לך לך - ווען יענער האלט דיך צוריק

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
א שעפעלע
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 370
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 17, 2014 9:19 am
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 162 מאל

לך לך - ווען יענער האלט דיך צוריק

שליחה דורך א שעפעלע »

בס"ד

א גוטן טייערע חבירים וידידים..!

אין אונזער פרשה לערנען מיר איבער אונזער הייליגע זיידע אברהם אבינו, דער ערשטער פון די אבות הקדושים, דער אַב הַמוֹן גוֹיִים וואס האט זיך ארויסגעשטעלט קעגן די גאנצע וועלט, איינער אליינס איז ער געווען דער וואס האט זוכה געווען צו אנערקענען אינעם אייבישטער אז ער איז דער באשעפער פון די וועלט און ער פירט אלעס, און השי"ת באווייזט זיך טאקע צו אים און פרואווט אים מיט די עשרה נסיונות וואס אברהם אבינו נעמט אָן באהבה און גייט נאָך השי"ת אָן קיין קושיות און אָן קיין ספיקות.

די פרשה הייבט זיך אָן מיט'ן ערשטן נסיון, וַיֹאמֶר ה' אֶל אַבְרָם לֶךְ לְךָ מֵאַרְצְךָ וּמִמּוֹלַדְתְּךָ וּמִבֵּית אָבִיךָ, דער בורא עולם באפעלט פאר אברהם אבינו צו נעמען דעם וואַנדער
שטעקן אין די הענט אריין און פארלאזן זיין לאנד, זיין סביבה, זיין משפחה, אלעס וואס ער האט געהאט ביז יעצט. אבער ווי נאר מיר הייבן אָן צו לערנען די פרשה, האבן מיר דא א גאסט וואס גייט מיט צוזאמען מיט אברהם, לוט, אברהם אבינו'ס פלומעניק כאפט זיך מיט אויף די נסיעה פון לך לך. לוט איז טאקע געווען א טייל פון די נסיעה, ביז ווען ס'האט אויסגעבראכן א קריגעריי צווישן די פאסטוכער פון אברהם אבינו און די פאסטוכער פון לוט, און די סוף איז געווען אז אברהם אבינו זאגט אים, אַל נָא תְהִי מְרִיבָה בֵּינִי וּבֵינֶיךָ וּבֵין רֹעַי וּבֵין רֹעֶיךָ כִּי אֲנָשִׁים אַחִים אֲנָחְנוּ, לאמיר ווייטער בלייבן גוטע ברודער, אבער ס'איז געקומען די צייט פון "הִפָּרֶד נָא מֵעָלָי", דו דארפסט זיך אפטיילן פון מיר, וועהל זיך אויס וועלכע זייט דו ווילסט גיין, און איך וועל גיין אין די פארקערטע ריכטונג פון דיר. לוט ציעט זיך טאקע אריבער נעבן סדום, דארט צוזאמען מיט די רשעים פון סדום ועמורה געפונט ער זיך דאס פלאץ, און מער געפונט ער זיך שוין נישט אין די מחיצה פון זיין פעטער אברהם.

אבער ווי נאר מ'לערנט די פסוקים ווערן שווער עטליכע נקודות: צום ערשט, פארוואס דערציילט אונז די תורה בכלל איבער לוט, וואס איז אונז נוגע דאס אז לוט איז אין אנהייב יא מיטגעקומען מיט אברהם אבינו און שפעטער האט ער שוין נישט געקענט פארבלייבן מיט אים, פונקט ווי די תורה הקדושה איז נישט מאריך אונז צו דערציילן די געשיכטע פון אלע גרים וואס אברהם און שרה האבן געמאכט, און פון נאך פארשידענע מענטשן און משפחה מיטגלידער ארום זיי, אויב אזוי פארוואס רעדט די תורה דווקא יא פון לוט? און צווייטענס, פון וואו קומט טאקע צו אברהם אבינו דער איש החסד וואס איז מקרב יעדעם איינעם און לאזט אריין יעדן אין זיין אפענע שטוב, פונקט ער זאל מרחק זיין לוט און אים אוועקשיקן, איבערהויפט ווען ס'איז משמע אין חז"ל און די מפרשים אז די לשון "הִפָּרֶד" נָא מֵעָלָי, איז א לשון פון גאר שטארקע פירוד, ווען מ'טיילט אפ צוויי זאכן אינגאנצן, פארוואס האט אויסגעפעלט אזא שארפע טיילונג.

און צום לעצט איז אינטערסאנט צו באמערקן, אז ווי נאר אברהם אבינו האט אוועקגעשיקט לוט פון זיך, שטייט אין פסוק וַה' אָמַר אֶל אַבְרָם אַחֲרֵי הִפָּרֶד לוֹט מֵעִמוֹ שָׂא נָא עֵינֶיךָ וּרְאֵה וגו' צָפֹנָה וָנֶגְבָּה וָקֵדְמָה וָיָמָה, כִּי אֶת כָּל הָאָרֶץ אֲשֶׁר אַתָּה רֹאֶה לְךָ אֶתְּנֶנָּה וּלְזַרְעֲךָ וגו' וְשַׂמְתִּי אֶת זַרְעֲךָ כַּעֲפַר הָאָרֶץ וגו' קוּם הִתְהַלֵךְ בָּאָרֶץ לְאָרְכָּהּ וּלְרָחְבָּהּ, דער אייבישטער הייסט אים זיך אומקוקן אויף אלע זייטן, און איז אים מבשר די גוטע בשורה אז ער גייט זוכה זיין צו באקומען אט די גאנצע לאנד פון ארץ ישראל און זיינע קינדער וועלן זיך פארמערן. ווי עס שיינט האט ער נישט געקענט זוכה זיין צו די גרויסע שפע ווילאנג לוט איז נאך געווען צוזאמען מיט אים [און ווי חז"ל זאגן טאקע אז דער אייבישטער האט נישט גערעדט צו אברהם ווילאנג לוט איז געווען מיט אים]. וואס איז באמת די פארבינדונג פון די צוויי זאכן, און פארוואס האט אברהם אבינו נישט געקענט זוכה זיין צו די אלע גוטע השפעות ביז דעמאלטס?

און ווי געווענליך זענען מיר מדגיש, אז מיר האבן אודאי נישט קיין השגה אין די טיפע ענינים, וואס מיר שמועסן איז אלעס אויף אונזער מדריגה אפלערנען דעם ענין און זיך פארטיפן וואס האט דא פאסירט און בסייעתא דשמיא זוכה זיין ארויסצונעמען די ריכטיגע חיזוק און הדרכה פארן טאג טעגליכן לעבן.

לאמיר אנפאנגן מיט א חידוש וואס שטייט אין רבינו בחיי אין אונזער פרשה: חז"ל לערנען אונז אז די סביבה וואו א מענטש געפונט זיך האט א געוואלדיגע השפעה אויף אים, און די מידות און מְהוּת פון זיינע שכנים וועט זיך אנקלעבן אין אים. און פונקט ווי מ'קען דאס זעהן בחוש, אויב א מענטש גייט אריין אין א געשעפט וואו מ'פארקויפט בשמים און אנדערע גוטע שמעקעדיגע זאכן, ער דרייט זיך דארט ארום עטליכע מינוט, ער קוקט זיך בלויז אום און ער טאַפּט אביסל דא און דארט, למעשה ווען ער גייט ארויס פון דארט טראגט ער ארום מיט זיך א געשמאקע גערוך, אפילו אויב ער האט בעצם גארנישט 'איינגעקויפט' דארט, און ער טראגט נישט ארום קיין בשמים אין זיינע זעקלעך, סוף כל סוף האט זיך די ריח אנגעקלעבט און אים און ס'באגלייט אים. דאס זעלבע איז פארקערט, ווען א מענטש וועט אריינגיין אין א פלאץ וואס שמעקט נישט גוט, ער האט פארברענגט דארט עטליכע מינוט, אפילו אויב ער האט גארנישט גענומען פון דארט, און אפילו אויב ער האט נישט צוגערירט, די פאקט איז אבער אז ס'קלעבט זיך אָן אין אים די ריח און ער טראגט עס ארום וואו ער גייט, ווייל אין וועלכע סביבה מ'דרייט זיך נאר, הייבט מען אָן צו ווערן נשפע דערפון, און מ'ווערט א חלק פון יענע סארט זאך.

זאגט דער רבינו בחיי, דער אייבישטער האט געהייסן פאר אברהם אבינו אז ער מוז אוועקגיין פון סביבה און זיין לאנד וויבאלד זיי זענען געווען עובדי עבודה זרה, מענטשן מיט א שלעכטע השקפה און א שלעכטע השפעה, און דעריבער אז מ'בלייבט נאנט נעבן זיי ווערט מען שמוציג ח"ו, ס'קלעבט זיך אָן און ס'כאפט זיך אריבער פון זייער שמוץ, און דערפאר מוז ער שוין פארלאזן דאס פלאץ. און דאס איז מרומז אין די ווערטער 'לֶךְ לְךָ' וואס זענען די זעלבע אותיות ווי 'לִכְלוּךְ' וואס איז טייטשט שמוץ, יא, דער אייבישטער הייסט אים פשוטו כמשמעו אז ער מוז פארלאזן די שמוציגע פלאץ, ווייל דא וואו די ביסט יעצט טויג נישט פאר דיר, דא ווערט מען שמוציג ח"ו.

ווי זיס זענען די ווערטער פונעם באקאנטן בעל מוסר און משפיע אין אונזער תקופה, הגאון רבי שמשון פינקוס זצ"ל וואס שטעלט זיך אויף די ווערטער פונעם רבינו בחיי: צו דען ביי אברהם אבינו איז געווען א חשש אז ער וועט ווערן שמוציג פון זיינע שכנים?, ער איז דאָך די לעצטע מענטש צו ווערן נאכגעשלעפט נאך א סביבה, אברהם איז דאָך געווען דער וואס האט זיך געשלאגן מיט זיינע דֵיעוֹת און השקפות קעגן די גאנצע וועלט, ווי חז"ל זאגן אין מדרש (בר"ר מ"ב ח') אז דערפאר ווערט ער אנגערופן "אברהם העברי", ווייל עֵבֶר איז טייטשט א זייט, "שכל העולם כולם בעבר האחד והוא בעבר השני" די גאנצע וועלט איז געווען אויף איין זייט, און אברהם אבינו איז געווען אויף די צווייטע זייט!
איינער אליינס אָן קיין רבי, מחנך, טאטע, ברודער, גוטע פריינט, וואס זאל האלטן די זעלבע ווי אים, יעדער דינט עבודה זרה און גלייבט נישט השי"ת, אבער דאס האלט אים נישט צוריק פון פארשפרייטן זיין אמונה אין די וועלט, ער שטייט פעלזן פעסט און ער צוברעכט זיין טאטע'ס געטשקעס, און ער איז אפילו גרייט צו גיין אין פייער אריין צו פארברענט ווערן פארן באשעפער אין וועם ער גלייבט, און פאר אים זארגט זיך הקב"ה אז ער זאל נישט שמוציג ווערן, ס'זאל זיך נישט אנקלעבן אין אים די 'לכלוך' פון זיין סביבה?!

נאר דער תירץ איז -ענטפערט רבי שמשון- אז דאס שמוציג ווערן פון א סביבה איז א ביטערע 'מציאות' עס איז א פאקט וואס מ'קען זיך נישט קעגנשטעלן. פונקט ווי ביים משל וואס חז"ל געבן, מ'קומט אריין אין א געשעפט און מ'ווערט אנגעקלעבט מיט'ן ריח, ס'העלפט גארנישט אז מ'טענה'ט אנדערש אדער אז מ'שרייט איך האב גארנישט געטון דארט און כ'האב גארנישט געקויפט דארט, די פאקט איז אז די שמעק כאפט זיך אריבער אָן גארנישט טוען, מ'קען זיין די שענסטע בעסטע קלוגסטע און רייכסטע מענטש, די מציאות טוישט זיך אבער נישט און די ריח קומט צו גיין אומגעבעטן, ווייל אזוי איז די טבע הבריאה. ס'איז נישט אנדערש ווי ווען א מענטש זאל אריינגיין אין א צימער וואו עס ליגט א חולה מסוכן וואס האט א מחלה וואס כאפט זיך שנעל אריבער פון איין מענטש צום אנדערן רח"ל און ער וועט שרייען אז ער וויל אבער נישט כאפן די קרענק, די מציאות און די נאטור איז אז ווען מ'שטייט נאנט צו אזא מענטש און מ'אטעמט אריין זיין לופט ווערט מען געשעדיגט.

און ווי דער רמב"ם שרייבט טאקע אין הלכות דעות (פרק ו' הלכה א') "דרך ברייתו של אדם להיות נמשך בדעותיו אחר ריעיו וחביריו ונוהג כמנהג אנשי מדינתו לפיכך צריך אדם להתחבר לצדיקים כדי שילמד ממעשיהם ויתרחק מן הרשעים ההולכים בחשך כדי שלא ילמוד ממעשיהם", דער רמב"ם לערנט אונז קלאר אז דאס איז דרך ברייתו של אדם אזוי איז א מענטש באשאפן געווארן, דאס איז די טבע און די מציאות, און קיינער קען זיך נישט ארויסדרייען דערפון, אז ווען מ'דרייט זיך מיט אנדערע לערנט מען זיך אפ פון זייער התנהגות און מ'הייבט זיך אָן צו פירן אזויווי זיי, מ'פירט זיך אזויווי דער מנהג המקום, און דערפאר דארף א מענטש אלעמאל זוכן א סביבה וואס האט אין זיך צדיקים און ערליכע מענטשן, כדי ער זאל זיך אפלערנען פון זיי און זיך פירן אזויווי זיי.

און דאס האט הקב"ה געזאגט פאר אברהם אבינו, לֶךְ לְךָ, דו מוזט אונטלויפן פון די שמוץ, ווייל אויב דו בלייבסט דא וועט די שמוץ ח"ו קומען צו גיין פון זיך אליין, מ'קען זיך נישט העלפן און מ'קען נישט פטור ווערן דערפון. און טאקע דערפאר שרייבט עס די תורה ביי אברהם אבינו, יא אפילו ווען איינער איז דער צדיק הדור, דער איינציגסטער בעל אמונה וואס פארשפרייט ערליכקייט אין די גאנצע וועלט, ער גייט קעגן דעם שטראם און ער האט נישט קיין מורא צו זאגן פארקערט ווי יעדעם איינעם, ער איז גרייט זיך מוסר נפש צו זיין פארן אייבישטער, אלעס פיין און וואויל, אבער אויך ער מוז שטיין ווייט פון א שלעכטע חבורה און א שלעכטע סביבה, ווייל אזוי האט דער אייבישטער אריינגעלייגט אין די טבע, אין די 'דרך ברייתו של אדם' אז מ'ווערט שמוציג אויב מ'דערווייטערט זיך נישט.

איינמאל מיר דערהערן דעם יסוד, לאמיר גיין א טריט ווייטער און זיך מתבונן זיין וואס האט טאקע פאסירט מיט לוט, וויאזוי קען זיין אז לוט וואס איז אין אנהייב געווען ממש ווי א שותף מיט אברהם אבינו אין זיין נסיון, ער האט זיך מיטגעכאפט און געפאלגט דעם דבר השם, ער האט אויך איבערגעלאזט זיין היימשטאט און זיין סביבה, ער איז גרייט צו גיין און מיטמאכן דעם שווערן נסיון, און צום סוף וואס איז געווארן פון אים, ער ווערט פון די אנשי סדום, ער ווערט נמשך צו די רשעים און זייערע פארדארבענע מעשים, וואס האט דא פאסירט?.

נאר דא קומען מיר צו צו נאך א וויכטיגע נקודה אין די יסודות פון א חבורה און א סביבה. זייער אסאך מאל זעען מיר צוויי מענטשן וואס האבן אין זיך שטארקע ענדליכע שטריכן, זיי פירן זיך אויף מער ווייניגער די זעלבע (בחיצוניות) און זיי שטייען ביידע אין די זעלבע מדריגה בערך, און דאס מאכט אונז טראכטן מיט א פשטות אז זיי זענען באמת גלייך איינער צום אנדערן, והא ראי' ווייל זיי זענען דאך צוזאמען אין די זעלבע מצב, אבער צומאל קען זיין די מציאות גאנץ אנדערש. ווי ס'איז דא א באקאנטע משל אויף דעם, צוויי מענטשן זענען געקראכן אויף א הויכע בארג, איינער קריכט פון אויבן אראפ, און דער אנדערע האלטן אינמיטן דעם וועג פון אונטן ארויף, אינמיטן וועג האבן זיך די צוויי מענטשן באגעגענט און זיך אפגעשטעלט שמועסן איינער מיט'ן אנדערן, יעצט דער וואס זעהט זיי פון די זייט, זעהט בלויז צוויי מענטשן וואס שטייען אויף די זעלבע פלאץ, צוויי גוטע פריינט וואס גייען אויף די זעלבע וועג, אבער דער אמת איז קלאר נישט אזוי, איינער איז אויפן וועג ארויף און איינער איז אויפן וועג אראפ, זייערע צילן זענען כרחוק מזרח ממערב, די פלעצער וואו זיי גייען אנקומען זענען צוויי פארקערטע און ווייטע צילן איינס פונעם אנדערן, זיי זענען נאר 'גראַדע' יעצט דא צוזאמען, ס'איז נישט מער ווי א צייטווייליגע באגעגעניש און א צופאל.

עס האט דערציילט א נאנטער תלמיד פון אַן אדם גדול, אז ווען ער האט געלערנט אין ישיבה האט ער באמערקט ווי זיין רבי איז שטארק מקרב צו זיך א געוויסע בחור, ער גיבט זיך אפ מיט אים און ווייזט אים ארויס א געוואלדיגע ליבשאפט און חביבות, כאטש דער בחור איז געווען ווייט פון א תנא קמא, ער איז נישט געווען קיין ספעציעלער בחור, זיין לערנען איז געווען היבש שוואך, אפילו זיין התנהגות האט געדארפט א גרויסע תיקון, אבער דער ראש ישיבה האט דאס אלעס סובל געווען און אים מקרב געווען צו זיך. אין די זעלבע צייט איז געווען דארט א צווייטער בחור, אסאך בעסער פונעם פריערדיגן, א בחור וואס האט גאנץ אסאך געלערנט און פארשטאנען, א ערנסטער בחור מיט א פיינע התנהגות, אבער דער ראש ישיבה האט אים נישט מקרב געווען, אדרבה, ער האט אים אסאך אונטערדרוקט און געמאָנט פון אים, און ס'האט זיך גאנץ קלאר ארויסגעוויזן אז ס'איז אֵין רוח חכמים נוחה הימנו, און דער ראש ישיבה האט נישט צו אים קיין ספעציעלע געפיל. ווען דער תלמיד וואס איז געווען נאנט צו זיין רבי'ן האט אמאל געפרעגט שטילערהייט מיט דרך ארץ פון זיין ראש ישיבה, ילמדנו רבינו דער רבי זאל מיר מוחל זיין און געבן צו פארשטיין וואס גייט דא פאָר, דער צווייטער בחור איז דאָך אסאך בעסער ווי דער ערשטער, און פארוואס איז דער ראש ישיבה מער מקרב דעם ערשטן ווי דעם צווייטן ווען די שכל זאגט דאָך פארקערט?

האט אים דער ראש ישיבה געענטפערט, מיין קינד, דער חילוק צווישן זיי איז פשוט, דער ערשטער בחור איז אויפן וועג ארויף, ער איז אריינגעקומען אין ישיבה אלס גאר א שוואכע תלמיד, ער האט געהאלטן ממש ביי גארנישט, און איך זעה ווי ער דראַפעט זיך ארויפצוגיין, ריכטיג אז ער האט נאך א לאנגע וועג צו גיין און ער איז נאך ווייט פון וואו ער דארף זיין, אבער ער שטייגט, ער ארבעט אויף זיך און הייבט זיך אויף צוביסלעך, אבער דער צווייטער תלמיד האלט אינמיטן א ירידה, פון וואו ער קומט האלט ער אין איין נאכלאזן און טוט נישט וואס ער דארף...

לעניננו, זייער אסאך מאל איז פארהאן א סביבה פון מענטשן וואס געפונען זיך אויפן זעלבן פלאץ, און פון אינדרויסן קען זיך דאַכטן אז זיי זענען באמת א 'חבורה', זיי זענען מענטשן וואס האלטן אלע אין די זעלבע פלאץ אין אידישקייט, אין ערליכקייט, אין יראת שמים, וכדומה. אבער אויב זענען די 'צילן' געוואנדן אין אנדערע ריכטונגען, זענען זיי בכלל נישט קיין פּאָר און זיי זענען באמת גאר ווייט אוועק איינער פונעם אנדערן, צום סוף וועט איינער אנקומען אויבן אויפן שפיץ בארג, און דער אנדערע וועט אנקומען אינגאנצן אונטן ח"ו. דאס קען זיך מאכן ביי חברים, ביי שידוכים, ביי חברותות, שותפים אין ביזנעס, כסדר ווען צוויי מענטשן ווילן זיך צוזאמשטעלן און ווערן א 'פּאָר' וואס האלטן זיך צוזאמען און טוען א זאך בשותפות, איז אבער גאר וויכטיג ארויסצוהאבן און קלאר 'מַבְחִין' זיין אויב זענען טאקע די צילן די זעלבע, פאָרן טאקע די צוויי מענטשן אינעם זעלבן ריכטונג, אדער האבן זיי גאנץ אנדערע צילן נאר 'פערצופאַל' האלטן זיי יעצט ביידע צוזאמען און דערפאר זעען זיי אויס ווי א פאסיגע פּאָר. ווייל אויב זענען די צילן נישט די זעלבע, קען זיך זייער קשר און נאנטשאפט שפעטער ארויסשטעלן אלס א חורבן, איינער ציעט אהין און דער אנדערע ציעט אהער, זיי ווילן נישט די זעלבע זאכן, און זייערע מטרות זענען בכלל נישט פאסיג איינער פארן אנדערן. און דאס איז נישט נאר ווען איינער שטייגט און איינער פאלט, אפילו אויב זיי האבן אנדערע סארט אינטערעסן, למשל אין די ביזנעס וועלט, אויב האבן זיי אנדערע שאיפות און רצונות וואו אנצוקומען, וועט איינער אראפבינדן דעם אנדערן און אים צוריק האלטן פון טוען זאכן וואס ער וויל, וויבאלד די צוויי מענטשן גייען נישט אין שפאן צוזאמען.

ספעציעל ווען מ'רעדט פון רוחניות, וויפיל מאל דאכט זיך פאר נאנטע מענטשן אז מיר זענען צוזאמען און 'מיר האלטן אויפן זעלבן פעידזש' ווי די וועלט זאגט, אבער אין פאקט איז נישט אזוי. איינער קען זיין שטארק אויסגעקאכט אין זיין ציל, ער וויל זיין וואויל און ערליך, ער וויל שטייגן העכער און טוען דעם רצון השם, ער איז גרייט צו גיין קעגן זיינע באקוועמליכקייטן און קעגן זיינע געוואוינהייטן און רייסן שטיקער פון זיך צו טוען דאס ריכטיגע, אבער די מענטשן ארום אים -וואס גראַדע יעצט זענען זיי צוזאמען מיט אים בערך אויף די זעלבע שטאפל- זיי זענען בכלל נישט דארט באמת, זיי טוען נאר וואס איז גרינג און געשמאק, זיי טוען נאר וואס ס'פאסט פאר די סביבה, און זענען נישט גרייט צו טוען אויב ס'ווערט שווער אדער ס'זעהט אויס אביסל מאדנע פאר דעם אדער יענעם, און זיי וועלן אים צוריקהאלטן פון טוען וואס ער וויל, ווייל ס'שטימט נישט מיט זייער מהות און רצון. און אמאל קען זיך עס מאכן ביי א מענטש מצד זיינע גאר נאנטע מענטשן ארום זיך, זיין אייגענע משפחה, זיינע עלטערן, זיין ווייב און קינדער, זיינע געשוויסטער, מ'וואקסט דאָך אויף צוזאמען און מ'פירט זיך 'כמעט' די זעלבע, אבער למעשה קען איינער שטארק משפיע זיין אויפן אנדערן און צוריקהאלטן יענעם פון אנקומען צו זיין ציל, ווייל טיף אינעווייניג זענען זיי נישט די זעלבע, זיי ווילן נישט און זענען נישט גרייט באמת אנצוקומען אויפן זעלבן פלאץ.

דאס איז געווען דא די געשיכטע מיט אברהם אבינו און לוט. לוט קומט טאקע מיט מיט'ן פעטער, א געטרייע פלומעניק וואס באגלייט אים אינעם שווערן נסיון פון לך לך מארצך, אבער שוין פונעם ערשטן רגע אָן זענען די צילן נישט געווען אייניג, ווי די תורה הקדושה זאגט אונז "וַיֵּלֶךְ אַבְרָם כַּאֲשֶׁר דִּבֶּר אֵלָיו ה' וַיֵּלֶךְ אִתּוֹ לוֹט" אברהם אבינו איז דער וואס גייט כַּאֲשֶׁר דִּבֶּר אֵלָיו ה', ער וויל נאר איין זאך, טוען דעם רצון הבורא, ער איז גרייט צו גיין אין פייער און אין וואסער אויף וואס דער אייבישטער וועט נאר פארלאנגן פון אים, ער איז אינגאנצן דא בלויז פארן דבר ה'. אבער לוט איז נאר "וַיֵּלֶךְ אִתּוֹ לוֹט", ער איז גרייט מיטצוקומען אויף די נסיעה, ער טוט אפשר די זעלבע זאכן, ער שלעפט די זעלבע רענצלעך, אבער ער איז נישט דא פארן כַּאֲשֶׁר דִּבֶּר אֵלָיו ה', עס ברענט נישט אין אים די איין איינציגסטע מטרה. און ווי ס'שטייט טאקע אין ספרים אז די ירידה פון לוט האט זיך אנגעהויבן נאכדעם וואס מ'איז געווען אין מצרים, פון דארט און ווייטער האבן שוין אויסגעבראכן די קריגערייען צווישן די פאסטוכער, און לוט וויל שוין גיין וואוינען קיין סדום, ווייל מצרים איז א ערות הארץ, ס'איז א שלעכטע פלאץ, און לוט איז דארט נשפע געווארן, ס'האט זיך אנגעקלעבט אין אים די תאוה און די שלעכטס, און פון דארט און ווייטער פארט שוין אלעס בארג אראפ. טאקע דערפאר ווייל לויט איז געווען אויף די נסיעה לשם נסיעה, אין וועלכע פלאץ מ'פארט נאר אדורך קוקט ער ארויס פון פענסטער און טראכט הלוואי שטעלט מען זיך דא אפ... מצרים שמעקט אים גאנץ פיין, ווייל ער איז בכלל נישט דא מיט'ן ציל צופרידן צושטעלן דעם רבונו של עולם און טוען וואס ער הייסט, נאר אז יעדער פארט פארט ער מיט, ער איז גרייט צו זיין א חלק פון די זאך ווילאנג ס'קומט אים אויס גוט.

ביז ס'איז געקומען אז מ'קריגט זיך שוין ארום, די פאסטוכער קענען זיך מער נישט פארטראגן, זאגט אברהם אבינו פאר לוט "הִפָּרֶד נָא מֵעָלָי", ס'איז געקומען די צייט זיך צו שיידן, אונזער נסיעה 'צוזאמען' האט זיך געענדיגט און דו דארפסט זיך אפטיילן פון מיר. הגאון הגדול רבי יצחק דוב קאפעלמאן ראש ישיבת לוצערן זצ"ל זאגט א דבר נפלא, אברהם אבינו האט דאס געזאגט אלס א לעצטע פרואוו, ער האט געוואלט אז לוט זאל זיך בעטן צו אים "ניין פעטער לעבן, איך וויל זיך נישט שיידן פון דיר, איך בין גרייט צו טוען וואס נאר מעגליך צוריקצושטעלן דעם שלום, איך וועל אלעס טוען נאר כדי צו קענען בלייבן מיט דיר צוזאמען", ער האט געווארט צו זעהן אויב לוט איז בכלל צוזאמען מיט אים און זוכט וואס ער זוכט. אבער לוט כאפט זיך אינגנאצן נישט צו, ער פארשטייט אז זיין פלאץ איז נישט דא, עס ווערט קלאר אז ער איז באמת קיינמאל נישט געווען אויף 'די זעלבע נסיעה' ווי אברהם אבינו, ער האט איין ציל און אברהם האט א צווייטע ציל. איינמאל דאס איז קלאר געווארן, זאגט אברהם אבינו "הִפָּרֶד נָא מֵעָלָי", מיר מוזן מאכן א צוטיילונג, ס'קען נישט ווייטער אנגיין אז איך און דו זענען שותפים צוזאמען. - אבער וויאזוי האט אויסגעזעהן די צוטיילונג? דא לערנען מיר א נייע מושג פון צוטיילן, וואס אונזער זיידע אברהם דער איש החסד לערנט אונז, ער בלייבט ווייטער א געטרייע פעטער פאר לוט, אביסל שפעטער ווען לוט ווערט געפאנגן קומט אברהם צו לויפן איינער אליינס און האלט מלחמה מיט די גרעסטע און שטערקסטע קעניגן כדי צו באפרייען לוט פון געפענגעניש, אביסל שפעטער ווען לוט איז אין א עת צרה ווייל דער אייבישטער גייט איבערדרייען סדום, ווער איז מתפלל און וועמען'ס זכות איז מֵגִין? אלעס אברהם אבינו, ווייל דער 'פירוד' מוז נישט זיין א ווייטאגליכע, מ'טאר זיך נישט פיינט האבן ח"ו, מ'קען און מ'דארף בלייבן די בעסטע און נאנסטע משפחה און קרובים, אבער דער "הִפָּרֶד נָא מֵעָלָי" מוז צושטאנד קומען, מיר קענען שוין נישט זיין קיין 'שותפים' וואס בינדן אראפ איינער דעם אנדערן, ווייל דיין ציל און מיין ציל זענען נישט גלייך, און אז איך וועל פארבלייבן מיט דיר וועט דאס מיר שטערן פון אנקומען וואו איך דארף. דאס איז נישט קיין שום סתירה צו די גוטסקייט פון אברהם אבינו, צו זיין צדקות, צו זיין הכנסת אורחים, ער האט ווייטער ליב לוט און ער איז דא אים צו העלפן מיט מסירות נפש ממש, ער וועט קעמפן ווי א לייב פאר זיינעטוועגן און זיך איינשטעלן דאס לעבן אים צו ראטעווען, אבער לוט קען אים שוין נישט אראפבינדן, עס מוז געשען דער פירוד, א ליבליכע פירוד אין וועלכע מיר זענען שוין נישט פארבינדן און אנגעהאנגן איינער אינעם אנדערן אין אונזער טאג טעגליכע רייזע.

און אויף דעם האט דער אייבישטער געווארט, אז ס'זאל פאסירן אט דער 'בִּירוּר' ווי אברהם אבינו אנערקענט אז לוט איז אויך א חלק פונעם 'לכלוך' פון וועמען ער דארף זיך דערווייטערן, און דאס זיין צוזאמען מיט אים טויג נישט. און ווי צדיקים האבן געטייטשט "לֶךְ לְךָ" גיי אריין צו דיר אליין, קריך אריין טיף אין דיין הארץ, דערגיי פוקטליך וואס איז 'דיין' ציל און דיין מטרה, האב זיך ארויס קלאר וואו די ווילסט אנקומען, און זעה אז גארנישט און קיינער זאלן דיך נישט קענען שטערן דערפון, און דאס האט טאקע אברהם אבינו דא געטוען. און ווי נאר ער טיילט זיך טאקע אפ פון לוט, עפענען זיך אויף פאר אים די טויערן פון שפע, דער אייבישטער גיבט אים די ברכות און די בשורה פון ארץ ישראל, ווייל יעצט האט אברהם אבינו שוין אינגאנצן מקיים געווען דעם לֶךְ לְךָ מֵאַרְצְךָ וּמִמּוֹלַדְתְּךָ וּמִבֵּית אָבִיךָ, ער האט אפגעלאזט אפילו זיין נאנטסטע באגלייטער, ווייל ער איז נישט צוזאמען מיט אים אויפן ציל און ער קען אים צוריקהאלטן פון זיין תכלית.

און דאס איז אונזער עבודה אין לעבן, קודם כל, דארפן מיר 'זיך' קלאר ארויסהאבן, גוט וויסן וואו אהין מיר צילן, און דערנאך, ווער עס איז נישט הונדערט פראצענט מיט אונז
צוזאמען אין די רייזע, דארפן מיר וויסן צו מאכן א קלארע 'פירוד', א ליבליכע פירוד, מיר קענען און דארפן ווייטער בלייבן משפחה און גוטע פריינט, און מיר וועלן יענעם זיין געטריי און העלפן און ליב האבן אויף אייביג, אבער איך ווייס ביי מיר אז איך גיי זיך מיין אייגענע וועג און אין טוה וואס איך האב צו טוען אָן זיך רעכענען מיט דעם און מיט יענעם, און צו דער זעלבע צייט האבן דעם ריכטיגן שכל צו באמערקן אז צומאל שטייען מיר האנט ביי האנט מיט אברהם אבינו אויפן הייליגן וועג און דער יצר פארדרייט אונז דעם מח און מיר שטעלן זיך אפ און דאס פירט אונז קיין סדום און דאס גלייכן, פון אונז פארלאנגט זיך צו געדענקן און כסדר זיך אויסקלארן מיט אונזער ציל און שאיפה, וויסן ווי אהין מיר גייען און געדענקן אז מיר זענען אויפן וועג קיין ארץ ישראל, ויה"ר אז מיר זאלן זוכה זיין צו דעם ברכה וואס די תוה"ק געבט אונז אין די וואכעדיגע פרשה וְהָיָה זַרְעֲךָ כַּעֲפַר הָאָרֶץ וּפָרַצְתָּ יָמָּה וָקֵדְמָה וְצָפֹנָה וָנֶגְבָּה וְנִבְרֲכוּ בְךָ כָּל מִשְׁפְּחֹת הָאֲדָמָה וּבְזַרְעֶךָ בביאת מלך המשיח בב"א.

א לעכטיגע שבת קודש!

זיך איינצושרייבן צו באקומען די "מיט א טיפערן בליק"
דורך אי-מעיל בעז"ה tiferenblik@gmail.com

דער אשכול פארמאגט 1 תגובה

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר