שווערע שטיקלעך און אומבאקאנטע מושגים אין אבן עזרא

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות

שווערע שטיקלעך און אומבאקאנטע מושגים אין אבן עזרא

הודעהדורך Nanach » דאנערשטאג אקטאבער 14, 2021 9:23 am

איך האב יעצט אנגעהויבן א שיעור אין אבן עזרא על הסדר אין תיכף אין הקדמה האב איך מיר שוין אנגעשטויסן אין זאכן וואס פעלט מיר הקדמות/ידיעות איך שטעלמיר פאר אז עס איזז דא נאך אזוי.
איך האף דא אין די אשכול צו פרעגן מיינע קשיות/שאלות איך האף די ידענים וועלן מיר העלפן.
אויב האט איר א שאלה אדער א תירוץ וועט עס זיין זייער עפרישיעטעד
Nanach
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 277
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 11, 2021 9:31 pm
האט שוין געלייקט: 520 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 183 מאל

הודעהדורך Nanach » דאנערשטאג אקטאבער 14, 2021 9:26 am

דא הייב איך אן מיט מיין ערשטע שאלה אין הקדמה רעכנט ער אויס 5 מהלכים, די ערשטע רייסט ער אראפ, און ער רעדט דארט פון א פירוש פון רב יצחק.
ווייסט מען ווער דאס איז? האבן מיר די פירוש היינט? אויב יא מיט וואספארא נאמען איז עס באקאנט, ווי קען מען עס באקומען? (לויט ווי די אבן עזרא לייגט עס אראפ דארף עס צו זיין אן אינטערסאנטע פירוש)
Nanach
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 277
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 11, 2021 9:31 pm
האט שוין געלייקט: 520 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 183 מאל

הודעהדורך Nanach » דאנערשטאג אקטאבער 14, 2021 10:00 am

אין הקדמה ביי דרך השני אויף וואס ער קריגט (די צדוקים/קראים) שרייבט ער אזוי:
"
ואלו היה "למועדי ה'" מבואר, עוד הדבר הגדול נשאר, אם החודש עד סוב הלבנה גלגל המזלות, שהם שבעה ועשרים יום ושעות מוגבלות, ואם עד שוב גובה גלגל היוצא, אשר מוצקו רחוק ממוצק גלגל הארץ יימצא, או סוב גלגל התלי כדעת חכמים, כי מהלך גלגל הקטון הפך זה באמת ובתמים. ואם נסמוך על דעת התחברות המאורות, גם הנה שלוש מחברות: מחברת בגלגליהם תיכונה, ומחברת כנגד העליון באמונה, ומחברת שינוי מחזה — ולא נדע איזה יכשר, הזה או זה? ואשר אמרו כי הדבר תלוי על מראה עיניים נשאו, כי עיניים להם ולא יראו, אולי יראונו בתורה ובתעודה המקום אשר מצאנו שם זאת האבידה
"

אויב איינער וואלט דאס געקענט מסביר זיין.
וואס איז די גלגל פון "שבעה ועשרים יום ושעות מוגבלות"?
וואס איז דא "סוב גלגל היוצא"?
פארוואס ריפט ער אן די גלגל פון מולד צו מולד גלגל התלי?
Nanach
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 277
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 11, 2021 9:31 pm
האט שוין געלייקט: 520 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 183 מאל

הודעהדורך פרימארגען » דאנערשטאג אקטאבער 28, 2021 12:54 pm

אין די סדרה פון די וואך שרייבט די אבן עזרא (כ"ד ג')
וטעם אלהי השמים ואלהי הארץ. במקום הזה, כי בת פלוני לפלוני בארץ מן השמים, והוא סוד.

לכאורה איז דאס א סתירה מיט דאס וואס ער שרייבט אין פרשת וירא (י"ח כ"א)
כי האמת שהכל ידע כל חלק על דרך כל,ולא על דרך חלק וכו' ואם הוא סוד גדול וכו'

הגם דא רעדט מען פון הנהגה און דארט פון השגחה וואלטן די צוויי לכאורה געדארפט גיין צוזאמען, איינמאל ס'איז דא השגחה פרטית מוז זיין הנהגה פרטית. (ע"ש בוירא וצ"ע)
אויך איז אינטרעסאנט אז די רמב"ן ברענגט נישט די ראב"ע דא הגם ער איז מפרש זייער ענדליך.
“ the world is ours if we want it”
פרימארגען
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 32
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אקטאבער 14, 2021 1:25 pm
האט שוין געלייקט: 118 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 49 מאל

הודעהדורך פרימארגען » זונטאג אקטאבער 31, 2021 2:11 pm

זיץ איך שבת אין בעסמעדרעש די בעל קורא קריכט מיר אפען נערווען הייב איך אן צו בלעטערען באמפ איך אריין אין א פלא׳דיגע אבן עזרא (ספר יונה א׳א׳) שרייבט ער
ועתה ארמוז לך סוד, יש עושה חרוזים בתולדתו בלי לימוד ויש שהוא צריך לימוד וכאשר יקבל ככה יוכל שלא לקבל, ונקל הוא האחרון מן הראשון, וכל הנביאים לבד ממשה אחר עבור כבוד ה׳ על פניו, נבואתם כולם במראה הם, גם בחלום. על כן אמרתי על אברהם אבינו זה בנביאה על הניסיון האלוהים ולקח את המאכלת (ואזנו נוטה לשמוע מהרה) וכו׳ ע״ש באריכות

קען מיך איינער מסביר זיין איז די גאנצע עקידה א מחזה אדער נאר פון ולקח? און פארוואס לערנט ער אזוי און פינקטליך ווי ענדיגט זיך די מעשה און ווי הייבט זיך עס אהן נאך די חזיון? און פון וועמען איז די איינגערינגלטע? און וואס פאר א גוט יאר מיינט ״וכאשר יקבל ככה יוכל שלא לקבל״?
“ the world is ours if we want it”
פרימארגען
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 32
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אקטאבער 14, 2021 1:25 pm
האט שוין געלייקט: 118 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 49 מאל

Re: שווערע שטיקלעך און אומבאקאנטע מושגים אין אבן עזרא

הודעהדורך טאמבל סאס » דינסטאג נאוועמבער 02, 2021 4:40 am

ער זאגט אז ס'איז דא אזוינע וואס זענען "נאטורליך" און אזוינע וואס דארפן זיך "לערנען" די פאך, וואס איז אסאך לייכטער. ווייל דאס וואס ער איז מקבל דאס ווייסט ער..און יעדער קען דאס טוהן.
לכאורה ביז'ן נעמען דאס מעסער איז א חזיון. ער האט גע'עקט נאכ'ן הערן וואויסעס..

Sent from my SM-G973F using Tapatalk
אויב דו מיינסט אז די נומערן וועלן אלעמאל זיגן - דערמאן דיך נאר וויפיל מענטשן די גאז קאמערן האבן געקענט פארנעמען אין א איינצלנע טאג? 10,000 לכל הדעות.
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 3778
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 8:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 5993 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3333 מאל

הודעהדורך מי אני » דינסטאג נאוועמבער 02, 2021 8:32 am

פרימארגען האט געשריבן:אין די סדרה פון די וואך שרייבט די אבן עזרא (כ"ד ג')
וטעם אלהי השמים ואלהי הארץ. במקום הזה, כי בת פלוני לפלוני בארץ מן השמים, והוא סוד.

לכאורה איז דאס א סתירה מיט דאס וואס ער שרייבט אין פרשת וירא (י"ח כ"א)
כי האמת שהכל ידע כל חלק על דרך כל,ולא על דרך חלק וכו' ואם הוא סוד גדול וכו'

לכאורה האלט דער אבן עזרא בנוגע ידיעת הקב"ה (וואס דאס איז די קאנטעקסט אין פ' וירא) אזוי ווי דער רלב"ג, און ער'ט ענטפערן/האלטן בנוגע די מעכאניזם פון השגחה אויך ווי ער. דאס קען לכאורה משווה זיין די קשיא.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 3857
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 11437 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3536 מאל

Re: שווערע שטיקלעך און אומבאקאנטע מושגים אין אבן עזרא

הודעהדורך תוהו ובוהו » דינסטאג נאוועמבער 02, 2021 1:54 pm

ועתה ארמוז לך סוד, יש עושה חרוזים בתולדתו בלי לימוד ויש שהוא צריך לימוד וכאשר יקבל ככה יוכל שלא לקבל, ונקל הוא האחרון מן הראשון, וכל הנביאים לבד ממשה אחר עבור כבוד ה׳ על פניו, נבואתם כולם במראה הם, גם בחלום. על כן אמרתי על אברהם אבינו זה בנביאה על הניסיון האלוהים ולקח את המאכלת ואזנו נוטה לשמוע מהרה

לאמיר זאגן וואס מיר קוקט אויס פשט, והבוחר יבחר.

ער זאגט, אז ס'איז פארהאן אזעלכע וואס האבן בתולדה נבואה, און אזעלכע וואס לערנען עס ווי א פאך, און דער לעצטער איז אויף א קלענערע מדריגה ווי דער ערשטער (נישט לייכטער), ווייל ער דארף מאכן הכנות און התבוננות וכו', ווען ער וויל מקבל זיין א נבואה (כמבואר במו''נ), ממילא איז עס תלוי ברצונו צו ער 'וויל' יעצט מקבל זיין א נבואה צו נישט (''וכאשר יקבל ככה יוכל שלא לקבל''), משא''כ דער ערשטער וואס האט עס בתולדה און באקומט עס ווען אומער אפי' אן הכנות ואינו תלוי ברצונו.

איז ביים סיפור העקדה, ווי מיר געפינען אז אינמיטן נעמען דעם מעסער איז אנגעקומען א נבואה צו אברהם בלי הכנות ובלי רצון להתנבא, ווייזט דאס אז אברהם איז געווען פונעם ערשטן סארט (''ואזנו נוטה לשמוע מהרה'').

וואס מיט דעם וויל ער צוקומען, אז יונה איז געווען פונעם צווייטן סארט, און אויב ער וועט נישט וועלן וועט ער קיין נבואה נישט באקומען, און דאס מיינט ''ויברח מלפני ה'''.

און לפי''ז זאגט ער בכלל נישט אז סיפור העקדה איז געווען במראה נבואה (שיטה המיוחסת לרמב''ם בפה''מ).
תוהו ובוהו
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 490
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2020 9:08 pm
האט שוין געלייקט: 376 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1070 מאל

Re: שווערע שטיקלעך און אומבאקאנטע מושגים אין אבן עזרא

הודעהדורך טאמבל סאס » מיטוואך נאוועמבער 03, 2021 4:24 am

יאפס, והאחרון נכון. טעיתי.
נאר ואזנו נוטע לשמוע מהרה פארשטיי איך נישט ווי אזוי ס'נעסעסארילי פיט מיט דעם? נעמליך, ווי אזוי זאגט עס אז אברהם איז פונעם ערשטן סארט?

Sent from my SM-G973F using Tapatalk
אויב דו מיינסט אז די נומערן וועלן אלעמאל זיגן - דערמאן דיך נאר וויפיל מענטשן די גאז קאמערן האבן געקענט פארנעמען אין א איינצלנע טאג? 10,000 לכל הדעות.
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 3778
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 8:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 5993 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3333 מאל

הודעהדורך היסטאריע » מאנטאג דעצעמבער 20, 2021 8:14 pm

איך מיין אויך שמות איז א אנדערע סארט חיבור ווי בראשית.

אויף במאוד מאוד שרייבט ער
ומה שנכתב בדברי הימים של משה – הבל הוא, כי איננו מספרי הקודש, ולא דבר קבלה. והאומרים על מלך ישמעאל שמספר במאד מאד כשמו בגימטריא, מה יעשו שהוא כתוב על ישראל. וחלילה שידבר הנביא בגימטרון או ברמיזות


וועלכע ספר איז דאס?
וועלכע מלך ישמעאל?
און וואס איז שלעכט מיט גימטריאות?
קרעפלעך'ס הסכמה אויף מיר דא
"ביזט א היפאקריט ווייל דו ביזט דא פאר נקמה און די שעמסט זיך עס נישט אפען מודה זיין, דו גייסט אליינס קעגן וואס דו האלטס'ט באמת פשוט פאר נקמה. אזא מין [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל] ווי אייך מאכט זיך נישט אסאך...
קרעפלעך
היסטאריע
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1071
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 01, 2021 5:58 pm
האט שוין געלייקט: 22 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 976 מאל

הודעהדורך מבקר » מיטוואך דעצעמבער 22, 2021 3:55 pm

היסטאריע האט געשריבן:איך מיין אויך שמות איז א אנדערע סארט חיבור ווי בראשית.

אויף במאוד מאוד שרייבט ער
ומה שנכתב בדברי הימים של משה – הבל הוא, כי איננו מספרי הקודש, ולא דבר קבלה. והאומרים על מלך ישמעאל שמספר במאד מאד כשמו בגימטריא, מה יעשו שהוא כתוב על ישראל. וחלילה שידבר הנביא בגימטרון או ברמיזות


וועלכע ספר איז דאס?
וועלכע מלך ישמעאל?
און וואס איז שלעכט מיט גימטריאות?

https://www.sefaria.org.il/Otzar_Midras ... er?lang=he

זה המקור על סיפור מלכותו של משה מ שנה כוש

דרך אגב, בפרשת בהעלותך האבע"ז כן מעתיק הסיפור בלי לדחותו: "יש אומרים: כי משה מלך על כוש ולקח אשה כושית"

??מחמד??
באניצער אוואטאר
מבקר
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 355
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 21, 2014 4:49 pm
האט שוין געלייקט: 601 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 281 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » דאנערשטאג דעצעמבער 23, 2021 1:49 pm

א מאדנעם שטיקל האב איך געזעהן דעם וואך אין אִבּן עזרא, אויף די ווערטער ״הר האלוהים חורבה״ (שמות ג א) זאגט ער ״ככה כתב משה״. ס׳הייסט ער האט א קשיא אויף די לשון הפסוק וואס שטימט נישט אויב משה רבינו האט עס געשריבן און במושכל ראשון וואלט מען געזאגט מיט א פשטות אז ס׳איז אן עדיט וואס עזרא הסופר צו ווער האט אריינגעלייגט, דערויף זאגט ער ניין, א חידוש! משה רבינו האט אזוי געשריבן! #פאראלעליוניווערס
@עדיאל - "Behind every great man there's a miserable woman"
קאוועשטיבל #למעשה: וויאזוי זיך ארויסצוזעהן פונעם "סיסטעם".
אלע מיינע ארטיקלען פון קאוועשטיבל.
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 5041
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5041 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5314 מאל

הודעהדורך היסטאריע » דאנערשטאג דעצעמבער 23, 2021 2:52 pm

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:א מאדנעם שטיקל האב איך געזעהן דעם וואך אין אִבּן עזרא, אויף די ווערטער ״הר האלוהים חורבה״ (שמות ג א) זאגט ער ״ככה כתב משה״. ס׳הייסט ער האט א קשיא אויף די לשון הפסוק וואס שטימט נישט אויב משה רבינו האט עס געשריבן און במושכל ראשון וואלט מען געזאגט מיט א פשטות אז ס׳איז אן עדיט וואס עזרא הסופר צו ווער האט אריינגעלייגט, דערויף זאגט ער ניין, א חידוש! משה רבינו האט אזוי געשריבן! #פאראלעליוניווערס


ווי האסטו דאס געזעהן, איך זעה נאר אין אבן עזרא א אז יתרו איז געוועהן משה'ס שוואגער נישט שווער.
אז עס הייסט חורבַ וועגן עס וואקסט דארט באקסער, און אין אבן עזרא ב ווייל עס איז זייער טרוקן דארט.
וואס די ברענגסט זעה איך נישט.
קרעפלעך'ס הסכמה אויף מיר דא
"ביזט א היפאקריט ווייל דו ביזט דא פאר נקמה און די שעמסט זיך עס נישט אפען מודה זיין, דו גייסט אליינס קעגן וואס דו האלטס'ט באמת פשוט פאר נקמה. אזא מין [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל] ווי אייך מאכט זיך נישט אסאך...
קרעפלעך
היסטאריע
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1071
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 01, 2021 5:58 pm
האט שוין געלייקט: 22 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 976 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » דאנערשטאג דעצעמבער 23, 2021 3:00 pm

דא האסטו
בייגעלייגטע פיילס
0B723B60-99E3-4280-9F06-D4A0D334121A.jpeg
@עדיאל - "Behind every great man there's a miserable woman"
קאוועשטיבל #למעשה: וויאזוי זיך ארויסצוזעהן פונעם "סיסטעם".
אלע מיינע ארטיקלען פון קאוועשטיבל.
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 5041
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5041 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5314 מאל

הודעהדורך היסטאריע » דאנערשטאג דעצעמבער 23, 2021 3:03 pm

אם סארי. איך זעה עס יא.

דער זעלביגער שרייבט דער אבן עזרא אנהייב וארא בשם ר' ישועה, אז הגם עס שטייט יא א גילוי פאר דער אבות מיט דער שם הוי', האט משה עס געשריבן אזוי, אבער באמת איז עס געוועהן מיט אל שדי.
דער זעלבער מיינט עס דא, אזויווי רש"י זאגט על שם העתיד,
קרעפלעך'ס הסכמה אויף מיר דא
"ביזט א היפאקריט ווייל דו ביזט דא פאר נקמה און די שעמסט זיך עס נישט אפען מודה זיין, דו גייסט אליינס קעגן וואס דו האלטס'ט באמת פשוט פאר נקמה. אזא מין [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל] ווי אייך מאכט זיך נישט אסאך...
קרעפלעך
היסטאריע
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1071
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 01, 2021 5:58 pm
האט שוין געלייקט: 22 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 976 מאל

הודעהדורך פרימארגען » דאנערשטאג דעצעמבער 23, 2021 3:41 pm

איך מיין אז די אבן עזרא׳ס קושיא איז אז די לשון הר האלוהים פאסט נאר נאך מתן תורה אויף דעם איז די תירוץ ככה…
“ the world is ours if we want it”
פרימארגען
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 32
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אקטאבער 14, 2021 1:25 pm
האט שוין געלייקט: 118 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 49 מאל

הודעהדורך היסטאריע » דאנערשטאג דעצעמבער 23, 2021 5:09 pm

פרימארגען האט געשריבן:איך מיין אז די אבן עזרא׳ס קושיא איז אז די לשון הר האלוהים פאסט נאר נאך מתן תורה אויף דעם איז די תירוץ ככה…

יישר כח פאר מסביר זיין מיינע ווערטער
קרעפלעך'ס הסכמה אויף מיר דא
"ביזט א היפאקריט ווייל דו ביזט דא פאר נקמה און די שעמסט זיך עס נישט אפען מודה זיין, דו גייסט אליינס קעגן וואס דו האלטס'ט באמת פשוט פאר נקמה. אזא מין [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל] ווי אייך מאכט זיך נישט אסאך...
קרעפלעך
היסטאריע
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1071
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 01, 2021 5:58 pm
האט שוין געלייקט: 22 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 976 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » דאנערשטאג דעצעמבער 23, 2021 8:54 pm

היסטאריע: איך האב אזא כלל. אז דער אבן עזרא איז געווען גענוג גרויס. און ער מעג מחולק זיין מיט רש"י. אבער אנשים פשוטים בעיקבתא דמשיחא אזוי ווי אונז קענען זיך אפילו נישט אויפ- הייבן די אויגן צו טראכטן אז אונז זעמיר מחולק מיט רש"י. אדער אונז ווייס מיר מער אדער פארשטייען בעסער ווי ער האט פארשטאנען...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 17252
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 20967 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 12167 מאל

הודעהדורך היסטאריע » פרייטאג דעצעמבער 24, 2021 12:58 am

berlbalaguleh האט געשריבן:היסטאריע: איך האב אזא כלל. אז דער אבן עזרא איז געווען גענוג גרויס. און ער מעג מחולק זיין מיט רש"י. אבער אנשים פשוטים בעיקבתא דמשיחא אזוי ווי אונז קענען זיך אפילו נישט אויפ- הייבן די אויגן צו טראכטן אז אונז זעמיר מחולק מיט רש"י. אדער אונז ווייס מיר מער אדער פארשטייען בעסער ווי ער האט פארשטאנען...!

זאגסט גוט. צוויי שאלות.
א. איינער איז דא מחולק מיט רש"י?
ב. מיט אייך מעג מען יא זיין מחולק?
קרעפלעך'ס הסכמה אויף מיר דא
"ביזט א היפאקריט ווייל דו ביזט דא פאר נקמה און די שעמסט זיך עס נישט אפען מודה זיין, דו גייסט אליינס קעגן וואס דו האלטס'ט באמת פשוט פאר נקמה. אזא מין [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל] ווי אייך מאכט זיך נישט אסאך...
קרעפלעך
היסטאריע
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1071
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 01, 2021 5:58 pm
האט שוין געלייקט: 22 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 976 מאל

הודעהדורך היסטאריע » פרייטאג דעצעמבער 24, 2021 1:05 am

דער וואך, שמות ב ב.
והיודע עת ההריון יכול לדעת עת הלידה, כי היודע עת הלידה יכול לדעת עת ההריון, כי דבר מנוסה לקדמונים, וחמשה פעמים נסיתיו גם אנכי. כי מקום מזל הלבנה ומעלתה ברגע ההריון, היא מעלת המזל הצומח ברגע הלידה. גם מעלה הצומחת רגע ההריון, שם תהיה הלבנה רגע המולד. והנה המעמד הקצוב הם: מאתים וחמשים יום וט' ימים ושלישית יום, והאמצעי: רע"ג, והגדול שהוא הארוך: רפ"ז


איינער קען מפענח זיין וואס ער זאגט דא?
קרעפלעך'ס הסכמה אויף מיר דא
"ביזט א היפאקריט ווייל דו ביזט דא פאר נקמה און די שעמסט זיך עס נישט אפען מודה זיין, דו גייסט אליינס קעגן וואס דו האלטס'ט באמת פשוט פאר נקמה. אזא מין [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל] ווי אייך מאכט זיך נישט אסאך...
קרעפלעך
היסטאריע
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1071
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 01, 2021 5:58 pm
האט שוין געלייקט: 22 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 976 מאל

הודעהדורך נפה » פרייטאג דעצעמבער 24, 2021 2:49 pm

עס דארף א שטיקל הקדמה.
ווי באקאנט איז דא ז׳ כוכבי לכת (וואס חז״ל דערמאנען) וואס יעדע דרייט זיך ארום די וועלט (לפי וואס איז געווען אנגענומען אין די צייטן פון חז״ל) אויף א אייגענע סיבוב וואס מען רופט אן גלגל חוץ פון דעם איז דא דער גלגל ח׳ וואס דארט זענען אלע י״ב מזלות וואס דרייען זיך צוזאמען, קומט אויס לפי זה אז יעדער פון די כוכבי לכת קען אויסקומען ביי יעדע פון די י״ב מזלות אין אן אנדערע צייט, די זעלבע זאך אז יעדע דרייט זיך ארום די וועלט קומט אויס אז עס איז העכער אן אנדערע חלק וועלט ווי דער אנדערע.
דער בעסטער מהלך עס צו מסביר זיין איז לויט די זון וואס דרייט זיך ארום אונזער וועלט און עס שיינט אויף יעדע פלאץ אין אן אנדערע צייט די זעלבע זאך איז אויך מיט אלע אנדערע כוכבי לכת.
זאגט דער אבן עזרא אז אויב מען ווייסט ווען דער קינד איז געבוירען קען מען וויסען דער זמן ההריון ווייל עס איז נאר דא דריי טעג וואס עס קען זיין דאס איז רנט רעג און רפז (בזמנם) און די מעלה וואס איז צומח (אזוי ווי די עלות ביי די זון) בשעת הלידה, למשל בשעת הלידה קומט ארויף העכער יענע שטאט די מעלה 5 וואס דאס איז די פיפטע מעלה פון טלה דארט איז אויך געווען די לבנה בשעת ההריון
נפה
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 298
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 01, 2021 11:15 am
האט שוין געלייקט: 435 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 308 מאל

הודעהדורך היסטאריע » מוצ"ש דעצעמבער 25, 2021 7:57 pm

זייער שיין.
איז אויב איז איינער געבוירען היינט שבת נאכמיטאג דריי אזייגער, ווען איז ער געווארען מעוברת?
קרעפלעך'ס הסכמה אויף מיר דא
"ביזט א היפאקריט ווייל דו ביזט דא פאר נקמה און די שעמסט זיך עס נישט אפען מודה זיין, דו גייסט אליינס קעגן וואס דו האלטס'ט באמת פשוט פאר נקמה. אזא מין [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל] ווי אייך מאכט זיך נישט אסאך...
קרעפלעך
היסטאריע
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1071
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 01, 2021 5:58 pm
האט שוין געלייקט: 22 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 976 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » מוצ"ש דעצעמבער 25, 2021 8:14 pm

היסטאריע... :D
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 17252
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 20967 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 12167 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » מוצ"ש דעצעמבער 25, 2021 8:16 pm

נפה: ייש"כ. ביז אהין האביך פארשטאנען. נאר דער ..."גדול שבארוך"...איז ביי מיר (נאכאלץ) א מיסטעריע
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 17252
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 20967 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 12167 מאל

הודעהדורך נפה » מוצ"ש דעצעמבער 25, 2021 9:28 pm

וואו זעסט די ווערטער גדול שבארוך?
נפה
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 298
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 01, 2021 11:15 am
האט שוין געלייקט: 435 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 308 מאל

נעקסט

גיי צוריק תורה און מחשבה

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט