וּבְהֵיכָלוֹ כֻּלּוֹ אֹמֵר כָּבוֹד - א וואונדער פון א מלבים.

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 291 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3331 מאל

וּבְהֵיכָלוֹ כֻּלּוֹ אֹמֵר כָּבוֹד - א וואונדער פון א מלבים.

שליחה דורך קאך_לעפל »

[justify]דאס הייליגער אויסגעוויינטער תהילמ'ל, אינהאלט א רייכע קאלעקציע פון פרייליכע לויב-געזאנגן, רירנדע קלאג-לידער, הארציגע קאמפאזיעס, און נאך. מערסטייל פון די קאפיטלעך זענען פארפאסט געווארן און פארגעזינגן געווארן דורך דוד המלך – דירעקטירט דורך די לעגענדארע מוזיקאנטען און פעאטן, די אייניקלעך פון קרח –הימן, ידותון און אסף. די דאזיגע דריי זענען דעזעגנירט געווארן דורך קעניג דוד זעלבסט, צו שטיין אין שפיטץ פון די פילהארמאנישער קאפעליע וועלכע האט געזינגן אינעם בית המקדש - באגלייט מיט אלערליי סארטן מוזיקאלישע אינסטרומענטן - להודות ולהלל לשם קדשו...
א סאך פעדערן זענען שוין צובראכן געווארן, און פילע פעסער טינט זענען שוין פארגאסן געווארן – צו פארשטיין די הייליגע ווערטער פון דוד המלך. מערסטייל פון די פארטייטשער און קאמאנטירער אויף ספר תהילים, האבן אנגענומען דאס שניט פון חז''ל. אזוי צו זאגן, אז די געזאנגן וועלכע מיר פארשטייען נישט, אדער מיר זענען נישט באקאנט אונטער וועלכע אומשטנדן זיי זענען פארפאסט געווארן, מוז מען מיט די גיוואלד איינזעצן אז דאס האט דוד געשריבן אינספרירט מיטן א הייליגע גייסט - איבער בעפארשטייענדע געשענענישן וועלכע וועלן זיך ווארשיינליך פארלויפן אין די אחרית הימים און אין די ימות המשיח... אויסגעשלאסן איז דער גאון רבי מאיר לייביש ווייזער ז''ל, ער האט זיך פארמירט זיין איינגארטיגער צוגאנג און שניט, צו פארטייטשן די הייליגע געזאנגן פון דעם נעים זמירות ישראל.
אין קאפיטל כ''ט שילדערט דוד המלך מיט א אויסטערלישער באגייסטערונג, ווי אזוי די בני אלים האבן זיך געביקט פאר ג-ט. ווער זענען די מאדנע בני אלים פון וועם דוד רעדט אין זיין געזאנג? און פארוואס האבן זיי זיך געביקט צו ג-ט? און וואס שטייט אונטער די געשענעניש פון דאס קאפיטל? פארציילט אונז רבי מאיר לייביש איבער אומבאוויסטע דעטאלירטע איינצעלהייטן, וועלכע האבן זיך דאן אפגעשפילט אינעם ווייטן מיטל-מזרח...
אנגעהויבן האט זיך עס אין מדבר זאר"א (סאַהאַראַ). א מאסיווע ערד ציטערניש האט אויפגעטרייסלט דאס וויסטעניש פונעם מדבר, און דאס האט פאראורזאכט א גאנצע קייט פון נאטורליכע קאטאסטראפעס דארט אינעם ראיאן... שרעקליכע שטורם ווינטן האבן אויסגעבראכן אויף דער ערד און אויפן ים, באגלייט מיט א שווערע רעגן און מיט שרעקליכע דינערן און בליצן, אזש ס'האט אויסגעזען אז דער גאנצער וועלט גייט אונטער. און צוגאב האט זיך דער מיטללענדישער ים גלייכצייטיג אויך צולאזט, און שווערע פארפלייצונגן האבן געדראהט גענצליך צו פארפלייצן דאס גאנצער מיטל-מזרח. ס'איז געווען קול השם המים, קול השם בכוח, קול השם יחיל מדבר, קול השם שבר ארזים, און קול השם יחולל אילות... די בני אלים – די קינדער פון די שטערקסטע כוחות פון דאס נאטור, דאס פייער, וואסער, ווינט, און ערד האבן זיך אינגאנצן צולאזט, און די גאנצע וועלט איז געשטאנען פאר א שרעקליכע קאטאסטראפע... די שרעקליכע ווינטן, ערד ציטערנישן, און פארפלייצונגען, האבן שוין אט אנגעהויבן ארום צו כאפן די גרעניצן פון ארץ ישראל, אבער מיטאמאל האבן זיי זיך דראסטיש בארואיגט. די מעכטיגע בני אלים האבן זיך אלע מיטאמאל גענצליך איינגעשטילט...
וואס האט פאסירט? אנטפלעקט אונז דוד המלך דאס געהיימעניש: הבו לה' כבוד ועז, הבו לה' כבוד שמו, השתחוו לה' בהדרת קודש – די בני אלים האבן זיך געביקט צו באשעפער וואס רוהט אין ציון! צוליב דער כבוד פון באשעפער וואס זיין שכינה רוהט אין ארץ ישראל, האבן זיי זיך איינגעשטילט, און עס איז געווען וּבְהֵיכָלוֹ כֻּלּוֹ אֹמֵר כָּבוֹד...
ווען די אנדערע פעלקער האבן זיך דערוויסט פון דעם אויסטערלישער וואונדער, האבן זיי געזאגט מיט עקסטאז: אז אפילו ס'וועט זיין השם למבול ישב – אז ס'וועט ווידער קומען א מבול, און ס'וועט זיין וישב השם מלך לעולם – דער קעניג באשעפער וועט זיך אומקערן צו ריכטן די וועלט. פארט וועט דאס נישט דערגרייכן צו די ברעגעס פון ארץ ישראל, ווייל השם עז לעמו יתן, השם יברך את עמו בשלום – דער אויבישטער גיבט שטארקייט פאר זיין פאלק, דער אויבישטער בענטשט זיין פאלק מיט פרידן... און אלע צייטונגען האבן דאן באריכטעט דעם גרויסער קידוש השם...
שפעטער אין קאפיטל מ''ו, גייט דער מלבי''ם מיט די זעלבע שניט. ער שרייבט אז איידער די סאמע שרעקליכע קאטאסראפע, וואס האט באטראפן דאס מיטל מזרח, האט א געוויסע קעניג אין סיריא זיך גערייט ארויפצוגיין קיין ארץ ישראל, אינאיינעם מיט זיינע מעכטיגע ארמייען, און ער אז דראסטיש פארכאפט געווארן אינעם שטורם, און ער איינים מיט זיין מילטער, זענען פארניכטעט געווארן אינעם שטורם... לְכוּ-חֲזוּ, מִפְעֲלוֹת השם אֲשֶׁר-שָׂם שַׁמּוֹת בָּאָרֶץ. מַשְׁבִּית מִלְחָמוֹת, עַד-קְצֵה הָאָרֶץ, קֶשֶׁת יְשַׁבֵּר, וְקִצֵּץ חֲנִית, עֲגָלוֹת יִשְׂרֹף בָּאֵשׁ.

אין קאפיטל מ''ח גייט דער מלבי''ם ווייטער מיט דעם זעלבן שניט. ער פראקאלאמירט אז עפעס א אנדערער קעניגרייך, פון גאר ווייט אוועק, האט זיך אויך געגרייט ארויפצוגיין מלחמה האלטן מיט ארץ ישראל. און זיינע קריגס שיפן, זענען צושמעטערט געווארן ביי די ברעגעס פון תרשיש, דורך אויס דער זעלבער שטורם... כִּי הִנֵּה הַמְּלָכִים, נוֹעֲדוּ; עָבְרוּ יַחְדָּו. הֵמָּה רָאוּ, כֵּן תָּמָהוּ; נִבְהֲלוּ נֶחְפָּזוּ. רְעָדָה, אֲחָזָתַם שָׁם; חִיל, כַּיּוֹלֵדָה. בְּרוּחַ קָדִים, תְּשַׁבֵּר, אֳנִיּוֹת תַּרְשִׁישׁ.

פון וואנעט דער מלבי''ם נעמט זיין דעטאלירטע אינפארמאציע איבער די שרעקליכע און גלייכצייטיג וואונדערליכע נאטורליכע קאטאסטראפע, די ערד ציטערנישן, די פארפלייצונגן, די דינערן און בליצן, וועלכע האבן מחולל געווען די אילות, און צובראכן טענען ביימער, און אז זיי האבן זיך אפגעשטעלט הארט ביי גרעניצן פון ארץ ישראל, איז אונז אומבאקאנט. עס לאזט זיך זאגן, אז פון אזא שרעקליכע סענזאציע וואלט ווען ווארשיינליך געדארפט ווען זיין א שטיקל רעקארד... ווער זענען מיר צו וויסן....[/justify]

דער אשכול פארמאגט 18 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר