קרח - ווי אזוי ענדיג איך א מחלוקת?

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות

קרח - ווי אזוי ענדיג איך א מחלוקת?

הודעהדורך א שעפעלע » דאנערשטאג יוני 10, 2021 11:19 pm

בס"ד

א גוטן טייערע חבירים וידידים..!

'פרשת קרח' איז די באקאנטע פרשה וואו די תוה"ק פארציילט אונז איינע פון די שווערע קאפיטלעך וואס כלל ישראל איז אדורך - די מחלוקת וואס קרח מיט די 250 ראשי העדה, וועלכע זענען אלע געווען גרויסע מענטשן פון כלל ישראל, האבן געפירט קעגן משה רבינו און אהרן הכהן. די תוה"ק באהאַלט עס נישט פון אונז נאר טוט עס אונז דערציילן, ווי פארשטענדליך כדי מיר זאלן ארויס נעמען דערפון די ריכטיגע מוסר השכל אז ס'זאל זיך חלילה נישט נאכאמאל איבער שפילן.

די תורה דערציילט: וַיִּקָּהֲלוּ עַל מֹשֶׁה וְעַל אַהֲרֹן, וַיֹּאמְרוּ אֲלֵהֶם רַב לָכֶם כִּי כָל הָעֵדָה כֻּלָּם קְדֹשִׁים, וּבְתוֹכָם ה' וּמַדּוּעַ תִּתְנַשְּׂאוּ עַל קְהַל ה' - קרח און זיינע מענטשן האבן זיך צוזאַם גענומען אויף משה און אהרן און זיי האבן געזאגט צו זיי, "צופיל האט איר גענומען פאר זיך, ווייל די גאנצע עדה איז הייליג און השי"ת איז צווישן זיי, פארוואס זאלט איר זיך העכער מאַכן אויף די געמיינדע פונעם אויבערשטן?!" ווען מ'לערנט די פרשה אויף א פשוט'ן אופן קוקט עס עפעס אויס ווי ס'איז געווען סתם א נידריגע מחלוקה, באגלייט מיט ליצנות. אבער אז מ'טראכט אריין פארשטייט מען אז קרח און זיין עדה זענען נישט געווען קיין חדר אינגלעך, קרח איז געווען א בעל רוח הקודש און א פיקח, דארפן מיר זיך פארטיפן און זיך פרעגן ווי קען טאקע זיין אז אזא סארט זאך זאל פאסירן? בפרט אז זיי אליין האבן דאך געזען די פילע נסים ונפלאות וואס בורא עולם האט געטוען מיטן פאלק ישראל אויף טריט און שריט, און אז דער רצון השי"ת איז קלאר אז משה און אהרן זאלן זיין די מנהיגים.

אין מדרש געפינען מיר נאך מער, אז קרח איז אזוי ווייט געפאַלן ביז ער איז צוגעקומען צו זאגן: לא משה נביא ולא אהרן כהן גדול ולא תורה נתנה מן השמים (ילק"ש פרק טז). קרח האט געלייקנט אז משה איז א נביא, אז אהרן איז א כהן גדול און אז די תורה איז פון הימל. ווי קען זיין אז אזעלכע גרויסע מענטשן פון א דור דעה זאלן אראפ קומען אזוי נידריג און אָפחוזק'ן? דאס דארף א געהעריגער הסבר.
די שאלה ווערט אסאך שארפער ווען מען איז ממשיך לערנען די המשך פונעם מעשה, די פסוק דערציילט: וַתִּפְתַּח הָאָרֶץ אֶת פִּיהָ וַתִּבְלַע אֹתָם וְאֶת בָּתֵּיהֶם וְאֵת כָּל הָאָדָם אֲשֶׁר לְקֹרַח וכו' דאס אומבאשרייבליבע האט פאסירט, די ערד האט אויפגעמאכט א מויל און איינגעשלינגן קרח מיט זיינע קינדער, זייערע הייזער מיט די גאנצע האב און גוטס זייערע וכו', ס'האט פאסירט עפעס וואס די וועלט האט נאך נישט מיטגעהאלטן אין היסטאריע, די ריינע אמת איז באוויזן געווארן אויף די קלארסטע פארנעם אז ס'איז אפילו נישט געבליבן די מידנסטע ספק ווער ס'איז גערעכט, 'אבער' עס נעמט נישט לאנג און דאס אומגלויבליכע פאסירט וַיִּלֹּנוּ כָּל עֲדַת בְּנֵי יִשְׂרָאֵל מִמָּחֳרָת עַל משֶׁה וְעַל אַהֲרֹן לֵאמֹר אַתֶּם הֲמִתֶּם אֶת עַם ה' – די 'גאנצע' פאלק איז פיל מיט טענות און זיי שרייען גאר אתם המתם ענק (משה און אהרן) האבן גאר געהרגעט קרח מיט זיינע חברה, די שאלה שרייט זיך ארויס פון טיפעניש פון הארץ "ווי קען דאס זיין?" ווי איז מעגליך אז נאך אזעלכע קלארע אותות ומופתים זאלן די אידישע קינדער קומען און שרייען אויף משה און אהרן אַתֶּם הֲמִתֶּם?

און אט קומען מיר צום שפיץ פון דעם שאלה, די פסוק איז ממשיך און דערציילט אונז אז הקב"ה האט געזאגט פאר משה רבינו צו נעמען שטעקענעס, איינס פון איעדע שבט און ארויף לייגן די נאמען פון יעדן נשיא פונעם שבט אויף זיין שטעקן, און מען זאל לייגן די צוועלף שטעקענעס אינעם אהל מועד פאר די לוחות, און ס'וועט פאסירן א נס, אז דער אין וועמען הקב"ה וועלט אויס, זיין שטעקן וועט בליען און ס'וועט וואקסן דעראויף בלומען און פירות, און דורך דעם וועט ענדליך ווערן אפגעשטעלט די קריגערייען פון די אידישע קינדער, און די תוה"ק דערציילט אז אזוי האט מען טאקע געטוען, און דעם קומעדיגן טאג האט זיך טאקע ארויסגעשטעלט אז אויף דער שטעקן פון אהרן האט ארויסגעשפראצט בלומען און דערנאך איז ארויסגעקומען שקדים-מאַנדלען און דאס האט טאקע געברענגט אז די קריגערייען זאלן זיך אפשטילן ווייל יעדער האט געזען אז השי"ת האט בוחר געווען און אויסדערוועלט אהרן הכהן.

ווי נאר מען לערנט די פסוקים פרעגט זיך די פשוטע, וואס טוט זיך דא? אט האט די גאנצע פאלק מיטגעהאלטן ווי די ערד מאכט זיך אויף און קרח ועדתו ווערן איינגעשלינגן, אבער דאס בארואיגט זיי נישט, נאר צומארגענס קומען אלע מיט טענות צו משה און אהרן אַתֶּם הֲמִתֶּם, אבער דערנאך ווען ס'פאסירט עפעס וואס בפשטות זעט עס אויס ווי א קליינע נס, א שטעקן און בלומען דאס ברענגט ענדליך צוריק די רואיגקייט און אלע טענות הערן זיך אויף, ווי קען מען דאס פארשטיין? וואס דערהערן מיר פון דעם 'שטעקן מיט בלומען' וואס מיינט עס פאר אונז? צו ליגט אפשר אין די פסוקים א קלארע מהלך וואס וועט אונז בעזר ה' אריינברענגן א חיזוק און שטארקייט אז מיר זאלן קלאר ווערן און האבן די כוח אפצושטעלן די קריגערייען וואס שפילן זיך אויס אין אונזער טעגליכע לעבן. און ניין, מיר מיינען נישט דוקא פון גרויסע ריזיגע מחלוקת'ן וואס ברענען שוין ארויס פון קאנטראל, מיר שמועסן אפילו פון די קליינע טעגליכע געשעענישן וואו מ'פארשטייט זיך נישט איינער דעם צווייטן, די אנגעלייגטע שווערע הערצער, די ביטערע געפילן פון שנאה וקנאה וואס בוזשעווען אסאך מאל שטילערהייט, וכדומה (אגב, איעדע גרויסע מחלוקת פאנגט זיך אָן פון עפעס אפאר קלייניגקייטן) לאמיר זיך פארטיפן.

רב האי גאון זצ"ל ברענגט אין זיינע כתבים די פאלגנדע משל: ס'איז אמאל געווען א פוקס וואס האט זיך באגעגנט מיט א הונגעריגע לייב וואס האט אָנגעשפיצט אפאר אויגן אויף אים, דער פוקס האט זיך גאר דערשראקן זעענדיג די טויט פאר די אויגן, אבער זייענדיג גאר א קלוגע באשעפעניש האט ער געזאגט פארן לייב "וואס עפעס ווילסטו מיר אויפעסן, איך בין קליין און אויסגעמאגערט, קום איך וועל דיר פירן צו א גוטן פלאץ דארט ביי די אנדערע זייט וואו ס'זענען פארהאן מענטשן, איך מיין אז זיי וועלן דיר אסאך מער זעטיגן".

דער לייב זאגט צוריק פארן פוקס: אמת, אבער מענטשן קענען דאווענען און בעטן, אפשר וועט זייער באשעפער זיך נוקם זיין, און מיר באשטראפן פארן אויפעסן א מענטש. זאגט דער פוקס: זארג נישט, דער באשעפער איז א גוטער, און אפילו אויב ער שטראפט וועט עס נישט קומען גלייך, אזוי אז דו קענסט זיין זיכער און באקוועם, העכסטענס וועלן דיינע אייניקלעך אין יארן ארום ליידן צוליב דיינע זינד, אבער דו קענסט רואיג גיין מאכן א גוטע סעודה דארט.

געזאגט און געטוען, דער לייב לאזט זיך אין וועג אריין מיט'ן ציל צו פארציקן א מענטש, דער קלוגער פוקס האט אים געשלעפט אויף א וועג אז ער זאל דארפן אריבערגיין העכער א גרוב וואס האט געהאט א שוואכע דעקל פון אויבן, און ווי נאר דער גרויסער לייב האט ארויפגעלייגט זיין געוויכט אויפן דעקל פונעם גרוב האט זיך עס צובראכן, און דער לייב פאלט אריין אינעם גרוב צו די פרייד פונעם פוקס. דער פוקס קומט פון אויבן און כאפט א בליק מיט הנאה אויפן לייב וואס איז פארכאפט טיף אינעם גרוב און קען זיך פון דארט נישט ארויסזעהן, שרייט דער לייב "וואס האסטו געטוען צו מיר, האסט דאך מיר געזאגט אז דער באשעפער שטראפט נישט" האט זיך דער פוקס צושמייכעלט און געזאגט "אמת טאקע, ווייזט אבער אויס אז דיין זיידע האט אמאל פארציקט א מענטש אין אט ביסטו יעצט אינעם גרוב צוליב זיינע עבירות", פרעגט דער לייב מיט אויפברויז און ווייטאג "וואו איז די יושר? וועגן מיין זיידעס עבירות דארף איך ליידן?!". און רב האי גאון פירט אויס "וויפיל מוסר השכל שטעקט אין די מעשה"...

לאמיר זיך מתבונן זיין, א מינוט צוריק איז דער לייב געווען גרייט צו גיין פארציקן א מענטש און ער איז געווען גאנץ באקוועם מיט'ן פאקט אז זיין אייניקל וועט ליידן דעם שטראף פאר דעם, עס האט אים בכלל נישט געשטערט וואו ס'איז די יושר, דער עיקר אז ער זאל זיך קענען זעטיגן מיט א פיינע סעודה. פון דא לערנען מיר וויאזוי א מענטש קוקט אויס די מינוט עס זעצט זיך אריין אין אים א 'נגיעה', די מינוט וואס ער מיינט זיך, 'ער' איז יעצט הונגעריג און 'ער' דארף עסן, אינטערסירט אים גארנישט, אפילו ער אליין ווייסט גאנץ גוט אז ס'איז נישט ריכטיג און ס'איז נישט יושר.

די בעלי מוסר ברענגן דעם מעשה אלץ א געדאנק וואס ברענגט אונז צו פארשטיין די מעשה מיט קרח, און וואס מיר דארפן דערהערן אז ווען א מחלוקת ברעכט אויס, פארלירט מען די גאנצע שכל, און די
טענות און געשפרעכן וואס גייען אהין און צוריק האבן נישט קיין שום מהלך אדער אמת אין זיך. פונקט ווי דער לייב וואס אין א מינוט ארום וועט ער שרייען און פראטעסטירן אז ס'איז נישט קיין יושר, אבער א מינוט פריער ווען 'ער' איז הונגעריג און ער איז פארנומען מיט'ן זעהן נאר 'זיך', דאן אינטערסירט אים נישט וואס איז די אמת, דאן אינערעסירט אים נישט וואס זיינע אייניקלעך און אנדערע וועלן ליידן.
ווי פארשטענדליך איז דאס נאר א קליינע משל צו דערהערן די כח פון מחלוקת, דער מענטש הייבט אָן צו זעהן נאר זיין צד אין די מעשה, און ער איז פארנומען מיט'ן 'זיך' גערעכט מאכן, ער האט אייגענע נגיעות און ער ווערט ממש בלינד, און דערנאך קען מען שוין נישט פרעגן ווי קען דער שוואכע פוקס אריין נערן דעם שטארקן לייב, ווייל אין די שאטן פון מחלוקת ווערט די שכל און מחשבה אינגאנצן פארשוואונדן, אלעס צופאלט, גרויס און קליין ווערן פארטוישט, שטארק און שוואך ווערן גאנץ אייניג, אלעס פארלירט די קלארקייט, די נגיעות און כבוד נעמען איבער, און מען פארלירט און פארגעסט ווער מ'איז און וואס די טענות זענען, און אסאך מאל פארגעסט מען אפילו וויאזוי די מחלוקה האט זיך בכלל אנגעפאנגן און אויף וואס מ'קריגט זיך.

אבער באמת גייט עס אסאך טיפער, די מכה פון מחלוקת, נגיעות און צדדים איז אזא ביטערע און האט אזוי ווייניג פשט, אבער דאך נעמט עס איבער מענטשן און גאנצע משפחות אויף א שרעקליכע אופן ווי ליידער גוט באקאנט וד"ל.

לאמיר באטראכטן אט דא ביי קרח ווי ווייט דאס גייט, קרח האט טענות אויף משה רבינו פארוואס ער האט גענומען אזויפיל גרויסקייט פאר זיך, און ווי חז"ל זאגן אונז קלאר אז קרח האט געהאלטן אז די נשיאות קומט זיך פאר אים, ער האט געוואלט זיין דער נשיא פון די בני קהת, אבער מ'קען דאָך נישט ארומגיין פירן א מחלוקת און שלעפן אנדערע זאלן קומען ארויסהעלפן זין פריוואטע מלחמה אז ער וויל זיין נשיא, דעריבער איז קרח ארומגעגאנגען זאגן פאר די מענטשן "כסבורין אתם שעלי לבדי אני מקפיד? איני מקפיד אלא בשביל כלכם" (רש"י ט"ז י"ט) ווי מיר זענען טאקע געוואוינט צו הערן אסאך מאל אזא נוסח, "איך טו עס עפעס פאר מיר? איך מיין דען זיך? ס'איז אלעס פארן כלל"... ס'ווערט פארדעקט אונטער א שלייער פון הייליגע עסקנות, פאר די כבוד פון די טאטע, מאמע, זיידע, באבע, משפחה, חסידות, פארטיי, רבי'ן, און אזוי ווייטער.

וועט איר דאָך אודאי מיינען אז דער עולם האט געגלייבט קרח, און זיי האבן באמת געהאלטן אז ער מיינט זייער טובה, און דערפאר האבן זיי זיך געלאזט איבערעדן און מיטגיין מיט אים. זאגט דער סטייפלער גאון זצ"ל, ניין! זיי האבן אפילו נישט געהאט קיין הוה-אמינא אז קרח מיינט זיי, זיי האבן גאנץ גוט געוואוסט אז ער קעמפט פאר זיך אליין און פאר זיין אייגענע כבוד עצמי, און דער סטייפלער ברענגט א מורא'דיגע ראיה דערצו. חז"ל דערציילן אין מסכת סנהדרין אז אוֹן בֶּן פֶּלֶת פון שבט ראובן איז געראטעוועט געווארן פון די גאנצע מחלוקת, כאטש וואס פון אנהייב איז ער יא מיטגעשטאנען מיט קרח, אבער זיין ווייב האט אים געראטעוועט, ווייל זי האט גע'טענה'ט צו אים, וואס טויג דיר די גאנצע מחלוקת, דו גייסט דאך סייווי גארנישט פארדינען פונעם געשעפט, ווייל ממה נפשך, אויב משה רבינו בלייבט דער רבי ביסטו דאֽך נאר א תלמיד, און אויב קרח וועט געווינען וועסטו אויך ווייטער בלייבן א תלמיד, אויב אזוי פארוואס שלאגסטו זיך דא?, האט ער געענטפערט "וואס זאל איך טון, איך בין בין שוין אנגעשלאסן מיט אלע מענטשן פון קרח און כ'האב שוין געשוואוירן געטריישאפט צו זיי". דעמאלטס איז זי אויפגעקומען מיט א פלאן, זי האט אים אנגעטרינקן מיט וויין און געלייגט שלאפן, און דערנאך האט זי זיך געזעצט ביים טיר פון זייער געצעלט און אויפגעדעקט איר האָר, און ווען די מענטשן פון קרח זענען געקומען רופן איר מאן צו קומען אנטייל נעמען אין די מחלוקת קעגן משה רבינו, ווען זיי האבן איר געזען זיצן דארט נישט בצניעות זענען זיי אוועקגעגאנגען וויבאלד זיי זענען געווען ערליכע אידן, און זיי זענען געגאנגען אָן אים, און אזוי איז ער געראטעוועט געווארן.

זאגט דער סטייפלער, לאמיר אפלערנען די תשובה פון און בן פלת צו זיין ווייב, ווען זי האט אים געפרעגט פארוואס ער שלאגט זיך און וואס ער גייט פארדינען דערפון. האט ער נישט געשריגן מיט א ברען "וואס הייסט, אויב וועט קרח געוואונען וועל איך ווערן גרויס" אדער "דעמאלטס וועלן מיר האבן א בעסערע לעבן, מיר וועלן האבן געלט" וכדומה, קיין איין וואָרט האט ער נישט געזאגט, נאר "וואס זאל איך טון, איך האב זיך שוין אנגעשלאסן מיט זיי". זעען מיר פון דעם אז די מענטשן פון קרח האבן גאנץ גוט געוואוסט דעם אמת, זיי האבן גוט געוואוסט דער אמת אז קרח מיינט נאר זיך, און אויב ער וועט געוואונען וועלן זיי גארנישט פארדינען דערפון, אבער דאָך האט מען זיך געקריגט, ווייל א מחלוקת ארבעט נישט מיט קיין שכל אדער הגיון, דער מענטש ווערט אריינגעשלעפט אין א זאך און דערנאך גייט ער שוין מיט די קאפ אין וואנט אריין, אפילו ער ווייסט גאנץ גוט אז ער האט גארנישט דערפון און ס'וועט אים נישט ברענגן קיין גוטס... און אזוי פאסירט כסדר ביי כמעט יעדע מחלוקת עס ווערט א מחלוקת לשם מחלוקת, דער מענטש ווייסט אין הארץ אז די גאנצע מחלוקת האט גארנישט מיט אים, גארנישט מיינט גארנישט, אבער דאך איז פארהאן די קראנקע תאווה פון קעמפן, פון כבוד און גאוה וואס איינמאל דער מענטש נעמט א צד וועט ער אויפשטיין און איינשטעלן אלעס אבי צו זיין גערעכט און אויספירן, כאטש ס'האט נישט קיין הענט און קיין פיס, כאטש ס'האט נישט קיין שום פשט, כאטש ס'וועט נישט נאר אונז גארנישט ברענגן נאר ליידער וועלן מיר מקריב זיין אונזער משפחה קינדער און אייניקלעך אבער דאך "אפשר וועט זיך איינעם דאכטן אז איך בין יא גערעכט"...

טייערע ברידער און שוועסטער די תורה הק' אין אונזער וואכעדיגע פרשה רייסט פון אונז שטיקער און רופט אונז הויעך אופן קול "טייערע מענטשעלע וועק זיך אויף און באמערק ווי שרעקליך סכנה'דיג מחלוקת און פאליטיק איז" ס'איז א פייער וואס עסט און באגראבט, ס'צוברעכט און צוקלאפט. און כאטש מיר ווייסן עס, כאטש מיר האבן שוין ליידער אזוי פיל געהערט און געזעהן די חורבנות וואס דאס מאכט אָן, דאך ליידן מיר דערפון שרעקליך און מיר קענען זיך נישט געזעגענען דערפון און עס לויפט אונז נאך אין יעדן ווינקל, דער בלאזט אויף דעם און פלוני איז באליידיגט אויף אלמוני, דער איז צוקריגט מיט זיין שותף, און יענער הרג'עט זיך מיט די שכנים און אזוי ווייטער און ווייטער און ס'נעמט נישט קיין עק, גאנצע משפחות רעדן נישט איינער צום אנדערן, יארן פון א זיס לעבן גייט אוועק און מיר ווייסן קלאר אין הארץ אז מיר גייען גארנישט אויפטוען, "אבער דאָך, אבער דאָך"... וואס איז דער דאך? וואס גייט געשעהן? וואס גייט זיך טוישן?

אין וויפיל מחלוקת'ן מישן מיר זיך אריין, אדער מיר רעדן דערפון ווען ס'האט נישט קיין שום שייכות מיט אונז, און ווען מ'פרעגט אמאל א מענטש פארוואס איז ער פארנומען דערמיט, זאגט ער נאך מיט א פשטות "עה, דו פארשטייסט נישט - ס'איז זאפטיג" ה' ירחם, מ'טראגט און מ'ברענגט מעסעדזשעס פון דעם צו יענעם, מ'שמירט אונטער די רעדער פון די מחלוקת און מ'גיסט צו אויל צום פייער אזוי שטילערהייט ווען קיינער באמערקט נישט, זאג אים נישט איבער אז איך האב דיר געזאגט, אדער פרעג נישט וואס ער האט פריער געזאגט וועגן דיר, מ'פירט חשבונות און מ'איז עוסק אין רכילות און שלעכטס אויף שטותים און נארישקייטן, און אויף זאכן וואס וועט אונז פערזענליך גארנישט ברענגן, ס'האט מיט אונז גארנישט, יא ברידער אזוי ווי איר הערט ס'איז פאַר גארנישט! (אנטשולדיגט, זיי מיר מוחל אמאל איז עס יא פאר עפעס, אביסל כבוד און גאוה ה"י).

קרח און זיינע מענשטן זענען אריינגעפאלן אין דעם לאָך, יא ס'איז אַן אלטע לאָך וואס האט זיך שוין אסאך פריער אויפגעמאכט אין די מוח און אין הארץ, ס'איז דער לאך פון קנאה תאווה און כבוד וואס ליידער זייער אסאך מאל (צופיל מאל) פאלן מיר דארט אריין, צופיל מאל איז פארהאן ביי אונז אין הארץ דער געפיל ווי ס'איז פשוט א שאָד צו בלייבן אויסגעשלאסן דערפון, לאמיר מיטהאלטן א גוט שטיקל פאליטיק, צופיל מאל רעגט מען זיך אויף און מען בלאזט איינער אויפן צווייטן וואס פירט צו נאך און נאך קריגעריי און טענות און מַענות, און ווען די סארט זאכן פאסירן שטעלט אונז ליידער גארנישט אפ, דער מלך העולם אונזער ליבליכע טאטע רופט אונז און בעט זיך ביי אונז אז מיר זאלן אויפהערן, אבער דער מענטש כאפט זיך נישט, ווייל מיר האלטן אינמיטן א מחלוקה, מיר זענען שטארק פארנומען און דער בּאַן פאָרט מיט א שנעלקייט.

דערמיט איז גאנץ קלאר די המשך, ווען מחלוקת ברענט, ווען ס'הערשט א לופט פון פאליטיק, כבוד און מחלוקת, ווערט דער מענטש פשוט פאראליזירט און דער יד ה' ווערט ליידער אומזעהבאר, די קנאה תאווה און כבוד ווערט דאס וויכטיגסטע, אין די לופט ווערט אזוי פארנעפעלט אז מיר באמערקן פשוט נישט דער אמת פארנט פון די אויגן. און אט דאס האט דא פאסירט, די ערד האט זיך אויפגעמאכט און קרח איז איינגעשלינגן געווארן, און כאטש ס'איז א אויסטערלישע וואונדערליכע זאך כאפט זיך דער עולם בכלל נישט, פארקערט, זיי קומען גאר מיט טענות און תערומות אַתֶּם הֲמִתֶּם אֶת עַם ה'! ווייל דאס איז די מהות פון מחלוקת, ס'ברענט און ס'פלאקערט און ס'גייט א רויעך, און קיינער קען שוין גארנישט זעהן אדער טראכטן גראָד, און גארנישט, כמעט גארנישט, וועט עס אפשטעלן, אפילו ווען מענטשן ווערן באשטראפט און איינגעזינקען טיף אין דער ערד, מ'דארף דאָך זיין אמת'דיג בלינד נישט צו כאפן וואס עס גייט פאָר, אבער אויסצולעשן די פייער איז כמעט אוממעגליך, והא-ראיה אז גאנץ כלל ישראל קען נאך קומען צו גיין מיט טענות און קריגעריי צו משה און אהרן.

אגב, הגאון רבי חיים שמולעוויטץ זצ"ל ראש ישיבת מיר זאגט אויף די אויבנדערמאנטע מעשה וואס מיר האבן געברענגט פון און בן פלת ווי זיין ווייב האט איהם געראטעוועט פון די מחלוקת, און מיר געפונען אין חז"ל אז די מדרש איז גאר שטארק משבח איר געוואלדיגע חכמה, די מדרש זאגט "חכמות נשים בנתה ביתה - זו אשתו של און בן פלת" אז די פסוק גייט טאקע ארויף אויף איר וואס מיט איר חכמה האט זי געראטעוועט איר גאנצע שטוב און אירע דורות. פרעגט רבי חיים שמולעוויטץ, וואס איז די געוואלדיגע חכמה וואס שטעקט דא, בסך הכל האט זי געזאגט פשוט'ע דברים של טעם וואס יעדער חדר יונגל פארשטייט, זי האט אים געפרעגט א קלארע און פארשטענדליכע פראגע "אויב משה רבינו בלייבט דער רבי ביסטו נאר א תלמיד, און אויב קרח ווערט רבי וועסטו ווייטער זיין א תלמיד, אויב אזוי פארוואס שלאגסטו זיך?" פארדעם קומט זיך שוין די טיטל פון 'חכמות' נשים בנתה ביתה, מ'דארף דאָך נישט זיין קיין גאון דאס צו טענה'ן. האט רבי חיים געענטפערט, יא, אינמיטן א מחלוקת ווען ס'ברענט און ס'פלאקערט, אויב איינער קען נאך האלטן די קאפ אויפן פלאץ און פשוט טראכטן, און זיך מתבונן זיין און מאכן א ריכטיגע חשבון, ווי פשוט ס'זאל נאר זיין, איז עס א געוואלדיגע חכמה! ווייל ביי א מחלוקת טראכט מען נישט, מען ארבעט אינגאנצן אָן קיין שכל.

נאר, וואס קענען מיר טאקע טוען? איז עס טאקע א פארלוירענע מצב איינמאל א מחלוקת הייבט זיך אָן, וואס איז דער רצון השי"ת אין אזא פאל, און וואס איז די ריכטיגע וועג צו נעמען? לערנט אונז די תוה"ק ווייטער אין די המשך א וועג ארויס פון די מחלוקת, אבער איידער מיר טרעטן צו וועלן מיר דערציילן א מעשה: וואס האט ווירקליך פאסירט (דעטאלן און נעמען זענען פארטוישט)

ציריך שווייץ – די שמחה איז אויף די העכסטע שטאפל, ר' אלחנן קליינפעלד איז זוכה חתונה צו מאכן זיין יונגסטן קינד בשעה טובה ומצלחת, צווישן די פילע פארזאמעלטע וואס זענען געקומען צו פארן צום חתונה געפינט זיך א חסידישע איד פון וויליאמסבורג ניו יארק צוזאמען מיט זיין שותף א איד'ל פון וועסט-סייד מאנהעטן, אבער דער איד איז נישט אליין ער האט מיט געברענגט זיין זוהן א בחור'ל וואס האט א אמתע לעכטיגע צורה פון א באחנטע ישיבה בחור, זייענדיג נאנט און באקאנט מיט דעם איד פון וויליאמסבורג האב איך אים געפרעגט ..שלום עליכם ווי קומט איר דא קיין שווייץ? זעץ דיך אוועק כ'וועל דיר דערציילן.

..כ'ווייס נישט צו דו ביסט באקאנט אבער בסייעתא דשמיא האנדלן מיר מיט דיימאנטן און טייערע שטיינער, כ'קום שוין יארן קיין שווייץ איינקויפן טייערע סחורה און איך פארקויף זיי אין ניו יארק, אזוי אויך פארקערט איך שיק אהער סחורה און ס'ווערט פארקויפט דא אין אייראפע, דער מחותן ר' אלחנן איז גאר א גרויסע מוצלח אין פארקויפן דיימאנטן דא אין שווייץ - שיק איך אים כסדר דיימאנטן פון ניו יארק און ער פארקויפט זיי, עטליכע יאר צוריק האט ביי אונז פאסירט א אינטערעסאנטע מעשה וואס האט געטוישט מיין און מיין שותף'ס לעבן אויף אייביג, מיר האבן געשיקט א פעקל וואס האט פארמאגט צוויי אויסטערלישע טייערע שטיינער און ס'איז אנגעקומען קיין שווייץ מיט א שפאלט, א שפאלט אין אזא שטיין איז א שאדן פון פינעף אין זעכציג טויזענט דאללער ווי גארנישט, נאכן געוואר ווערן אז מיר זענען נישט געדעקט פון די אינשורענס קאמפאני אין אזא פאל, האט זיך אנגעפאנגען א נידון ווער ס'דארף עס באצאלן, נישט וויסנדיג וואס צו טוען האבן מיר מחליט געווען אז מ'וועט מאכן א פשרה און מיר וועלן זיך טיילן מיט די שאדן, אונז וועלן געבן 32,500$ און ער ר' אלחנן וועט געבן די אנדערע 32,500$ און שלום על ישראל.

אבער ווי ערשטוינט זענען מיר געווארן ווען ער האט אונז געקלינגן און געזאגט אז ער וויל נישט קיין פשרות, נאר ער איז גרייט צו באצאלן די גאנצע, און הער זיין הסבר וואס ער האט געזאגט: "געלט וואס געהערט צו מיר וועט הקב"ה סייווי צו שיקן צו מיר און איך גיי עס נישט דערלייגן, דעריבער אויפן צד אז איך בין באמת שולדיג וויל איך אייך באצאלן די גאנצע וואס קומט אייך, ועל צד אז איר זענט מיר שילדיג געב איך אייך די גאנצע געלט במתנה גמורה", ס'קען זיין אז על פי דין בין איך נישט מחוייב אבער איך וויל אז הקב"ה זאל זיך מיט מיר פירן לפנים משורת הדין - פיר איך זיך אויך אזוי... ס'האט נישט גענומען קיין פופצן מינוט און ער האט אריינגעשיקט אין אונזער אקאונט 65,000$ כ'מיז דיר זאגן אז אין די אלע יארן פון מיין געשעפט האבן איך און מיין שותף נאך אזא זאך נישט געזעהן, מיר האבן נישט געקענט קומען צו זיך פון התרגשות, און זייט יענעם טאג זענען מיר געווארן נאנט ווי ברידער ווייל דארט ווי ס'איז דא אזא אויפפירונג גלייבט מיר וויל יעדער האבן שייכות. מיין שותף איז נאך דעמאלטס נישט געווען א שומר תורה ומצוות אבער נאכן מאכן דעם קשר מיט ר' אלחנן האבן זיך זאכן אנגעפאנגן טוישן שנעל, און געב א קוק אויף זיין לעכטיגע ישיבה בחור! נו, יעצט פארשטייסטו פארוואס מיר זענען אלע געקומען צו פארן ס'שפירט זיך ווי א אמתע ברידער מאכט חתונה!

ווען מיר דערהערן דאס אלעס, קענען מיר אפשר אפלערנען א הערליכע רמז און א מוסר השכל פון די המשך פון אונזער פרשה וואס וועט אונז געבן דעם וועג וויאזוי צו ענדיגן און מאכן א סיום אויף א מחלוקת. ווי געזאגט האט השי"ת באפוילן פאר משה רבינו צו נעמען א שטעקן פון יעדע שבט, און מ'זאל דאס צוזאמען אריינלייגן אין אוהל מועד כדי צו זעהן אין וועמען הקב"ה איז בוחר. דאס ערשטע זעען מיר פון דא אז די עצה אפצושטילן א מחלוקת איז דורך זיך צוזאמען צו נעמען, נעם צוזאם יעדן איינעם, לאמיר זיך אראפזעצן אינאיינעם און לאמיר פראבירן זיך מְפַשֵׁר צו זיין און אדורכקומען בדרכי נועם, אפשר קענען מיר זיך פארשטיין און אדורכקומען אויף עפעס אַן אופן, אפשר קען איך עפעס מוותר זיין פאר דיינעטוועגן, און אפשר קענסטו אביסל נאכגעבן פון דיין זייט לתועלת הענין, דאס אליינס אז יעדער איינער האט זיך משתתף געווען און אנטייל גענומען און געווען גרייט צו קומען הערן דעם אמת, דאס איז די א' ב' און די אנהייב פון די ישועה.

און ווי אזוי איז געווארן אויפגעוויזן די גערעכטיגקייט און צדקות פון אהרן הכהן, דורך "פָּרַח מַטֵה אַהֲרֹן" זיין שטעקן האט געבליהט, וַיֹּצֵא פֶרַח, עס זענען געוואקסן בלומען מיט מאנדלען, די תורה לערנט אונז די וועג, כדי אפצושטילן א מחלוקת איז נישט די עצה אומצוגיין מיט א אייזערנע פויסט, און אודאי נישט דורך באגראבן יענעם און אים מצער זיין. קרח ועדתו זענען טאקע אומגעקומען, זיי האבן געמוזט נענש ווערן (ווי חז"ל זאגן אונז) אויף זייערע שלעכטע מעשים, אבער דאס האט נאכנישט געהאט די ריכטיגע השפעה אויף כלל ישראל זיך צו בארואיגן פון די טענות, די מחלוקת און די תרעומות האבן ווייטער פאָרגעהאלטן דעם נעקסטן טאג, ווייל מיט באגראבן יענעם קומט מען אין ערגעץ נישט אָן, די טענות וועלן ווייטער אנהאלטן, און אויב עפעס וועט זיך עס נאר פארשטערקערן, ווי די אידן האבן טאקע געשריגן אַתֶּם הֲמִתֶּם אֶת עַם ה'! נאר די עצה איז דורך פארשפרייטן ליכטיגקייט, פרואוו מיט גוטן, קום מיט א ווייעכקייט, מיט א שיינקייט, מיט פרחים און שקדים, ווייז דיין שיינקייט און דיין גערעכטיגקייט אויף א איידעלע און פארשטענדליכע אופן, און דעמאלטס ווערט מקויים וואס חז"ל זאגן אונז, "מעט מן האור דוחה הרבה מן החושך", יעדע ברעקל ליכטיגקייט פארטרייבט די חושך און די שלעכטס. וואס פארשטייט זיך אז ביי יעדע מחלוקת איז עס אביסל אנדערש, אמאל דארף מען אוועקגעבן פון זיך און מוותר זיין אפילו מ'איז גערעכט, אמאל דארף מען פשוט פראבירן צו פארשטיין יענעם און אויך זיך ערקלערן אויף א אופן וואס יענער וועט דערהערן, אמאל דארף מען נוצן די שכל און אויפקומען מיט פלענער וויאזוי מרבה צו זיין שלום און יענעם ברענגן נענטער צו זיך. אבער די צד-השוה דארף אייביג זיין "פָּרַח מַטֵה אַהֲרֹן" עס זאל וואקסן און בליען, ס'זאל זיין זיס און שיין, מ'דארף זוכן די לעכטיגע וועג ארויס וואס וועט דוחה זיין הרבה מן החושך, ווי די וועלט זאגט ארבעט נישט מיט כוח נאר מיט מוח! אמאל מיט אביסל מחשבה און אביסל מידות טובות קען מען ענדיגן און אפשטעלן א מחלוקת וואס ציט זיך שוין פאר לאנגע יארן, פשוט ווייל קיינער האט נישט גענומען די מיה צו פרואוון אויף א שיינעם אופן, מיט אפענהארציגקייט און מיט א נעימות אפשר קען מען עס מאכן בעסער.

נאך מער, פָּרַח מַטֵה אַהֲרֹן, מטה איז דאָך א שטעקן, אפשר וויל אונז די תורה לערנען מיט דעם אז ס'מעג אפילו אמאל זיין מיט א שטעקן, דארט וואו ס'פעלט זיך אויס אוועקצושטעלן געוויסע גדרים, אדער מ'דארף אמאל שטעלן געוויסע זאכן אין פלאץ מיט א שטארקייט, ווען מ'דארף מחנך זיין אדער טוען וואס איז ריכטיג. אדער צומאל ווען די מחלוקת וועט זיך ענדיגן און די אמת וועט ווערן אויפגעוויזן, וועט עס זיין אביסל אומבאקוועם פאר איין צד, און די זעלבע איז אז מ'גייט צו דין תורה זיך צו פארגלייכן, ס'קען זיין ס'וועט זיך טאקע ענדיגן מיט א שטעקן וואס איז נישט אייביג אזוי באקוועם, אבער ווילאנג עס בלייבט בדרכי נועם, מען איז גרייט מקבל צו זיין און טוען וואס איז ריכטיג, מ'גייט צו דערצו מיט פארשטענדעניש, מ'איז גרייט צו פארקוקן אביסל אויף די אייעגנע נגיעות און חשבונות איז דאס גאנץ א העכערע מציאות. א שטעקן איז נישט אייביג אָפגעפרעגט, ס'דארף אבער זיין ארומגענומען מיט די בלומען און מאנדלען, און אז מ'נוצט עס ריכטיג וועט עס ברענגן די ריכטיגע שלום ושלוה.

אין ספרים שטייט א הערליכע געדאנק, פארוואס האט השי"ת אויסגעקליבן דווקא שקדים-מאנדלען אז זיי זאלן וואקסן אויפן שטעקן. ווייל מיר געפונען אין גמרא אז ס'איז דא צוויי סארטן מאנדלען, ס'זענען דא אזעלכע וואס זענען נאר רָאוי לאכילה ווען זיי זענען יונג און קליין, דעמאלטס זענען זיי זיס און בא'טעמ'ט, אבער אויב מ'לאזט זיי צו לאנג וואקסן ווערן זיי שפעטער ביטער און שלעכט. נאכדעם איז דא א אנדערע סארט מאנדל וואס דארט איז פארקערט, ווען ס'איז קליין איז עס בכלל נישט גוט צו עסן, ס'האט נישט קיין טעם, און נאר אז מ'לאזט עס ווערן רייף און גרויס, דעמאלטס ווערט עס גוט און געשמאק צום עסן. און די תורה הקדושה וויל אונז דערמיט לערנען די גאנצע מוסר השכל אויף א מחלוקת: א מחלוקת איז אמאל זיס פון אנהייב, מ'שלאגט זיך און מ'רייסט זיך ארום, יעדער פילט גערעכט און גוט אז ער ברענגט ארויס זיין צד, אבער דער סוף איז ביטער, די תוצאות צו וואס עס ברענגט דארף מען אפילו נישט מסביר זיין ווי שלעכט עס ענדיגט זיך על פי רוב רח"ל. שלום-מאכן איז דאס פארקערטע, על פי רוב איז עס גאנץ שווער פון אנהייב, ס'האט אביסל א ביטערן טעם, אסאך מאל דארף מען זיך אראפלאזן און מוותר זיין, ס'איז נישט גרינג, אבער די סוף... אה! די סוף וועט בעזר ה' זיין לעכטיג און זיס, ווען מ'איז זוכה נאכדעם צו לעבן רואיג און צופרידן באהבה אחוה וריעות, דעמאלטס וועט מען צוקומען צום טעם און זעהן אז ס'האט זיך אלעס געלוינט.

לסיכום געדענק:
• מחלוקת – די שכל און מחשבה ווערן אינגאנצן פארשוואונדן, אלעס צופאלט, די נגיעות און כבוד נעמען איבער, און מען פארלירט און פארגעסט ווער מ'איז און וואס די טענות זענען, מען ווייסט ניטאמאל ווי דער מחלוקת האט זיך אנגעפאנגען, ס'איז א לאָך וואס שלעפט אריין דער מענטש און ליידער קאסט עס א גאר טייערע פרייז וד"ל ה"י.
• שלום ואחדות – איז דער ליכטיגקייט וואס ברענגט פארן מענטש מנוחה און שלווה, ס'פאראייניגט און היילט דעם מענטש, אונזערע קינדערלעך און די וועלט, ס'ברענגט השפעות טובות ברוחניות ובגשמיות, ס'איז די יסוד פון אונזער הייליגע בית המקדש בב"א.

א לעכטיגע שבת קודש!

זיך איינצושרייבן צו באקומען די "מיט א טיפערן בליק"
דורך אי-מעיל בעז"ה tiferenblik@gmail.com
א שעפעלע
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 206
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 17, 2014 10:19 am
האט שוין געלייקט: 0 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 102 מאל

הודעהדורך א שעפעלע » דאנערשטאג יוני 10, 2021 11:20 pm

א שעפעלע
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 206
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 17, 2014 10:19 am
האט שוין געלייקט: 0 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 102 מאל


גיי צוריק תורה און מחשבה

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: Google [Bot] און 4 געסט