תצוה - וואו טראגט מען א איד?

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
א שעפעלע
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 378
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 17, 2014 9:19 am
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 164 מאל

תצוה - וואו טראגט מען א איד?

שליחה דורך א שעפעלע »

בס"ד

א גוטן טייערע חבירים וידידים..!

מיר האלטן אין פרשת תצוה, נאכדעם וואס השי"ת האט שוין באפוילן אויף די נדבות וואס כלל ישראל זאל ברענגן און מנדב זיין פארן משכן, ווי אויך די אלע פרטים און די צורה פון די הייליגע כלים פונעם משכן. דא גייען מיר אריבער צו א פרישע קאפיטל וואס איז געווען אין משכן, וואס דאס זענען די 'בגדי כהונה' וואס פאַרנעמען די הויפט טייל פון אונזער פרשה, ווי די תורה הקדושה שרייבט באריכות איבער די ספעציעלע בגדי כהונה וואס זענען געמאכט געווארן לכבוד ולתפארת, ספעציעל די בגדים פונעם כהן גדול, די קליידער פון אהרן הכהן מיט וועלכע ער גייט שטיין און טוהן די עבודה אינעם משכן.

פארשטייט זיך אז די בגדי כהונה זענען כולל אין זיך גאר אסאך זאכן, אבער דאסמאל וועלן מיר ווענדן אונזערע בליקן אויפן הויפט בגד וואס האט זיך אנגעזעהן ווען איינער האט באטראכט דעם כהן גדול, א
בגד וואס איז שטארק בּוֹלֵט און שטעלט זיך ארויס מיט איר הייליגן פּראַכט, דאס איז דער 'חושן' וואס איז געלעגן אינדרויסן העכער אלע בגדי כהונה, און דער כהן גדול האט דאס געטראגן אויף זיין הארץ.
מיר ווייסן אז די חושן האט געהאט אויף זיך צוועלף שטיינער קעגן די צוועלף שבטי קָהּ, און אין די שטיינער זענען געווען אויסגעקריצט די נעמען פון די שבטים, ווי די תורה הקדושה זאגט וְנָשָׂא אַהֲרֹן אֶת שְׁמוֹת בְּנֵי יִשְׂרָאֵל בְּחשֶׁן הַמִּשְׁפָּט עַל לִבּוֹ... לְזִכָּרֹן לִפְנֵי ה' תָּמִיד אהרן הכהן האט געטראגן די נעמען פון כלל ישראל אויף זיין הארץ.

אגב, געפונען מיר די זעלבע זאך אויך אויף די 'אבני שוהם' די צוויי טייערע שטיינער וואס זענען געלעגן אויף די אקסלען פונעם כהן גדול און זענען געווען באהאפטן צום אפוד, דארט איז געווען אריינגעקריצט די נעמען פון די שבטים, ווי די תורה זאגט וְשַׂמְתָּ אֶת שְׁתֵּי הָאֲבָנִים עַל כִּתְפֹת הָאֵפֹד אַבְנֵי זִכָּרֹן לִבְנֵי יִשְׂרָאֵל וְנָשָׂא אַהֲרֹן אֶת שְׁמוֹתָם לִפְנֵי ה' עַל שְׁתֵּי כְתֵפָיו לְזִכָּרֹן, אויך די שטיינער האבן געדינט אלס א פלאץ וואו עס איז דערמאנט געווארן די נעמען פון אידישע קינדער.

לכאורה קען מען מדייק זיין פארוואס האט טאקע אויסגעפעלט אז די נעמען פון די שבטים זאלן זיין אויף צוויי באזונדערע ערטער אין די בגדי כהונה, און בכלל, וואס איז אזוי ספעציעל מיט אט די צוויי פלעצער, די חושן און די כתפות האפוד, אז דווקא דארט ווערן דערמאנט די נעמען פון בני ישראל. פארשטייט זיך אז אונזער כוונה איז נישט צו פרעגן קשיות אויף א ציווי פונעם אייבישטער, און געוויס האבן מיר נישט קיין שום השגה אין די הויכע ענינים, נאר מיר ווילן זיך אביסל פארטיפן און אפלערנען בדרך רמז וואס עס קומט אונז ווייזן און לערנען אין אונזער טאג טעגליכע עבודת השי"ת.
נאר ווי מיר האבן שוין בסייעתא דשמיא געשמועסט ביי די נדבות פארן משכן וואס איז געווען צוזאמגעשטעלט פון 'נדבות הלב' פון אידישע קינדער, דער אייבישטער וויל אונזער הארץ, מֵאֵת כָּל אִישׁ אֲשֶׁר יִדְבֶנוּ לִבּוֹ תִּקְחוּ אֶת תְּרוּמָתִי, אז מיר זאלן האבן א געפיל און א ליבשאפט צום משכן, מיר זאלן אינוועסטירן דערין אונזער גאנצע הארץ און נשמה. אז מיר וועלן זיך מתבונן זיין אין אונזער פרשה קומען מיר ווייטער צוריק צו 'האַרץ', אט דאס איז די חושן און די בגדי כהונה, האבן א האַרץ פאר כלל ישראל, וְנָשָׂא אַהֲרֹן אֶת שְׁמוֹת בְּנֵי יִשְׂרָאֵל בְּחשֶׁן הַמִּשְׁפָּט עַל לִבּוֹ, אהרן הכהן דארף טראגן די נעמען פון כלל ישראל אויף זיין הארץ, ווי מיר וועלן ווייטער זעהן בעזהשי"ת.

אבער לאמיר זיך נישט איילן, און לאמיר אנהייבן פון אנהייב. וויבאלד מיר לערנען דאָך דא די פרשה פון אהרן הכהן, די פרשה וואס איז בעיקר עוסק אין די דינים און ענינים פון אהרן און די כהנים, איז כדאי צו כאפן א בליק אויף די לעבן און די מהות פון אהרן הכהן. בפרט אז חכמינו ז"ל זאגן אונז אין פרקי אבות (פרק א משנה י"ב) "הֱוֵי מִתַּלְמִידָיו שֶׁל אַהֲרֹן, אוֹהֵב שָׁלוֹם וְרוֹדֵף שָׁלוֹם, אוֹהֵב אֶת הַבְּרִיּוֹת וּמְקָרְבָן לַתּוֹרָה", אז מיר האבן א חיוב צו זיין פון די תלמידים פון אהרן הכהן, מיר מוזן נאכגיין אין זיינע פיסטריט און טוהן די גוטע מעשים וואס ער האט געטוהן, וואס אגב איז משמע פון די משנה אז יעדער איינער קען ווערן א 'תלמיד' פון אהרן הכהן, די טויערן פון זיין ישיבה זענען אפן ברייט, און יעדער קען דארט ווערן אנגענומען, מ'דארף זיך נאר מתבונן זיין און וועלן און שטרעבן צו גיין אין די לעכטיגע וועגן פון אוֹהֵב שָׁלוֹם וְרוֹדֵף שָׁלוֹם, אוֹהֵב אֶת הַבְּרִיּוֹת וּמְקָרְבָן לַתּוֹרָה.

דער ברטנורא ברענגט דארט אויף די משנה די באקאנטע ווערטער וואס שטייט אין אבות דרבי נתן, אז אהרן הכהן פלעגט שטענדיג שלום מאכן צווישן אידן, ווען ער האט געזעהן ווי צוויי אידן זענען צוקריגט איינער מיט'ן אנדערן ח"ו, פלעגט ער גיין זאגן פאר ראובן ווי שטארק שמעון האט חרטה און ס'טוט איהם וויי די עוולה וואס ער האט געטוהן צו דיר, און שמעון האט מיר גאר געבעטן אז איך זאל דיר קומען איבער בעטן אין זיין נאמען, און דערנאך האט ער געטוהן די זעלבע ביי שמעון, ער האט איהם דערציילט וויפיל חרטה ראובן האט אויף זיינע שרעקליכע מעשים קעגן דיר און ער וויל דיך בעטן מחילה, און ווי עס איז די לשון פונעם אבות דרבי נתן, "ומתוך כך כשהיו פוגעים זה בזה היו מנשקים זה את זה", ווען ראובן און שמעון האבן זיך נאכדעם באגעגנט האבן זיי זיך צעקושט מיט ליבשאפט, און אזוי האט אהרן הכהן זוכה געווען אראפ צו ברענגן און צו צוברעכן פילע מויערן פון שנאה בין אדם לחבירו. יא, דער גרויסער און הייליגער רבי פון כלל ישראל, דער כהן גדול וואס איז זוכה צו טוהן די עבודה לפני ולפנים פארן מלך מלכי המלכים הקדוש ברוך הוא, טראגט נישט קיין אנדערע דאגות, נאר פשוט צוריק שטעלן ליבשאפט און שלום צווישן אידן וואס קריגן זיך ארום אויף נארישקייטן, ער לאזט זיך אראפ טויזנטע מדריגות און לויפט ארום אין אידישע שטובער, בין אדם לחבירו און בין איש לאשתו, ער מעקט אויס א שווער הארץ דא, א ויכוח דארט, ער גלייכט אויס מחלוקת'ן צווישן צוקריגטע ברודער.

און דער ברטנורא ברענגט ווייטער פון אבות דרבי נתן: וכיצד היה מקרב הבריות לתורה? כשהיה יודע באדם שעבר עבירה, היה מתחבר עמו ומראה לו פנים צהובות, והיה אותו אדם מתבייש ואמר אילו היה יודע צדיק זה מעשי הרעים כמה היה מתרחק ממני, ומתוך כך היה חוזר למוטב. אהרן הכהן האט געהאט א פשוט'ע עצה, ווען ער האט געוואלט מחזיר זיין א איד בתשובה, ער האט געוואלט אז יענער זאל אפלאזן זיינע נישט גוטע וועגן און קומען נענטער צום דרך התורה, פלעגט אהרן הכהן פשוט זיין גוט צו יענעם, ער האט געשמייכלט צו איהם און געוויזן א שיינעם פנים, ער האט געוויזן ליבשאפט, און תיכף האט פאר דעם איד אנגעכאפט א בושה, געוואלד! ווען דער רבי וואלט געוואוסט ווי נידריג איך בין, ווי פארזינדיגט איך בין, וואלט ער שוין גארנישט געשמייכלט צו מיר, ער וואלט דאָך אנטלאפן פון מיר ווי פון פייער... דאס האט אזוי שטארק מחייב געווען דעם בעל עבירה, ער האט געפילט באגאסן מיט ליבשאפט פון אהרן הכהן, אז ער האט שוין פשוט נישט געקענט בלייבן א בעל עבירה, ער האט געשפירט ביי זיך אז ער מוז תשובה טוהן, פשוט לכבוד אהרן הכהן וועלכער איז איהם אזא גוטע פריינט.

איז קודם כל ווייסן מיר שוין 'וואס' אונזער רבי אהרן הכהן פלעגט טוהן, זיין ליבליכקייט און געפיל צו יעדער איד, זיין 'קירוב' צו אנדערע האט נישט געארבעט דורך ספעציעלע דרשות אדער אנדערע פראפעסיאנאלע מיטלען מיט וואס ער האט איבערגערעדט אנדערע זיך צו טוישן, ניין, בלויז זיין עצם פריינדשאפט, זיין שמייכל, די 'פנים צהובות' וואס ער האט געוויזן פאר א צווייטע איד, דאס האט געארבעט ווינדערליך און משפיע געווען אויף אידישע הערצער.

פון וואו האט געשטאמט די געוואלדיגע כוח פון אהרן, וואס איז געלעגן אונטער די 'פנים צהובות' זיינע וואס האט אזוי באנומען אנדערע אידן, וואס איז געווען דער סוד דערפון?.

נאר לאמיר צוריק קוקן צו פרשת שמות, וואו די תורה דערציילט אונז אז ווען השי"ת האט זיך באוויזן צום ערשטן מאל צו משה רבינו ביים סנה, האט משה רבינו נישט געוואלט גיין, אבער הקב"ה זאגט איהם אז זיין ברודער אהרן וועט איהם ארויסהעלפן, "וְגַם הִנֵּה הוּא יֹצֵא לִקְרָאתֶךָ וְרָאֲךָ וְשָׂמַח בְּלִבּוֹ", דיין ברודער אהרן וועט ארויסגיין קעגן דיר, ער וועט דיר זעהן און ער וועט זיך פרייען אין זיין הארץ. און ווי רש"י זאגט דארט "וראך ושמח בלבו - לא כשאתה סבור שיהא מקפיד עליך שאתה עולה לגדולה, ומשם זכה אהרן לעדי החשן הנתון על הלב", נישט ווי דו טראכסט אז אהרן איז מקפיד אין זיין הארץ און עס שטערט איהם אז דו ביסט גרעסער פון איהם, אדרבה, וראך ושמח בלבו, ער וועט דיר זעהן קומען אויסלייזן די אידן וועט ער זיך גאר פרייען, ער וועט הנאה האבן און דיר פארגינען. און ווי חז"ל זאגן אז טאקע צוליב די שמחה אינעם הארץ פון אהרן, דעמאלטס האט ער זוכה געווען צו די געוואלדיגע שכר צו קענען טראגן דעם הייליגן חושן אויף זיין הארץ! דער חושן אין וועלכע מיר זענען עוסק דא באריכות אין פרשת תצוה האט א אפשטאם, עס שטאמט פון א 'שמחת הלב' פון א גוט הארץ וואס אהרן הכהן האט געהאט לאנג צוריק אין מצרים, א הארץ וואס האט ליב א צווייטן, א הארץ וואס פארגינט פאר א צווייטן, אט אזא ריינע הארץ קען טראגן אויף זיך דעם חושן.

און באמת ווייסן מיר דאָך אז די מלבושים פון א מענטש זיי זאגן עדות אויף זיין פנימיות, זיי ברענגן ארויס זיין מהות. ווי צום ביישפיל, א סאלדאט וועט דערקענט ווערן מיט זיינע ספעציעלע מיליטערישע קליידער, א דאקטער זעהט מען דורך זיין ווייסן מאנטל, א בעל מלאכה קען מען דערקענען דורך זיינע בלויע קליידער, א.א.וו. ווי אויך ווען מיר געפונען זיך אמאל אין די פרעמד, ערגעץ וואו פארלוירן און עלנד, אז מיר וועלן זעהן פון דערווייטענס ווי עס קומט צו גיין איינער אנגעטוהן מיט אידישע מלבושים, וועט עס אונז דערפרייען דאס הארץ, ווייל די קליידער דערציילן אונז אז דא גייט א איד, די לבוש דאס ווייזט אויף די מציאות און נאטור פונעם מענטש וואס טראגט זיי.

און גענוי דאס איז דער חושן, דאס 'טייטשט אפ' און גיבט ארויס די מציאות און די גאנצע מהות פון אהרן הכהן. די הייליגע חושן מיט די לעכטיגע שטיינדלעך וואס ער טראגט אויף זיין הארץ, די נעמען פון אלע שבטים ליגן ביי אהרן הכהן אויפן הארץ, וְנָשָׂא אַהֲרֹן אֶת שְׁמוֹת בְּנֵי יִשְׂרָאֵל בְּחשֶׁן הַמִּשְׁפָּט עַל לִבּוֹ בְּבֹאוֹ אֶל הַקֹּדֶשׁ, ווייל אהרן הכהן האט א הארץ וואס איז ראוי צו טראגן אויף זיך כלל ישראל. טאקע דער ריינע הארץ וואס האט שטענדיג אינזין געהאט אידישע קינדער, די הארץ וואס איז געווען אפן צו זעהן די פּיין און ווייטאג פון א צווייטער איד, די הארץ וואס האט נישט געקענט אויסהאלטן ווען צוויי אידן לעבן נישט באחדות, דאס איז א הארץ וואס איז ווערד אזא הייליגע תכשיט ווי דער חושן.

און דאס ברענגט באמת ארויס די מהות פון אהרן הכהן, ער איז געווען איין שטיק הארץ פאר כלל ישראל, אנגעהויבן האט זיך עס מיט זיין גוטע הארץ פון פארגינען און זיך מיטפרייען מיט א ברודער, און אז מ'האט א גוט הארץ, דעמאלטס איז שוין גארנישט צו שווער, דעמאלטס קען מען שוין אויך ארומלויפן שלום מאכן צווישן אידן און מקרב זיין די בריות צו תורה, דעמאלטס קומט שוין אזא הערליכע פנים צהובות פאר יעדער איד. דער שליסל צו אלעס איז דאס הארץ! אָן הארץ קען מען נישט טוהן קיין איינס פון די אלע זאכן, ווייל אָן הארץ שפירט מען א 'כבידות' און א שוועריגקייט צו גיין העלפן אנדערע, אָן הארץ מאכט מען חשבונות "ווער? איך דער כהן גדול זאל אליינס ארומלויפן שלום מאכן צווישן די פשוטי עם, נעה, ס'פאסט נישט, איך טאר נישט", אָן הארץ ווען מ'וויל ווייזן פאר יענעם א פאלשע פנים צהובות קומט עס ארויס ווי עפעס א פארקרומטע שמייכל און יענער קויפט עס ניטאמאל, יענער שפירט נישט קיין ברעקל אהבה. אבער אויב ס'איז דא הארץ, אויב די הארץ איז אפן ברייט און גייט אויס צו העלפן א צווייטן, דעמאלטס איז אלעס זעלבסט פארשטענדליך און גרינג, דעמאלטס מאכט מען נישט קיין חשבונות און מחשבות, נאר מ'שפרינגט אריין וואו אימער מען דארף, וואו מ'זעהט א מקום אז מ'קען העלפן און טוהן א טובה פאר א צווייטער איד.

און ווי די תורה הקדושה חזר'ט איבער עטליכע מאל אין די פסוקים, וְנָשָׂא אַהֲרֹן אֶת שְׁמוֹת בְּנֵי יִשְׂרָאֵל... עַל לִבּוֹ, דערנאך וְהָיוּ עַל לֵב אַהֲרֹן בְּבֹאוֹ לִפְנֵי ה', וְנָשָׂא אַהֲרֹן אֶת מִשְׁפַּט בְּנֵי יִשְׂרָאֵל עַל לִבּוֹ לִפְנֵי ה' תָּמִיד. מיר געפונען דא איינמאל הארץ און נאָכאַמאָל הארץ און א דריטע מאל הארץ, ווייל דאס איז דער יסוד פון אהרן הכהן, צו טראגן כלל ישראל אויף זיין הארץ, שטענדיג, אין יעדן פאל און יעדן מצב, אינזין האבן נאך א איד. און די אלע וואס ווילן מקיים זיין די ציווי חז"ל פון "הֱוֵי מִתַּלְמִידָיו שֶׁל אַהֲרֹן" דארפן וויסן אז דאס איז דער וועג אריין, נאר מיט הארץ קען מען זיין א אוֹהֵב שָׁלוֹם וְרוֹדֵף שָׁלוֹם, אוֹהֵב אֶת הַבְּרִיּוֹת וּמְקָרְבָן לַתּוֹרָה, נאר מיט הארץ קען מען געבן א שמייכל פאר א צווייטער איד און יענער זאל עס מקבל זיין און ס'זאל איהם אנווארימען.

און ווי דערמאנט, אויב חז"ל זאגן אונז אז מיר זאלן זיין תלמידים פון אהרן הכהן, מיינט דאס אז מיר קענען, יא ס'איז מעגליך צו באווייזן, מיר דארפן נאר ארבעטן אויף דעם, מיר דארפן אריינלייגן כוחות צו עפענען אונזערע הערצער ברייטער און בעסער, ארבעטן אויף זיך ליב צו האבן א צווייטן, פארגינען פאר א חבר, זיך פרייען ווען ס'גייט יענעם גוט (נישט זיך דארפן מחזק זיין יעדעס מאל מ'הערט א בשורה טובה אז פלוני האט מצליח געווען). און אז דאס הארץ איז אפן, ממילא באמערקט מען שוין ווען יענער דארף חיזוק, ווען יענער דארף אז מ'זאל איהם העלפן, ווען ער דארף אז מ'זאל שלום מאכן ביי איהם... און אין איינוועגס שמייכלט מען מער צו אנדערע אידן, צו די אייגענע משפחה, צו די גוטע פריינט, צו די סביבה, און עס ווערט א שמייכל וואס איז משפיע, א שמייכל וואס טוט אויף, א שמייכל וואס דרינגט אריין טיף אין יענעמ'ס הארץ.

אבער איינער וואס שטרעבט נישט צו זיין א תלמיד פון אהרן הכהן, און ער לאזט זיין הארץ פארקלאַפט און פארהאַקט ח"ו, איז נישט במציאות אז ער זאל אנקומען צו סיי וועלכע פון די אלע זאכן, ווייל אז דאס הארץ איז פארמאכט זעהט מען גארנישט און מ'באמערקט גארנישט, און אפילו אז מ'טוט שוין יא, איז עס נישט קיין "דברים היוצאים מן הלב ונכנסים אל הלב", עס בלייבט סתם אויבערפלעכליכע דיבורים און ס'קען אפילו קאַליע מאכן אנשטאטס אויפטוהן. און דאס איז מעשים בכל יום און איז נוגע כמעט אין יעדע פרט אין לעבן, לאמיר נעמען א דוגמא, ווען מ'דארף אמאל געבן א פְּסַק, ווען עלטערן ווילן פארבעסערן און מחנך זיין א קינד, אויב עס איז מיט הארץ, דעמאלטס וועט עס ברענגן תועלת, עס וועט אריינדרינגען אין הארץ פונעם קינד, ווייל עס איז אמת און ריכטיג און ס'קומט פון א גוטע פלאץ. אויב אבער עס פעלט הארץ, איז עס ממש מסוכן און קען אנזייען א חורבן, און מ'דארף נישט מאריך זיין אין דעם, יעדער ווייסט דאס גאנץ גוט, לב יודע, יעדעמ'ס הארץ שפירט די חילוק פון מוסר און קריטיק וואס ווערט געגעבן מיט הארץ אדער אָן הארץ ח"ו. נאך מער, אפילו א 'קאמפלימענט' און א גוט ווארט קען מען נישט געבן אָן הארץ, אזויווי פריער געשמועסט, א פאלשע פנים צהובות קומט ארויס זויער, די הארץ פונעם מקבל שפירט זייער שנעל אויב עס איז א גוט ווארט וואס קומט פון טיפן הארץ, אויב עס פארמאגט אין זיך אמת און געפיל, אדער ס'איז בלויז דברים היוצאים מן הפה, ווערטער פונעם מויל אָן קיין שום אינערליכע דעקונג און באדייט, און אז עס פעלט די הארץ וועט עס יענער נישט אָננעמען, די אלע גוטע ווערטער וועלן בלייבן הענגן אין די לופטן אָן קיין שום מטרה, ווייל זייער ציל גייען זיי קיינמאל נישט דערגרייכן.

אז מיר דערהערן דאס, און מיר ווייסן און פארשטייען אונזער תפקיד, אז מיר ווילן זיך אפלערנען פון אהרן הכהן, און ווערן תלמידים פון זיין ישיבה און פון זיין הייליגן דרך. קענען מיר פארשטיין בדרך רמז א דבר נפלא, אהרן הכהן האט געטראגן די נעמען פון כלל ישראל זכרון אויף צוויי פלעצער, אויף זיין הארץ און אויף זיינע אקסלען, דאס קומט אונז לערנען אז דאס זענען די צוויי פלעצער וואו מיר דארפן טראגן אנדערע אידן, די תורה רעדט צו אונז, צו די אלע וואס ווילן זיין תלמידיו של אהרן אין יעדן דור, האלט א איד אויף דיין הארץ, האב איהם אינזין און האב א געפיל פאר איהם, ווי אויך שלעפ איהם אויף דיינע אקסלען, לייג אונטער א פלייצע איהם צו העלפן, זעה מיט וואס די קענסט איהם גרינגער מאכן און העלפן שלעפן זיין עול. די תורה האט אבער נישט געהייסן לייגן די נעמען אויפן ציץ, ווייל אונזערע מחשבות און חשבונות אין קאפ, דאס דארף בלייבן 'קודש להשם', דאס זאל בלייבן געאייגנט פאר ענינים פון עבודת השי"ת און בין אדם למקום, ווען עס קומט צו טוהן פאר אידנסוועגן דארט טאר מען נישט פירן קיין חשבונות און טראכטן, דארט דארף עס זיין בלויז א הארץ און א פלייצע! קום און זעה מיט וואס דו קענסט העלפן און מיטפילן, זיי נישט דַן יענעם און טראכט נישט צופיל פאר וואס און פאר ווען, שפרינג אריין און ווייז איהם א פנים צהובות, גיב איהם א שמייכל און א גוט ווארט, און טוה למעשה וואס די קענסט, דעמאלטס ביסטו אינעם ריכטיגן ריכטונג פון אנקומען צו זיין מתלמידיו של אהרן.

נאר אביסל ארויסצוברענגן די וויכטיגקייט און די חשיבות פון האבן א אפענע הארץ, און די כוח ווי ווייט א 'פנים צהובות' קען דערגרייכן, איז כדאי צו דערמאנען א מעשה'לע וואס מיר האבן שוין אפשר אמאל דערמאנט, אבער ס'איז נאך אלס ווערד צו חזר'ן.

אין ירושלים האט געוואוינט א איד א צדיק, וואס מ'האט איהם אמאל איינגעלאַדנט צו קומען מחזק זיין אידישע נשמות וואס שמאכטן נעבעך אפ אין א תפיסה, געווען איז דאס חנוכה צייט, און מ'האט
געפראוועט א 'חנוכה מסיבה' אין טורמע פאר אלע אידישע ארעסטאנטן, און פארשטייט זיך אז אין אזא צייט קומען צו גיין אלע סארטן אידן, אפילו אזעלכע וואס זענען ליידער דערווייטערט פון שמירת התורה והמצוות א גאנץ יאר, ווייל ווער וויל דען נישט הנאה האבן פון אביסל חיזוק און לעכטיגקייט. הכלל, ס'איז אפגעראכטן געווארן א שיינע מעמד, די ארעסטאנטן פון אלע סארטן זענען געזעצן ארום געדעקטע טישן, מ'האט געזינגן שיינע ניגונים און געהערט גוטע ווערטער. ווען ער האט געענדיגט און ס'איז געקומען די צייט ארויסצוגיין, האט איינער אנגעוויזן פארן בעל דרשן אז דארט אין יענעם צעל זיצט אויך א איד, ליידער א גאר דערווייטערטע נשמה, עד כדי כך אז ס'האט איהם אפילו נישט אינטערסירט צו קומען אנטייל נעמען אין די 'חנוכה פארטי' מיט זיינע חברים. דער איד האט זיך נישט געפוילט, האבנדיג א ווארימע אידיש הארץ צו יעדער איד זאל זיין ווער ס'זאל נאר זיין, גייט ער אריבער צו יענעם ארעסטאנט אין צעל, ער נעמט איהם ארום און האלדזט איהם מיט ליבשאפט, און ער פרעגט איהם וואס ער מאכט און וויאזוי ער געפונט זיך, און ער וואונטשט איהם אפאר ווארימע ברכות...

ווען ער הייבט אָן ארויסצוגיין פונעם צעל, הערט ער פלוצלינג ווי דער ארעסטאנט שרייט איהם נאך "רבי רבי קום אהער", דרייט ער זיך אויס און ער גייט צוריק, און דער ארעסטאנט בעהט איהם "רבי, אפשר טוט דאס נאָכאַמאָל, ס'איז אזוי גוט געווען"... ס'האט געדויערט א מינוט צו כאפן וואס דער ארעסטאנט האט געוואלט, אבער ס'האט זיך ארויסגעשטעלט אז יא, פשוטו כמשמעו, ער האט אזוי הנאה געהאט אז איינער נעמט איהם ארום מיט ווארימקייט און האלזדט איהם צום הארצן ווי אן אלטע גוטע פריינט, אז ער האט פשוט געוואלט שפירן דעם טעם א צווייטע מאל. דער צדיק האט זיך נישט פארלוירן, נאר ער נעמט איהם ארום נאָכאַמאָל מיט א ליבליכע געפיל, און ער לייגט צו נאך עטליכע טרייסט ווערטער און וואונטשן, ווען פלוצלינג רופט זיך אָן דער ארעסטאנט, "רבי, איר ווייסט וואס כ'וועל אייך זאגן, איך קלער אז אויב איינער וואלט דאס געטוהן מיט מיר יארן צוריק, וואלט איך מן הסתם נישט אנגעקומען צו די מצב אין וואס איך געפון זיך יעצט!". איר הערט רייד פון א אידיש הארץ?! אויב איינער וואלט איהם אביסל מער אנגעקוקט און זיך אפגעגעבן מיט איהם, א ווארימע גלעט, א גוט ווארט, אביסל געפיל, דעמאלטס וואלט אלעס אויסגעקוקט אנדערש...

די מעשה האט דערציילט א עֵד ראיה וואס איז געווען אנוועזנד דארט, און ער זאגט אז די ווערטער פונעם ארעסטאנט האבן געשניטן שטיקער, עס האט געריסן ביים הארץ צו הערן אזעלכע פשוט'ע אבער גאר אמת'ע דברים היוצאים מן הלב. און באמת עס שרייט און עס מאָנט פון אונז אלע, די ווערטער זענען אונז מחייב, לאמיר אויפמאכן דאס הארץ, לאמיר זיין מתלמידיו של אהרן, לאמיר זיין מענטשן וואס אונזער שמייכל און אונזער גוט ווארט צו אנדערע וועט זיין "אוֹהֵב אֶת הַבְּרִיּוֹת וּמְקָרְבָן לַתּוֹרָה", עס וועט היילן און העלפן אנדערע און זיי מחזק זיין און באגלייטן אויף אייביג.

דערמיט קומען מיר אויך צו צו פארשטיין די אנהייב פון אונזער פרשה וואס רעדט פון אנצינדן די הייליגע ליכט פון די מנורה אין בית המקדש, וואס ווי באקאנט פון ספרים הקדושים איז דאס מרמז אויף
פארשפרייטן און באלייכטן דעם אור התורה. און ווי מו"ר הגאון רבי יצחק דוב קאפעלמאן ראש ישיבת לוצערן זצ"ל האט אמאל געזאגט, אז מיר געפונען א אינטערסאנטע זאך, די תורה הייסט שטעלן די מנורה קעגנאיבער דעם שולחן אין אוהל מועד, אזוי שטייט סיי אין פרשת תרומה (כ"ו ל"ה) וְשַׂמְתָּ אֶת הַשֻּׁלְחָן מִחוּץ לַפָּרֹכֶת וְאֶת הַמְּנֹרָה נֹכַח הַשֻּׁלְחָן, און די זעלבע שטייט אויך אין סוף פרשת פקודי וַיָּשֶׂם אֶת הַמְּנֹרָה בְּאֹהֶל מוֹעֵד נֹכַח הַשֻּׁלְחָן, און לכאורה וואס איז די קשר צווישן די צוויי, ס'וואלט דאָך געקענט שטיין בלויז אז די שולחן זאל זיין אויף צפון זייט און די מנורה אויף דרום זייט, וואס איז דער ענין וואס די תורה איז מדגיש אז ס'דארף זיך געפונען פונקט קעגן דעם שולחן. נאר דאס קומט אונז מרמז זיין אז טאקע דארט וואו עס געפונט זיך גשמיות, ס'איז דא א שולחן מיט לחם וואס איז מרמז אויף עסן און גשמיות'דיגע ענינים, אפילו אויף אזא פלאץ, און אפשר גאר דווקא אויף אזא פלאץ, איז וויכטיג אריינצושיינען דעם אור התורה, לעכטיג מאכן און ווייזן דעם וועג צום אייבישטער, וואס דאס איז דאָך ממש די עבודה פון אהרן הכהן פון זיין אלעמאל א אוֹהֵב אֶת הַבְּרִיּוֹת וּמְקָרְבָן לַתּוֹרָה, זיך אראפצולאזן צו יעדער איד אין יעדן מצב און איהם נענטער ברענגן צו השי"ת.

און ווי הגה"ק רבי צדוק הכהן פון לובלין זי"ע שרייבט, אז דאס איז אויך די אויספיר פון אונזער פרשה מיט די מזבח הזהב און די קטורת וואס מ'האט מקטיר געווען יעדן טאג אינעם אוהל מועד, וויבאלד ביי די קטורת געפונען מיר אז מ'האט געמוזט אריינלייגן צווישן אלע בשמים אויך די 'חֶלְבְּנָה' וואס האט א שלעכטע ריח, און ווי חז"ל זאגן אז דאס קומט אונז לערנען אז מ'מוז מצרף זיין יעדער איד אינעם ציבור, דאס הייסט ווען מ'קומט דאווענען און בעטן ביי השי"ת, מוז מען אויך כולל זיין די פושעי ישראל, אפילו א דערווייטערטע איד ח"ו האט אויך א מקום און א שייכות צו כלל ישראל און מ'דארף איהם
אריינברענגן, וואס דאס איז ממש א המשך צו די עבודה פון אהרן הכהן, די עבודה פון מקרב זיין יעדער איד און איהם ווייזן א פנים צהובות פון ליבשאפט און געפיל.

אשר על כן, לאמיר זיך שטארקן און פרואוון צו זיין פון די תלמידיו של אהרן, לאמיר אויפמאכן אונזערע הערצער און געפילן פאר אנדערע, לאמיר טראגן נאך א איד אויף אונזער הארץ און אקסל, לאמיר ווייזן א לעכטיגע פנים צהובות פאר וועמען מ'קען נאר, און מיט דעם וועלן מיר בעזר השי"ת אסאך משפיע זיין אויף אונזער גאנצע ארום און פארשפרייטן און אריינשיינען א אור אין יעדן פלאץ.

לסיכום געדענק:

• זיי אפגעהיטן, נישט צו האלטן א איד אין קאפ, מאך נישט קיין חשבונות, און זיי יענעם חלילה נישט דַן.
• בְּחשֶׁן הַמִּשְׁפָּט עַל לִבּוֹ – האלט און טראג א איד אין הארץ.
• עַל שְׁתֵּי כְתֵפָיו לְזִכָּרֹן – לייג אונטער א פלייצע און טראג א איד אויף דיינע אקסלען.

א לעכטיגע שבת קודש!

זיך איינצושרייבן צו באקומען די "מיט א טיפערן בליק"
דורך אי-מעיל בעז"ה tiferenblik@gmail.com

דער אשכול פארמאגט 1 תגובה

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר