"ג' בשלח" פרשת המן סגולה צופאלט ווי א זייפען-בלאז

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
באניצער אוואטאר
קריינא דאיגרתא
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 159
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 25, 2014 10:02 am
האט שוין געלייקט: 193 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 388 מאל

"ג' בשלח" פרשת המן סגולה צופאלט ווי א זייפען-בלאז

שליחה דורך קריינא דאיגרתא »

די לעצטע דרייסיג יאהר איז זייער פארשפרייט די גימל בשלח סגולה צו זאגן פרשת המן, און איבער די גאנצע וועלט זאגן הונדערטער טויזענטער אידן פרשת המן מיט גרויס עהרליכקייט אין דעם טאג, און מוסדות דרוקן זאגערלעך צו פארזיכערען אז מ'פארגעסט נישט ח"ו אויסצוניצן די גרויסע טאג צו זאגן פרשת המן כדי צו באקומען פרנסה.... (און פארשטייט זיך נאכדעם וואס די השפעות קומט זאל מען געבן די מעשר פאר די מוסדות...)

קיינער ווייסט אבער נישט די מקור פון די סגולה, וואס מ'ווייסט איז אז טויזענטער יאהרן האט קיינער נישט געוויסט פון דעם שעת הכושר, ביז ס'איז נתגלה געווארן דורך פאיע רב ז"ל פון וויליאמסבורג. געוויסע האבן געוויסט צו זאגן אז ער האט עס נאכגעזאגט פון סטראפקובער רב ז"ל.

איז דער גרויסער פארשער הרה"ג ר' נפתלי אהרן וקשטיין היינט ארויסגעקומען מיט א באמבע אז די גאנצע מעשה פאנגט זיך נישט אהן און לאזט זיך נישט אויס, און אפילו פון פאיע רב איז אויך נישט דא קיין מקור.

מ'האט נאכגעקוקט אין די כתבים פון פאיע רב און דארטען שטייט אז ער האט גערעדט מיט סטראפקובער רב ז"ל וועגן די הדרכה פון הרה"ק ר' מענדעלע מרימנוב ז"ל צו זאגן פרשת המן שנים מקרא ואחד תרגום, אבער ס'שטייט נישט קיין איין ווארט אז ג' בשלח איז עפעס ספעציעל צו זאגן פרשת המן!! וואס דען? פאיע רב האט זיך דארטען פארצייכענט אז די שמועס מיט סטראפקובער רב איז פארגעקומען אין א געוויסע יאר אין טאג ג' בשלח!!

אפנים איינער וואס האט געזעהן די כתבים פון פאיע רב האט נישט פארשטאנען וואס ער האט געשריבן, איז געווארן א נייע מסורה און א נייע מנהג וואס אין לויף פון צוואנציג יאהר איז א מיספארשטענדעניש אין די ווערטער פון פאיע רב געווארן א מנהג ישראל בכל תפוצות ישראל.....
בייגעלייגטע פיילס
22323.jpg

דער אשכול פארמאגט 32 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר