וואס קען אונז חנוכה למהדרין מן המהדרין לערנען פאר אלע מצוות?

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
באניצער אוואטאר
העניך
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 941
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 25, 2016 5:54 pm
האט שוין געלייקט: 1242 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4534 מאל

וואס קען אונז חנוכה למהדרין מן המהדרין לערנען פאר אלע מצוות?

שליחה דורך העניך »

דער הייליגער יום טוב פון חנוכה פארמאגט אן אינטערעסאנטע אייגנשאפט וואס מיר געפונען נישט ביי אנדערע ימים טובים און אנדערע מצוות. כאטש ס'איז נאר דא א חיוב צו צינדן איין ליכטל, פירט זיך גאנץ כלל ישראל, אפילו די שוואכסטע אידן, צו טון דעם מהדרין מן המהדרין און זיין מוסיף והולך יעדן טאג.

כאטש דער עיקר המצוה איז מפורש בגמ' אז ס'איז נישט פאראן קיין שום חיוב צו טון מער, דאך האט יעדער אנגענומען מחמיר צו זיין. וואו נאך איז פאראן א מצוה וואס גאנץ כלל ישראל האט אנגענומען לחומרא מיט אזא ליבשאפט, און מ'זוכט זיך נישט צו פטר'ן מיט בלויז די טעכנישע עיקרי המצוה?

כ'קלער אז ס'ליגט אין דעם באהאלטן נקודות וואס פון דעם קענען מיר זיך אפלערנען פאר אנדערע מצוות. אויב קענען מיר פארשטיין פארוואס הדלקת נר חנוכה -- און דייקא די פרימסטע ווערסיע דערפון -- איז אזוי באליבט ביי כלל ישראל, קענען מיר אפשר פון דעם ארויסלערנען וויאזוי צו מאכן אנדערע מצוות באליבט ביי אונזערע קינדער און תלמידים.

כ'וועל בעטן דעם עולם צו טראכטן צוזאמען מיט מיר וואס מ'קען ארויסנעמען פון הדלקת נר חנוכה פאר אנדערע מצוות. איך קלער אז דער געדאנק פון מוסיף והולך גיט פאר די מצוה א געוויסע אייגנארטיגקייט וואס ברענגט עקסייטמענט. יעדן טאג איז די מצוה פריש און מחודש'דיג. דאס אליין מאכט אז די מצוה זאל זיין אהוב ונחמד ומקובל.

מיר קענען פון דעם אפלערנען אויף אנדערע מצוות, און אויף אידישקייט בכלליות. אז אויב קענען מיר מאכן מצוות ה' און אונזערע גאנצער אידישקייט זאל נישט זיין מאנאטאן -- נאר זיין פריש, מחודש'דיג, ס'זאל זיך טוישן מזמן לזמן, ס'זאל נאכפאלגן נייע סטילן און געדאנקען, וואלט עס א געוואלד אויפגעטון אז מ'זאל שפירן א ליבשאפט און א טעם אין אידישקייט.
האט איר הנאה געהאט פון מיין ארטיקל? גיט א 'לייק' און שיקט א לינק צו אייערע פריינט. אבער בשום אופן נישט קאפירן דעם גאנצן ארטיקל און שיקן ווייטער - אדם אוסר את שלו.

דער אשכול פארמאגט 9 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר