ווען פון הארץ שרייט זיך "למה"!

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
א שעפעלע
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 368
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 17, 2014 9:19 am
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 161 מאל

ווען פון הארץ שרייט זיך "למה"!

שליחה דורך א שעפעלע »

בס"ד

א גוטן טייערע חבירים וידידים..!

שטייענדיג ביי פרשת בהר בחקתי, איז צייט זיך אפצושטעלן און כאפן א בליק אויף ספר ויקרא און באמערקן אז אט האבן מיר בסייעתא דשמיא זוכה געווען צו לערנען די פילע לעכטיגע פרשיות וואס רוב דערפון דרייט זיך ארום אונזער הייליגע משכן, דער בית ה' מיט אירע קרבנות, די הייליגע מועדים, די פילע מצוות וואס ליגן אין ספר ויקרא און דערמיט קומען מיר צום סוף און איידער מיר שרייען אויס דעם "חזק חזק ונתחזק" האבן מיר דעם פרשת בחקותי, וואס פאנגט זיך טאקע אָן מיט די באקאנטע ברכות אבער דערנאך טרעפן מיר זיך מיט די שווערע פסוקים פון די תוכחה, וואו די תורה הק' זאגט אונז אז
אויב חלילה מיר וועלן זיך נישט פירן ווי ס'דארף צו זיין וועט קומען אויף אונז כל מיני שווערע געשעענישן וד"ל, און מיר ענדיגן ספר ויקרא, חזק חזק ונתחזק.

לאמיר זיך אפשטעלן און אריין טראכטן: א. וואס איז די שייכות צווישן פרשת בהר און בחקתי אז די צוויי גייען פילע יארן צוזאמען? ב. וואס איז טאקע דער פשט אז מיר ענדיגן דעם הייליגן ספר מיט די פרשה פון תוכחה, בכלל וואס מיינט די תוכחה און וואס דארף דאס אויפטון און משפיע אויף אונז? בפרט ווען מיר שטייען אין א זמן וואס מיר זענען אריבער דאס אומבאשרייבליכע טראגעדיע אין מירון וואס האט אונז צושאקלט און צוקלאפט, מיר האבן געמיינט אז ווען עטליכע טעג וועלן פארביי גיין, וועט עס גרינגער ווערן אויפן הארץ, אבער דער אמת איז ממש פארקערט, אמת אז דער שאק ווערט גרינגער אבער די אינערליכע געפילן, די מוח און הארץ איז אנגעפילט מיט געפילן און הרגֵשים... ס'רייסט דאס הארץ, מען וויל זיך אויפהייבן... און ערשט יעצט האבן מיר דאס ביסל קלארקייט זיך צו פרעגן על מה עשה ה' ככה? וואס האט דאס מיט אונז? וואס האבן מיר צו טוען און ווי גייט מען פאראויס פון אזא סארט געשעעניש? בפרט ווען מען הערט די אלע אומגלויבליכע מעשיות סיי פון די הייליגע נפטרים און סיי פון זייערע באליבטע בני משפחה וואס דאס לייגט נאר צו צום געפיל פון "פארוואס"? וואס האט דא פאסירט? וואס מיינט דאס פאר אונז און אזוי ווייטער.

פארשטייט זיך אז מיר האבן נישט קיין השגה אין די טיפע ענינים, און בפרט ווען מ'רעדט פון חשבונות שמים, לאמיר אבער פרובירן אויף אונזער מדריגה זיך פארטיפן און בסייעתא דשמיא זוכה זיין ארויסצונעמען די ריכטיגע חיזוק און הדרכה פאר'ן טאג טעגליכן לעבן, און מקיים זיין ריכטיג דעם חזק חזק ונתחזק.

דער הייליגע בעל התניא זי"ע האט דערציילט: אז אמאל איז א אידל געפארן אין שטאט אריין מיט זיין פערד און וואגן אנגעפילט מיט סחורה צו פארקויפן אויפן מאַרק, ווען פלוצלינג האט זיך די וואגן פארהאנקעט און אויפגעהערט צו פארן ווייטער, דער איד גייט אראפ און כאפט א בליק וואס ס'האט פאסירט, און ער באמערקט גלייך אז ער איז אריינגעפארן אין א זומפ, די רעדלעך פונעם וואגן האבן איינגעזינקען אין א טיפע בלאָטע און זיי קענען זיך נישט רירן פון אָרט, דער איד האט געשלעפט און געהאקט, אבער ס'איז נישט געגאנגען, פונקט דעמאלטס גייט דארט אדורך א צווייטע איד, יענער איז געווען א איד אַן עושר, ער זעהט וואס האט פאסירט ער האט רחמנות, ער פראבירט אביסל צו העלפן ארויסשלעפן דעם וואָגן, אבער בטבע האט ער נישט פארמאגט קיין פיזישע כוחות, און ער האט קיין סאַך נישט געקענט אויפטון דארט, גיבט ער א קרעכץ און רופט זיך אָן: רבוש"ע... ווען איך קען ווען העלפן דעם איד מיט געלט וואלט איך אים געגעבן וויפיל ער דארף נאר, אבער מיט פיזישע כוחות קען איך נישט ווייל דאס האב איך נישט.

ממש אין די זעלבע צייט, אויף א צווייטע פלאץ האט שפאצירט א איד וואס איז געווען א גיבור עצום, א שטארק געבויטע מענטש מיט ברייטע ביינער, ווען פלוצלינג הערט ער פון דערווייטענס קולי קולות, מ'שרייט עפעס און מ'וויינט שרעקליך, איז ער תיכף אהינגעלאפן וועלנדיג ארויסהעלפן, אבער ווי נאר ער קומט אָן צום סצענע, זעהט ער ווי דער פריץ מיט זיינע סאלדאטן שלעפן א איד מיטן משפחה זיינע צום שטאטישע תפיסה וואס בימים ההם איז עס געווען א טיפע גרוב רח"ל און דאס אלעס פארן זינד פון נישט באצאלן זייערע חובות. גיבט דער איד א שריי פון טיפן הארץ, אוי געוואלד רבוש"ע, ווען דער איד וואלט געדארפט פיזישע הילף וואלט איך אים גערן געהאלפן און געטון וואס נאר מעגליך איהם צו ראטעווען, אבער באשעפער דער איד דארף געלט, און געלט האב איך נישט.

האט דער הייליגע בעל התניא אויסגעפירט די מעשה: ווען עס ווענדט זיך ווען אין אונז און אין אונזער קליינע שכל, וואלטן מיר דאָך אודאי געטון פארקערט, און געשיקט דעם שטארקן איד אויפן וועג וואו ער וועט באגעגענען און קענען העלפן דעם איד מיט'ן וואגן, און דער רייכער איד זאל אנטרעפן דעם פריץ מיט זיינע משרתים און העלפן אויסלייזן א איד פון געפענגעניש. אבער מיר זאגן ביים דאווענען אין די ימים נוראים אַתָּה יודֵעַ רָזֵי עוֹלָם וְתַעֲלוּמות סִתְרֵי כָל חָי, עס זענען טאקע פארהאן געוויסע סודות וואס השי"ת האט אונז מְגַלה געווען, למשל רזי תורה, סודות התורה קענען די חכמים משיג זיין, אבער די "רָזֵי עוֹלָם" די סודות הבריאה וויאזוי די וועלט פירט זיך און פארוואס געוויסע זאכן געשעען די וועג וויאזוי זיי געשעען, דאס איז נאר "אַתָּה יוֹדֵעַ" רָזֵי עוֹלָם וְתַעֲלוּמות סִתְרֵי כָל חָי, נאר איין איינציגער באשעפער ווייסט און פארשטייט וואס ער טוט, און מיר האבן נישט קיין השגה אין דעם.

דעריבער נאר נאך אזא הקדמה, ווען מיר ווייסן און גלייבן באמת, מיר זענען מאמין באמונה שלימה אז דאס זענען רזי עולם וואס השי"ת האט באשערט מיט א פונקטליכן חשבון און תכלית, און עס איז ווייט פון אונזער שכל כרחוק מזרח ממערב, קענען מיר אריינקריכן און זיך אביסעלע מתבונן זיין און מאכן סדר אין אונזערע מחשבות.

לאמיר זיך אפשטעלן און אויפמאכן דאס הארץ אונזערע און ארויסברענגן אונזערע געפילן, ווייל א אידיש געפיל איז אמת, ס'איז די מציאות פון א איד, אויסער די געווענליכע און ערווארטעטע מענטשליכע געפילן אין אזא פאל, האבן מיר אידישע געפילן, ערליכע געפילן, הרגשים וואס קומען פון די טיפענישן פון אונזער נשמה, מיר זענען אדורך א גזירה נוראה און א שרעקליכע ווייטאג ווען א חלק פון כלל ישראל איז פון אונז אוועק געריסן געווארן אויף אזא טראגישן אופן. איז אין אזא צייט די גרעסטע געפיל וואס ליגט ביי אונז, די שאלה וואס דרוקט אונז "למה?!" רבונו של עולם פארוואס? פארוואס האט דאס פאסירט צו אונז?. יעצט, אז מ'רעדט פון למה דארף מען אודאי דערמאנען אז ס'איז א גרויסע חילוק אויף וועלכע אופן מ'פרעגט דעם למה. ווי איינס פון די חשוב'ע זיידעס האט דערמאנט ביי זיין הספד א ווארט פון צדיקים "לָמָה, יֹאמְרוּ הַגּוֹיִם", אז די טענה פון 'למה' דאס זאגט א גוי, א איד פרעגט נישט קיין קושיות. און דער אמת איז טאקע אזוי, ס'איז פארהאן א "למה" וואס מיר טאָרן באמת נישט פרעגן, די למה פון א גוי איז א למה פיל מיט טענות און תרעומות, ער שרייט און שעלט מיט ייאוש "למה?!" פארוואס פונקט איך, פארוואס האט דאס מיר באטראפן, און ער ערווארט נישט קיין תשובה פון קיינעם, ער האט אפילו נישט באמת צו וועמען צו ווענדן זיין למה, עס איז סתם א אויסדרוק פון זיין שווער אנגעווייטאגטע הארץ.

אבער קעגן דעם איז דא א ריינע "למה", א הייליגע קרעכץ און א געשריי פון א אידיש הארץ, ווען ער וויינט און פרעגט מיט אַן אמת און א ביטול, רבונו של עולם, פארוואס האט דאס פאסירט, וואס וויל מען פון אונז, וועלכע ענין וויל מען אונז מעורר זיין פון הימל, וואס קען איך טוען צו ווערן בעסער און מער אויסגעהאלטן. ווי כלל ישראל האט במשך אלע דורות געוויינט און נאַס געמאכט דעם תהלימ'ל מיט דוד המלך'ס הייליגע ווערטער, לָמָה ה' תַּעֲמֹד בְּרָחוֹק... קֵלִי קֵלִי לָמָה עֲזַבְתָּנִי... לָמָה ה' תַּעֲמֹד בְּרָחוֹק תַּעְלִים לְעִתּוֹת בַּצָרָה... עוּרָה לָמָה תִישַׁן ה'... און אזוי ווייטער, פילע פסוקים פון א וויי געשריי און א געבעט צום אייבישטער מתוך א ריינע אמונה, פארוואס?! און מיר וועלן דאס פראבירן צו ערקלערן אין די קומענדיגע שורות בסייעתא דשמיא.

דער אמת איז אז אפילו אינעם לויף פון אונזער טאג טעגליכע לעבן איז פארהאן א געוואלדיגע קלארקייט, טיף אין א אידיש הארץ געפונען זיך גאר אסאך יסודות וואס מיר ווייסן מיט די גרעסטע בהירות, מיר אלע האבן אמונה און בטחון און ווייסן אז אלעס איז באשערט, ס'איז ביי אונז קלאר אז א מענטש מיט זיינע מעשים קען גארנישט 'כאפן' מער ווי ס'איז אים באשערט, און מיר ווייסן גאנץ גוט וואס איז דער רצון ה' פון אונז אין געוויסע אומשטענדן, און מיר ווייסן אפילו ווען מיר דארפן תשובה טוען. נאר וואס דען, דער יצר הרע מאכט זיכער אויף אלע סארטן וועגן אז מיר דערהערן נישט און מיר זענען זיך נישט מתחבר צו אונזער קלארע אמת, ער מאכט זיכער אז מיר ווערן פארשפילט, צומאל איז עס אונזערע תאוות, חמדות, און מידות רעות, צומאל איז עס אונזערע שוואכקייטן און פחדים וואס נעמען אונז איבער, און מיר לעבן ליידער נישט דעם נאטורליכן אמת וואס איז באגראבן אין אונז, מיר טוען זיך אוועק ריקן פון די אמת'דיגע געפילן פון א אידיש הארץ, און אסאך מאל ווילן מיר ליידער נישט שפירן דעם אמת, מיר ווילן עס איבערשרייען מיט אונזערע קולות, אז מיר זאלן נישט הערן דעם אינערליכן רוף. אבער אונזער הייליגע טאטע אין הימל שיקט אונז אמאל א אויפוועקונג, עס קומען אזעלכע מצבים וואס זענען ממש ווי א דינער אינמיטן העלן טאג, מיר געבן זיך א וועק אויף פון שלאף, און פלוצלינג שווימען ארויף די אינערליכע געפילן פון אמונה און יראת שמים וואס זענען באהאלטן טיף, פלוצלינג דערהערן מיר מיט די גרעסטע מאָס קלארקייט זאכן וואס בדרך כלל וואלטן מיר אפילו נישט געגלייבט אז מיר זענען בכלל נאנט צו דעם מדריגה, אויף א פשוט'ע דינסטאג וואלטן מיר געזאגט אז אזא שטארקע אמונה דאס האט נאר מיט בעלי השגה, מיט גרויסע מענטשן, אבער ווען דער בליץ צושאקלט דעם איד באמערקן מיר גלייך אז אט ליגט די געפילן אין אונז, ווי פאלגענד.

הכרת ה' – השגחה פרטית!
ווען א איד שרייט ארויס "למה" אין אַן עת צרה, ליגט אין דעם עטליכע ריינע נקודות, ער הייבט אויף זיינע אויגן און הארץ צום הימל מיט קרבת אלקים, און ער פרעגט למה. די ערשטע זאך איז די הכרה אינעם אייבישטער! דאס אליינס אז מיר געבן א שריי ארויס "אוי געוואלד טאטע אין הימל, פארוואס?", דאס אליינס איז א בשורה טובה פון די נשמה פון א איד, ווייל דאס מיינט אז מיר גלייבן און אנערקענען אז ס'איז אלעס פון אויבן, דער אייבישטער האט דאס געשיקט, עס האט א חשבון און א השגחה פרטית, און ס'האט נישט פאסירט פון זיך אליין, ס'איז א למה וואס שטאַמט פון אמונה און בטחון, אֲנִי מַאֲמִין בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה. שֶׁהַבּוֹרֵא יִתְבָּרַךְ שְׁמוֹ הוּא בּוֹרֵא וּמַנְהִיג לְכָל הַבְּרוּאִים. וְהוּא לְבַדּוֹ עָשָׂה וְעוֹשֶׂה וְיַעֲשֶׂה לְכָל הַמַּעֲשִׂים, הייליגע טאטע מיר ווייסן קלאר אז דו האסט עס געשיקט, און כאטש ס'טוט אונז וויי דאך קומען מיר צו דיר, וואס דאס מיינט אז טיף טיף אין אונזער למה ליגט א קלארע הכרה אין דעם אני מאמין אז טאטע דו ביסט עס, און דו רופסט מיר דערמיט.

ס'קומט אין מחשבה א מעשה וואס איז כדאי צו חַזרן, ווען מיר האבן געלערנט אין ישיבה ביים ראש ישיבה מרן הגרי"ד קופלמאן זצוקללה"ה דעמאלטס האט פאסירט דעם שרעקליכע צונאמי אין יאפאן וואס האט אויפגעשאקלט די וועלט און הונדערטע טויזענטע מענטשן זענען געשטארבן. די ישיבה איז געווען אין לוצערן, שווייץ, א קליין דערפל אינדרויסן פון שטאט, און טעגליך פלעגט זיין א כמו צייטונג (א צעטל מיט די טעגליכע געשעעענישן) וואס פלעגט געלייגט ווערן ביי די טירן פון די איינוואוינער, דער ראש ישיבה גייענדיג מיט די אויגן אויף אראפ האט פלוצלינג באמערקט די צייטונג און ס'האט ארויסגעשריגן אין גרויס די קעפל פון די שאקירנדע נייעס, געשטאנען איז דארט אויף די דויטשע שפראך די צוויי ווערטער "נאטור קאטאסטראפע", דער ראש ישיבה זצ"ל האט זיך צופייערט און א שריי געגעבן "אויב ס'איז דער נאטור, זאלן זיי זיך טאקע ווענדן צום נאטור".

דערנאך שבת ביים שמועס האט דער ראש ישיבה געקאכט און געפלאמט אין דעם ענין צו די תלמידים, אז ביי אומות העולם איז עס א נאטור קאטאסטראפע, אבער ביי אונז איז עס א פונקטליכע השגחה פרטית, ס'איז פונקט דאס וואס הקב"ה האט געוואלט מיט א חשבון און א ציל, און טאקע דערפאר ווענדן מיר זיך צו אונזער הייליגע טאטע.

און אפשר בדרך ווערטל קען מען זאגן, אז "נאטור קאטאסטראפע" מיינט, אויב א איד זאגט אויף עפעס אז ס'איז פון די נאטור, ס'האט פאסירט פון זיך אליין, דאס אליין איז די גרעסטע קאטאסטראפע! אויב עפעס געשעט און מיר פארגעסן אז ס'איז געקומען פון א גזירת שמים און מיט א פונקטליכע חשבון, דאס איז א צרה צרורה (זעה ווייטער פונעם רמב"ם).

קומט אויס, אז ווען מיר גייען אריבער א שווערע זמן, און מיר ווענדן זיך צו אבינו שבשמים, מיר ווילן אים פרעגן פארוואס, איז פשט אז מיר גלייבן און מיר זענען מכיר אז ער האט דאס געשיקט, מיר
דערהערן אז הקב"ה רעדט צו אונז, הקב"ה באווייזט זיך צו אונז דא, יא אמת ס'טוט ביטער וויי אז ס'דארף זיין אויף אַן אופן פון א פאַטש, אבער דאס איז אמאל זיכער אז דער טאטע רופט, ס'ביי אונז קלאר דער אני מאמין אז הקב"ה איז דער וואס מאכט טוט און פירט אלעס וואס פאסירט.

תיקון המעשים – כל ישראל ערבים זה לזה
ווען א איד פרעגט למה, ליגט אויך אין די שאלה "רבוש"ע וואס האבן מיר שלעכט געטוען? וואס קענען מיר טוען אנדערש?", ס'האט יעדן געגעבן א ציפ ביים הארץ אז עפעס טויג נישט מיט אונז. וואס דאס מיינט אז ס'פלוצלינג דא א טיפע קלארקייט אז "איך דארף טוען אנדערש, און ווען איך טו עפעס אנדערש האט עס אן השפעה אויף די גאנצע וועלט".

דאס איז אויך א געוואלדיגע הייליגע געפיל וואס קומט פון א אידישע נשמה. ווען מ'וואלט אונז געפרעגט עטליכע וואכן צוריק אין א געווענליכן טאג אויב מיר גלייבן אז אונזערע מעשים האבן א השפעה אויף די גאנצע וועלט, און אז זיי קענען מאכן א ערנסטע חילוק מסוף העולם ועד סופו, וואלטן מיר דאס נישט צו שטארק געגלייבט, אפשר וואלטן מיר געוואוסט אין אונזער קאפ אז אזוי שטייט אין ספרים הקדושים אז יעדע קליינע מעשה וואס א מענטש טוט קען אויפטון גאר אסאך, מיר וואלטן דאס געקענט זאגן מיט א האלבע מויל אז אונזערע פעולות טראגן א גרויסע חשיבות. אבער פלוצלינג ווען דער דינער האט אונז באטראפן, ווען דער אומגליק האט פאסירט, פלוצלינג פרעגן מיר זיך אליין "וואס דארפן מיר טוישן? מיט וואס קען איך ווערן בעסער?"... פלאי פלאים, יעדער איד גלייבט יעצט אז ער מיט זיינע מעשים האבן א השפעה אויף די גאנצע וועלט, און אפשר ווען איך וואלט דא געווען א טראפ בעסער וואלט מיין זכות געקענט מֵגִין זיין אויף אידן וואס געפונען זיך טויזנטע מייל אוועק. פלוצלינג האט דער "כל ישראל ערבים זה לזה" א לעבעדיגע באדייט, ס'איז נישט סתם עפעס א מימרא, נאר מיר פילן עס אלע, עס לעבט אין אונז די הרגשה אז מען מאָנט פון אונז, יא יעדער איינציגסטער איד, נישט קיין חילוק וואו ער וואוינט, וואו ער באלאנגט, ווי אזוי ער גייט אנגעטוען און וועלכע קרייז ער געהערט שפירט זיך פלוצלינג אז ער האט א שייכות דערמיט, און זיינע מעשים שפילן דא א וויכטיגע ראלע, ווייל ס'איז קלאר אז מיר זענען איין גרויסע הייליגע משפחה.

כי טוב ה' לעולם חסדו
און דריטענס ליגט אין די שאלה פון למה, אונזער אמונה און בטחון אז בורא עולם טוט נאר גוטס, דער רבוש"ע איז דער מקור החסד, און דערפאר פרעגן מיר למה. ווען איינער איז ח"ו שלעכט לשם שלעכט, ער איז סתם דא צו פייניגן, פרעגט מען אים נישט למה, ווייל מ'ווייסט קלאר אז דאס איז וואס ער וויל, ער איז א שלעכטע מענטש און זוכט נאר צו טוען שלעכטס פאר אנדערע. אבער פון אונזער זיסע טאטע אין הימל אשר מאתו לא תצא הרעות, דער אבינו שבשמים וואס האט אונז ליב מיט א ליבשאפט וואס קענען נישט משיג זיין און איז שטענדיג גוט צו אונז, פלוצלינג אז ס'גייט נישט גוט, גיבט מען זיך א שטעל אפ און מ'וויינט למה? כביכול ווי מיר זאלן זאגן אז מיר ערווארטן נישט אזא זאך פון דיר. צו דער זעלבע צייט ברענגט עס ארויס אונזער ריינע אמונת צדיקים אין דעם תנא האלקי רבי שמעון בר יוחאי, דער תנא אויף וועמען מיר פארלאזן זיך אז הוא ימליץ טוב בעדינו, דער תנא אויף וועמען חז"ל זאגן עדות אז כדאי הוא רבי שמעון לסמוך עליו "בשעת הדחק", דאס אלעס גיבט בלויז צו צו אונזער צומישעניש און טומל, מיר ווייסן און גלייבן אין די גרויסקייט פונעם הייליגן זמן און מקום וואו ס'האט פאסירט, און טאקע צוליב דעם פרעגן מיר, פארוואס האט דאס טאקע פאסירט.

ווי געזאגט, דער גוי פרעגט נישט א למה וואס האט אין זיך א באדייט, ער האט בלויז קאלטע דערביטערעטע געפיל, עפעס א קללה און א מאך אוועק, און מיט דעם ענדיגט זיך ביי אים די נאטור קאטאסטראפע. אבער דער איד להבדיל פרעגט ווי א קינד פרעגט פון זיין טאטע מיט חביבות, ווייל מיר זענען מאמין, ווייל מיר זענען נאנט, ווייל מיר זענען קינדערלעך.

טייערע ברידער און שוועסטער, אונזער עבודה איז אנצוהאלטן דעם הייליגן 'למה' און ווייטער פרעגן די קושיא, מיט די אלע גוטע זאכן וואס ליגן אונטער דעם, מיט די אלע יסודות פון אמונה און אהבת השי"ת וואס שיינען ארויס פון די עצם פרעגן. לאמיר נישט לאזן די הייליגע געפילן פארוואסערט ווערן, לאמיר זיי אנהאלטן און אויסנוצן, זיך מתבונן זיין אין אמונה, אין חשבון הנפש, שעצן אונזערע מעשים, און פראבירן צו טוען וואס מיר קענען טוען בעסער.

אט דאס איז אונזער וואכעדיגע פרשה, מיר קומען פון גאנץ ספר ויקרא וואו מיר האבן עוסק געווען אין די הייליגע עבודת המשכן און די קרבנות, וואס זענען אלעס איין שטיק דביקות בה' און דינען דעם אייבישטער. דערנאך קומט פרשת בהר, די מצוה פון שמיטה און יובל, וואס ווי באקאנט דער טעם וואס שטייט שוין אין די ראשונים באריכות פארוואס די תורה הק' האט אונז באפוילן מיט די מצוה פון שמיטה, דאס איז צו שטארקן די אמונה אין השי"ת, אז א איד זאל וויסן און גלייבן אז ס'איז דא א בעל הבית אויף די וועלט, און אלעס וואס מיר פאַרמאָגן באלאנגט באמת צום רבונו של עולם, און ער איז דער וואס טוט אלעס און גיבט אונז אלעס, און אָן איהם וואלטן מיר גארנישט געהאט. און דעריבער ווען דער באשעפער הייסט אונז מפקיר זיין אונזער פארמעגן, זענען מיר דאס מפקיר און מיר לאזן אריין יעדן איינעם אין אונזערע פעלדער, ווייל מיר זענען נישט דער בעל הבית, נאר דער באשפער איז, און אלעס ווענדט זיך אינעם אייבישטער'ס "וציויתי את ברכתי", נאר מכוח דעם וועלן מיר האבן וואס צו עסן, און עס האט גארנישט מיט'ן דרך הטבע און אונזער ארבעט.

מיט די מצוה פון שמיטה זענען מיר ממשיך אונזער דביקות און אמונה בהשי"ת אויך אין אונזער טאג טעגליכע לעבן, נישט נאר אין משכן און אין בית המקדש, נאר אין איעדע איינציגסטע פרט פון אונזערע עניני עולם הזה.

א דבר נפלא שטייט אין ישמח ישראל, אז דערפאר טרעפן מיר באלד נאך די מצוה פון שמיטה אז ס'שטייט אין די תורה וְלֹא תוֹנוּ אִישׁ אֶת עֲמִיתוֹ, די אלע איסורים פון "אונאה" אז מ'טאר נישט אָפנאַרן א צווייטער איד סיי מיט געלט און סיי מיט רייד, וויבאלד איינמאל א איד איז צוגעקומען צו די קלארע הַכָּרָה און ער ווייסט און אנערקענט באמת אז אלעס איז פונעם אייבישטער, און דער מענטש האט גארנישט און נעמט גארנישט פון זיך אליין, פארשטייט זיך אז מער וועט ער שוין נישט זוכן צו בא'גַנב'ענען און אויסנארן א צווייטן, ווייל ער ווייסט אז אויב זאגט ער ליגנט און פאָפּט אויס, טוט ער דאס קעגן השי"ת אליין, בכלל נישט קעגן זיין חבר...

און דערמיט זענען מיר זוכה צו פארשטיין די קשר און די המשך צו די פרשה פון תוכחה וואס קומט דערנאך און פרשת בחוקותי, ווייל די תורה הק' זאגט אונז אז די גרעסטע סכנה וואס פאסירט אויב מען גייט ח"ו אוועק פון דעם הייליגן פלאץ, אויב א איד פארגעסט פון די ריינע אמונה אין השי"ת, און ער ווערט נאכגעשלעפט נאך די 'טבע' צו מיינען אז ס'איז ח"ו נישט דא קיין פוקטליכע חשבון און הנהגה פון אויבן, ווי מען רופט עס אויף אונזער שפראך ס'מאכט זיך, זאכן געשעהן ה"י.

ווי מיר געפונען אין די תוכחה אז די תורה זאגט אונז איין מאל און נאכאמאל וְאִם תֵּלְכוּ עִמִּי קֶרִי וגו' וַהֲלַכְתֶּם עִמִּי קֶרִי. וְהָלַכְתִּי אַף אֲנִי עִמָּכֶם בְּקֶרִי וְהִכֵּיתִי אֶתְכֶם וגו', אז אויב אידן וועלן זיך פירן ח"ו אויף אַן אופן פון 'קֶרִי' וואס איז פון לשון 'מקרה' און מ'וועט זאגן אויף זאכן וואס געשעען אז זיי זענען נאטורליך, ס'איז א נאטור קאטאסטראפע ווי געזאגט, מ'וועט נישט זעהן אין דעם א קלארע יַד ה' וואס דער אייבישטער שיקט אונז אויפצוּוועקן, דאס אליינס וועט ברענגן נאך און נאך עונשים חלילה ר"ל.

ווי עס זענען באקאנט די דברים נוראים וואס שטייט אין רמב"ם אנהייב הלכות תענית: מצות עשה מן התורה לזעוק ולהריע בחצוצרות על כל צרה שתבא על הצבור. ודבר זה מדרכי התשובה הוא שבזמן שתבוא צרה ויזעקו עליה ויריעו ידעו הכל שבגלל מעשיהם הרעים הורע להן ככתוב עונותיכם הטו וגו', וזה הוא שיגרום להסיר הצרה מעליהם. אבל אם לא יזעקו ולא יריעו אלא יאמרו דבר זה ממנהג העולם אירע לנו וצרה זו נקרה נקרית, הרי זו דרך אכזריות וגורמת להם להדבק במעשיהם הרעים, ותוסיף הצרה צרות אחרות. הוא שכתוב בתורה והלכתם עמי בקרי והלכתי גם אני עמכם בחמת קרי, כלומר כשאביא עליכם צרה כדי שתשובו אם תאמרו שהיא קרי אוסיף לכם חמת אותו קרי... וואס דער רמב"ם זאגט דא אין קורצן, אז אויב ס'פאסירט א אומגליק, אבער מיר אידן וועלן זאגן "ממנהג העולם אירע לנו" ס'האט פאסירט, ס'מאכט זיך אמאל אזא זאך, און מ'נעמט נישט קיין התעוררות דערפון, "הרי זו דרך אכזריות... ותוסיף הצרה צרות אחרות" מיט דעם איז מען אן אכזר ח"ו, ווייל אז מ'לערנט זיך נישט אויס פון איין רוף, וועט דער רבוש"ע מוזן שיקן נאך אזעלכע רופן ה"י.

און דאס איז אונזער תפקיד יעצט, זיך איינ'חַזר'ן אמונה, חזר'ען די דרייצן אני מאמין'ס פאר זיך און פאר די קינדער איינמאל און נאכאמאל אז אלעס האט א חשבון און א השגה פרטית און מיר גלייבן דערין! און נאר אזוי וועלן מיר צוקומען צום "חזק חזק ונתחזק".

און אז מ'רעדט שוין פון אמונה, לאמיר אויפמאכן די אויגן און אנפאנגן באמערקן ווי טעגליך ארום אונז איז אלעס מיט די גרעסטע השגחה פרטית, לאמיר אריינברענגן דעם שמועס ביי אונז אין שטוב און כסדר שמועסן דערפון, ארויסברענגן מיטן לשון די חסדי השי"ת... נאר א קליינע מעשה וואס א אינגערמאן האט דערציילט: אז ער איז לעצטנס געפארן אויף געשעפטן און אנקומענדיג האט ער באמערקט אז ער האט פארגעסן זיינע טלית ותפילין, צובראכן און צושאקלט האט ער אריינגעקלאפט ביי א אידישע שכן און געפרעגט אויב ער קען בארגן זיינע תפילין, דער איד האט אים גערן געבארגט און טעגליך האט ער אזוי געטוען. ווען ס'איז געקומען דער טאג אהיים צו פארן האט ער געהאט א פליגער צופרי האט ער זיך ארויסגעלאזט צום עיר פארט מיטן מחשבה אז ער וועט בעזר ה' דאווענען ווען ער קומט אָן צוריק אינדערהיים, אבער למעשה איז זיין פליגער געווארן אפגעשטיפט און ער האט נישט געהאט קיין וועג אהיים אזוי שנעל, און דא האט ער נאך נישט געלייגט זיינע טלית ותפילין ער איז געווארן גאר דערשראקן וואס וועט דא זיין, אזוי דרייט ער זיך ארום און זאגט "רבוש"ע איך וויל לייגן תפילין, כ'האב געמאכט א טעות כ'האב עס פארגעסן אבער העלף מיר".

ווי נאר ער דרייט זיך ארום באמערקט ער א חסיד'ישע אינגערמאן מיט די גאנצע חן און האלט א טלית ותפילין אין די הענט, ער לויפט צו און געבט א פרעג איך קען אפשר בארגן דיינע תפילין?, דער איד געבט א שריי "איך קען נישט גלייבן וואס דו זאגסט", הער א מעשה: איך פלי כסדר פאר געשעפטן און איך מאך זיכער אז איך נעם אייביג מיינע תפילין מיט מיר, כאטש צומאל פלי איך צוריק אינעם זעלבן טאג אבער דאך ווער ווייסט אמאל מאכט זיך א דילעי, אבער היינט פאָר איך שוין ממש באלד צוריק און אפילו אויב איך פארפּאַס מיין פלייט האב איך נאך היינט אליין עטליכע פליגערס, אבער דאך האב איך מיטגענומען מיינע תפילין. אנקומענדיג אין עיר פארט האבן זיי דאס מאל אנדערש ווי געווענדליך מיר נישט געלאזט ארויף נעמען מיין האנט טאשקע, האב איך געמוזט ארויסנעמען מיינע תפילין און אראפשיקן מיין קליינע רענצל, און דאס האט געברענגט אז איך זאל זיך אליין פרעגן פארוואס עפעס שלעפ איך זיך מיט מיינע תפילין ווען איך ווייס אז איך בין נאך היינט בעזר ה' צוריק אינדערהיים, און ממש יעצט האב איך דערפון געטראכט, פון די צווייטע זייט האט איך געהאט די מחשבות אז למעשה איז עס א דבר טוב, א איד פארט און האלט די הייליגע תפילין מיט זיך, אזוי שפאציר איך זיך פארזינקן אין מיינע מחשבות ווען פלוצלינג געבסטו מיר א קלאפ אפשר קען איך בארגן דיינע תפילין, זיכער קענסטו בארגן! און אט דו ביסט דער וואס לערנט מיר אז איעדע ריר פון א איד, איעדע רענצל וואס מען האלט יא אדער נישט אין די הענט, איעדע קלענסטע פעקל האט א פונקטליכע השגחה פרטית און א סיבה מן השמים.

טייערע אידן, לאמיר געדענקן ווער מיר זענען באמת, לאמיר לעבן דעם אינערליכע אידישע געפיל וואס געפונט זיך אין אונזער פנימיות, און לאמיר נישט אויפהערן פרעגן דעם ריכטיגן למה, הייליגע זיסע לעכטיגע טאטע פארוואס? וויפיל נאך? וואס קענען מיר טוען אנדערש?, לאמיר זיך מתבונן זיין אין די גוטע נקודות פון אונזער למה, עס איז א למה פון אמונה וואס וועט אונז ברענגן נענטער און נענטער צו השי"ת, עס וועט אונז מחייב זיין מתקן צו זיין אונזערע מעשים און הנהגה.

ווי דער סקולענער רבי שליט"א האט דערציילט, מיט יארן צוריק האט פאסירט א שרעקליכע טראגעדיע ווען ס'איז געווען א שווערע עקסידענט אויפן וועג אהיים פונעם באבא סאלי'ס לויה, און עטליכע יונגע מענטשן זענען ליידער אוועק פון די וועלט. ווען מ'איז געקומען פרעגן פון כ"ק אדמו"ר רבי ישראל מרדכי פון ראחמיסטריווקא ירושלים זצ"ל, וואס מען דארף מתקן זיין און פארעכטן, וואס ווייזט אונז השי"ת דערמיט, האט ער געענטפערט מיט זיין פשטות "איך ווייס נישט", מ'האט איהם געפרעגט איינמאל און נאכאמאל וואס דארף מען יעצט טוען, אבער ער ענטפערט איך ווייס נישט, "אבער דאס יא" האט ער צוגעלייגט "אז מען ווייסט נישט וואס, מיינט אז מ'דארף אלעס מתקן זיין"...

ברידער טייערע, מיר ווייסן נישט קיין חשבונות שמים, אבער דאס איז זיכער אז ס'איז נישט קיין מקרה ווי דער רמב"ם זאגט, און ווילאנג ס'איז נישט קלאר, דארפן מיר זיך האלטן אין איין פרעגן למה, און מאָנען פון זיך וויפיל ס'גייט, דערהערן דעם אינערליכע געפיל אונזערע, געדענקן דעם יעצטיגן מינוט ביז משיח'ס טאג, געדענקן אז ס'איז געווען ל"ג בעומר תשפ"א ווען פלוצלינג האבן אלע אונזערע רמ"ח איברים ושס"ה גידים אויסגעשריגן דעם אֲנִי מַאֲמִין בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה. שֶׁהַבּוֹרֵא יִתְבָּרַךְ שְׁמוֹ הוּא בּוֹרֵא וּמַנְהִיג לְכָל הַבְּרוּאִים. וְהוּא לְבַדּוֹ עָשָׂה וְעוֹשֶׂה וְיַעֲשֶׂה לְכָל הַמַּעֲשִׂים מיט די גרעסטע קלארסטע אמונה און התבטלות, ס'איז געווען דער מינוט וואס מיר האבן געשפירט דעם כל ישראל ערבים זה לזה אין די טיפסטע חלקים פון דעם אידישן הארץ, ס'איז געווען דער מינוט וואס מיר האבן מרגיש געווען דעם כי טוב ה' און תוך דעם חשך האט זיך ארויסגעשריגן דעם פארוואס און דערמיט נעמען מיר אויף זיך בעזר ה' צו ממשיך זיין דעם הייליגן פייער, יא דעם פיזישע פייער איז פארלאשן געווארן אבער אין דעם זעלבן מינוט האט זיך אנגעצינדן דעם הייליגן פלאם וואס ברענט אין דעם אידישן הארץ און שרייט למה ה'? פארוואס? טאטע זיסע מיר נעמען זיך אונטער צו בלייבן שרייען דעם הייליגן למה ביז מיר וועלן זוכה זיין צו דאס וואס מיר ווארטן שוין אזוי לאנג, בביאת מלך המשיח און תחיית המתים בב"א.

לסיכום געדענק:
• לאמיר אויסשרייען דעם הייליגן 'למה' מיט ביטול און ערליכקייט, און דערהערן אז אלעס פירט זיך מיט די גרעסטע פונקטליכקייט און השגחה.
• לאמיר אויסשרייען דעם הייליגן 'למה' מיט ביטול און ערליכקייט, און דערהערן דעם כל ישראל ערבים זה לזה.
• לאמיר אויסשרייען דעם הייליגן 'למה' מיט ביטול און ערליכקייט, און דערהערן דעם כי טוב ה' וואס שרייט זיך ארויס פון דעם איד'ס הארץ.

א לעכטיגע שבת קודש!

זיך איינצושרייבן צו באקומען די "מיט א טיפערן בליק"
דורך אי-מעיל בעז"ה tiferenblik@gmail.com

דער אשכול פארמאגט 1 תגובה

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר