..."גלילות"...!

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 19571
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 24498 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 14863 מאל
קאנטאקט:

..."גלילות"...!

שליחה דורך berlbalaguleh »

ליינענדיג דאס קעפל אין ..."דער בלאט"... פון די פארגאנגענע וואך (פ' שופטים, תשפ"א לפ"ק) האביך באמערקט ווי ווייט מהר"א שליט"א האט מדגיש געווען די אויטאריטעט פון זיין קהילה מיט אלע איהרע תקנות ומנהגים אויף די ארומיגע, שכנות'דיגע יישובים פון קרית יואל.

שטעלט זיך איצט א שאלה. ווי ווייט גייט די השפעה פון א קהילה ארויס פון זייערע גרעניצן. און וועלכע שטעט און יישובים זענען מחוייב זיך אונטערצווארפן אונטער די תקנות פון דער (הויפט) שטאט.

אזוי ווי ס'זענען דא (ב"ה) צווישן אונז גרויסע תלמידי חכמים און היסטארישע ידענים, וויל איך בעטן אז ווער ס'קען און ווייסט פון הלכה'דיגע און היסטארישע פרעצעדענטן וואו א קהילה און זייער מרא דאתרא האבן אויסגעשפרייט זייער השפעה און כח אויף די ארומיגע שטעט. אנגעהויבן פון די תקופת התלמוד. דורך די צייטן פון די ראשונים וגדולי הפוסקים פון די אחרונים. אזוי ווי די גמ' ברענגט אזא אויסדרוק..."באתריה דמר"...! אויך די אגדתא (אין אנהייב מס' פסחים) וואו די גמ' פארציילט די מעשה מיט דעם גוי וואס האט געוואוינט אין נציבין און ער איז א יעדעס יאר געגאנגען קיין ירושלים. און ר'האט זיך געציילט מיט א חבורה צו עסן פון דעם קרבן פסח. ביז ר' יהודה בן בתירא האט איהם אריינגענארט און מ'האט אויפגעדעקט זיין אמת'ע פנים אלס גוי...!

אין די שפעטערע יארן איז אויך געווען גרויסע קהילות (אדער גלילות פון קהילות) אזוי ווי שו"ם (שפייערן, ווירמיזא, מאינץ) און אה"ו (אלטונא, המבורג, ואנדסבעק.) וואו ר' יעקב עמדין איז געווען דער רב.

נאך איין בקשה. ביטע נישט שרייבן קיין ליצנות אדער סארקאסטישע באמערקונגען. אזוי ווי געוויסע פון אונז קענען ב"ה זייער גוט. ווייל דער ציל פון דעם אשכול איז מברר צו זיין די הלכה'שע און היסטארישע עפעקטן פון די ארומיגע שטעט פון א קהילה. און ווי ווייט ס'איז נוגע היינטיגע צייטן...!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום berlbalaguleh, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.

דער אשכול פארמאגט 103 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
פארשפארט