ווילדע הרהורים ג.

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
היסטאריע
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1428
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 01, 2021 4:58 pm
האט שוין געלייקט: 44 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1368 מאל

ווילדע הרהורים ג.

שליחה דורך היסטאריע »

צייט
וואס איז דאס צייט?
עפעס א בריאה זאגן די ספרים פין מיטל אלטער, און מיט דעם דארף זיין פארענטפערט דער רמב"ם'ס קשיא פין ידיעה אויף בחירה. אבער דאך וואס איז דאס.
לאמיר פראבירן צונעמען דער זאך.

ביניך אמאהל געוועהן א למדן, געדענק איך אז דער ראגאטשאווער גאון האט זיין "ספק" אין צייט, באמת איז צייט אדער דער עבר אדער עתיד, ממילא וואלט געוועהן א סברא צו זאגען אז צייט איז גארנישט, ווייל נישטא קיין זמן וואס דאס איז יעצט, ווייל אלעס איז אדער געוועהן אדער גייט זיין, אדער קען מען זאגן אז דער קיבוץ פין אלע דריי שאפט א נייע מציאות וואס רופט זיך זמן. מיט דעם פארענטפערט ער רמב"ם'ס און שווערע סוגיות, פרעגט נישט. אפילו א סברא אז קדושין איז נישט חל אויף לעתיד, ווייל עס איז א נייע מציאות, ווען נישט די תורה איז מגלה א בפירושער דין אז מען ברויך א גט. אבער אנדערע זאכן זאגט מען נישט אזוי. (מיט דעם איז אנגעפרעגט דער באקאנטער ליטווישע תורה אז דער מזל טוב איז חל).

עכ"פ צייט. נישט דאס איז מיין חקירה. דאס איז אלעס דברים פשוטים וואס מען פארשטייט.

דער שאלה איז, דער הרגשה וואס נאר מענטשען האבען, און נישט אפילו אלע מענטשען, פין נעכטען היינט און מארגען, נעכטען האב איך געקויפט האב איך צועסען מארגען, ממילא קען איך מארגען זיין א יושב בטל אויף דער קאוטש און בינדזשען, אדער אפשר לערנען אפאר בלאט מנחת חינוך. דער הרגשה פין צייט האט לכאורה נישט קיין בעל חי. און אפילו מענטשען וואס זענען ל"ע נישט מיט אלעמען, למשל גאר שטארקע אטיסטישע, אדער מאנגאלען.

דער מימרא, איך האב נישט קיין צייט, מען זאגט עס אויף אלעמען, אסאך מאל מיינט עס איך האב נישט קיין כח, אבער ווען דער מימרא גייט טאקע אויף צייט, וואס מיינט דאס איך האב נישט קיין צייט? דיין זון גייט אונטער פאר יענעמס? נאר דער הרגשה פין צייט, אמאהל ברענט עס די הויט נישט ווייל מען האט טאקע נישט קיין צייט, נאר סתם, עס ברענט די הויט, דער צייט ברענט, א מענטש האט עפעס א אריין געבויטע הרגשה וואס דער צייט רעדט צו אים כסדר, נוץ מיר, נוץ מיר, און מיט עפעס ווערטפול. אויב נישט, איז דער צייט זיך נוקם, און דער צייט לייגט אריין א דעפרעסיע, וויאזוי פילט איר נאך בטל'ן די צייט? פארקאקט, יא? ווער מאכט דאס? די צייט מאכט דאס.

דער הרגשה פין צייט. דער הרגשה האט מען נישט ווייל מען ארבעט אויף זיך, ווי יראת שמים, נאר פין זיך אליין. טאקע, נישט יעדער האט דאס, אבער רוב האבען עס יא. (דאס מיינט איך האב עס רוב מאל, סמיילי).

דער ענין פין צייט איז א פלא, פין ווי קומט דאס בכלל? פארשטייט זיך אז די וואס ווילען אלץ תולה זיין אין עוואלאציע וועלען עס מסביר זיין אז דער מענטש האט געמוזט האבען א הרגשה פין צייט כדי צו קענען סורווייווען, כולי האי ואולי. דער מענטש האט עס געדארפט און דער מאנקי נישט.

אבער טאמער מען זאל גיין מיט דער הנחה אז דער וועלט איז א נברא דורך אינטעליגענטע דיזיין, פארוואס האט דער בורא געמאכט דער בריאה? און וואס איז דער תכלית פין דער בריאה? אויב דער בורא האט געמאכט מען זאל האבען א הרגשה פין צייט און ווי מען איז עס מאבד, און זיך פילען שלעכט וכו', איז דאך פשט אז דאס איז וויכטיגע זאך, אפשר אפילו א הייליגע זאך, זאל מען עס פארהייליגען?

און פארוואס זאל זיין מותר אויסצוגעבען צייט אויף נארישקייטען? כלומר, מען קען פארשטיין אז א מענטש האט צרכים, ער דארף רעקריעשען, דער מוח זיינע גייט קוקו אויב מען טוט פאקעסען צו לאנג אויף דער זעלבער זאך, מען דארף א ברעיק, און מען קען פארשטיין אסאך זאכען וואס מען דארף אויסגעבען צייט פאר די געזונט, אבער נישט דער עיקר פין צייט, א מענטש וואלט געברויכט האבען א באפעל, און יעדעס רעליגיע וואלט סעיף א' געברויכט זיין, פארהייליג די צייט. פארברענג נישט.

אויב אזוי איז דער שפיץ פין דער קשיא, און תנ"ך טרעפען מיר א ווארט וועגען צייט? גאר ווייניג, אמאהל זאגט שלמה המלך מוסר צו דער פוילער מענטש, צייט ווערט דערמאנט בהבלעה.

דער איינציגסטער מאל איז די ששת ימי המעשה און שבת. און נישט כלפי דער מענטש, נאר כלפי דער בורא עולם, ער האט געהאט זעקס טעג צו באשאפען די וועלט, און דער זיבעטער טאג גערוהט. לדעתי איז דער הנחה אז צייט איז א נברא און אויבן אין הימעל איז למעלה מן הזמן, נישט קיין דבר מוכרח, פאר דער וואס דער הנחה רעדט צו אים, געזונטערהייט, מיר איז מער ניחא צו זאגען אז ביי דער בורא וואס איז נוגע אונז, דער בורא וואס שטייט אין די תורה, דער בורא פין ספר בראשית, דער בורא איז אין צייט, פארקערט גאר, צייט איז א דבר רוחני, צייט איז ענין וואס דער בורא האט געגעבען פין זיך אין א מענטש במתנה, און נאר צו א מענטש, נישט צו קיים שום אנדערע נברא. טאמער זענען מלאכים נישט אין זמן, זענען זיי למטה מן הזמן, אויף דער מדרגה פין בהמות און חיות, נאר מענטשען האבען די מתנה פין צייט. נישטא קיין זאך ווי למעלה מן הזמן, איינער וואס פליט אין א הרגשה פין למעלה מן הזמן, איז למטה מן הזמן, ווי א מלאך, אבער א מענטש איז העכער ווי א מלאך און ער לעבט מיט צייט.

דאס איז נרמז איז דער גאר באקאנטער מדרש אז אחור וקדם צרתני, דער ערשטער און דער לעצטער, ווייל דער מענטש איז דער ערשטער ווייל אלע אנדערע נבראים האבען נישט קיין זמן, ממילא איז נישט שייך ביי זיי קיין ערשטער, און אויך איז דער מענטש דער לעצטער, ווייל ער איז באשאפען נאך אלע חיות. און ווער ווייסט דאס? נאר דער מענטש. גיי פארצייל דיין אייזל אז ער איז באשאפען פאר דיר און קום פארצייל וואס ער האט גענטפערט.

און וואס שטייט דארט? ויברך אלקים את יום השביעי ויקדש אותו. דער זיבעטער טאג האט דער רבש"ע געבענטשט און פארהייליגט. כלומר, הקב"ה פארשטייט אז ער האט באשאפען א מענטש מיט אלע זיינע צרכים, מיט אלעס וואס ער דארף טוהן מיט דער צייט פאר זיין וואוילזיין און לעבען, אבער איין טאג אין די וואך האט ער פארהייליגט, וואס אין דעם טאג דארף מען נעמען דער צייט און הייליגען און ניצען אויף דברים שבקדושה.

וואס איז דברים שבקדושה? וועל דיר אויס וואס דיין הארץ זאגט דיר, אבער דברים שבקדושה זאל עס זיין. ויקדש אותו.

געבויט אויף די פיליסאפיע פין איינער פין די חשוב'סטע דענקער און די לעצטע יאר הונדרעט. (פארשידענע נקודות זאגט ער אליין).
בערל דער בעל עגלה'ס הסכמה אויף מיר דא

ווען אזא לאו-לייף (טאקע, אויך מיר א שריפטשעלטער) ווי דו (שאינו יודע להבחין בין..."דו" ל' "די"... קומען אויף מיין באס, ווארף איך זיי אראפ נאך איידער זיי האבן א טשענס צו טון זייערע מעשים תעתועים

דער אשכול פארמאגט 9 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר