קבלת התורה - תורה שבכתב

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
פאר'ן דאווענען
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 77
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 16, 2022 1:54 pm
האט שוין געלייקט: 53 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 107 מאל

קבלת התורה - תורה שבכתב

שליחה דורך פאר'ן דאווענען »

ס'איז יעצט אריבער שבת יתרו, שבת קבלת התורה, וואו מען ליינט פון מעמד מתן תורה, ווי דער אייבערשטער האט זיך מגלה געווען פאר ששה מאות רבוא יודען אויפן בארג סיני און געגעבען וואס???
די לוחות וואס שטייט אויף זיי די עשרת הדברות!!!
דערנאך איז משה רבינו ארויף אין הימל פאר 40 טעג און געלערענט די איבעריגע חלק פין די תורה, כל מה שתלמיד ותיק עתיד לחדש נתנה למשה מסיני, און משה איז אראפגעקומען פון הימל ס'געשען די מעשה עגל משה איז צוריק ארויף וכו..
און פאר 40 יאר אין מדבר האט משה געלערנט מיט די יודן תורה און מצוות שבכתב ושבע"פ.
די רוב האט משה רבינו געלערנט פונעם אייבערשטען אין די 40 טעג, אבער געוויסע פרשיות און דינים האט די אייבערשטער נאר געזאגט פאר משה ווען עס איז געווען נוגע, כגון כלי מדין, בנות צלפחד, און נאך אסאך דוגמאות.
יעצט, ווען האט משה רבינו געשריבן די תורה שבכתב, איז אין גמרא גיטין דף ס. איז דא א מחלוקת למ"ד מגלה נתנה, האט משה אראפגעשריבן ווען מהאט געלערט די הלכות, און צום סוף פון 40 יאר צוזאמגעשטעלט אלע פרשיות און געמאכט די תורה וואס אונז האבן,
און למ"ד חתומה נתנה, האט משה רבינו אלעס אראפגעשריבן, צום סוף פון 40 יאר (אזוי לערנט רש"י מיין איך, תוס' האט אביסל א אנדערע מהלך).
און די גמרא ערגעץ אנדערש (איך געדענק נישט די מקור כרגע), איז דא א מחלוקת לגבי די לעצטע 8 פסוקים, צו הקב"ה כתבן אדער משה כתבן בדמע.
הכלל דאס איז בערך וויאזוי ס'איז צוגעגאנגען לויט ווי איך פארשטיי.
איך האב צוויי שוועריקייטן אויף דעם ענין,
א) אויב איז ריכטיג ווי איך פארשטיי, דאן וואס איז די גרויסע טראסק פון מעמד הר סיני, רוב פין די תורה איז בכלל נישט געגעבען געווארן פאר די יודן דארט? אוודאי איז דא דער ענין פון התגלות אלקות, וואס יודן האבן געזען די אייבערשטער, און אויך דער ענין פון וגם בך יאמינו לעולם,
אז משה רבינו איז א נביא אמת, אבער כלפי די תורה האט עס נישט צופיל!
אבער אויב איז דאס די געדאנק, וואלט איך געריפן דעם מעמד, "מעמד התגלות אלקות", און דעם פארלאפענעם שבת וואלט איך גערופן "שבת התגלות"!!
ב) אסאך וואס ווילן מוכיח זיין אמיתות התורה, בויען אויפן מעמד קבלת התורה, אז מיליאן מענטשן זאגן עדות אויף א זאך מוז דאס זיין אמת, נניח אז סאיז ריכטיג, אבער די מיליאן מענטשן זאגן נאר עדות אויף התגלות אלהות, און אויף די עשרת הדברות, מהיכי תיתי תורה שבכתב??
תורה שבכתב איז געגעבען געווארן דורך משה רבינו דורכאויס די 40 יאר אין מדבר, עס האט נישט די נאמנות און עדות פון מיליאן מענטשן אז די אייבערשטער האט עס געגעבען???
די גמרא זאגט טאקע אין ברכות, אז מ'פלעגט זאגן עשרת הדברות ביים דאווענען, אבער מ'האט עס מבטל געווען מפני המינים, וואס האבן געזאגט אז נאר דאס איז די תורה, איז איך גלייב טאקע און די גאנצע תורה, אבער א הוכחה איז נישט דא!!!
אזוי אויך איז דא א מדרש צו איינע פון די ראשונים, וואס זאגן אז אלע מצוות זענען מרומז אין די עשרת הדברות, איז חוץ וואס מ'דארף עס פארשטיין, איז אבער זיכער אז די יודן האבן נישט געוואוסט פון דעם ביי קבלת התורה, ווייל ווען יא, וואלטן זיי נישט געדארפט לערנען פון משה!?!

דער אשכול פארמאגט 5 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר