ווי אזוי איז צוגעגאנגען די נסיעות אין מדבר?

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2366
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 291 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3328 מאל

ווי אזוי איז צוגעגאנגען די נסיעות אין מדבר?

שליחה דורך קאך_לעפל »

[justify]ס'איז געווען א קאלטער פאכמארעטער טאג אינעם מדבר. און דאס טויטליכער מדבר שטילקייט האט נישט צופיל צוגעגעבן צו די קאלעמוטנע גייסט וואס ס'האט געהערשט אינעם אידישן לאגער, ווען מיטאמאל האבן אלעמענס אויגן זיך ברייט צועפענט צום ריכטונג פון משכן... ס'איז דאן געווען די ערשטע מאל זינט דער וואלקן וואס האט געלאנדעט העכערן משכן אין יענעם גלארייכער ראש חודש ניסן, א קיילעכיגער יאר נאך דעם וואס די אידן זענען ארויס פון מצרים, וואס דאס וואלקן האט זיך אויפגעהויבן פון העכערן משכן. דער וואלקן האט זיך הערליך צושפרייט ווי די צווייגן פון א טיילבוים אין די הייעך, און דערנאך האט זי זיך אויסגעצויגן ווי א לאנגער באלקן העכער דגל מחנה יהודה. דגל מחנה יהודה האט געלאגערט אויף מזרח זייט פון משכן.
די אידן האבן גוט געוויסט וואס דאס באדייט. מ'דארף זיך אנהייבן צו פאקן די פעק, צוזאמלייגן די געצעלטן, און זיך גרייטן אין וועג אריין. ווי לאנג די רייזע גייט געדויערן, אדער ווען און וואו מ'וועט נאכאמאל לאגערן, האט קיינער נישט געוויסט, עס האט זיך אלעס געוואנדן בלויז אינעם וואלקן... על פי השם יחנו ועל פי השם יסעו...

די אויגן זענען געווען געוואנדן צום משכן, מ'האט געווארט צו זען ווען מ'וועט אנהייבן צו צונעמען די משכן, אבער די כהנים און די לויים רירן זיך נישט פון זייער ערטער... מיטאמאל הערט זיך די שאלן פון צוויי זילבערנע טראמפייטערס, תקועה תרועה תקועה... און יעדער האט געמיינט אז אט גייט מען שוין אנהייבן צו צונעמען די משכן, אבער ניין! דער געטרייער פּאַסטעך משה רבינו ערשיינט פון די טירן פון זיין געצעלט און ער נעמט ארויס זיין סידור'ל, און זאגט מיט א ברען: "קומה השם ויפצו איביך וינסו משנאיך מפניך". און ערשט דאן האט דגל מחנה יהודה וואס האט אריינגענומען אין זיך אויך די שבטים פון יששכר און זבולן, אנגעהויבן צו מארשירן אויף פאראויס. אין שפיץ פון דגל יהודה האט געריטן זייער נשיא נחשון בן עמינדב אויף זיין ווייסער ריטערישע פערד.

נאך דעם וואס דגל יהודה איז פארשוואונדען געווארן פונעם האריזאנט, זענען אהרן מיט זיינע קינדער אריין אינעם משכן, און זיי האבן זארגפוליג איבערגעדעקט דעם ארון העדות מיטן פרוכת, און די קינדער פון קהת האבן איבערגעדעקט און פארפאקט אלע כלים פונ'ם משכן, און זיכער געמאכט אז זיי זענען גרייט צום אפרייז. ווען זיי זענען פערטיג געווארן, האבן די קינדער פון גרשון און מררי צונומען די משכן, און עס אנגעלאנדעט אויף לאסט-וועגענער, און זיי האבן נאכגעפאלגט דגל יהודה.

דאן האט זיך ווידער אמאל געהערט דאס שאלן פון די צוויי זילבערנע טראמפייטערס, תקועה תרועה תקועה, דאס האט באדייט אז ס'איז צייט פאר דגל ראובן זיך צו לאזן אין וועג אריין! דגל ראובן האט אריינגענומען די שבטים שמעון און גד, און די בני קהת האבן נאכגעפאלגט דגל ראובן מיט די הייליגע כלים פון משכן. דער משכן האט שוין געמוזט זיין פולקאם אויפגעשטעלט ווען די כלים זענען אנגעקומען. נאך די בני קהת, איז געפארן דגל אפרים וואס האט אריינגענומען מנשה און בנימין. און צום לעצט איז געפארן דגל דן, וואס האט אריינגענומען די שבטים פון אשר און נפתלי.

איידער די ערשטע צוויי דגלים האבן געצויגן, שטייט דייטליך ארויס אין פסוק אז מ'האט געבלאזן מיט די טראמפייטערס א תקועה תרועה תקועה, וואס טיט זיך ווען די לעצטע צוויי דגלים אפרים און דן האבן געצויגן, האט מען דאן אויך געשאלט מיט די טראמפייטערס? דער חזקוני ארגומענטירט אז ניין! מ'האט בלויז געבלאזן איידער די ערשטע צוויי דגלים האבן געצויגן, דאס איז געווען צוליב די כבוד פונעם משכן וועלכע איז געפארן אונטער זיי.

ס'איז אבער אינטערסאנט, אז דער רמב''ן ברענגט א ברייתא דמלאכת המשכן, וואס לייגט אראפ די סדר ווי אזוי די אידן האבן געצויגן א ביסל אנדערש ווי עס שטייט אין חומש. אט איז ווי אזוי דער סדר איז געגאנגן לויט די ברייתא: דגל יהודה איז געגאנגן ערשט, דאן האט אהרן מיט זיינע קינדער איבערגעדעקט די כלים פון משכן, דאן איז געגאנגן דגל ראובן, דאן האבן די קינדער פון גרשון און מררי צונומען די משכן, און זיי האבן זיך באלד געלאזט און וועג אריין, דאן איז געפארן דגל אפרים, און אונטער זיי זענען געפארן די בני קהת מיט די כלים פון משכן, און צום לעצט איז געפארן דגל דן די מאסף לכל המחנות. לויט דעם קען פילייכט זיין אז מ'האט אויך געבלאזן מיט די טראמפייטערס איידער דגל אפרים איז געגאנגן, ווייל די בני קהת מיט די כלים פון משכן זענען דאך געגאנגען אונטער זיי.

אין זוהר הק' איז פארהאן אן אינטערעסאנטע מחלוקה צווישן רבי אלעזר און זיין פאטער רבי שמעון. די ארון מיט די צובראכענע לוחות איז געגאנגען פאראויס פאר די אידן א וועג פון דריי טעג – און די שכינה הק' איז מיטגעגאנגען מיט דעם ארון. זאגט רבי אלעזר אז ווען די אידן האבן געצויגן איז די שכינה געגאנגען מיט איר ריקן צום ארון און איר פנים צו די אידן. און ווען די אידן האבן געלאגערט האט זי זיך אויסגעדרייט מיט איר ריקן צו די אידן און איר פנים צום ארון. רבי שמעון זאגט ניין! די שכינה האט זיך קיינמאל נישט געדרייט מיט די רוקן צו די אידן. ווען די אידן האבן געצויגן איז זי געגאנגען מיט איר פנים צו די אידן און איר ריקן צום ארון, און ווען די אידן האבן געלאגערט, האט זי זיך געשטעלט אויף די אנדערע זייט פונעם ארון, און זי איז געשטאנען מיט איר געזיכט סיי צום ארון און סיי צו די אידן...

ווען דאס וואלקן האט זיך אפגעשטעלט, האבן די אידן אנגעהויבן צו לאגערען. אבער דאס וואלקן האט זיך נישט צורוקגעקערט צו איר ארט העכערן משכן, ביז משה רבינו האט ווידער אמאל גענומען דאס סידור'ל אין די הענט, און געזאגט: שובה השם רבבות אלפי ישראל.

צומאל האט זיך דער וואלקן בלויז א טאג דעראויף ווידער אויפגעהויבן... ס'איז נישט געווען קיין מעשיות, מ'האט געדארפט דורכפירן דאס גאנצע פראצעדור... ושמרו בני ישראל את משמרת השם ולא יסעו...

עס איז וואונדער איבער וואונדער, אז אפגעזען פון דעם וואס אידן האבן דאן געהאט אזא התגלות, און זיי האבן ממש געלעבט טאג נאך טאג,אין א אנטפלעקונג פון די כבוד פונעם אויבשטער, מיט דעם אלעם... ויהי העם כמתאננים רע באזני השם...[/justify]
רעאגיר