט אים נישט צו וכו' וכו'. און דער אמת איז אז מען וואלט זיך געדארפט גאר שטארק אריין טוען אין איעדע נקודה באזונדער, און טוען איעדע השתדלות אז ס'זאל חלילה נישט פאסירן אבער צום היינטיגע שמועס ווילן מיר שמועסן פון גאר א טיפע און יסודות'דיגע נקודה וואס פאסירט אין די מינוטן און וועט בפשטות פארבלייבן מיט חזקי' פאר פילע יארן.

חזקי' באקומט א נייע אפטייטש פון די ווערטער "שעפעלע טאטע הערט דיך", ער ווערט געוואר אז די ווערטער מיינט גארנישט, ס'האט נישט קיין שום אמת'דיגקייט צו זיך, יעצט אויסער די פילע צער און יסורים וואס חזקי' באקומט ווי פריער געשמועסט, אויסער דעם געפיל אז איך בין נישט גענוג וויכטיג וכדומה וד"ל באקומט חזקי' א נייע אפטייטש פון דעם ווארט 'איך הער', דאס גאנצע מציאות פון 'הערן' ווערט א שטיק גארנישט, א שטיק ליצנות, עפעס וואס איז אינגאנצן נישט קיין וויכטיגע זאך בכלל, ער לערנט זיך אז מען קען טוען עטליכע זאכן אויף איינמאל און צו דער זעלבע צייט זאגן און גלייבן אז 'איך הער'... די מציאות פון זיך צוהערן ווערט א נישט וויכטיגע חלק פון לעבן, ווייל אויב טאטי זאגט אז ער הערט און ער הערט נישט, דעמאלטס מוז זיין אז הערן איז גענצליך נישט וויכטיג.

און וואס פאסירט דערנאך איז אז דער קינד הערט פשוט אויף צו הערן, און צוביסלעך האלטן די ארומיגע מענטשן אז עפעס טויג חלילה נישט מיט אים, די מלמד אין חדר רעדט זיך אפ אז עפעס הערט ער נישט אויס, ער קען זיך עפעס נישט מצמצם זיין אויסצוהערן דעם דרשה אדער שיעור וכדומה, אבער דער אמת איז אז אט צו אזא סארט הערן איז ער נתחנך געווארן, אט דאס האט מען אים אויסגעלערנט און קינדער בדרך כלל פירן זיך ווי טאטי און מאמי, און אויב דאס איז טייטש הערן ביי טאטי און מאמי, אדער צומאל אין די קאלטור ווי מיר וואוינען איז דאס זיכער אויך גוט פאר מיר, און צוביסלעך מאכט חזקי' אפ אז דאס איז 'הערן'... אבער דער אמת איז ליידער א ביטערע און דער קינד ווייסט פשוט נישט ווי וויכטיג הערן איז און וואספארא יסוד עצום ס'איז פארן לעבן...

א שטיקל צייט גייט אריבער און דער טאטע פרובירט אים רופן אדער אים עפעס זאגן און פלוצלינג באמערקט זיך אז דאס קינד הערט נישט, עפעס פארשטייט ער נישט, ניטאמאל לייגט ער אראפ דאס ליין מאטריאל ווען מען רעדט צו אים... אבער מיר כאפן זיך נישט אז אט דאס איז גאנץ ענדליך צו דער לעבן וואס מיר האבן, דאס איז די וועג ווי מיר פירן זיך, דער סעלפאון ווערט נישט אראפ געלייגט, און ווען יא קלינגט עס אָן אויפהער, מיר פארפאסן חלילה נישט קיין איין שטיקל נייעס, אין איעדע אויער פארמאגן מיר א צווייטע אפאראט, מען לויפט אהער און אהין, ווי מען רופט עס "א ביזי לייפסטייל"...

לאמיר זיין אמתדיג מיט זיך אליין און זיך פרעגן ווען איז געווען דאס לעצטע מאל וואס מיר האבן זיך אוועק געזעצט מיט א הנני מוכן ומזומן אויסצוהערן איינע פון אונזערע קינדערלעך, אונזערע בני בית, מיט א אפענע הארץ און אויערן גרייט צו דערהערן און אריין נעמען דאס וואס מיר הערן, נו אפשר קען זיך דאכטן אז הערן מיינט נישט דאס, איז כדי צו באמערקן דעם פסוק (שמואל-א טו, ד) וַיְשַׁמַּע שָׁאוּל אֶת הָעָם – שאול האט צוזאם-גענומען, ער האט געטוען איינזאמלען, און ווי ס'באמערקט זיך טראגט עס דעם לשון פון 'וישמע', און אויב וועט איר פרעגן וואס האט שמועה מיט איינזאמלען? די תירוץ איז פשוט א איד הערט נישט סתם א איד נעמט אריין וואס ער הערט, א איד לעבט עס און שפירט עס, און אויב איז עס א דבר טוב לעבט מען אויף, מען פרייד זיך מיט, און אויב חלילה איז עס א מציאות פון צער שפירט מען מיט... אבער סתם הערן, ווי מען רופט 'אבּי געהערט' וואס האט דאס מיט אמתע תורה'דיגע הערן?!

אז מען כאפט א בליק אין די וועלט וואס מיר לעבן איז 'הערן' געווארן א גרינגע זאך, דער מענטש הערט מיט איין אויער די נייעס, און מיט די אנדערע אויער עפעס א שטיקל שיעור, מיט די אויגן קוקט ער אויפן טעלעפאון ווען בשעת מעשה זיצט א אייגן טייער קינד אויפן שויס און רעדט צו אונז און אט דאס מיינט פארברענגן צוזאמען, אט דאס מיינט אז מיר האבן געגעבן צייט איינער פארן אנדערן... אז מען זאל באטראכטן די וועלט פון נייעס, ס'איז נישט פארהאן די ריכטיגע ווערטער עס צו באשרייבן, ס'איז געווארן א שטיק 'גארנישט' אנגעפילט מיט שקרים וכזבים וואס פירט דעם מענטש צו א גאר טינקעלע פלאץ ה"י, דער מענטש ווערט אריינגעטוען אין פילע ענינים וואס האט מיט אונז גארנישט קיים שייכות, און מען געבט אוועק טעג וואכן און חדשים זיך אויסשרייען און פארענטפערן ווען אין אמת'ן האט עס גארנישט מיט אונז און וועט קיינמאל קיין חילוק נישט מאכן אין אונזער לעבן, אבער בעיקר העיקרים איז דער חורבן אז אט די גאנצע צובראכענע לעבנס שטייגער רופט זיך דער פרייע וועלט, דער וועלט פון חירות, אלעס איז אפען, אלעס רעדט מען, אלעס הערט מען, ווי אינפארמאציע איז צוגעשטעלט פאר יונג און אלט גאנצע 24 שעה א טאג, אין מינוטן ווייסן אלע אלעס וואס ס'פאסירט איבער די גאנצע כדיר העולם, ס'איז דער וועלט וואס אויב האלט מען נישט מיט איז מען צוריק געבליבן, ס'איז די וועלט וואס רופט זיך אהערגעשטעלט, ווען אין אמת'ן קען מען זאגן אז ס'איז בכלל נישט געלעבט... אין אזא וועלט ווי קען 'רעדן, הערן, זעהן' בכלל האבן עפעס א ווערד?!

שמועסנדיג פון דעם ענין דערמאנט מען זיך דעם באקאנטן מעשה מיטן מחותן ביים חתונה. זיצט זיך וועלוול ביים חתונה פון א קינד ביי זיין נאנטע חבר ר' יודל און ער דערמאנט זיך אז זיין שוואגער בערל זיצט שבעה און היינט איז שוין דער לעצטע טאג און דא פלאנט ער דאך צו בלייבן ביז גאר שפעט אין די נאכט אריין, נו וואס טוט מען, בלית ברירה איז ער מחליט אז מען קען מנחם אבל זיין אויפן טעלעפאון, געזאגט און געטוען וועלוול קאלט אריין צו זיין שוואגער און ווארט אז ער זאל אויפהייבן.

אינצווישן קומט די מחותן ר' יודל צו שפאצירן מיט א בּאָטל פיינע וויין אין די האנט און טוט וואונטשן פאר די חבירים פילע ברכות און ווי נאר ער געבט א כאַפ וועלוול'ס האנט פאַלן ארויס די ווערטער וואס ער האט געפלאנט צו זאגן פארן שוואגער "המקום ינחם אתכם בתוך שאר אבלי ציון וירושלים, זאלסט נישט וויסן פון קיין צער" ווי נאר ער כאפט זיך וואס ער האט געזאגט ווערט ער אינגאנצן צומישט און פארלוירן, אבער ס'נעמט נישט לאנג און ער באמערקט אז דער מחותן האט עפעס א קליין שווארצע שטיקל אין אויער וואס האלט אינמיטן אפנעמען א ברכת מזל טוב פון א ידיד אין לונדון און ניטאמאל האט ער געכאפט וואס ער זאגט נאר וואונטשט צוריק מיט א שמייכל "אי"ה ביי דיר אויף שמחות"...

טייערע ברידער און שוועסטער, ס'ליינט זיך מיט א שמייכל אבער ליידער ליגט אין די שורות א שארפע ווייטאגליכע אמת, ס'ברענגט גאר קלאר ארויס אונזער טעגליכע הלוך ילך, אט אזוי קוקן מיר אויס ווען מען לעבט א לעבן וואס דרייט זיך ארום דאס לויפן, קויפן, צוריק טראגן, מ'שפרינגט אריין און ארויס, ווען מען לעבט א לעבן וואס מיר טוען עטליכע זאכן אין די זעלבע צייט ווייל מיר זענען פשוט אסאך צו געלונגען צו טוען נאר איין זאך און מען כאפט זיך נישט אז אינצווישן פארפאסן מיר צו הערן אדער גאר דערהערן דאס לעבנס וויכטיגע פאסירונגען וואס שפילט זיך אויס ארום אונז, אבער באמת גייט עס אסאך טיפער, לאמיר זיך אויסשמועסן.

ווען דער מענטש ווערט געוואוינט נישט צו הערן, ווען דאס הייליגע מתנה פון 'הערן' ווערט א ביליגע זאַך, ווען דאס לעבנס שטייגער ווערט א לעבן פון לויפן, זיין פארנומען און זיך נישט אפשטעלן פאר א סעקונדע, ווערט דער מענטש 'אליין' נשפע דערפון, מיר ווערן אליין געוואוינט צו ווערן מענטשן וואס הערן נישט, מענטשן וואס קענען נישט דערהערן דעם אמתע אינערליכע רוף און געשריי, און דאס לעבן לויפט טאג נאך טאג און מיר נעמען נישט די צייט זיך אפצושטעלן און דערהערן דאס אייגענע אינערליכע רוף, ווי חז"ל זאגן אונז (אבות פרק ו' משנה ב) אמר רבי יהושע בן לוי, בכל יום ויום בת קול יוצאת מהר חורב ומכרזת ואומרת אוי להם לבריות מעלבונה של תורה – ס'איז פארהאן א בת קול וואס גייט ארויס טעגליך און רופט דעם איד צו תורה ומצוות – און ווי באקאנט איז דאס לעכטיג ווארט פונעם בעל שם הקדוש זי"ע אז דער בת קול איז דער אינערליכע הייליגע רוף וואס א איד שפירט טיף אין הארץ, ס'איז דער אינערליכע געפיל וואס שרייט אינעווייניג און רופט דעם איד צו מער התקרבות לה', מער אהבת ה', מער יראת שמים און אזוי פיל נאך אבער פון אונז פארלאנג זיך צו הערן און דערהערן די הייליגע רוף, מיר דארפן מאכן דעם כלי, דעם הייליגן כלי קיבול וואס געבט פלאץ און טוט ערלויבן דעם מענטש צו דערהערן דעם רוף און ברענגט עס ארויס מכח אל הפועל, אבער אויב חלילה לאזט זיך דער מענטש ווערן אריינגעשלעפט אין די טעגליכע וועלטליכע לעבנסשטייגער איז כמעט נישט מעגליך צו דערהערן דעם דבר ה', צו הערן דעם אינערליכע בת קול, און מיר דרייען זיך ארום צומישט און פארלוירן, פון איין זייט זענען מיר פארנומען מיט כל ערליי נישט וויכטיגע זאכן, אלע מיני סארטן נייעס, פאליטיק, ליין מאטריאל, האַט-ליינס וכדומה, אבער פון אינעווייניג שפירט מען דעם חלל, מען שפירט דאס ליידיגקייט און צוביסלעך עסט עס אויף, און דער מענטש איז אינגאנצן נישט רואיג און ניטאמאל ווייסן מיר פארוואס... מען הערט נישט!

אז מיר זאלן זיך מתבונן זיין און זיך פרעגן ווען איז געווען דאס ערשטע מאל וואס מיר טרעפן אט דעם שרעקליכן סארט גלות, דער תירוץ איז פשוט אז טאקע גלות מצרים, דארט איז געווען דאס ערשטע מאל וואס דער מצב האט אונז געפירט צו א פלאץ אז מיר האבן נישט געקענט 'הערן', מיר זענען געשטאנען נעבן אונזער הייליגע רבי, נעבן אונזער ישועה אבער דער אידעלע האט נישט געקענט הערן ווי די פסוק זאגט וַיְדַבֵּר משֶׁה כֵּן אֶל בְּנֵי יִשְׂרָאֵל וְלֹא שָׁמְעוּ אֶל משֶׁה מִקֹּצֶר רוּחַ וּמֵעֲבֹדָה קָשָׁה מיר האבן זיך נישט צוגעהערט ווייל מיר זענען געליגן אין ארבעט, אמת אז דארט איז עס געווען געצווינגען און היינט ווערן מיר ב"ה נישט פיזיש אונטערדריקט, פארקערט גאר בזמנינו קומט עס מיט א שטאלצקייט, ס'קומט אין דער נאמען פון זיין אויפגעקלערט און מיט האלטן אלעס וואס פאסירט, דער גלות איז אבער די זעלבע דער קצר רוח גייט אָן אין פולן שוואָנג, דער אידעלע שטעלט זיך נישט אפ כאפן א גוטע אטעם און זיך אביסל צוהערן צו די אייגענע ישועה אונזערע, צו אונזער אייגענע משה רבינו, אבער דער גלות, דער מצרים און שעובד וואס דאס ברענגט אויף אונז איז פונקט דאס זעלבע ווי אין מצרים, מיר הערן נישט, מיר דערהערן נישט זיך און ליידער אויך נישט די ארומיגע. און טאקע דאס זאגט משה רבינו צו השי"ת וַיְדַבֵּר משֶׁה לִפְנֵי ה' לֵאמֹר הֵן בְּנֵי יִשְׂרָאֵל לֹא שָׁמְעוּ אֵלַי וְאֵיךְ יִשְׁמָעֵנִי פַרְעֹה וַאֲנִי עֲרַל שְׂפָתָיִם - משה רבינו האט נישט געזאגט אז מיר הערן נישט פיזיש, זיכער אז במציאות האבן מיר געהערט, וואס אונזער רבי זאגט איז אז אין די טיפקייט זענען די אידישע קינדער אין א מצב וואס זיי הערן נישט, זיי זענען אין א מצב אז זיי דערהערן נישט, און ווילאנג א איד דערהערט נישט איז ליידער גאר שווער, דער איד איז נישט אפען פאר ישועות און גאולה.

דער רמח"ל אין זיין ספר מסילת ישרים (פרק ב) ביי 'מידת הזהירות', רעדט גאר קלארע דיבורים פון דעם יסוד פון זיך אפשטעלן און זיך מתבונן זיין, אריינטראכטן אין דעם אמתע תכלית החיים און זיך פרעגן וואס איז מיין ציל און שאיפה, דער רמח"ל גלייכט צו דער מענטש וואס שטעלט זיך נישט אפ טראכן און מאכן א אמתע חשבון הנפש, דער מענטש וואס דערהערט נישט דעם אינערליכע רוף פון לעבן צו איינער וואס שפאצירט ביים עק פון א גדר אפען צום גרויסן רעשיגן ים וואס ווי פארשטענדליך איז דאס א סכנה עד אין לשער אט דאס זעלבע איז מיט דער נישט טראכטעדיגע מענטש, און ער איז ממשיך און שרייבט אז אט דאס איז געווען דער עצה פון פרעה הרשע, מען וועט שווערער מאכן די ארבעט אויף די אידישע קינדער אזוי ארום וועלן זיי נישט האבן קיין שום קאפ, מח, הארץ צו טראכטן, צו הערן אדער דערהערן דעם דבר ה' און דערמיט וועלן די בני ישראל צופאלן ה"י. ער אליין האט דאך דאס געלעבט ווי דער פסוק זאגט אונז איינמאל און נאכאמאל אז כאטש הקב"ה האט אים געוויזן די גרעסטע נסים ונפלאות פארענט פון די אויגן דאך הערט ער נישט, ווי די פסוק זאגט וַיֹּאמֶר פַּרְעֹה מִי ה' אֲשֶׁר 'אֶשְׁמַע' בְּקֹלוֹ לְשַׁלַּח אֶת יִשְׂרָאֵל לֹא יָדַעְתִּי אֶת ה' וְגַם אֶת יִשְׂרָאֵל לֹא אֲשַׁלֵּחַ, שפעטער טרעפט מען וַיֶּחֱזַק לֵב פַּרְעֹה וְלֹא שָׁמַע אֲלֵהֶם כַּאֲשֶׁר דִּבֶּר ה' – דער רשע 'הערט נישט, דער רשע דערהערט נישט, ער פארשטאפט דאס הארץ און דערמיט דערהערן מיר אז אט דאס איז די גרעסטע גלות וואס נאר פארהאן...

פון די אנדערע זייט טרעפן מיר די לעכטיגע פסוקים ווי אונזער באליטע טאטע קומט צו משה רבינו און זאגט וַיֹּאמֶר ה' רָאֹה רָאִיתִי אֶת עֳנִי עַמִּי אֲשֶׁר בְּמִצְרָיִם וְאֶת צַעֲקָתָם שָׁמַעְתִּי מִפְּנֵי נֹגְשָׂיו כִּי יָדַעְתִּי אֶת מַכְאֹבָיו הקב"ה זעט און 'הערט' און ווייסט אונזער ווייטאג - וְגַם אֲנִי שָׁמַעְתִּי אֶת נַאֲקַת בְּנֵי יִשְׂרָאֵל אֲשֶׁר מִצְרַיִם מַעֲבִדִים אֹתָם וָאֶזְכֹּר אֶת בְּרִיתִי – איינמאל און נאכאמאל טרעפן מיר ביי אבינו שבשמים דער געדאנק פון 'שמעתי', אונזער הייליגע טאטע הערט און שפירט מיט, און ווי מיר שמועסן איז דאך ממש לעכטיג די לשון פון הערן, ווייל הערן מיינט נישט פיזיש הערן, (אפשר דאס אויך) בעיקר מיינט עס דערהערן, הקב"ה שפירט מיט און איז מיט כלל ישראל אין די שווערסטע מינוטן אונזערע.

דערמיט איז געוואלדיג לעכטיג צוריק צו קומען צו דער מצוה פון סיפור יציאת מצרים און דערהערן א נייע טיפקייט, כדי צו קענען דערציילן אז אונזערע קינדער זאלן הערן אדער דערהערן פארלאנג זיך פון אונז "אז מיר זאלן זיי אויסלערנען צו ווערן מענטשן וואס הערן און דערהערן" און דאס איז א גרויסע עבודה ווייל ווי געשמועסט אז כדי צו ווערן א מענטש וואס הערט און דערהערט דארף מען טאקע זיין איינער וואס איז גרייט זיך אוועק צו רייסן פון דער גלות'דיגע לעבנסשטייגער, מען דארף זיך אפהאקן פון די טעגליכע וועלט וואס איז מזלזל אין דעם געדאנק פון הערן, נאר פארקערט זיך באמת אריינלייגן אין א לעבן פון הדבק במדותיו של הקב"ה און אויב אונזער טאטע הערט דארפן מיר ווערן הערערס, אויסלערנען זיך און אונזערע קינדער אז מיר זענען מענטשן וואס הערן זיך איינער דעם צווייטן, מיר זענען מענטשן וואס פארשטייען אז וואס א איד הערט איז חשוב און טייער און דערמיט גיין דעם צווייטן הייליגן טריט און אויסלערנען זיך און אונזערע קינדער צו הערן דעם הייליגן אינערליכע רוף וואס פלאקערט אין אונז...

ליל הסדר איז דער נאכט וואס דער איד מאכט סדר, ס'איז דער נאכט וואס מיר זענען אמת'דיג און מיר 'דערציילן' פאר אונזערע קינדער וואס דער רשע פרעה האט מיט אונז געוואלט טוען און בדרך רמז זענען מיר מקיים דעם חייב אדם לראות את עצמו כאילו הוא יצא ממצרים, דער אידעלע זעט זיך אליין ארויסגיין פון אונזער היינטיגע סארט גלות מצרים'ס וואס צודריקט און צורייסט דעם מענטש מיט כל מיני סארטן קצר רוח און עבודה קשה'ס ודי למבין, דער טאטע רופט אויס צו זיך און צו די משפחה "טייערע קינדער במשך דעם יאר זענען מיר גאר שטארק אריינגעשלעפט אין דעם זומפ פון עבודה קשה, 24 שעה אין טאג טוט אונז דער יצר פארדרייען דעם קאפ אז דאס איז עס, כבוד, געלט, פאלטשע שטארקייט, נייעס און כל מיני סארטן שטותים והבלים, ער פארקויפט אונז א געוויסע געדאנק אז מיר דארפן זיין דאס ערשטע, בעסטע און שטערקסטע אין אלעם, און דאס ברענגט אז דער אידעלע ווערט אינגאנצן אפגעהאקט פון זיינע נאנטע מענטשן, מ'ווערט בּיזי-פארנומען און בעיקר ווערט מען אפגעהאקט פון די אייגענע זיך, אבער טייערע קינדערלעך פסח ביינאכט שטעלט מען אפ דעם געלויף, פסח ביינאכט רופן מיר אויס אז גענוג איז גענוג"!

ווען מיר זענען זוכה זיך אפצושטעלן פונעם טעגליכע געלויף, ווען מיר זענען מצליח זיך צו באפרייען כאטש א קליין ביסל מיט כל מיני שטארקע קבלות טובות באגלייט מיט שטארקע און פעסטע החלטות "אז מיין לעבן גייט זיך בעזר ה' טוישן דער מציאות פון 'הערן און דערהערן' גייט האבן עפעס א משמעות", ווען די בני בית, קינד אדער נאנטע חבר רעדט צו מיר וועלן די ווערטער דערהערט ווערן, זיי וועלן אריינגענומען ווערן, וועלן מיר 'אליין' בעזר ה' זוכה זיין אריינצונעמען א טיפע הייליגע אָטעם אינעם אייגענע נשמה טהורה וואס ליגט אין אונז ווי מיר זאגן טעגליך אלוקי נשמה שנתת בי טהורה היא, און ווען מיר טוען דאס מאכט זיך בסייעתא דשמיא פלוצלינג אויף א קוואל פון דערהערן דאס אייגענע און הייליגע 'זיך' פון אונז און פון אונזערע קינדערלעך, ווייל ווי פשוט איז דאך דער מציאות אז איעדע נשמה און קינד איז א וועלט פאר זיך, (ווען מיר שטעלן זיך אפ מיט א טראפל התבוננות איז עס דברים פשוטים) ס'איז נאר ווען מען טראכט נישט, ווען מען לעבט אין די יאגעניש זעט עפעס אלעס אויס די זעלבע, יעדער מוז זיין און זיך פירן אייניג וכדומה וואס דאס איז אלץ א חלק פון גלות, אבער יעצט פסח ביינאכט ווען מיר דערהערן יא, ווען מיר 'הערן' דעם הייליגן רוף און ס'ווערט מקיום דעם למען תספר באזני 'בנך ובן בנך' איעדע קינד ווערט א בנך – א בן יחיד, ווייל אין דער וועלט פון שמועה-הערן, אין א וועלט פון זיין פארבינדן מיט דעם אינערליכע הייליגע רוף איז עס בנך, און דערמיט איז אויך לעכטיג די ווערטער וואס מיר זאגן אין די הגדה כנגד ארבעה בנים דיברה תורה - חכם, רשע, תם, ושאינו יודע לשאול – איעדע קינד האט זיין שפראך, זיין געדאנק און מיר דארפן זיך צוהערן און מאכן זיכער אז מיר געבן פאר איעדן קינד דאס פלאץ אויפצומאכן דעם נשמה און אויסגיסן די אינערליכע געפיל, ווי ס'ווערט געברענגט אין די ספרים הקדושים אז פסח איז א זמן פון פה-סח די מויל שמועסט, ס'גיסט זיך ארויס די אינערליכע געפיל און דאס ערמעגליכט דעם קינד צו הערן זיין אייגענע אינערליכע בת קול און בעזר ה' ווערט פלוצלינג מקיום דעם וידעתם כי אני ה' מיר ווערן קלארע דערציילער!

אין א שטעטל נאנט צו ברדיטשוב האט געוואוינט א איד וואס האט געהייסן ר' מענדל, דער ר' מענדל האט פארמאגט א גאסט-הויז וואו אידן פון אלע שיכטן און קרייזן וואס זענען געווען אויפן וועג צום סנגורן של ישראל דער הייליגער בארדיטשוב רב זי"ע פלעגן דארט איינשטיין און איבער נעכטיגן.

ויהי היום דער ר' מענדל האט אנגעפאנגן האבן מחשבות אז ס'איז גענוג, ס'איז שוין צייט אז ער זאל זיך אליין זעצן לערנען, די מחשבות האבן זיך אנגעפאנגן גאנץ פשוט אבער ס'האט
נישט לאנג גענומען און ר' מענדל האט געלאזט רופן זיין זוהן יושע און אים מכבד געווען איבער צו נעמען דעם גאסט-הויז ווייל ער פלאַנט אין די נאנטע טעג צו פארן צום הייליגן בארדיטשובער און ווערן פון די דערהויבענע תלמידים.

געזאגט און געטוען, דאס יונגע יושע איז געווען גאר א געלונגענער און האט זיך גלייך גענומען צום ארבעט, און פון א קליין אלטע גאסט-הויז איז עס געווארן א ברייט באניצטע גאסט-הויז וואו גאר אסאך נישט אידישע רייכע לייט האבן זיך אנגעפאנגן דרייען און צוביסלעך האבן די חסידים אויפגעהערט דארט איינשטיין און דאס פלאץ איז פארוואנדעלט געווארן צו א קרעטשמע סארט גאסט-הויז.

איין טאג נאכן לערנען האט הרה"ק מברדיטשוב זי"ע צוגערופן ר' מענדל און געזאגט: די משנה לערנט אונז 'איזהו חכם המכיר את מקומו' צומאל מיינט דער מענטש אז די ריכטיגע פלאץ אונזערע איז אויף עפעס אַן אנדערע פלאץ פון וואו מיר זענען, און אויך איר האט געטראכט אז קומען דא און ווערן פון די תלמידים איז אייער ריכטיגע פלאץ אבער דאס אמת איז נישט אזוי, ר' מענדל איר האט געהאט א גאסט-הויז וואו אידן זענען געקומען און געגאנען, איר האט כסדר געהערט דאס אנגעלייגטע הארץ פון אידישע קינדער וואס זענען געווען אויפן וועג אהער, און דערנאך די פרייליכע הערצער ווען די אידן זענען געווען אויפן וועג אהיים, אבער איר האט נישט אַנערקענט דאס גרויסקייט פון 'הערן און דערהערן' דאס געפילן פון אידישע קינדער, וויסן זאלט איר אז ס'איז נישט פארהאן עפעס מער חשוב פון זיין און געבן א אוזן קשבת פאר די קינדערלעך פון אבינו שבשמים, ר' מענדל ס'איז צייט איר זאלט צוריק פאָרן צום שטעטל און צוריק שטעלן דעם גאסט-הויז און ממשיך זיין מיט די הייליגע עבודה אייערע, דארט איז אייער פלאץ!

טייערע ברידער און שוועסטער, יו"ט איז שוין אט דא, לאמיר מאכן זיכער אז מיר גייען אריינקריצן פסח תשפ"א ביי אונז אין נשמה, לאמיר מאכן ערענסטע שטארקע קבלות אין זיין א בני חורין אידישע קינדער וואס פירן זיך ווי הקב"ה און 'הערן', לעבן דעם וגם אני 'שמעתי' את נעקת בני ישראל, מיר הערן און דערהערן צו די געפילן פון די מענטשן ארום אונז, מיר רייסן זיך אפ פון די טעגליכע געלויף און פאנגן אָן לעבן א רייכע לעבן פון הרחבת הדעת און שלוות הנפש, א לעבן וואס כאטש מען ארבעט, כאטש מען איז עוסק אין דעם עבודה קשה מאכט מען זיכער אז די נשמה אטעמט, אז די נפש ווערט געוואסערט, און צו די זעלבע צייט האקט מען זיך אפ פון דער גאנצע מציאות העולם וואס פארקויפט שטותים און הבלים און מאכט אונז זיין משעובד צו יעדע שטות והבל פון די גאנצע וועלט, וואס לאזט אונז זיך נישט צוהערן צו די אייגענע זיך, צו די אייגענע בת קול אונזערע און בעזר ה' זוכה זיין צו ווערן א דערציילער וואס דערציילט פון נשמה ארויס און געבט איבער דער אמתע אינערליכע געפיל און דערמיט צינד מען אן דעם פייער ביים קינד אז אויך ער דערהערט און ווערט קלאר אין דעם וידעתם כי אני ה'. ויה"ר אז מיר זאלן זוכה זיין בזכות וואס מיר טוען אונזער חלק אז הקב"ה זאל ביי אונז אריינשיינען און באלייכטן מיט כל מיני ברכות און ישועות און אט שוין זאלן מיר זוכה זיין צו דאס וואס מיר ווארטן שוין אזוי לאנג ווען ס'וועט מקיום ווערן דעם כי מלאה הארץ דעה את יהוה כמים לים מכסים בביאת מלך המשיח בב"א.

א לעכטיגע שבת קודש און א חג כשר ושמח!

זיך איינצושרייבן צו באקומען די "מיט א טיפערן בליק"
דורך אי-מעיל בעז"ה tiferenblik@gmail.com

דער אשכול פארמאגט 1 תגובה

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר