סודות פון חז״ל

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
נפה
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 340
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 01, 2021 11:15 am
האט שוין געלייקט: 714 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 346 מאל

סודות פון חז״ל

שליחה דורך נפה »

אין מסכת שבת דף קנג עמוד ב איז דא א דיון מי שהחשיך בדרך וואס ער זאל טון מיט זיין בערזל איז דא אפאר עצות נותנו לנכרי, מניחו על החמור וכו׳ פרעגט די גמרא אויב קען ער נישט טון די עצות, זאגט ר׳ יצחק עס איז דא נאך אן עצה נאר עס איז א סוד לא רצו חכמים לגלותה, פרעגט די גמרא וואס איז די אחרת, זאגט די גמרא מוליכו פחות פחות מד׳ אמות, ואמאי לא רצו חכמים לגלותה, משום כבוד אלקים הסתר דבר דילמא וועט מען טראגן ד׳ אמות, זאגט רש״י כבוד אלקים הסתר דבר. מותר להעלים דברי תורה לכבוד שמים.
דער בית יוסף או״ח סימן רסו זאגט אז ווען עס איז נישט דא קיין ברירה זאגט מען עס יא אויס, און אויך אז דער שואל אין גמרא האט געהאלטען אז מען מעג יא אויסזאגען, ע״כ.
למעשה זעט מען אז עס איז דא אזא מושג פון א קולא וואס די חכמים האבן מתיר געווען אבער נישט געוואלט אויסזאגען אז עס איז מותר און עס איז אנדערש וואו הלכה ואין מורין כן ווייל דא ברענגט דער ב״י א ראיה פון דעם וואס ר׳ יצחק זאגט עס אז מען מעג עס יא אויסזאגען.
איז דער שאלה וואס נאך האבן חז״ל מתיר געווען אבער נישט אויס געזאגט פאר קיינעם, און אויב זיי האבן געהאלטען אז מען קען צוקומען צו א דאוריתא פארוואס האבן זיי עס מתיר געווען? איז דא הלכות וואס נאר איינער וואס האט במסורה פון זיין רבי להיתר מעג עס טון אבער ער טאר עס נישט אויסזאגען ?

דער אשכול פארמאגט 37 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר