ושאינו בבל תשוב אינו שכחה

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
נפה
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 340
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 01, 2021 11:15 am
האט שוין געלייקט: 714 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 346 מאל

ושאינו בבל תשוב אינו שכחה

שליחה דורך נפה »

עס מאכט זיך אמאל איינער זעט עפעס אין א ספר זאל עס זיין אין א שו״ת אדער אפי׳ אן אינטערעסאנטע רש״י אדער א שטיקל מאור ושמש עס גייט אדורך א שטיק צייט און עס ווערט מקיום די גאנצע סדר השכחה צו זיין ווייטאג פאלט ער אריין אין א שיחת תלמידי חכמים וואו עס קומט פונקט אריין עפעס א חז״ל ער געדענקט נישט פונקטליך… ערגעץ געזען אז ביי עפעס א נושא זאגט איינער… עפעס אז…
פארדעם צוועק וויל איך גרינדען דעם אשכול וואס זאל דינען אלץ פלאץ ווי די אויס גערופענע תלמידי חכמים וואס דרייען זיך דא און ווארפן צאם בקיאות אין יעדע נושא וועלן מקיים זיין מצות השבת אבידה אין מגלה זיין די נסתרות פאר דער עולם.

אזוי ווי דער עולם פארשטייט זיכער האט מיר נישט באפאלן קיין רוח צו אויפטון פאר כלל ישראל נאר עס איז נתעלם געווארן א הלכה פון מיר און איך זיך עס וואו צו פרעגן אבער למען ירוץ הקורא וועל איך עס לייגן אין א באזינדערע תגובה.

דער אשכול פארמאגט 19 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר