ראה - עפענען איך די קוואל פון ברכה?!

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
א שעפעלע
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 372
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 17, 2014 9:19 am
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 162 מאל

ראה - עפענען איך די קוואל פון ברכה?!

שליחה דורך א שעפעלע »

בס"ד

א גוטן טייערע חבירים וידידים..!

לאמיר אריין קוקן אין די וואכעדיגע פרשה: רְאֵה אָנֹכִי נֹתֵן לִפְנֵיכֶם הַיּוֹם בְּרָכָה וּקְלָלָה, אֶת הַבְּרָכָה אֲשֶׁר תִּשְׁמְעוּ אֶל מִצְוֹת ה' אֱלֹקֵיכֶם אֲשֶׁר אָנֹכִי מְצַוֶּה אֶתְכֶם הַיּוֹם, וְהַקְלָלָה אִם לֹא תִשְׁמְעוּ אֶל מִצְוֹת ה' אֱלֹקֵיכֶם, משה רבינו זאגט אונז: זעה, איך געב פאר דיר היינט א ברכה און א קללה, די ברכה איז אז איר וועט צוהערן צו די מצות פון השי"ת, די קללה איז אויב ענק וועלן נישט צוהערן צו די מצוות פון השי"ת. – לאמיר זיך שוין אפשטעלן און זיך ריכטיג פארטיפן און פראבירן צוזאמען אפלערנען דעם געדאנק פון ברכה און קללה, וואס פארשטייט זיך אז די פשטות פון ברכה און קללה איז דאס וואס די פסוק זאגט אונז קלאר אין די המשך, אבער לאמיר זיך אביסל פארטיפן און באמערקן אז פרשת ראה איז פיל מיט ענינים וואס אויך דארט טרעפט מען דעם ענין פון ברכה און קללה, און אויך דארט טרעפט מען אז הקב"ה געבט אונז דעם געוואלדיגע מתנה אז מיר קענען נעמען איעדע זאך אין לעבן און עס מאכן פאר א מציאות פון ברכה אדער חלילה דאס פארקערטע, ס'איז אין אונזערע הענט, הקב"ה געבט עס פאר אונז!

שפעטער אין די פרשה טרעפן מיר דעם באקאנטן ענין פון שמיטת כספים -די תורה זאגט אונז: וְזֶה דְבַר הַשְׁמִטָה שָׁמוֹט כָּל בַּעַל מַשֵׁה יָדוֹ, איינס פון די חיובים פונעם שנת השמיטה איז: אז ווער עס מאָנט א חוב פון זיין חבר, ער איז א 'בַּעַל מַשֵׁה' וואס פארלאנגט געלט פון יענעם ווייל יענער האט געבארגט פון איהם, ווען ס'קומט אבער די שנת השמיטה, דארף ער אראפלייגן זיין האנט און נישט פארלאנגען דאס געלט פון זיין חבר, לֹא יִגֹשׂ אֶת רֵעֵהוּ וְאֶת אָחִיו כִּי קָרָא שְׁמִטָה לַה', ער זאל נישט איינמאָנען דעם חוב פון זיין חבר ווייל עס איז די שנת השמיטה וואס האַקט איבער אלע חובות און לאזט זיי נישט מאָנען. און די תורה חַזֶר'ט איבער די ציווי אינעם קומענדיגן פסוק, וַאֲשֶׁר יִהְיֶה לְךָ אֶת אָחִיךָ תַּשְׁמֵט יָדֶךָ אז די חובות וואס דו האסט מיט דיין ברודער, זאלן דיינע הענט אפלאזן.

נו קען דאך אמאל פאסירן אז א מענטש זאל זאגן אדער גאר טראכטן ביי זיך, "איך וויל נישט בארגן מיין געלט פאר אנדערע, וויבאלד ס'קומט שוין באלד שמיטה און אויב יענער וועט נישט באצאלן פאר שמיטה וועל איך פארלירן מיין געלט". אויף דעם האבן מיר ווייטער אין די המשך פון אונזער פרשה א בפירוש'ע איסור אין די תורה, הִשָׁמֶר לְךָ פֶּן יִהְיֶה דָבָר עִם לְבָבְךָ בְלִיַעַל לֵאמֹר קָרְבָה שְׁנַת הַשֶׁבַע שְׁנַת הַשְׁמִטָה וְרָעָה עֵינְךָ בְּאָחִיךָ הָאֶבְיוֹן וְלֹא תִתֵּן לוֹ... אז א מענטש טאר נישט מאכן דעם חשבון און נישט וועלן פארבארגן צוליב דעם וואס שמיטה וועט אפווישן דעם חוב. און חז"ל זאגן אין ספרי אז דאס איז א דאָפּלטע לַאו, וויבאלד סיי די לשון פון 'הִשָׁמֶר' און סיי די וואָרט 'פֶּן' זענען ביידע א לַאו, און די תורה האט דא געשריבן צוויי לאוין אויף דעם ענין!.

ווען מען לערנט דעם מצוה פון שמיטת כספים און דערנאך דעם לאו פון זיך נישט צוריק האלטן פון פארבארגן כאטש מען ווייסט אז די שנת השמיטה קומט, פרעגט זיך דאס פשוטע, פארוואס טאקע נישט? וואס איז טאקע פשט אז א מענטש פארבארגט פארן חבר און ס'קומט שמיטה און אלעס ווערט אפגעשווישט, און נישט נאר דאס נאר דער איד האט אפילו נישט קיין רעכט זיך צוריק צוהאלטן פון בארגן, ס'איז דאך זיינע שווערע פארדינטע געלט פארוואס זאל עס ווערן אויס חוב? וואס ליגט דערין?. אגב איז אויך כדאי צו באמערקן אז אין די וואכעדיגע פרשה טרעפן מיר די מצוה פון צדקה וואס איז מחייב א איד צו שענקן פון זיין פארמעגן פאר אנדערע און זיי העלפן אין נויט. לאמיר זיך פארטיפן אין די אלע ענינים און בעזר ה' זוכה זיין אויפצומאכן די קוואל פון ברכה.

נאר איידער מיר טרערן צו צו אונזער שמועס איז כדי צו דערציילן א וואונדערליכע מעשה וואס דער בעל המעשה גיבט אונז איבער:
הערשי דערציילט: איך בין געווען א אינגערמאן וואס האט פארמאגט פארצווייגטע געלונגענע געשעפטן, אבער ליידער האט זיך די רעדל געדרייט און מיין ביזנעס האט אנגעפאנגן גיין בארג אראפ, איך האב פרובירט צו טוען וואס איך קען אבער ס'איז נישט געגאנגען, ס'האט מיר געברענגט צו א פלאץ אז איך בין געווארן צובראכן און צוקלאפט און געשפירט ווי איין גרויסע 'דורכפאַל' עפעס וואס ווערט גערופן אין אונזער שפראך א 'לוזער', איך פלעג זיין א איש מוצלח, איך בין געווען 'א זאַך' מיט א שיינעם פארמעגן, און דא בין איך אויסגעליידיגט ה"י.

איין טאג האב איך געכאפט א שמועס מיט א חבר און איך האב אים דערציילט ווי אזוי איך שפיר, און די מחשבות וואס לויפן כסדר אדורך אין מיין מוח, אז איך שלאף נישט ביינאכט ווייל איך בין איין שטיק דורכפאַל, און אזוי ווייטער, פלוצלינג געבט מיין חבר א שריי הער אויף, סטאַפ שוין... ביסט אינגאנגן אראפ פון די שינעס, 'דו' ביסט עפעס א דורכפאַל? 'דו' ביסט עפעס א לוזער? ברוך ה' דו ביסט געבענטשט מיט א זיסע משפחה, האסט ב"ה ברויט צו עסן, יא אמת אז דיין אמאליגע הרחבה איז יעצט נישט דא אבער הער אויף זיך אראפ צורייסן, וואו איז דיין אמונה און בטחון? וואו איז דיין השלך על ה' יהבך, דער אמת איז אז דו ביסט נישט געווען דער מוצלח ווען דו האסט יא געהאט און אויך ביסטו יעצט נישט דער דורכפאַל און לוזער, הקב"ה איז דער וואס מאכט און טוט, ער האט דיר דעמאלטס געבענטשט מיט פרנסה און ער וועט דיר בקרוב נאכאמאל עפענען דעם קוואל, פארלאז דיך נאר אויף אים, טו דיין השתדלות און דערנאך זעץ זיך אוועק באקוועם מיט אפענע אויגן צום הימל וועסטו זעהן מיט קלארקייט ווי זאכן פאלן אין פלאץ בעזר ה'.

צו-ערשט האבן די ווערטער נישט געמיינט קיין סאַך, כ'האב נישט פונקטליך פארשטאנען וואס ער זאגט, זייענדיג איינער וואס האט גאר שטארק געגלייבט אז אלעס האט מיט 'מיר' צו טוען, און זייענדיג גאר שטארק אונטערן רושם אז 'מיינע געלונגענע טאלאנטן האבן מיך רייך געמאכט' אבער ווי א טאג ס'איז פארביי האבן די ווערטער אנגעפאנגן קלינגן אין מיינע אויערן, און דאס האט געברענגט אז איך זאל אנפאנגן א שיעור אינעם הייליגן ספר חובת הלבבות אלעס מיטן ציל צו ארבעטן אויף מיין אמונה און בטחון און טאקע אַנערקענען אז ס'האט גארנישט צו טוען מיט מיר, נאר הקב"ה איז דער וואס געבט און טיילט.

נאך חדשים פון לערנען דעם ספר האב איך ממש געשפירט ווי א צווייטע מענטש, איך האב געלעבט מלא שמחה טראצדעם וואס מיין פרנסה איז בכלל נישט געווען אין א גוטע מצב, אבער די אמונה און בטחון האבן אין מיר אריינגעבלאזן האפענונג, ס'האט מיר געברענגט צום אַנערקענונג און הכרה אז איך טו מיין חלק און דאס איז עס, הקב"ה מיין באליבטע טאטע זארגט שוין פאר מיר, נו אויב אזוי וואס דארף איך זארגן.

ויהי היום איך באקום א טעלעפאון קאל פון מיין אייגענע לענדלארד אז ער דארף צוריק די דירה וואו איך וואוין פאר זיינס א טאכטער, דאס איז שוין געווען גאר א שווערע קלאַפ, אט גיי איך בלייבן אָן א דאַך איבערן קאפ וואס טוט מען? אבער איך האב גלייך געכאפט אז 'טאקע פון דעם רעדט מען' איך שטיי פשוט יעצט פאר א פרישע נסיון, און השי"ת פרואווט מיין בטחון, איך האב געזאגט א הייסע תפילה צו אבינו שבשמים און געזאגט פארן לענדלארד אז איך וועל זוכן א צווייטע דירה בעזר ה'.

א שעה צוויי שפעטער פאָר איך אויפן גאס ווען פלוצלינג באמערקן מיינע אויגן א טאוועל וואס רופט פאר א OPEN HOUSE וואס לאַדנט איין די אדורכגייער אריין צו קומען און קוקן א הויז וואס שטייט צום פארקויפן, און יעדער קען אנבאטן א פרייז וויפיל ער איז גרייט צו באצאלן און דער מוכר באשליסט פאר וועמען ער וויל עס פארקויפן.

השתדלות דארף מען דאָך טוען, שטעל איך זיך אפ אריינצוגיין, אבער בשעת מעשה האט מיין קאפ מיר געזאגט "מאכסט דיך נאַריש - דו גייסט דאָך סייווי נאר קענען פארשלאגן א קליינע סכום, ווייל מער פון דעם פארמאגסטו נישט, און ממילא איז נישט דא קיין שאנס אז דו וועסט באקומען דעם הויז, ס'איז א שאד די צייט". אבער מיין הארץ זאגט, ניין פארלאז זיך אויף השי"ת, זאג א סכום וויפיל דו קענסט יא, און דאס איבריגע וועט דער אייבישטער טוען פאר דיר. וכך הוה, אריינקומענדיג אינעווייניג הער איך ווי איינער זאגט פארן מוכר אז ער איז גרייט צו באצאלן מער פון דריי הונדערט טויזענט, א צווייטער שרייט נאנט צו פיר, און פלוצלינג פרעגט מיר דער מוכר "און דו?", פארשעמטערהייט זאג איך צוויי הונדערט טויזענט, (און דאס איז אויך נאר געווען מיט'ן חשבון אז א גרויס חלק וועל איך מוזן בארגן). דער עולם אינעם צימער האט זיך צושמייכלט און זיך אונטערגעהאלטן אויף מיין חשבון, זייער פנים האט זיך געליינט, "מאכסט ליצנות? דא איז מען געקומען רעדן ערנסט ביזנעס", איך האב זיך נישט פארזוימט נאר פארלאזט דעם הויז מיט א תפלה צו הקב"ה זאגענדיג אז איך האב געטוען מיינס, איך האב געמאכט השתדלות...

ס'גייט אריבער עטליכע טעג און דער מוכר (א נישט איד) רופט מיר אָן אז איך האב געווינען דעם 'ביד' און ער וויל מיר פארקויפן דעם הויז, איך בין געווען פארגליווערט, ס'האט פשוט נישט געהאט קיין פשט, אבער מיט א דאנק צו השי"ת בין איך געגאנגען פאראויס מיט'ן געשעפט ביז ס'איז צושטאנד געקומען ב"ה צו מיין גרויס פרייד. נאכן חַתמ'ענען דעם קאנטראקט האב איך זיך נישט געקענט איינהאלטן, און כ'געב א פרעג פונעם גוי וואס האט דא פאסירט? מה הפשט? וויאזוי קען זיין אז דו ביסט צוריק געקומען צו מיר מיט מיין נישטיגן סכום.

און אט הערט דאס אומבאשרייבליכע השגחה פרטית: דער מוכר ערקלערט וואס האט פאסירט, איך האב דא געוואוינט פאר לאנגע יארן, אבער לעצטנס האב איך זיך צוקריגט מיט מיין ווייב און מיר האבן זיך שטארק צושלאגן ביז אונזער 'פייט' איז געגאנען אינעם בית המשפט פאר א שופט, וועלכער האט גע'פַּסק'ענט אז מיר מוזן זיך צוטיילן און אויך מוזן מיר פארקויפן דעם הויז און די געלט פונעם הויז דארף גיין צו איר, און וויבאלד איך בין אזוי אויפגעברויזט אויף איר וויל איך אז זי זאל באקומען וואס ווייניגער, דערפאר האב איך דיך אויסגעקליבן ווייל דו האסט מַציע געווען דעם נידריגסטן פרייז אזוי וועט זי באקומען די קלענסטע סכום נאר מעגליך...

דער בעל המעשה ענדיגט זיין אמת'דיגע געשיכטע מיט התרגשות, און ער פירט אויס: איך געדענק נאך ווי אזוי איך האב געשפירט ווען כ'בין געווען רייך מיט אסאך געלט אין באנק, גלייבט מיר אז נאך די מעשה בין איך רייכער פון סיי ווען, איך האב ב"ה זוכה געווען צו אַנערקענען מיט א קלארקייט אז הקב"ה געבט און טיילט, מיר דארפן טוען השתדלות אבער בעיקר דארפן מיר דערהערן אז מיר האבן א ליבע טאטע וואס פארזארגט אונז, און ער האט זיך שוין זיינע וועגן אונז צו העלפן.

וואס פארשטייט זיך אז דאס איז די גרעסטע ברכה פון א איד, ווען מיר זענען זוכה צו לעבן מיט'ן אייבישטער, ווען מיר זענען אנגעהאנגן אינעם מקור הברכה, און מיר מאכן אויף זיינע כֵּלִים צו באקומען די ברכה און שפע וואס הקב"ה איז גרייט משפיע צו זיין אויף אונז. ווען מען לעבט אזוי לעבט מען מיט'ן אמת, מען לעבט ווי א איד, מיט די קלארע הכרה און ידיעה אז מיר טוען גארנישט אליין און ס'ווענדט זיך בכלל נישט אין אונז, עס גיבט אונז אפענע אויגן צו וויסן וואס איז אונזער אויפגאבע און ווער עס איז דער אמת'ער בעל הבית און בורא ומנהיג לכל הברואים, דאס איז דאָך די גרעסטע ברכה וואס איז פארהאן.

טייערע ברידער און שוועסטער, לאמיר זיין אויפריכטיג מיט זיך, וויפיל מאל מאכט זיך בפרט היינטיגע צייטן אז א מענטש איז געבענטשט מיט געלט, מ'איז זוכה צו גוטע השפעות פון הימל, מ'האט באקומען ברכה פון אויבן, אבער ליידער ליידער כאפט זיך נישט דער מענטש אז דאס איז א מתנה פון בורא עולם אויף צו ברענגן דעם איד נענטער צו תורה ומצוות, נענטער צו א לעבן פון באשיידנקייט און אפגעהיטנקייט. דער מענטש טראכט נישט און איז זיך נישט מתבונן אין זיין תפקיד און תכלית אויף די וועלט, און מען פארפאטשקעט חלילה די ברכה וואס מ'האט באקומען פון הימל. וויפיל מאל זעען מיר ווי די געלט קען צוברענגן דעם מענטש צו פונקט דאס פארקערטע ח"ו, ס'ברענגט אים צו א לעבן וואס איז פאלש און אנגעשטעלט, די אומצופרידנקייט וואקסט און מ'גייט אריין אין א געלויף פון קאמפעטישן און אויגן שטעכעריי מיט אנדערע, מ'לעבט א לעבן פון ביטערניש און חשכות, און ביי אסאך מענטשן ברענגט עס גאר ארויס שלעכטע מידות, חוצפה און א פארשטאפטע הארץ, מען נוצט דאס געלט צו קאנטראלירן אדער וויי טוען אנדערע ח"ו, מען הייבט אָן אויסצונוצן אנדערע מענטשן און מ'טוט וואס מ'וויל, און אלעס ווערט פארענטפערט און מותר אונטערן שלייער פון געלט און השפעות וואס אונזער ליבע טאטע געבט אונז...

פון די אנדערע זייט איז פארהאן די וואס זענען זוכה צו זיין געבענטשט מיט השפעות טובות, אבער אין די זעלבע צייט פארשטייען זיי אז געלט איז א ברכה פארן מענטש, ס'איז א מתנה און א היכי תמצא פון עפעס וואס ברענגט שלוה און שמחה, ס'איז א מיטל וואס איז געמאכט צו נוצן אויף צו העלפן אנדערע, און משפיע זיין פאר אנדערע, ס'איז עפעס וואס מאכט דעם מענטש גאר ווערן בעסער און מער
אויסגעארבעט צו גאט און צו לייט, ס'מאכט דעם מענטש פאר א נדיב לב, א שטיק הארץ פאר אנדערע, ער ווערט א 'נותן', א 'משפיע', א 'געבער' און אזוי פיל מער.

ווען מיר ווילן זיך באמת מעסטן וואס איז געלט ביי מיר? וועלכע פלאץ פארנעמט עס אין מיין מוח, דעמאלטס לאמיר זיך פרעגן, ווער הייסט א מוצלח אין מיינע אויגן? וואס איז הצלחה? אין מיין דמיון פון האבן געלט און הצלחה ווי וועמען וויל איך דעמאלטס זיין, וויאזוי וועל איך אויסקוקן ווען איך וועל עס האבן?. מען דארף אין אכט נעמען אז ס'זענען דא די צוויי זייטן ווי פריער דערמאנט, וועט עס מיר מאכן מער בגדול'ט און זיך גרויסהאלטן איבער אנדערע, אדער פארקערט ס'וועט מיר נענטער ברענגן צום אמת?. וועט עס מיר בלויז מאכן מער באקוועם אין לעבן צו האבן וואס איך דארף, און צו ווערן דערמיט א בעסערע טאטע, מאמע, ברודער און שוועסטער, אדער חלילה וועט עס אויך אויפהייבן מיין גאוה און מיין גלייבן אין זיך צו ווערן דערווייטערט פון יעדן און זיך קריגן מיט יעדעם ארום מיר?. וועט מיין הארץ דעמאלטס ווערן אנגעפילט מיט געפילן פון הכרת הטוב און דאנקבארקייט צו הקב"ה, אדער וועל איך חלילה פארגעסן פון אים?.

און דאס בעט זיך ביי אונז השי"ת, רְאֵה אָנֹכִי נֹתֵן לִפְנֵיכֶם הַיּוֹם בְּרָכָה וּקְלָלָה, געדענק אז ס'איז דא ביידע, און א מענטש קען ח"ו גרינגערהייט זיך אריבער רוקן פון איינעם צום אנדערע. דער רבונו של עולם זאגט אונז, מיינע טייערע קינדער איך וויל פאר אייך אייביג אפן לאזן אלע גוטע השפעות, איך בין אייך גרייט צו געבן פון אלעם גוטן, אבער ס'ליגט אין אייערע הענט צו דאס זאל זיין א ברכה אדער חלילה דאס פארקערטע...

דערמיט קומען מיר צוריק צו אונזער פרשה און מיר דערהערן לעכטיג אט דעם ענין אין עטליכע פון די מצוות וואס די תורה הקדושה געבט אונז.
דער ספר החינוך (מצוה ת"פ) געבט צו פארשטיין דעם יסוד פונעם מצוה אז מען מוז פארבארגן אפילו מען שטייט ביים שוועל פון שנת השמיטה און כאטש דער מענשט ווייסט אז דער חוב וועט ווערן בטול, "אז דער אייבישטער האט געוואלט דערמיט אז מיר זאלן קוֹבֵעַ זיין אין אונזערע הערצער די מידת הנדיבות, און זיך דערווייטערן וואס מער פון קארגשאפט און קמצנות. און באמת דאס איז דאָך די גרעסטע נדיבות וואס ס'איז פארהאן, אז א מענטש איז גרייט ארויסצוגעבן פון זיין געלט טראצדעם וואס ער ווייסט אז די שנת השמיטה איז נאנט און ער קען עס דערלייגן. אבער ווער עס קען נאר אביסל די וועגן פון די תורה ווייסט, אז באמת וועט דער מענטש נישט האבן קיין שאדן דערפון, ווייל ווער עס טוט חסד מיט אנדערע, דער ווערט געבענטשט פון הקב"ה.

און דער ספר החינוך לייגט צו יסודות'דיגע ווערטער וואס איז כדי אויפצוהענגן אין איעדע אידישע שטוב: און אדרבה, אויב א מענטש איז קאַרג ח"ו און האלט צוריק זיין געלט פון אנדערע, דער האט חלילה ווי א אייזערנע חומה וואס טיילט אפ צווישן איהם און די ברכה, אבער די מידת הנדיבות דאס אליין איז א חלק פון 'ברכה' און אז מ'גייט אין די וועגן ווערט מען געבענטשט".

וואס דאס מיינט אין אנדערע ווערטער, ווען געלט ווערט נישט גענוצט ריכטיג איז דאס עצם געלט א וואַנט צווישן אים און ברכה, ער שפאַרט אפ זיין שפע ח"ו און ער אנטלויפט דערפון. איי ס'איז פארהאן געלט אין באנק, דער מענטש האט געלט אין טאש, ס'זעט אויס ווי ער איז דער מוצלח און סוקסעס, זאגט אונז דער חינוך אז ס'איז נישט קיין ברכה'דיגע געלט, ס'איז נישט געלט וואס ברענגט דעם איד נענטער און קלארער צום תכלית החיים און צו די אמת'ע ברכה וד"ל. פון די צווייטע זייט ווען א איד געבט און טיילט ווערן מיר אליינס פארוואנדלט אין איין שטיק ברכה, נדיבות איז ברכה! און ס'איז נישט נאר געזאגט געווארן ביי טיילן געלט, נאר אין יעדע הינזיכט וואס א מענטש עפנט זיך אויף צו אנדערע, ער גיבט אוועק פון זיך, ער זוכט צו העלפן אנדערע, צו זיין גוט צו מענטשן, ער איז א נדיב לב און א טוב עין, דאס מיינט אז ער ווערט א שטיק ברכה בעצם, און ממילא איז ער א כלי צו באקומען שפע און השפעות פון הימל, און עס ברענגט אריין אין זיין אידיש הארץ די ריכטיגע קלארקייט און דביקות און התקרבות לה', און ער לעבט א לעבן פון ברכה, און אלעס וואס ער פארמאגט איז געבענטשט, זיין געלט, נחת און השפעות איז געבענטשט און אזוי ווייטער.

און אט דאס זאגט אונז אונזער רבי אנפאנג פרשה, רְאֵה אָנֹכִי נֹתֵן לִפְנֵיכֶם הַיּוֹם בְּרָכָה וּקְלָלָה - מאך אויף די אויגן און זעה אז ס'ליגט פאר דיר ברכה און קללה, אלעס אין אונזער לעבן קען זיין א ברכה אדער חלילה דאס פארקערטע, מיר דארפן נאר האבן שכל און מאכן די ריכטיגע בחירה און די קלוגע באשלוסן וויאזוי זיך צו פירן, צו קוקן מיט אביסל א טיפערע בליק און דערהערן וואס איז די טויער וואס פירט צו ברכה. ווי למשל טאקע די לעכטיגע מצוות פון שמיטה און צדקה וכדומה, וואס בפשטות קען מען טראכטן 'מיין' געלט דארף איך פארבארגן אדער אוועקגעבן פאר יענעם?! אבער ווען דער איד פארבינדט זיך מיט ברכה פארשטייט ער גלייך אז ס'איז נישט מיינס אדער דיינס, איך בין א שליח פון בורא עולם צו טוען מצוות און מעשים טובים און אט דאס טו איך אָן אויפהער, און דערמיט האלט איך אפן דעם גרויסן קוואל פון השפעות טובות, ווייל ברכה קומט פון בורא עולם, נישט פונעם באנק אויך נישט פון עפעס א גוטן דריידל, נאר ברכה איז א מתנה פון בורא עולם אליין.

און אז מיר דערמאנען דעם ספר החינוך איז כדי צו כאפן א בליק אויפן פריעדיגן שטיקל (מצוה תע"ז) וואו דער ספר החינוך איז מסביר די שורש און די טעם המצוה פארוואס הקב"ה האט אונז באפוילן נישט צו ארבעטן אין די פעלדער אינעם שנת השמיטה און מפקיר זיין אונזערע פירות און תבואה ווי אויך מוותר זיין אויף אלע חובות וואס מענטשן זענען אונז שולדיג. און דער חינוך ערקלערט דריי נקודות: א) דאס אלעס איז כדי מיר זאלן זיך לערנען און קונה זיין גוטע מידות, צו האבן אין זיך מידת הנדיבות און זיין א טוב עין, צו געבן און פארגינען פאר אנדערע. ב) ווי אויך לערנען מיר זיך דורכדעם צו האבן בטחון אין השי"ת, זיך צו פארלאזן אויפן אייבישטער אז ער איז דער וואס שפייזט אונז און גיבט אונז געלט, און וויסן אז אלעס קומט נאר פון איהם.

ג) נאך א גאר אינטרעסאנטע מוסר השכל לערנט אונז די מצוה פון שמיטת כספים, ערקלערט דער ספר החינוך, ווייל דאס וועט בויען ביי אונז א שטארקע גדר און א אייזערנע מויער זיך צו דערווייטערן פון גזל און פון גלוסטן יענעמ'ס געלט, ווייל א מענטש וועט דאָך מאכן א קל וחומר ביי זיך, אז מה-דאָך זיין אייגענע געלט וואס ער האט פארדינט און עס אוועקגעבאָרגט פאר א צווייטן, זאגט די תורה אז ס'קומט א צייט ווען מ'טאר עס שוין נישט צוריק בעטן, אויב אזוי כל שכן געלט וואס קומט זיך מיר באמת נישט און ס'איז נישט מיינס, דארף איך זיך גאר שטארק דערווייטערן דערפון.

ווי מיר שמועסן זענען די אלע דריי טעמים געקניפט און געבינדן און האבן א המשך און א שייכות איינס מיט'ן אנדערן, גוטע מידות ברענגט בטחון, און בטחון ברענגט גוטע מידות, און די צוויי צוזאמען ברענגן ארויס אפגעהיטנקייט און ערליכקייט, ווייל אט דאס איז ברכה, ברכה איז ווען מיר דערהערן אז אלעס איז א מתנה, אלעס געבט אונז אבינו שבשמים, מען געדענקט אז גארנישט איז מיינס און נישט מיין כוח, ממילא לעבט מען א לעבן פון בטחון און מ'איז גרייט צו שענקן און טוען פאר אנדערע, און דער מענטש איז כסדר אנגעפילט מיט הכרת הטוב און מיט מידות הנדיבות, דאס הארץ וויל כסדר צוריק געבן, דאס הארץ וויל משפיע זיין אויף צוריק און ארויסהעלפן אנדערע, געבן און טיילן ביי זיך אין שטוב, פאר אנדערע, און פאר די וועלט!

און אגב, די תורה הקדושה גיבט אונז א פראקטישע עצה און הדרכה וויאזוי אנצוקומען צו לעבן א לעבן פון ברכה. אין ספר מדרש שמואל אויף פרקי אבות (פרק ה' משנה י"ג) ווערט געברענגט בשם דער חסיד רבי יוסף יעב"ץ ז"ל, וואס איז די עצה פאר א קארגע מענטש וואס וויל נישט אוועקגעבן פון זיך פאר יענעם, די עצה איז אז ער זאל געבן און געבן, דורכדעם וואס ער וועט פאַרמערן אינעם ענין פון אוועקגעבן פון זיין פארמעגן דאס וועט צוברענגן אז 'נדיבות' זאל ווערן ביי איהם א געוואוינהייט און א טֶבע, און ער וועט שוין גרינג קענען געבן.

און דאס געפונען מיר אין פסוק נָתוֹן תִּתֵּן לוֹ וְלֹא יֵרַע לְבָבְךָ בְּתִתְּךָ לוֹ, פשוט פשט לערנט מען אז דאס איז א 'ציווי' וואס די תורה הק' באַפעלט פאר א איד אז ער זאל געבן מיט א צופרידענע הארץ און ער זאל נישט פילן שלעכט ביין געבן פארן אָרימאן. אבער דער אמת איז אז דא שטייט א טיפערע געדאנק -זאגט דער חסיד יעב"ץ- עס איז נישט בלויז א ציווי, נאר א מציאות וואס די תורה הק' לערנט אונז, "נָתוֹן תִּתֵּן לוֹ" דו זאלסט אזוי לאנג געבן, ביז דיין מהות וועט זיך באמת טוישן, און ס'וועט ווערן ביי דיר וְלֹא יֵרַע לְבָבְךָ בְּתִתְּךָ לוֹ עס וועט דיר שוין מער נישט וויי טוהן ווען דו גיבסט אוועק פאר יענעם, ווייל דו וועסט ווערן א 'נדיב' וואס גיבט פרייליך און צופרידן. און דאס שטייט אין משלי (י"ח ט"ז) "מַתָּן אָדָם יַרְחִיב לוֹ" אז א מענטש וועט געבן, דאן וועט ער אליינס ווערן א ברייט הארץ און ליב האבן צו געבן, "וְלִפְנֵי גְדֹלִים יַנְחֶנוּ" און דאס וועט איהם העלפן שטייגן אז ער וועט ווערן גערעכנט צווישן די גרויסע און חשוב'ע מענטשן מיט זיין מידת הנדיבות וואס ער וועט זיך איינקויפן גרויסע השפעות טובות.

זעען מיר פון דעם אז ס'איז אין אונזערע הענט, אפילו איינער וואס האט עס נישט בטבע, קען ארבעטן אויף זיך, און אנהייבן צו טוען פאר אנדערע, העלפן יענעם, אויסשטרעקן א האנט, עפענען זיינע אויערן און הארץ פאר א צווייטן, און וואס מער מ'טוט און טוט, ווערט מען א נדיב און א טוב עין בעצם, מ'גייט אריין טיפער און טיפער אין די וועלט פון ברכה, און מ'לעבט א געבענטשטע לעבן.

הרה"ק בעל ישמח ישראל זי"ע זאגט, אז דאס ממש איז די עבודה פון חודש אלול, א איד דארף זעהן צו טוהן גוטס, עוסק זיין אין חסד און מעשים טובים מיט אנדערע אידן. וויבאלד מיר ווייסן דאָך דער כלל אז ה' צִלְךָ - דער אייבישטער כביכול פירט זיך אויף מיט א מענטש אזויווי א שׁאָטְן, פונקט ווי דער שאטן פון א מענטש באוועגט זיך און מאכט נאך גענוי יעדע תנועה און יעדע ריר וואס דער מענטש טוט, אלעס שפיגלט זיך אפ אין זיין שאָטן. אזוי אויך כביכול דער אייבישטער איז צו אונז ווי א 'צֵל' און טוט מיט אונז דאס זעלבע וואס מיר טוען מיט אנדערע. און ממילא דארף א איד עוסק זיין אין די טעג מיט מידת החסד, כדי דער אייבישטער זאל איהם אויך 'נאָכמאַכן' און זיך פירן מיט איהם אויך מיט רחמים וחסדים און איהם באשערן אלעס גוטס. און דאס באדייט דער רמז פון "אלול" וואס איז די ראשי תיבות פון א'ני ל'דודי ו'דודי ל'י, דאס וואס איך טו מיט אנדערע, דאס טוט הקב"ה צו מיר, און דעריבער טוען מיר אין דעם חודש אזלעכע מעשים מיט וואס מיר ווילן אז דער אייבישטער זאל זיך פירן אזוי צו אונז.

שטייענדיג אין די דערהויבענע טעג הבאים עלינו לטובה, בפרט אין א צייט וואס מיר גייען אריבער די לעצטע תקופה גאר אסאך קלארע רופן אין וועלכע השי"ת רופט אונז ליידער אויף אַן אופן וואס איז פיל מיט צער ויסורים, מען איז אונז מעורר פון הימל זיך צו מאכן דעם חשבון "צו לעב איך ברכה"? צו נעמען מיר די אלע מתנות וואס הקב"ה געבט אונז און מיר קומען און ווערן נענטער? צו זענען מיר אנגעפילט מיט הכרת הטוב, אדער חלילה מיר פארפאטשקענען די גוטע השפעות מיט שוואוילטאג און נארישקייטן, זענען מיר פארבינדן מיט'ן אמת? זענען מיר פארנומען מיט קרבת אלקים פאר זיך, פאר די משפחה, פאר די קינדער, אדער חלילה נישט?. לאמיר זיין אמת'דיג די לעכטיגע טעג פון חשבון הנפש זענען דא, ס'איז צייט צו האבן דעם אפענע שמועס און בעזר ה' ווי מער מיר וועלן זיך אריין טוען וועלן מיר זוכה זיין אויפצומאכן א שפע פון אמת'ע השפעות מיט ברכה, און מיר וועלן נאר הערן גוטע בשורות פון שמחות און נחת.

ויה"ר אז מיר זאלן זוכה זיין אט אין די טעג וואס מיר זענען צו דערהערן און שפירן די אמת'ע רוף, צו שפירן די טיפע אינערליכע געפיל און נדבת הלב וואס ליגט אין איעדע אידיש הארץ, עדי נזכה צו דעם 'ראה' - זעהן מיט די אויגן די גרויסע מינוטן ווען ס'וועט קלאר ווערן דעם ועינינו תראינה מלכותך בביאת מלך המשיח בב"א.

לסיכום געדענק:
• א לעבן פון ברכה איז נדיבות הלב – א הארץ וואס געבט.
• א לעבן פון ברכה איז א לעבן פון אמונה און בטחון.
• א לעבן פון ברכה איז אפגעהיטנקייט און ערליכקייט.

א לעכטיגע שבת קודש!
זיך איינצושרייבן צו באקומען די "מיט א טיפערן בליק" דורך אי-מעיל בעז"ה tiferenblik@gmail.com
רעאגיר