קאסט-בענעפיט פון אינטערמערידזש וחתנות פון א תורה׳דיגן שטאנדפ

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות

קאסט-בענעפיט פון אינטערמערידזש וחתנות פון א תורה׳דיגן שטאנדפ

הודעהדורך מי אני » מאנטאג יולי 19, 2021 2:06 pm

מען קען לכאורה באטראכטען די תורה׳ס פראבלעם מיט׳ן אסר׳ן (דברים ז ג-ד) לא תתחתן בם מטעם ״כי יסור את בנך מאחרי ועבדו אלהים אחרים״ משתי אופנים:

1). די ספּאַוּס וועט גורם זיין להטותו מהתורה לע״ז, ועיין בחינוך מצוה תכז.

2). וויבאלד די דורות פארלירן דאדורך דעם יוּניִק ״ישראל״ אידענטיטעט, ואפשר דכן משמע ברמב״ם בהלכות איסורי ביאה פי״ב ה״ח ובסמ״ג לאו קיב ע״ש.

ט״ב דהאי שתא (טאקע אין די וואך פון פ׳ ואתחנן וואו עס שטייט די איסור פון לא תתחתן) האב איך באגעגענט די מדרש אין איכ״ר (א נו):
כי אתה עשית וגו׳. משל למלך שנשא למטרונה אמר לה אל תשיחי עם חברותיך ולא תשאילי מהן ואל תשאילי להן. לימים כעס עליה המלך וטרדה חוץ לפלטין וחזרה על כל שכנותיה ולא קבלו אותה וחזרת לפלטין. אמר לה המלך אקשית אפיך. אמרה המטרונה למלך, אדוני אילולי הייתי משאילה להן ושואלת מהן מנא והוה עבידתי גבה או עבידתה גבי לא הוון מקבלין לי? כך אמר הקדוש ברוך הוא לישראל אקשיתון אפיכון. אמרו לפניו, רבון העולמים לא כתבת בתורתך (דברים ז ג) ולא תתחתן בם בתך לא תתן לבנו ובתו לא תקח לבנך. אילולי הוינן משאלין להון ונסבון מינהון ואינון מינן, והוית ברתיה גבי או ברתי גביה, לא הוו מקבלים לי? הוי כי אתה עשית.

עפ״י די מדרש קומט אויס דערפון אז בעצם מסברא פארשטייט מען פון א קאסמאפּאליטען מבט אז איסור חתנות אלס די צווייטע טעם, עכ״פ פאר זיך אליין, איז יצא שכרו בהפסדו. הגם אויף דעם קען מען זאגן אז ס׳איז פשוט א מקוננ׳דיגע ליטערערי דיווייס פון זיך אפרעדן אויף די חלק הרע וואס קומט ארויס פון זיין א יוּניִק עם ונבחר בכלל. והיינו, ס׳איז נאך אלס יצא הפסדו בשכרו אבער פארט קומט ארויס דערפון א היזק.

ולגבי דעם ערשטן טעם ווערט אויך נולד דעם באקאנטן מאירי (בכמה מקומות) אז כהיום איז נישט דא דעם מושג פון עוע״ז פון וואס די תורה וחז״ל האבן גערעדט און געמיינט. הגם, מ׳קען זאגן אז די טעם איז נישט אזוי ווייט פון אז מ׳גייט דינען ע״ז דייקא ווי איידער אז מ׳גייט נישט היטן די תורה בכלליות (ואפשר להעמיסו בהחזקוני על הפסוק). דאס טוהט סתם אזוי צאמלייגן די צוויי טעמים ווייל ווי דער רס״ג זאגט כידוע (האמונות והדעות מאמר ג ספ״ז) ״אין אומתינו אומה אלא בתורותיה״. ובסתם זאגט דאך דער רמב״ם אין הלכות מלכים פי״א ה״ג, און טאקע אינעם קאנטעקסט פון [הבחנת] משיח ולע״ל וואס דאן וועט דאך זיין עזיבת ע״ז (עכ״פ נאך דעם), ״שהתורה הזאת אין חוקיה ומשפטיה משתנים לעולם ולעולמים״.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך מי אני אום מאנטאג יולי 19, 2021 2:31 pm, רעדאגירט געווארן 2 מאל בסך הכל.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז"... - יאיר דא
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 2517
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 9123 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1958 מאל

הודעהדורך מי אני » מאנטאג יולי 19, 2021 2:08 pm

B1568ACB-C77E-4EA0-845A-5AB2A6852937.jpeg

דאס איז פון די ארטאדאקסישע כתב מחאה קעגן דעם רעפארם קאנפערענץ/ראבינער פארזאמלונג אין ברוינשווייג [בּרונסוויק] וואס האט, צווישן אנדערע, מתיר געווען חתנות, עפ״י נאפאליאן׳ס סנהדרין, טאמער קען מען עפ״י חוקי המדינה אויפציען די קינדער אידיש.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז"... - יאיר דא
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 2517
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 9123 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1958 מאל

הודעהדורך מי אני » מאנטאג יולי 19, 2021 2:09 pm

דא טוהט פּוּ ריִסערטש אביסל דורך די תוצאות פון חתנות כהיום פאר אידישקייט ואידענטיטי (הן לטב והן לביש) עפ״י די סטעטיסטיקס.

ומענין לענין באותו ענין, הגם עס איז נישט דירעקט נוגע פאר ארטאדאקסיע, איז אבער די פראגמאטישע סטעיטמענט פון די קאנסערוואטיוון בנוגע די אישׁוּ אולי נוצליך פאר ארטאדאקסן וואס מוטשן זיך מיט נושרים און אט״ד.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז"... - יאיר דא
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 2517
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 9123 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1958 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » מאנטאג יולי 19, 2021 4:15 pm

מי אני: ייש"כ פאר בארירן דעם טאפיק.

איך ווילל מאכן דא 3 באמערקונגען: 1) א הומאריסטישע. אמאל האט מען געזאגט אז א מיקס'ד מערידזש הייסט ווען א ליטוואק האט חתונה מיט אן אונגארישע אדער גאליציאנער/ין...!

2) די פרייע איזראעליס ווען זיי וויללן באשרייבן אז אן איזראעלי (יוד) האט חתונה געהאט מיט א שיקסע שרייבן זיי דאס מיט א סאניטייז'ד לשון..."הוא נישא למקומית"...!

פונקט אזוי ווי (אין די פרייע צייטונגען, ידיעות און מעריב) ווען זיי וויללן שרייבן די ליסט פון נישט כשר'ע רעסטאראנטן, וועלכע סערווירן טריפות און שקצים ורמשים. זאגן זיי עס מיט א סאניטייז'ד לשון..."פירות ים"...!
3)
דער חת"ם סופר בשעתו האט טאקע (ברוח קדשו וברוב חכמתו) צוריקגעוויזן די איינלאדנונג פון א געוויסן רב וועלכער האט אויפ'ן באפעל פון נאפאליאן געוואלט פאררופן א קאנפערענץ פון 71 רבנים. דער חת"ם סופר האט פארשטאנען אז קיין גוטס וועט פון דעם נישט ארויסקומען. ואכמ"ל...(ראה אשכול של "נאפליאן באנאפארטע)"...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 15084
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 17377 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9901 מאל

הודעהדורך וואלווי » מאנטאג יולי 19, 2021 4:59 pm

@מי אני

כ'פרוביר צו פארשטיין פארוואס אפי' איינע פון די צוויי טעמים פאר איסור חתונות זאלן זיין גילטיג.

א) אויב ס'האט צוטוהן מיט אראפ פירן מדרך התורה ואמונה צו עבודה זרה, וואס וועט זיין מיט א שיקסע וואס האט אן אמת'ע הערצה צו גאט, אן עבו"ז, פארוואס זאל דאס זיין א פראבלעם? אדרבה, זי קען נאך גאר זיין א חיזוק פאר אמונה. אזוי ווייזט טאקע א גרויסע חלק פון היינטיגע רעליגיעזע וועלט, אז אמונה אין גאט האט קנאפ צוטוהן מיט עסטעבלישד רעליגיע. אדרבה, רעליגיע איז אסאך מאלַ גאר א שטער פאר אמונה ווייל מ'פארטוישט אמת מיט שקר.

ב) יוניק איידענטיטי. וואס פאר א ניץ האט יוניק איידענטיטי בכלל? איז רעליגיע א פאליטישע פארטיי? איז עס א קהילה אדער חסידות? טאמער איין מענטש קען ברענגען אז א צווייטער זאל זיין א בעסערע מענטש, עכ"פ ווען ס'איז באמת צוויי גוטע וואוילע מענטשען, ווער דארף איידענטיטי. די מעסטער דארף זיין מענטשליכע מענטשען, ווייל נאר פון א אזעלעכע קומט ארויס גוטס.

צו זאגען אז אונזער איידענטיטי ווערט פרעזערווד דורך זיין א מעמבער אין די פאלק איז די ערשטע סטעפ פון איגנארינס. פעלט דען יודען וואס פירן אראפ אנדערע יודען פון יודישען וועג? פעלט דען קאפאלס וואס האבן אראפ געפירט איינע דעם צווייטען? וואס זענען זיי געבליבן מיט, נאר מיט אן איידענטיטי אבער אן מענטשליכקייט און מאראלס.
.Weed: you dont dream. You are the dream
באניצער אוואטאר
וואלווי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2622
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 12:34 pm
האט שוין געלייקט: 3693 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3458 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » מאנטאג יולי 19, 2021 5:18 pm

מאכסט איין טעות רבי וואלווי, יא, עסטעבלישד רעליגיע איז גארנישט מער ווי א פאליטישע פארטיי צו געבן אידענטיעט פאר די נאראנים, ס׳האט מיר מאראלן גארנישט אייגעשטויסן אויב עפעס פארקערט.
@עדיאל - "Behind every great man there's a miserable woman"
קאוועשטיבל #למעשה: וויאזוי זיך ארויסצוזעהן פונעם "סיסטעם".
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4668
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 4501 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4254 מאל

הודעהדורך אישתישבי » מאנטאג יולי 19, 2021 5:26 pm

מי אני האט געשריבן:מען קען לכאורה באטראכטען די תורה׳ס פראבלעם מיט׳ן אסר׳ן (דברים ז ג-ד) לא תתחתן בם מטעם ״כי יסור את בנך מאחרי ועבדו אלהים אחרים״ משתי אופנים:

1). די ספּאַוּס וועט גורם זיין להטותו מהתורה לע״ז, ועיין בחינוך מצוה תכז.

2). וויבאלד די דורות פארלירן דאדורך דעם יוּניִק ״ישראל״ אידענטיטעט, ואפשר דכן משמע ברמב״ם בהלכות איסורי ביאה פי״ב ה״ח ובסמ״ג לאו קיב ע״ש.

ט״ב דהאי שתא (טאקע אין די וואך פון פ׳ ואתחנן וואו עס שטייט די איסור פון לא תתחתן) האב איך באגעגענט די מדרש אין איכ״ר (א נו):
כי אתה עשית וגו׳. משל למלך שנשא למטרונה אמר לה אל תשיחי עם חברותיך ולא תשאילי מהן ואל תשאילי להן. לימים כעס עליה המלך וטרדה חוץ לפלטין וחזרה על כל שכנותיה ולא קבלו אותה וחזרת לפלטין. אמר לה המלך אקשית אפיך. אמרה המטרונה למלך, אדוני אילולי הייתי משאילה להן ושואלת מהן מנא והוה עבידתי גבה או עבידתה גבי לא הוון מקבלין לי? כך אמר הקדוש ברוך הוא לישראל אקשיתון אפיכון. אמרו לפניו, רבון העולמים לא כתבת בתורתך (דברים ז ג) ולא תתחתן בם בתך לא תתן לבנו ובתו לא תקח לבנך. אילולי הוינן משאלין להון ונסבון מינהון ואינון מינן, והוית ברתיה גבי או ברתי גביה, לא הוו מקבלים לי? הוי כי אתה עשית.

עפ״י די מדרש קומט אויס דערפון אז בעצם מסברא פארשטייט מען פון א קאסמאפּאליטען מבט אז איסור חתנות אלס די צווייטע טעם, עכ״פ פאר זיך אליין, איז יצא שכרו בהפסדו. הגם אויף דעם קען מען זאגן אז ס׳איז פשוט א מקוננ׳דיגע ליטערערי דיווייס פון זיך אפרעדן אויף די חלק הרע וואס קומט ארויס פון זיין א יוּניִק עם ונבחר בכלל. והיינו, ס׳איז נאך אלס יצא הפסדו בשכרו אבער פארט קומט ארויס דערפון א היזק.

ולגבי דעם ערשטן טעם ווערט אויך נולד דעם באקאנטן מאירי (בכמה מקומות) אז כהיום איז נישט דא דעם מושג פון עוע״ז פון וואס די תורה וחז״ל האבן גערעדט און געמיינט. הגם, מ׳קען זאגן אז די טעם איז נישט אזוי ווייט פון אז מ׳גייט דינען ע״ז דייקא ווי איידער אז מ׳גייט נישט היטן די תורה בכלליות (ואפשר להעמיסו בהחזקוני על הפסוק). דאס טוהט סתם אזוי צאמלייגן די צוויי טעמים ווייל ווי דער רס״ג זאגט כידוע (האמונות והדעות מאמר ג ספ״ז) ״אין אומתינו אומה אלא בתורותיה״. ובסתם זאגט דאך דער רמב״ם אין הלכות מלכים פי״א ה״ג, און טאקע אינעם קאנטעקסט פון [הבחנת] משיח ולע״ל וואס דאן וועט דאך זיין עזיבת ע״ז (עכ״פ נאך דעם), ״שהתורה הזאת אין חוקיה ומשפטיה משתנים לעולם ולעולמים״.


אין דיין מדרש זעה איך נישט קיין "הפסד" בכלל, פרעג יעדער א.ט.ד וויפיל ער האט זיך געמוטשעט צו ווערען א מענטש, ער קען זאגן דער זעלבע זאך, אילו הוות וכו'. זיי קומען נישט צוריק אזויווי דער מטרונא אין דער משל, וצריך טעם למה..... אבער דאס איז דער לכתחילה'דיגע כוונה פין חריידיזים, אויפציען די קינדער אז מען זאל האבן קופערנע ווערעם צו טוהן עבירות. עס איז אינטרעסאנט אז דער מדרש ברענגט ארויס חריידיזים.

ווי אויך, דיינע צוויי טעמים זענען איינס, ווייל דער תורה שרייבט עבודה זרה, און ער מיינט דער אפפארען וואס איז געוועהן דעמאלס, און דער פועל יוצא וועט זיין אז עס וועט מער נישט זיין קיין צעטל קטן אינגעלייט, וואס דאס איז דיין צווייטע טעם.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
אישתישבי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 09, 2016 12:19 am
האט שוין געלייקט: 130 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1972 מאל

הודעהדורך וואלווי » מאנטאג יולי 19, 2021 5:34 pm

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:מאכסט איין טעות רבי וואלווי, יא, עסטעבלישד רעליגיע איז גארנישט מער ווי א פאליטישע פארטיי צו געבן אידענטיעט פאר די נאראנים, ס׳האט מיר מאראלן גארנישט אייגעשטויסן אויב עפעס פארקערט.


ווער זאגט ס'האט מיט מאראלס?

אדרבה, איך טענה פארקערט
.Weed: you dont dream. You are the dream
באניצער אוואטאר
וואלווי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2622
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 12:34 pm
האט שוין געלייקט: 3693 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3458 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » מאנטאג יולי 19, 2021 5:42 pm

גערעכט. כ׳מיין צו זאגן אז פונדאמענטאליסטישע רעליגיעזע מענטשן קימערן זיך אפיציעל נישט מיט מאראלן און מענטשליכקייט, זיי איז אריין א משוגעת אין קאפ צו ״האלטן די אידענטיטעט״ און אויף דעם מזבח וועט מען מקריב זיין די ווייב און קינדער, געזונט און געלט, און זיי האלטן זיך שטאלץ דערמיט (אזויווי דער באבובער וואס איז שטאלץ צו זיין א באבובער, דו קוקסט איהם אן ווי א פסיכאפאט וואס דארף פילן אזוי גרויס ווי א בלעק ענד ווייט קוקי אבער ער אין זיינע אויגן איז על גג העולם). האסטו געטראפן א מענטשליכע פרוי, who cares. זי איז א רעפאבליקען, זי גייט מיט א לעיס טאפ שייטל, זי גייט צום כותל, זי דינט קרישנה אנשטאט הוי״ה, זי איז נישט קיין אייניקל בת אחר בת פון יעקב אבינו (כאילו אונז זעמער יא, אבער שוין...), זי איז נישט פון אונזערע, זאל זי גיין אין דער ערד אריין.
@עדיאל - "Behind every great man there's a miserable woman"
קאוועשטיבל #למעשה: וויאזוי זיך ארויסצוזעהן פונעם "סיסטעם".
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4668
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 4501 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4254 מאל

הודעהדורך אישתישבי » מאנטאג יולי 19, 2021 6:01 pm

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:גערעכט. כ׳מיין צו זאגן אז פונדאמענטאליסטישע רעליגיעזע מענטשן קימערן זיך אפיציעל נישט מיט מאראלן און מענטשליכקייט, זיי איז אריין א משוגעת אין קאפ צו ״האלטן די אידענטיטעט״ און אויף דעם מזבח וועט מען מקריב זיין די ווייב און קינדער, געזונט און געלט, און זיי האלטן זיך שטאלץ דערמיט (אזויווי דער באבובער וואס איז שטאלץ צו זיין א באבובער, דו קוקסט איהם אן ווי א פסיכאפאט וואס דארף פילן אזוי גרויס ווי א בלעק ענד ווייט קוקי אבער ער אין זיינע אויגן איז על גג העולם). האסטו געטראפן א מענטשליכע פרוי, who cares. זי איז א רעפאבליקען, זי גייט מיט א לעיס טאפ שייטל, זי גייט צום כותל, זי דינט קרישנה אנשטאט הוי״ה, זי איז נישט קיין אייניקל בת אחר בת פון יעקב אבינו (כאילו אונז זעמער יא, אבער שוין...), זי איז נישט פון אונזערע, זאל זי גיין אין דער ערד אריין.


דערמאנסט מיר פין א שיקסע וואס האט מיר געפרעגט וואס איז פשט אז מען טאר נישט חתונה האבן מיט איינער וואס האט דער זעלבער נאמען ווי דער מאמע, ובלשון קדשה
So you love this girl and you can't marry her because she doesn't have the right name?
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
אישתישבי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 09, 2016 12:19 am
האט שוין געלייקט: 130 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1972 מאל

הודעהדורך מי אני » מאנטאג יולי 19, 2021 6:43 pm

וואלווי האט געשריבן:כ'פרוביר צו פארשטיין פארוואס אפי' איינע פון די צוויי טעמים פאר איסור חתונות זאלן זיין גילטיג.

א) אויב ס'האט צוטוהן מיט אראפ פירן מדרך התורה ואמונה צו עבודה זרה, וואס וועט זיין מיט א שיקסע וואס האט אן אמת'ע הערצה צו גאט, אן עבו"ז, פארוואס זאל דאס זיין א פראבלעם? אדרבה, זי קען נאך גאר זיין א חיזוק פאר אמונה. אזוי ווייזט טאקע א גרויסע חלק פון היינטיגע רעליגיעזע וועלט, אז אמונה אין גאט האט קנאפ צוטוהן מיט עסטעבלישד רעליגיע. אדרבה, רעליגיע איז אסאך מאלַ גאר א שטער פאר אמונה ווייל מ'פארטוישט אמת מיט שקר.

ב) יוניק איידענטיטי. וואס פאר א ניץ האט יוניק איידענטיטי בכלל? איז רעליגיע א פאליטישע פארטיי? איז עס א קהילה אדער חסידות? טאמער איין מענטש קען ברענגען אז א צווייטער זאל זיין א בעסערע מענטש, עכ"פ ווען ס'איז באמת צוויי גוטע וואוילע מענטשען, ווער דארף איידענטיטי. די מעסטער דארף זיין מענטשליכע מענטשען, ווייל נאר פון א אזעלעכע קומט ארויס גוטס.

איה״נ. איך זוך צו פארטייטשן די טעם וואס די תורה אליין געבט דערצו, ״כי יסור את בנך מאחרי ועבדו אלהים אחרים״, עפ״י הראשונים. און ווי איך ברענג ארויס איז ווי אזוי פאסט מען דאס טאקע צו לזמנינו? מען קען טאקע אולי זאגן אז כהיום איז די טעם טאקע בטל געווארן, דעם ערשטן דרך אינעם טעם אלס׳ן דרך המאירי וכדומה און די צווייטע דרך אלס אלגעמיינע קאסמאפּאליטעניזם ואנטי-טרייבעליזם וואס מ׳ווייסט איז א (מאראלישע) מעלה וכדבריך, אבער מ׳דארף דאס נאך אלס אנהאלטן אפילו טעמו הכתוב כבר בטל, אזוי ווי די צוגעצייכענטע רמב״ם לסיום פונעם ערשטן תגובה וואס איז דאך עפ״י זיין ניינטן עיקר אמונה.
אישתישבי האט געשריבן:ווי אויך, דיינע צוויי טעמים זענען איינס, ווייל דער תורה שרייבט עבודה זרה, און ער מיינט דער אפפארען וואס איז געוועהן דעמאלס, און דער פועל יוצא וועט זיין אז עס וועט מער נישט זיין קיין צעטל קטן אינגעלייט, וואס דאס איז דיין צווייטע טעם.

רמזתי זה אין מיינע ווערטער וואס דו האסט ציטירט:
מי אני האט געשריבן:הגם, מ׳קען זאגן אז די טעם איז נישט אזוי ווייט פון אז מ׳גייט דינען ע״ז דייקא ווי איידער אז מ׳גייט נישט היטן די תורה בכלליות (ואפשר להעמיסו בהחזקוני על הפסוק). דאס טוהט סתם אזוי צאמלייגן די צוויי טעמים ווייל ווי דער רס״ג זאגט כידוע (האמונות והדעות מאמר ג ספ״ז) ״אין אומתינו אומה אלא בתורותיה״.

דער רס"ג טאקע נוצט די געדאנק דארט אין אנהויב פרק אויף צו טענה'ן פאר נצחיות התורה ומצוותיה: וויבאלד עם ישראל האט א הבטחה צו פארבלייבן אן "אומה" לנצח, מוז ע"כ זיין אז תורותיה זענען אויך נצחיים וויבאלד דאס איז וואס געבט זיי שם "אומה".

ואגב, דער מו"נ (ח"ב פכ"ט) זאגט ענליך:
והוא אמרו אחר זה (ישעיה סו כב) כי כאשר השמים החדשים והארץ החדשה אשר אני עושה עומדים לפני נאום ה' כן יעמוד זרעכם ושמכם. כי פעמים ישאר הזרע ולא ישאר השם כמו שתמצא אומות רבות אין ספק שהם מזרע פרס או יון אלא שלא יודעו בשם מיוחד אבל כללה אותם אומה אחרת. וזה גם כן אצלי הערה על נצחות התורה אשר בעבורה יש לנו שם מיוחד.

פון זיי איז משמע אז דאס אז די אומה האט נאר א שם ״אומה״ בתורותיה ושמירתן טוישט זיך נישט קיינמאל. דאס איז וויבאלד זיי נוצן דאס דאך נאך אלס א ראיה אויף נצחיות ואי-השתנות התורה. אויב זאל זיך די ״אין אומתינו אומה וכו׳״ זיין שייך זיך צו טוישן דאן פאלט דאך אוועק די ראיה לנצחיות התורה וואס זיי בויען דערפון - ס׳איז דאך יא שייך אז מ׳זאל פארבלייבן בשם ״עם״ לנצח אף אם התורה אינה נצחית און מ׳היט דאס נישט.

ולגבי טעם איסור חיתון, אין די פרקים על טעמי המצות אינעם מורה, שרייבט ער (ח״ג פמ״ט): ״ואיסור חיתון הגוים כבר נכתב טעמו בתורה ולקחת מבנותיו לבניך וגו׳".
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך מי אני אום דינסטאג יולי 20, 2021 1:57 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז"... - יאיר דא
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 2517
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 9123 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1958 מאל

הודעהדורך היסטאריע » דינסטאג יולי 20, 2021 5:15 am

ולפי זה יש לומר אז די רעפארמער האבן "איבערקליגט" דער סיסטעם דורך מאכן אז מען איז א איד סיי ווען איינער פין די עלטערען איז א איד (הגם אסאך גייען אדורך גיור לחומרא, ווי למשל זו). ממילא וועלען די קינדער בלייבען אידן אפילו ווען מען האט חתונה מיט גוים.

ווי אויך, איז שווער, טאמער די טעם האיסור זאל זיין ווייל די קינדער וועלען נישט זיין אידען, וואלט א אידישע מיידל געמעגט חתונה האבן מיט א גוי.
היסטאריע
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 38
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 01, 2021 5:58 pm
האט שוין געלייקט: 9 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 94 מאל

הודעהדורך מי אני » דינסטאג יולי 20, 2021 5:41 am

עפ״י די צווייטע דרך איז עס נישט אז די קינד גייט נישט זיין ״טעקניקעלי ולהלכה״ א איד; ס׳איז פשוט אז ס׳וועט נתבולל ווערן און פארלירן דעם ״זהות״ ישראל אפגעזעהן פון וואס עס איז ״באמת״. און אזוי ווי דער שפתי חכמים זאגט דארט אויפ׳ן פסוק וז״ל, ״אבל בן בנך הבא מן הכותית אינו קרוי בנך ומשום הכי לא הקפידה התורה עליו מפני שכבר מוסר הוא״ עכ״ל ע״ש. והיינו, אז דער ״כי יסור את בנך״ גייט ארויף אלס א נתינת טעם האיסור אויף ״בתך לא תתן לבנו״ וואו דאס קינד האט נאך יא אפילו ״באמת״ דעם דין ישראל אבער ער גייט ״ווערן״ מוסר ונתבולל עי״ז ולמעשה פארלירן דעם זהות ישראל, וכ״ש אויף ״בתו לא תקח לבנך״ וואו מ׳איז דערנאך שוין ניטאמאל מקפיד אויפ׳ן קינד שכבר מוסר הוא לגמרי אפילו ״באמת״.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז"... - יאיר דא
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 2517
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 9123 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1958 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » דינסטאג יולי 20, 2021 7:25 am

וואלווי האט געשריבן:
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:מאכסט איין טעות רבי וואלווי, יא, עסטעבלישד רעליגיע איז גארנישט מער ווי א פאליטישע פארטיי צו געבן אידענטיעט פאר די נאראנים, ס׳האט מיר מאראלן גארנישט אייגעשטויסן אויב עפעס פארקערט.


ווער זאגט ס'האט מיט מאראלס?

אדרבה, איך טענה פארקערט

וואלווי: איך בין מסכים מיט דיר. נאר נישט ביי דעפינישן. נאר דער פאקטא...!

פירוש: אז ארגאניזירטע רעליגיע איז נישט אין פרינציפ קיין שטער צו מאראלס. נאר אין מציאות קומט אזוי אויס. אזוי ווי א יעדע ארגאניזירטע מאוומענט. וואס אפילו ווען ס'הייבט אן קען עס זיין מיט די גרעסטע און שענסטע אידעאלן. אבער מיט די צייט ווערט עס קארופטירט...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 15084
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 17377 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9901 מאל

הודעהדורך יאסל ראקאווער » דינסטאג יולי 20, 2021 7:44 am

שקויעך @מי אני פאר דיינע אשכולות און קאמענטארן

איך האב א דאפעלטע שאלה, א פרייע איד מעג חתונה האבן, אדער בעסער געפרעגט, מעג האבן קינדער? די קינד גייט נישט זיין צו אידיש.

וואס איז מיט א מאן וואס קען נישט האבן קיין קינדער רח"ל, ער מעג גיין וואוינען מיט א נישט אידישע?
הנח לו ליוסל, איך בין נישט קיין נביא, איך בין נישט די משנה ברורה. מיינע ווערטער איז נישט געמאסטן!

פארטייטש מיך נישט, און ליין נישט צווישען די שורות
יאסל ראקאווער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 316
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 15, 2013 2:30 pm
האט שוין געלייקט: 148 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 499 מאל

הודעהדורך מי אני » דינסטאג יולי 20, 2021 9:07 am

קודם כל דארף מען אין אכט נעמען אז דאס איז בעיקר אויף די צווייטע טעם. והיינו, לפי דעם ערשטן טעם איז די פראבלעם אין אים אליין אויך; די ספּאַוּס וועט אים מסיר זיין און דאס זאגט דער חינוך. נאר ביי די קינדער איז די טעם נאך מער בולט ושייך.

ולפי די צווייטע טעם, וואס איז דאך די מובן הפשוט ווען מ׳פרעגט איינעם (ואפילו א פרייער) ״וואס איז די פראבלעם מיט אינטערמערידזש?״, איז במושכל ראשון דאס נאר בולט ושייך ביי די קינדער הנולדים מזה. איך האב דאס געוואלט אריינלערנען אינעם רמב״ם אבער זיין לשון דארט איז, ״דבר זה גורם להדבק בעכו"ם שהבדילנו הקב״ה מהם ולשוב מאחרי ה׳ ולמעול בו״ ע״כ ע״ש. די ״להדבק בעכו״ם״ וואס ער זאגט קען מיינען לעבוד ע״ז [״עכו״ם = ״עבודת כוכבים ומזלות״] און דעם ערשטן טעם, אדער קען דאס מיינען דעם צווייטן טעם ״להדבק בעכו״ם שהבדילנו הקב״ה מהם״ מיינענדיג די ״אומות העכו״ם״ [״עכו״ם = ״עובדי כוכבים ומזלות״]. (עס איז סתם אזוי משמע ווי ער שטעלט צאם די צוויי טעמים - ״ולשוב מאחרי ה׳ ולמעול בו״.) אבער ער דערמאנט נישט די קינדער דייקא. והיינו, אז מ׳קען אולי באטראכטן אפילו ממבט טעם השני אז דער הייראטער אליין ווערט שוין נבלל און פארלירט זיין אידענטיטעט הישראלי, הגם עס איז טאקע שווערער צו זאגן.

איז יעצט לגבי א פרייער איד קען מען בכלל זאגן אז די שאלה הייבט זיך עכט נישט אָן. והיינו, ״וואס איז די תורה מצווה פאר איינער וואס איז ספעציפיש נישט דתי און האלט איר נישט ביים פאלגען, ספעציפיש פאר אים אליין וואס צו טוהן אין אזא פאל וואס קומט מעיקרא און אינגאנצן צושטאנד טאקע מכח׳ן זיין איר נישט וועלן פאלגען; מותר או אסור?״ אתמהה. די ״היתר/איסור״ האט בכלל נישט וואו חל צו זיין אויפ׳ן סאביעקט דערפון. ס׳איז ענליך צום פראגע ״אויב ער איז שוין סיי-ווי-סיי פריי מעג ער עפ״י תורה הייראטן א גויטע?״ עס איז נאך שוואכער ווי סתם אזוי צו זאגן ״חוטא נשכר״ ווייל די איסור/היתר דא קען נישט חל זיין אויפ׳ן סאבּיעקט דערפון מעיקרא כנ״ל.

מ׳קען אבער רעפארמיולירן דיין שאלה אז וואס איז די תורה מצווה פאר א דתי אינדרויסן צי ער זאל דאס רעקאגנייזן? איז אויב איז די נישואין וכו׳ געווען כדת היטן זיי דאך יא בעצם די תורה, און אויב נישט טוהט ער דאס טאקע נישט רעקאגנייזן. זאגן אז זיי האבן דאס געטוהן כדת אבער פון דארט און ווייטער ציען זיי אויף די קינדער ווי גוים, זענען זיי דאך אזוי ווי עני אנדערע ישראל שהמירו און איך זעה נישט ס׳זאל יעצט מאכן א חילוק למפרע אין דאס רעקאגנישאן פאר׳ן דתי אינדרויסן.

אדער קען מען זאגן בסתם אז ווי לאנג ס׳איז מיט א איד איז לא פלוג: נישט קיין חילוק אויב ס׳איז דתי צי נישט. די סברא דארונטער קען זיין אזא סארט ״ממקור טהור מחצבתם״ און אז זיי זענען נאך אין דעם פאָלד אויף אזויפיל וממילא איז ״נאך דא האפענונג״. משא״כ עם גוי/ה.

ולגבי איינער וואס קען נישט האבן קיין קינדער הא׳מיר שוין אויבן ארויסגעברענגט אז ס׳מוז נישט זיין דייקא וועגן די קינדער. (מ׳רירט אפשר סתם אזוי אָן צו די תורה׳ס עטיטוּד לגבי אזא איינער ביי דעם איסור פון כרות שפכה ופצוע דכה, ועיין טעם האיסור במו״נ ח״ג פמ״ט לעומת טעמו של החינוך במצוה תקנט. דער חינוך זאגט טאקע אז מיט זיין טעם איז מער פארשטענדליך פארוואס מ׳אסר׳ט נאר א סריס בידי אדם.) ווי אויך קען גילטיג זיין דעם לא פלוג הנ״ל, הגם דארט איז די פאָקוס מער אויף די קינדער וואס איז נישט שייך אין דעם פאל.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז"... - יאיר דא
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 2517
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 9123 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1958 מאל

הודעהדורך מי אני » דינסטאג יולי 20, 2021 2:03 pm

ואגב כידוע איז בכלל, עפ״י רוב, כהיום ווערט ״אידישע אידענטיטעט״ גערעכענט אלס אפגעזונדערט פון ״אידישקייט/דת״. לדוגמא:
8E69A69D-850D-4C59-AFFB-7C1595E485EB.jpeg

דאס איז אבער נישט באמת נוגע צום קאנטעקסט וואס דער רס״ג ורמב״ם מיינען דא און טוהן דאס דעפינירן ומגדיר זיין - זיי שטעלן דאס יא צאם אלס איינס.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז"... - יאיר דא
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 2517
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 9123 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1958 מאל


גיי צוריק תורה און מחשבה

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט