מענות צו ביקורת המקרא פון די מפרשי המקרא

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
באניצער אוואטאר
יעקב מעקסוועל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 357
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 07, 2020 12:30 pm
האט שוין געלייקט: 994 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1180 מאל

מענות צו ביקורת המקרא פון די מפרשי המקרא

שליחה דורך יעקב מעקסוועל »

אסאך טענות איז דא אויף די אזויגערופענע בייבל קריטיקירער, די טענה וואס איז לדעתי די שטערקסטע איז די טענה איבער די מפרשי המקרא. וויאזוי קען קומען איינער און פרעגן א קשיא אויף די תורה און זיך נישט באציען צו אלע פריערדיגע מפרשים? אונז האבן א גאנצע תורה שבע"פ וואס רעדט וועגן די תורה נביאים וכתובים, אויב ווילסטו פרעגן א קשיא אויף די תורה, קוק אריין אין די ווערטער פון די תנאים, אמוראים, ראשונים ואחרונים. אויב איז דיר נאך עפעס שווער נאכדעם, וועט מען דעמאלטס רעדן.

דעריבער וויל איך מאכן די סדר פון די אשכול אזוי: איך וועל ברענגען קשיות וואס זענען שווער לויט די פשטות הפסוקים, דערנאך די מהלך וויאזוי מען קען עס מסביר זיין לויט די אזויגערופענע בייבל קריטיקירער, און דערנאך וועל איך ברענגען די פשטים פון די מפרשי התורה צו זען אויב די קשיות הייבן זיך בכלל אן.

----------

וועלן מיר אנפאנגען מיט די פרשה פון מכירת יוסף, עס איז דא בעיקר 3 שוועריקייטן אין די פרשה:

א. ווער האט געראטעוועט יוסף פון די ברודער מען זאל אים נישט הרגענען? פון איין זייט זעט אויס ראובן איז דער וואס האט גענומען אחריות, ער איז די בכור, ער האט געזאגט מען זאל ענדערש אריינווארפען יוסף אין גרוב. מצד שני זעט מען יהודה איז דער פירער, ער האט געזאגט מה בצע, מען זאל ענדערש פארקויפן יוסף ווי הרגענען.

ב. וויאזוי קען זיין ראובן האט נישט מיטגעהאלטן ווי מען פארקויפט יוסף?

ג. ווער האט געהאנדלט מיט יוסף, מדינים אדער ישמעלים? איין פסוק זעט מען ישמעלים גייען אריבער, א צווייטע פסוק זענען מדינים ביים בור. איין פסוק פארקויפן די מדינים צו פוטיפר, איין פסוק פארקויפן די ישמעלים צו פוטיפר. וויאזוי איז געווען די געשעפט דא?

----------

לויט די שיטה פון בקורת המקרא, איז די פרשה צוזאמגעשטעלט פון צוויי ווערסיעס פון די זעלבע מעשה. אין די ערשטע ווערסיע האט ראובן געזאגט מען זאל אים לייגן אין גרוב, ווען די ברודער זענען געווען פארנומען עסן זענען די מדינים אריבער און ארויסגענומען יוסף פון גרוב, נאכדעם ווען ראובן איז געגאנגען זוכן יוסף איז ער צוריקגעקומען צו די ברודער אינגאנצען ערשטוינט יוסף איז נישטא, און די מדינים האבן צום סוף פארקויפט יוסף צו פוטיפר. לויט די צווייטע ווערסיע האבן די ברידער געזען ישמעלים, האט יהודה געזאגט מה בצע, און זיי האבן פארקויפט יוסף פאר די ישמעלים, און די ישמעלים האבן אים פארקויפט פאר פוטיפר (עס איז בכלל נישט דא קיין גרוב אין די ווערסיע).

דא זענען די פסוקים צוטיילט לויט די 2 ווערסיעס, עס הייבט זיך אן ווען יוסף קומט אן צו דותן.

יט וַיֹּאמְרוּ אִישׁ אֶל אָחִיו הִנֵּה בַּעַל הַחֲלֹמוֹת הַלָּזֶה בָּא. כ וְעַתָּה לְכוּ וְנַהַרְגֵהוּ וְנַשְׁלִכֵהוּ בְּאַחַד הַבֹּרוֹת וְאָמַרְנוּ חַיָּה רָעָה אֲכָלָתְהוּ וְנִרְאֶה מַה יִּהְיוּ חֲלֹמֹתָיו. כא וַיִּשְׁמַע רְאוּבֵן וַיַּצִּלֵהוּ מִיָּדָם וַיֹּאמֶר לֹא נַכֶּנּוּ נָפֶשׁ. כב וַיֹּאמֶר אֲלֵהֶם רְאוּבֵן אַל תִּשְׁפְּכוּ דָם הַשְׁלִיכוּ אֹתוֹ אֶל הַבּוֹר הַזֶּה אֲשֶׁר בַּמִּדְבָּר וְיָד אַל תִּשְׁלְחוּ בוֹ לְמַעַן הַצִּיל אֹתוֹ מִיָּדָם לַהֲשִׁיבוֹ אֶל אָבִיו. כג וַיְהִי כַּאֲשֶׁר בָּא יוֹסֵף אֶל אֶחָיו וַיַּפְשִׁיטוּ אֶת יוֹסֵף אֶת כֻּתָּנְתּוֹ אֶת כְּתֹנֶת הַפַּסִּים אֲשֶׁר עָלָיו. כד וַיִּקָּחֻהוּ וַיַּשְׁלִכוּ אֹתוֹ הַבֹּרָה וְהַבּוֹר רֵק אֵין בּוֹ מָיִם. כה וַיֵּשְׁבוּ לֶאֱכָל לֶחֶם. כח וַיַּעַבְרוּ אֲנָשִׁים מִדְיָנִים סֹחֲרִים וַיִּמְשְׁכוּ וַיַּעֲלוּ אֶת יוֹסֵף מִן הַבּוֹר. כט וַיָּשָׁב רְאוּבֵן אֶל הַבּוֹר וְהִנֵּה אֵין יוֹסֵף בַּבּוֹר וַיִּקְרַע אֶת בְּגָדָיו. ל וַיָּשָׁב אֶל אֶחָיו וַיֹּאמַר הַיֶּלֶד אֵינֶנּוּ וַאֲנִי אָנָה אֲנִי בָא. [די תורה פארציילט וועגן די כתונת פסים און די אבילות פון יעקב אבינו] לו וְהַמְּדָנִים מָכְרוּ אֹתוֹ אֶל מִצְרָיִם לְפוֹטִיפַר סְרִיס פַּרְעֹה שַׂר הַטַּבָּחִים.

די צווייטע ווערסיע, הייבט זיך אויך אן ווען יוסף קומט אן צו דותן.

יח וַיִּרְאוּ אֹתוֹ מֵרָחֹק וּבְטֶרֶם יִקְרַב אֲלֵיהֶם וַיִּתְנַכְּלוּ אֹתוֹ לַהֲמִיתוֹ. כה וַיִּשְׂאוּ עֵינֵיהֶם וַיִּרְאוּ וְהִנֵּה אֹרְחַת יִשְׁמְעֵאלִים בָּאָה מִגִּלְעָד וּגְמַלֵּיהֶם נֹשְׂאִים נְכֹאת וּצְרִי וָלֹט הוֹלְכִים לְהוֹרִיד מִצְרָיְמָה. כו וַיֹּאמֶר יְהוּדָה אֶל אֶחָיו מַה בֶּצַע כִּי נַהֲרֹג אֶת אָחִינוּ וְכִסִּינוּ אֶת דָּמוֹ. כז לְכוּ וְנִמְכְּרֶנּוּ לַיִּשְׁמְעֵאלִים וְיָדֵנוּ אַל תְּהִי בוֹ כִּי אָחִינוּ בְשָׂרֵנוּ הוּא וַיִּשְׁמְעוּ אֶחָיו. כח וַיִּמְכְּרוּ אֶת יוֹסֵף לַיִּשְׁמְעֵאלִים בְּעֶשְׂרִים כָּסֶף וַיָּבִיאוּ אֶת יוֹסֵף מִצְרָיְמָה. [די תורה איז מפסיק מיט די פרשה פון יהודה] א וְיוֹסֵף הוּרַד מִצְרָיְמָה וַיִּקְנֵהוּ פּוֹטִיפַר סְרִיס פַּרְעֹה שַׂר הַטַּבָּחִים אִישׁ מִצְרִי מִיַּד הַיִּשְׁמְעֵאלִים אֲשֶׁר הוֹרִדֻהוּ שָׁמָּה.

----------

יעצט לאמיר זען וויאזוי די קשיות ווערן שוין לאנג פארענטפערט אין אונזערע מפרשים.

די ערשטע קשיא איז באמת נישט קיין קשיא בכלל, ראובן האט געזאגט מען זאל אים אריינלייגן אין בור צו ראטעווען זיין לעבן, און יהודה האט געזאט מען זאל אים פארקויפן. עס איז בכלל נישט קיין סתירה איינס צו די אנדערע, נאר נאכדעם וואס יוסף איז שוין געווען אין די בור האט יהודה געזאגט זיין עצה. אויך איז פארהאן מערערע פירושים צו מסביר זיין די שיטות פון ראובן און יהודה ע"פ תורה.

די צווייטע קשיא פארענטפערט רש"י גלייך, ראובן איז נישט געווען ביי די מכירה ווייל עס איז געווען זיין טאג צו משמש זיין יעקב אבינו.

די דריטע קשיא זאגט אויך רש"י בשם חז"ל אז עס איז געווען מערערע מכירות. די אוהח"ק איז מסביר אז די מדינים זענען געווען די ביזנעסלייט, און די ישמעלים האבן געהאט די געלט, און אזוי שטימט די גאנצע פרשה. די אבן עזרא זאגט נאך פשוט'ער, מדינים קענען ווערן אנגערופן ישמעלים, עס איז היינו הך.

----------

איך וויל בעטן מען זאל פראבירן צו שרייבן דא רעספעקטפול, און זיך האלטן צום ענין, תודה רבה.
Thoroughly conscious ignorance, is the prelude to every real advance in science - James Clerk Maxwell

דער אשכול פארמאגט 50 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר