יתרו - א וואונדערליכע השגחה פרטית!

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
א שעפעלע
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 372
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 17, 2014 9:19 am
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 162 מאל

יתרו - א וואונדערליכע השגחה פרטית!

שליחה דורך א שעפעלע »

בס"ד

א גוטן טייערע חבירים וידידים..!

מיר האלטן שוין פרשת יתרו, וואו מיר זענען ממשיך פון קריעת ים סוף און פון פרשת המן, אריין צו קבלת התורה, צו די הייליגע און דערהויבענע מעמד הר סיני וואו השי"ת האט זיך באוויזן צו כלל ישראל און אונז געגעבן די תורה הקדושה און אונז אויסגעוועלט אלס זיין הייליג פאלק, א ממלכת כהנים וגוי קדוש.

ווי נאר מ'הייבט אָן צו לערנען די פרשה, כאפט אונז א שטיקל וואונדער, פארוואס האַקט די תורה איבער דא מיט די גאנצע מעשה פון יתרו, צו דערציילן וויאזוי יתרו קומט צו גיין, און ווי משה רבינו נעמט איהם אויף און רעדט מיט איהם, און א גאנצע אריכות וואס דארט איז פאָרגעקומען צווישן יתרו און משה רבינו, וואס לכאורה דארף מען פארשטיין וואס לערנט אונז דער ענין, און פארוואס איז עס נוגע דווקא דא אין אזא חשוב'ע זמן ווען מיר דערנענטערן זיך שוין באלד צו מתן תורה.

און בכלל דארף מען פארשטיין, די תורה הקדושה זאגט אונז, וַיְסַפֵּר משֶׁה לְחֹתְנוֹ אֵת כָּל אֲשֶׁר עָשָׂה ה' לְפַרְעֹה וּלְמִצְרַיִם עַל אוֹדֹת יִשְׂרָאֵל וגו' וַיַּצִלֵם ה' אז משה רבינו
דערציילט פאר זיין שווער די אלע פאסירונגען און זאכן וואס דער אייבישטער האט געטוהן צו פרעה כדי צו ראטעווען די אידן, וַיִחַדְ יִתְרוֹ עַל כָּל הַטוֹבָה אֲשֶׁר עָשָׂה ה' לְיִשְׂרָאֵל אֲשֶׁר הִצִילוֹ מִיַד מִצְרָיִם, יתרו האט זיך זייער געפריידט אויף די אלע גוטע זאכן וואס השי"ת האט געטוהן פאר כלל ישראל, וַיֹּאמֶר יִתְרוֹ בָּרוּךְ ה' אֲשֶׁר הִצִיל אֶתְכֶם מִיַד מִצְרַיִם וּמִיַד פַּרְעֹה... יתרו האט געדאנקט און געלויבט השי"ת אויף דעם וואס השי"ת האט געראטעוועט כלל ישראל פון די מצריים און פון פרעה.

אבער לכאורה איז דאס אלעס א פֶּלא, יתרו איז דאָך געקומען צו גיין טאקע דערפאר, וויבאלד ער האט געהערט די געוואלדיגע נסים ונפלאות וואס דער אייבישטער האט געמאכט פאר די אידן, ווי עס שטייט אין פסוק גאנץ אנהייב פון אונזער פרשה, וַיִשְׁמַע יִתְרוֹ כֹהֵן מִדְיָן חֹתֵן משֶׁה אֵת כָּל אֲשֶׁר עָשָׂה אֱלֹקִים לְמשֶׁה וּלְיִשְׂרָאֵל עַמּוֹ כִּי הוֹצִיא ה' אֶת יִשְׂרָאֵל מִמִצְרָיִם, און ווי רש"י ערקלערט אז יתרו האט געהערט קריעת ים סוף, מלחמת עמלק, די מָן וואס איז געפאלן פון הימל, די בארה של מרים וואס האט באגלייט די אידן אין אלע זייערע מסעות אין מדבר און זיי געגעבן וואסער צו טרינקן. אויב אזוי וואס באדייט דאס אז וַיְסַפֵּר משֶׁה לְחֹתְנוֹ אֵת כָּל אֲשֶׁר עָשָׂה ה' לְפַרְעֹה וּלְמִצְרַיִם, פארוואס פעלט נאך אויס פאר משה צו דערציילן פאר יתרו, ער האט דאָך דאס אלעס געוואוסט און געהערט, און ער האט אפילו גענומען די מיה צו קומען צו גיין אינעם מדבר אריין לכבוד דעם. און בכלל וואס באדייט די געוואלדיגע שמחה וואס עס כאפט אָן פאר יתרו טאקע דא נאכן הערן די רייד פון משה רבינו, "וַיִחַדְ יִתְרוֹ עַל כָּל הַטוֹבָה", וואס האט ער דען יעצט געהערט וואס האט איהם גורם געווען אזא שטארקע שמחה וואס ער האט נאכנישט געהאט ביז יעצט.

נאר כדי צו פארשטיין דעם ענין, לאמיר זיך מתבונן זיין אין א וויכטיגע יסוד וואס איז נוגע פאר יעדן פון אונז, און האט א שטיקל שייכות און א המשך צו וואס מיר האבן געשמועסט פאָריגע וואך בעזהשי"ת אינעם ענין פון "הִתְיַצְבוּ" וּרְאוּ אֶת יְשׁוּעַת ה', אז א איד דארף זיך כסדר אפשטעלן פון זיין טאג טעגליכן געלויף, זיך מתבונן זיין און מאכן א חשבון הנפש וואו ער שטייט און וואו ער גייט, ער דארף גוט אריינקלערן און 'פאַרדייען' אין וועלכע מצב ער געפונט זיך. דאס זעלבע איז אויך נוגע זייער אסאך מאל ווען מיר זענען זוכה מיטצולעבן א געוויסע 'התגלות' פון הימל, ווי עס מאכט זיך כסדר אז א איד איז זוכה צו זעהן פון די נאנט א געוואלדיגע השגחה פרטית, א ישועה מן השמים, א חסד וואס השי"ת האט געטוהן מיט איהם. און על פי רוב ווערט דער מענטש שטארק נתפעל דערפון, ער כאפט א שטיקל התעוררות, בפרט היינטיגע צייטן איז דא א שטארקע אויפוואכונג צווישן מענטשן צו דערציילן פאר אנדערע און מפרסם זיין די וואונדערליכע השגחה פרטית'ן וואס מען איז ב"ה זוכה צו זעהן. דער איד וועט אפילו באדאנקן דעם רבוש"ע פאר די חסדים וואס ער האט געטוהן מיט איהם, ער וועט אפשר אויך אריינשטעלן א מעלדונג אינעם לאקאלן נייעס צעטל אז ער האט מתפלל געווען פערציג טעג ונושעתי, "והבטחתי לפרסמו", און ער איז מקיים זיין הבטחה און ער איז עס מפרסם מיט א ברען און א געשמאק, אבער... ביי דעם בלייבט עס, גאנץ א שיינע ווארימקייט און א התעוררות, א הערליכע מעשה צו קענען דערציילן פאר די גוטע פריינט, און א געפיל פון דאנק און הכרת הטוב צו השי"ת פאר עטליכע טעג, אבער נאכדעם גייט אלעס צוריק צום אלטן, דער מענטש בלייבט ווייטער די זעלבע, און ער דערהערט נישט ריכטיג 'וואס עס ליגט אונטער די חסד השם' און וואס וויל הקב"ה פון איהם אין אזא צייט, וואס דארף ער אפלערנען און ארויסנעמען דערפון...

פשוט בעסער מסביר צו זיין די געדאנק, איז כדאי מקדים צו זיין א מעשה וואס איז געווען ביים הייליגן חפץ חיים זי"ע, אין זיינע צייטן האט פאסירט אמאל א שרעקליכע 'צונאמי' אינעם ווייטן כינע, ווען דער ים איז איבערגערינען די ברעגעס און פארשוועמט און אומגעברענגט פילע טויזנטע כינעזער. מיט די צייט ווען די נייעס האט דערגרייכט קיין אייראפע, (נישט אזויווי היינט ווען מ'ווייסט אלעס אין איין מינוט) האט אויך דער חפץ חיים געהערט דערוועגן, און עס האט איהם תיכף אנגעכאפט א ציטער, און ער האט אנגעהויבן מעורר צו זיין די ארומיגע אידן צו תשובה און תיקון המעשים, זאגענדיג אז מיר מוזן זיך אויפוועקן, וויבאלד ווען עס פאסירן אויסטערלישע זאכן און טראגעדיעס אויף די וועלט, מיינט דאס אז פון הימל רופט מען אונז תשובה צו טוהן, מ'וויל אונז מעורר זיין און ערוועקן זיך צו פארבעסערן... און אזוי האט ער גערעדט פארשידענע דיבורים פון התעוררות און תשובה. איז געווען דארט א איד וואס האט נישט געקענט באהאלטן זיין וואונדער, און געפרעגט, רבי, דאס האט דאָך פאסירט אינעם ווייטן כינע, א לאנד וואו עס וואוינט נישט קיין איד בכלל, וואס האט דאס דען א שייכות צו אונז, און וויאזוי קען זיין אז די טראגעדיע וואס האט באטראפן די דארטיגע גויים זאל זיין פאר אונז א רוף צו תשובה.

ווען דער חפץ חיים האט געהערט זיין פראגע, הייבט ער אויף זיינע אויגן צום איד און ער פרעגט איהם צוריק, זאג נאר, אפשר ווייסטו וויפיל מענטשן וואוינען אין ווארשא די הויפט שטאט פון פוילן?, "עטליכע מיליאן מסתמא" זאגט דער איד, נישט וויסענדיג וואו אהין דער חפץ חיים צילט מיט זיין שאלה, אבער דער חפץ חיים איז ממשיך, און וויפיל פון די אלע אלפים ורבבות רעדן אידיש?, "ארום צען טויזנט, אפשר אביסל מער". און דער חפץ חיים זאגט ווייטער, אויב וועסטו זעהן איין טאג ווי עס קומט א מענטש און שטעלט זיך ארויף אויף א קעסטל אינמיטן די רוישיגע מארק אין ווארשא, און ער הייבט אָן אויסצושרייען און רעדן הויעך א פייערדיגע רעדע פארן המון-עם, ער האט עפעס וויכטיג איבערצוגעבן פאר אלע אנוועזנדע דארט, אבער ער רעדט אויף די אידישע שפראך, וועמען צילט ער? די מיליאנען גויים וואס וואוינען אין ווארשא, אדער בלויז די צען טויזנט אידיש-רעדנדע מענטשן?... דער איד ענטעפרט מיט א פשטות "אוודאי מיינט ער נאר די וואס רעדן אידיש, ווייל די אנדערע פארשטייען דאָך אינגאנצן נישט וואס ער וויל".

ווען דער חפץ חיים זי"ע האט געהערט זיין תשובה, גיבט ער א זאג פארן איד, זאלן דיינע אויערן הערן וואס דיין מויל האט יעצט געזאגט. ווען דער רבוש"ע שיקט א צרה אדער א שטראף אויף די וועלט, צו וועמען רעדט ער? צו די כינעזע גויים וואס פארשטייען בכלל נישט זיין שפראך און וועלן זיך גארנישט אפלערנען דערפון?, אוודאי נישט, עס האט דאָך נישט קיין שום צוועק און תכלית, ווייל זיי כאפן אינגאנצן נישט אז מ'דארף זיך עפעס לערנען דערפון! אבער נאר אונז כלל ישראל וואס אונז ווייסן און פרשטייען אז ס'איז דא א בורא עולם און ער וויל און מאָנט עפעס פון אונז, צו אונז רעדט ער, דאס איז א וואָרענונג סיגנאל וואס דארף דערגרייכן אונזערע הערצער און אונז אויפוועקן פון שלאף תשובה צו טוהן.

לענינינו וואס מיר ווילן ארויסנעמען פון די מעשה, צומאל רופט דער אייבישטער א איד, ער איז משפיע אויף איהם געוואלדיגע טובות און חסדים, אבער דער מענטש דערהערט נישט דעם רוף, ער פארשטייט נישט דעם שפראך, און ער נעמט עס אָן אויף זייער א מצומצמ'דיגע אופן, ער מיינט אז עס פארלאנגט זיך פון איהם א הארציגע יישר כוח, אפשר א סעודת הודאה, און א הבטחתי לפרסמו. אבער עס פאלט איהם אינגאנצן נישט איין אז דער אייבישטער כביכול האט איהם אויסגעשטרעקט א האנט און ארויסגעוויזן אזא חביבות און א ישועה, עס איז א פערזענליכע ווארימע רוף צו זיין נפש, עס איז א צייכן פון ליבשאפט אלעס כדי נענטער צו ברענגן דעם גאנצן מענטש צום באשעפער. דער אייבישטער איז זיך מרחם אויף א איד און שיקט איהם א ישועה ווי א טאטע האט רחמנות אויף זיין קינד מיט ליבשאפט, דער רבוש"ע האט דיר דערמיט געוויזן אז ער קוקט זיך אום אויף דיר און ער וויל דיך העלפן און אויפרעכטן, אלעס כדי דער מענטש זאל דאס אננעמען אלס א רוף פון התקרבות צום אייבישטער, צו ווערן מער דערהויבן און נענטער צום אייבישטער, אנהייבן צו דאווענען בעסער און לערנען בעסער, צו ווערן א מער אויסגעהאלטענע איד, צו שטייגן אין יראת שמים, און אזוי ווייטער. א מענטש וואס זעהט אין זיין ישועה בלויז א קליינע צייטווייליגע הילף פונעם רבוש"ע, אבער ער 'טראגט עס נישט אין ערגעץ' און ער נוצט עס נישט אויס צו ווערן מקושר צו תורה און מצוות, אזא איינער איז פשוט פארשלאפן דעם רוף, ער האט פאַרפּאַסט די עיקר וואס איז געלעגן אינעם חסד השם, און ער האט אינגאנצן פאַרזעהן די תכלית פונעם אייבישטער'ס חסדים צו אונז.

דער צדיק הרה"ק רבי העניך פון אלכסנדר זי"ע וואס איז געווען באקאנט מיט זיינע הייליגע ווערטלעך פלעגט זאגן, אז אלס קינד האט ער אלעמאל געמיינט אז ס'איז נישט פארהאן נאך אזא תלמיד חכם און יוֹדֵע-ספר אין שטאט ווי דער משמש פונעם רב, וויבאלד ער שטייט דאָך א גאנצן טאג אין די ד' אמות פונעם רב, ער האלט מיט די פארשידענע שאלות און פסקים און די פארצווייגטע דין תורה'ס ביים רב אינדערהיים, מוז ער דאָך זיכער זיין מלא וגדוש פיל מיט תורה. אויך האט ער געמיינט אז דער פירער פון די חברה קדישא איז געוויס דער איידלסטער איד אין שטאט, א איד וואס איז פיל מיט יראת שמים, ווייל ער האט דאָך דעם "יזכיר לו יום המיתה" פאר די אויגן יעדן טאג, ער שטייט ביי אפענע קברים און לייגט אריין נפטרים, לעבט ער דאָך זיכער א לעבן פיל מיט חשבון הנפש און יראת שמים. און צום לעצט, דער 'מקוה איד' אין שטעטל וואס ריינגיט די מקוה איז זיכער א 'קדוש וטהור' ווייל ער געפונט זיך אין א מקום טהרה, ווען ער וויל קען ער לויפן אין מקוה אריין און זיך רייניגן ווי עס דארף צו זיין...

"ווען איך בין עלטער געווארן" האט רבי העניך זי"ע געזאגט, "האב איך געזעהן אז די זאכן האבן בכלל נישט קיין שייכות"... מ'קען זיך דרייען נעבן די תורה במשך די גאנצע טאג, אבער נאך אלס בלייבן אן עם הארץ און א ליידיגייער, מ'קען זעהן מתים און קברים פאר די אויגן טאג איין טאג אויס, און נאך אלס בלייבן א פראסטע מענטש, און מ'קען עוסק זיין אין א מקוה לאנגע שעות און זיין גאר ווייט פון טהרה.

דער משל ערקלערט אונז אז צומאל קען מען זיך דרייען 'ארום' און 'נעבן' און זעהן מיט די אויגן, אבער צום הארץ קומט עס נישט אָן, מען דעהערט נישט, עס גייט נישט אריין אינעווייניג, און דער מענטש בלייבט דער זעלבער אָן קיין שום שינוי.

און באמת, מיר דארפן אפילו נישט קריכן צו ווייט, מיר קענען זיך מתבונן זיין אין אונזער היינטיגע מציאות און מצב. נישט לאנג צוריק האט זיך די וועלט געשאקלט און גערודערט מיט די שרעקליכע מגיפה וואס האט אונז באטראפן, א זאך וואס מיר זענען נאכנישט ארויסגעקראכן דערפון, אלעס האט זיך געדרייט ארום די קאוויד. די גאנצע וועלט איז געווארן איינגעשפאַרט, ביזנעסער זענען געווארן אפגעשטעלט, די גאנצע האנדל און וואנדל האט געליטן אומגעהויערע שאדן, סחורה זענען געבליבן שטעקן, מ'טראגט נישט און מ'ברענגט נישט. ווען מיר האבן זיך דעמאלטס געפרעגט וואס וועט זיין אין די צוקונפט, האבן מיר אלע געוואוסט אז די מצב איז שמאל ח"ו, האט עס האט זיך נישט אנגעזעהן אויפן מאפע קיין שום שאנס אז די פרנסות זאלן זיך צוריקכאפן ווי פריער, גאנצע לענדער זענען געווען הארמאטיש פארשלאסן פאר חדשים לאנג, נישט אריינלאזנדיג קיין טוריסטן און געסט, א זאך וואלט בדרך הטבע געקענט אראפברענגן די גאנצע וועלט ביז די קניען. למעשה, אנשטאט דעם אלעם, האבן מיר ב"ה זוכה געווען צו א געוואלדיגע ישועת השם, זאכן האבן זיך אנטוויקלט גאר אומגעראכטן, עס איז אפילו געקומען א שפע, פארשידענע מתנות, הנחות, און הלוואות, וואס די רעגירונגען האבן אריינגעגאסן אין זייער עקענאמיע, מענטשן האבן פארדינט געלט אָן צו דארפן ארבעטן בכלל, אידן האבן געמאכט פרנסה פון פארשידענע פראדוקטן און זאכן וואס זענען פארבינדן צום מצב וואס הערשט אויפן וועלט, בקיצור, מיר זענען ממש אויפגעראכטן געווארן חוץ לדרך הטבע, און מ'האט כסדר געהערט שמועסן דערפון אין בית המדרש, אין די גאס, און אין יעדן ווינקל, דער עולם האט הנאה געהאט, מ'האט געגעבן מעשר און קען זיין אויך א חומש, מ'האט געגעבן צדקה, געשטיצט די מוסדות, און מנדב געווען אין די קהילה... אבער וויפיל פון אונז האבן דערהערט דעם אמת'ן רוף? וויפיל פון אונז האבן זיך געמאכט א חשבון הנפש אז השי"ת האט אונז אריינגעלייגט געלט אינעם אקאונט, טאקע כדי מיר זאלן קענען קומען נענטער צו איהם, כדי מיר זאלן קענען מער קובע עתים זיין לתורה ולעבודה, אז מיר האבן ווייניגער דאגות בגשמיות, קען מען דאָך קעגן דעם זיין מוסיף והולך ברוחניות. און אט דאס איז די אמת'ע מטרה! ווען דער אייבישטער איז משפיע גוטס פאר א איד, איז דאס ווייל ער וויל זיין התקרבות לה' ער וויל זעהן דעם איד מער אין בית המדרש, ער וויל באקומען זיין 'קרבן תודה' אין א פאָרעם פון עבודת השי"ת און נאך מצוות און מעשים טובים. אבער ליידער איז זייער מָצוי אז מ'כאפט דאס נישט, מ'פארשטייט טאקע אז ס'איז א מתנה מן השמים, מ'איז דאנקבאר צו השי"ת, אבער מ'נעמט עס נישט ביז'ן סוף וואו אהין עס דארף אונז פירן באמת.

דערמיט וועלן מיר קענען פארשטיין דעם ענין מיט וועלכע מיר האבן אנגעפאנגן. יתרו האט געהערט די וואונדערליכע נסים ונפלאות וואס דער אייבישטער האט געמאכט פאר די אידן , וַיִשְׁמַע יִתְרוֹ כֹהֵן מִדְיָן חֹתֵן משֶׁה אֵת כָּל אֲשֶׁר עָשָׂה אֱלֹקִים לְמשֶׁה וּלְיִשְׂרָאֵל עַמּוֹ כִּי הוֹצִיא ה' אֶת יִשְׂרָאֵל מִמִצְרָיִם, ער האט געהערט אויסטערליש גרויסע און מעכטיגע געשעענישן, ממש חוץ לדרך הטבע'דיגע זאכן, ער האט געהערט אז די ים האט זיך געשפאלטן, די מפלה וואס עמלק האט געהאט, די מן וואס די אידן האבן באקומען פון הימל אויף א וואונדערליכע אופן פיל מיט נסים, און נאך פארשידענע גרויסע זאכן, און ער האט אפילו געכאפט התפעלות און האט באשלאסן צו קומען קוקן פון די נאנט און מיטהאלטן ווי דער אייבישטער שאקלט די וועלט מיט כלל ישראל.

אבער דא קומט משה רבינו צו גיין, און ער זאגט איהם, שווער לעבן, אלעס פיין און וואויל, אבער נישט דאס איז די מטרה און נישט דאס איז די תכלית, די אלע זאכן זענען נישט געקומען סתם צו שאקלען א וועלט. משה רבינו דערציילט פאר יתרו וַיְסַפֵּר משֶׁה לְחֹתְנוֹ אֵת כָּל אֲשֶׁר עָשָׂה ה' לְפַרְעֹה וּלְמִצְרַיִם עַל אוֹדֹת יִשְׂרָאֵל וגו' וַיַּצִלֵם ה', ווי מיר האבן דערמאנט זענען די אלע זאכן געווען ידיעות וואס יתרו האט שוין געהאט, ער האט שוין פון פריער געוואוסט און געהערט די אלע מעשיות, אבער משה רבינו מאכט ליכטיג זיינע אויגן אז דאס זענען נישט בלויז נסים און מופתים, נאר עס איז געטוהן געווארן "עַל אוֹדֹת יִשְׂרָאֵל - מיט א געוואלדיגע ליבשאפט ספעציעל פאר כלל ישראל, מיט'ן ציהל זיי צו ברענגן נאנט צום אייבישטער און זיי געבן דערנאך א תורה און מצוות", עס איז טאקע די זעלבע מעשה און די זעלבע נסים, אבער מיט א נייע דערהער, מיט א טיפע פארשטאנד און הכרה אז די אלע נסים האבן א העכערע תכלית.

ווען יתרו האט פארשטאנען און משיג געווען דעם ענין, דא שטייט "וַיִחַדְ יִתְרוֹ עַל כָּל הַטוֹבָה" פלוצלינג האט יתרו באקומען א נייע שמחה, א העכערע פרייד, ער האט ענדליך פארשטאנען וואס די אלע נסים באדייטן און וואו אהין עס דארף אונז טראגן, וועלכע רושם עס דארף מאכן אויף אונז. און אזוי דערקענען מיר אויך אין זיין לשון וַיֹּאמֶר יִתְרוֹ בָּרוּךְ ה' אֲשֶׁר 'הִצִיל' אֶתְכֶם מִיַד מִצְרַיִם וּמִיַד פַּרְעֹה וגו', דא דערמאנט שוין יתרו פלוצלינג די לשון פון 'הצלה' און 'ראטעווען' וואס דער אייבישטער האט געטוהן פאר אונז. אנהייב פרשה שטייט בלויז כִּי 'הוֹצִיא' ה' אֶת יִשְׂרָאֵל מִמִצְרָיִם, ער האט מיטגעהאלטן אז מיר אידן זענען 'ארויסגעגאנגען' פון מצרים, אבער דא ווען ער האט פארשטאנען די ריכטיגע כוונה, דא זאגט ער ער שוין בָּרוּךְ ה' אֲשֶׁר 'הִצִיל' אֶתְכֶם מִיַד מִצְרַיִם וּמִיַד פַּרְעֹה, ער האט מרגיש געווען און געפילט דאס וואס הקב"ה האט 'געראטעוועט' כלל ישראל פון די מצריים.

דהיינו, מיר וועלן הערן מעשים בכל יום ווען א פרעמדער מענטש דערציילט אז ראובן האט געהאלפן שמעון אין זיינע געשעפטן און איהם געבארגט געלט וכדומה, איז עס נישט מער ווי א טעכנישע פאסירונג, ער דערציילט בלויז אז ראובן האט געשטעלט שמעון אויף די פיס, א שיינע מעשה. אבער ווען שמעון אליינס וועט רעדן, וועט ער זאגן "ראובן האט מיך ממש געראטעוועט". די לשון הצלה ווייזט אויף די שטארקע הרגשה און שייכות מיט די מציאות, ביי שמעון איז עס נישט סתם א מעשה, נאר ס'איז א איבערלעבעניש, א חלק פון זיין עקזיסטענץ, ער שפירט ווי דא איז פאָרגעקומען א מעשה הצלה, ער איז פיזיש געראטעוועט געווארן אינגאנצן. ענדליך צו דעם איז זיך פארלאפן דא מיט יתרו, געקומען איז ער מיט די ידיעה פון כִּי 'הוֹצִיא' ה' אֶת יִשְׂרָאֵל מִמִצְרָיִם, א שיינע מעשה און געוואלדיגע נייעס וואס די גאנצע וועלט האט געזעהן און געהערט ווי השי"ת האט אויסגעלייזט זיינע אידן פון מצרים. אבער נאכן הערן פון משה רבינו אז דא טוט זיך אפ א הכנה צו קבלת התורה, א געוואלדיגע חביבות און נאנטקייט פונעם באשעפער צו כלל ישראל, כדי זיי זאלן פארשטארקערן זייער קשר מיט השי"ת און קומען נענטער צו איהם. דא איז יתרו געווארן מיטגעכאפט מיט די התלהבות פון כלל ישראל, ער האט מיטגעלעבט דעם "עַל אוֹדֹת יִשְׂרָאֵל" אז אלעס איז געטוהן געווארן מיט א השגחה פרטית צו דערנענטערן כלל ישראל, און ממילא האט ער אויך אנגעהויבן צו דערהערן דעם "וַיַּצִלֵם ה'" און געזאגט "בָּרוּךְ ה' אֲשֶׁר הִצִיל אֶתְכֶם", ווייל ער האט פארשטאנען אז דאס איז נישט בלויז א יציאה און א פיזישע ארויסגאנג פון מצרים, עס טוט זיך אפ אין דעם אסאך גרעסער און טיפער, עס איז א 'הצלה' ווי דער רבוש"ע האט אונז ממש געראטעוועט און אויפגעראכטן כדי מיר זאלן איהם דינען און זיין די ממלכת כהנים וגוי קדוש.

איידער מיר זענען מסיים, לאמיר דערציילן א מעשה פון א יונגערמאן וואס האט ביי א געלעגנהייט דערציילט אזוי: איך האב במשך א לאנגע צייט עוסק געווען אין א מסחר מיט פארשידענע קאסטומער'ס, געווען איז דאס אזא סארט פעלד וואו די 'גבולות' זענען נישט געווען אזוי שווארץ און ווייס, מ'האט געקענט גרינגערהייט פאַרנאַרן די קונדן און פארדינען נאך אפאר דאללער אויף זייער חשבון, אָנדעם וואס ס'זאל זיין א גראבע עבירה, און איך בין ליידער נישט געווען אזוי אויסגעהאלטן, און כ'האב אויסגענוצט די לעכער וואס זענען געווען אינעם סיסטעם, און איך פלעג פארדינען פארשידענע געלטער וואס זענען מיר נישט געקומען הונדערט פראצענט.

ויהי היום -דערציילט דער בעל המעשה ווייטער- און איך האב באשלאסן אז דאס איז נישט קיין וועג, איך האב זיך געשעמט פון זיך אליינס, און כ'האב געוואוסט אז ס'פּאַסט נישט פאר א איד זיך אזוי צו פירן, און איך האב מחליט געווען ביי זיך מיט א פעסטע החלטה אז דאס איז עס, מער וועל איך נישט נעמען קיין פרוטה מער ווי ס'קומט מיר באמת, און איך גיי נישט זוכן רייך צו ווערן אויף יענעמ'ס חשבון, און כאטש ס'איז מיר נישט געווען אזוי גרינג מוותר צו זיין אויף לייכטע פארידנסטן, האב איך זיך מקבל געווען א קבלה, און פון יענעם טאג און ווייטער האב איך אנגעהויבן צו גיין 'לפנים משורת הדין', איך האב געזוכט צופרידנצושטעלן די קאסטומער'ס מער ווי איך האב געדארפט, איך האב זיי געגעבן די בעסטע פרייזן און סערוויס, איך האב געזוכט זיי מֵטִיב צו זיין און מאכן זיכער אז זיי גייען ארויס אינגאנצן צופרידן, און כ'האב געהאפט אז דאס וועט אויך מכפר זיין אויף מיינע אמאליגע מעשים.

אזוי איז אָנגעגאנגען א שטיק צייט, איין טאג האב איך באקומען א גרויסע באשטעלונג פון א קאמפעני מיט וועמען איך האב נאך קיינמאל פריער נישט געהאנדלט, א געשעפט וואס האט מיר געברענגט הערליכע רווחים ב"ה, און ווען כ'האב געשמועסט מיט זיי פארוואס זיי זענען געקומען דווקא צו מיר, האבן מיר די פאָרשטייער פון די קאמפעני דערציילט אז זיי האבן באקומען גאר גוטע גריסן אויף מיר פון א צווייטע קאמפעני וואס האט געהאנדלט מיט מיר נישט לאנג צוריק, און יענע האבן זיי דערציילט ווי מענטשליך איך האב זיי באהאנדלט און געווען מיט זיי אויסערגעווענליך ארנטליך און ערליך... בקיצור איך האב קלאר געזעהן ווי מיין ישרות און ערליכקייט אין ביזנעס צאלט זיך אויס בכפלי כפליים און עס ברענגט מיר גוריסע רווחים.

איך האב געהאט דערפון גרויס חיזוק אנצוגיין ווייטער מיט מיין הנהגה פון זיין ערליך אין ביזנעס און טוהן פאר אנדערע מער ווי איך וואלט געדארפט, זעענדיג אין דעם א ברכה פון הימל ממש אין אט די הינזיכט אין וועלכע איך האב זיך אזוי שטארק מתקן געווען. אלע מיינע באקאנטע און מיינע חברים האבן דאס געהערט פון מיר, ווי ווייט מ'איז זוכה צו ברכה דורכ'ן זיך פירן יושר'דיג, און פארשטייט זיך אז פאר רוב פון זיי האב איך נישט דערציילט די הקדמה צו די מעשה אז אמאל פלעג איך זין געשלאגן אין דעם ענין און איך האב תשובה געטוהן...

איין טאג בין איך געווען ביי מיין רבי'ן א אדם גדול, און איך האב איהם דערציילט די גאנצע מעשה, סיי די אנהייב ווי איך בין ליידער נישט געווען נזהר אין אנדערע מענטש'נס געלט, און דערנאך די גוטע ענדע ווי נאכ'ן טוישן מיינע וועגן האט מיר דער אייבישטער באצאלט מיט אזא שיינע הצלחה. פרעגט מיר מיין רבי "און וואס האסטו זיך מקבל געווען לכבוד דעם?", האב איך געזאגט אז איך נעם פון דעם א חיזוק אנצוהאלטן ווייטער און זיין שטענדיג ארנטליך און ערליך מיט יענעמ'ס געלט און טוהן אפילו לפנים משורת הדין. זאגט מיר מיין רבי, "דאס?, דאס האסטו דאָך שוין געטוהן פריער, און בכלל דאס דארף יעדער איד טוהן, דאס איז אינגאנצן נישט גענוג... ווען השי"ת שיקט א שפע און א ברכה פאר א איד, דארף דאס איהם אויפוועקן אין אלע ענינים, עס דארף מחייב זיין דעם איד אין נאך צענדליגע אנדערע זאכן וואס ער האט נישט געטוהן ביז יעצט, זאכן וואס האבן אפילו נישט קיין שייכות אין דעם ספעציפישע ישועה וואס ער האט געהאט"...

דאס איז וואס מיר האבן געשמועסט פריער, יעדע גוטע זאך וואס דער אייבישטער גיבט פאר א איד, איז א מתנה וואס קומט מחזק זיין און באפעסטיגן זיין קשר מיט השי"ת, עס קומט ערוועקן דעם איד צו שפירן די געוואלדיגע אהבה וואס דער אייבישטער האט צו איהם, די קשר פון א טאטע צו זיין קינד, און ממילא דארף ער תיכף באקומען די הרגשה, מיט וואס קען איך בעסער ווערן?, וויפיל מער קען איך זיך נעמען טוהן צו ווערן נענטער צום אייבישטער?.

און דאס האט יתרו דא דערהערט פון משה רבינו, אז די אלע נסים ונפלאות זענען עַל אוֹדֹת יִשְׂרָאֵל מיט א ספעציעלע אהבה און חביבות צו יעדער איד, און דאס דארף אונז ברענגן צו קבלת התורה און צו קבלת עול מלכות שמים. און טאקע דערפאר האט עס די תורה הקדושה אוועקגעשטעלט דא אין אונזער פרשה אלס די פאסיגע הקדמה צו מתן תורה און צו התקרבות להשי"ת. און ווי די תורה הקדושה זאגט קלאר אין די המשך הפרשה, אַתֶּם רְאִיתֶם אֲשֶׁר עָשִׂיתִי לְמִצְרָיִם - איר האט געזעהן די נסים וואס איך האב געטוהן פאר ענק אין מצרים, "וָאֶשָּׂא אֶתְכֶם עַל כַּנְפֵי נְשָׁרִים וָאָבִא אֶתְכֶם אֵלָי, וְעַתָּה אִם שָׁמוֹעַ תִּשְׁמְעוּ בְּקֹלִי וּשְׁמַרְתֶּם אֶת בְּרִיתִי וִהְיִיתֶם לִי סְגֻלָּה מִכָּל הָעַמִּים... וְאַתֶּם תִּהְיוּ לִי מַמְלֶכֶת כֹּהֲנִים וְגוֹי קָדוֹשׁ", אט דאס, און נאר דאס, איז געווען די גאנצע צוועק און תכלית פון די אלע נסים, דאס דארף אונז אויפהייבן אינגאנצן און ברענגן נאנט צו השי"ת, עס דארף אונז אריינטרייבן אין בית המדרש אריין, צו וועלן וואקסן און שטייגן אין תורה, תפלה, יראת שמים, מידות טובות, מצוות, חסד, מעשים טובים, און אלעס וואס וועט אונז ברענגן צו פארשטארקערן דעם קשר און ליבשאפט צו השי"ת וואס האט אונז ליב און העלפט אונז שטענדיג.

א לעכטיגע שבת קודש!

זיך איינצושרייבן צו באקומען די "מיט א טיפערן בליק"
דורך אי-מעיל בעז"ה tiferenblik@gmail.com

דער אשכול פארמאגט 1 תגובה

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר