כנסת ישראל: השיבנו ה' אליך ונשובה

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
דער גאלדענער אדלער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1665
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
געפינט זיך: הלוואי ווען כ'וואלט געוויסט
האט שוין געלייקט: 6626 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3683 מאל

כנסת ישראל: השיבנו ה' אליך ונשובה

שליחה דורך דער גאלדענער אדלער »

[center][/center]כ'זיץ דא אויף מיין קליינעם נידריגן אומבאקוועמען בענקל תשעה באב ביינאכט ביים ליינען די קינות, אין דעם בית המדרש הדומה למקדש מעט, מיט האלבע אויסגעלאשענע לעקטער. מיט מיין מויל זינג איך מיט די טרויעריגע איכה ניגון, ווען אין מיין הארץ ווינדערט מיך וויפיל נאך יארן גייט מען ברויכן אזוי זיצן אויף דער ערד?! איז דען נישט נאענט צו צוויי טויזענט יאר גענוג??

יא אונז האבן געזינדיגט. די בית המקדש איז חרוב געווארן, און אונז זענען פארטריבן געווארן פון אונזער לאנד, דורך געגאנגן גלות'ן און גירושין, השמדות און חרבנות, מיר זענען אנטלאפן פון איין לאנד צום צווייטן. אבער וויפיל איז די שיעור??

די סיבה פונעם ערשטן חורבן בית המקדש, ווי חז"ל ברענגן איז געווען די דריי עבירות, ע"ז, ג"ע, שפיכות דמים, און השבתת שמיטות. אין מדרש איכה ווערט געברענגט, אז דער באשעפער האט יא מוותר געווען אויף די ג' חמורות און נישט אויף מאיסת התורה (ביטול תורה). משא"כ די צוייטע ביהמ"ק איז חרוב געווארן וועגן שנאת חינם. (ס'מיינט אבער נישט אז אז חוץ די פיר עבירות איז נישט געווען קיין שנאת חינם אדער אנדערע עבירות ווי למשל עיוות הדין, אבער דאס קען זיין גייט אויך אריין אין די עבירה פון שפיכת דמים).

די ערשטע גלות האט נאר אנגעהאלטן זיבעציג יאר, און דערנאך איז מען ארויף געגאנגן קיין ארץ ישראל ברשות כורש. מ'האט אנגעהויבן בויען דאס לאנד פון ניי, און עס זענען טאקע געווען אסאך שטרויכלונגן פון די פעלקער ארום צו בויען דעם ביהמ"ק השני. ווי מ'זעהט אבער אין ספר עזרא און נחמי', למעשה נאך זיבעציג יאר גלות האט מען זיך צוריק געזעהן אין אונזער היימלאנד

‏שטעלט זיך קשיא, גאט זיסער! פארוואס אזוי לאנג? פאר איין עבירה פון שנאת חינם ברויכן מיר אדורך גיין אזויפיל יארן גיהנם? ביזט גערעכט אז מיר האבן געזינדיגט, אבער פארוואס אזוי לאנג?? די אמת איז אז ס'נישט מיין קשיא, דער בעל הקינות וואס האט מחבר געווען געווען איכה, ירמיהו הנביא, פרעגט שוין די קשיא:
לָ֤מָּה לָנֶ֨צַח֙ תִּשְׁכָּחֵ֔נוּ תַּֽעַזְבֵ֖נוּ לְאֹ֥רֶךְ יָמִֽים?
הֲשִׁיבֵ֨נוּ ה' אֵלֶ֨יךָ֙ וְֽנָשׁ֔וּבָה חַדֵּ֥שׁ יָמֵ֖ינוּ כְּקֶֽדֶם!
כִּ֚י אִם מָאֹ֣ס מְאַסְתָּ֔נוּ קָצַ֥פְתָּ עָלֵ֖ינוּ עַד מְאֹֽד!

די קינות איז געשריבן געווארן ביים ערשטן חורבן, וואס נאך בלויז זיבעציג יאר איז מען שוין געווען צוריק אין אונזער לאנד, וואס זאל אונז זאגן? כִּ֚י אִם־מָאֹ֣ס מְאַסְתָּ֔נוּ קָצַ֥פְתָּ עָלֵ֖ינוּ עַד־מְאֹֽד? דאס איז גאר ווייניג ארויסצוברענגן אונזער ווייטאג!

דעם שבת ביי שלש סעודות זעמער געזעצן מיט די משפחה, און מיין ב"ב האט זיך אנגערופן אין מיטן א שמועס אז נעקסטן יאר וועט משיח שוין אוודאי דא זיין, און מיר וועלן שוין זיין אין ארץ ישראל. פרעגט מיין זוהן זז"ג, וואס גייט זיך טוישן נעקסטע יאר פון היי יאר? פארוואס עפעס גייט מען נעקסטע יאר זיין אין ארץ ישראל מער פון היי יאר? אויב טוט מען גארנישט דערצו וויאזוי זאלן זאכן געשען? ער פרעגט דאך זייער גוט!

האב איך א קנייטש געטוהן אין שטערן און געענפערט אזוי.

אז נעקסטע יאר גייט משיח קומען און גייט מיטברענגן מיט זיך אבאנטש גאלדענע אדלערס, א ווייסע אייזל, און מ'גייט איינשפאנען דעם עולם פון אמעריקע, יוראפ, און אסטראליע, ווי אויך פון די איבעריגע גלות לענדער. מ'גייט זיך הייבן אין די לופט, משיח גייט שפאנען פאראויס, און מ'גייט לאנדן אין ארץ ישראל. אויפן וועג גייט מען אויך אויפפיקן די פארלאזטע עשרת השבטים פון די אנדערע זייט סמבטיון, און ווען די פליענדיגע שטיינער גייען נאר זעהן ווי משיח'ס ווייסע אייזל'ס וויידל שאקעלט זיך, גייען זיי גלייך רוען פונקט ווי יום שכלו שבת, אלס לכבוד מלך המשיח וואס איז בבחינת מלכות בבחינת שבת!. דאס איז א שיינע פאנטאזיע...

שכינה אומרת: שובה אלי ואשובה אליכם

פארוואס איז עס נישט געשעהן פאר א יאר, א יאר פריער, אדער אפילו נישט היי יאר? ווייל ס'גייט למעשה נישט געשעהן. מ'גייט נישט פליען אויף קיין גאלדענע אדלערס, משיח גייט נישט רייטן אויף קיין ווייסע אייזלן. די אלע חלומות און פאנטאזיעס איז שיין געווען אין די מיטל אלטער פאר די קליינע קינדער, בעת מ'האט זיי געלייגט שלאפן. די איינציגסטע וועג וויאזוי מיר גייען זיין צוריק אין אונזער היימלאנד ארץ ישראל, איז אז מיר גייען טוהן השתדלות דערצו אז מיר גייען זיך ציען קיין ארץ ישראל, אז מיר גייען זיך בענקן אויף למעשה, נישט סתם צו קלאגן מיט אפאר שיינע שטיקלעך פון פאעטישע קינות.

אויב גייען אונז נישט טוהן קיין השתדלות ווייל דא אין גלות איז פשוט באקוועמער, די פאמיליע וואוינט דא, די ביזנעס איז דא, די רבי וואוינט דא, מיט נאך פוילע תירוצים, דאן גייט מען שיינערהייט בלייבן אין גלות ביז גאט וועט שיקן זיינע מעסעדזשעס וואס ס'נישט אייביג צו בע'טעמ'ט.

פון קלאגן יעדעס יאר מיט א פרישקייט, זיך זעצן אויף די ערד און זינגן איכה מיט פאעטישע קינות וואס די גאונים און ראשונים האבן מייסד געווען, פון זינגן יעדן סדר נאכט אדער נעילת החג לשנה הבאה בירושלים הבניוה (צו אן דעם הבנויה, כל אחד ואחד כפי מנהג החצר שלו), גייען זיך זאכן נישט טוישן, דער לאנגער גלות וועט ווייטער זיין לאנג, און נאך לענגער. עס ליגט אין אונזער הענט צו מאכן א סוף דערצו. כ'בין מקנא די אידן וואס זענען עולה קיין ארץ ישראל אויף צו בלייבן וואוינען דארט, די אידן וואס גייען טעגליך ארויף אויפן הר הבית (ביז וואו מ'מעג פארשטייט זיך), די וואס טוען טאג טעגליכע השתדלות פאר'ן אויפבלי פון אונזער היימלאנד ישראל, הלוואי ויהי חלקנו עמהם בקרוב ממש נאך פאר מ'גייט זינגן נעקסטן יו"ט לשנה הבאה בירושלים הבניוה. זאלן אונז שוין קענען זינגן דעם הלל הגדול, ונתן ארצם לנחלה כי לעולם חסדו, נחלה לישראל עבדו כי לעולם חסדו, און בקרוב זוכה זיין צו הערן די שיינע מוזיק און געזאנגן פון די לווים

שִׁיר מִזְמוֹר לִבְנֵי קֹֽרַח׃
גָּדוֹל ה' וּמְהֻלָּל מְאֹד בְּעִיר אֱלֹקֵינוּ הַר קָדְשֽׁוֹ׃
יְפֵה נוֹף מְשׂוֹשׂ כָּל הָאָרֶץ הַר צִיּוֹן יַרְכְּתֵי צָפוֹן קִרְיַת מֶלֶךְ רָֽב׃
אֱלֹקִים בְּאַרְמְנוֹתֶיהָ נוֹדַע לְמִשְׂגָּֽב׃
כִּֽי הִנֵּה הַמְּלָכִים נֽוֹעֲדוּ עָבְרוּ יַחְדָּֽו׃
הֵמָּה רָאוּ כֵּן תָּמָהוּ נִבְֽהֲלוּ נֶחְפָּֽזוּ׃
רְעָדָה אֲחָזָתַם שָׁם חִיל כַּיּֽוֹלֵדָֽה׃
בְּרוּחַ קָדִים תְּשַׁבֵּר אֳנִיּוֹת תַּרְשִֽׁישׁ׃
כַּֽאֲשֶׁר שָׁמַעְנוּ כֵּן רָאִינוּ בְּעִיר ה' צְבָאוֹת בְּעִיר אֱלֹקֵינוּ אֱלֹקִים יְכוֹנְנֶהָ עַד עוֹלָם סֶֽלָה׃
דִּמִּינוּ אֱלֹקִים חַסְדֶּךָ בְּקֶרֶב הֵיכָלֶֽךָ׃
כְּשִׁמְךָ אֱלֹקִים כֵּן תְּהִלָּתְךָ עַל קַצְוֵי אֶרֶץ צֶדֶק מָלְאָה יְמִינֶֽךָ׃
יִשְׂמַח הַר צִיּוֹן תָּגֵלְנָה בְּנוֹת יְהוּדָה לְמַעַן מִשְׁפָּטֶֽיךָ׃
סֹבּוּ צִיּוֹן וְהַקִּיפוּהָ סִפְרוּ מִגְדָּלֶֽיהָ׃
שִׁיתוּ לִבְּכֶם לְֽחֵילָה פַּסְּגוּ אַרְמְנוֹתֶיהָ לְמַעַן תְּסַפְּרוּ לְדוֹר אַֽחֲרֽוֹן
כִּי זֶה אֱלֹקִים אֱלֹקֵינוּ עוֹלָם וָעֶד הוּא יְנַֽהֲגֵנוּ עַל מֽוּת׃

דער אשכול פארמאגט 29 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר