ראש השנה - ס'קומט א חודש..!

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
א שעפעלע
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 370
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 17, 2014 9:19 am
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 162 מאל

ראש השנה - ס'קומט א חודש..!

שליחה דורך א שעפעלע »

בס"ד

א גוטן טייערע חבירים וידידים!

אט שטייען מיר אין די לעצטע מינוטן ערב דעם גרויסן יום טוב, ערב דעם געוואלדיגן געהויבענעם זמן ווען מיר גייען צוטרעטן צום יום הדין הגדול והנורא ראש השנה תשפ"ב, נו לאמיר זיך נישט פארזוימען נאר תיכף צו גיין צום שמועס און טאקע אנפאנגען מיט א אמת'ע מעשה וואס א אינגערמאן האט דערציילט.

שלום דערציילט: ווי די ווייסט בין איך געלויבט השי"ת א שטארק סוקסעספולע אינגערמאן, ב"ה א טאטע פון א שטוב מיט קינדערלעך און בליעה"ר א שיינע בעל פרנסה און א גרויסע תומך תורה, אבער צו די זעלבע צייט איז פארהאן א טיפע באהאלטענע סוד וואס שפילט זיך אפ אין מיין לעבן וואס בדרך כלל מאך איך זיכער שוין פאר לאנגע יארן אז קיינער באמערקט נישט און ווייסט נישט דערפון, דאס איז די באהאלטענע טייל וואס ליגט אין מיין הארץ וואס איז פיל מיט צער און שוועריגקייטן.

איך ווייס אז אלס איינער וואס קען מיך פון די נאנט וועט דיר זיין שווער צו גלייבן, אבער 'איך' יא איך, בין אריבער גאר אסאך, אנגעפאנגען נאך אין מיינע קינדערישע חדר יארן און דערנאך ווייטער אין די בחור'ישע אין עטליכע ישיבות, ס'איז מיר גאר שווער און אומבאקוועם אריין צו גיין אין די דעטאלן דערפון, אבער גלייב מיר אז ס'איז געווען ביטער שווער. ווען איך בין ענדליך אנגעקומען צו מיין חתונה בין איך שוין געווען שטארק פארוואונדעט און צוקלאפט, כאטש אז פון אינדרויסן האב איך געהייסן א געלונגענע געשמאקע בחור, מיינע געפילן האבן מיר געריסן ביים הארץ, איך בין געווען צובראכן אויף שברי שברים, אבער איך האב זיך גלייך געמאכט דעם חשבון אז אויב וויל איך האבן א שטיקל א 'נארמאלע לעבן' דארף איך זיך אנטוען דעם שלייער כאילו אלעס איז גוט און פערפעקט, איך דארף ארויפציען א שמייכל אויפן פנים און אנגיין מיטן לעבן, וזה הוא. וכך הוה, אט דאס האב איך געטוען און ברוך ה', איך זאג עס בפה מלא ברוך ה' אז איך האב מצליח געווען אויפצושטעלן א הערליכע שטוב, קינדער און ב"ה איך האב שוין צוויי אייניקלעך, פרנסה, צדקה וחסד, און אזוי ווייטער.

אבער וויפיל מער צייט ס'איז אריבער האבן מיינע געפילן מיר געדריקט, די אלטע באהאלטענע צובראכנקייט איז שטענדיג געלעגן אויפן הארץ, און ווי שטארק איך האב פרובירט צו טראכטן פון עפעס אנדערש אדער מסיח דעת זיין דערפון האב איך נישט מצליח געווען, אדרבה די עול וואס כ'האב ארומגעטראגן אין זיך איז אלס געווארן שווערער און גרעסער, און ס'האט מיר דערביטערט דאס לעבן, כ'האב געלעבט אין אנגעצויגנקייט און אומבאקוועמליכקייט, ס'האט נישט גענומען קיין סאך מיך אויפצורעגן, איך בין שנעל געווארן אנגעצינדן און געטוען פלאקערן פאר כעס פון קלייניגקייטן, שרייען איז געווען ביי מיר גאר א אפטע זאך, זיך געבן א צוקריג דא און דארט מיט מענטשן האט פאסירט איין צוויי מאל א חודש. מיינע חברים און באקאנטע האבן געהאלטן אז "אזא מין מענטש בין איך", און זיי זענען שוין געווען צוגעוואוינט צו מיינע אויסברוכן. דער אמת איז אז דאס אלעס איז געווען א דירעקטע תוצאה פון צער און ווייטאג וואס איז געליגען צוקוועטשט אין מיר, ס'זענען געווען צוקלאפטע געפילן און צובראכנקייט וואס האט מיר קאנטערלירט און אינגאנצן איבערגענומען, און ווי פארשטענדליך האט מיר דאס געברענגט אויף נישט גוטע פלעצער וד"ל. אבער כסדר האב איך מצליח געווען זיך צוריק צוכאפן און צוריק ברענגן דעם שלייער פון 'כאילו לא היה', זיך פארענטפערט און ווייטער געגאנגען. אזוי זענען יארן אריבער געלאפן, דאס לעבן איז געפארן ווי א באן.

איך בין נישט זיכער וואס האט עס געברענגט, אבער אזוי האט ב"ה פאסירט, אז צוביסלעך האב איך אנגעפאנגען שפירן אז איך קען עס שוין נישט מער צוקוועטשן און באהאלטן, איך האב אנגעפאנגען פילן ווי אלעס גייט איין שיינעם טאג פלאצן, "ווי לאנג קען א מענטש זיך ארום שלעפן מיט פעק און זעק פון שוועריגקייטן?, ווי לאנג קען איך זיך ארום שלעפן מיט שווערע צובראכענע געפילן און הרגֵשים?!" לב יודע מרת נפשו, איך האב געוואוסט אז איך בין נישט באמת אין ארדענונג. ויהי היום איך האב געזאגט צו זיך גענוג איז גענוג, איך גיי זיך אויפמאכן דאס הארץ צו אַן ערליכע קלוגע איד, ס'איז מיר געווען ביטער שווער, דאס הייסט אז "איך" וועל בעטן נפשיות'דיגע הילף?!, ס'איז דאָך געווען אנטקעגן מיין גאנצע מהות, איך בין דאך דער מוצלח און דער סוקסעספולע מענטש אז ס'פּאַסט אפילו נישט, (איבריג צו זאגן אז איך בין געווען דער וואס פלעגט אלעמאל אפלאכן פון די וואס ווענדן זיך און בעטן הילף), אבער ס'איז שוין געווען "באו מים עד נפש" און כ'האב עס מער נישט געקענט אריבערטראגן, ממש בלית ברירה האט איך זיך געבראכן און ענדליך זיך אויסגעשמועסט מיט א גוטער איד וואס האט א ספעציעלע פארשטאנד אין נפשיות'דיגע ענינים, און וואס מער מיר האבן געשמועסט האט זיך ארויסגעגאסן פון מיר אלטע זכרונות און ווייטאגן ממש ווי א קוואל, ס'איז געווען לא יאומן כי יסופר, זאכן וואס כ'האב שוין לאנג געהאט פארגעסן און געמיינט אז ס'איז שוין לאנג נישט נוגע, האב איך פלוצלינג באמערקט אז זיי ליגן מיר אויפן הארץ און טוען קאנטערלירן מיין לעבן, איך האב צום ערשטן מאל אין לעבן פארשטאנען מיין כעס און מיין ווילדקייט, איך האב פלוצלינג געהאט א הבנה און א טיפקייט אין מיין נפש ווי קיינמאל פריער.

נאכן שמועסן עטליכע מאל איז קלאר געווארן אז ס'וואלט געווען גאר א גרויסע תועלת אויב איך וואלט געקענט אוועק פאָרן פאר עטליכע טעג אדער וואכן, זיך אינגאנצן אוועקרייסן און אפהאקן פונעם טאג טעגליכן געלויף און בהלה, און זיך איינשרייבן אין א געוויסע פראגראם וואס איז אויסגעשטעלט צו העלפן דעם מענטש צוריק בויען דעם נפש, צוריק ווערן 'א מענטש' וכדומה. נאכן זיך נאכפרעגן פאר א שטיקל צייט בין איך ברוך ה' אנגעקומען צו א געוויסע פראגראם וואס קומט פאָר אין ארץ ישראל, וואס איז שטארק אויסגעהאלטן און תורה'דיג און האט טאקע אט די צילן, מען ארבעט צוזאמען בחבורה צו הערן און צו לערנען לעבנס וויכטיגע יסודות, און זיך נעמען אין די הענט אריין איינמאל פאר אלעמאל. עס איז טאקע ווייט אוועק, און ס'קאסט נישט ביליג, אבער פאר מיר איז דאס שוין געווען ווי פיקוח נפש ממש, איך האב נישט געקוקט אויף גארנישט, און איך האב טאקע באשטעלט טיקעטס און געפארן.

שלום דערציילט ווייטער מיט טרערן אין די אויגן: אנקומענדיג אהין איז מיר געווען ביטער שווער, כ'האב זיך זייער געשעמט און געהאפט אז די ערד זאל מיר איינשלינגן, בפרט ווען איך האב באמערקט איינער וואס איז מיר זייער באקאנט, נאר דאס האט מיך אויסגעפעלט, האב איך געטראכט מיט ביטערניש... אבער קורצליך דערנאך וואס דער פראגראם האט זיך אנגעפאנגן האט זיך אראפגעלאזט א גאר ווארעמע הארציגע אטמאספערע, דער 'ראש החברה' (ווי ער האט זיך גערופן) האט אנגעפאנגען מיט א שיעור קלאר צו שטעלן געוויסע יסודות פון לעבן, ער האט גערעדט זעלטן קלאר און מסודר, כ'האב פלוצלינג אנגעפאנגען כאפן וואס מיין שליחות און תפקיד איז, כ'בין געוואר געווארן וואס מיינט זיין א טאטע, א ראש המשפחה, א פריינט, וואס אונזער תפקיד און שליחות איז אין יעדן הינזיכט, און אזוי ווייטער, איך שעם זיך צו זאגן אז טרערן האבן זיך געגאסן פון מיינע אויגן ווען איך האב באמערקט אז צוליב די שוועריקייטן פון מיינע יונגע יארן האב איך דאס אלעס פארפאסט, איך בין כמעט 'נישט דא געווען' אין מיין טאג טעגליכן לעבן, אינדרויסן בין איך געווען מסודר'דיג און געבויט, ווי יעדער מענטש האט ליב צו האבן געוויסע שיטות און מהלכים אין לעבן, אבער טיף אינעווייניג האב איך גאנץ גוט געשפירט און געוואוסט אז איך האב נישט קיין השגה וואס ס'טוט זיך מיט מיר, איך האב געשפירט פארלוירן און צומישט אלעמאל, און אט זיצנדיג דא האב איך פלוצלינג אנגעפאנגען שפירן א געוויסע לעכטיגקייט ווען פילע נקודות וואס זענען געווען פארנעפלט און אומקלאר האבן אנגעפאנגען זיין פארשטענדליך און לעכטיג!

אט דאס איז אנגעגאנען פאר בערך א צוויי טעג, און ווי מער מיר האבן פארברענגן און געלערנט האט זיך אויסגעשריגן פון הארץ אזא הרגשה פון "יעצט כאפ איך" - "אהא יעצט פארשטיי איך", זאכן וואס כ'האב זיך אלעמאל געהאט געוואונדערט און יעצט ווערן זיי אזוי געשמאק, ס'איז געווען געוואלדיג ב"ה!

אבער עס האט זיך נישט געענדיגט מיט'ן בלויז הערן שיעורים און טעאריעס, די פראגראם האט ווייטער ממשיך געווען מיט עטליכע טעג אין וועלכע מ'דארף אנהייבן צו פראקטיצירן למעשה, אלע משתתפים דארפן נעמען די יסודות וואס מ'האט נארוואס געלערנט, און עס אנהייבן אריינצוברענגן אין באנוץ אינעם טעגליכן לעבן, כדי אז ווען מיר פארן צוריק אהיים זאל עס זיין א חלק פונעם טעגליכן לעבן, עס זאלן ווערן א נאטורליכע חלק פון אונזער הנהגה אין לעבן, ווייל ווי די וועלט זאגט "די עיקר מלחמה איז נישט ווען מען טרענירט זיך – נאר ווען מען איז אויפן פראנט".

נאך עטליכע טעג וואס מיר האבן געארבעט און געטוען כל מיני פעולות צו נעמען די נייע יסודות און עס מאכן א חלק פון אונזער מציאות, האט זיך אנגעפאנגען שפירן א געוויסע הרגשה, אז די נייע געדאנקן זענען טאקע געוואלדיג און הערליך שיין, אבער ס'זאגט זיך גרינג... למעשה האב איך געוואוסט אז איך בין דאָך אנגעזאַפּט מיט מיין שווערע פארגאנגענהייט, איך בין שוין געווען אזוי טיף פארפּלאָנטערט מיט מיינע שלעכטע געוואוינהייטן, מיט מיין כעס און ביטערניש וכדומה, ווער זאגט אז כ'וועל קענען אנהאלטן און באמת בלייבן א בעסערע מענטש, וואס טוה איך אז מיינע פראבלעמען פונעם עָבר קומען נישט צוריק און נעמען מיך נישט איבער פון פריש.

צו מיין ערשטוינונג בין איך געוואר געווארן אז אויך דאס האט די ספעציעלע פראגראם גענומען אין באטראכט, עס איז דא א טאג ספעציעל אוועקגעשטעלט נאר פאר דעם איינעם צוועק, ס'איז א גאנצע טאג וואס מען גיבט אוועק בלויז קלארצושטעלן אז אלעס וואס האט פאסירט ביז יעצט דארף נישט ווערן מיטגענומען מיט זיך, מ'האט אונז געגעבן צו פארשטיין אז יעדן טאג אין לעבן איז א פרישע, און אז א מענטש האט א כוח פריי צו לאזן די אלע אלטע פאלשע גלויבן און איינרעדענישן וואס רעדן אים איין אז 'איך' קען נישט, איך בין אנדערש, אדער ס'איז נישט געמאכט פאר מיר, און אזוי ווייטער... דער טאג איז אנגעקומען מיר האבן געארבעט צוזאמען און ס'איז געווען אומבאשרייבליך, פלוצלינג האב איך באמערקט וויפיל שווערע און פינסטערע זעק איך האב נאך געשלעפט מיט מיר ביזן יעצטיגן טאג, וויפיל 'אמונות' און שיטות דער מענטש גלייבט זיך צוזאם אויף זיך אליין און אויף אנדערע נאנטע פריינד, זאכן וואס פאנגט זיך בכלל נישט אָן. ממש ווי מיט אייזערנע האמער'ס האט דער ראש החבורה געארבעט דאס אלעס ארויסצוהאקן פון אונזערע קעפ, און עס אויפגעוויזן קלאר שווארץ אויף ווייס, ווי נאריש מיר גייען זיך אום מיט זיך אליין און מיר געבן זיך נישט קיין שאנס צו שטייגן העכער און אפלאזן די אלטע שוועריגקייטן. וואס זאל איך דיר זאגן, ווען דער טאג האט זיך געענדיגט האב איך געשפירט אויסגעוואשן און אויסגעלייטערט, איך האב געשפירט ווי א קליין קינד וואס איז פריש געבוירן...

צום שלוס האט דער פראגראם צוגעשטעלט עטליכע טעג פון 'התרוממות' און שמחת הנפש ווי זיי האבן דאס אנגערופן, אלע משתתפים ווערן פארבעטן אריינצוקומען אין א פרייליכע און געשמאקע אטמאספערע, מ'האט פארברענגט אינאיינעם בשירה ובזמרה, מ'האט אסאך געזינגען און געטאנצן בתופים ובמחולות, ס'איז געאייניגט אריין צו אָטעמען אין זיך טיף אט די זיסע הרגשה פון זיין א נייע מענטש, די הרגשה פון קענען לאזן גיין אלע שוועריקייטן און 'בלאַקעדזשעס' וואס זענען געלעגן אין הארץ ביז היינט. אשרי עין ראתה בשמחתינו, ווער ס'איז נאר דארט געווען האט מיטגעלעבט ממש א געפיל פון גאולה, עפעס א סאָרט חֵירות און פרייהייט פון די אייגענע שוועריגקייטן. איך האב געשפירט ווי איך בין ארויס פון מיין אייגענע גלות מצרים, כאילו איך וואלט יעצט געווען גרייט צו גיין מקבל זיין די תורה אויפן בארג סיני אזויווי די אידן פונעם דור המדבר...

ברידער טייערע, אזוי שמועסנדיג מיט אונזער חבר, געבן מיר זיך א כאפ אז ער רעדט דאָך ווערטער וואס קלינגן היימיש, "אט דאס איז חודש תשרי", די גאנצע מורא'דיגע פראגראם וואס ער דערציילט מיט אזא עקסטאז און שמחה איז נישט מער ווי א קליינע משל און א שטיקל ענדליכע געדאנק צו די גרויסע און הייליגע חודש תשרי. דער חילוק איז נאר אז דארט צאלט מען גאר אסאך צו קענען פאָרן און מיטהלאטן דעם פראגראם אין די מרחקים, און דא קומט אבינו שבשמים און בעט זיך ביי אונז, קום מיין קינד כ'האב פאר דיר א פראגראם, איך שטעל דיר אלעס צו בחינם, קום נאר, ברענג מיט דיין הארץ. השי"ת גיבט אונז דעם חודש אינעם יאר וואו מיר שטעלן זיך אפ פונעם געלויף, בפרט דעם יאר ווען מיר האבן א באזונדערע מתנה ווען אלעס איז א שטיק יום טוב און שבת קודש, מ'גייט גלייך פון איינס צום אנדערן, און ס'איז איינס געקניפט אינעם צווייטן. ס'איז א חודש אין וועלכע דער מענטש גייט זיך אויסוואשן און אנפאנגן פון דאס ניי, ס'איז דער חודש וואס מען גייט אויפמאכן די באהאלטענסטע פלעצער פון הארץ און אויסשרייען צו זיך אז ס'איז גענוג, ווי לאנג וועל איך זיך ארום דרייען און זיין צופרידן פונעם געדאנק אז פון אינדרויסן זעה איך אויס גוט, און מיינע פראבלעמען און חסרונות זענען ב"ה גענוג באהאלטן און באדעקט, ווי לאנג וועלן מיר זיך ארום דרייען אויף די וועלט צומישט און פארלוירן, ווי לאנג וועלן מיר זיך צומאכן די אויגן און די אויערן צום גרויסן רוף פון אבינו שבשמים איינמאל און נאכאמאל ה"י.

אלע פראגראמען און לעכטיגע פלעצער וואו מיר זענען שוין אלס געווען און געפארן, און אויך אלע פלעצער וואו אהין מיר וואלטן געקענט באשטיין צו פארן און מיטהאלטן, זענען אלע נאר א קליינע און ווייטע משל צום לעכטיגן 'פראגראם' כביכול וואס שפילט זיך אויס אין דעם לעכטיגן חודש, אנגעפאנגען פון א' אלול ווען דער איד פאנגט זיך אָן צוצוגרייטן און צוזאם נעמען און זיך ברענגן נענטער צום חודש תשרי, זיך באקענען מיטן פראגראם, מ'זאגט אביסל תהלים, מ'זאגט סליחות, מען הייבט אָן צו קומען נענטער און נענטער, און דערנאך קומען מיר צו די גרויסע לעכטיגע טעג פון ראש השנה. און טייערע ברידער אז מיר שטייען שוין ביים שוועל איז דאָך זיכער כדי זיך צו פארטיפן און אויפמאכן דאס הארץ און כאטש אביסל באטרכאטן וואס איז אונזער עבודת היום?! וואס איז ראש השנה?.

איי וועט איר פרעגן, "וואס הייסט וואס איז ראש השנה, ווער ווייסט דען נישט, מען דאווענט לאנג, מען וואונטשט לשנה טובה - א גוט געבענטשט יאר, די נשים צדקניות גרייטן שוין צו די אלע גוטע סימנים און רמזים, די זיסע מייערן מיט עפל אין האניג, א קאפ פון פיש וכו', ווי ס'איז דער מנהג ישראל קדושים"... אבער לאמיר זיך נישט נאַרן און רעדן אפן, אינעווייניג אין קאפ ווירבלען ארום כל מיני געדאנקן, פון איין זייט זענען מיר צוגעוואוינט צו האבן אין די טעג א געוויסע מאס אנגעצויגענקייט, די לופט איז אנגעשטרענגט און ס'הערשט א אטמאספער פון פחד און מורא, מ'ווייסט אז ס'איז די ימים נוראים, מ'איז פול מיט פארכט פונעם יום הדין, מיר זוכן זכיות און מיר ווילן טוען וואס איז ריכטיג, יעדער וויל זוכה זיין צו א גוט יאר, ער דארף דאך לעבן, געזונט, פרנסה, און נאך אסאך זאכן. אבער פון די אנדערע זייט איז פארהאן אזא מין געדאנק וואס האפט אז מ'זאל שוין האלטן דערנאך, ס'זאל שוין פארביי גיין, וויפיל מענטשן טראכטן (ליידער) ביי זיך אז מ'דארף פשוט פּוֹעלן א גוט יאר מיט אלע ברכות און ווייטער געגאנגען, איך וויל שוין האלטן פרשת לך לך ווען אלעס איז 'צוריק צו נארמאל' און אוועק מיט די אנגעצויגענקייט...

אז מיר וועלן קוקן מיט אַן אמת וועלן מיר באמערקן אז דער צומישטע צוגאנג צום יום טוב שטאמט פון דעם ווייל עס פעלט אונז די שליסל, עס פעלט אונז די אויגן צו זעהן די ליכטיגקייט, עס פעלט אונז דאס הארץ צו שפירן די שטארקע נאנטשאפט פון די געוואלדיגע טעג, אויף וואס חז"ל זאגן אונז, דרשו ה' בהמצאו קראוהו בהיותו קרוב - זוכטס השי"ת ווען ער איז צום געפינען רופטס ווען ער איז נאנט, עס זענען טעג פון קרבת אלקים, טעג וואס אונזער טאטע אין הימל שטרעקט אונז אויס א האנט. נאך מער, אז מיר קוקן אריין אין נביא זעהן מיר גאר פארקערט אז במשך דעם גרויסן יו"ט ראש השנה זענען מיר מחוייב אנצופילן דאס הארץ מיט שמחה, ווי דער נביא נחמיה זאגט פאר די אידישע קינדער: לְכוּ אִכְלוּ מַשְׁמַנִים וּשְׁתוּ מַמְתַּקִים וְשִׁלְחוּ מָנוֹת לְאֵין נָכוֹן לוֹ כִּי קָדוֹשׁ הַיוֹם לַאֲדֹנֵינוּ וְאַל תֵּעָצֵבוּ כִּי חֶדְוַת ה' הִיא מָעֻזְכֶם... כִּי הַיוֹם קָדֹשׁ וְאַל תֵּעָצֵבוּ, כָל הָעָם לֶאֱכֹל וְלִשְׁתּוֹת וּלְשַׁלַח מָנוֹת וְלַעֲשׂוֹת שִׂמְחָה גְדוֹלָה כִּי הֵבִינוּ בַּדְּבָרִים אֲשֶׁר הוֹדִיעוּ לָהֶם, ראש השנה איז נישט קיין צייט פון זיין ח"ו צובראכן, צוקלאפט, נערוועז און אנגעצויגן, נאר פונקט פארקערט, עס איז א זמן ווען א איד דארף עסן און טרינקן און זיך פרייען מיט א געוואלדיגע גרויסע שמחה, דאס איז אונזער שטארקייט און פרייד זיך צו פרייען מיט השי"ת.

טייערע ברידער! לאמיר זיך אויפמאכן דאס הארץ און אנהייבן אביסל זעהן און פארשטיין דעם גרויסן יום טוב ראש השנה, פארוואס טאקע זאלן מיר זיין בשמחה אין א יום הדין??? לאמיר דערהערן וואס איז די עבודת היום, וואס וויל די תורה פון אונז, אין וועלכע זאך זאלן מיר אריינלייגן אונזער 'ראש' אונזער קאפ און הארץ במשך דעם יו"ט ראש השנה, און וואס איז אונזער עיקר ארבעט פונעם טאג?. דער ענטפער זאגן אונז חז"ל ליגט אין איין ווארט "המלך"! קרוינען השי"ת, ווי חז"ל זענען מבאר: אמרו לפני מלכיות כדי שתמליכוני עליכם, זכרונות, כדי שיעלה זכרוניכם לפני לטובה, ובמה בשופר. השי"ת זאגט אונז: זאגט די פסוקים און ענינים פון ממליך זיין דעם אייבישטער כדי איר זאלט מיך קרוינען אויף ענק וכו'. לאמיר זיך פארטיפן וואו איז דער מקור צו די גאנצע ענין פון מלכיות זכרונות שופרות, בפרט אז מיר ווייסן אויך אז דער טאג איז דער יום הדין, נו וואס איז די שייכות צווישן דעם משפט וואס קומט פאָר מיט די פסוקים פון מלכיות זכרונות ושופורות, און וואס באדייט דאס אלעס פאר אונז, לאמיר זיך אביסל מתבונן זיין.

נאר באמת אז מען קוקט אריין אין פסוק טרעפט מען אז ראש השנה ווערט דערמאנט אויף א אינטערעסאנטע אופן, די פסוק רופט עס "יום תרועה" אדער "זכרון תרועה", וואס מיינט זכרון תרועה און וואס איז די פשוטע אפטייטש פון די ווערטער? אבער ס'באמערקט זיך גאנץ קלאר אז אין אט די ווערטער ליגט באהאלטן דעם גאנצן יסוד און שליסל פונעם הייליגן יום טוב. וואס פארשטייט זיך אז די זאכן זענען גאר טיף און דערהויבן עד אין שיעור וסוף, נאר מיר ווילן אביסל ארויסהאבן די ענינים בדרך רמז לויט אונזער קליינע השגה מיטן ציל צו האבן בעזר השי"ת א קלארע פארשטאנד אין די דערהויבענע טעג הבאים עלינו לטובה.

ווי באקאנט שטייט פון רבי סעדיה גאון אז איינס פון די טעמים פון תקיעת שופר איז א זכר און רמז צו די שופר פון קבלת התורה, "שֶׁנִזְכֹּר תְּקִיעַת הַשׁוֹפָר בְּיוֹם מַעֲמַד הַר סִינַי, שֶׁנֶאֱמַר וַיְהִי קוֹל הַשֹׁפָר הוֹלֵךְ וְחָזֵק מְאֹד" – אין באמת אין די נוסח התפלה, ווען מיר טרעטן צו צו די סדר פון שופרות ביי מוסף זאגן מיר דאס באריכות אין די תפלה פון אתה נגלית, וואו עס ווערט געשילדערט אז השי"ת האט זיך באוויזן מיט זיין גרויסקייט און הייליגקייט אויפן בארג סיני, אַתָּה נִגְלֵיתָ בַּעֲנַן כְּבוֹדֶךָ עַל עַם קָדְשְׁךָ לְדַבֵּר עִמָּם. מִן הַשָּׁמַיִם הִשְׁמַעְתָּם קוֹלֶךָ, וְנִגְלֵיתָ עֲלֵיהֶם בְּעַרְפְּלֵי טֹהַר. גַם כָּל הָעוֹלָם כֻּלּוֹ חָל מִפָּנֶיךָ, וּבְרִיּוֹת בְּרֵאשִׁית חָרְדוּ מִמֶךָּ, בְּהִגָּלוֹתְךָ מַלְכֵּנוּ עַל הַר סִינַי לְלַמֵּד לְעַמְּךָ תּוֹרָה וּמִצְווֹת, די גאנצע בריאה איז געשטאנען און געציטערט מיטהאלטענדיג די געוואלדיגע התגלות פון די שכינה הקדושה אויפן בארג סיני. וַתַּשְׁמִיעֵם אֶת הוֹד קוֹלֶךָ, וְדִבְּרוֹת קָדְשְׁךָ מִלַּהֲבוֹת אֵשׁ. בְּקוֹלוֹת וּבְרָקִים עֲלֵיהֶם נִגְלֵיתָ, וּבְקוֹל שׁוֹפָר עֲלֵיהֶם הוֹפָעְתָּ, הקב"ה האט זיך באוויזן מיט קולות וברקים און מיט א קול שופר, און מיר דערמאנען די פסוקים ביי מתן תורה אין וועלכע מ'געפונט דעם קול שופר וואס איז דעמאלטס געווען ביי מתן תורה און געווארפן א ציטער אויף גאנץ כלל ישראל, וַיְהִי קוֹלוֹת וּבְרָקִים וְעָנָן כָּבֵד עַל הָהָר, וְקוֹל שׁוֹפָר חָזָק מְאֹד, וַיֶּחֱרַד כָּל הָעָם אֲשֶׁר בַּמַּחֲנֶה, וְנֶאֱמַר וַיְהִי קוֹל הַשּׁוֹפָר הוֹלֵךְ וְחָזֵק מְאֹד, משֶׁה יְדַבֵּר וְהָאֱלֹקִים יַעֲנֶנּוּ בְקוֹל וְנֶאֱמַר, וְכָל הָעָם רוֹאִים אֶת הַקּוֹלוֹת, וְאֶת הַלַּפִּידִם, וְאֵת קוֹל הַשּׁוֹפָר וְאֶת הָהָר עָשֵׁן...

בפשטות קען זיך דאכטן אז אט די ווערטער האבן אפשר א שייכות מיט'ן יום טוב שבועות, און ווי קומט עס דא אינמיטן דעם יום הדין.
נאר דאס איז טאקע די "זכרון תרועה" פון וואס די תורה רעדט, עס איז נישט בלויז די קול וואס מ'הערט פונעם שופר, נאר עס ליגט באהאלטן אין דעם אסאך טיפער, און לאמיר עס ארויסברענגן מיט א משל: צומאל הערן מיר א ניגון, און בשעת ווען מיר הערן דעם ניגון קנייטשט זיך די שטערן מיט אזא מחשבה, איין מינוט, איך קען דעם ניגון, איך האב דאס שוין געהערט, און נאך א מינוט צוויי שפרינגט דער מענטש אויף "יא איך ווייס שוין וואו, יארן צוריק בין איך געווען ל"ג בעומר אין מירון און פארן הדלקה האט מען געזינגן דעם ניגון", דער מענטש ווערט אינגאנצן איבערגענומען נאר פון הערן דעם ניגון, נישט נאר ס'דערמאנט אים, נאר ס'טראגט אים ממש ווי צוריק צו יענע מינוט און מצב אין וועלכע ער האט עס געהערט, די געפילן פון התעוררות שפילן זיך איבער פון פריש, די אלע קבלת טובות און לעכטיגע מחשבות פון יארן צוריק אויפן בארג אין מירון קומען נאכאמאל ארויף, פשוט מיטן הערן דעם זעלבן ניגון. ווער רעדט נאך אויב יענע נסיעה קיין מירון איז געווען ספעציעל דערהויבן, ער איז דעמאלטס געפארן מיט א צדיק קיין מירון און זוכה געווען צו פועלן א ישועה אדער צו טוישן זיין לעבן זייענדיג דארט ביים ציון המצויינת, אזא איינער וועט דאָך ממש אויפשפרינגן הערנדיג דעם זעלבן ניגון וואס מען האט דארט געזינגן, ווייל עס טראגט אים צוריק צו יענע מצב און מאכט אים דאס איבערלעבן פון פריש.

לאמיר שפינען דעם דמיון אביסל ווייטער כדי גוט צו דערהערן די נקודה, שטעלט זיך פאָר אז א איד שפאצירט אריין צו זיין רבי'ן אין שטוב און גיסט זיך אויס דאס הארץ, ער וויינט בדמעות שליש, אוי רבי איך בין פארזינדיגט, מיין נשמה איז ליידער אזוי טיף פארפלאנטערט, און אזוי ווייטער. דער רבי אָן קיין ווערטער נעמט זיינע הענט ליבליכערהייט, ער כאפט זיי אָן מיט זיינע ווארימע צוויי הענט, און ער קוקט אים אריין אין די אויגן מיט ליבשאפט, דער רבי דארף גארנישט רעדן, ער זאגט גארנישט, ער ברומט אזוי שטילערהייט צו זיך א ווארימע ניגון מיט די ווערטער פון לב טהור ברא לי אלקים ורוח נכון חדש בקרבי... ס'איז שטיל אין צימער, ס'איז בלויז די פיר ווענט, דעם רבי'ס הענט מיט זיינע הענט, און א קול דממה דקה פון לב טהור ברא לי אלקים... אבער דער מענטש פילט ווי זיין הארץ ווערט אויפגעשניטן מיט א מעסער, ער שיסט אויס אין א יאמערליכע געוויין און ער קען נישט אויפהערן, זיין הארץ האט זיך געעפנט ווי א קוואל וואס האט נישט קיין סוף, ער וויינט און טוט תשובה און מאכט א חשבון הנפש. איי, וואס האט דען דא פאסירט? ער האט דאָך נישט געהערט קיין שום מוסר, קיינער האט אים גארנישט געזאגט, דער רבי האט אים נישט פאָרגעהאלטן מיט שארפע דיבורים, נו אויב אזוי פארוואס וויינט ער, וואס מאכט אים תשובה טוען יעצט?. נאר דער תירוץ איז, ס'איז טאקע נישט קיין ווערטער, עס איז די גאנצע מציאות און מצב אין וואס דער מענטש געפונט זיך דעמאלטס, קיינער דארף אים גארנישט זאגן, אֵין אומר ואין דברים, אבער אין זיין הארץ ווייסט ער שוין פוקטליך וואס ער האט צו טוען, זיין נפש ווערט באלאכטן מיט א הבנה און פארשטאנד אז ער דארף תשובה טוען און זיך פארבעסערן.

לאמיר כאפן א בליק אויף צוריק, מיר כלל ישראל האבן א היסטאריע, ווען האבן מיר געהערט צום ערשטן מאל אלס עַם הנבחר דעם קול השופר, געווען איז דאס ווען מיר זענען געשטאנען ביים בארג סיני נאך איידער מיר האבן געהערט די ווערטער פון הקב"ה, נאך אפילו פאר מיר האבן באקומען די עשרת הדברות זאגט אונז די פסוק אז מיר האבן געהערט דעם הייליגן קול, וואס האט אונז באנומען אדורך און אדורך, עס האט געהערשט א פחד און א ציטער, א יראת הכבוד פונעם בורא כל העולמים וואס האט אונז אויסגעלייזט פון מצרים און אונז אויסגעוועלט אלס זיין פאלק, א יראת הכבוד פון די געוואלדיגע התגלות השכינה וואס איז פאָרגקומען ביי בארג סיני, פלוצלינג האט יעדע איד אויפגעמאכט דאס הארץ און געווען גרייט פאר אלעס, יעדער איינער האט געשפירט די געוואלדיגע התלהבות און תשוקה צו השי"ת, כי חולת אהבה אני, מיר ווילן נישט עפעס אנדערש, נאר דיר און דיין תורה און מצוות, און יעדער איד שרייט
ארויס מיט א ברען "נעשה ונשמע" זייענדיג גרייט צו טוען וואס דער אייבישטער וועט נאר פארלאנגן פון אונז.

"מתן תורה" איז נישט בלויז א מעמד און א דורכגאנג אין די אידישע היסטאריע, עס איז אינגאנצן עפעס העכער, דעמאלטס איז פאָרגעקומען די טיפסטע הכרה פון כלל ישראל אין השי"ת, אתה הראת כי ה' הוא האלקים אין עוד מלבדו, מיר האבן געזען און מיטגעהאלטן דעם כבוד ה', עס איז א זאך וואס איז נישט מעגליך צו לייגן אין ווערטער אדער דערציילן, ס'איז געווען א איבערלעבעניש וואס דארף ליגן איינגעקריצט אין א אידיש הארץ, מיר האבן אנערקענט אז מיר זענען די זעלבע פאלק וואס קוים עטליכע טעג צוריק זענען מיר געווען פארזינקן אין גלות מצרים אין די מ"ט שערי טומאה, און אט שטייען מיר פאר השי"ת גרייט צו באקומען די תורה וואס אפילו די מלאכים אין הימל האבן נישט זוכה געווען דערצו, מיר זענען די באליבטע בנים למקום וואס האבן באקומען די גרעסטע און הייליגסטע מתנה צו וואס קיינער האט נישט זוכה געווען.

חבר יקר, פאַרמאַך דיינע אויגן פאר א מינוט און טראכט, משל זיך אויס ביי זיך אין הארץ וויאזוי עס שפירט ווען מ'גייט אמאל ליידער אדורך עפעס א שווערע טינקעלע מינוט, ולב יודע מרת נפשו, יעדער האט זיך זיינע שווערע זמנים ווען עס דרוקט אים אויפן הארצן און ער פילט ביטער און צוקלאפט, און פלוצלינג ביסטו זוכה צו א הארה מן השמים, דו שפירסט א פלוצלינגע חיזוק, דו שפירסט ווי פון הימל האט מען דיך געשטארקט און געמאכט לעכטיג אויפן הארץ, דו באקומסט א הרגשה ווי א נייע מענטש מיט פרישע כוחות, און דו האסט א חשק און א שמחה אנצוגיין ווייטער און נישט זיין געפאלן און צובראכן ביי זיך. דאס איז בלויז א קליינע משל, א טויזענטסטל פון א טויזענטסטל וואס עס איז פאָרגעקומען דעמאלטס ביים מעמד הר סיני, כלל ישראל איז געקומען פון די מ"ט שערי טומאה ממש פונעם שאול תחתית ארויס, דאס הארץ און מוח איז געווען אינגאנצן פארשטאָפּט און די דעת איז געווען אין גלות, מיר האבן גארנישט פארמאגט און געווען ממש נאקעט און ליידיג פון יעדע ביסל העכערקייט און הייליגקייט, און דא זענען מיר פלוצלינג געווארן דערהויבן צום אנדערן עק ממש, אזוויוי מענטשן וואס קומען פון אן אנדערן פלאַנעט... דער בורא עולם שטייט און שענקט אונז די גרעסטע אורות, לעכטיגקייטן וואס די וועלט האט נאך נישט געזעהן, דאס הארץ איז איבערגעפילט מיט הרגֵשים פון הכרת הטוב און אהבה, א נאנטקייט און א השתוקקות. עס האט טאקע געהערשט א פחד, וַיֶחֱרַד כָּל הָעָם אֲשֶׁר בַּמַחֲנֶה, אבער דאס איז נישט געווען קיין דערדריקנדע שרעק, ס'איז נישט געווען מיט עצבות און צובראכנקייט, אדרבה ואדרבה, ס'איז געווען א גאר דערהויבענע פחד, א יראת הרוממות וואס איז פיל מיט כבוד און שמחה, א פחד וואס שרייט אויס דעם "המלך", ווייל מיר האבן פלוצלינג אנערקענט אין אלע רמ"ח אברים ושס"ה גידים אז ס'איז אלעס דער אייבישטער, ער איז דער משגיח על כל פרט ופרט, ער איז אונזער באליבטע טאטע וואס וואשט אונז אויס, וואס הייבט אונז אויף און טראגט אונז גלייך פון מצרים צו קבלת התורה, און ער איז דער מקוה ישראל ה' וואס איז אונז מקדש ומטהר און מעקט אויס אונזער עבר און פארגעבט אונזערע זינד.

און מיט דעם וועלן מיר קלאר פארשטיין בעזהשי"ת דער ענין פון מלכיות זכרונות און שופרות, השי"ת הייסט אונז נעמען אין די הענט א שופר און בלאזן, לאמיר הערן דעם אלטן קול, עס איז א 'זכרון תרועה' וואס דערמאנט אונז ווען מיר האבן צום ערשטן מאל געהערט דעם ניגון, די שופר ערוועקט אין אונז זכרונות, און די הייליגע תקיעות טראגן צוריק אונזערע נשמות צום מעמד הנבחר ביים הר סיני, דער ניגון איז אונז באקאנט פון ווען מיר האבן דאס דעמאלטס געהערט. און דאס דארף צוריק ברענגן אין אונז די געפיל פון אהבה און התקרבות צום גרויסן קעניג, דער אידעלע דערמאנט זיך ווי מיר זענען געשטאנען ביים גרויסן מעמד פון קבלת התורה אין אויסגעשריגן נעשה ונשמע, מיר האבן מקבל געווען אויף זיך עול מלכות שמים און די עול התורה, מיר האבן ממליך געווען דעם בורא עולם אויף זיך. אט דאס שפילט זיך אויס אין דעם לעכטיגן טאג פון ראש השנה, ס'איז דער טאג וואס הקב"ה זאגט, מיין טייער קינד זיי מיר ממליך מיטן שופר, דערמאן דיך דעם גרויסן מעמד, ברענג ארויף אט יענע זעלבע געפילן ווען איר זענט אלע געשטאנען כאיש אחד בלב אחד.

דאס איז די תכלית פון די מלכיות זכרונות ושופרות וואס זענען אלע געקניפט און געבינדען צוזאמען, און ברענגן ארויף די געפילן, און אז מ'לעבט איבער יענע קבלת עול מלכות שמים, יענע התקרבות און ליבשאפט צו השי"ת, פלוצלינג הייבט דער מענטש אָן זיך מתבונן זיין אז דער קעניג געבט דאָך מיר אזוי פיל גוטס ער האט מיר געשאנקן אזויפיל טוב וחסד די גאנצע יאר און אלע יארן ביז אהער, און וואו בין איך?, וואו האלט איך אויף די וועלט און וואס טו איך?. דער איד פאנגט זיך אָן מאכן א חשבון הנפש, און ער הייבט אָן צו מאָנען פון זיך, טאקע פון גרויס קרבת אלקים און נאנטשאפט צו אבינו שבשמים, און ער וויל תשובה טוען און זיך פארבעסערן און זיך דערנענטערן נאך מער צום אייבישטער. און דאס איז דער גרעסטע חסד ה' אז טאקע אין אזא טאג, דוקא אינעם זמן ווען א איד שפירט די נאנטקייט צום באשעפער, אין די צייט ווען עס ערוועקן זיך אין אים די געגועים און שטארקע רצון זיך צו דערנענטערן נאך מער צום אייבישטער, תשובה צו טוען און נתקרב ווערן צום אור פני מלך חיים, אט דעם טאג האט השי"ת אויסגעוועלט אלס דער יום הדין, ווען אלע הערצער זענען ריין און וואויל און ווילן זיך צוריק פאראייניגן מיט אבינו שבשמים.

און אז מיר דערהערן דעם יסוד ווערט דאָך שוין אלעס קלאר, אוודאי איז ראש השנה א טאג פון שמחה ווי דער נביא זאגט, און מען דארף עסן און טרינקן און זיך לאזן וואוילגיין פארן אייבישטער, ווייל ס'איז נישט סתם א יום הדין אין פשוט'ן זין פונעם ווארט, ס'איז א דערהויבענע יום הדין ביי וועלכע דער שופט אליין איז אונזער ליבליכע טאטע, ס'איז א יום הדין וואס קומט מיט א פרישע מעמד פון קבלת עול מלכות שמים, ס'איז א טאג וואס ברענגט אונז ארויף אין זכרון די געוואלדיגע לעכטיגע מינוטן ווען מיר זענען צום ערשטן מאל געווארן די ממלכת כהנים וגוי קדוש, ס'איז דער טאג וואס מיר דערהערן דעם הייליגן ניגון פונעם קול השופר, ס'דערמאנט אונז די מוזיק וואס האט געשפילט דעמאלטס ביי די גרויסע חתונה און די הרגֵשים גיסן זיך איבער, ס'איז דער טאג וואס אונזער טאטע איז גרייט אונז נאכאמאל ארויסצונעמען יעדער איינער פון זיין פערזענליכן גלות מצרים, און דער טאטע רופט אונז און בעט זיך ביי אונז, מיין קינד כ'האב פאר דיר א פולע 'פראגראם' זיך צו דערנענטערן, קום און טאנץ אריין, עס קומען טעג פון תשובה, מחילה סליחה און כפרה, און טעג פון התקרבות צום אייבישטער.

און דאס איז טאקע די הייליגע און לעכטיגע רייזע, דער פראגראם אין וועלכע מיר לאזן זיך ארויס במשך דעם קומענדיגן חודש, א פראגראם וואס קען אונז באמת דערהייבן און טוישן אינגאנצן. דער פראגראם פאנגט זיך אָן מיט ראש השנה, און נישט מיט יום כיפור, און ווי ס'איז באקאנט די שאלה אז בפשטות וואלט מען קודם געדארפט האבן מחילה סליחה וכפרה און דערנאך וואלט מען געקענט צוגיין צום יום הדין מיט א ריינע נשמה. נאר דער תירוץ איז פשוט, ווייל צום אלעם ערשט דארפן מיר דערהערן וואס איז אונזער תכלית און ציל, וואס איז אונזער שליחות, און וואו פאנגט מען אָן, און דערפאר דארף מען די ערשטע זאך אויסשרייען הויעך און קלאר דעם "המלך", מיר דארפן זיך דערמאנען דעם אידישן ניגון, דעם קול השופר וואס ברענגט אונז זיך צו כאפן און דערמאנען ווער מיר זענען, און זיך ערוועקן צו די תורה און מצוות וואס מיר האבן אלע אין זיך נאך פון קבלת התורה.

דערנאך באקומען מיר די לעכטיגע טעג פון עשרת ימי תשובה ווען מיר ארבעטן אריין צו ברענגן די נייע קבלת טובות אין די וואכענדיגע ימי המעשה, עס זענען טעג ווען מ'דארף זיך אויפפירן בעסער, און אפילו זאכן אויף וואס מ'איז נישט מקפיד א גאנץ יאר, שטייט אין שולחן ערוך אז אין עשרת ימי תשובה זאל מען יא מקפיד זיין, מיר הייבן אָן צו טוען למעשה. אבער ערשט דעמאלטס כאפט מען זיך וויפיל שוועריגקייטן מיר האבן אנצוקומען אהין, דער אידעלע באמערקט אז ער האט אזויפיל פעק און זעק פון די פארגאנגענהייט, ער האט דאָך ליידער אזויפיל געזינדיגט ביז אהער, וויאזוי קען מען בכלל גיין ווייטער, און וויאזוי קען מען אנהייבן פון פריש. אבער דא קומט אונזער באליבטע טאטע און זאגט, מיין קינד כ'האב פאר דיר א יום כיפור, כִּי בַיּוֹם הַזֶה יְכַפֵּר עֲלֵיכֶם לְטַהֵר אֶתְכֶם מִכֹּל חַטֹאתֵיכֶם, מ'גייט אוועק וואַשן און פארגעבן די אלטע עוונות ופשעים פון ביז אהער. און דערנאך פראוועט מען טעג פון שמחה, מיר גייען אריין זיצן אינעם סוכה 'בצילא דמהימנותא' אונטער די שאטן פון די שכינה הקדושה וואס איז אונז מקרב צוריק צו זיך, טעג וואס מיר פייערן מיט שירות ותשבחות און שמחת בית השואבה, מיט געזאנג און טענץ אינעם זמן שמחתינו, און מיט די פייערדיגע הקפות מיט די תורה הקדושה.

און דעריבער ווער עס דערהערט און פארשטייט ריכטיג, ווייסט אז ראש השנה איז נישט קיין זמן פון עצבות אדער אנגעצויגנקייט ח"ו, אדרבה מען גייט צו דערצו מיט פרייד און האפענונג, ווייל דאס איז בלויז דער אנהייב פון דעם הערליכן סדר, דער אנהייב פונעם פראגראם וואס וועט אונז ארויסברענגן אי"ה לויטער און ריין, מיט א נייע התחדשות און א זיסע לעבן ברוחניות פון ווערן נאנט און באנייען דעם קשר מיט'ן אבינו אב הרחמן וואס גיבט אונז אלעם גוטן, כִּי חֶדְוַת ה' הִיא מָעֻזְכֶם.

א זיס לעכטיג יאר – א כתיבה וחתימה טובה!

זיך איינצושרייבן צו באקומען די "מיט א טיפערן בליק"
דורך אי-מעיל בעז"ה tiferenblik@gmail.com

דער אשכול פארמאגט 1 תגובה

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר