וּבְהֵיכָלוֹ כֻּלּוֹ אֹמֵר כָּבוֹד - א וואונדער פון א מלבים.

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות

וּבְהֵיכָלוֹ כֻּלּוֹ אֹמֵר כָּבוֹד - א וואונדער פון א מלבים.

הודעהדורך קאך_לעפל » דינסטאג אקטאבער 12, 2021 5:54 pm

דאס הייליגער אויסגעוויינטער תהילמ'ל, אינהאלט א רייכע קאלעקציע פון פרייליכע לויב-געזאנגן, רירנדע קלאג-לידער, הארציגע קאמפאזיעס, און נאך. מערסטייל פון די קאפיטלעך זענען פארפאסט געווארן און פארגעזינגן געווארן דורך דוד המלך – דירעקטירט דורך די לעגענדארע מוזיקאנטען און פעאטן, די אייניקלעך פון קרח –הימן, ידותון און אסף. די דאזיגע דריי זענען דעזעגנירט געווארן דורך קעניג דוד זעלבסט, צו שטיין אין שפיטץ פון די פילהארמאנישער קאפעליע וועלכע האט געזינגן אינעם בית המקדש - באגלייט מיט אלערליי סארטן מוזיקאלישע אינסטרומענטן - להודות ולהלל לשם קדשו...
א סאך פעדערן זענען שוין צובראכן געווארן, און פילע פעסער טינט זענען שוין פארגאסן געווארן – צו פארשטיין די הייליגע ווערטער פון דוד המלך. מערסטייל פון די פארטייטשער און קאמאנטירער אויף ספר תהילים, האבן אנגענומען דאס שניט פון חז''ל. אזוי צו זאגן, אז די געזאנגן וועלכע מיר פארשטייען נישט, אדער מיר זענען נישט באקאנט אונטער וועלכע אומשטנדן זיי זענען פארפאסט געווארן, מוז מען מיט די גיוואלד איינזעצן אז דאס האט דוד געשריבן אינספרירט מיטן א הייליגע גייסט - איבער בעפארשטייענדע געשענענישן וועלכע וועלן זיך ווארשיינליך פארלויפן אין די אחרית הימים און אין די ימות המשיח... אויסגעשלאסן איז דער גאון רבי מאיר לייביש ווייזער ז''ל, ער האט זיך פארמירט זיין איינגארטיגער צוגאנג און שניט, צו פארטייטשן די הייליגע געזאנגן פון דעם נעים זמירות ישראל.
אין קאפיטל כ''ט שילדערט דוד המלך מיט א אויסטערלישער באגייסטערונג, ווי אזוי די בני אלים האבן זיך געביקט פאר ג-ט. ווער זענען די מאדנע בני אלים פון וועם דוד רעדט אין זיין געזאנג? און פארוואס האבן זיי זיך געביקט צו ג-ט? און וואס שטייט אונטער די געשענעניש פון דאס קאפיטל? פארציילט אונז רבי מאיר לייביש איבער אומבאוויסטע דעטאלירטע איינצעלהייטן, וועלכע האבן זיך דאן אפגעשפילט אינעם ווייטן מיטל-מזרח...
אנגעהויבן האט זיך עס אין מדבר זאר"א (סאַהאַראַ). א מאסיווע ערד ציטערניש האט אויפגעטרייסלט דאס וויסטעניש פונעם מדבר, און דאס האט פאראורזאכט א גאנצע קייט פון נאטורליכע קאטאסטראפעס דארט אינעם ראיאן... שרעקליכע שטורם ווינטן האבן אויסגעבראכן אויף דער ערד און אויפן ים, באגלייט מיט א שווערע רעגן און מיט שרעקליכע דינערן און בליצן, אזש ס'האט אויסגעזען אז דער גאנצער וועלט גייט אונטער. און צוגאב האט זיך דער מיטללענדישער ים גלייכצייטיג אויך צולאזט, און שווערע פארפלייצונגן האבן געדראהט גענצליך צו פארפלייצן דאס גאנצער מיטל-מזרח. ס'איז געווען קול השם המים, קול השם בכוח, קול השם יחיל מדבר, קול השם שבר ארזים, און קול השם יחולל אילות... די בני אלים – די קינדער פון די שטערקסטע כוחות פון דאס נאטור, דאס פייער, וואסער, ווינט, און ערד האבן זיך אינגאנצן צולאזט, און די גאנצע וועלט איז געשטאנען פאר א שרעקליכע קאטאסטראפע... די שרעקליכע ווינטן, ערד ציטערנישן, און פארפלייצונגען, האבן שוין אט אנגעהויבן ארום צו כאפן די גרעניצן פון ארץ ישראל, אבער מיטאמאל האבן זיי זיך דראסטיש בארואיגט. די מעכטיגע בני אלים האבן זיך אלע מיטאמאל גענצליך איינגעשטילט...
וואס האט פאסירט? אנטפלעקט אונז דוד המלך דאס געהיימעניש: הבו לה' כבוד ועז, הבו לה' כבוד שמו, השתחוו לה' בהדרת קודש – די בני אלים האבן זיך געביקט צו באשעפער וואס רוהט אין ציון! צוליב דער כבוד פון באשעפער וואס זיין שכינה רוהט אין ארץ ישראל, האבן זיי זיך איינגעשטילט, און עס איז געווען וּבְהֵיכָלוֹ כֻּלּוֹ אֹמֵר כָּבוֹד...
ווען די אנדערע פעלקער האבן זיך דערוויסט פון דעם אויסטערלישער וואונדער, האבן זיי געזאגט מיט עקסטאז: אז אפילו ס'וועט זיין השם למבול ישב – אז ס'וועט ווידער קומען א מבול, און ס'וועט זיין וישב השם מלך לעולם – דער קעניג באשעפער וועט זיך אומקערן צו ריכטן די וועלט. פארט וועט דאס נישט דערגרייכן צו די ברעגעס פון ארץ ישראל, ווייל השם עז לעמו יתן, השם יברך את עמו בשלום – דער אויבישטער גיבט שטארקייט פאר זיין פאלק, דער אויבישטער בענטשט זיין פאלק מיט פרידן... און אלע צייטונגען האבן דאן באריכטעט דעם גרויסער קידוש השם...
שפעטער אין קאפיטל מ''ו, גייט דער מלבי''ם מיט די זעלבע שניט. ער שרייבט אז איידער די סאמע שרעקליכע קאטאסראפע, וואס האט באטראפן דאס מיטל מזרח, האט א געוויסע קעניג אין סיריא זיך גערייט ארויפצוגיין קיין ארץ ישראל, אינאיינעם מיט זיינע מעכטיגע ארמייען, און ער אז דראסטיש פארכאפט געווארן אינעם שטורם, און ער איינים מיט זיין מילטער, זענען פארניכטעט געווארן אינעם שטורם... לְכוּ-חֲזוּ, מִפְעֲלוֹת השם אֲשֶׁר-שָׂם שַׁמּוֹת בָּאָרֶץ. מַשְׁבִּית מִלְחָמוֹת, עַד-קְצֵה הָאָרֶץ, קֶשֶׁת יְשַׁבֵּר, וְקִצֵּץ חֲנִית, עֲגָלוֹת יִשְׂרֹף בָּאֵשׁ.

אין קאפיטל מ''ח גייט דער מלבי''ם ווייטער מיט דעם זעלבן שניט. ער פראקאלאמירט אז עפעס א אנדערער קעניגרייך, פון גאר ווייט אוועק, האט זיך אויך געגרייט ארויפצוגיין מלחמה האלטן מיט ארץ ישראל. און זיינע קריגס שיפן, זענען צושמעטערט געווארן ביי די ברעגעס פון תרשיש, דורך אויס דער זעלבער שטורם... כִּי הִנֵּה הַמְּלָכִים, נוֹעֲדוּ; עָבְרוּ יַחְדָּו. הֵמָּה רָאוּ, כֵּן תָּמָהוּ; נִבְהֲלוּ נֶחְפָּזוּ. רְעָדָה, אֲחָזָתַם שָׁם; חִיל, כַּיּוֹלֵדָה. בְּרוּחַ קָדִים, תְּשַׁבֵּר, אֳנִיּוֹת תַּרְשִׁישׁ.

פון וואנעט דער מלבי''ם נעמט זיין דעטאלירטע אינפארמאציע איבער די שרעקליכע און גלייכצייטיג וואונדערליכע נאטורליכע קאטאסטראפע, די ערד ציטערנישן, די פארפלייצונגן, די דינערן און בליצן, וועלכע האבן מחולל געווען די אילות, און צובראכן טענען ביימער, און אז זיי האבן זיך אפגעשטעלט הארט ביי גרעניצן פון ארץ ישראל, איז אונז אומבאקאנט. עס לאזט זיך זאגן, אז פון אזא שרעקליכע סענזאציע וואלט ווען ווארשיינליך געדארפט ווען זיין א שטיקל רעקארד... ווער זענען מיר צו וויסן....
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 2251
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 12:16 pm
האט שוין געלייקט: 277 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2934 מאל

הודעהדורך קאך_לעפל » דינסטאג אקטאבער 12, 2021 6:03 pm

דער וואונדער איז, אז לויט דעם מלבי''ם, שטייט די געשיכטע גאר דייטליך אין די פסוקים ממש, און ס'קען גאר נישט אנדערש זיין....
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 2251
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 12:16 pm
האט שוין געלייקט: 277 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2934 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » דינסטאג אקטאבער 12, 2021 6:39 pm

דער מלבי״ם איז בכלל א מאדנעם ספר, ער לערנט אפ תנ״ך ווי ס׳וואלט געווען קאמפיוטער קאוד, ס׳זעהט אויס ווי ער האט עס געשריבן פאר א ספעציפישע קליענטעל און ס׳מיינט נישט אונז, כ׳מיין אז ס׳איז טאקע אנגענומען אז ער האט געשריבן זיין פירוש אויפ׳ן תנ״ך כאילו צו ווייזן פאר די משכילים אדער עפעס אזוי. א גרויסער תלמיד חכם האט מיר אמאל געזאגט ענליכס אויפ׳ן מורה נבוכים וואס ס׳שטייט דארט אסאך מאדנע זאכן האט ער געזאגט אז דער רמב״ם האט עס געשריבן פאר די ״נבוכים״ און ס׳איז לאו דווקא אז ער האט טאקע געהאלטן אז ס׳איז ריכטיג, האב איך איהם געזאגט אז ס׳איז זייער מסתבר אזוי ווייל כ׳האב געהערט אז דער רס״ג אין זיין ספר אמונות והדעות וואו ער שרייבט אויך מאדנע זאכן אויף אן ענליכן שניט ווי דעם מורה נבוכים שרייבט טאקע אינעם הקדמה אז ער האט עס נאר געשריבן פאר די פילאזאפן כאילו צו פארענטפערן זייערע קשיות על פי דרכם (בבחינת עם עקש תתפל), א פשוטער מענטש וואס טראכט גראד פארשטייט טאקע נישט די קרומע פילאזאפישע קשיות און נישט די תירוצים.
@עדיאל - "Behind every great man there's a miserable woman"
קאוועשטיבל #למעשה: וויאזוי זיך ארויסצוזעהן פונעם "סיסטעם".
אלע מיינע ארטיקלען פון קאוועשטיבל.
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4841
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 4708 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4651 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » דינסטאג אקטאבער 12, 2021 8:04 pm

רביה"ק זי"ע: איך בין נישט אינגאנצן מסכים מיט דיין מיינונג איבער דעם. מילא דער רס"ג און פאר איהם דער מורה נבוכים פונ'ם רמב"ם) זענען געשטעלט דייקא אויף פילאזאפישע חקירות און דעבאטעס. וואס אין ענגליש רופט מען ..."נאט מיי קאפ אוו טי"...! אבער דער פירוש פון מלבי"ם אויף תנ"ך איז א דבר השוה לכל נפש. ווייל ער געט אונז א פערספעקטיוו איבער מיסטעריעזע זאכן וואס אונז וואלטן קיינמאל נישט געקענט פארשטיין. פון וואו ער נעמט זיינע פירושים און אויף וואס ער באזירט דאס אינטרעסירט מיך נישט. איך פארלאז מיך אויף זיינע געוואלדיגע גרויסע ידיעות און פארשטאנד...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 15828
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 18453 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 10532 מאל

הודעהדורך סעגאל » דינסטאג אקטאבער 12, 2021 9:06 pm

ער נעמט עס פון די זעלבע פלאטץ פון ווי ער נעמט די מעשה פין שלמה המלך און די מיידל פין שיר השירם.
איך האב נישט קיין פראבלעים דערמיט עס שטימט הערליך אין פסוק עס האט נאר נישט קיין מקור.
סעגאל
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 171
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 18, 2021 9:51 pm
האט שוין געלייקט: 35 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 106 מאל

Re: וּבְהֵיכָלוֹ כֻּלּוֹ אֹמֵר כָּבוֹד - א וואונדער פון א מל

הודעהדורך תוהו ובוהו » דינסטאג אקטאבער 12, 2021 10:41 pm

סעגאל האט געשריבן:איך האב נישט קיין פראבלעים דערמיט עס שטימט הערליך אין פסוק עס האט נאר נישט קיין מקור.


וואס הייסט ''ס'האט נישט קיין מקור''?!
דער מלבי''ם אויפן פלאץ שרייבט אזוי..
תוהו ובוהו
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 339
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2020 9:08 pm
האט שוין געלייקט: 219 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 507 מאל

הודעהדורך היסטאריע » מיטוואך אקטאבער 13, 2021 8:04 am

סעגאל האט געשריבן:ער נעמט עס פון די זעלבע פלאטץ פון ווי ער נעמט די מעשה פין שלמה המלך און די מיידל פין שיר השירם.
איך האב נישט קיין פראבלעים דערמיט עס שטימט הערליך אין פסוק עס האט נאר נישט קיין מקור.


דער זעלביקער פלאץ פין ווי דער עקידה נעמט זיין מיידל. עס איז ביידע א משל.

דער מלבי"ם איז געוועהן א שטארקע לוחם קעגן משכילים, אבער ער איז געוועהן א אנגעליינטער, ער ברענגט אריסטו און פילון אהן בושה, און זיינע מעשיות אין היסטאריע טאמער שטייט עס נישט אין מדרשים איז עס אין גוי'שע היסטאריע.

ווי אויך איז ער געווען א חסיד, און אסאך מאל גייט ער מיט חסידות פין בעש"ט און תלמידי המגיד, און ברענגט זיי נישט ביין נאמען, כנראה ווייל ער האט געוואלט זיין ספר זאל אנגענומען ווערען אפילו ביי מתנגדים, אדער ווייל ער גייט בכלל מיט א שיטה אז ער ברענגט נישט מקורות אויף זיינע זאכען כדי צו מאכען זיין ספר גרינגער צו ליינען.
היסטאריע
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 121
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 01, 2021 5:58 pm
האט שוין געלייקט: 9 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 149 מאל

הודעהדורך קאך_לעפל » מיטוואך אקטאבער 13, 2021 8:29 am

אונזערע צווייפלען זענען ווי פאלגענד:

האט דער מלבי''ם געלייענט ערגץ-וואו די געשיכטע, און לויט דעם געשריבן זיין פירוש אויף די דריי קאפיטלען?
צי האט ער געצויגן די געשיכטע לויט ווי ער האט דאס געזען אין די ווערטער פון די פסוקים?
אויב דער געשיכטע האט ווירקליך פאסירט, דאן פון וואו האט דאס דער מלבי''ם גענומען? רוח הקודש? ער האט דאס ערגץ-וואו געלעזט?
ווייסט עמיצער צו פארציילן איבער א מאסיווע נאטירליכע קאטאסראפע אינעם מיטל מזרח, וועלכע האט זיך אפ געשטעלט ביי די טויערן פון ארץ ישראל?
איינצוזעצן, אז דער מלבי''ם האט פשוט תהילים געזאגט איין שבת אינדערפרי, און געזען אין די פסוקים אז אזא סארט קאטאסראפע האט זיך ווירקליך אפגעשפילט אין מיטל מזרח, אן קיין דעקונג פון די מעשה אינעם מדרש אדער פון די גמרא, און אן קיין שום אונטערלאגע פון סייענטיסטן, היסטאריקער, און אַרכעאָלאָגען איז גאר וואונדערליך.
ער האט מיט זיין שריט פשוט פארלענגערט די בלעטער פון די אלוועלטליכע היסטאריע בוך. בלויז ווייל ער האט אזוי פארשטאנען פון די פסוקים, אז אזא סארט קאטאסראפע האט זיך ווירקליך אפ געשפילט...
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 2251
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 12:16 pm
האט שוין געלייקט: 277 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2934 מאל

הודעהדורך היסטאריע » מיטוואך אקטאבער 13, 2021 11:07 am

דער מלבי"ם רעדט פין סיהארא מדבר, ער זאגט אז עס איז געוועהן א זאמד שטורעם וואס האט זיך אפגעשטעלט ביי ירושלים.

איך קלער אז ער גייט מיט דער מהלך אז דער גאנצע מדבר איז געווארען דעמאלס, ווי עס האלטען פארשידענע, און דער מדבר שטעלט זיך אפ ביי ירושלים כידוע.

אדער ער רעדט פין א זאמד שטורעם וואס מאכט זיך אפט אין יענער געגענטער, און ער מאכט אויף א מעשה לויט וואס ער פארשטייט פין די פסוקים. איך האב עס געזעהט אין אנדערע פלעצער אויך, נישט א גאנצע מעשה ווי דא, אבער פרטים פין א מעשה וואס ער לייגט אריין ווייל ער וויל טייטשען א פסוק. זעה קאפיטעל ד' און סז, וואס ער טייטשט אויף דער מעשה מיט די גבעונים (מדעת עצמו) און לייגט צו סיי אז עס געווארען אסאך גרים פין גוים (לכאורה מיינט ער דאס, בכל גוים ישועתיך) און אז דוד האט מקריב געוועהן זבחי תודה, און עס שטייט אין ערגעץ נישט אז די קאפיטלעך גייען אויף דער מעשה פין די גבעונים. שמע מינה אז ער האט נישט מורא צו טוהן אזעלכע זאכען. עס איז דא נאך דוגמאות פין די קאפיטלעך פין הלל, וואס ער טייטשט אנדרעש.
היסטאריע
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 121
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 01, 2021 5:58 pm
האט שוין געלייקט: 9 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 149 מאל

הודעהדורך קאך_לעפל » מיטוואך אקטאבער 13, 2021 11:51 am

אצינד וועלן מיר ציטירן די גענויע ווערטער פון מלבי''ם:

תהילים קאפיטל כ''ט:
"מזמור לדוד", הוסד על חורבן ושטף אשר היה בעת ההיא בגלילות סוריא ע"י סופה וסער מתחולל, ע"י זרם ושטף מים רבים, ע"י אש להבות רעמים וברקים נוראים עוקרי ארזים ומשברי סלעים, ע"י רוגז ורעש אשר סבב מן המדבר זאר"א עד כל גבולות הארץ מדרום לצפון מהמדבר עד הלבנון, אשר התעוררו כל ארבעה האיתנים מוסדי הארץ לבלעה ולהחריבה, אולם בבוא בני אלים אלה הנוראים אל ארץ הקדושה שם שחו ראשם, שם השתחוו ויחרדו מפני מלך הכבוד רם ונשא השוכן בהיכלו בהדרת קדש, שם שקעה האש ותשב סערה לדממה, וה' ברך את עמו בשלום "הבו לה'", הזמינו א"ע לה' להיות מלאכיו ושלוחיו, אתם "בני אלים!" אתם כחות הטבע הנשגבות הזמינו עצמכם לה' השולח אתכם לעשות דברו.

תהילים קאפיטל מ''ו:
"למנצח לבני קרח", מבואר מענינו שנתיסד על שטף מים רבים שהיה אז בארץ סוריא, שנהר פרץ את גדותיו ושטף מדינות והחריב ערים רבים ושם שמות בארץ, ובהגיע השטף לארץ הקדושה שם לא הזיק מאומה, מפני כבוד ה' השוכן בירושלים, אשר לפניו השתחוו בני אלים אלה בהדרת קדש, כמו ששורר על כזאת למעלה סי' כ"ט, ובעת ההיא היה עריץ אחד ממלכי סוריא מרגיז ממלכות וכבש והחריב מדינות רבות, וישם פניו להלחם בישראל, ושטף הנהר אבד את מחנהו וכלי מלחמתו ומזה ראו כי ה' אתם.

תהילים קאפיטל מ''ח:
"שיר מזמור", מזמור זה נתיסד על סער גדול שהיה בעת ההיא מפוצץ הרים ומשבר סלעים, ובהר ציון ששם ג"כ היה הסער לא הזיק מאומה, כי ה' השוכן בהר הזה הגין עליה, והיה הסער הזה להם לטובה כי אז התחברו מלכי ארץ וירדו באניות תרשיש לכבוש את ארץ ישראל, והסער הזה שבר אניותיהם והכה בים חילם,
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 2251
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 12:16 pm
האט שוין געלייקט: 277 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2934 מאל

הודעהדורך moody » מיטוואך אקטאבער 13, 2021 3:45 pm

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:דער מלבי״ם איז בכלל א מאדנעם ספר, ער לערנט אפ תנ״ך ווי ס׳וואלט געווען קאמפיוטער קאוד, ס׳זעהט אויס ווי ער האט עס געשריבן פאר א ספעציפישע קליענטעל און ס׳מיינט נישט אונז, כ׳מיין אז ס׳איז טאקע אנגענומען אז ער האט געשריבן זיין פירוש אויפ׳ן תנ״ך כאילו צו ווייזן פאר די משכילים אדער עפעס אזוי. א גרויסער תלמיד חכם האט מיר אמאל געזאגט ענליכס אויפ׳ן מורה נבוכים וואס ס׳שטייט דארט אסאך מאדנע זאכן האט ער געזאגט אז דער רמב״ם האט עס געשריבן פאר די ״נבוכים״ און ס׳איז לאו דווקא אז ער האט טאקע געהאלטן אז ס׳איז ריכטיג, האב איך איהם געזאגט אז ס׳איז זייער מסתבר אזוי ווייל כ׳האב געהערט אז דער רס״ג אין זיין ספר אמונות והדעות וואו ער שרייבט אויך מאדנע זאכן אויף אן ענליכן שניט ווי דעם מורה נבוכים שרייבט טאקע אינעם הקדמה אז ער האט עס נאר געשריבן פאר די פילאזאפן כאילו צו פארענטפערן זייערע קשיות על פי דרכם (בבחינת עם עקש תתפל), א פשוטער מענטש וואס טראכט גראד פארשטייט טאקע נישט די קרומע פילאזאפישע קשיות און נישט די תירוצים.

ביים רמב"ם, איז נאר א פילאזאף א מענטש וואס טראכט גראד, בכלל טראכטן גראד איז א product of society, וואס ס'מיינט היינט, גייט נישט מיינען מארגן
moody
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 21
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 09, 2021 5:58 pm
האט שוין געלייקט: 6 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 13 מאל

הודעהדורך היסטאריע » מיטוואך אקטאבער 13, 2021 11:45 pm

אינטרעסאנט צוצולייגן, אז ברוח קדים תשבר אניות, ברוח קדים מיינט לויט די חוקרים א זאמד שטורעם. און דער רוח קדים האט געברענגט א זאמד שטורעם וואס האט געמאכט קריעת ים סוף אויך.
היסטאריע
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 121
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 01, 2021 5:58 pm
האט שוין געלייקט: 9 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 149 מאל

Re: וּבְהֵיכָלוֹ כֻּלּוֹ אֹמֵר כָּבוֹד - א וואונדער פון א מל

הודעהדורך צפור בודד » מיטוואך אקטאבער 13, 2021 11:55 pm

קאפיטל כ"ט האט שורשים אין אור אלטע אוגאריטישע פאעזיע.

Sent from my SM-G981B using Tapatalk
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך צפור בודד אום דאנערשטאג אקטאבער 14, 2021 1:08 am, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
צפור בודד
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 404
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 14, 2018 11:32 am
האט שוין געלייקט: 230 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 406 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » דאנערשטאג אקטאבער 14, 2021 12:46 am

ציפור בודד. ביטע זיי מפרש...!. ברענג א לינק. אדער א רעפארט פון א צייטשריפט...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 15828
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 18453 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 10532 מאל

Re: וּבְהֵיכָלוֹ כֻּלּוֹ אֹמֵר כָּבוֹד - א וואונדער פון א מל

הודעהדורך צפור בודד » דאנערשטאג אקטאבער 14, 2021 12:53 am

איך בין נישט די טעג אין דער היים ממילא האב איך נישט מקורות צו דער האנט. א שנעלער גוגל זוך געט מיר דאס.
https://hermeneutics.stackexchange.com/ ... originally

Sent from my SM-G981B using Tapatalk
צפור בודד
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 404
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 14, 2018 11:32 am
האט שוין געלייקט: 230 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 406 מאל

הודעהדורך קאך_לעפל » דאנערשטאג אקטאבער 14, 2021 9:33 am

היסטאריע האט געשריבן:אינטרעסאנט צוצולייגן, אז ברוח קדים תשבר אניות, ברוח קדים מיינט לויט די חוקרים א זאמד שטורעם. און דער רוח קדים האט געברענגט א זאמד שטורעם וואס האט געמאכט קריעת ים סוף אויך.


א רוח קדים, באדייט א שטורם ווינט וואס קומט פון מזרח זייט פונעם פלאנעט, און אין רוח צפונית, וועלכע פלעגט אויפצוועקן דוד המלך ביי חצות, מיינט א ווינט וואס קומט פון צפון זייט! פינטל!
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 2251
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 12:16 pm
האט שוין געלייקט: 277 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2934 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » פרייטאג אקטאבער 15, 2021 12:58 am

קאך לעפל: הוא הנותן. אז די דירעקציע פון וואו דער ווינט קומט באשטימט אויך וואספארא קוואליטי דאס איז. און וואס די תוצאות זענען...! רוח מזרחית, רוח דרומית, רוח מערבית און רוח צפונית ברענגען מיט זיך אנדערע פארשידנארטיגע ערשיינונגען און רעזולטאטן...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 15828
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 18453 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 10532 מאל

הודעהדורך היסטאריע » פרייטאג אקטאבער 15, 2021 8:36 am

ר' בערל זייט געדולדיג ביטע, נישט אלע קענען פארנעמען קיין סאך מער ווי דער רבי האט געזאגט אין חדר. פינטלעך.
היסטאריע
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 121
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 01, 2021 5:58 pm
האט שוין געלייקט: 9 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 149 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » פרייטאג אקטאבער 15, 2021 12:32 pm

תורה היא וללמוד אני צריך...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 15828
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 18453 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 10532 מאל


גיי צוריק תורה און מחשבה

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: berlbalaguleh, יעקב מעקסוועל און 2 געסט