מעג מען יא, אדער נישט...?...

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 19580
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 24510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 14871 מאל
קאנטאקט:

מעג מען יא, אדער נישט...?...

שליחה דורך berlbalaguleh »

שמועסנדיג מיט מיינ'ס א באקאנטער האט ער מיר פארטרויעט אז ער גייט יעצט אדורך א שטיקל דילעמא.

מיט בערך 20 יאר צוריק האט ער געהאנדלט מיט א געוויסן פארשוין. (לענדלארד/טענענט.) יענער האט איהם באשווינדלט אויף בערך א סכום פון 10,000דאללער. און ער איז נאך ארויס מיט בזיונות.

ער האט א לאנגע צייט נישט געהערט פון יענעם (שווינדלער). לעצטנס האט ער אויסגעפונען אז דער יעניגער פארשוין, וועלכער איז פארבונדן מיט א מוסד, האקט א לעבן. ער האט ריעל עסטעיט אינוועסטמענטס און אנדערע ביזנעס. הקיצור. ער האקט א לעבן. פרעגט מיך מיין באקאנטער. אויב ער מעג זיך פארבינדן מיט די ממשלה. ספעציפיש, דעם שטייער אמט. אז זיי זאללן אויפמאכן א חקירה אויף איהם. האב איך איהם (מיין באקאנטן) געפרעגט. אויב ער טראכט אז ער קען צוריקבאקומען כאטש א טייל פון די געלט וואס ער האט פארלוירן. זאגט ער מיר . ס'גייט נישט אין געלט. ער דארף נישט דאס געלט. נאר פשוט. ער פארגינט נישט אז דער יעניגער האקט א לעבן. און לאכט זיך אויס פון איהם. האביך איהם געענטפערט אזוי. איך האב נישט אדורכגעלערנט הילכות מסירה. (אויב ס'איז דא אזא הלכה אין שו"ע). נאר אויב דו קלערסט אז דו קענסט צוריקבאקומען א טייל פון געלט דורכ'ן גוי'אישן קאורט. דארפסטו פרעגן א מורה הוראה אויף וועלכע אופנים דו מעגסט גיין אין קאורט. אבער סתם אזוי, טארסטו בשום אין אופן נישט פארמסר'ן א צווייטן איד. ווייל דו מאכסט שאדן פאר כלל ישראל...! דאס איז מיין דעת בעל עגלה...!

איך וויל פרעגן ביי די חכמי השטיבל. וואס דער עולם האלט. מעג מען אין אזא פאל (ווי מיין חבר פארציילט) גיין צו די רעגירונג און בעטן אז זיי זאללן אויפמאכן אן אינוועסטיגעישן אויף דעם איד. און פארשטייצעך אויך אויף דעם מוסד מיט וואס ער איז פארבינדן. (מ'וואשט אדורך שיינע סכומים, טענה'ט מיין באקאנטער.). יעדער ווערט געבעטן צו ענטפערן לפי מיטב ידיעתם בהלכה ובמנהגי ישראל...!

דער אשכול פארמאגט 24 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר